א.
ס׳איז ידוע,
אַז באַ מ”ת 1
— כאָטש אַז אויך לפני מ”ת האָט מען געלערנט תורה,
וכמפורש 2
„בית מדרשו” של שם „ובית מדרשו” של עבר,
און
(אָנהייבנדיק פון אדם הראשון)
איז מען נצטוה געוואָרן בכמה מצות 3 ,
און נאָכמער האבות קיימו את כל התורה כולה עד שלא ניתנה 4
—
נתחדש אַז אידן זיינען דעמאָלט נצטוה געוואָרן אויף אַלע תרי”ג מצות און ס׳איז
( געגעבן )
אָנגעזאָגט געוואָרן כל התורה כולה לכאו”א מישראל,
און אויך אַז — תומ”צ זיינען געגעבן פון „ אנכי 5
(ה׳ אלקיך)
”; אין אַן אופן
(ווי די גמרא 6
זאָגט,
פון „אנכי”,
וואָס „אנכי” איז ר”ת)
„אנא נפשי כתבית יהבית” — דער אויבערשטער האָט זיך „אַריינגעשריבן” און „אַריינגעגעבן” אין תורה.
און וויבאַלד 7
אַז תורה איז נפשו
(בלשון החסידות — רצון 8
עצמי)
פון אויבערשטן,
איז מובן
(וואָס איז אַן עיקר באמונתנו),
אַז „התורה הזו לא תהי׳ מוחלפת”,
ובלשון הרמב”ם „דבר ברור
ומפורש בתורה שהיא מצוה עומדת לעד ולעולמי עולמים אין לה שינוי ולא גרעון ולא תוספת” 9 ,
„התורה הזאת אין חוקי׳ ומשפטי׳ משתנים לעולם ולעולמי עולמים” 10 .
די ציוויים והוראות פון פאַר מ”ת איז אין זיי געווען הוספות עקריות וכו׳,
ווי ס׳איז געווען ביי נח לגבי אדם,
אברהם לגבי נח וכו׳ 11 ,
וי”ל
(בדרך אפשר)
אַז באַ זיי איז
(עיקר)
ענינם געווען צוליב דער טובה ותועלת האדם — ובמילא 12 ,
אַז עס זיינען געוואָרן שינויים
(עליות כו׳)
אין דעם אדם,
זיינען אויך געוואָרן שינויים אין די ציוויים
(פון אויבערשטן,
כביכול)
להאדם.
משא”כ ביי מ”ת 13 ,
וואָס דאַן האָט דער אויבערשטער „ נפשי כתבית יהבית” אין תורה,
איז מובן,
אַז די מצות התורה זיינען
(ניט נאָר אַ „מיטל” צו קבלת
שכר,
אָדער „לצרף בהן את הבריות” 14
אָדער צו דערגרייכן די מעלה ועילוי פון „סגולה גו׳ ממלכת כהנים וגוי קדוש” 15 ,
(וואָס דעמאָלט איז שייך צו זאָגן אַז ווען ס׳איז דאָ אַ שינוי אין די מקיימי המצות ווערט אַ שינוי אין די מצות עצמן),
נאָר אויך,
בעיקר)
דער מכוון ותכלית ,
ווייל זיי זיינען „נפשי” פון דעם אויבערשטן.
ובמילא,
כשם 16
ווי ס׳איז ניט שייך קיין שינוי אין דעם נפשי ח”ו,
אַזוי איז ניט שייך קיין שינוי אין תורה ומצות 17 ,
וכמבואר במקום אחר בארוכה 18 .
ב.
וויבאַלד אַז דער ענין הנצחיות שבתורה איז פאַרבונדן דערמיט וואָס זי איז „נפשי” ווי „יהבית” ונתלבשה אין „חכמתו ורצונו של הקב”ה” 19
איז מובן בפשטות,
אַז דער ענין הנצחיות אין תורה איז ניט נאָר בתושב”כ,
נאָר אויך בתושבע”פ 20
(וואָס „כל המצות שניתנו לו למשה בסיני
(שהתחלת הנתינה — „אנכי”)
בפירושן ניתנו” 21 )
ובכל חלקי׳ 22 ,
ווייל „מקרא 23
משנה תלמוד ואגדה 24
אפי׳ מה שתלמיד ותיק עתיד להורות 25
לפני רבו כבר נאמר למשה בסיני”,
„דברי תורה כולם אחת” 26 .
