B"H
🏡

Ikar

אמור ב

א.

אויפן פסוק 1

(קרוב לסוף פרשת המועדות)

„דבר אל בני ישראל לאמר בחמשה עשר יום לחודש השביעי הזה חג הסוכות שבעת ימים לה׳" שטייט אין תורת כהנים: „מה ת"ל 2

לפי שנאמר 3

בסוכות תשבו שבעת ימים ואיני יודע אם שבעה ראשונים אם שבעה אחרונים כשהוא אומר ובחמשה 4

עשר יום לחודש השביעי הזה חג הסוכות שבעת ימים לה׳ הרי שבעה ראשונים ולא שבעה אחרונים".

[און מפרשים 5

לערנען פשט,

אַז די שאלה פון תו"כ „מה ת"ל כו׳" איז — פאַרוואָס שטייט אין דעם פסוק דער לשון „חג הסוכות " 6 ,

וויבאַלד אַז אין די פסוקים שטייט בלויז דער ציווי פון

„מקרא קודש כל מלאכת עבודה לא תעשו" און קרבנות החג,

און דער ציווי אויף ישיבה בסוכה שטייט ערשט שפּעטער בסוף הפרשה — האָט דאָ געדאַרפט שטיין „חג שבעת ימים גו׳"

(אָן דעם וואָרט „הסוכות") 7 ?

אויף דעם איז דער תו"כ מסביר,

„לפי שנאמר כו'": היות אַז דער פסוק „בסוכות תשבו שבעת ימים" שטייט צום סוף פרשה נאָך דעם ווי עס שטייט פריער אין פסוק „בחמשה עשר יום לחודש השביעי גו׳ תחוגו את חג ה׳ שבעת ימים" 8 ,

וואָלט מען ניט געוואוסט צי דער פסוק „בסוכות תשבו שבעת ימים" מיינט די זעלבע ז׳ ימים פון דעם חג

(„שבעה ראשונים",

אָנהויבנדיק פון ט"ו בחודש)

וועגן וועלכע דער פסוק רעדט פריער,

אָדער אַז די ז׳ ימים פון ישיבה בסוכה דאַרפן קומען באַזונדער,

נאָך דעם „חג ה׳ שבעת ימים"

(„שבעה אחרונים",

אָנהויבנדיק פון דעם טאָג נאָך די ז׳ ימים).

דעריבער שטייט גלייך בהתחלת הפרשה „בחמשה עשר יום לחודש השביעי הזה חג הסוכות שבעת ימים",

וואָס איז מגלה אַז דער „בסוכות תשבו שבעת ימים" איז אין דעם זמן פון ז׳ ימי החג,

וואָס הויבט זיך אָן „בחמשה עשר יום לחודש"].

ב.

פון פשטות הדרשה אין תו"כ קומט אויס לכאורה,

אַז די מצוה „בסוכות תשבו שבעת ימים" איז ניט

פאַרבונדן מיטן עצם החג 9

און מיט די איבעריקע ענינים שבחג

(וואָס ווערט אַרויסגעבראַכט גלייך נאָך דעם אין די ערשטע פסוקים „ביום הראשון מקרא קודש כל מלאכת עבודה לא תעשו שבעת ימים תקריבו אשה לה׳") 10

און אויך ניט מיט דער מצוה פון נטילת ד׳ מינים

(וואָס די תורה פאַרבינדט דאָס מיטן חג 11 )

— וואָס דערפאַר איז די הוה אמינא אַז „בסוכות תשבו שבעת ימים"

איז ניט אין זעלבן זמן פונעם חג און מצותיו הנ"ל

די תורה לאָזט נאָר הערן,

מיט צוגעבן דעם וואָרט „הסוכות",

אַז לפועל איז דער „חג הסוכות" אין דעם זמן „שבעת ימים לה'" וועלכע הויבן זיך אָן „בחמשה עשר יום לחודש השביעי".

מען קען אָבער אַזוי ניט לערנען,

וואָרום פון דעם גופא וואָס די תורה איז מודיע דעם זמן פון „בסוכות תשבו"

(ניט דורך אַן אַנדער אופן,

נאָר)

דורך דעם וואָס די „שבעת ימים לה׳" רופט זי אָן „ חג הסוכות ",

איז מובן,

אַז די מצוה פון ישיבה בסוכה איז ניט בלויז חל אין דעם זמן פון דעם חג,

נאָר אַז זי האָט אַ שייכות און איז פאַרבונדן מיטן עצם החג 12

ועניניו 13 .

