א.
נאָך דער הקדמה בתחלת פרשתנו וועגן דעם מצב,
זמן ומקום וואו אידן און משה האָבן זיך געפונען בשעת אמירת משנה תורה,
הויבט אָן די תורה איבערצוגעבן וואָס משה האָט געזאָגט די אידן 1
: „ה׳ אלקינו דבר אלינו בחורב לאמר רב לכם שבת בהר הזה".
שטעלט זיך רש"י אויף „רב לכם שבת" און איז מפרש: „כפשוטו.
ויש מדרש אגדה הרבה לכם גדולה ושכר 2
על ישיבתכם בהר הזה,
עשיתם משכן מנורה וכלים קבלתם תורה מניתם לכם סנהדרין שרי אלפים ושרי מאות".
דאַרף מען פאַרשטיין:
א)
רש"י בפירושו על התורה קומט דאָך מפרש זיין פשוטו של מקרא — היינט פאַרוואָס באַגנוגנט ער זיך ניט מיט׳ן פירוש „ כפשוטו "
(אַז „רב לכם" מיינט „די לכם")
און ברענגט אויך אַ „ מדרש אגדה "?
[מפרשים 3
לערנען,
אַז לויטן ערשטן פירוש איז שווער,
וואָרום לפי זה האָט געדאַרפט שטיין בפירוש „די לכם"
(ניט „רב לכם").
אָבער לכאורה איז דאָס ניט קשה,
ווייל מען געפינט שוין פריער אין פירוש רש"י 4 ,
אַז ער טייטשט „רב" — „די",
און ער ברענגט ניט קיין צווייטן פירוש).
ב)
אין דעם צווייטן פירוש,
אַז „רב"
איז פון לשון „ריבוי" 5
(„הרבה לכם"),
ריבוי גדולה וואָס אידן האָבן באַקומען „בהר הזה" — איז ניט פאַרשטאַנדיק:
1)
פאַרוואָס רעכנט רש"י פרטים פון „גדולה" וואָס שטייען אין „מדרש אגדה" — לשיטתו
(פשוטו של מקרא)
האָט ער געדאַרפט בריינגען די „גדולה"
(וואָס האָט זיך אויפגעטאָן „בהר הזה")
וועלכע איז מפורש אין פשוטו של מקרא 6
: „הנהי׳ כדבר הגדול הזה או הנשמע כמוהו השמע עם קול אלקים מדבר מתוך האש גו׳"?
— רש"י דערמאָנט נאָר קבלת התורה — „ קבלתם תורה" — אָבער ניט דעם „השמע עם קול אלקים גו׳" ביי מתןתורה,
וואָס דער פסוק גופא רופט עס „דבר הגדול " — דער „קול אלקים מדבר מתוך האש".
2)
אין די ענינים וואָס רש"י רעכנט,
איז ניט
(אויף אַזויפיל)
ניכר די גדולה וואָס איז נתחדש געוואָרן אין זיי „בהר הזה": קבלתם תורה
(ומצות)
איז ניט
(אינגאַנצן)
אַ דבר חדש,
ווייל שוין אדם הראשון,
אברהם 7
וכו׳ האָבן מקבל געווען
(הוראות)
תורה,
בני נח כולם זיינען נצטווה געוואָרן די ז' מצוות 8 ,
ס׳איז געווען ישיבת שם ועבר 9 ,
און ביי אידן
האָבן תורה ומצות זיך אָנגעהויבן פון די אבות 10
; אויך דער ענין פון סנהדרין
(שופטים)
איז געווען לפנ"ז — אפילו באַ גוים
(כמובן בפשטות) 11
וכ"ש וק"ו באַ אידן 12 .
ב.
נאָך דיוקים אין דעם צווייטן פירוש:
א)
דער סדר ווי רש"י רעכנט די ענינים
(משכן,
תורה וסנהדרין),
שטימט ניט מיטן סדר הזמנים ווען זיי זיינען געוואָרן: פריער איז געווען קבלת התורה,
דערנאָך 13
מינוי הסנהדרין,
און ערשט לבסוף הקמת המשכן 14 .
