א.
ביים סוף פון דער היינטיקער סדרה,
אין דער פרשה פון עגלה ערופה,
שטייט אין פסוק 1
„והורידו זקני העיר ההיא את העגלה אל נחל איתן אשר לא יעבד בו ולא יזרע וערפו שם העגלה בנחל".
איז רש"י מפרש אויפן וואָרט „וערפו": קוצץ ערפה בקופיץ.
אמר הקב"ה תבא עגלה בת שנתה שלא עשתה פירות ותערף במקום שאינו עושה פירות לכפר על הריגתו של זה שלא הניחוהו לעשות פירות.
דער מקור פון פירוש רש"י זה איז אין גמרא 2 .
ס'איז אָבער ידוע אַז ענינו פון פירוש רש"י על התורה איז,
ווי רש"י אַליין זאָגט: אני לא באתי אלא לפשוטו של מקרא 3 ,
און ער ברענגט מדרשי חז"ל נאָר דאַמאָלס ווען ס'איז מוכרח לפשוטו של מקרא 4 .
איז ניט מובן בנדו"ד: צוליב וואָס דאַרף רש"י צוגעבן דעם ענין פון „אמר הקב"ה תבא עגלה כו'",
וואָס איז אַ כעין נתינת טעם אויף דעם ציווי?
— מצד פשוטו של מקרא איז ניטאָ קיין הכרח צו זוכן טעמים אויף
(פרטי ה)
מצות 5 .
אויך דאַרף מען פאַרשטיין: א)
פאַרוואָס זאָגט ער דאָ דעם לשון „אמר הקב"ה",
וואָס איז ניט רגיל בפירושו ביי
אַנדערע ענלעכע הסברות וביאורים 6
; און ס'איז מובן בפשטות אַז רש"י דאַרף עס ניט זאָגן,
ווייל אַלע ענינים פון תורה איז „אמר הקב"ה".
און אע"פ אַז דאָס איז דער לשון הגמרא 7
— איז אָבער רש"י בפי' על התורה ניט אויסן צו מעתיק זיין לשון הגמרא אָדער מדרש וכיו"ב,
(ובפרט אַז ער גיט דערביי ניט צו די ווערטער „דרשו רבותינו" וכיו"ב)
; און דאָ איז עס נאָכמער מוכח דערפון,
וואָס בהתחלת פירושו דאָ איז ער משנה פון לשון הגמרא 8
— טאָ פאַרוואָס איז ער מעתיק די ווערטער „אמר הקב"ה" 9 ?
ב)
בכל אופן: פאַרוואָס איז רש"י מצרף דעם ענין „אמר הקב"ה תבא עגלה כו'" בהמשך צו זיין פירוש אויף „וערפו" — „קוצץ ערפה בקופיץ"?
דער טעם „תבא עגלה כו'" איז ניט אויף דעם פרט פון „וערפו",
נאָר אויף דעם ציווי בכללותו — פאַרוואָס מען נעמט
(בל' רש"י)
אַן „עגלה בת שנתה כו'" און מען הרג'ט עס „ב
(נחל איתן — )
מקום שאינו כו'"
(און ווי ס'איז מפורש
ומודגש אין גמרא: „מפני מה אמרה תורה הביא עגלה בנחל")
—
רש"י האָט געדאַרפט שטעלן די צוויי ענינים אין צוויי באַזונדערע דיבורהמתחיל'ס: מעתיק זיין דעם וואָרט „וערפו" און אים אָפּטייטשן — „קוצץ ערפה בקופיץ"; און דערנאָך אַ באַזונדער ד"ה מיט די ווערטער „וערפו שם את העגלה בנחל" און מפרש זיין דעם טעם: „אמר הקב"ה תבא עגלה כו'" 10
(אָדער בריינגען דעם טעם בהתחלת פירושו אויף דעם פסוק,
אין פריערדיקן ד"ה „אל נחל איתן" וואו ער איז מפרש „קשה שלא נעבד") 11 .
ב.
