א.
מ׳האָט שוין פיל מאָל גערעדט,
אַז רש״י בפירושו על התורה פאַרענטפערט יעדע שאלה וואָס קען זיך שטעלן אין לימוד פשוטו של מקרא,
און דאָרט וואו רש״י געפינט ניט קיין ביאור
(לויטן דרך הפשט )
אין אַ פסוק
(אָדער אַ וואָרט)
— זאָגט ער „לא ידעתי" וכיו״ב 1 .
און דערפאַר,
ווען מען קומט צו אַ פסוק וואו עס איז לכאורה דאָ אַ שוועריקייט און רש״י שטעלט זיך ניט אויף דעם,
איז דערפון גופא אַ הוכחה,
אַז ע״ד הפשט איז עס מלכתחילה קיין שאלה ניט; אָדער,
אַז די שאלה ווערט פאַרענטפערט לויט אַ פירוש רש״י לפני זה .
דאַרף מען לפ״ז האָבן אַ ביאור בפרשתנו,
וואו די תורה זאָגט 2
„כי יהי׳ ריב בין אנשים ונגשו אל המשפט ושפטום והצדיקו את הצדיק והרשיעו את הרשע.
והי׳ אם בן הכות הרשע והפילו גו׳״ — וואָס די ווערטער „והצדיקו את הצדיק והרשיעו את הרשע" זיינען לכאורה איבעריק 3
(ס׳איז
דאָך אַ מילתא דפשיטא אַז „והצדיקו את הצדיק והרשיעו את הרשע״)
— עס האָט געדאַרפט שטיין „כי יהי׳ ריב גו׳ ושפטום והי׳ אם בן הכות הרשע גו׳״! — פאַרוואָס באַוואָרנט ניט רש״י דעם יתור לשון ?
בנוגע די ווערטער „והרשיעו את הרשע״ וואָלט מען געקענט איינלערנען
(בדוחק עכ״פ),
אַז זיי זיינען אַ הקדמה און אַריינפיר צו „והי׳ אם בן הכות הרשע".
ד.
ה.
דער פסוק זאָגט: „כי יהי׳ ריב גו׳ והרשיעו את הרשע
(איז אויב ער איז אַ רשע וועמען עס קומט מלקות 4
—)
והי׳ אם בן הכות הרשע —
(איז)
והפילו גו׳";
אָבער
[נוסף לזה,
וואָס דאָס איז אַ דוחק גדול: סוף סוף איז איבעריק צו זאָגן „והרשיעו את הרשע",
ווייל פון „והי׳ אם בן הכות הרשע" ווייס מען במילא אַז דאָ איז געווען „והרשיעו את הרשע"; ואדרבה : די ווערטער „והרשיעו את הרשע" גיבן אַ מקום לטעות
(ווי רש"י 5
זאָגט)
אַז „
(יכול)
כל המתחייבין בדין לוקין
(ת״ל כו׳)
"]
עס בלייבט דאָך ניט מובן: די ווערטער „והצדיקו גו׳״ —
(לפשוטו של מקרא)
צוליב וואָס זיי שטייען?
און מען קען ניט זאָגן
(בפשוטו של מקרא)
אַז דאָ איז
(נאָך 6 )
אַ ציווי ומ״ע אַז מען זאָל דן זיין אַ דין אמת 7
(ע״ד ווי
מען געפינט כמה לאווין בענין פון לא תטה משפט 8 )
— ווייל פון דער אריכות הלשון אין פסוק
(„כי יהי׳ ריב גו׳ ונגשו גו׳ ושפטום")
איז משמע,
אַז די תורה איז דאָ אויסן אַ נייעם ענין.
ב.
