א.
אין אָנהויב פון סדר ברכת 1
הנהנין 2
שרייבט דער אַלטער רבי: „מצות עשה מן התורה לברך אחר אכילת מזון שנאמר 3
ואכלת ושבעת וברכת את ה'".
אָט דער לשון,
וואָס דער אַלטער רבי איז מעתיק אויך בשולחן ערוך שלו 4 ,
איז גענומען פון רמב"ם
(ריש הל׳ ברכות) 5
; עס זיינען אָבער דאָ שינויים אין דעם לשון פונעם אַלטן רבי׳ן
(בספריו הנ"ל)
לגבי דעם לשון הרמב"ם,
און אויך שינויים צווישן די לשונות אין זיין שו"ע און סדר ברכת הנהנין:
א)
אין רמב"ם 6
און סדר ברכת הנהנין איז דער לשון „מצות עשה ..
לברך אחר אכילת מזון כו׳"; אין שו"ע איז דער
אַלטער רבי מוסיף „
(מצות עשה ..
לברך)
את ה׳ כו׳".
ב)
דער רמב"ם איז מעתיק פון פסוק אויך דעם וואָרט „
(וברכת את ה׳)
אלקיך " 7
: דער אַלטער רבי אין שו"ע איז מרמז דעם המשך הפסוק מיטן וואָרט „וגומר": און אין סדר ברכת הנהנין שטייט נאָר „וברכת את ה"
(אָן „וגומר").
דער דיוק אין דעם
(שינוי בנוגע דעם „וגו׳")
איז נאָך בולט׳ער: אין דעם המשך הסעיף — סיי אין שו"ע און סיי אין סדר ברכת הנהנין — זאָגט דער אַלטער רבי 8
„וכל הנהנה מהעוה"ז
(מן העוה"ז)
בלא ברכה כאלו נהנה מקדשי שמים שנאמר 9
לה׳ הארץ ומלואה" — און ביי דעם דין איז דאָ אַ שינוי אין אַ פאַרקערטן אופן: אין שו"ע איז ער נאָך די ווערטער פון פסוק ניט מוסיף „וגו׳" 10 ,
און דוקא אין סדר ברכת הנהנין איז ער יע מוסיף „וגומר"!
און אע"פ אַז לכאורה זעט אויס אַז דאָס זיינען שינויים קלים,
וויסנדיק אָבער אויף וויפל ס׳איז מדויק דער לשון פון רמב"ם און פון אַלטן רבי׳ן,
ובפרט בנדו"ד וואָס דער אַלטער רבי איז משנה דעם לשון וואָס ער איז מעתיק פון רמב"ם,
ועד"ז איז דער אַלטער רבי משנה פון זיין אייגענעם לשון בשולחנו — איז זיכער אַז די שינויים זיינען מיט אַ כוונה.
ב.
דעם ערשטן שינוי צווישן דעם לשון הרמב"ם און אַלטן רבי׳נס לשון בשו"ע קען מען מסביר זיין:
דער רמב"ם זאָגט „לברך"
(סתם)
— ניט צוגעבנדיק „את ה׳" — ווייל אין דער „כותרת" 11
פון הלכות ברכות זאָגט דער רמב"ם „מצוה עשה אחת,
והיא לברך את השם הגדול והקדוש אחר אכילה",
דעריבער דאַרף דער רמב"ם ניט איבער׳חזר׳ן און זאָגן „לברך את ה׳ " אין גוף ההלכה 12
(ובפרט אַז דאָס איז די ערשטע הלכה פון הל׳ ברכות,
זי קומט גלייך נאָך דער „כותרת" הנ"ל).
משא"כ אין אַלטן רבי׳נס שו"ע,
וואו ס׳איז ניטאָ אַזאַ הקדמה,
זאָגט ער אין דער הלכה אַז די מ"ע איז „לברך את ה׳ ".
מען דאַרף אָבער פאַרשטיין: פאַרוואָס דאַרף דער
(רמב"ם
(בהכותרת)
און דער)
אַלטער רבי בכלל באַוואָרענען „מצות עשה ..
לברך את ה׳ " — דאָס שטייט דאָך בפירוש אין דעם פסוק
(וועלכן זיי ברענגען דאָ)
„וברכת את ה׳ "?
ולאידך גיסא,
אויב מען דאַרף דאָס יע באַוואָרענען,
איז שווער
(כנ"ל סעיף א)
— פאַרוואָס איז דער אַלטער רבי דאָס משמיט אין סדר ברכת הנהנין?
ג.
