א.
אויף מצות הענקה
(לעבד עברי ולאמה עברי')
זאָגט דער פסוק 1
דעם טעם: „וזכרת כי עבד היית בארץ מצרים ויפדך ה' אלקיך,
על כן אנכי מצוך את הדבר הזה היום".
שטייט אויף דעם אין ספרי 2
: „וזכרת כי עבד היית בארץ מצרים 3
— הענקתי לך ושניתי לך,
אף אתה הענק לו ושנה לו 4
; מה במצרים נתתי לך ברוחב יד אף אתה תתן לו ברוחב יד.
וכן הוא אומר 5
אם תשכבון בין שפתים כנפי יונה נחפה בכסף זו ביזת מצרים,
ואברותי' בירקרק חרוץ זו ביזת הים; תורי 6
זהב נעשה לך זו ביזת הים,
עם נקודות הכסף זו ביזת מצרים" 7 .
ד.
ה. 8
דער פסוק „וזכרת כי עבד היית בארץ מצרים ויפדך ה"א" מיינט צו זאָגן,
אַז וויבאַלד דער אויבערשטער האָט אויסגעלייזט די אידן פון מצרים און האָט זיי דערביי געגעבן אַ
(צווייענדיקע)
„הענקה"
(„ביזת מצרים" און „ביזת הים")
— „על כן אנכי מצוך את הדבר הזה" — די מצוה פון הענקה צו אַן ע"ע און אמה עברי'.
לפי זה איז שווער 9
: עיקר חסר אין פסוק?
— וועגן דעם עיקר,
דער הענקה ביי יצי"מ ווערט דאָ אינגאַנצן ניט דערמאָנט?
ב.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם הביאור אין דברי הספרי הנ"ל בפרטי ההלכה.
ובהקדמה:
וויבאַלד מען לערנט אָפּ דערפון
(פון אופן יצי"מ)
דעם דין הענקה ובפרטיו „ אף אתה הענק לו ושנה לו וכו' " איז מובן,
אַז ביזת מצרים וביזת הים זיינען ענין „הענקה" ממש,
און ניט סתם אַ נתינה לעבד ביציאתו מעבדות —
איז תמוה 10
:
א)
דין 11
הענקה איז דוקא מיט זאַכן וואָס זיינען „בכלל ברכה"
(נאָר זאַכן וואָס קענען זיך מערן וכיו"ב),
אָבער ניט מיט כספים וכו' 12
— און ביזת מצרים
וביזת הים איז בעיקר באַשטאַנען פון כסף וזהב ובגדים 13
(כמפורש בכמה פסוקים 14
און מדרשי חז"ל 15 ).
ב)
ביי אַן עבד הנמכר לעכו"ם איז בכלל ניטאָ קיין דין הענקה — היינט ווי קען מען זאָגן אַז די ביזה וואָס אידן האָבן באַקומען פון די מצרים זאָל האָבן אַ גדר פון הענקה?
ג)
דער חיוב פון הענקה איז אויפן אדו ן — און דאָ אין ספרי איז ער מדגיש ,
אַז די הענקה ביי יצי"מ איז געווען פון דעם אויבערשטן
(וואָס האָט געמאַכט 16
אַז די מצרים זאָלן געבן 17
אידן די כלי כסף כו')
— „הענק תי ..
ושני תי ..
נת תי 18 ?
ג.
כשם ווי מיר געפינען,
לויטן ספרי,
אַז אידן האָבן באַקומען הענקה בצאתם ממצרים,
עד"ז שטייט אויך בנוגע יוסף'ן,
וואָס איז געווען אַן עבד ביי פוטיפר,
אַז אַרויסגייענדיק לחירות האָט ער באַקומען הענקה,
ווי דער טאַטע איז מבאר אין זיינע רשימות אויף מס' קידושין
(אין דער סוגיא פון הענקה),
וז"ל 19
:
„יוסף שהי' מתחלה עבד עברי כמ"ש 20
ושם אתנו נער עברי עבד,
הנה כשיצא לחפשי ולחירות צריך לתת לו הענקה,
וההענקה שניתן לו,
מלבד זה מה שנתן לו פרעה הטבעת ורביד הזהב ..
ובגדי שש 21 ..
הנה עיקר ההענקה הוא מה שנתן לו הקב"ה,
והוא מה ששלח את גבריאל ולמדו ע' לשון 22 ..
