B"H
🏡

Ikar

תצא ג

א.

בשייכות צום פסוק 1

„לא תחרוש בשור ובחמור יחדיו",

שטייט אין משנה

(מס׳ בבא קמא 2 )

: „אחד שור ואחד כל בהמה ..

א״כ למה נאמר שור או חמור אלא שדבר הכתוב בהוה",

און די גמרא 3

איז מסביר אַז „כלאים דחרישה יליף שור שור משבת" 4

(דכתיב 5

שורך וחמורך וכל בהמתך,

רש״י).

בפרטי הדין געפינט מען אַ מחלוקת הראשונים:

דער רמב״ם פּסק׳נט 6

„אחד שור וחמור ואחד כל שני מינין שאחד טמא ואחד טהור ..

לוקה מן התורה"

(און פירט אויס,

„אבל מדברי סופרים שני מינין שהן כלאים בהרבעה

(ד.

ה.

יעדע צוויי מינים

(טהורים אָדער טמאים))

אסורים לחרוש בהם כאחד ולמשכן ולהנהיגם")

;

דער רא״ש שרייבט אויף דעם 7

„ואין דבריו נראין",

און ער פּסק׳נט,

אַז אפילו אויב שניהם טהורים אָדער שניהם טמאים,

איז מען אויך עובר מן התורה.

און יסוד המחלוקת איז אין דעם פירוש פון דער משנה אין כלאים 8

:

די משנה זאָגט 9

„כלאי בהמה מותרים לגדל ולקיים ואינם אסורים אלא מלהרביע ..

(און די משנה שלאח״ז איז ממשיך)

בהמה עם בהמה וחי׳ עם חי׳ ..

טמאה 10

עם טמאה וטהורה עם טהורה טמאה עם טהורה וטהורה עם טמאה אסורין לחרוש כו׳".

לערנט דער רא״ש,

אַז „מתניתין

(די צווייטע משנה)

כוללת יחד טמאה עם טמאה טהורה עם טהורה טהורה עם טמאה וטמאה עם טהורה",

ד.

ה.

אַז דער איסור פון „כלאים דחרישה" 11

איז אויך דאָ ביי טמאה עם טמאה און טהורה עם טהורה.

דער רמב״ם אָבער לערנט

(אין פירוש המשניות),

אַז די ערשטע עטלעכע פאַלן

(פון דער צווייטער משנה)

קומען בהמשך צו איסור הרבעה פון דער ערשטער משנה,

און בלויז די פאַלן „טמאה עם טהורה וטהורה עם טמאה" באַציען זיך צום אויספיר פון „אסורין לחרוש כו'".

און דער פשט לויטן רמב"ם איז — ובפרט לויט זיין גירסא במשנה זו 12

אַז זי הייבט זיך אָן „ במה דברים אמורים "

(אַז זיי זיינען אסורים נאָר „מלהרביע")

„בהמה עם בהמה כו',

אבל טמאה עם טהורה ..

אסורין

(אויך)

לחרוש כו'".

ויש לומר,

אַז אויך סברא ישנה בדבר און די סיבת המחלוקת איז ניט

(נאָר)

מצד פירוש המשנה,

נאָר מצד הסברא,

ואדרבה — מצד זייער מחלוקת בסברא קומט אַרויס די מחלוקת אין פירוש המשנה

(וקביעות הגירסא במשנה).

ב.

לכאורה וואָלט מען געקענט לערנען,

אַז די מחלוקת באַשטייט אין דעם פירוש פון דעם כלל „דבר הכתוב בהוה" וואָס די משנה זאָגט אין ב"ק

(אויך)

בנוגע צו כלאי בהמה:

לויטן רא״ש,

ווען מ׳זאָגט „דבר הכתוב בהוה",

מיינט עס לגמרי,

נאָר דערפאַר וואָס עס איז „הווה".

ד.

ה.

מ׳קען גאָרניט ממעט זיין,

שולל זיין דערפון וואָס תורה זאָגט „בשור ובחמור",

דער איסור איז חל אויף אַלע בע״ח.