קומט אויס,
אַז אויך די אַלע ענינים אין ש”ס וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט טבעי בני אדם,
רפואות 27
און כיו”ב,
וויבאַלד זיי זיינען אַ חלק פון תורה שבע”פ,
זיינען אויך זיי 28
אין כלל 29
פון נצחיות התורה,
וועלכע ווערט ניט נשתנה* 29 .
עפ”ז דאַרף מען פאַרשטיין וואָס מען געפינט בנוגע צו כמה סגולות ואפילו רפואות שבתורה
(שבע”פ)
ווערט געזאָגט,
אַז בזמן הזה זיינען זיי אַנדערש
ווי בימים ההם
(בזמן הש”ס וכו׳)
וויילע נשתנו הטבעים 30 ?
בשלמא ענינים וואָס זייער איסור האָבן די חכמים מבאר געווען איז מפני סכנה מסוימת —
ולדוגמא: דער דין פון מים מגולים וואָס „אסרום חכמים שמא שתה נחש מהם והטיל בהם ארס” 31
— איז מובן,
אַז דאָס איז כאילו ווי תורה זאָגט בפירוש אַז דער איסור איז אין דעם אָרט און זמן ווען עס זיינען מצוי נחשים 32
— און דערפאַר איז „עכשיו שאין נחשים מצויים בינינו — מותר” 31 .
וכיו”ב בשאר דברים.
און ע”ד ווי ס׳איז ניט קיין סתירה צו נצחיות התורה דאָס וואָס מען געפינט כמה מצות ודינים וואָס זייער חיוב איז חל נאָר בזמן ומקום מסוים — כמו מצות התלויות ביום,
בזמן שביהמ”ק קיים,
התלויות בארץ וכיו”ב — ווייל תורה גופא האָט מלכתחילה זיי קובע געווען אין אַ באַשטימטן זמן ומקום,
דאָס איז דער גדר המצוה
( וע”ד — מ”ע שהזמן גרמא).
אָבער די עניני רפואה וסגולה בתורה,
וואָס זיי האָט תורה ניט פאַרבונדן מיט די גדרים ותנאים פון זמן ומקום,
נאָר זיי ווערן געזאָגט באופן סתמי — אַז ווען
מען פירט זיך באופן מסויים איז דאָס אַ סכנה,
און אַז די זאַך איז אַן ענין של רפואה כו׳ — ווי קען מען זאָגן אַז זיי זיינען ניט קיין ענינים נצחיים און זיינען ניט גילטיק בזמן הזה
(ביז,
ווי עס שטייט,
אַז מען טאָר זיך ניט באַנוצן מיט די רפואות שבש”ס),
ווייל נשתנו הטבעים 33 ?
[און ווי כמה מפרשים 34
זאָגן טאַקע בנוגע כמה ענינים,
אַז היות זייער איסור איז מצד הלכה למשה מסיני קען אין זיי ניט זיין קיין ענדערונג מצד שינוי העתים וכיו”ב,
ווייל „דבר אלקינו יקום לעולם”].
ג.
עד”ז איז די קשיא בדברי הרמב”ם: אין הלכות דיעות שרייבט דער רמב”ם אַ גאַנצן פרק 35
ווי אַ מענטש דאַרף זיך פירן אין עניני אכילה ושתי׳ וכו׳ „הואיל והיות הגוף בריא ושלם מדרכי השם הוא” 36 .
וואָס פון דעם וואָס דער רמב”ם האָט דאָס אַריינגעשטעלט בספרו יד החזקה,
אַ ספר פון „הלכות הלכות” 37 ,
איז מובן אַז די הוראות זיינען
(ניט ע”ד ווי די הוראות הרופא,
וואָס דער חולה דאַרף זיי פאָלגן מצד „ונשמרתם מאד לנפשותיכם” 38
וכיו”ב,
אָבער דברי הרופא זיינען ניט דברי תורה 39
— נאָר אַז זיי גופא זיינען)
אַ חלק 40
פון הלכות 41
ודברי תורה 42 .
ובפרט אַז דער רמב”ם איז זיך ניט מסתפק מיט זאָגן „הואיל והיות הגוף בריא ושלם מדרכי השם הוא שהרי כו׳ לפיכך צריך האדם להרחיק עצמו מדברים המאבדין את הגוף ולהנהיג עצמו בדברים המברין והמחלימים”,
און מסיים זיין אַז מ׳זאָל מעיין זיין אין ספרי הטבעיים וספרי הרפואה וכו׳ וועלכע דברים זיינען מאבד
(וע”ד ווי ער שרייבט בסוף פון דעם פרק עצמו 43
אַז א ַחולה דאַרף האָבן אַנדערע הנהגות „כמו שיתבאר בספרי הרפואות”).