אין ספרי 9
איז פאַראַן אַ מ״ד וואָס לערנט אָפּ פון די ווערטער „והצדיקו את הצדיק״ — „צדקהו כדי שלא ילקה",
און ווי מפרשים 10
זיינען דאָס מפרש אַז מען דאַרף פותח זיין בזכות — אַז צום אַלעם ערשטן דאַרף מען זוכן אויפן בעל דין אַ זכות „כדי שלא ילקה" און ערשט דערנאָך — אַ זאַך פון רשעות — ע״ד ווי באַ דיני נפשות וואָס דער דין איז אַז „פותחין בזכות" 11 .
אָבער מען קען ניט זאָגן אַז רש״י נעמט אָן דעם פירוש,
ווייל אויב אַזוי האָט עס רש״י געדאַרפט זאָגן בפירוש ,
וויבאַלד ס׳איז ניט בגדר אַז אַ „בן חמש למקרא" וועט זיך אַליין כאַפּן אויף דעם פירוש
(ובמכש״כ דערפון וואס דער ספרי איז עס מפרש ).
ובפרט אַז דער פירוש איז ניט אַזוי גלאַטיק אין לשון הכתוב: די צוויי ענינים אין פסוק — „והצדיקו את הצדיק והרשיעו את הרשע״ — ריידן בפשטות וועגן באַזונדערע מענטשן
(די צוויי בעלי ריב,
וואָס איינער איז אַ צדיק און דער צווייטער — אַ רשע)
; משא״כ לפירוש הנ״ל רעדט דער גאַנצער פסוק וועגן דעם זעלבן מענטש: פריער דאַרף מען אויף אים זוכן אַ זכות — והצדיקו
(את הצדיק),
און אויב מען קען ניט געפינען,
איז דאַן — והרשיעו
(את הרשע).
[ועאכו״כ אַז מען קען ניט זאָגן אַז רש״י נעמט אָן בפשוטו של מקרא ווי די דרשה אין גמרא 12 ,
אַז דער פסוק רעדט וועגן אַ פאַל וואָס „עדים זוממין" „הרשיעו את הצדיק" און דערנאָך „אתו עדים אחריני והצדיקו את הצדיק דמעיקרא ושוינהו להני רשעים"
(איז זייער דין — „
(והי׳ אם)
בן הכות רשע",
אַז זיי זיינען חייב מלקות)
; וביותר איז מופרך צו זאָגן אַז דאָס איז אַזוי פשוט אַז רש״י דאַרף עס גאָרניט זאָגן בפירוש!].
ג.
ויש לומר,
אַז דאָס וואָס רש״י דאַרף ניט באַוואָרענען די שאלה
(צוליב וואָס שטייט „והצדיקו את הצדיק והרשיעו את הרשע"),
איז ווייל דאָס איז מובן פון פרש״י אויף התחלת הכתוב „כי יהי׳ ריב״ — „סופם להיות נגשים אל המשפט,
אמור מעתה אין שלום יוצא מתוך מריבה,
מי גרם ללוט לפרוש מן הצדיק הוי אומר זו מריבה".
שטעלט זיך אין דעם די שאלה
(ווי מפרשים פרעגן 13 )
: וואָס איז דאָ דער חסרון אַז „סופם להיות נגשים אל המשפט"?
ואדרבה: דורך זייער „נגשים אל המשפט" וועט ביי זיי ווערן שלום 14 ,
וכמש״נ 15
„ושפטו את העם גו׳ וגם כל העם הזה על מקומו יבוא בשלום" 16 .
די תמי׳ איז נאָך גרעסער: דער מקור פון דעם פרש״י איז פון ספרי 9 ,
אָבער דאָרט איז דער לשון: „אין שלום יוצא מתוך מריבה ..
מי גרם לזה ללקות הוי אומר זו מריבה"
(ד.
ה.
אַז די מריבה איז גורם אַז איינער זאָל לוקה זיין)
; רש״י איז אָבער משנה פון ספרי,
און אַנשטאָט „גרם לזה ללקות" זאָגט ער „סופם להיות נגשים אל המשפט "!