דאַקעגן לדעת הרמב״ם,

איז כאָטש אַז מ׳זאָגט „דבר הכתוב בהוה",

איז ניט מסתבר צו זאָגן אַז ס׳איז ניטאָ קיין שום לימוד פון דעם וואָס דער פסוק איז מפרט און זאָגט ניט סתם „כלאים" וכיו״ב.

דעריבער זאָגט דער רמב״ם,

אַז מ׳לערנט דערפון אָפּ 13

בנוגע דעם סוג כללי,

אַז עס מוז זיין אחד טהור ואחד טמא.

[און הגם אַז בנוגע די אַנדערע זאַכן אין דער משנה אין ב"ק

(ווי „נפילת הבור" און „תשלומי כפל" וכיו״ב)

האַלטן אַלע אַז דאָס מיינט כל בהמה וחי׳ ועוף,

און דאָס וואָס תורה ברענגט שור וחמור איז בלויז מצד „דבר הכתוב בהוה",

איז אָבער כלאים אַנדערש:

ביי „נפילת הבור" וכיו״ב,

איז דער

(עיקר ה)

ענין — תשלומים פאַר נזק

וכיו״ב פון דעם בעה״ב 14

איז ניטאָ קיין סברא צו מחלק זיין צווישן סוגי בע"ח וואָס מ׳האָט מזיק געווען 15

;

משא״כ ביי כלאים

(דחרישה),

וואו דער תוכן האיסור איז דער חיבור פון די צוויי מינים יחדיו,

און תורה איז מדייק צו שרייבן

(ניט „בהמתך״ סתם,

ווי ביי כלאים דהרבעה 16 ,

נאָר)

„בשור ובחמור" — לערנט מען דערפון,

אַז דאָס איז נאָר במין טהור וטמא].

אָבער כד דייקת קען מען אַזוי ניט לערנען,

ווייל ס׳איז היפך המשמעות הפשוטה פון „דבר הכתוב בהוה",

צו זאָגן אַז עס איז דאָ אַ דיוק.

ונוסף על זה: דער רמב״ם איז מפרש די משנה אין ב"ק,

בנוגע צו כלאים דחרישה 17

אַז דאָס מיינט כל שני מיני בהמות

(אויך טהור וטהור און טמא וטמא),

נאָר ער לייגט צו „וזה מדרבנן אבל מן התורה אינו אסור ..

אלא בהמה טהורה וטמאה בלבד דומיא דשור וחמור"; במילא איז מובן,

אַז אויך לדעת הרמב״ם גייט דער כלל „דבר הכתוב בהוה" אין משנה אויף אַלע מינים 18 .

קען

מען ניט תולה זיין די הסברה פון שיטת הרמב״ם אין דעם פירוש פון „דבר הכתוב בהוה״ 19 .

ג.

אין דעם טעם האיסור פון כלאים דחרישה געפינט מען דעות שונות:

יש אומרים 20 ,

אַז דער איסור איז „משורש איסור הרבעת הבהמה כלאים" 21 ,

ווייל „דרך כל עובד אדמתו להביא צמדו ברפת אחת וירכיב אותן" 22 .

ויש אומרים 23 ,

אַז „מטעמי מצוה זו ענין צער בעלי חיים".

ועפ״ז אפשר לומר,

אַז אין דעם באַשטייט די מחלוקת פון רמב״ם מיטן רא״ש:

לדעת הרא״ש איז דאָס „משורש איסור הרבעת בהמה",

ווייל סו״ס ברענגט די חרישה יחדיו צו הרבעה; ובמילא איז דער איסור גילטיק ביי אַלע צוויי מינים צוזאַמען,

פּונקט ווי ביי כלאים דהרבעה.

אָבער לדעת הרמב״ם איז דאָס מצד צער בע״ח —

און דעריבער איז דער איסור

(מה״ת)

נאָר ביי טהורה עם טמאה,

בדוגמת שור וחמור,

ווייל דוקא דעמולט איז דאָ דערביי דער טעם „שזה מעלה גרה וזה לא יגר וחושב שהלה אוכל ויש לו צער בע״ח" 24 .