פון דעם וואָס ער רעכנט אויס בפרטיות ווי און וואָס מען דאַרף עסן וכו׳ 44 ,
איז מובן אַז די פרטים זיינען „הלכות הלכות”,
דברי תורה אַזוי ווי די אַנדערע ענינים אין ספר היד;
ועוד נפק”מ למעשה — בשעת אַ איד לערנט אין הלכות דיעות אָט די פרטי ענינים וואָס ריידן ווי מען דאַרף זיך פירן באכילה ושתי׳ כו׳ איז ער מקיים מצות תלמוד תורה און איז מחוייב פאַר דעם צו זאָגן ברכת התורה
[און אַזוי איז אויך מובן לגבי די הלכות פון רמב”ם
(אין פ”ג ו
(רוב)
פ”ד פון הלכות יסודי התורה)
וועלכע ריידן וועגן די כוכבים און מלאכים כו׳,
און עאכו”כ די מערערע פרקים פון תכונה אין הלכות קידוש החודש 45 ,
וכיו”ב].
איז ניט פאַרשטאַנדיק: דער רמב”ם האָט אין ספר היד ניט אַריינגעשטעלט הלכות וועלכע זיינען שייך נאָר ביז אַ זמן מסויים,
נאָר דוקא די וועלכע זיינען נוהגות לדורות 46
— און צווישן די הלכות דיעות הנ”ל זיינען פאַראַן כו”כ הלכות — ווי דער סדר האכילה כו׳ — וואָס זיינען ניט מתאים בזמן הזה צוליב דעם וואָס נשתנו הטבעיים; וויבאַלד די ענינים וטבעי הגוף זיינען תלוי און משתנה ממקום למקום ומזמן לזמן
(ווי עס זיינען נשתנה געוואָרן די טבעיים פון זמן הש”ס ביז זמן הרמב”ם — וואָס דערפאַר ברענגט ניט דער רמב”ם כו”כ מעניני רפואה המפורשים בש”ס 47 )
— האָט ער זיי,
לכאורה,
ניט געדאַרפט אַריינשטעלן בספרו היד.
נאָר זאָגן די הוראה כללית,
אַז צריך האדם להרחיק עצמו כו',
און אין יעדן זמן און מקום וועט מען זיך פירן ווי ס׳איז דעמאָלט מתאים לויט דרכי הטבע
(והרפואה).
[ע”ד הצחות יש לומר,
אַז דאָס ברענגט אַרויס די חשיבות און טייערקייט פון אַ אידנ׳ס געזונט — אַז בכדי צו באַוואָרענען די בריאות פון אידן,
אפילו ווען די תועלת דערפון איז בלויז געציילטע דורות אָדער יאָרן,
איז דער רמב”ם כולל די הוראות צוזאַמען מיט אַלע אַנדערע עניני הלכות].
עס פאָדערט זיך אָבער ביאור: סוףסוף האָט דער רמב”ם געדאַרפט באַוואָרענען אַז די ענינים אין דרכי הבריאות זיינען בלויז געשריבן געוואָרן לויט די טבעים שבדורו — און ניט סותם זיין זיי ווי הלכות הקבועות לדורות.
ד.
ויש לבאר זה — אַז דאָס איז ע”ד ווי דער רמב”ם אַליין איז מסביר
(אין ספר המצות שלו 48 )
דעם טעם פאַרוואָס ער רעכנט צווישן די מצות אויך די מצוה פון השמדת ז׳ אומות — אע”פ אַז לכאורה איז דאָס ניט אַ מצוה וועלכע איז נוהגת לדורות
(וואָס אַזעלכע מצות ווערן ניט גערעכנט במנין המצות)
— וז”ל 49
: הענין שנסתיים בהשגת מטרתו בלי שיהא אותו הדבר תלוי בזמן מסוים אין אומרים בו אינו נוהג לדורות,
לפי שהוא נוהג בכל דור שבו נמצאת אפשרות אותו הדבר ..
כללו של דבר אתה צריך להבין ולהתבונן בהבדל בין המצוה ובין הדבר אשר נצטוה עליו,
כי יש שתהא נוהגת לדורות,
אלא שהדבר שנצטוה עליו כבר נעדר בדור מן הדורות כו׳.