ואל תקשי הרי הענקה צריך להיות מהאדון שהי' עבד לו ..
י"ל מפוטיפר הי' ג"כ הענקה,
והוא מה שניתן 23
לו בתו אסנת" 24 .
ולכאורה תמוה:
א)
יוסף איז טאַקע געווען אַן עבד עברי,
אָבער זיין אדון איז געווען אַ נכרי — היינט ווי קען מען זאָגן אַז „ צריך לתת לו הענקה"
(כנ"ל)?
ב)
וויבאַלד אַז „הענקה צריך להיות מהאדון שהי' עבד לו",
איז:
(א)
פאַרוואָס „ עיקר ההענקה הוא מה שנתן לו הקב"ה "?
(ב)
ווי איז שייך צו זאָגן אַז פרעה'ס נתינת הטבעת ורביד הזהב כו' איז דער ענין פון הענקה וואָס יוסף דאַרף קריגן פאַר זיין עבדות ביי פוטיפר ?
ג)
מיט די אַלע זאַכן וואָס יוסף האָט געקראָגן
(טבעת ורביד הזהב כו',
ע' לשון,
אסנת 25 )
איז מען ניט מקיים מצות הענקה,
כנ"ל.
און כאָטש די רשימה הנ"ל איז ע"ד הקבלה — איז דאָך ידוע די השתדלות
(בכו"כ ענינים)
אויסגלייכן קבלה און נגלה,
ובפרט ע"פ הידוע 26
אַז קבלה און נגלה דתורה איז אַ „תורה אחת",
ווי אַ גוף ונשמה זל"ז; קבלה איז מגלה דעם עומק וסוד וואָס איז נסתר אין נגלה שבתורה.
ויש לומר,
אַז דער אויפטו אין דער רשימה
(אַז ביי יוסף איז דאָס געווען אַ ענין הענקה)
איז מיוסד אויפן ספרי הנ"ל,
וואו מען זעט אַז עס איז דאָ הענקה אויך אין אַ פאַל
(א)
פון אַן עבד עברי הנמכר לעכו"ם,
און
(ב)
אויך ווען די הענקה באַשטייט פון זאַכן „שאינם בכלל ברכה",
און
(ג)
אפילו ווען זי קומט ניט פון דעם אדון —
ועד"ז ביי יוסף'ן,
אַז
(א)
כאָטש ער איז
געווען אַן עבד הנמכר לעכו"ם,
און
(ב)
די הענקה איז באַשטאַנען פון טבעת ורביד הזהב כו',
ע' לשון און אסנת,
און
(ג)
איז געקומען ניט נאָר פון זיין אדון,
נאָר בעיקר פון פרעה און „מה שנתן לו הקב"ה" — איז דאָס אָבער „הענקה".
ד.
והביאור בזה י"ל:
אין הענקה זיינען דאָ צוויי חלקים: א)
די נתינת האדון ,
ב)
קבלת העבד — דאָס וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך איר אין דעם עבד.
דאָס וואָס דער אדון דאַרף געבן הענקה איז פאַרבונדן מיט דער
(פריערדיקער)
עבדות : די נתינה איז הכרת טובה צום עבד פאַר זיין אַרבעט אַלס עבד
[ביז אַז עס איז דאָ אַ סברא,
אַז הענקה
(איז ניט נאָר בתורת צדקה,
נאָר עס)
האָט אַ גדר פון שכר פעולה 27 ]
;
משא"כ די הנאה ותועלת וואָס דער עבד באַקומט פון דער הענקה,
איז עס א ַפרט וחלק פון זיין שחרור : די שלימות השחרור איז אויב
(ער גייט ניט אַרויס ריקם,
נאָר)
ער באַקומט דעמולט אַ מתנה מיוחדת,
וואָס איז מבטל און איז היפך פון עבדות,
עס ווערט און איז אַ מצב פון חירות,
רוחב יד וכו'.
און דער צווייטער פרט אין הענקה — שלימות השחרור של העבד — איז מודגש אין דעם טעם „וזכרת כי עבד היית בארץ מצרים ויפדך ה"א על כן אנכי מצוך גו'",
וויבאַלד אידן זיינען געווען עבדים און „ ויפדך ה"א",
דערפאַר זיינען זיי מחוייב טאָן אַז אַן עבד'ס פדי' ושחרור זאָלן זיין כדבעי.
ה.