ב)
רש"י זאָגט „משכן מנורה וכלים" אויסגעטיילט מנורה פון שאר כלי המשכן 15
— און ניט „משכן וכליו"
(סתם),
וואָס איז כולל אויך די מנורה?
ג)
רש"י טייטשט אָפּ סנהדרין „שרי אלפים ושרי מאות",
און איז משמיט די „שרי חמישים ושרי עשרות“ 16 .
די קשיות ווערן נאָך שטאַרקער בשעת מען זעט אַז אין ספרי 17 ,
וואָס איז
(לכאורה)
דער מקור פון רש"י׳ס פירוש,
שטייט טאַקע עשיית המשכן נאָך קבלת התורה ומינוי הסנהדרין; עס שטייט „משכן וכלים"
(און עס ווערט ניט אויסגעטיילט די מנורה 18 )
; און עס ברענגען זיך אויך „שרי חמישים ושרי עשרות"
און רש"י איז משנה
(און אין דריי פרטים אין דעם צווייטן טייל אַליין פון זיין פירוש)
פון מקור פירושו!
ג.
אויך דאַרף מען פאַרשטיין דעם טעם פון די שינויים בחלק הא׳ פון פירוש רש"י לגבי מקורו בספרי 19
:
א)
אין ספרי שטייט בלויז „שכר הוא לכם",
און רש"י איז מוסיף נאָך אַן ענין „ גדולה
(ושכר)
" 20 ?
ב)
אין ספרי איז דער לשון „שכר הוא לכם ישיבתכם בהר הזה" — די ישיבה גופא איז דער שכר; רש"י זאָגט אָבער „הרבה לכם גדולה ושכר על ישיבתכם בהר הזה",
אַז דער שכר איז אַ תוצאה 21
פון „ישיבתכם בהר הזה"?
ג)
דער לשון הספרי איז „ מניתי עליכם" — דער אויבערשטער האָט ממנה געווען,
און רש"י זאָגט „ מניתם לכם" 22 ,
אַז די אידן האָבן ממנה געווען.
ד.
דער ביאור בכל זה:
„רב לכם" בפשטות מיינט אַז עס איז ניט נאָר די לכם
(ס׳איז אייך גענוג )
נאָר מער דערפון: „ רב לכם",
ס׳איז צופיל פאַר אייך,
מער ווי גענוג 23
; ווי רש"י איז
מפרש דעם פסוק 24
„ויאמרו אליהם רב לכם"
(פון טענת קרח ועדתו צו משה ואהרן)
: „ הרבה יותר מדאי לקחתם לעצמכם גדולה" 25 .
און דאָס איז ביי רש"י׳ן שווער אין אונזער פסוק „רב לכם שבת בהר הזה": „הרבה יותר מדאי" דער אורך הזמן פון „ישיבתכם בהר הזה",
ווען אידן האָבן מקבל געווען נאָך און נאָך אין תורה ומצות וכו׳ זיינען דאָך געווען
(כעין)
הכרחים און געבראַכט אַ תועלת גדולה 26 ,
עס האָט זיי אויך דערמאָנט כל הזמן דעם מעמד הר סיני וכו' ,
ביז אַז דער „הר" ווערט אָנגערופן „הר האלקים" 27
; איז לכל היותר דאָ מתאים דער לשון „די לכם",
אָבער ווי קען עס זיין „ יותר מדאי" 28 ?
באַוואָרנט רש"י,
אַז אעפ"כ איז דער פירוש הראשון
(והעיקרי)
פון „רב לכם" — „ כפשוטו ",
ווייל לויט דעם תוכן פון המשך הענין דאָ אין פסוק,
איז געווען „רב — הרבה יותר מדאי — לכם שבת בהר גו׳",
וכדלקמן.
ה.