וועט מען דאָס פאַרשטיין ע"פ ביאור החילוק צווישן מטרת החיבור פון
(רמב"ם און)
שו"ע — און סדר ברכת הנהנין:
דער רמב"ם והשו"ע זיינען נתחבר געוואָרן אַלס אוסף ו„קיבוץ" פון פסקי הלכות; דער חילוק איז נאָר,
וואָס דער רמב"ם איז „מקבץ לתורה שבעל פה כולה " 13
—אויך די הלכות וועלכע זיינען ניט נוהג בזמן הזה,
און דער שו"ע אַנטהאַלט בלויז די הלכות וועלכע זיינען נוגע בזמן הזה.
דער צד השווה אין זיי איז,
אַז דאָס זיינען צונויפגעזאַמלטע הלכות.
דעם סדר ברכת הנהנין האָט דער אַלטער רבי אַריינגעשטעלט אין סידור 14 ,
וואָס סידור,
כולל אויך די הלכות אין סידור,
זיינען פאַרבונדן מיט הנהגות בפועל בחיי יום יום 15
(ווי מ׳זעט עס אין די „הלכות נטילה שחרית",
„הלכות ציצית" וכו',
וועלכע פון זיי האָט דער אַלטער רבי אויסגעקליבן צו אַריינשטעלן אין סידור) 16 .
ד.
ה.
אַז די הלכות פון סדר ברכת הנהנין זיינען געשריבן
(ניט בסגנון לימוד לשם ידיעת הלכות,
נאָר)
אין אַ סגנון פון — הוראות למעשה בפועל 17 .
ד.
איינער פון די חילוקים המסתעפים מזה צווישן לשון — אדה"ז בהשו"ע און לשון סדר ברכת הנהנין
(והלכות שבסידור בכלל)
:
אין סדר ברכת הנהנין,
הוראות להנהגה גלייך בפועל 18 ,
איז דער דיוק הלשון בעיקר צו באַוואָרענען אַז די הלכה זאָל קלאָר אַרויסברענגען ווי די הנהגה גלייך על אתר דאַרף זיין; ס׳איז אָבער ניט אַזוי נוגע דער דיוק הלשון צו באַוואָרענען וואָס מ׳וועט אַרויסדרינגען פון דעם באַ אַנאַנדער הנהגה,
לגבי אַן אַנדער הלכה.
משא"כ אין שו"ע,
וואָס איז אַ קיבוץ פון אַלע פסקי הלכות,
איז דער דיוק
הלשון אין אַן אופן וואָס באַוואָרנט מ׳זאָל ניט אַרויסדרינגען דערפון קיין ענין וואָס איז ניט אויסגעהאַלטן בשו"ע
(וואו ס׳זאָל ניט זיין).
עפ"ז וועט מען פאַרשטיין פאַרוואָס אין שו"ע איז דער אַלטער רבי מדייק ומוסיף „
(לברך)
את ה'" און אין סדר ברכת הנהנין לאָזט ער דאָס אויס:
ס׳איז אַ כלל 19 ,
אַז דער וואָרט „את" בתושב"כ
(אָבער כלל ניט בתושבע"פ 20
( איז אַ ריבוי.
ע"ד ווי מען לערנט אָפּ 21
פון „את ה׳ אלקיך תירא" 22
— „לרבות תלמידי חכמים".
ועד"ז אין אונזער פסוק „ואכלת גו׳ וברכת את ה"א" — איז דער וואָרט „את" אַ ריבוי,
ווי עס שטייט אין ראשונים 23
: „וברכת את — לרבות בעה"ב",
און דעריבער איז די הלכה „אורח 24
מברך
(המזון)
כדי שיברך לבעל הבית".
דערפאַר מוז דער אַלטער רבי בשולחנו מדייק זיין „מצות עשה מן התורה לברך את ה' " — צו שולל זיין אַ טעות,
מ׳זאָל ניט מיינען אַז די „מצות עשה מן התורה " איז כולל אויך די ברכה לבעל הבית 25
(וואָס ווערט אָפּגעלערנט פון וואָרט „את",
כנ"ל).
משא"כ אין סדר ברכת הנהנין,
וואו ס׳איז וויכטיק
(נאָר)
צו אַרויסברענגען קלאָר די הנהגה על אתר,
איז ניט נויטיק די הוספה „לברך את ה",
ווייל עס שטייט בהסידור „וברכת את ה"א",
אויך,
איז מובן מעצמו אַז ברכת המזון איז צו דעם אויבערשטן
(און דערצו ברענגט ער גלייך דערנאָך אין סדר ברה"נ דעם פסוק „וברכת את ה' ").
ועוד להוסיף: אין סדר ברכת הנהנין ווערט ניט געבראַכט דער דין 26
„האורח מברך כדי שיברך לבעה"ב",
ובמילא דאַרף מען ניט באַוואָרענען אין סדר ברכת הנהנין דעם טעות הנ"ל
(אַז די מ"ע מה"ת איז ניט כולל ברכה לבעה"ב)
: משא"כ אין
(רמב"ם ו)
שו"ע אדה"ז וואו דער דין ווערט יאָ געבראַכט.