עפ"ז איז מובן וואָס דער ספרי זאָגט אַז ביזת מצרים וביזת הים איז געווען אַן ענין פון הענקה:
וויבאַלד אַז דער פסוק רעדט
(ניט וועגן דעם חיוב הנתינה שעל האדון ,
נאָר)
וועגן דער פדיית העבד ,
עס זאָל זיין חירות בשלימות,
איז אין דעם
(א)
קיין אונטערשייד ניט ביי וועמען ער איז פריער געווען אַן עבד,
און
(ב)
ס'איז ניט
(אַזוי)
נוגע פון וועמען די הענקה קומט
(דוקא פון דעם אדון),
נאָר — דאָס וואָס דער עבד בעבר האָט די הענקה בהווה ובעתיד — מצב דחירות.
דערמיט ווערט אויך פאַרענטפערט פאַרוואָס די הענקה
(ביי יצי"מ)
האָט געקענט זיין
(אויך)
פון דברים שאינם בכלל ברכה:
דער תנאי אַז די הענקה מוז זיין פון דברים שישנם בכלל ברכה איז שייך מצד חיוב ההענקה שעל ה אדון
(אַז ער דאַרף געבן אַזאַ הענקה אַז אפילו לאחר זמן זאָל זיין ניכר זיין הכרת טובה וכו'),
אָבער בנוגע דער פעולת ההענקה אויף דעם עבד
(שלימות השחרור והחירות שלו)
— אַז זי ווערט ברגע נתינת המתנה,
דאַרפ'ן דערנאָך ניט האָבן אַ פעולה נמשכת,
ווייל ער איז דאָך אַ בן חורין.
ו.
עפ"ז יש לומר,
אַז דער חידוש דין הנלמד אין ספרי — „הענקתי לך ושניתי לך אף אתה הענק לו ושנה לו,
מה במצרים נתתי לר ברוחב יד אף אתה תתן לו ברוחב יד" — איז ניט קיין אויפטו אין דעם חיוב פון דעם אדון צו געבן הענקה,
נאָר דאָס איז אַן ענין נוסף
(וואָס איז נוגע צו שחרור העבד)
:
מצד דעם חיוב הענקה שעל האדון,
איז דאָ אויך אַ שיעור למעלה מיט וויפל מ'איז יוצא אפילו לכתחילה דעם חיוב
(וואָס איז גענוג אַלס אַן אות פון הכרת טובה לפי גודל עבודתו)
;
אָבער מצד דעם פרט אין הענקה וואָס טוט אויף די שלימות הפדי' של העבד,
איז ניטאָ קיין שיעור — וואָס מערער מתנות ער באַקומט,
נכסים דעצמו
(עס קען זיין במדת נכסי עני,
אָדער — עשיר,
אָדער — מרבה נכסים),
אַלץ מערער איז דאָס מוסיף אין דעם חירות שלו — און דערפאַר „הענק לו ושנה לו ..
ברוחב יד".
ומהאי טעמא ווערט אין פסוק ניט דערמאָנט
(בפירוש)
וועגן דעם „רכוש גדול" וואָס דער אויבערשטער האָט געגעבן אידן בצאתם ממצרים,
נאָר בלויז „ויפדך ה' אלקיך": דער לימוד פון יציאת מצרים איז
(ניט פון דער כמות ההענקה — הענקתי ושניתי כו' — וואָס איז דאָן געווען,
נאָר)
אַז כשם ווי דעמולט איז די חירות פון עבדות במצרים געווען אין אַן אופן פון „ויפדך" בשלימות,
וואָס דאָס מיינט במילא מיט קבלת רכוש גדול
(ביז אַז אויך „הענקתי לך ושניתי לך וכו'")
— עד"ז דאַרפן אידן מקיים זיין,
אַז דער שחרור פון זייערע עבדים זאָל זיין בשלימותו,
און דערפאַר דאַרפן זיי געבן הענקה „שניתי" און „ברוחב יד".
ז.
לויט דעם וועט מען אויך פאַרשטיין די דערמאָנטע דיוקים אין דער רשימה פון טאַטן:
וויבאַלד אַז יוסף איז געווען אַן עבד עברי שנשתחרר,
איז,
ניט קוקנדיק וואָס זיין אדון איז געווען אַ נכרי,
„צריך לתת לו הענקה",
כדי זיין שחרור זאָל זיין אין אַ פולקאָמען אופן.