וי"ל הביאור בזה:
ע"ד הרגיל איז ניט דרכו של רש"י
(בפירושו עה"ת)
צו מפרש זיין די טעמי המצוות; ווען ער קומט אָבער צו אַזאַ מצוה וואָס איז ניט בהתאם מיט כללי וציוויי התורה בכלל,
דאָרט מוז רש"י זיך שטעלן און מפרש זיין דעם טעם השינוי.
ובנדו"ד: בנוגע הבאת ושחיטת בע"ח לצורך האדם געפינט מען
(ביז פרשתנו)
כמה סוגים: א)
קרבנות וואָס ענינם איז כפרה 12 ,
כמפורש אין פ' ויקרא און צו; ב)
ענינם דאַנקען פאַר ברכות,
אָדער בריינגען ברכות 13 ,
ג)
וואָס זייער ענין איז צו מטהר זיין,
ווי באַ מצורע — „זאת תהי' תורת המצורע ביום טהרתו
וצוה הכהן ולקח למטהר שתי צפרים חיות" 14 .
און דער חילוק ביניהם:
קרבנות לכפר אָדער וועלכע זיינען שייך צו ברכות — ווערן געבראַכט אין משכן ובית המקדש „ לפני ה' " 15 ,
„המקום אשר יבחר ה' אלקיכם בו לשכן שמו שם" 16 ,
וואָס די הקרבה לפני ה' איז פועל דעם „ונרצה לו לכפר עליו" 17 ,
אָדער „לפני ה'" — מקור הברכות.
משא"כ די שתי צפרים באַ מצורע לטהרתו איז עשייתן „מחוץ 18
למחנה,
חוץ לשלש מחנות
(אין דעם מקום המצורע)
שנשתלח שם בימי חלוטו" — ער זאָל נטהר ווערן און קענען אַריינקומען אין מחנה,
און דעמאָלט ברענגען די קרבנות בביהמ"ק לכפרתו 19 .
מען געפינט נאָך צוויי קרבנות וואָס אויך זייער הקרבה איז ניט בביהמ"ק — שעיר המשתלח ביום הכפורים און פרה אדומה.
שעיר המשתלח ווערט אויך אָנגערופן חטאת
(שני שעירי עזים לחטאת 20 ),
— און כאָטש ער ווערט ניט נקרב ע"ג המזבח,
איז אָבער דער עיקר מעשה הכפרה שעל ידו 21 ,
וואָס דאָס איז דער „וסמך ..
והתודה עליו את כל עונות בני ישראל גו' ונתן גו'" 22 ,
ווערט געטאָן „לפני ה'" 23
בעזרה 24
; און דאָס וואָס
ער ווערט אַוועקגעשיקט „אל ארץ גזירה" איז די כוונה דערביי אַוועקשיקן כל עוונותיהם פון בנ"י
(ונשא השעיר עליו את כל עונותם אל ארץ גזירה 25 ).
דאָס איז אָבער
(ע"פ פשוטו של מקרא)
ניט קיין מעשה הקרבה 26 ,
נאָר הפכו.
לאידך באַ פרה אדומה,
כאָטש אַז אויך עשייתה איז „מחוץ למחנה — חוץ לשלש מחנות" 27 ,
איז דאָך אָבער ענינה — הכשר והקדמה צו מאַכן די מי חטאת לטהר מטומאת מת,
און קענען מקריב זיין אַ קרבן במקדש.
און דאָס וואָס עס ווערט אָנגערופן „חטאת",
זאָגט דאָך רש"י 28
„לשון חטוי כפשוטו ולפי הלכותיו קראה הכתוב חטאת לומר שהיא כקדשים להאסר בהנאה".
ס'איז נאָר ע"פ „מדרש אגדה" וואָס רש"י איז מעתיק 29
„מיסודו של ר' משה הדרשן" די פרטי ועניני כפרה פון פרה אדומה.
ווייל אע"פ אַז איר עשי' איז בחוץ,
זיינען אָבער דאָ אין איר ענינים מעין קרבן: זי דאַרף זיין בכהן,
און נאָכמער „מצותה בסגן",
„ושחט אותה לפניו",
„והזה אל נוכח פני אהל מועד" 30 .
