א.
די מצוה פון ספירת העומר,
אויף וועלכער מ’איז נצטווה געוואָרן בפרשתנו 1
„וספרתם לכם ממחרת השבת מיום הביאכם גו’ עד ממחרת השבת השביעית תספרו חמשים יום”,
איז ענינה
(לויט כמה מפרשים ופוסקים)
- אַ הכנה והכשרה צו חג השבועות,
זמן מתן תורתנו 2 .
ובלשון החינוך 3
: „נצטוינו למנות ממחרת יום טוב של פסח עד יום נתינת התורה להראות בנפשנו החפץ הגדול אל היום הנכבד בלבינו כעבד ישאף צל 4
וימנה תמיד מתי יבא העת הנכסף אליו שיצא לחירות כי המנין מראה באדם כי כל ישעו וכל חפצו להגיע אל הזמן ההוא” 5 .
דער תוכן וענין הנ”ל פון ספה”ע איז אויך נוגע להלכה,
ווי עס ברענגט זיך ענין הנ”ל בכמה פוסקים 6 ,
אַלס איינער פון די טעמים וואָס מ’מאַכט ניט קיין שהחיינו אויף ספירת העומר.
אעפ”כ זעט מען אַז די מצוה פון ספירת העומר איז אַ מצוה און - מיט אַ שלימות בהמצוה - בזמן הבית און אויך בזמן הזה
(לויט די דיעות בזה,
צי דאָס איז מדאורייתא,
אָדער מדרבנן,
זכר למקדש 7 )
- מ’מאַכט אויף איר אַ ברכה און נאָכמער - יעדן טאָג,
ביז אַז דורך ספירת העומר וואָס איז אַ מצוה על כל אחד ואחד מישראל „וספרתם לכם שתהא ספירה לכל אחד 8
ואחד”,
ווערט אויפגעטאָן אַז ביום החמישים לעומר איז חג השבועות 9 .
ב.
ע”פ הנ”ל אין דעם גדר פון ספירת העומר,
קען מען מבאר זיין דעם טעם וואָס דער אַלטער רבי האָט געשטעלט ספירת העומר צום סוף פון זיין סידור.
עס איז ידוע גודל הדיוק בסדר פון דעם אַלטן רבי’ן בכל עניניו,
ובפרט אינעם „סדר תפלה” 10
וואָס תוכנו איז „ סדר תפלות מכל השנה” - איז מובן,
אַז דער סדר אין דעם איז בתכלית הדיוק 11 .
דער דיוק אינעם סדר איז נאָכמער מודגש,
ווען מ’פאַרגלייכט עס מיטן סדר אין סידור האריז”ל 12 ,
וואָס
דעם אַלטן רבי’נס סידור איז דאָך „ע”פ נוסח האריז”ל” 13
- וואָס אין סידורי האריז”ל
(שראיתי)
איז דער סיום
(ניט מיט ספירת העומר 14 ,
נאָר)
מיט
(די כוונות פון)
שמע”צ ושמח”ת 15 .
בפשטות יש לבאר דעם טעם וואָס דער אַלטער רבי האָט משנה געווען בסידורו פון דעם סדר בסידור האריז”ל,
ווייל דעם אַלטן רבי’נס סידור איז,
כידוע,
אַ שווה לכל נפש,
ניט ווי סידור האריז”ל,
וואָס איז פאַר יחידי סגולה.
און ווי ס’איז אויך ידוע,
אַז מטעם זה האָט דער אַלטער רבי אין זיין סידור ניט אריינגעשטעלט די אַלע כוונות פון אריז”ל
(בסידורו) 16 .
דערפאַר איז דער סדר אין סידור אדמו”ר הזקן - תדיר קודם לשאינו תדיר - ובאינו תדיר,
די מצות וואָס קומען פ”א 17
בשנה וכו’ שטייען זיי
דאָרט לויטן סדר השנה: חנוכה,
פורים,
סדר קרבן פסח,
הגדה של פסח,
(ולאח”ז)
ספירת העומר.