נאָכמער: וויבאַלד דאָס

איז דער שם פון חג איז מובן,

אַז דאָס איז

(ווי ביי יעדן שם וואָס אין אים זאָגט זיך אַרויס)

דער תוכן וענין החג 14 .

לפ"ז דאַרף מען אָבער פאַרשטיין:

א)

פאַרוואם ביים ציווי „בסוכות תשבו שבעת ימים" איז אין פסוק ניטאָ קיין הדגשה — אפילו ניט דורך זאָגן בלויז „בסוכות תשבו ב שבעת ה ימים" — אַז מ׳זאָל וויסן אַז דאָס זיינען די זיבן טעג פון חג האמורים לפנ"ז?

ב)

פאַרוואָס שטייט ניט גלייך בתחלת הפרשה — בהמשך צו „בחמשה עשר יום לחודש השביעי הזה חג הסוכות" — „שבעת ימים תשבו בסוכות"; ובפרט אַז אַזוי שטייט פריער אין פסוק ביי דעם ערשטן חג: „בחמשה 15

עשר יום לחודש הזה חג המצות לה׳ שבעת ימים מצות תאכלו" 16 ,

און לאח"ז קומט דער ענין פון „מקרא קודש" און איסור מלאכה און הקרבת הקרבנות שבעת ימים?

ג.

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם ההסברה אין דער שייכות,

ע"פ נגלה,

צווישן מצות סוכה און מצות נטילת לולב

(וואָס כאָטש אַז אויך נטילת לולב ווערט אין דער פרשה אָפּגעטיילט פון חג הסוכות,

פאַרבינדט עס אָבער די תורה מיטן „חג ה׳ שבעת ימים",

ניט ווי סוכה,

כנ"ל)

: דער אַלטער רבי זאָגט

בסידורו 17

אַז „מצות נטילתו

(פון לולב)

בסוכה היא מצוה מן המובחר" 18 .

לכאורה איז דאָס אַן ענין וואָס איז ע"פ קבלה,

און דער מקור פון דעם איז אין כתבי האריז"ל 19

; אָבער י"ל אַז אַזוי ווי אַלע ענינים אין

(קבלה און)

פנימיות התורה — האָט אויך דאָס אַ מקור והסברה ע"פ נגלה 20

[בפרט אַז דער אַלטער רבי איז משנה פונעם לשון וואָס שטייט אין כתבי האריז"ל

(„טוב לברך כו׳" וכיו"ב)

און שרייבט „מצוה מן המובחר" 21 ].

ד.

לכאורה וואָלט מען געקענט זאָגן אַז דאָס

(וואָס נטילת לולב בסוכה איז „מצוה מן המובחר")

איז מצד דער מצות סוכה: היות אַז די מצוה פון סוכה איז 22

„תשבו כעין תדורו",

„שיהי׳ אוכל ושותה וישן ויטייל ודר בסוכה כל ז׳ הימים בין ביום בין בלילה כדרך שהוא דר בביתו ..

וכל דבר שלא הי׳ עושה חוץ לביתו לא יעשה חוץ לסוכתו" 23

(און ס׳איז נויטיק אַ טעם והיתר צו מעגן לערנען וכו׳ חוץ לסוכה 24 ),

איז דאָך פון דעם מובן בפשטות,

אַז אויך נטילת לולב,

וואָס איז פון די ענינים וואָס דער מענטש טוט במשך די ימי הסוכות,

דאַרף זיין בתוך הסוכה

[ובפרט אַז „מצותי׳ אחשבי׳" 25 ,

און דאָס האָט דערפאַר אַ קביעות — און מה־דאָך אַז טיול

(וכיו"ב)

דאַרף זיין אין סוכה,

מכש"כ אַז נטילת לולב דאַרף זיין בסוכה].

פון דעם אָבער וואָס דער אַלטער רבי שרייבט דעם ענין הנ"ל צווישן די „דיני נטילת לולב" און אויך פון זיין לשון

„ מצות נטילתו בסוכה היא מצוה מן המובחר"

(וואָס ס׳איז מודגש דער ענין פון נטילת לולב )

איז מוכח 26

אַז ער מיינט

(ניט אַ דין אין סוכה,

נאָר)

אַ דין ומצוה מן המובחר אין מצות נטילת לולב 27 .