און אין דער הענקה גופא זיינען דאָ צוויי פרטים: די שלימות השחרור בפשטות ובפועל איז געווען דורכדעם
וואָס פרעה האָט אים ממנה געווען פאַר אַ משנה למלך
(דער היפך ואל קצה השני פון עבדות),
וואָס דאָס איז געווען בנתינת הטבעת ורביד הזהב כו' 28 .
אָבער די אפשריות וההכנה ער זאָל ווערן אַ משנה למלך,
וואָס נעמט אַראָפּ די טענה פון אצטגניני פרעה אַז „עבד 22
שלקחו רבו בעשרים כסף תמשילהו עלינו ..
יהא יודע בשבעים לשון",
איז דורך דער צווייטער הענקה,
וואָס „בא גבריאל ולימדו שבעים לשון".
און דערפאַר איז דאָס „ עיקר ההענקה",
ווייל דאָס האָט אויפגעטאָן ביי יוסף'ן
(מצדו)
די הכנה און דעם שלימות המצב פון חירות; משא"כ די נתינת הטבעת ורביד הזהב כו' וואָס ער האָט געקראָגן פון פרעה'ן איז געווען די תוצאה און דער בפועל פון דעם.
דערנאָך איז ער מחדש אין דער רשימה נאָך אַן ענין: „הענקה צריך להיות מהאדון שהי' עבד לו",
ד.
ה.
אַז אויך אין דער שלימות פון שחרור העבד קומט צו דורך אַ הענקה וואָס דער אדון אַליין איז מעניק — וואָרום ווען ער קריגט אַ מתנה פון דעם זעלבן מענטשן וואָס האָט אים פריער געהאַלטן אַלס עבד,
איז זיין מצב החירות אין אַ פיל שטאַרקערן אופן 29 .
דערפאַר האָט יוסף באַקומען הענקה אויך פון פוטיפר
(אסנת)
; אָבער אעפ"כ איז דאָס נאָר אַ טפל,
און דער עיקר איז וואָס ער האָט באַקומען פון פרעה און די שבעים לשון — ווייל די הענקות האָבן
אין אים אויפגעטאָן די שלימות הפדי' והשחרור שלו,
כנ"ל.
ח.
דער ביאור הנ"ל
(ע"ד הנגלה)
אין דעם גדר ההענקה — אַז דאָס איז אויך פאַרבונדן מיט דעם שחרור העבד — איז אויך מתאים מיטן ביאור פון טאַטן פון מצות הענקה ע"ד הקבלה:
אין דער רשימה הנ"ל איז ער מבאר 30 ,
אַז „עבד עברי הוא ..
רק בחי' מוחין דקטנות ..
וכשנגמר עבודתו ..
הוא שנעשה בן חורין,
חורין הוא חו"ב ..
והנה כשיוצא לחפשי ..
צריך להיות ג"כ הענקה ..
הכפל דהעניק תעניק י"ל שהוא לנגד חו"ב,
והוא כי מה שנעשה בן חורין הוא מצד חו"ב כנ"ל,
הנה מחו"ב נמשך גם ההענקה אליו".
זעט מען,
אַז די הענקה ביציאתו לחירות איז ניט קיין באַזונדערער זייטיקער ענין
(אַלס שכר פאַר דער עבדות ),
נאָר די הענקה האָט אין זיך דעם תוכן פון יציאה לחירות — גילוי בחי' חו"ב.
וואָס דאָס איז מתאים עם ההסברה דלעיל
(ע"ד הנגלה),
אַז הענקה טוט אויף שלימות שחרור העבד.
ט.
על פי האמור לעיל,
י"ל
(בדרך אפשר)
דעם טעם
(פנימי)
פאַרוואָס מצות הענקה איז נאָר ביי עבד עברי ואמה עברי',
און ניט ביי אַן עבד כנעני:
בפשטות י"ל הטעם ווייל ביי אַן עבד כנעני איז דאָ דער חיוב פון „והתנחלתם אותם לבניכם אחריכם ..
לעולם בהם תעבודו" 31
— מען טאָר ניט באַפרייען אַן עבד כנעני 32
(סיידן לצורך מצוה
וכיו"ב 33 ),
און וויבאַלד אַז „תורה על הרוב תדבר" 34
האָט תורה ניט געזאָגט מצות הענקה צוליב מקרים יוצאים מן הכלל,
וואו מ'מעג משחרר זיין דעם עבד.