איז דער ביאור בזה:
רש״י בפירושו קומט פאַרענטפערן
(אויך 17 )
וואָס דער פסוק נוצט דאָ דעם לשון ריב .
מען געפינט בכמה מקומות,
אַז אַ סכסוך צווישן צוויי מענטשן
(וואָס ווערט געבראַכט פאַר אַ שופט)
ווערט באַצייכנט אין תורה מיטן וואָרט
„דבר״ 18 ,
ע״ד: „כי 19
יהי׳ להם דבר בא אלי ושפטתי בין איש ובין רעהו",
„מי 20
בעל דברים יגש אליהם״.
משא״כ דער לשון „ריב" ווערט גענוצט
(ע״פ רוב 21 )
בשייכות מיט אַ קריגעריי וועלכע די בעלי ריב ברענגען ניט למשפט,
כמו: ויהי 22
ריב בין רועי מקנה אברם גו׳,
ויריבו׳ 23
רועי גרר גו׳,
וכי 24
יריבון אנשים והכה איש גו'" 25 .
לפ״ז וואָלט מער געפּאַסט אַז דאָ זאָל שטיין „כי יהי׳ דבר "
[און ווי מ׳זעט,
אַז אונקלוס 26
איז מתרגם דעם וואָרט „ריב" פון אונזער פסוק 27
— ניט „מצותא״
(ווי ברוב המקומות 28 )
— נאָר „דין" 29 ].
פאַרוואָס־זשע נוצט דער פסוק דאָ דוקא דעם וואָרט „ריב" און ניט „דבר"?
איז רש״י מפרש: „כי יהי׳ ריב — סופם להיות נגשים אל המשפט אמור
מעתה אין שלום יוצא מתוך מריבה " — דאָ רעדט זיך וועגן אַ סכסוך אין אַן אופן פון ריב ,
און פון דעם איז „אין שלום יוצא",
אפילו ניט דורך „ משפט " 30
:
בכלל,
ווען צוויי מענטשן האָבן צווישן זיך אַ סכסוך וואָס איז ניט בגדר מריבה,
קען דער סכסוך אויסגעגליכן ווערן און בריינגט שלום — אָדער זיי קומען דורך צווישן זיך אַליין,
אָדער ב״ד געפינט אַ פשרה; און אפילו אין אַ פאַל ווען ב״ד איז מחליט אַז איין צד איז אינגאַנצן גערעכט,
איז וויבאַלד זיי האָבן ניט קיין „ריב" צווישן זיך און זיי זוכן דעם אמת,
וועט זיי אויך דער פסק דין צוברענגען צו שלום.
בשעת אָבער עס איז דאָ אַ ריב — אַז דער סכסוך ווערט פאַרוואַנדלט אין אַ קריגעריי,
קען דאַן קיין שלום ניט ווערן.
זיי וועלן קומען למשפט און דער ב״ד וועט אַרויסגעבן אַ פסק דין חתוך ,
ווער איז גערעכט און ווער איז אומגערעכט,
אָבער אויך נאָכן פסק דין איז „אין שלום יוצא" 31 .
און אויף דעם ברענגט רש״י אַ ראי׳ ודוגמא פון לוט — „מי גרם ללוט לפרוש מן הצדיק הוי אומר זו מריבה": דלכאורה — דער ריב דאָרט איז דאָך געווען
(ניט צווישן לוט ו
(אברהם)
הצדיק,
נאָר)
בלויז צווישן רועי אברהם ורועי לוט.
אברהם ולוט מצד עצמם זיינען געווען „אנשים אחים" 32 .
וויבאַלד
אָבער אַז דערביי האָט זיך געשאַפן אַ „ריב",
האָבן זיי ניט געקענט בלייבן בשלום אין איין אָרט,
און לוט האָט געמוזט פורש זיין „מן הצדיק".
ד.