ויובן זה בהקדם אַ דיוק כללי,
וואָס דער גאַנצער ענין
(פון די ערשטע דריי פסוקים)
וואָס משה האָט דאָ געזאָגט צו אידן אַז עס איז געווען אַ דיבור
מיוחד פון דעם אויבערשטן 29
— „ה׳ אלקינו דבר גו׳ פנו וסעו גו׳ ראה נתתי גו׳ ולזרעם אחריהם" — ווערט אינגאַנצן ניט דערמאָנט אין חומש במדבר,
דער עיקר אָרט וואו עס רעדט זיך וועגן דער נסיעה פון מדבר סיני; דער פסוק זאָגט דאָרט נאָר 30
: „ויהי בשנה השנית בחודש השני בעשרים בחודש נעלה הענן מעל משכן העדות,
ויסעו בני ישראל למסעיהם ממדבר סיני גו׳",
דער טעם דערפון איז מובן: דאָ 31
האָט משה רבינו געוואָלט מתאר זיין פאַר די אידן דעם מהלך הענינים אָנהויבנדיק פון זייער מצב בזמן מ"ת ביז דעם מצב ווי זיי זיינען געשטאַנען איצט,
„בעבר הירדן" — אַרויסברענגענדיק,
אַז בעצם האָבן די אידן געדאַרפט אַריינקומען אין א"י באַלד נאָכן זיין ביים באַרג סיני,
און נאָר צוליב דעם חטא המרגלים האָבן זיי זיך פאַרהאַלטן אין מדבר דעם גאַנצן משך זמן 32 .
דעריבער מוז מען דערציילן אַז שוין דאַן,
ווען אידן זיינען נאָך געווען „בחורב"
(ביים הר סיני)
האָט זיי דער אויבערשטער אָנגעזאָגט אַז זיי זאָלן גיין גלייך קיין ארץ ישראל.
ועפ"ז איז מובן וואָס דער פסוק זאָגט „רב לכם שבת בהר הזה": כדי צו מדגיש זיין ווי שטאַרק איז געווען רצונו של הקב"ה צוצואיילן די אידן זיי זאָלן באַלד אַריינגיין אין ארץ ישראל
(ובלשון רש"י 33
: „וכל כך היתה שכינה מתלבטת בשבילכם למהר ביאתכם לארץ")
— ביז,
אַז ניט קוקנדיק אויף די גרויסע מעלות וואָס עס בריינגט זייער ישיבה בהר סיני,
ווערט יעדער פאַרזאַמען זיך דאָרטן
(ובמילא — ניט גיין קיין א"י)
— „ יותר מדאי".
ו.
דער פירוש איז אָבער ניט גלאַטיק,
ווייל פון לשון „ רב לכם שבת"
(יותר מדאי)
איז משמע,
אַז די ישיבה בהר איז ניט כפי הרצון — בשעת אַז זייער פאַרהאַלטן זיך בהר,
ווי ביי אַלע חניות,
איז געווען על פי ציווי הקב"ה; כל זמן עס איז ניט געווען „נעלה הענן",
דער אויבערשטער האָט זיי ניט געהייסן אַוועקגיין פון דאָרט איז זייער „שבת בהר" געווען „ על פי ה' "
( קיום רצון העליון).
איז ווי זאָגט מען — „יותר מדאי".
דערפאַר ברענגט רש"י אַ צווייטן פירוש
(פון מדרש אגדה)
אַז „רב לכם" מיינט
(ניט כפשוטו,
מער ווי גענוג,
נאָר)
„הרבה לכם גדולה ושכר" — „רב" פון לשון ריבוי
(ד.
ה.
פיל גדולה ושכר) 34 .