ועד”ז וואָלט מען לכאורה געקענט זאָגן בנדו”ד 50
: דאָס וואָס מען זעט אַז די
טבעי בנ”א בזמן הזה זיינען נשתנה געוואָרן
(און דערפאַר העלפן ניט די רפואות כו׳ שבזמן הש”ס ועד”ז כמה הוראות בדרכי הבריאות שברמב”ם),
האָט דאָס ניט צו דעם וואָס דער ענין אָדער די הלכה
(בש”ס וכן ברמב”ם)
איז אַ הוראה לדורות ,
אַ חלק פון תורה נצחית — ווייל די הוראה שבזה איז נצחית,
נאָר דער „דבר שנצטווה עליו” איז „נעדר”
(האָט זיך געביטן)
— ס׳איז ניט דער גוף וועלכער איז געווען בזמן הציווי.
[ ע”ד ווי דער רמב”ם גופא באַוואָרנט 51 ,
אַז דאָס וואָס ער איז מבטיח „אני ערב לו” אַז „המנהיג עצמו בדרכים אלו ..
אינו בא לידי חולי כל ימיו” איז ניט גילטיק ביי איינעם וואָס „הי׳ גופו רע מתחילת ברייתו או כו׳”
(נאָך כמה תנאים)].
אָבער אויך לויט דער הסברה איז ניט גלאַטיק: ביים ציווי אויף השמדת ז׳ אומות אָדער אויף מחיית עמלק,
זאָגט תורה אין דעם ציווי ומפרט דעם „דבר שנצטוה עליו”
(ז׳ אומות,
עמלק),
דאָס איז אַ חלק פון דעם ציווי,
משא”כ בנדו”ד: אין לשון הש”ס והרמב”ם זיינען ניטאָ קיין תנאים,
תנאי הטבע
(של האדם,
של סממני הרפואה וכו׳).
ה.
ויש לומר דעם ביאור בזה — ובהקדים אַן ענין כללי בנוגע צו תורה ומצוות:
ס׳איז ידוע דער כלל בחז”ל 52
אַז „התורה
(ש)
מדברת בעצם בעליונים ורומזות 53
בשניות בתחתונים”
(און דער
של”ה איז מאריך אין דעם 54 )
; דאָס מיינט: ניט אַז די ענינים וואָס שטייען אין תורה ווערן הויפּטזעכלעך
(„בעצם”)
געמיינט ווי זיי זיינען למטה אין גשמיות און ס׳איז בלויז אַ רמז אין זיי אויף די ענינים ווי זיי זיינען ברוחניות
(„הכתוב יגיד בתחתונים וירמוז בעליונים” 55 ),
נאָר פאַרקערט: תורה רעדט בעצם „בעליונים” — ווי די ענינים זיינען ברוחניות און איז דערביי
(נאָר)
מרמז אויף די ענינים ווי זיי זיינען „בתחתונים”,
אין גשמיות.
— ד.
ה.
אַוודאי איז „אין מקרא יוצא מידי פשוטו” 56
און מען קען ניט זאָגן אַז דער פסוק מיינט בלויז ווי דער ענין איז ברוחניות 57
; עס איז אַלעמאָל דאָ דער פשט פון מקרא,
ווי ער ווערט געטייטשט „בתחתונים” — אָבער בעצם רעדט די תורה בעליונים —
עד”ז איז בנוגע צו מצות: מצות זיינען בתחתונים — די מעשה המצוה כפשוטו,
און בעליונים — דער תוכן רוחני פון דער מצוה 58
; דער פירוש בזה: ס׳איז ניט אַז אין צוגאָב צו דער מצוה ווי מ׳איז איר מקיים בפשטות האָט די מצוה אויך אַ תוכן רוחני,
נאָר אדרבה: ווען תורה רעדט וועגן מצוות איז „בעצם” געמיינט די מצות ווי זיי זיינען „בעליונים”
(ברוחניות),
און די מצות ווי מ׳איז זיי מקיים בגשמיות זיינען אַ המשך ותוצאה פון ענינם ברוחניות.
וכמפורש מחז”ל 59
אויפן פסוק 60
מגיד דבריו ליעקב ..
הקב”ה ..
מה שהוא עושה הוא אומר לישראל לעשות ולשמור.