ה.
נאָך אַ חילוק צווישן דעם אַלטן רבי׳נס שו"ע וסדר ברכת הנהנין וואָס קומט אַרויס פון דעם חילוק הנ"ל
(ס"ג)
— איז אין דעם ענין פון טעמי הלכות:
דער חידוש פון דעם אַלטן רבי׳נס שו"ע
(לגבי דעם שו"ע פון ב"י)
איז וואָס ער זאָגט „מילתא בטעמא",
„הלכות
בטעמיהן 27
; משא"כ די הלכות אין סידור זיינען בלויז פסקי הנהגות בנוגע למעשה בפועל .
און אע"פ אַז אויך אין סידור ברענגען זיך בכ"מ 28
טעמי ההלכה
(בקיצור)
— איז דער חילוק צווישן דעם שו"ע אדה"ז און זיין סידור:
דער אַלטער רבי האָט אַריינגעשטעלט טעמי ההלכות אין שו"ע כדי ס׳זאָל ניט זיין ע"ד „מבלי עולם" 29 ,
צוליב ידיעת התורה 30 ,
וועלכע איז צו וויסן „הלכות בטעמיהן
(בדרך קצרה)
" 31
;
משא"כ אין סידור
(ועד"ז סדר ברכת הנהנין)
וואָס ענינו איז פסקי הנהגות למעשה ,
זיינען אויך די טעמים וואָס ברענגען זיך דאָרט
(ניט צוליב ידיעת הטעמים ,
נאָר)
צוליב וויסן קלערער די הנהגה למעשה בפועל,
מאַכן איר „געשמאַקער" מיט מער כוונה,
חיות וכו׳ 32 .
ווי מען זעט עס בכ"מ,
וואו מען בריינגט דעם טעם ההלכה
(בקיצור).
ו.
עפ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין דעם צווייטן שינוי
(הנ"ל סעיף א)
צווישן לשון השו"ע ולשון סדר ברכת הנהנין:
אין שו"ע,
וואו דער אַלטער רבי ברענגט די טעמי ההלכות צוליב ידיעה
(כנ"ל),
ברענגט ער אויך
(בכ"מ)
די פסוקים פון וואַנעט מען לערנט אָפּ די הלכות: ועד"ז בנדו"ד ברענגט דער אַלטער רבי דעם פסוק אויף דער מצות עשה מן התורה לברך אחר אכילת מזון 33
— „ואכלת ושבעת וברכת את ה'".
און דערפאַר איז דער אַלטער רבי דערנאָך אויך מוסיף „וגומר" — ווייל אין דער ידיעת לימוד ברכת המזון „מן התורה" איז נוגע
(ניט נאָר די ווערטער „וברכת את ה",
נאָר)
אויך דער המשך הכתוב,
ווי דער אַלטער רבי ברענגט אַראָפּ בשולחנו 34 ,
אַז פון די ווערטער „על הארץ הטובה" שבפסוק לערנט מען אָפּ,
אַז מן התורה דאַרף ברכת המזון כולל זיין אַ ברכה „על הארץ ועל המקדש
(ירושלים)
",
[משא"כ אין רמב"ם 35 ,
וואו דער לימוד
(אויף הלכה)
הנ"ל ווערט ניט געבראַכט 36 ,
שטייט נאָר „וברכת את ה׳ אלקיך" — אָן הוספת „וגו'" — ווייל אין דער הלכה
(די „מ"ע ..
לברך אחר אכילת מזון")
איז נוגע בלויז „וברכת את ה׳ אלקיך" 37 ].
אָבער אין
(סידור 38 ,
כולל)
סדר ברכת הנהנין,
וואו די טעמים קומען נאָר צו קלאָר מאַכן די
(הלכה)
הנהגה,
איז ניט נוגע צו ברענגען די פסוקים.
אעפ"כ ברענגט דער אַלטער רבי דעם פסוק בנדו"ד,
ווייל דער פסוק גיט אַרויס דעם גדר
(וואָס קומט אַרויס פון דעם טעם)
פון דער הלכה,
די תוספת הבנה,
כוונה און געשמאַק אין דער הנהגה
דער גדר
(וטעם)
פון ברכת המזון איז — „ואכלת ושבעת וברכת את ה'": וויבאַלד ער איז געוואָרן זאַט,
מוז מען פאַר דעם בענטשן
(דאָנקען)
דעם אויבערשטן.
[און דאָס איז אַ הקדמה צום המשך הסעיף
(בנוגע אַלע ברכות הנהנין)
— „וכל הנהנה מן העוה"ז כו׳ כאלו נהנה מקדשי שמים" — וויבאַלד מ׳גייט הנאה האָבן פון אַ זאַך וואָס געהערט „לה'" דאַרף מען אים אויף דעם מברך זיין
( ע"ד ברכת המזון,
וואו די שביעה איז מחייב אַ ברכה)].