און כדי צו מסביר זיין אַז
(אויך)
לויט דעם פירוש איז דער מכוון פון דעם זאָגן צו אידן „רב לכם שבת בהר הזה" צוצואיילן דעם „פנו וסעו לכם" 35
(„למהר ביאתכם לארץ")
— וואָס דערפאַר ווערט וועגן דער אמירת הקב"ה דערציילט בפרשתנו דוקא,
כנ"ל — איז רש"י ניט מעתיק דעם לשון הספרי,
נאָר דעם מדרש אגדה 36
וואו דער לשון איז „עשיתם משכן מנורה וכלים קבלתם תורה מניתם לכם סנהדרין כו׳",
וואָרום דוקא די זאַכן
(און אין דעם סדר)
באַווייזן די גרייטקייט פון אידן צו גיין קיין ארץ ישראל,
כדלקמן.
ז.
איידער אידן זיינען אַריין אין אַן אייגענער לאַנד,
אין אַן „ארץ נושבת" — וואָס דער סדר החיים אין אַן ארץ נושבת
(ככל העמים)
קען ח"ו דערפירן אַז אידן זאָלן פאַרגעסן אויף זייער אַנדערשקייט פון אַלע פעלקער — האָבן זיי פריער געדאַרפט פאַרפעסטיקן אין זיך דעם „ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש " 37 ,
דאָס זאָל ביי זיי נקבע ווערן אין אַזאַ אופן אַז אויך געפינענדיק זיך שפּעטער אין אַן ארץ נושבת זאָלן זיי זיין אַ „גוי קדוש" — „סגולה מכל העמים" 38 .
און דערפאַר איז געווען די ישיבה בהר סיני — דאָס האָט אויפגעטאָן אַז אידן זאָלן ווערן אַ „גוי קדוש" בשלימות,
וואָס אין דעם זיינען פאַראַן,
בכללות,
דריי ענינים:
די נקודה עיקרית פון אַ גוי קדוש איז — בלשון הכתוב „קדושים תהיו כי קדוש אני" — מען מוז זיין אַ גוי קדוש ווייל „קדוש אני" איז „ ושכנתי בתוכם" 39 ,
„עשיתם משכן " עס איז דאָ אַ מקום קבוע וואו עס איז שורה קדושתו של הקב"ה.
עס איז ניט גענוג דער גילוי אלקות וואָס איז געווען ביי מ"ת — דער „קול אלקים מדבר מתוך האש",
ווייל דאָס איז געווען לפי שעה,
און ניט אַן ענין פון „ ושכנתי בתוכם" בקביעות 40 .
וויבאַלד אַז דאָ איז די הדגשה אויף אַזאַ אופן השראת השכינה וואָס פּועל׳ט אויף אידן
(אויך)
ווי זיי זיינען אין אַן ארץ נושבת — דעריבער טיילט רש"י אויס מנורה פון אַלע כלי המשכן 41 ,
ווייל מנורה
(האָט שוין רש"י מפרש געווען 42
אַז זי)
איז „עדות לכל באי עולם שהשכינה שורה בישראל " 43 .
דערנאָך קומט „קבלתם תורה",
אַז די אויסגעטיילטקייט פון „גוי קדוש" דורך
דער השראת השכינה
(אין משכן),
האָט אַ השפעה און מאַכט אַנדערש
(קדוש ומופרש)
די הנהגה פון אידן בכל מקום ובחיי יום יום ,
דורך דעם וואָס זיי זיינען מקבל די תורה והוראה פון דעם אויבערשטן.
און כדי אידן זאָלן וויסן און פאַרשטיין גענוי וואָס זיינען די הוראות התורה — דאַרף זיין דער דריטער ענין — מינוי הסנהדרין — וואָס זיי לערנען די אידן די דיני ועניני התורה און ווייזן ווי זיי זאָלן אויספירן די הוראות התורה בפועל.