ס׳איז קיין סתירה ניט צום כלל אַז המעשה הוא העיקר 61 ,
ועד”ז בנוגע צו תורה דער כלל 62
אַז „תורה לא בשמים היא” 63
— ווייל דער רצון העליון איז אַז
(עיקר)
קיום המצוה איז דוקא דאָ למטה וכפשוטה
(ועד”ז איז אויך פסק ההלכה פון תורה דוקא למטה,
„לא בשמים היא” 64 )
;
משא”כ בנוגע צו תורה ומצות מצ”ע ,
איז אדרבה: דער מקור והתחלה פון תורה ומצות איז למעלה ברוחניות
(כמש”נ 65
ואהי׳ אצלו גו׳ שעשועים גו׳ כמאמר חז”ל 66
: חמודה גנוזה שגנוזה לך,
ועוד),
און פון רוחניות ווערן זיי דערנאָך נמשך
(כמש”כ 67
מן השמים דברתי עמכם; מן השמים השמיעך את קולו גו׳ ועל הארץ גו׳)
ונשתלשל למטה ובגשמיות 68 .
און דעריבער,
אַלע ענינים וואָס שטייען אין תורה,
איז זייער אָפּטייטש „בעצם” — ווי זיי זיינען בעליונים ברוחניות 69 .
ו.
עפ”ז וועט מען אויך פאַרשטיין בנדו”ד,
בנוגע די עניני רפואה כו׳:
ווען תורה רעדט וועגן הוראות בעניני רפואה וסגולות כו’,
איז זי „מדברת בעצם בעליונים”,
ד.
ה.
בעצם און צום אַלעם ערשטן ווערן זיי געמיינט ווי זיי זיינען ברוחניות,
און ערשט דערנאָך
(ווי אַ תוצאה פונעם עצם און אַ המשכה ממנו)
ווערן זיי נשתלשל און קומען אַראָפּ למטה אין גשמיות — „ורומזות בשניות בתחתונים”.
און ווי די ענינים זיינען ברוחניות ,
זיינען זיי נצחיים 70
און מצד זייער רוחניות׳דיקן שורש איז זייער תועלת ורפואה פאַראַן אַלעמאָל.
ובפשטות: די עניני הגוף — אכילתו,
רפואתו כו׳ — ווערן נשתלשל פון די זעלבע ענינים ווי זיי זיינען באַ אים בנפשו; איז בנוגע דער „אכילה” ו„בריאות” רוחניות פון נפש,
האָבן די רפואות וסגולות ווי זיי זיינען בעליונים,
ברוחניות — אַ תוקף נצחי,
אין וועלכן ס׳איז ניטאָ קיין שינוי.
נאָר ווי די ענינים קומען אַראָפּ בהשתלשלות למטה אין גשמיות,
קען זיין אַ חילוק: אין אַ זמן
פון שנים כתיקונן,
האָבן די ענינים אויך דאָ למטה דעם זעלבן תוכן ווי זייענדיק למעלה,
ובמילא — העלפן די רפואות וסגולות אויך בפשטות.
משא”כ ווען עס ווערט אַ שינוי
(און ירידה)
בעולם — דעמאָלט קענען די ענינים רוחניים ניט אַראָפּקומען למטה מיט דער גאַנצער שלימות 71 ,
דעריבער ווערט אַ שינוי בנוגע זייער פעולה אַלס רפואת הגוף — און די הוראות הנ”ל בלייבן נאָר ברוחניות 72 .
וי”ל דוגמא לזה — ווי מען געפינט בנוגע צום ענין ה„רפואה”
(נפשית)
וואָס איז דאָ ביי מצוות מסוימות: בזמן שבית המקדש הי׳ קיים און מ׳האָט דאָרט מקריב געווען קרבנות,
איז דורך ברענגען אַ קרבן
(בגשמיות)
האָט אַ איד געהאַט אַ כפרה,
ושב ורפא לו 73
אַ רפואה אויפן חטא; בעת ס׳איז נשתנה געוואָרן דער טבע ומצב „ומפני חטאינו גלינו מארצנו” און „חרב בית מקדשנו” — אין דעם מצב העלפט ניט די „רפואה” הנ”ל,
הקרבת קרבן
(ואדרבה — מען טאָר ניט ברענגען אַ קרבן),
אָבער מ׳באַקומט די רפואה וכפרה דורך הקרבת הקרבן ברוחניות — תפלה,
תשובה כו׳ 74 .
ז.
עד”ז יש לבאר אויך בנוגע דעם פרק פון הל׳ דעות וכו׳ אין רמב”ם:
ס׳איז ידוע וואָס דער תומים 75
שרייבט וועגן דעם לשון הב”י ורמ”א,
אַז „הכל בכתב מיד ה׳ השכיל ..