און דערפאַר לאָזט ער אויס דעם „וגומר" — ווייל אין דעם גדר פון ברכת המזון איז ניט נוגע דער המשך הכתוב,
אפילו ניט דער וואָרט „אלקיך",
ואדרבה : ניט נאָר איז „אלקיך" ניט מוכרח לידיעת גדר הברכה,
נאָר עס קומט ללמד אויף אַ סוג ברכה וואָס איז אַן ענין הפכי פון ברכת המזון
(וברכת הנהנין 39
(:
עס שטייט אין תוספתא 40
אַז פון „אלקיך" — מלשון „דיינך" — לערנט מען אָפּ „שכשם שאתה מברך על הטובה כו' אתה מברך על הרעה",
„בכל דין שדנך בין במדת הטוב בין במדת הפורענות" — וואָס דאָס איז היפך 41
פון ברכת המזון וברה"נ וועלכע זיינען אויף שביעת
( והנאת )
הגוף
(און דער פאַרגלייך צו „מברך על הטובה" איז נאָר אין דעם „לקובלינהו בשמחה" 42 ).
ז.
ע"פ החילוק כללי הנ"ל צווישן דעם אַלטן רבינ׳ס שו"ע וסדר ברכת הנהנין קען מען אויך מסביר זיין דעם חילוק צווישן זיי אין דעם המשך הסעיף,
ביים ברענגען דעם פסוק „לה׳ הארץ ומלואה"
(כנ"ל סעיף א)
:
אע"פ אַז דער באַוואָרענען אַ טעות וואָס קען אַרויסקומען במק"א איז שייך אין שו"ע און ניט
(אַזוי)
אין סדר ברכת הנהנין
(כנ"ל ס"ד)
— איז אָבער בנוגע דער באַוואָרעניש אין דער הלכה והנהגה על אתר ,
הענין בהיפך:
אין סדר ברכת הנהנין וואָס איז הוראות למעשה ,
קומט אויך אַ הוספה בלשון וואָס באַוואָרנט אפילו דבר
תיבת „אלקיך" בשולחנו
(דלכאורה הו"ל להעתיק „אלקיך"
(כברמב"ם)
ואח"כ להוסיף „וגומר")
— כי זה שהביא הכתוב בשו"ע הוא
(בעיקר)
מפני שהוא טעם ההלכה
(כנ"ל),
ובטעם ברכה זו תיבת „אלקיך" מיותרת ו
(גם)
הפכית,
כבפנים
(משא"כ ברמב"ם שלא כתב
(ובפרט כאן)
טעם ההלכה
(כנ"ל הערה 8
( העתיק גם תיבה זו).
40)
ברכות פ"ו,
ג.
ברכות מח,
ב.
41 )
נוסף לזה שהוא ממין אחר דברכות שנמנו — ראה רמב"ם הל׳ ברכות פ"א ה"ד.
42 )
ברכות ס,
ב.
רמב"ם שם פ"י ה"ג.
טושו"ע או"ח סרכ"ב ס"ג.
סדר ברכת הנהנין פי"ב ה"י.
המובן,
אַבי די הנהגה בפועל זאָל זיכער אַרויסקומען כדבעי
(משא"כ אין שו"ע איז דער לשון בקיצור,
און עס שטייט ניט אַ זאַך וואָס איז מובן מעצמו).
און דערפאַר איז ער אין סדר ברכת הנהנין מוסיף
(נאָך „לה׳ הארץ ומלואה")
„וגו׳": דאָס איז מוסיף ביאור בההלכה אַז „ כל הנהנה מן העוה"ז כו׳ כאלו נהנה מקדשי שמים"
(ווייל אַלץ באַלאַנגט צום אויבערשטן),
וועלכע מיינט —
(הנאה פון)
יעדער זאַך אין עוה"ז; וואָס דאָס
(אַז גאַנץ עוה"ז באַלאַנגט צום אויבערשטן)
איז מפורט ,
אָדער געזאָגט אין דעם המשך הכתוב „תבל ויושבי בה" 43
:
„לה׳ הארץ ומלואה" גייט אויף ארץ ישראל 44 ,
און אין המשך הפסוק קומט צו,
אַז אויך „תבל" — די גאַנצע וועלט — איז „לה׳",
און נאָכמער — אויך „ ויושבי בה" זיינען לה' ;
ובמילא איז „ כל הנהנה מן העוה"ז",
און אפילו ווען דער מאכל געהערט צו אַ צווייטן מענטשן 45
און אפילו צו אַ ניט־איד,
איז דאָס „כאלו נהנה מקדשי שמים ",
און דערפאַר מוז יעדער הנאה האָבן אַ ברכה לפני׳.
(משיחות כ"ד טבת ומוצאי ש"ק וארא תשל"ט)