צווישן די צוויי הסברות איז אויך אַ נפק"מ לפועל: אין פאַל ווען מ׳איז פטור מן הסוכה,

ווי בשעת ירידת הגשם וכיו"ב

(וואָס „המצטער פטור מן הסוכה") 28

:

אויב נטילת לולב בסוכה איז

(בלויז)

א ַמצוה מן המובחר אין מצות סוכה — ווי אַלע אַנדערע ענינים אכילה ושתי׳ וכיו"ב מיט וועלכע מ׳איז מקיים מצות ישיבה בסוכה — איז בעת ער איז פטור פון סוכה צוליב ירידת גשמים וכיו"ב,

דאַרף ער ניט וואַרטן מיט נטילת לולב ביז דער רעגן וועט אויפהערן,

וויבאַלד אַז איצט האָט ער ניט אויף זיך קיין חיוב ישיבה בסוכה

(פּונקט ווי ער דאַרף ניט וואַרטן מיט זיין אכילה ושתי׳ וכיו"ב ביז דער גשם וועט אויפהערן) 29 .

אָבער אויב דאָס איז

(אויך)

אַ מצוה מן המובחר אין נטילת לולב,

איז

(אע"פ אַז אויף אים איז איצט

(בעת ירידת הגשם)

ניטאָ קיין חיוב מצות סוכה)

וויבאַלד אַז ער איז מחוייב בנטילת לולב,

וואָס די שלימות פון דער מצוה

(— מן המובחר)

איז ווען זי ווערט געטאָן אין

סוכה — איז מסתבר אַז ס׳איז מן המובחר צו וואַרטן 30

ביז דער רעגן וועט אויפהערן כדי צו מקיים זיין „מצות נטילתו בסוכה ",

וואָס איז „מצוה מן המובחר".

ה.

דער ביאור בכל זה יש לומר: בפרשתנו אין פרשת המועדות געפינט מען נאָר צוויי ימים טובים וואָס ביי זיי ווערט דער חג באַצייכנט מיט אַ שם מיוחד — חג המצות און חג הסוכות 31 .

און עס זיינען דאָ חילוקים ביניהם:

א)

באַ חג המצות שטייט „ובחמשה עשר יום לחודש הזה חג המצות לה׳",

דער שם חג המצות שטייט ניט בשייכות צו אַלע זיבן טעג 32

; און באַ חג הסוכות שטייט — „ חג הסוכות שבעת ימים לה׳" 33 .

ב)

לאידך — באַ חג המצות איז דער פסוק גלייך ממשיך און זאָגט „שבעת ימים מצות תאכלו"; און באַ חג הסוכות ווערט דאָס געזאָגט

(„בסוכות תשבו שבעת ימים")

ניט בסמיכות להשם,

נאָר ערשט בסוף הפרשה.

וי"ל אַז די הסברה פון די חילוקים קען מען אָפּלערנען פון נאָך אַן אונטערשייד וואָס מען געפינט צווישן די צוויי חגים:

חג המצות ווערט בלשון חז"ל — און אויך אינעם לשון המורגל במנהג ישראל

(בלשון בני אדם)

— אָנגערופן 34

(אויך)

מיט אַן אַנדער נאָמען

(חג הפסח).

משא"כ באַ חג הסוכות געפינט מען ניט אַז מ׳זאָל אים אָנרופן מיט אַן אַנדער נאָמען 35

; ער ווערט מיטן זעלבן נאָמען אָנגערופן בחז"ל 36

ובמנהג ישראל.

מכהנ"ל איז פאַרשטאַנדיק,

אַז דער תוכן פון דעם גאַנצן חג

(הפסח)

באַשטייט ניט אינגאַנצן אין דעם וואָס ער איז חג המצות ; משא"כ באַ חג הסוכות איז דאָס

(סוכות)

דער עיקר תוכן החג.

און דעריבער,

בשעת די תורה זאָגט „בחמשה עשר יום לחודש הזה חג המצות לה׳",

טייטשט דער פסוק גלייך אָפּ „שבעת ימים מצות תאכלו ",

אַז נאָר צוליב דעם

(פרט פון אכילת מצה)

ווערט ער אָנגערופן „חג המצות",

ניט ווייל דאָס איז דער תוכן החג און אַלע שבעת ימים שבו 37 .

משא"כ בחמשה עשר יום לחודש השביעי איז „ חג הסוכות שבעת ימים לה׳" — דאָס איז דער תוכן פון

(דעם חג פון)

די שבעת ימים.