רוח ה׳ נוססה בקרבם להיות לשונם מכוון להלכה בלי כוונת הכותב וחפץ ה׳ בידם הצליח” 76 .
פון דעם איז מובן,
אַז ווען דער רמב”ם האָט געשריבן אָט די הלכות — הנהגות וואָס פאַרזיכערן אַז דער גוף זאָל זיין אַ בריא ושלם — איז „רוח ה׳ נוססה בקרבו” מכוון זיין להלכה,
כולל — צו נצחיות התורה.
דהיינו,
אַז אפילו בשעת עס קומט אַ זמן,
ווען ניט אַלע פון זיינע אָנגעזאָגטע הנהגות אין עניני אכילה כו׳ ווירקן אַז דער גוף הגשמי זאָל זיין אַ בריא ושלם
(ווייל טבע הגוף איז נשתנה געוואָרן צוליב מצב העולם כנ”ל),
דאַן זיינען די הוראות זיינע נצחיים און זיי זיינען פועלות פעולתן דורך אכילה שתי׳ כו׳ ברוחניות 77 ,
בנפש האדם — און דער תוכן רוחני,
איז דער „בעצם”,
דער אמת פון דעם ענין,
כאָטש אַז בגלוי ובחיצוניות רעדט דער רמב”ם וועגן בריאות הגוף בגשמיות.
ח.
דער ענין הנ”ל
(סעיף ה)
— אַז התורה מדברת בעצם בעליונים כו׳ — איז נוגע אויך אין דעם לימוד התורה שעל ידי האדם:
ס׳איז דאָ דער לימוד התורה ווי ער איז בתחתונים,
נגלה דתורה,
און ס׳איז פאַראַן ווי דער לימוד התורה איז בעליונים,
פנימיות התורה
(וואָס איז דער עיקר עסק הנשמות בג”ע 78 )
— הן דער לימוד פון פנימיות הענינים דהלכות בנגלה „פנימיות המצוה וטעמיהם הנסתרים” 79 ,
און הן די ידיעה ולימוד אין סדר השתלשלות ואחדות ה׳ כו׳ —
זאָגט מען אויף דעם,
אַז כאָטש פסק הלכה לערנט מען אָפּ דוקא פון די ענינים ווי זיי ווערן געלערנט בנגלה דתורה
(דורך אַ נשמה בגוף למטה 80 ),
איז אָבער תורה מדברת בעצם בעליונים,
עצם התורה איז ווי אַ איד דאָ למטה לערנט עס בפנימיות הענינים,
און דאָס פּועל׳ט אויך אַן אור וחיות אין דער תורה ווי זי איז „רומזות בשניות בתחתונים”,
אין דעם לימוד פון נגלה דתורה,
ביז כפשוטו אַז דאָס העלפט אים
(נוסף וואָס דאָס איז באַ אים באמונה פשוטה,
אויך)
צו דערהערן און פילן אין זיין לימוד פון נגלה דתורה ווי זי ווערט געלערנט דאָ למטה
(„נתלבשה בדברים גשמיים ועניני עוה”ז” 81 )
— אַז זי איז חכמתו ורצונו של הקב”ה 82 .
און דורך מוסיף זיין אין ביידע סוגים,
סיי בפנימיות התורה און סיי בנגלה דתורה,
איז מען זוכה צו דעם גילוי פון תורתו של משיח,
וואָס דעמאָלט וועט עס זיין באופן אַז „לא יהי׳ עסק התורה והמצות לברר בירורין כ”א ליחד יחודים עליונים יותר כו׳ והכל ע”י פנימיות התורה לקיים המצות בכוונות עליונות כו׳ ולכן יהא גם עיקר עסק התורה ג”כ בפנימיות המצות וטעמיהן הנסתרים” 79 ,
ובלשון הרמב”ם 83
— אין זיין ספר,
וועלכער איז „ הלכות הלכות ”,
וועגן לימוד התורה בימות המשיח: נתאוו החכמים והנביאים ימות המשיח כו׳ כדי שיהיו פנוים בתורה וחכמתה כו׳ יהי׳
עסק כל העולם 84
אלא לדעת את הוי׳ בלבד ולפיכך יהיו ישראל חכמים גדולים ויודעים דברים הסתומים 85
וישיגו דעת בוראם כפי כח האדם כו׳
בביאת משיח צדקנו,
במהרה בימינו ממש.
(משיחות חגה”ש תשכ”ה; ד׳ אייר תשמ”ג)