ג.
בפרשתנו אָבער — באַ עגלה ערופה זעט מען אינגאַנצן אַ נייעם ענין: פון איין זייט ווערט געזאָגט אַז זי טוט אויף דעם ענין פון כפרה — „כפר לעמך ישראל גו' ונכפר להם הדם" 31 ,
ניט אַן ענין פון טהרה מטומאה; אָבער לאידך,
איז אין דעם ניטאָ קיין דמיון ושייכות צו קרבנות — ניט אין מקום
(מען ברענגט עס ניט צום ביהמ"ק
(אָדער אויף אַ מזבח וכו')
אפילו ניט נוכח המקדש),
ניט בנוגע די עושי העבודה — זי ווערט ניט געטאָן דורך כהנים
(דער ציווי 32
„ונגשו הכהנים בני לוי" באַציט זיך בפשטות צום זמן פון נאָך דער עריפה „הכהנים 33
אומרים כפר לעמך ישראל") 34 ,
און ניט אין מעשה העבודה — עס איז ניטאָ קיין מעשה שחיטה 35 ,
זריקה וכו'.
[ווען מען וואָלט געלערנט אַז די פעולות ביי עגלה ערופה זיינען בלויז אַ סימן ואות — וע"ד ווי אַנדערע מפרשים 36
טייטשן אַז „כשם שהעגלה תמה ונקי' שלא עשתה שום דבר,
והקרקע קרקע בתולה כך אנו נקיים מן הרציחה",
ועד"ז „ירחצו את ידיהם סימן כשם שידינו נקיות כך אנו נקיים מחלל זה" — וואָלט ניט געווען קיין
(שטאַרקע)
קשיא,
פאַרוואָס דער אויבערשטער הייסט מאַכן אַזאַ סימן.
ע"פ פשוטו של מקרא אָבער איז משמע אַז די אַלע מעשים זיינען חלקים פון דעם מעשה הכפרה].
איז אַ שאלה לויט פשוטו של מקרא — דאָס איז ניט בהתאם צו הוראות התורה ווי אַזוי און וואו עס ווערט אויפגעטאָן כפרה — אַז עס איז דורך הקרבת הקרבנות לה' ע"י כהן בביהמ"ק!
[נאָך מער: ס'איז אַן איסור וחיוב כרת אויף שחוטי חוץ,
„ואל פתח אהל מועד לא הביאו להקריב קרבן לה' גו'
(עס מוז זיין)
אשר יביאו בנ"י את זבחיהם גו' לה' אל פתח אהל מועד אל הכהן וזבחו גו' לה' גו' וזרק גו' על מזבח ה'" 37 ].
דעריבער איז רש"י מפרש: „ אמר הקב"ה תבא עגלה בת שנתה כו' ותערף כו'",
דאָ איז אַן אמירה נוספת — מיוחדת פון דעם אויבערשטן,
אַן ענין של חידוש לגבי שאר התורה — אַ נייער אופן פון כפרה,
וואָס איז ניט ווי קרבנות* 37
ושאר עניני כפרה אין דער
תורה.
דאָ קומט די כפרה דורך דעם וואָס די פעולה,
און דער מקום,
און דער קרבן,
זיינען בהתאם צו די פרטים אין דער הריגה.
עפ"ז מובן אַז דאָס וואָס רש"י איז מפרש „אמר הקב"ה תבא עגלה כו'" בהמשך צו „קוצץ ערפה בקופיץ",
איז
(ניט נאָר ווייל דער שינוי פון עריפה
(און ניט שחיטה)
באַווייזט אַז דאָ איז עס ניט קיין פעולה פון כפרה ווי באַ קרבנות בכלל,
נאָר אויך)
ווייל דאָס איז אַ פרט עיקרי וואָס איז מכריח דעם פירוש פון „אמר הקב"ה כו'".