און מטעם זה גופא שטייט ניט דער ציווי „בסוכות תשבו שבעת ימים" גלייך נאָך „חג הסוכות"

(כנ"ל),

ווייל דעמאָלט וואָלט מען געמיינט

(ווי ביי חג המצות)

אַז ער ווערט אָנגערופן חג הסוכות בלויז צוליב דער ישיבה בסוכה שבו.

דאָס איז אָבער ניט דער תוכן כל החג.

ו.

די הסברה בזה: דער יום חמשה עשר לחודש ניסן איז אויסגעטיילט אַלס אַ זמן מיוחד

(בעיקר)

ניט צוליב דעם וואָס דעמאָלט איז דאָ די מצוה 38

פון אכילת מצה,

נאָר ווייל דאָס איז דער „יום צאתך מארץ מצרים" — ובמילא ווערט ער אַ חג ויו"ט — „והי׳ היום הזה

לכם לזכרון וחגותם אותו חג לה׳ לדורותיכם" 39 .

און דאָס וואָס ער איז

(אַ יו"ט)

אַ זמן מיוחד איז די סיבה צו די מצות שבו 40 ,

כולל די מצוה פון אכילת מצה 41 .

משא"כ די שבעת ימים „בחמשה עשר יום לחודש השביעי הזה" איז ניט קיין זמן מיוחד ומובדל מצ"ע,

נאָר להיפך — צוליב דעם חיוב ומצוה פון ישיבה בסוכה שבעת ימים 42

: היות אַז אין די שבעת ימים איז דאָ די מצוה פון ישיבה בסוכה

(ובפרט באופן אַז די מצוה פון סוכה נעמט אַרום דעם גאַנצן מענטשן וכל עניניו במשך די שבעת ימים —

„תשבו כעין תדורו" כנ"ל,

אַז ער איז „דר בסוכה כל ז׳ הימים בין ביום ובין בלילה")

— ווערן דורכדעם די שבעת ימים — ימים מיוחדים,

אַ חג לה׳.

[בסגנון אחר קצת: באַ יעדער שבת ויו"ט זאָגט מען

(בתפלה)

זכר ליציאת מצרים,

עס איז אָבער אין דעם דאָ אַ חילוק: ביי חג הפסח איז דאָס ווייל „זכור את היום הזה אשר יצאתם ממצרים" 43 ,

און דעריבער — „וחגותם אותו חג לה׳ לדורותיכם",

כנ"ל,

אַז

(די זכירה אין זמן פון)

יציאת מצרים,

מאַכט דעם זמן אַ חג.

משא"כ בשבת ושבועות.

וביותר —

באַ חג הסוכות זאָגט די תורה 44

„למען ידעו דורותיכם כי בסוכות הושבתי את בני ישראל בהוציאי אותם מארץ מצרים" — ד.

ה.

כאָטש אַז דאָס איז ניט אין דעם זמן פון בסוכות הושבתי ביציאת מצרים,

און די תורה זאָגט דעם טעם ניט ווען די תורה זאָגט אָן דעם ציווי החג בתחלת הפרשה,

נאָר אויף דער מצוה „בסוכות תשבו שבעת ימים",

ואדרבא מצד דעם וואָס דאָס איז דוקא ניט

(בימי האביב)

אין דעם זמן פון יצי"מ איז דעמאָלט די מצוה פון ישיבה בסוכה און דער חג הסוכות

(ווי ער זאָגט אין טור 45 )].

ז.

עפ"ז איז מובן,

אַז די ציווים בנוגע החג ופרטיו וואָס שטייען בהתחלת הפרשה — „ביום הראשון מקרא קודש כל מלאכת עבודה לא תעשו שבעת ימים

תקריבו אשה לה׳ גו׳" — זיינען ניט קיין באַזונדערע ענינים,

וואָס האָבן ניט קיין פאַרבונד מיטן חיוב ישיבה בסוכה

(ווי מ׳קען מיינען,

כנ"ל),

נאָר אדרבה — דער גדר חג הסוכות איז שייך און חל אויך אויף זיי.

משא"כ בחג הפסח,

וואָס ער איז אַ חג אַלס אַן ענין בפ"ע פון מצות,

זיינען די אַלע ענינים — דאָס וואָס ער איז „מקרא קודש",

דער ציווי פון „כל מלאכה לא תעשו",

און די הקרבת הקרבנות במשך שבעת ימי החג — ניט פאַרבונדן מיטן ענין המצות שבו 46 ,

נאָר מיטן עצם החג.

