B"H
🏡

Ikar

דברים א

א.

אויפן פסוק 1

„בעבר הירדן בארץ מואב הואיל משה באר את התורה הזאת לאמר«,

זאָגן רז״ל 2

אַז „בשבעים לשון פירשה להם«.

ועד״ז

(פאַרן איבערגיין דעם ירדן)

האָט משה אָנגעזאָגט אַז „והי׳ בעברכם את הירדן וגו׳ וכתבת על האבנים את כל דברי התורה הזאת באר היטב« 3 ,

זאָגן רז״ל 4

אַז „באר היטב« מיינט אַז מ׳זאָל דאָס שרייבן בשבעים לשון.

אין מסכת סופרים 5

לערנען מיר: „מעשה בה׳ זקנים שכתבו לתלמי המלך את התורה יונית והי׳ היום קשה לישראל כיום שנעשה העגל,

שלא היתה התורה יכולה להתרגם כל צרכה« 6 .

איז ניט מובן: פון דעם וואָס משה „פירשה להם« די תורה „בשבעים לשון«,

און נאָכמער — פון דעם ציווי „וכתבת על האבנים גו׳ באר היטב« בע׳ לשון,

איז

מוכח,

אַז ס׳איז דאָ אין דעם אַ מעלה ותועלת 7 ,

היינט ווי זאָגט מען אַז דער תירגום ללשון יונית איז גאָר אַן ענין קשה,

און קשה ביותר.

נאָכמער תמוה איז דער טעם דערפון — „שלא היתה התורה יכולה להתרגם כל צרכה״ — וויבאַלד אַז די תורה איז דאָך שוין פון פריער איבערגעזעצט געוואָרן 8

אין אַלע שבעים לשון,

כנ״ל 9 .

און ס׳איז שווער צו זאָגן אַז אין מס׳ סופרים ווערט געמיינט אַן ענין „קשה« וואָס איז פאַרבונדן בלויז מיטן תרגום אויף לשון יונית און ניט מיט די אַנדערע פון די שבעים לשון — וואָרום:

א)

די „שבעים לשון«,

אין וועלכע די תורה איז שוין נתפרש געוואָרן,

זיינען כולל אויך לשון יונית; ולאידך

ב)

פון סתימת הלשון אין מס׳ סופרים „שלא היתה התורה יכולה להתרגם כו׳״ 10

איז משמע,

אַז דאָס וואָס די תורה קען ניט מיתרגם ווערן כל צרכה,

ווערט דערמיט געמיינט דער תרגום אין יעדן לשון 11

!

ג)

ואדרבה,

מ׳געפינט במק״א אַז לשון יונית האָט אין דעם גאָר אַ מעלה לגבי שאר הלשונות,

וואָרום לדעת רשב״ג

(און אַזוי איז אויך די הלכה) 12

דאַרף מען שרייבן די ספרים

(תנ«ך)

נאָר בלשון הקודש,

ניט אין קיין אַנדער לשון,

חוץ פון יונית 13 .

ד)

נאָכמער,

עס שטייט אין ירושלמי 14

: „בדקו ומצאו שאין התורה יכולה להתרגם כל צורכה אלא יוונית «!

דער עיקר תמיהה איז אין דעם וואָס די ברייתא הנ«ל

(אין מס׳ סופרים)

זאָגט: „והי׳ היום קשה לישראל כיום שנעשה העגל « — ווי איז שייך צו זאָגן,

אַז צוליב דעם וואָס די תורה קען ניט מתורגם ווערן „כל צרכה«,

איז דאָס אויף אַזויפיל קשה ושלילי ביז דאָס איז בדומה צו

(דעם טאָג וזמן פון)

עשיית העגל 15 ?

ב.

דעם לשון הנ«ל

(„כיום שנעשה העגל«)

געפינען מיר אויך אין מס׳ שבת 16 ,

אַז „אותו היום הי׳ הלל כפוף ויושב לפני שמאי כאחד מן התלמידים 17 ,

והי׳ קשה לישראל 18

כיום שנעשה בו העגל«.

אויך דאָרטן פאָדערט זיך ביאור,

פאַרוואָס „אותו היום« איז געווען אַזוי „קשה לישראל« ביז צו פאַרגלייכן אים צום „יום שנעשה בו העגל«.