ד.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם וואָס פריער,
אין פ' בא 38
(באַ פטר חמור)
איז רש"י מפרש אויף „
(ואם לא תפדה)
וערפתו" 39
: „עורפו בקופיץ מאחוריו והורגו,
הוא הפסיד ממונו של כהן לפיכך יפסיד ממונו".
פאַרוואָס איז רש"י דאָ משנה פון פירושו בפ' בא,
וואו כאָטש אַז ער זאָגט דעם טעם „הוא הפסיד כו'" בהמשך לפירושו
(ווי דאָ)
אויף „וערפתו",
זאָגט ער ניט דערביי „אמר הקב"ה",
ווי בפרשתנו 40 .
וע"פ הנ"ל איז דאָס מובן: עריפה לגבי שחיטה — איז מיתה באופן אכזרי,
„עורפו בקופיץ מאחוריו" קומט די מיתת הבהמה דורך יסורים וצער 41 .
משא"כ ביי שחיטה מן הצואר — ניטאָ קיין שבירת העצם פון צוואר וכו' 42 ,
ווי דער בן חמש למקרא זעט.
און רש"י איז מסביר באַ פטר חמור* 42
: דאָס וואָס תורה זאָגט „אם לא תפדה וערפתו" מיינט ניט אַז דער מענטש האָט אַ ברירה פון צוויי גלייכע מצוות: „תפדה בשה",
אָדער „וערפתו" 43
; די פעולה פון „עורפו בקופיץ מאחוריו והורגו",
איז אַן עונש : היות „הוא הפסיד ממונו של כהן לפיכך יפסיד ממונו": כדי מדגיש זיין אַז דאָס איז אַן ענין פון הפסד,
ווערט דאָס געטאָן אין דעם אופן פון „וערפתו",
וואָס איז אַן אכזריות
(והפסד בחיי החמור,
ובמילא מעין זה אויך בבעל החמור — ווי מ'זעט בפועל אַז אַ מענשען רירט אָן 44
דער צער פון זיינע בע"ח).
ער זאָגט אָבער ניט דאָרטן „אמר הקב"ה" וואָרום דאָרט איז ניטאָ קיין שינוי לגבי מצות דוגמתו — ס'איז דאָך ניט קיין קרבן כפרה,
תודה,
טהרה וכו'.
בפרשתנו אָבער,
אַן ענין פון כפרה,
איז כאָטש אַז דער פרט פון מקום וואו דאָס ווערט געטאָן,
„נחל איתן קשה שלא נעבד" 45 ,
איז ניט ווי באַ כפרה שע"י הקרבנות בביהמ"ק,
אָבער דער פרט פון וערפתו איז — ווי ביי חטאת העוף „ומלק את ראשו ממול ערפו" 46 .
דערפאַר זאָגט רש"י און איז מפרט
(כאָטש ער האָט שוין מפרש געווען דעם טייטש פון עריפה פריער 47 )
„ קוצץ ערפה בקופיץ " 48
(און איז אויך משנה פון לשון המשנה „ עורפין אותה בקופיץ מאחורי'"),
צו מדגיש זיין אַז דאָ איז ניטאָ קיין פעולה בדומה צו מעשה הקרבנות,
ווייל אַזאַ פעולה פון „קוצץ" זיין דעם עורף של בהמה
(וועלכע האָט אַ שטאַרקן עצם הצוואר,
און)
מיט אַ „קופיץ" 49
— „כמין סכין גדול" 50
— איז
בהיפך פון שחיטה,
וואָס דאָס מאַכט נאָך שטאַרקער די שאלה: ווי איז דאָס מכפר — בשעת ס'איז ניט בדומה,
און נאָכמער ס'איז בהיפך,
פון הקרבת הקרבנות?