אָבער על פי פנימיות הענינים איז עס נאָך דורש ביאור,
ואדרבה: אויב אַן עבד עברי ואמה עברי',
וועלכע זיינען כנגד עולם היצירה ועולם הבריאה,
כידוע 35 ,
דאַרפן האָבן הענקה — גילוי המוחין; דאַרף דאָך אַן עבד כנעני,
וואָס איז כנגד עולם העשי' 36 ,
זיכער אָנקומען צו
(הענקה —)
גילוי המוחין?
וע"פ הנ"ל,
אַז דער ענין פון הענקה און דער ענין פון שחרור זיינען תלוי זה בזה
(אין תוכן),
און זיי בריינגען די זעלבע פעולה,
איז עס פאַרשטאַנדיק.
ווייל אַ איד וואָס עבודתו איז בבחי' עבד כנעני,
בלייבט אַלעמאָל במהותו
(הרוחנית)
— אַן עבד ,
וכדלקמן.
יו"ד.
ס'איז מבואר אין חסידות 37 ,
אַז דער ענין פון עבד עברי און אמה עברי' אין עבודת האדם איז די עבודה פון בירור המדות.
משא"כ עבד כנעני איז ענינו — קבלת עול,
בדוגמא צו אַן עבד
(כנעני)
כפשוטו,
וואָס
(מצד עצמו איז)
„בהפקירא ניחא לי'" 38 ,
און ער דינט דעם אדון נאָר „מחמת אימת רבו".
אָבער אע"פ אַז די דרגא פון אַן עבד כנעני איז נידעריקער ווי די דרגא פון „עבד עברי" און „אמה עברי'",
וואָס
זייער דינען דעם אויבערשטן איז מיט אַ געפיל און געשמאַק
(מדות)
— פונדעסטוועגן האָט די עבודה פון „עבד כנעני" מערער
(די מעלת ה)
ביטול 39
:
אַן „עבד עברי" און „אמה עברי",
וואָס עבודתם איז פאַרבונדן מיט מדות,
איז הגם אַז אויך זיי זיינען עבדים וואָס דינען דעם אויבערשטן מיט קבלת עול וביטול
(עבודת עבד),
איז אָבער אין דעם אַריינגעמישט אויך אַ געפיל פון זייער אייגענער מציאות 40
; משא"כ אַן „עבד כנעני",
וואָס ביי אים איז ניטאָ קיין הרגש הלב אין זיין עבודה,
איז דאָך זיין דינען דעם אויבערשטן דורכאויס מיט קבלת עול וביטול צום רצון העליון 40
(אָן קיין תערובת פון זיין אייגענער מציאות).
וי"ל אַז דאָס איז דער טעם הפנימי פאַרוואָס אַן עבד כנעני איז והתנחלתם גו' לעולם בהם תעבודו,
קען ניט נשתחרר ווערן:
די עבודה פון בירור המדות ביי „עבד עברי" און „אמה עברי",
היות אַז זי איז פאַרבונדן מיט מציאות האדם,
דערפאַר איז
(א)
דאָס ביי זיי אַן עבודה מוגבלת,
ובמילא האָט זי אַ סוף; און
(ב)
נאָכמער: די שלימות פון דער עבודה גופא איז,
ווען מען גייט אַרויס
(פון איר)
לחירות — אַרויסגיין און אויפהויבן זיך פון דער עבודה אינעם ענין המדות,
און צוקומען
צו דער מדריגה פון עבודת השם שע"פ מוחין,
טעם ודעת 41 .
משא"כ די עבודה פון אַן עבד כנעני — קבלת עול — איז ביטול לגמרי .
ער פאַרלירט זיין אייגענע מציאות,
ער האָט ניט קיין אייגענע רצונות,
תענוג ומדות,
נאָר ער גיט זיך אַוועק אינגאַנצן צום אדון 42
; ובמילא איז ביי אים ניט שייך דער ענין השחרור,
ווייל:
(א)
אָט די עבודה
(בביטול לגמרי)
איז אַ בלתי מוגבלת,
און גיט ניט קיין אָרט אויף „שחרור" 43 .
(ב)
נאָכמער: אין דער עבודה זיינען מוחין
(טעם ודעת של האדם )
מבלבל — ומובן אַז ס'איז במילא ניט שייך אין דעם קיין „הענקה" להאדם ,
וואָס ענינה איז גילוי המוחין שלו ,
כנ"ל,
נאָר מוחין פון דעם אדון ווי באַם אדון 44
ובלשון חז"ל „שכינה מדברת מתוך גרונו",
לערנען
(כולל הבנה והשגה)
באופן פון „איתמר" 45 .