רש״י 19

איז מפרש „קשה — לפי שהלל נשיא וענוותן«.

איז ניט מובן: לכאורה איז נאָר דער ערשטער פרט,

„לפי שהלל נשיא«,

אַ טעם פאַרוואָס דאָס איז געווען קשה — אַז זייענדיק אַ נשיא זאָל הלל זיין „כפוף ויושב לפני שמאי כאחד מן התלמידים«; אָבער דער צווייטער פרט איז דאָך גאָר,

אדרבה,

אַ טעם וסיבה ווי אַזוי הלל מצדו האָט יע געקענט זיין „כפוף וכו׳«

(אע״פ אַז ער איז געווען אַ נשיא) 20

ווייל ער איז געווען אַן „ענוותן« 21 .

ס׳דאָ מפרשים 22

וואָס זאָגן דעם פירוש

(אין רש״י 23 )

„לפי שבעטו בהלל שהי׳ נשיא וענוותן«; דערמיט איז אויך מוסבר דער פאַרגלייך צו „יום שנעשה בו העגל«,

וואָס אויך דעמולט איז געווען „ שבעטו במשה שהי׳

(נשיא ו)

עניו 24

ואמרו 25

נעשה לנו אלקים אשר ילכו לפנינו« 26 .

דאָס איז אָבער לכאורה ניט מספיק: אפילו נאָכן צוגלייכן „בעטו בהלל« צו

„בעטו במשה«,

איז דאָך אָבער די נקודת החומר פון „יום שנעשה בו העגל« געווען

(ניט די „בעיטה« במשה,

ווי האַרב דאָס זאָל ניט זיין,

נאָר)

דער חטא פון ע״ז 27

ר״ל 28 .

ג.

וי״ל הביאור בזה,

ובהקדים דעם דיוק הלשון אין ביידע מאמרים הנ״ל

(אין מס׳ סופרים און אין מס׳ שבת)

„ כיום שנעשה בו העגל«

(און ניט „ כעשיית העגל«,

„כחטא העגל«,

וכיו״ב).

בפשטות איז דער יום עבודת העגל געווען למחרת יום עשיית העגל,

כמש״נ אַז ביום

(און לאחר)

עשיית העגל,

האָט אהרן געזאָגט 29

„חג לה׳ מחר״

(מיינענדיק דערמיט זיי אָפּצושטופּן 30 ,

ווייל „בטוח הי׳ שיבא משה ויעבדו את המקום« 31 )

; און דער

(עיקר 32 )

חטא העגל איז געווען אויף מאָרגן — „וישכימו ממחרת ויעלו עולות וגו׳« 33 .

און „קשה״ „כיום שנעשה בו העגל« מיינט: די האַרבקייט

(קושי)

באַשטייט ניט

(אַזוי)

אין דעם עצם עשי׳ פון דעם עגל

(וואָרום אויך נאָכדעם האָט געקאָנט זיין

(ווי אהרן האָט געזאָגט)

דער „חג לה' מחר«,

יעבדו את המקום),

נאָר אין דעם וואָס דאָס איז „ יום שנעשה בו העגל«,

אַ טאָג פאַרבונדען נאָר מיט׳ן עגל

(ניט — עניני „המקום«),

במילא איז ער אַ טאָג פון הכנה צו דעם חטא פון דינען דעם עגל לאחר זמן ,

אויף מאָרגן.

ד.

ועד״ז איז בנוגע צום תרגום התורה „שכתבו לתלמי המלך את התורה יונית«: דער פירוש אין

(מס׳ סופרים 34 )

„לא היתה התורה יכולה להתרגם כל צרכה ״ — מיינט מען: אַ גענויע ווערטערליכע איבערזעצונג און אין דעם סדר מוקדם ומאוחר ווי עס שטייט אין תורה

(בלה״ק),

איז „אין התורה יכולה להתרגם«.

און דער חסרון באַשטייט אין דעם וואָס דאָס גיט אַן אָרט אַז פון דעם זאָל קענען אַרויסקומען דערנאָך אַ טעות וכו׳ —

בשעת אַ גוי

(תלמי המלך)

וועט נאָכדעם לערנען די תורה

(אין ל׳ יון)

ווי זי איז מתורגם בדיוק,

„כל צרכה«,

איז מעגלעך ער זאָל ניט פאַרשטיין דעם ריכטיקן פירוש בכו״כ מקומות בתורה,

און נאָכמער — ער וועט פאַרשטיין היפך פון דער כוונה אמתית.