ח.

ע"פ הנ"ל איז מובן אויך בנוגע דעם קיום המצוה פון ישיבה בסוכה און די שייכות פון מצות נטילת לולב צו דער מצוה פון סוכה:

כנ"ל איז ביים ציווי „בסוכות תשבו שבעת ימים" ניט געזאָגט געוואָרן

(„בסוכות תשבו ב שבעת ה ימים")

— אַז

דאָס זיינען פון פריער ז׳ ימי חג — ווייל דאָס וואָס מ׳איז מחוייב צו זיצן שבעת ימים בסוכה איז ניט דערפאַר וואָס דאָס זיינען שבעת ימי חג נאָר להיפך — „בסוכות תשבו" מאַכט גדר ז׳ ימי חג,

כנ"ל בארוכה.

ועפ"ז יומתק לשון רש"י בנוגע שמיני עצרת: אויף דעם וואָס די גמרא 47

זאָגט אַז ער איז „רגל בפני עצמו" אָפּגעטיילט פון חג הסוכות טייטשט רש"י „שאין יושבין בסוכה": דער רגל פון חג הסוכות איז דער

(מסובב ו)

ענין פון ישיבה בסוכה 48 ,

דער עצם הרגל באַשטייט אין דעם וואָס „יושבין בסוכה" 49 .

בסגנון אחר: דער חג ווערט אויפגעטאָן דורך דער ישיבה בסוכה 50

שבעת ימים בפועל — „תשבו כעין תדורו".

לאידך,

באַ לולב שטייט „ולקחתם לכם ביום הראשון גו׳",

די מצוה פון נטילת לולב איז ווייל דאָס איז „ יום הראשון " פון חג הסוכות.

און במילא איז מובן,

אַז דער „זמן מצוה" ו„שם מצוה" אויף די ד׳ מינים איז

„חל" 51

ביום הראשון 52 .

די קדושת חג הסוכות איז גורם דעם חיוב ושם מצוה עליהם 53 .

און וויבאַלד אַז די שלימות גדר וקדושת החג איז דורך דער ישיבה בסוכה בפועל,

איז דאָך במילא מובן,

אַז ווען מ׳נעמט אַ לולב בסוכה איז דאָס ניט בלויז אַ דין אין „כעין תדורו" פון סוכה,

וואָס דורך דעם קומט צו אין מצות סוכה,

נאָר דאָס איז אַ דין אין נטילת לולב,

עס איז מוסיף 54

שלימות אין דעם „שם

(וקיום ה)

מצוה" פון לולב,

„מצוה מן המובחר" 55 .

ט.

דער ביאור בכל הנ"ל בפנימיות הענינים ובעבודת האדם:

המבואר לעיל,

אַז דער זמן פון „חמשה עשר לחודש השביעי הזה" ווערט אַ חג מצד דער מצוה פון

„בסוכות תשבו שבעת ימים",

איז אין דעם דאָ אַ מעלה 56

לגבי דעם וואָס באַ חג המצות איז דער זמן מובדל 57

מצ"ע:

בשעת אַז קדושת החג ווערט אויפגעטאָן מצד פעולות האדם למטה,

האָט דאָס אַ ווירקונג אין וועלט,

היות אַז דאָס פּועל׳ט אויך אין דעם זמן

(עולם)

ווי דאָס איז מצ"ע,

ניט האָבנדיק קיין שייכות צו קדושה; משא"כ ווען דער זמן איז בעצם מובדל מצד למעלה.

און דער חילוק הנ"ל דריקט זיך אויס אין דעם אונטערשייד צווישן די צוויי מצות גופא — אכילת מצה און ישיבה בסוכה: אכילת מצה איז ענינה אכילה של מצוה; עס איז ניט קיין אכילה וואָס ער וואָלט געטאָן בלאה"כ,

ניט משום מצוה.

משא"כ באַ דער מצוה פון ישיבה בסוכה,

איז עס ניט ענינים מחודשים וואָס ווערן געטאָן לשם מצוה,

אדרבא — „כעין תדורו" — ענינים וואָס געהערן צום סדר החיים פון יעדן מענטשן ניט האָבנדיק קיין שייכות צו אידישקייט און תורה ומצות — און דאָך איז ער מיט זיי מקיים אַ מצוה

(פון ישיבה בסוכה).