אָדער,

ווי דער חינוך איז מסביר,

אַז דער טעם פון דעם צער איז „שיש למיני הבהמה והעופות דאגה גדולה לשכון עם שאינן מינן וכל שכן לעשות עמהם מלאכה",

און דער עיקר צער איז „בשני מינין שהם כגון שור וחמור שהאחד טהור והשני טמא שטבעם רחוק מאד זה מזה".

עס איז אָבער שווער צו לערנען אַז דער גאַנצער איסור פון כלאים דחרישה איז נאָר משום צעב״ח,

וויבאַלד אַז אין תורה שטייט דער פסוק „לא תחרוש גו׳" צווישן די פסוקים פון כלאים 25

(כלאי הכרם און כלאי בגדים) 26 ,

און אויך אין משנה 27

זיינען די דינים

(פון כלאים דחרישה)

אין מס׳ כלאים און בחדא מחתא מיט „כלאים דהרבעה" 11 .

ובפרט אַז דער רמב״ם אַליין איז מבאר אין מו״נ 28 ,

אַז דער טעם פון כלאים דחרישה איז „כי אם יקבץ בין

שניהם פעמים ירכיב אחד מהם על חבירו״ 29 .

ד.

ויש לומר,

אַז זייער מחלוקת איז צי דער ענין פון כלאים דחרישה איז אַ חלק פון כלאים דהרבעה,

אָדער דאָס איז אַ דין בפ״ע״* 29

:

דער רא״ש האַלט אַז כלאים דחרישה איז דער זעלבער ענין ווי כלאים דהרבעה,

און דער רמב״ם האַלט אַז עס איז אַ ענין בפני עצמו 30 .

און הסברת הפלוגתא

(צי כלאים דחרישה איז דער זעלבער ענין ווי כלאים דהרבעה)

: כלאים איז תוכנו — „עירוב",

„תערובת" 31

:

לדעת הרמב״ם איז דער איסור כלאים דהרבעה פאַרבונדן מיט אַ תערובת וועלכע איז ניכר וגלוי — אַלס תוצאה פון פעולת ההרבעה ווערט נוצר אַ ולד מיט אַ מראה מיוחד ותכונות גופו וכו׳ אַ מין חדש וועלכער קומט פון הרכבת שני מינין דוקא 32

; משא״כ ביי כלאים דחרישה איז דער ענין התערובת ניט משפיע וניכר אין דער חרישה וכו׳.

און דערפאַר איז לדעת הרמב״ם — זייענדיק כל אחד אַן ענין בפ״ע — אַ חילוק צווישן כלאים דהרבעה

(אַז זיי זיינען ביי אַלע שני מינין),

און כלאים דחרישה

(דוקא מין טהור ומין טמא).

אָבער דער רא״ש האַלט,

אַז ביי ביידן,

סיי ביי כלאים דהרבעה סיי ביי כלאים דחרישה,

איז דער איסור די פעולה פון מחבר זיין צוויי מינים — ובמילא איז ביי ביידן דער זעלבער דין.

ה.

דער ביאור הנ״ל איז אָבער ניט אינגאַנצן גלאַטיק לדעת הרמב״ם:

פון דעם וואָס דער רמב״ם פּסק׳נט אַז א)

„מותר להכניס שני מינין לסהר אחד ואם ראה אותם רובעים זה את זה אינו זקוק להפרישן" 33 ,

ב)

„מי שעבר והרכיב בהמתו הרי הנולד מהם מותר בהנאה" 34 ,

ג)

דער איסור מה״ת איז דוקא ווען ער טוט די מעשה בידיו 35

— איז משמע,

אַז באַ כלאים דהרבעה איז דער גדר האיסור ניט פאַרבונדן דערמיט וואָס דערפון ווערן נולד תולדות אין וועלכע ס׳איז ניכר וגלוי דער ענין ההרכבה,

נאָר די עצם מעשה ההרכבה

(ההרבעה)

איז אסור 36 .

ועפי״ז איז כלאים דחרישה אין גדר פון כלאים דהרבעה,

ס׳איז „משם אחד",

ווי ס׳איז משמע אויך דערפון וואָס דער רמב״ם איז זיי כולל אין איין פרק

(אין הלכות כלאים 37 )

— וואָרום ביי ביידן איז דער זעלבער גדר האיסור — די פעולת החיבור.