וויבאַלד אָבער אַז דער אַלטער רבי האָט געשריבן סידורו בהתאם מיט דעת הפוסקים להלכה,
און צוזאַמען דערמיט אויך מברר ומלבן געווען דעם נוסח ע”פ כוונות האריז”ל 18
(נאָר די סודות וכוונות האָט ער ניט מעתיק געווען,
כדי אַז עס זאָל זיין שווה לכל נפש - אויך צו די וואָס זיינען ניט שייך צו בפועל מכוין זיין די סודות 16 ),
איז מובן,
אַז אויך דער סדר אין סידור איז ניט נאָר בהתאם צו פשטות הענינים,
נאָר ע”פ תוכן הענין ווי ס’איז ע”פ נגלה און מיט זייער תוכן בפנימיות הענינים.
ועפ”ז יש לומר - וואָס ספירת העומר קומט בסיום וחותם פון סידור,
ווייל אין דער מצוה פון ספה”ע קומט בהדגשה יתירה דער תוכן ונקודה עיקרית פון ענין התפלה - ע”פ נגלה וע”פ סוד,
וכדלקמן.
ויש לומר אַזאָט דער ענין מיוחד פון ספירת העומר איז סיי אין דער „חפצא” פון תפלה און ספירת העומר,
סיי אין דעם „גברא”,
כדלקמן בארוכה.
ג.
די מצוה פון תפלה 19
איז,
ווי דער
רמב”ם 20
זאָגט: „מצות עשה להתפלל בכל יום שנאמר ועבדתם את ה’ אלקיכם מפי השמועה למדו שעבודה זו היא תפלה שנאמר ולעבדו בכל לבבכם אמרו חכמים אי זו היא עבודה שבלב זו תפלה”.
ובמקום אחר 21
איז דער רמב”ם מתאר די מצות עשה: „לעבוד את ה’ בכל יום בתפלה” 22 .
איינעם פון די ביאורים ע”פ נגלה אויף דעם וואָס תפלה איז אַן ענין פון עבודה
(- עבודה שבלב),
קען מען אַרויסלערנען פון לשון הרמב”ם גופא 23
„חיוב מצוה זו כך הוא שיהא אדם מתחנן ומתפלל בכל יום ומגיד שבחו של הקב”ה ואחר כך שואל צרכיו שהוא צריך להם בבקשה ובתחנה ואח”כ נותן שבח והודי’ לה’ על הטובה שהשפיע לו” 24 .
די הסברה בזה: מצות טיילן זיך בכלל אין צוויי סוגים: מצות שבמעשה - צי אין אַן עשי’ כפשוטה בפועל ממש,
ווי לבישת ציצית,
הנחת תפלין,
וכו’,
אָדער בדיבור
(מעשה זוטרתא 25 ),
ווי קריאת המגילה,
סיפור ביצי”מ וכיו”ב,
וואָס עיקר קיום המצוה שבזה איז פעולת הדיבור והקריאה 26
; און מצות של חובות
הלבבות ווי אהבת ה’ יראת ה’ כו’,
וואָס ענינם איז די כוונה ורגש האדם במחשבתו ולבו 27 .
מצות התפלה איז מיוחד בזה 28 ,
אַז אע”פ אַז תפלה מוז זיין בדיבור דוקא 29 ,
איז אָבער די „מעשה” המצוה פון תפלה - „שיהא אדם מתחנן ומתפלל בכל יום”: דער תוכן פון „מתחנן” איז עבודה ורגש בלב האדם - ניט עשי’ אָדער דיבור.
און אע”פ אַז בכמה מצות איז דער דין אַז די מצות של תורה „צריכות כוונה לצאת י”ח בעשיית אותה מצוה”,
און בשעת עס פעלט די כוונה „לא יצא ידי חובתו מן התורה” 30
- איז עס נאָר אַן
ענין פון כוונת המצוה 31 ,
אָבער ניט אַ חלק פון דער מצוה גופא 32 .
באַ תפלה אָבער 33
איז די חפצא פון מעשה התפלה - „מתחנן ומתפלל”,
כוונת הלב
(וכלשון הרמב”ם לאח”ז „ואחר כך שואל צרכיו 34
שהוא צריך להם בבקשה ובתחנה ”),
וואָס לזה דאַרף זיין די הקדמה „שיפנה את לבו מכל המחשבות ויראה עצמו כאילו הוא עומד לפני השכינה” 35
(און דערנאָך בשעת התפלה זאָל באַ אים זיין „בקשה
ותחנה ”),
און בלא זה איז ניט נאָר אַז דער גברא איז ניט יוצא ידי חובת המצוה,
נאָר עס איז ניטאָ קיין חפצא,
דער דיבור איז ניט קיין תפלה 36 .