און דעריבער איז רש"י אויך ממשיך ומדגיש „אמר הקב"ה תבוא עגלה כו'",
דאָ איז געזאָגט געוואָרן אַ נייער אופן פון כפרה: „תבוא עגלה בת שנתה שלא עשתה פירות ותערף במקום שאינו עושה פירות",
אַז אַלע ענינים דאָ זיינען דורכאויס באופן של שלילה — א)
עגלה בת שנתה שלא עשתה פירות,
ב)
תערף,
ג)
במקום שאינו עושה פירות,
ווייל עס קומט „לכפר על הריגתו של זה שלא הניחוהו לעשות פירות".
ה.
פון די ענינים מופלאים בפרש"י: ע"פ הנ"ל י"ל אַז רש"י און דער רמב"ם לשיטתייהו אזלי אין דעם פירוש פון „נחל איתן".
רש"י איז מפרש
(כנ"ל)
„נחל איתן — קשה שלא נעבד",
דער רמב"ם 51
אָבער טייטשט „נחל ששוטף בחזקה" און דאָס וואָס עס שטייט „אשר לא יעבד בו ולא יזרע" איז אַן איסור אויף להבא 52 .
וי"ל אַז די מחלוקת איז ניט נאָר אין פירוש הכתוב,
נאָר ס'איז פאַרבונדן אויך מיט אַ פלוגתא אין דעם עצם גדר הכפרה פון „עגלה ערופה":
דער רמב"ם איז מסביר אין מורהנבוכים 53
דעם טעם אויף בריינגען אַן עגלה ערופה ופרטי עניני',
אַז דאָס זיינען תחבולות וועלכע גיבן אַ מעגלעכקייט אַז דער רוצח זאָל נתגלה ווערן,
ובלשונו 54
:
וא"א על הרוב עם החקירה ויציאת הזקנים והעומדים ולקיחת העגלה שלא ירבו דברי בני אדם,
ואולי בפרסום הענין יודע ההורג.
און ער איז מסיים: וחזק זה הענין בהיות המקום אשר תערף בו העגלה לא יעבד בו ולא יזרע לעולם שבעל הארץ יעשה כל תחבולה ויחקור עד שיודע ההורג כדי שלא תערף העגלה ולא תאסר ארצו עליו לעולם 55 .
דער רמב"ן 56
זאָגט
(בנוגע צו דעם פרט פון „נחל איתן"),
אַז „לפי דעתי יש
בו טעם כענין הקרבנות הנעשים בחוץ 57
שעיר המשתלח ופרה אדומה,
ולפיכך מנו חכמים עגלה ערופה מכלל החוקים".
און אַזוי געפינען מיר אין ספר היד פון רמב"ם
(בסוף הל' מעילה)
אַז די אַלע דריי — עגלה ערופה ופרה אדומה ושעיר המשתלח — ווערן דאָרט גערעכנט צוזאַמען 58
אַלס חוקים.
משא"כ לפי דער דרשה וואָס רש"י ברענגט אַראָפּ,
„אמר הקב"ה תבוא עגלה כו' שלא עשתה פירות ותערף כו' לכפר כו'",
קומט אויס לכאורה אַז ס'איז ניט בסוג החוקים.
ו.
ויש לומר,
אַז דאָס זיינען דריי אופנים ווי מען קען לערנען דעם גדר הכפרה פון עגלה ערופה 59
: מצד דעם פועל,
מצד דער פעולה בכללותה,
מצד דעם נפעל
(ומקומו)
:
א)
לפי הרמב"ם במו"נ איז די כפרה מצד הפועל: בשעת די זקני העיר הקרובים אל החלל טוען די אַלע פעולות בכדי צו מגלה זיין דעם רוצח,
איז דאָס גופא אויף זיי מכפר,
עס נעמט אַראָפּ פון זיי 60
דעם עון 61 .
[זאת ועוד: די כפרה באַשטייט ניט נאָר אין דעם וואָס זיי טוען אַלע מיני פעולות אַז ס'זאָל נתגלה ווערן דער רוצח,
נאָר אויך ווייל מיט דעם זיינען זיי מפרסם בפירסום גדול אַז „חפץ הזקנים ואנשי הדעת" איז געפינען דעם רוצח „לנקום ממנו נקמת הנרצח" 62
— און דאָס גופא פאַרהיט און וואָרצלט אויס דעם ענין פון רציחה,
ובמילא איז דאָס גופא מכפר].