דערפאַר געפינען מיר,

אַז בשעת די ע״ב זקנים האָבן מתרגם געווען די תורה פאַר תלמי המלך 35 ,

איז „נתן הקב״ה בלב כל

אחד ואחד עצה והסכימו כולן לדעה אחת״ און „י״ג דברים שינו בה״ 36

— מ׳האָט ניט מתרגם געווען די תורה „כל צרכה«* 36 .

און אין דעם באַשטייט דער פאַרגלייך הנ״ל אין מס׳ סופרים — „והי׳ היום קשה לישראל כיום שנעשה בו העגל« 37

: כשם ווי דער „יום שנעשה בו העגל« איז געווען „קשה«,

ווייל ער איז געווען די הכנה אַז למחרתו איז אַרויסגעקומען 38

דער דינען דעם עגל,

עד״ז

איז דער יום וואָס מ׳האָט מתרגם געווען די תורה ליוונית אַ יום קשה לישראל,

ווייל דאָס קען ברענגען 39

צו פירוש התורה שלא כדבעי און היפך הכוונה,

כנ״ל.

ה.

ומעין זה י״ל וועגן דעם יום „שהי׳ הלל כפוף ויושב לפני שמאי«:

דאָס אַליין וואָס מ׳האָט דעמולט גוזר געווען ווי דעת שמאי איז ניט אַזוי „קשה«,

וואָרום סו״ס איז דאָך „שתיק לי׳ הלל לשמאי« 40 ,

„לא עמד במחלקותו« 41 ,

ד.

ה.

דער ענין איז געווען ע״פ הלכה 42 .

דער

(עיקר)

קושי שבזה איז באַשטאַנען אין דעם וואָס דאָס האָט געקענט ברענגען אַז

(אויך)

שפּעטער זאָל מען פּסק׳נען די הלכות כב״ש,

היפך כללי ההלכה ווי ס׳איז לדורות,

אַז „ב״ש במקום ב״ה אינה משנה« 43 .

וי״ל,

אַז דאָס איז די כוונה פון פירוש רש״י „לפי שהלל נשיא וענוותן«: רש״י איז מסביר דעם ענין הקושי שבזה: הלכה כהלל

(ב״ה)

איז מצד די צוויי תכונות — „נשיא וענוותן«: דער מורה הלכה בכלל איז דער נשיא

(אפילו)

לגבי

דעם אב״ד 44

(און דאָ איז געווען פאַרקערט — שמאי איז דאָך געווען דער אב״ד)

; און „ענוותן« — ווי די גמרא זאָגט 45

לגבי ב״ש וב״ה בכלל,

אַז „מפני מה זכו ב״ה לקבוע הלכה כמותם מפני שנוחין ועלובין היו«.

ו.

וויבאַלד אַז אַלע ענינים אין תורה זיינען בתכלית הדיוק,

איז מובן,

אַז דער פאַרגלייך פון די צוויי ענינים

(תרגום התורה לתלמי המלך,

און אותו יום הי׳ הלל כפוף כו׳)

צו דעם יום שנעשה בו העגל איז ניט נאָר אין דעם וואָס דער טאָג קען גורם זיין אַן ענין

(או מאורע)

בלתי רצוי

(ווי דער יום שנעשה בו העגל),

נאָר אויך מצד דעם תוכן פון יום שנעשה בו העגל

(און חטא העגל בכלל).

די הסברה בזה: ס׳איז ידוע 46

וואָס די מפרשי התורה זיינען מאריך בנוגע דעם ענין פון עשיית העגל,

אַז אידן האָבן ניט געמאָנט אַן ענין פון ע״ז ח«ו,

נאָר בלויז אַ מנהיג וואָס זאָל זיי פירן במקום משה

(ולא במקום ה׳),

וכטענתם

(בלשון הכתוב)

„כי זה משה האיש אשר העלנו מארץ מצרים לא ידענו מה הי׳ לו״ 47 .