און דאָס איז דער עילוי פון חג הסוכות: כל השנה דאַרף מען האָבן אַן עבודה גדולה צו שטיין אין אַ מצב פון „כל מעשיך יהיו לשם שמים" און „בכל דרכיד דעהו",

ווען עס קומט אָבער חג הסוכות ווערט אויפגעטאָן,

אַז כל הנהגותיו פון חייו יום יום כמו שהם — זיינען אַן ענין של מצוה.

וואָס דעריבער קומט דאָס אַראָפּ אויך אַזוי בגשמיות,

אַז דער גאַנצער מענטש מראשו ועד רגלו מיט זיינע לבושים געפינען זיך אין סוכה — וואָס ביי קיין אַנדער מצוה געפינט מען ניט אַז די גאַנצע מציאות זיינע און אַלע זיינע ענינים זאָלן זיין אַרומגערינגלט פון אַ מצוה פון דעם אויבערשטן.

יו"ד.

אין דעם איז דער אַלטער רבי מוסיף ומדגיש אַז מצות נטילת לולב בסוכה איז מצוה מן המובחר פון לולב 58

— „לפיכך בבקר קודם שיתפלל בעודו בסוכה יברך ",

וואָס די ברכה איז על נטילת לולב :

מ׳קען דאָך מיינען,

אַז די נויטיקייט צו זיין אַרומגענומען פון מצות סוכה — פון רצון העליון — איז נוגע

(בעיקר)

צו אַזעלכע וואָס זיינען פאַרנומען מיט ענינים וצרכים גשמיים,

אָבער ניט צו אַזעלכע וואָס זיינען אין סוג פון לולב

(כפות תמרים)

„שיש בו טעם — שיש בהם תורה" 59 ,

וויבאַלד אַז זיי זיינען שטענדיק פאַרבונדן מיטן אויבערשטן דורך זייער לימוד התורה 60

;

און עד"ז אין עבודת כל אדם,

קען ער טראַכטן ביי זיך: מובן אַז „אכילתו ושתייתו כו׳" דאַרפן זיין אַריינגענומען און אַרומגענומען פון מצות סוכה — אָבער פאַרוואָס דאַרף מען האָבן די באַוואָרעניש אַז די מצוה און רצון העליון פון סוכה זאָל אַרומנעמען זיין לימוד והשגה בתורה?

ער מוז טאַקע אויך מקיים זיין מצות,

ווייל „כל האומר אין

לי אלא תורה,

אפילו תורה אין לו" 61 ,

אָבער דאָס איז מצד דעם ענין הסוכה ,

וואָס גדרה איז „תדורו" אַרומנעמען דעם מענטשן אינגאַנצן — דאָס איז אָבער לכאורה ניט אַן ענין אין נטילת לולב — דעם עצם הלימוד וההשגה בתורה,

וויבאַלד ער איז דורכדעם שוין פאַרבונדן מיט חכמתו של הקב"ה.

זאָגט מען אַז „מצות נטילתו בסוכה" איז „מצוה מן המובחר",

דאָס איז נוגע צו זיין הבנה והשגה בתורה 62

: ער נעמט חכמת התורה,

וואָס איז חכמתו ורצונו של הקב"ה ,

ווען ער דערהערט און איז מרגיש אַז דאָס וואָס ער לערנט איז אַן ענין וואָס איז אים מקיף און איז באין ערוך העכער פאַר אים,

און במילא איז באַ אים דאָ דער ביטול ותשוקה צו קולט זיין תורתו של הקב"ה,

וואָס איז נעלמה מעין כל חי,

אין זיין הבנה והשגה.

ועד"ז בכלל — בשעת ביי אים איז דאָ ניט נאָר דער עסק התורה בפועל,

נאָר אויך די חביבות ויוקר התורה,

ברכו בתורה תחלה 63 ,

ווערט דער היפך פון „אבדה הארץ" 64

— און מ׳איז זוכה בקרוב ממש צו „ופרוס עלינו סוכת שלומך",

אין דעם בנין בית המקדש וואָס אויף אים שטייט „ויהי בשלם סוכו" 65 ,

וואָס וועט געבויט ווערן דורך משיח צדקנו 66 ,

במהרה בימינו ממש.

(משיחת שמחת בית השואבת תשכ"ד)

Reader controls and commentary are loading.