ב)
לויטן רמב"ן
(וי"ל אַז אַזוי איז עס אויך לדעת הרמב"ם בספר היד דאָרט),
איז דאָס מצד דער פעולה,
וע"ד ענין הקרבנות
(וואָס אויך אויף דעם זאָגט דער רמב"ם דאָרטן „וכל הקרבנות כולן מכלל החוקים הן"),
אַז די פעולה וכפרה פון קרבנות איז מצד דער מעשה ההקרבה,
עד"ז איז ביי עגלה ערופה,
וואָס „כפרה נאמר בה כקדשים" 63 ,
ד.
ה.
פּונקט ווי ביי אַלע קרבנות איז עס גזירת המלך,
אַז יעדער קרבן איז מכפר אויף אַן עבירה
(עבירות)
מסויימת,
עד"ז זיינען דאָ פעולות
(הקרבנות)
מסוימות שבחוץ,
שעיר המשתלח,
פרה אדומה ועגלה ערופה 64 ,
וואָס גזירת המלך 65
איז,
אַז
(אויך)
די מעשה זאָל מכפר זיין 66 .
ג)
לדעת רש"י „תבוא עגלה בת שנתה כו'" קומט אויס אַ דריטער אופן — אַז די כפרה איז ניט מצד דעם פועל אָדער דער פעולה בכלל 67
— בדוגמת הקרבנות,
נאָר מצד דעם נפעל
(הנרצח,
ועגלה הנערפת)
— „תבא עגלה בת שנתה שלא עשתה פירות ותערף במקום שאינו עושה פירות",
ווייל די כפרה איז ניט
(נאָר)
אויף מעשה רציחה
(פון רוצח)
נאָר במיוחד אויף דעם „תוכן" המיוחד שבנרצח
(ונפעל)
„לכפר על הרגיתו של זה שלא הניחוהו לעשות פירות " 68 .
און דעריבער זאָגט מען דאָ „אמר הקב"ה",
ס'איז געזאָגט געוואָרן אַ נייער אופן פון כפרה ניט ווי באַ שאר אופני כפרה דקדשים 69
(אויך ניט הנעשים בחוץ,
שעיר המשתלח ופרה אדומה) 70 .
ז.
עפ"ז יומתק נאָכמער דער חילוק אין פירוש „נחל איתן": לטעם הרמב"ם במו"נ איז מובן וואָס ער טייטשט „אל נחל איתן ששוטף בחזקה",
ניט קרקע קשה שלא נעבד
(נאָר — אַז מכאן ואילך איז דאָ אַ לאו שלא יעבד בו),
ווייל — לויט זיין טעם — פּועל'ן אַז דער בעל השדה „יעשה כל תחבולה ויחקור עד שיודע ההורג" — איז אויב עס וואָלט
געמיינט קרקע,
דאַרף דאָס זיין אדרבא אַ שדה טובה וואָס איז ראוי לזריעה ביותר 71 ,
וואָס דאַן וועט עס מער אָנרירן דעם בעל השדה און ער וועט זיך מער משתדל זיין צו געפינען דעם רוצח „שלא תאסר ארצו לעולם"* 71
; דערפאַר לערנט דער רמב"ם אַז „נחל איתן" מיינט ניט קרקע,
נאָר אַ נחל של מים 72
„ששוטף בחזקה".
עד"ז איז לטעם הרמב"ם
(בספרו היד)
: וויבאַלד דאָס איז אַ כפרה בגדר וסוג הקרבנות,
איז מסתבר,
אַז דער אָרט פון דער עריפה דאַרף ניט זיין
(בדוקא)
אַ קרקע קשה שלא נעבד,
נאָר פאַרקערט — וואָס מער נבחר,
אַ מקום משובח 73 .