יא.
טראָץ דער מעלה פון ביטול וואָס איז דאָ אין דער עבודה פון „עבד כנעני",
ווערט כללות עבודת עם ישראל פאַרגליכן צו עבד עברי 46
דוקא —
ווי עס שטייט אין חסידות 47 ,
אַז דער
פסוק 48
„שש שנים יעבוד ובשביעית יצא לחפשי חנם" איז אַ רמז אויף דער „עבודה שהעבדים שהן הישראלים צריכים לעבוד הוא שית אלפי שני דהוי עלמא,
ובאלף השביעי הוא אמתת קבלת השכר 49
ואז יצאו לחפשי חנם בלא מצות" 50
[וכשם ווי דאָס איז אין כללות העבודה,
עד"ז איז אויך אין דער עבודה פרטית ביי יעדער אידן: אין די ששת ימי החול דאַרף ביי אים זיין די עבודה בטורח ועמל; און דערנאָך קומט די מנוחה פון יום השבת,
ווען ער ווערט „באַפרייט" פון דער עבודה ועמל].
קען מען זאָגן 51
די הסברה בזה: טראָץ דער מעלה נפלאה וואָס איז דאָ אין דעם ביטול מוחלט פון אַן עבד כנעני,
איז אָבער תכלית הכוונה עס זאָלן זיין ביידע עבודות 52
: סיי ביטול,
און סיי כוחות הנפש
(און דער ביטול זאָל דורכנעמען די כוחות),
ער זאָל האָבן אַ געשמאַק און אַ הבנה און אַ הרגש אין זיין עבודה.
און
ס'איז ניט גענוג אַ ביטול אַן חיות וכו',
נאָר ער זאָל האָבן דערין אַ געשמאַק.
דעריבער דאַרף די עבודה זיין אין דער בחי' פון „עבד עברי" — אַן עבדות וואָס איז פאַרבונדן מיט די מדות
(והרגש)
פון מענטשן; ביז מען דערגרייכט די „יציאה לחירות" — די עלי' פון דער עבודה פון מדות צו דער עבודה פון מוחין,
עבודה שע"פ טעם ודעת,
ביז צו דער שלימות החירות וואָס קומט דורך „הענקה" — אַז מען גיט אַ אידן מלמעלה גילוי המוחין,
וואָס ברענגט אַריין אַ שלימות אין דער עבודה 53
שע"פ טעם ודעת.
יב.
ס'איז ידוע מאמר המדרש 54
אויף „מגיד דבריו ליעקב חוקיו ומשפטיו לישראל" 55
— „מה שהוא עושה הוא אומר לישראל לעשות",
איז דערפון מובן אַז אַזוי איז עס אויך בנוגע דער מצות „הענקה" וואָס דער אויבערשטער איז מקיים און גיט אַלס אדון צו די אידן,
זיינע עבדים — איז עפ"ז י"ל אַז נוסף דערצו וואָס באלף השביעי וועלן אידן זוכה זיין צום קיום פון „ובשביעית יצא לחפשי חנם",
וועלן זיי אויך באַקומען דעם „הענק תעניק לו",
אַ הענקה נוספת פון דעם אויבערשטן.
און וויבאַלד אַז ערב שבת דאַרף מען טועם זיין „מכל תבשיל ותבשיל" 56
פון מאכלי שבת — איז מובן אויך בעניננו,
אַז נוסף לזה וואָס שוין איצט,
ערב שבת,
דאַרפ'ן,
איז מען טועם פון דער „מנוחה" וואָס וועט זיין באלף השביעי,
דאַרף זיין אויך די „טעימה" פון דער הענקה.
ויהי רצון,
אַז נאָכדעם וואָס מ'האָט די „טעימה" פון דעם „שכר" און פון דער „הענקה" און פון דער „מנוחה" —
זאָל מען בקרוב ממש זוכה זיין צו אכילת כל תבשיל ותבשיל
(ונעשה דם ובשר כבשרו),
ימות המשיח ותחיית המתים ש„הם תכלית ושלימות בריאת עולם הזה שלכך נברא מתחלתו" 57 ,
ביז צו דעם „עיקרו" 58
פון „קבלת שכר" וואָס איז „באלף השביעי" 57 .
(משיחות ש"פ ראה תשל"ו,
תש"מ)