ויש לומר טעם החילוק ביניהם:

דער תוכן פון איסור כלאים איז,

וואָס מ׳איז מחבר צוויי זאַכען וועלכע זיינען בניגוד זה לזה,

דורך דער פעולת האדם ווערט עס אַ חפצא פון כלאים 38

;

אָבער דער אופן העירוב שלהם,

איז ניט גלייך אין אַלע פאַלן,

ס׳איז תלוי אין אופן החיבור:

ביי הרבעה,

וואו דער חיבור איז בתכלית ובלשון הכתוב 39

והיו לבשר אחד,

ווערט באַ יעדערע צוויי מינים אַ חפצא של כלאים — תערובות,

ווייל דער חיבור פון יעדן מין האָט דער אויבערשטער איינגעשטעלט דוקא „למינהו"; אָבער ביי כלאים דחרישה,

וויבאַלד אַז זייער חיבור איז נאָר אין אַן ענין וואָס איז מחוץ להם ,

זיינען זיי ניט כלאים,

סיידן די מלאכה וכו׳ ווערט געטאָן מיט צוויי סוגים 40

פון טהור וטמא,

וועלכע זיינען הפכים אויך בענינים שמחוץ להם

(בנוגע לאכילת האדם וכו׳) 41

— דעמולט ווערט עס אַ תערובות 42

— כלאים 43 .

ו.

דער ביאור הפלוגתא בפנימיות הענינים:

מ׳געפינט אין חסידות 44

צוויי ביאורי האיסור פון „לא תחרוש בשור ובחמור יחדיו":

א)

„ענין הלאו דלא תחרוש בשור

ובחמור יחדיו היינו להרחיק קליפת החמור שלא תקבל מבחי׳ הקדושה" 45 .

ב)

דער איסור איז ווייל „שור" איז בחי׳ גבורות און „חמור" איז בחי׳ חסדים — און „אסור לערבם יחד" 46 .

ואלו ואלו דברי אלקים חיים 47 ,

ויש לומר,

אַז די צוויי ביאורים זיינען בהתאם צו דער פלוגתא פון רמב״ם מיטן רא״ש:

לויט שיטת הרמב״ם,

אַז דער לאו פון „לא תחרוש" איז דוקא ביי מין טהור עם מין טמא,

איז דער טעם האיסור אַז „קליפה" זאָל ניט מקבל זיין פון קדושה

[וואָרום אַ מין טהור איז שרשו פון ק״נ וואָס קען נתעלה ווערן לקדושה,

און אַ מין טמא איז שרשו פון גקה״ט 48

; איז בשעת מען טוט אַ מלאכה מיט אַ מין טהור צוזאַמען מיט אַ מין טמא — קען דער מין טמא „מקבל זיין" פון דעם מין טהור].

לויט שיטת הרא״ש,

אַז דער איסור איז גילטיק ביי אַלע מינים,

אפילו טהור עם טהור און טמא עם טמא,

איז דער טעם האיסור ווייל עס טאָר ניט זיין דער עירוב פון מדות וואָס דער אויבערשטער האָט זיי באַשאַפן — הפכיות.

ז.

ע״פ הנ״ל יומתק נאָך אַן ענין: מובן אַז אַ מצוה,

קדושה,

תוספת אור — קען מאַכן שלום צווישן הפכים,

ע״ד מש״נ עושה שלום במרומיו מיכאל שר של מים וגבריאל שר של אש ואין מכבין זה את זה 49 ,

אָבער — ניט ח״ו

(תוספת יניקה)

קבלה בקליפה,

וואָס דערפאַר איז ציצית,

בגדי כהונה וכו׳ — מתיר נאָר כלאי שעטנז — וואָס צמר ופשתים זיינען היפך זמ״ז,

אָבער ביידע היתר,

און דאַמאָלס קען ווערן נאָכמער — אַ יתרון,

בדוגמת בגדי כהונה „לכבוד ולתפארת" דוקא דורך צמר ופשתים יחדיו 50 .

(משיחת ש"פ תצא תשמ"א)

Reader controls and commentary are loading.