לויט רש"י אָבער,
וויבאַלד אַז דאָ איז נשתנה ונתחדש „אמר הקב"ה" — ס'איז נתחדש געוואָרן אַ נייער סוג פון כפרה,
כנ"ל — איז מסתבר אַז אַזוי ווי די עגלה
איז אַ „שלא עשתה פירות",
און די פעולה איז „עריפה"
(עניני שלילה),
דאַרף אויך דער מקום זיין פון שלילה,
אַזאַ „ שאינו עושה פירות",
„איתן,
קשה שלא נעבד"; אַז ניט נאָר מכאן ולהבא דאַרף עס זיין אַן אָרט שאינו עושה פירות,
נאָר בעיקר — בהווה בשעת העריפה מוז עס זיין אַן „איתן קשה שלא נעבד" — „אינו עושה פירות".
ח.
התורה היא נצחית.
איז מובן,
אַז די הוראה פון פרשת עגלה ערופה איז דאָ בכל הזמנים ובכל המקומות צו אַלע אידן
[ובמיוחד אין זמן הגלות,
וואָס האָט אַ שייכות צום ענין פון שפיכת דמים,
וואָרום ברוחניות איז מען דורך יעדן חטא,
במעשה דבור או מחשבה,
גורם דעם ענין פון „שפיכת דם וחיות אדם דקדושה באדם דקליפה"* 73 ]
— און דאָס איז אַ הוראה נפלאה:
מען רעדט וועגן „ימצא חלל באדמה גו' נופל בשדה " 74 ,
וואָס אין דעם פאַל קען מען טענה'ן: וויבאַלד אַז אין מיתה בלא חטא* 74 ,
איז דאָך זיכער אַז דאָס איז מאת ה',
וע"ד מארז"ל 75
בנוגע לחטא בשוגג
(אויפן פסוק 76
והאלקים אנה לידו)
; איז דער מכה איש איז אַ רוצח און אים קומט אַן עונש גדול,
וויבאַלד אָבער אַז „לא נודע מי הכהו" — ובפרט לפי הפירוש
(בגמרא ו)
ברש"י כנ"ל,
אַז די עגלה ערופה קומט בעיקר „על הריגתו של זה שלא הניחוהו לעשות פירות" איז ער האָט ניט געהאַט דעם מגני ומצלי 77
פון תומ"צ* 77
איז דאָך
בנוגע דעם ניזק כבר נגזר עליו מן השמים 78
— קען מען טראַכטן,
אַז מען האָט צו דעם קיין שייכות ניט און מען דאַרף זיך דערמיט ניט פאַרנעמען.
ועד"ז ברוחניות: בשעת מען טרעפט אַ אידן במעמד ומצב ירוד — „ נופל
(און וואו —)
בשדה ",
ער האָט אַ שייכות צו „עשו ..
איש שדה" 79 ,
היפך פון דער שטאָט,
מקום ישוב אדם — „ושכנתי" פון דעם אדם העליון שעל הכסא 80 ,
אַן אָרט און סביבה פון תומ"צ —
קען מען מאַכן אַ חשבון: וועמענס שולד איז עס וואָס דער איד געפינט זיך אין אַזאַ מצב?
— ער האָט זיך געדאַרפט געפינען ניט בשדה,
נאָר אין אַ מקום מושב ועיר,
אין אַ סביבה פון תורה ויר"ש כו'.
ובמילא,
דאַרפן די אידן וואָס געפינען זיך בעיר,
אין אַ סביבה פון אידן שומרי תומ"צ,
פון זקנים וב"ד,
ניט פאַרנעמען זיך מיט אים.
אויף דעם איז די הוראה פון פרשת עגלה ערופה: דאָס האָט אַ שייכות ניט
נאָר צו די תושבי העיר הקרובה אל החלל,
נאָר אויך צו די זקני העיר ההיא — צום ב"ד פון דער שטאָט 81 ,
ביז דאָס רירט אָן דעם ב"ד הגדול,
„ויצאו זקניך,
מיוחדים שבזקניך,
אלו סנהדרי גדולה" 82 .