דאָס הייסט זיי האָבן געוואָלט אַז עס זאָל זיין אַ ממוצע צווישן דעם אויבערשטן און זיי,

מיוסד אויף דעם וואָס אַזוי האָט דער אויבערשטער אַליין איינגעשטעלט — לכאורה: „כי זה משה האיש אשר העלנו מארמ״צ״ — ניט דער אויבערשטער אַליין,

נאָר דורך משה

אַלס ממוצע צווישן דעם אויבערשטן און אידן.

כדי אַז אַ איד דאָ למטה זאָל זיין פאַרבונדן מיט דעם אויבערשטן און אים דינען ווי עס דאַרף צו זיין מיט אַלע כחות הנפש,

אויך מיט זיין שכל און מיט זיינע געפילן,

איז עס ווען אלקות ווערט נמשך כביכול דאָ למטה,

ביז אין אַן אופן פון לידע שיש שם אלקה 48 ,

וויסען — נוסף אויף להאמין 49

שיש שם אלקה וואָס דאָס איז בדרגת האלקות ווי זי איז מצ«ע,

פשוט בתכלית הפשיטות.

אלקות ווערט נתגלה צו אַן „איש« למטה,

אַ נשמה בגוף,

און נתלבש בו וביחוד נפלא 50

ביז בדוגמת משה וואָס איז „איש האלקים« 51 ,

איש וואָס מ׳קען עם זען און הערן.

און כדי אלקות זאָל נאָכמער נמשך ווערן און דערהערט ווערן אין וועלט,

אין עוה«ז הגשמי,

ובכל הענינים,

האָבן זיי געמיינט אַז עס דאַרף נמשך ווערן דורך אַ נידעריקערער דרגא אין עוה״ז,

און דורך דעם וועט עס האָבן מער ווירקונג און אין וועלט 52 .

וע«ד ווי ס׳איז געווען לאח״ז,

אַז דער אויבערשטער האָט געהייסן „ועשו לי מקדש

(פון זהב וכסף וכו׳) 53

ושכנתי בתוכם« 54 ,

וואָס עיקרו איז דער ארון ושני הכרובים 55 ,

וואָס עי״ז איז געווען השראת השכינה צווישן אידן,

„ודברתי 56

אתך מעל הכפורת מבין שני הכרובים אשר על ארון העדות" 57 .

וי״ל אַז דאָס איז די הסברת המבואר אין מדרש 58

אַז דער חטא העגל איז געקומען מצד דעם וואָס בשעת מ«ת ווען „וירד ה׳ על ה«ס« 59

האָבן די אידן געזעהן ווי דער אויבערשטער איז יורד מיט דער מרכבה און זיי האָבן שומט געווען אחד מהם,

דעם פני שור שבמרכבה,

זיי האָבן געוואָלט דאָ למטה אַ זאַך פון מטה 57 ,

בדוגמת ווי למעלה איז דאָס — מרכבה העליונה.

און אפילו לאחר עשיית העגל

(איידער מ׳האָט אים געדינט)

האָט אהרן געזאָגט „חג לה׳ מחר«,

אַז פון דעם קען אַרויסקומען אַן עילוי,

אַז ווען משה וועט קומען וועט באַ אידן נתגלה ווערן ווי דער ענין העגל איז קיין מציאות ניט,

— בפשטות: ווען עס וואָלט ניט געווען דער „וישכימו

(השטן זרזם כדי שיחטאו)

« 60

— וואָלט ניט געווען דער

„ויחטאו«,

נאָר אדרבא: משה וואָלט פאַרברענט דעם עגל במעמד והסכם כל בנ״י,

ופשיטא אַז עס וואָלט מלכתחילה ניט געווען עבודת העגל

און עס וועט זיך אויסדריקן אחדות ה׳ נאָך מער,

אַז „אין עוד מלבדו« 61 .

און אַז אַ ממוצע קען זיין נאָר משה

(ממוצע המחבר ) 62 ,

וואָס דער אויבערשטער האָט אים געשיקט און אים געמאַכט פאַר זיין שליח צו אידן.

בפועל איז אָבער פון דעם נסתעף געוואָרן

(באַ כמה מישראל)

אויף מאָרגן דער חטא העגל,

דער חטא פון ע״ז,

היפר אחדות ה׳.

ז.

