B"H
🏡

Ikar

שופטים א

א.

בנוגע צו דער מצוה פון מינוי מלך — שום תשים עליך מלך 1

— איז ידועה די שאלה 2

:

בשעת אידן האָבן געבעטן ביי שמואל הנביא „תנה לנו מלך" איז ער דערפון געווען זייער אומצופרידן 3 ,

און אויך דער אויבערשטער האָט געזאָגט „כי אותי מאסו גו׳״ 4

— ולכאורה,

דאָס איז דאָך אַ מצוה וואָס דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט אידן?

ובפרט לויטן מאמר חז״ל 5

„ג׳ מצות נצטוו ישראל בכניסתן לארץ להעמיד להם מלך כו׳" — וואָס דערפון איז מובן,

אַז דאָס איז אַ מצוה נעלית ביותר,

ואפילו פון די מצות התלויות בארץ.

און ווידער,

אויב זייער מאָנען אַ מלך אין יענעם זמן איז געווען אַ דבר בלתי רצוי — פאַרוואָס האָט דער אויבערשטער דאַמאָלס אָנגעזאָגט שמואל הנביא אַז ער זאָל נאָכגעבן אידן און ממנה זיין אַ מלך אויף זיי?

ב.

אין חסידות 6

איז אין דעם מבואר,

אַז דער מכוון פון מינוי מלך איז אויף צוויי אופנים

(זה למעלה מזה)

:

א)

אַ טעם פשוט,

ווייל

(בלשון

המשנה 7 )

„אלמלא מוראה

(של מלכות)

איש את רעהו חיים בלעו״ — אַז דער מלך זאָל אָנפירן און אויפטאָן אַז די הנהגה פון די אנשי המדינה זאָל זיין כראוי.

אפילו ווען דער שכל פאַרשטייט אַז מ׳דאַרף זיך פירן כדבעי,

איז עס אָבער ניט גענוג,

ווייל העין רואה והלב חומד וכו' 8

— און דערפאַר דאַרף מען אָנקומען צו יראת המלך,

וואָס פועלט אַז מען זאָל זיך פירן בדרך הישר.

ב)

ווען דער מצב איז אַז המוח שליט על הלב בתמידיות — איז ניט נויטיק אַ מינוי מלך לענין האמור; עס זיינען אָבער דאָ אַזעלכע ענינים,

וואָס דער עם האָט ניט קיין דעת צו פאַרשטיין ווי מען דאַרף זיך פירן בהם — נאָר דער מלך מצד מעלתו וואָס משכמו ומעלה גבוה מכל העם 9

פאַרשטייט זיי,

און ער גיט אַרויס פקודות ווי מען זאָל זיך פירן — און די אנשי המדינה טוען אַזוי,

ווייל אַזוי האָט דער מלך געהייסן.

און דאָס איז דער ענין פון מינוי מלך

(בפנימיותו ובשרשו)

ביי עם ישראל — וואָס זייער אדון און מלך איז דער אויבערשטער,

און דער מלך בשר ודם,

וואָס מ׳איז ממנה,

איז דער ממוצע וואָס איז מגלה מלכותו ית׳ צו אידן:

אידן מצד עצמם זיינען מאמינים,

פאַרשטייען און פילן אַז זייער חיות נעמט זיך פון

(מלכותו של)

הקב״ה,

וואָס דאָס דאַרף ביי זיי אַרויסרופן דעם

ביטול צום אויבערשטן.

בשעת אָבער זיי זיינען אין אַ מצב און ביי זיי פעלט אָט דער ביטול,

דאַרפן זיי אָנקומען צו אַ מלך בשר ודם,

וואָס דורך מורא מלכותו וכו׳ ווערט ביי זיי אויפגעטאָן אַ יראה וביטול צו מלך מלכי המלכים הקב״ה.

אָבער בשעת אידן זיינען ווי עס דאַרף צו זיין און עס איז ביי זיי פאַראַן דער ביטול צו אלקות מצד עצמם,

דעמאָלט איז דער אויפטו פון

(מינוי)

מלך אין אַ העכערן אופן: די מדריגות אין אלקות צו וועלכע אידן קענען מצד עצמם ניט צוקומען,

ווייל די מדריגות זיינען העכער פון זייער השגה — איז דער מלך

(וואָס מצד מעלתו כנ״ל האָט ער אַ השגה אויך אין זיי)

ממשיך ומשפיע זיי צו עם ישראל — און דאָס פועלט באַ אידן אויך אַ העכערן אופן פון יראה וביטול,

אַ ביטול וואָס איז העכער פון זייער הבנה והשגה.

ג.

עפ״ז ווערן פאַרענטפערט די שאלות הנ״ל:

שמואל הנביא האָט געוואָלט אַז דער מצב פון אידן זאָל זיין אין אַן אופן אַז זיי זאָלן שטיין מיט אַ ביטול צו אלקות מצד עצמם,

ניט אָנקומענדיק צו אַ מלך — און דער מלך זאָל ביי זיי פועל זיין די העכערע דרגא פון ביטול און יראה

(בכלל — יראה עילאה )

; אידן האָבן אָבער געבעטן אַ „מלך לשפטנו ככל הגוים " 10

— אַ מלך וואָס זאָל זיי באַוואָרענען פון „איש את רעהו חיים בלעו״ — וואָס דאָס ווייזט אַז ביי זיי האָט געפעלט די דרגא פון יראת שמים,

וואָס אידן דאַרפן האָבן מצד עצמם.

און דערפאַר האָט דער אויבערשטער געזאָגט „כי אותי מאסו גו׳״ — עס פעלט ביי זיי יראת שמים.