עפ״ז ווערט פאַרענטפערט בדרך ממילא פאַרוואָס דער פסוק זאָגט „והצדיקו את הצדיק והרשיעו את הרשע״ — ווייל לויט פרש״י ,
איז דאָס די כוונה פון פסוק 33 ,
אַז „כי יהי׳ ריב",
איז „אין שלום יוצא״ — עס וועט קיין שלום ניט ווערן,
אפילו דורכן משפט,
ווייל דאָ איז דער משפט אין אַן אופן פון „ והצדיקו את הצדיק והרשיעו את הרשע ":
דאָ רעדט זיך ניט וועגן בעלי דינים וואָס זוכן דעם אמת ובמילא — אַ משפט וועלכער ברענגט שלום צווישן זיי,
נאָר — איינער איז אַ צדיק און דער צווייטער אַ רשע ,
און דער צוועק פונעם פסק דין איז בלויז צו אויסגעפינען און מצדיק זיין דעם צדיק והרשיעו את הרשע.
ה.
ויש להוסיף עוד,
אַז דער פסוק באַוואָרנט דאָ נאָך או ענין:
מען קען מיינען אַז וויבאַלד דאָס איז אַ „ריב",
אַז זיי פירן אַ מחלוקת,
אַז איינער פון זיי,
אָדער זיי ביידע זיינען בעלי מחלוקת
(רשעים 34 )
— דאַרף מען זיי ניט משפּט׳ען אין זייער דין ודברים,
נאָר מעניש זיין זיי פאַר מחלוקת און
דערנאָך וועט מען זען: ביטול המחלוקת קען ברענגען צו שלום,
מודה זיין על האמת א.
ז.
וו.
— זאָגט תורה: „כי יהי׳ ריב גו׳ ושפטום ": ניט קוקנדיק אויף זייער „ריב" ליגט אַ חיוב אויף ב״ד צו משפּט׳ן זיי,
זיך אַריינלייגן אין דעם סכסוך,
פאַנאַנדערקלייבן זיך אין די פרטי הדבר און אַרויסגעבן אַ פסק־דין.
אויך נאָכדעם — איז דאָ אַן אָרט צו דענקען,
אַז וויבאַלד זיי פירן צווישן זיך אַ ריב ,
איז ניט מעגלעך אַז איינער זאָל זיין אינגאַנצן גערעכט,
אַריינגייענדיק אין מחלוקת וועלן סו״ס ביידע מגזם זיין אין זייערע טענות וכו' 35
; ובמילא קומט מען לידי מסקנא,
אַז ווען דער שופט איז איינעם פון זיי מצדיק
(כפשוטו ש״מ — אינגאַנצן),
איז דאָס אַ פס״ד בטעות —
איז די תורה ממשיך: „והצדיקו את הצדיק והרשיעו את הרשע ": עס קען טאַקע זיין אַז אין דעם פרט פון „ריב"
זיינען ביידע שולדיק,
אָבער בנוגע דעם עצם דין איז „ והצדיקו את הצדיק והרשיעו את הרשע": אין דעם זיינען די שופטים גערעכט אַז איינער איז אינגאַנצן גערעכט,
און דער צווייטער — אינגאַנצן אומגערעכט.
וי״ל — אַז
(ע״ד לימוד הגמרא)
דערביי באַוואָרנט מען נאָכמער — „והצדיקו את הצדיק,
דמעיקרא " 36
: בשעת אַ ב״ד צדק איז איינעם מצדיק לגמרי,
וועט מען זען אַז בנוגע דעם „ריב" ומחלוקת,
איז ער אויך אַ צדיק,
איז אינגאַנצן ניט שולדיק אין דעם 37
; דער „ריב" איז געוואָרן מצד דעם רשע ,
און געבליבן דעם רשע׳ס 38
אָבער ער איז אַ צדיק — „והצדיקו את הצדיק דמעיקרא".
(משיחת ש"פ תצא תשמ״א)