און דאָס איז דער ענין פון „קשה״ אין „יום שנעשה בו העגל«

(ניט דער יום שעבדו את העגל)

: די עצם זאַך אַז ס׳זאָל ווערן אַן אָפּגעטיילטע 63

מציאות — אפילו אויב מ׳מיינט אַז דורך דעם זאָל נמשך ווערן אלקות כו׳ כנ״ל — וויבאַלד דאָס איז ניט מצד ציווי ה׳

(ל׳ צוותא וחיבור)

קען דערפון נסתעף ווערן דער חטא ע״ז,

אַן ענין פון שתי רשויות.

משא״כ ווען דאָס קומט מצד הציווי 57 ,

ע״ד ווי דאָס איז געווען אין דעם משכן ארון וכרובים כנ״ל,

הערט זיך דעמאָלט אָן בלויז אַז דורכדעם גייט דורך 64

דער דבר ה׳.

ס׳איז ניטאָ קיין שום מציאות וענין אין דער זאַך גופא,

ובמילא וועט

דערפון ניט אַרויסקומען קיין טעות דשתי רשויות ח״ו.

און דאָס איז דער תוכן המדרש כנ״ל: דער עגל איז נשמט געוואָרן פון

(דעם פני שור שב)

מרכבה: ווי דאָס איז למעלה,

איז דאָס אַ חלק פון דער מרכבה העליונה — דאָס איז אַן ענין פון אלקות און איז מגלה אלקות; בשעת אָבער דאָס ווערט נשמט באַזונדער און למטה,

ניט ווי אַ חלק פון דער מרכבה,

עס הערט זיך ניט אין דעם ביטול המרכבה לרוכב עלי׳,

קען דערפון אַרויסקומען חטא העגל,

חטא ע״ז.

ח.

מעין זה איז עס בשייכות צום תרגום התורה ללשון יון שכתבו לתלמי המלך,

„והי׳ היום קשה לישראל כיום שנעשה העגל«:

תרגום התורה ע״י משה בשבעים לשון אָדער דער קיום הציווי „וכתבת על האבנים את כל דברי התורה הזאת באר היטב« בשבעים לשון,

וויבאַלד דאָס איז

(געווען צוזאַמען מיט תורה ווי זי איז במקורה בלה״ק און ס׳איז)

געקומען ע״פ הציווי,

האָט עס קיין אָרט ניט געגעבן אַז מ׳זאָל מפרש זיין תורה שלא כפי הכוונה,

ווייל אין די אַלע ע׳ לשון האָט זיך אָנגעהערט דער ציווי

(און די קדושת התורה ווי זי איז בלשון הקודש ונאמרה מפי הקב״ה 65 ).

אָבער ווען מ׳האָט מתרגם געווען די תורה ע״פ דרישת תלמי המלך

(ניט ע״פ ציווי השם)

אין לשון יון,

האָט פון דעם געקענט אַרויסקומען אַן ענין שלא

כדבעי: אַנשטאָט אַז אין „בראשית ברא אלקים« זאָל מען לערנען אחדות ה‹,

ווי דער אמת איז,

וועט מען טייטשן אַז „שתי רשויות הן וראשון ברא את השני« 66

; ועד״ז אין די אַנדערע פסוקים בתורה

(ששינו לתלמי המלך),

וואָס אין רובם האָט געקענט זיין אַ נתינת מקום צו אַ פירוש וואָס בריינגט אַרויס היפך אחדות ה׳ און היפך התורה 67 .

ט.

כשם ווי דאָס איז בנוגע צו יום שנעשה בו העגל,

ובדקות יותר אין דעם תרגום התורה ליוונית,

עד״ז איז דאָס נאָכמער בדקות אין תורה גופא,

בנוגע די מחלוקת שמאי

(ב״ש)

והלל

(ב״ה).

ס׳איז ידוע 68

אַז שמאי

(וב״ש)

איז שרשו ממדת הגבורה

(דין)

און הלל

(ב״ה)

איז ממדת החסד

(רחמים).

און דערפאַר איז

(בכלל)

ב״ש לחומרא וב״ה לקולא.

דער חילוק צווישן מדת הדין ומדת החסד והרחמים איז בדוגמת ווי ער זאָגט אין מדרש 69

וועגן חסד ואמת,

„חסד אמר יברא ..

ואמת אמר אל יברא«.

דאָס הייסט,

מצד מדת הדין איז ניטאָ קיין אָרט אויף וועלט,

משא״כ מצד מדת הרחמים.