און די זקני בית דין פון דער עיר דאַרפן מאַכן זיכער ועד כדי הכרזה אַז „ידינו לא שפכו את הדם הזה" 83 ,
ווי רש"י טייטשט 84
„לא ראינוהו ופטרנוהו בלא מזונות ובלא לוי' " — אַז מען האָט דעם אידן געגעבן „צידה לדרך",
דעם מזון פון תורה וכמש"נ 85
ותורתך בתוך מעי,
ועד"ז — לבושים פון מצות 86
— וועלכע באַשיצן פון „קעלט" און פון קשת וחרב,
„לחם ולבוש" וועלכע וועלן אים באַגלייטן אין דעם שדה עשו — חשך הגלות,
אין דעם מעמד ומצב פון „שדה" וואו ער איז געגאַנגען.
און נאָכמער זאָגט מען,
אַז דאָס איז פאַרבונדן אויך מיט די סנהדרי גדולה שבלשכת הגזית.
דלכאורה: וואָס פאַר אַ שייכות האָבן זיי מיט דעם „חלל" וואָס מ'האָט געפונען — ניט בסמיכות צו ירושלים 87 ,
נאָר צו אַן אַנדער ווייטער שטאָט ערגעץ וואו אין ארץ ישראל 88 ?
— שטייט אָבער אין תנא דבי אליהו
רבא 89
: „הי' להם לסנהדרי גדולה שהניח משה ויהושע כו' לקשור חבלים של ברזל במתניהם ולהגבי' בגדיהם למעלה מארכבותיהן ויחזרו בכל עיירות ישראל יום אחד ללכיש כו' וכן בכל מקומות ישראל וילמדו את ישראל כו' כדי שיתגדל ויתקדש שמו של הקב"ה בעולמות כו'".
ולהעיר — אַז אין תנא דבא"ר ווערט דאָס געזאָגט בנוגע די „שבעים אלף 90
שנהרגו בגבעת בנימין",
אַז „לא הרג אותו אלא הסנהדרי גדולה כו'",
ווען זיי וואָלטן אַרויס בעיירי ישראל וכו' וואָלט ניט געקומען צו מעשה פילגש בגבעה;
עאכו"כ ווען עם רעדט זיך וועגן אידן וואָס געפינען זיך בשדה,
אַ מקום אָן תורה און אָן מצות,
אַז דאָס איז אַ חיוב ואחריות וואָס ליגט אויף ב"ד ישראל.
און דאָס איז די הוראה פאַר יעדן אידן בימינו אלו,
ובפרט אין דעם זמן פון
חודש אלול,
אַז מ'דאַרף אַרויסגיין במקום מושבי בני ישראל 91 ,
אויך אין אַן אָרט וואָס איז ניט קיין סביבה פון תומ"צ
(„שדה")
און אַרויסהעלפן יעדן אידן און אים מעורר זיין,
אַז אין דעם זמן פון אלול געפינט זיך דער מלך מלכי המלכים הקב"ה „בשדה",
און איז מקבל יעדן איינעם אין וואָס פאַר אַ מעמד ומצב ער זאָל זיין „בסבר פנים יפות ומראה פנים שוחקות לכולם" 92 ,
און דאָס גופא העלפט אַרויס דעם אידן אַרויסצוגיין פון דעם מעמד ומצב פון „שדה" אין וועלכן ער געפינט זיך.
און דעמאָלט איז „בלכתו
(המלך)
העירה הרי הם הולכים אחריו",
אין דעם זמן פון ימים נוראים 93 ,
ווען מ'איז ממלא בקשת הקב"ה „שתמליכוני עליכם" 94 ,
ביז צו דעם „כפר לעמך ישראל" 95
ביום הכיפורים,
ווען עס ווערט אויפגעטאָן די כפרה וסליחה ומחילה פאַר יעדן אידן און פאַרן גאַנצן כלל ישראל,
און — סלחתי כדבריך ,
און יעדער איינער און איינע ווערט נכתב ונחתם לאלתר בספרן של צדיקים 96
גמורים.
(משיחות ש"פ: שופטים תצא ותבוא — תשמ"א)