דערמיט איז אויך מובן פאַרוואָס רש"י ברענגט נאָר „שרי אלפים ושרי מאות",
און ניט
(ווי אין ספרי — מהכתוב)
אויך „שרי חמישים ושרי עשרות": דאָס וואָס מ׳האָט ממנה געווען אויך „שרי חמישים" און „שרי עשרות" איז נאָר געווען אויפן משך זמן וואָס אידן זיינען געווען בדרך אין מדבר,
געפינענדיק זיך אין מסעות במדבר 44
וטלטולי הדרך וכו' פאָדערן זיך „שרים" אויך אויף קלענערע קבוצות; אָבער ווען אידן זיינען אַריין אין א"י,
אין אַן ארץ נושבת ומקום קבוע,
זיינען מער ניט מוכרח „שרי חמישים" 45
און אַודאי ניט קיין „שרי עשרות" 46 .
און וויבאַלד אַז רש"י רעכנט נאָר די ענינים וועלכע זיינען מוכרח צו דער גרייטקייט לעבן אין ארץ ישראל ווי אַ גוי קדוש,
דערמאָנט ער נאָר „שרי אלפים ושרי מאות".
ח.
ע"פ כהנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין דעם טעם פון די אַנדערע שינויי הלשונות אין פירוש רש"י לגבי לשון הספרי
(דלעיל סעיף ג)
:
לויט רש"י איז כוונת הפסוק „רב לכם וגו" צו מרמז זיין ניט סתם עניני שכר וואָס אידן האָבן באַקומען „בהר הזה",
נאָר דאָס וואָס די ישיבה בהר האָט אויפגעטאָן אַז אידן זאָלן ווערן מוכן צו דער כניסה לארץ; און דערפאַר באַגנוגנט זיך ניט רש"י מיטן לשון „שכר" און זאָגט אויך „
(הרבה לכם)
גדולה " — ווייל דער עיקר איז דאָ די „גדולה" צו וועלכע אידן זיינען צוגעקומען דורך ישיבתם בהר.
און וויבאַלד אַז די „גדולה" איז
(ניט די ישיבה בהר גופא,
נאָר)
דאָס וואָס איז געקומען אַלס תוצאה פון זייער ישיבה בהר — דעריבער זאָגט רש"י
(ניט „שכר הוא לכם ישיבתכם בהר הזה",
נאָר)
„שכר על ישיבתכם כו'".
ויש לומר,
אַז די צוויי לשונות אין רש"י — גדולה ושכר — זיינען פאַרבונדן מיט די צוויי ענינים אין כניסה לארץ וואָס שטייען דאָ בהמשך הכתובים: א)
דער עצם אַריינקומען קיין א"י — אויף דעם פאָדערט זיך אַז אידן זאָלן האָבן „גדולה",
זיי דאַרפן זיין אַ
„ממלכת כהנים וגוי קדוש",
כנ"ל: ב)
דער אופן הכניסה: „באו ורשו" — „אין מערער בדבר ..
לא היו צריכים לכלי זיין" 47
— דאָס איז אַ שכר וואָס אידן האָבן באַקומען פאַר דעם וואָס זיי האָבן געטאן בזמן ישיבתם בהר.
ט.
עד"ז בנוגע מינוי סנהדרין,
באַ וועלכן 48
עס זיינען געווען ביידע זאַכן: ציווי ומינוי: 1)
דורך דעם אויבערשטן — „וצוך אלקים" 49 ,
2)
דורך „ויבחר משה" און „הבו לכם" 50 .
אין ספרי וואו מען ברענגט אַרויס ענין השכר געגעבן פון דעם אויבערשטן — איז ער מדגיש „מניתי עליכם",
ברש"י וועלכער איז אויסן די גדולה פון די אידן — מניתם לכם".
יוד.
פון „יינה של תורה" שבפירוש רש"י:
רש"י איז מעתיק פון פסוק נאָר די ווערטער „רב לכם שבת"
(אָן די ווערטער „בהר הזה")
און טייטשט „כפשוטו"
[און ערשט אין דעם מדרש אגדה ברענגט ער די ווערטער „בהר הזה"]
— ויש לומר,
אַז דערמיט איז ער מרמז אַ הוראה כללית אין עבודת ה׳:
אַ איד דאַרף וויסן,
אַז אַ מצב פון „שבת" — בלייבן זיצן אויף איין אָרט,
שטיין אויף דער זעלבער דרגא בעבודתו ית׳ און ניט גיין ווייטער און העכער — איז „רב לכם" „כפשוטו": „הרבה יותר מדאי".