לאחרי בריאת העולם קומט פון דעם אַרויס,

אַז מצד מדת הדין הערט זיך אָן דער ביטול און די שבירה פון וועלט 70 ,

און מדת החסד והרחמים איז ענינה,

אדרבה — צו ממשיך זיין אלקות אין וועלט.

פון דעם איז פאַרשטאַנדיק דער חילוק בעומק יותר בתוכן הענינים צווישן מדת הגבורה און מדת החסד: מצד מדת הדין הערט זיך אָן ווי וועלט איז אַ זאַך,

אָפּגעטיילט

(בהרגשתו)

פון אלקות,

וואָס דעריבער דאַרף זיין די עבודה און דער סדר פון שבירה און ביטול; ומצד מדת החסד,

וואָס מ׳איז ממשיך אלקות אין וועלט,

ווערט דערהערט

(פאַרקערט),

אַז וועלט איז

(בכח — און מ׳דאַרף עס מגלה זיין)

— מיוחד מיט אלקות,

דערפאַר דאַרף מען טאָן און אויפטאָן „אין« וועלט,

מגלה זיין אין איר אלקות.

בשעת עס זיינען דאָ צוויי מעגליכקייטן — צי מחמיר זיין אָדער מקיל זיין — איז ב״ש לחומרא: אָפּשיידן זיך פון

(ענינים פון)

וועלט; און ב״ה לקולא — מברר זיין און מזכך זיין חלקו בעולם.

בדקות דדקות קומט אַרויס,

אַז מצד מדת הדין קען אַרויסקומען בהשתלשלות אַ תנועה פון „שתי רשויות« כביכול,

און מ׳דאַרף מיט איר מלחמה האָבן,

וויבאַלד אַז די מציאות פון וועלט איז מען ניט מייחד מיט אלקות; אָבער מצד מדת החסד והרחמים הערט זיך אָן אחדות ה׳ בשלימות.

און דאָס איז דער פאַרגלייך פון „אותו היום הי׳ הלל כפוף ויושב לפני שמאי כאחד התלמידים והי׳ קשה לישראל כיום שנעשה בו העגל«: וויבאַלד אַז ביום זה איז געווען הלכה ווי דעת שמאי,

די התגברות פון מדת הדין אויף מדת החסד והרחמים,

האָט מען מורא געהאַט אַז עי״ז זאָל ווערן די הנהגה

והלכה אַזוי אויך להבא 71 ,

וואָס וועט בהשתלשלות קענען געבן אַן אָרט אויף „שתי רשויות״ בדקות דדקות

(נאָר — מ׳דאַרף מלחמה האָבן און מבטל זיין עס).

יו״ד.

דאָס איז אָבער נאָר וואָס די צוויי טעג

(דער יום שכתבו לתלמי המלך את התורה יוונית און דער יום וואָס הלל הי׳ כפוף ויושב לפני שמאי)

זיינען קשה כיום שנעשה בו העגל צוליב דעם חשש אַז ס׳זאָל דערפון אַרויסקומען בדקות היפך פון אחדות ה׳.

לפועל איז באַ דעם תרגום התורה ליוונית און פון דעם „יום שהי׳ הלל כפוף ויושב לפני שמאי« ניט אַרויסגעקומען קיין ענין הפכי

(ניט ווי באַ דעם יום עשיית העגל).

ויש לומר יתירה מזו: כשם ווי ב„יום שנעשה בו העגל« האָט אהרן געזאָגט „ חג לה׳ מחר «,

וואָס כפשוטו מיינט עס אַז אויב מ׳זאָל דאָס נוצן כדבעי,

קען דערפון אַרויסקומען אַן ענין של חג ,

און יעבדו את הקב״ה ,

כנ״ל,

איז טאַקע אַזוי אַרויסגעקומען 72

פון דעם תרגום התורה ליוונית,

בשעת די ע״ב זקנים האָבן מתרגם געווען די תורה לתלמי המלך

(ניט „כל צרכה«) 73 ,

זיי האָבן משנה געווען כו«כ דברים,

אָנהויבנדיק פון „אלקים ברא בראשית״ אַנשטאָט „בראשית ברא אלקים«,

איז ניט נאָר אַראָפּגעקומען אויך צו אוה״ע אחדות ה׳ ווי דאָס ווערט געזאָגט בתורה,

נאָר ס׳איז געוואָרן אַ הלכה 74

אַז די

(איינציקע)

שפּראַך וואָס מ׳מעג שרייבן ספרים

(ס״ת)

איז ביוונית 75

(און ס׳איז כשר לקרות בו,

מטמא את הידים 76

וכו׳) 77 ,

די שלימות הבירור פון דעם כתב ולשון 78

יוונית.