און ס׳איז מובן,

אַז אעפ״כ האָט זיי דער אויבערשטער „נאָכגעגעבן״ און געהייסן ממנה זיין אַ מלך — ווייל ווען באַ אַ אידן פעלט ביראה,

מאיזו סיבה שתהי׳,

איז אע״פ אַז ער דאַרף אַליין,

אָן דער השפעה פון מלך,

צוקומען צו דעם ביטול — דאָך קען מען ניט וואַרטן — און ביז דעמאָלט זאָל ער זיין ח״ו אַ איד אָן עול מלכות שמים;

ער דאַרף אויף זיך תיכף אָננעמען אַ מלך,

וואָס זאָל אים באַוואָרענען אין די ענינים; און דערנאָך במשך הזמן,

וועט ער מצד עצמו צוקומען צו דער דרגא פון ביטול און יראה,

ביז אויך צו די דרגות פון סוג הב׳ דורך אַ מלך,

כנ״ל.

ד.

פון יעדן ענין דאַרף מען אַרויסנעמען אַ הוראה אין עבודת ה׳:

אע״פ אַז בזמן הגלות איז ניטאָ קיין מלך — זאָגן אָבער חז״ל 11

„מאן מלכי רבנן".

אַזוי ווי עס איז דאָ די מצוה פון מינוי מלך,

עד״ז האָט אַ איד אויף זיך דעם ציווי פון מלכי רבנן „עשה לך רב״ 12 .

און אויף דעם איז די הוראה פון ענין הנ״ל: עס זיינען פאַראַן אַזעלכע וואָס מיינען,

אַז בנוגע די נידעריקע ענינים קענען זיי אַליין פאַרשטיין און מחליט זיין,

ובמילא דאַרפן זיי וועגן דעם ניט פרעגן ביי אַ „רב".

די משנה זאָגט „עשה לך רב",

יעדער איד דאַרף האָבן אַ „רב״ — זיי טראַכטן אָבער,

אַז דערמיט ווערן געמיינט די

ענינים נעלים; ווען עס קומט אָבער צו ענינים פשוטים,

איז ער אַ מאמין בעצמו,

ער דאַרף ניט אָנקומען צו השפעה פון א ַרב.

דאָס קען ער אַליין אויפטאָן.

אַי,

עס גייט דורך אַ משך זמן און ער שטייט נאָך אַלץ אין זעלבן מצב נמוך — פונדעסטוועגן מיינט ער,

איז ניט כדאי דערמיט צו גיין צום „רב".

ער וועט וואַרטן „עד שיערה עליו רוח ממרום",

ביז ער וועט נתעורר ווערן מיט יראה כדבעי און מתקן זיין אַלץ וואָס ער דאַרף מתקן זיין — בכח עצמו.

אויף דעם איז די הוראה פון מינוי מלך ברוחניות איצטער: הגם אַז

( עליך — באַ אידן)

איז ענינו ופעולתו של מלך בעיקר שייך בנוגע צו העכערע מדריגות,

אָבער ווען ס׳איז אַ מצב פון „אותי מאסו״,

ח״ו,

אָדער אַ חשש אויף דעם — דאַרף מען גלייך נוצן מורא המלך אויף דעם.

ה.

עס זיינען פאַראַן אויך אַזעלכע וואָס זאָגן,

אַז זיי געפינען ניט פאַר זיך קיין „רב״.

דאַרפן זיי וויסן אַז דאָס איז מעצת ופיתוי היצר.

וואָרום לא אלמן ישראל 13 ,

און ס׳איז ניט שייך די מציאות,

אַז צווישן אידן זאָל ניט זיין איינער וואָס האָט מער אהבת ה׳ ויראת ה׳ פון אים — און קען במילא זיין פאַר אים אַ „רב" 14 .

נאָר דערויף דאַרף זיין עשה

(אויך פון ל׳ מעשין על הצדקה 15 ,

כפיית ישות עצמו)

און יגיעה — ער דאַרף זיך מתייגע זיין און זוכן,

ביז ער וועט געפינען אַ „רב".

וואָרום אויף זיך טאָר מען זיך ניט פאַרלאָזן 16

— מען מוז האָבן אַ „רב".

און יגעת ומצאת 17

— אויב ער וועט האָרעווען און זוכן מיט אַן אמת וועט ער געפינען אַ רב.

און דער „רב״ וועט מיט אים „איינלערנען" די פרשיות וואָס דער מלך פלעגט לייענען בהקהל — שמע און והי׳ אם שמוע 18

וכו'; פריער שמע וואָס איז קבלת עול מלכות שמים 19 ,

און דערנאָך „והי׳ אם שמוע גו'

(און)

ואספת דגניך",

ער וועט אים געבן צו פאַרשטיין אויך אין השגה אַז דער „ואספת דגניך" איז תלוי אין דעם „שמוע תשמעו";

און נאָכדעם ווי דער „רב״ וועט ביי אים מעורר זיין די נידעריקע דרגא פון ביטול און קבלת עול,

וועט ער אויף אים דערנאָך ממשיך זיין די העכערע מדריגה — יראה עילאה.

און כהנ״ל האָט אַ שייכות מיוחדת צו עקבתא דמשיחא,

ערב ביאת משיח צדקנו — וואָס ענינו איז דאָך ביידע זאַכן 20

: רב

(ילמד תורה אַלעמען — אפילו לאבות ומשה רבנו 21 )

און מלך — מלכא משיחא.

(משיחת שמחת בית השואבה,

שנת הקהל,

תשי"ג)

Reader controls and commentary are loading.