ווי גוט און הויך עס זאָל זיין דרגתו בעבודה,
איז אָבער אַ המשך זמן פון „בלייבן זיצן" אויף דער זעלבער דרגא איז — אָפּגעגעבן אויף דעם צופיל צייט.
אַ איד דאַרף זיין אַ „מהלך",
כסדר שטרעבן צו און גיין אַלץ העכער — מעלין בקודש 51 .
יא.
נאָך אַ הוראה וואָס מען קען אַרויסנעמען פון דעם פירוש רש"י:
ווי גערעדט כמה פעמים 52 ,
האָבן אַלע פירושים אויפן זעלבן פסוק אַ שייכות זה לזה,
ובפרט בנדו"ד — די צוויי פירושים וואָס רש"י ברענגט דאָ בפירושו.
און דאָס איז די הוראה: די צוויי ענינים בשייכות דער כניסה לארץ —
(א)
דער פירוש כפשוטו,
אַז אידן דאַרפן גיין וואָס שנעלער כובש זיין ארץ ישראל בפשטות,
און
(ב)
דער פירוש אַז דאָס מיינט די הכנה רוחנית צו דער כניסה לארץ,
„עשיתם משכן כו׳ קבלתם תורה מניתם לכם סנהדרין כו'" — זיינען תלוי זה בזה:
דוקא דערפאַר וואָס מ׳איז אַ גוי קדוש 53
מ׳האָט הרבה גדולה ושכר — באַקומט מען ארץ ישראל
פאַרקערט ווי באַ אַנדערע פעלקער — וואָס ווערן אַ פאָלק איז פאַרבונדן מיט באַקומען אַ לאַנד וואו זיי לעבן 54 ,
ביי אידן איז דער ענין פון „רב לכם שבת" — כפשוטו ,
דער „למהר ביאתכם לארץ" איז ניט נאָר אַ מהירות בזמן,
נאָר אויך
(ובעיקר)
אַ מהירות באופן פון
„ביאתכם"
(דורך — פי׳ השני — ריבוי גדולה)
— „אין מערער בדבר",
בלי מלחמה און בלי כלי זיין 55 .
אין אַנדערע ווערטער:
די שייכות פון ארץ ישראל צו אידן איז אינגאַנצן אַנדערש ווי ביי אַנדערע פעלקער: ביי די אומות העולם האָט זייער לאַנד ניט קיין קשר עצמי מיט זיי,
און מהאי טעמא דאַרפן זיי מלחמה האַלטן פאַר איר: משא"כ ביי אידן איז זייער פאַרבונד מיט ארץ ישראל אין אַן אופן
(און בעת אידן זיינען אינעם מצב פון „גוי קדוש" בגלוי איז עס ניכר בגלוי)
אַז דאָס לאַנד באַלאַנגט בעצם צו בני ישראל,
ובלשון התנחומא 56
„בחר בארץ ישראל כו׳ ובחר לחלקו ישראל כו׳ אמר הקב"ה יבואו ישראל שבאו לחלקו וינחלו את הארץ שבאה לחלקו",
און דורך אַ ברית וואָס קען קיינמאָל ניט צעשטערט ווערן — ובמילא איז „אין מערער בדבר ואינכם צריכים למלחמה";
וכן תהיה לנו בקרוב ממש,
אַז מ׳וועט זוכה זיין 57
צו באַקומען ארץ ישראל ובשלימותה,
אין אַן אופן פון „אין מערער בדבר ואינכם צריכים למלחמה" 58 ,
במהרה בימינו ממש.
(משיחות ש"פ דברים וש"פ עקב תש"מ)