ועד״ז י״ל בנוגע „אותו היום שהי׳ הלל כפוף ויושב לפני שמאי כאחד מן התלמידים«,

אַז ניט נאָר איז פון דעם ניט אַרויסגעקומען עס זאָל בלייבן לדורות די הלכה ווי שמאי

(ב״ש),

נאָר דאָס האָט געפּועל׳ט 79

אויך באַ שמאי

(ב״ש)

אַן ענין פון כפי׳ וביטול.

וי״ל אַז דערפאַר איז דאָ כמה מקומות 80

וואָס ב״ש לקולא 81 .

יא.

וויבאַלד אַז דברי צדיקים חיים וקיימים לעד ובפרט ענינים וואָס שטייען אין תורה שהיא נצחיית,

איז דערפון מובן,

אַז אויך דאָס וואָס אהרן האָט געזאָגט „חג לה׳ מחר« בנוגע יום שבעה עשר בתמוז,

וועט עס זיכער מקוים ווערן,

און ווי עס שטייט אין כתבי האריז״ל 82

אַז „סוד הנרמז בזה«

(אין דברי אהרן)

איז „עתיד הקב״ה להפכו

(שבעה עשר בתמוז 83 )

ליו״ט

ונמצא כי חג לה׳ מחר בעצם ומחר זה לאחר זמן כו׳«.

וי״ל אַז בפנימיות איז דאָס דער חג וואָס קומט אַרויס ע״י התשובה פון אידן אויף עשיית העגל,

וואָס לעת״ל וועט עס נתגלה ווערן,

און אחדות ה׳ וועט קומען בגילוי אויך בשייכות צו ג׳ קליפות הטמאות,

אַז די ניצוצות שבהם

(דער תכלית ופנימיות הכוונה שבהם)

ווערט נתהפך לטוב און נתעלה לקדושה 84 .

יב.

וי״ל אַז עד«ז איז אויך בנוגע דעם תרגום התורה אין שבעים לשון בדורות הכי אחרונים,

ובפרט די מעיינות פון פנימיות התורה,

כידוע ווי כ״ק מו״ח אדמו״ר האָט זיך משתדל געווען אַז מ׳זאָל מתרגם זיין

(אויך)

עניני פנימיות התורה בשבעים לשון,

בכדי אַז אויך די וואָס האָבן נאָך ניט קיין שייכות צו לערנען און פאַרשטיין בלשון הקודש,

אָדער אפילו אין אידיש 85 ,

זאָלן אויך צו זיי אָנקומען די מעיינות כו׳ פנימיות התורה.

וואָס דורכדעם טוט מען אויף דעם בירור פון די ע׳ לשון 86 ,

ניט נאָר ווי זיי זיינען כלול וביחד מיט לשון הקודש,

נאָר ווי יעדערער שטייט בפ״ע,

וואָס נאָכמער איז דאָס דורך אַראָפּטראָגן די טיפע ענינים והסברים פון אחדות ה׳ שבתורת החסידות אין לשון כל עם ועם 87 ,

ועי״ז פּועל׳ט מען אויך דעם בירור פון די ע׳ אומות גופא,

און דאָס איז מקרב וממהר דעם „קאתי מר דא מלכא משיחא« 88 ,

וואָס „אז אהפוך אל עמים שפה ברורה לקרוא כולם בשם ה׳ לעבדו שכם אחד« 89 ,

וואָס דעמאָלט וועט זיין דער יהפכו ימים אלו לששון ולשמחה ולמועדים טובים 90 ,

און דער סיום פון די ימי

המצרים

(וואָס האָבן זיך אָנגעהויבן שבעה עשר בתמוז)

— תשעה באב 91 ,

וועט זיין אַ יו״ט גדול 92 ,

בקרוב ממש,

בביאת משיח צדקנו.

(משיחת ש«פ וארא

(ר״ח שבט+ )

תש«מ)

Reader controls and commentary are loading.