ענין הנ”ל שבתפלה,
אַז דוקא די ידיעה וכוונה מאַכט די חפצא פון מצות התפלה און אָן דעם הייסט עס ניט קיין חפצא פון תפלה 37 ,
איז בגלוי אין ספה”ע: דער אַלטער רבי פסק’נט 38
„מותר לספור בכל לשון שמבין אבל אם אינו מבין הלשון שסיפר בו אפילו ספר בלשון הקודש אם אינו מבינו לא יצא דכיון שאינו יודע המנין אין זו ספירה כלל ” 39 .
דאָס הייסט,
אַז דער ענין פון מצות הספירה איז ניט די פעולה פון
(ספירת הימים ב)
דיבור
(אע”פ אַז ספירה מוז זיין בדיבור 40 ),
נאָר די ידיעת האדם,
און בלי דער ידיעת
(מחשבת)
וכוונת האדם איז
(ער ניט נאָר ניט יוצא ידי חובת הספירה,
נאָר עס איז)
בכלל ניטאָ קיין חפצא פון ספירה - „אין זו ספירה כלל” 41 .
ד.
וויבאַלד אַז די מציאות פון תפלה ווערט געשאַפן ע”י כוונת
(עבודת)
האדם,
איז מובן,
אַז לכל לראש,
איז דער שינוי וועלכער ווערט אין דעם „גברא” ע”י התפלה והקדמתו לזה.
און אויך אין דעם איז אַ נקודה משותפת פון תפלה און ספירת העומר
(ניט נאָר אין חפצא פון דער מצוה)
:
תפלה,
וואָס עיקרה איז תפלת העמידה,
איז וואָס אַ איד איז עומד 42 ,
שטעלט זיך כעבדא קמי’ מרי’ 43
פאַר דעם אויבערשטן,
„ויראה עצמו כאילו הוא עומד לפני השכינה”,
וואָס דעמאָלט איז ער „מתחנן ומתפלל” -ער ווערט אַ מציאות פון אַ מתפלל.
בשעת אַן אדם איז „מפנה את לבו מכל המחשבות כו’” און איז מתחנן ומתפלל פאַר דעם אויבערשטן,
ווערט ער מיט דעם גופא נשתנה און נתעלה ממצבו הקודם,
ער שטייט אין אַ מעמד
ומצב שונה לגמרי 44 ,
עס ווערט אַ שינוי וחידוש אין דעם גברא.
און אויך דער ענין איז מודגש בספירת העומר,
וואָס יעדער איד זאָגט בפשטות בתפלתו נאָך דער ספירה פון יעדער נאַכט: „אתה צויתנו כו’ לספור ספירת העומר כדי לטהרנו מקליפותינו ומטומאתנו כמו שכתבת בתורתך כו’ כדי שיטהרו נפשות עמך ישראל מזוהמתם”.
ה.
די שייכות הנ”ל איז אַלץ מצד דער פעולה און עבודה פונעם אדם בתפלה ובספירת העומר.
ס’איז דאָ נאָך אַן ענין מיט וועלכן תפלה טיילט זיך אויס פון רוב כל המצות - אין דער כוונה ומבוקש פון דער תפלה:
רוב כל המצות איז עיקרן די מעשה המצוה
(ובשלימות - מיט דער כוונת המצוה)
און דערמיט האָט זיך אָפּגעטאָן אויך דער גמר המצוה מצד האדם.
אַנדערש איז מצות התפלה: פון איין זייט איז דער עצם גדר התפלה „שיהא אדם מתחנן ומתפלל ”,
„שואל צרכיו שהוא צריך להם בבקשה ובתחנה ”,
אַז דער אויבערשטער זאָל ממלא זיין בקשתו 45
; דאָס איז ניט אַ צווייטע זאַך לבד התפלה,
נאָר דאָס איז דער תוכן כל מעשה התפלה.
בעטן דעם אויבערשטן עס זאָל זיין מילוי הבקשה;
אָבער צוזאַמען דערמיט איז דער קיום המצוה פון תפלה ניט פאַרבונדן כלל מיטן מילוי בקשתו בפועל; מיט די
תחנונים ותפלת האדם איז ער מקיים די מצות תפלה ובשלימותה 46 .
ועד”ז איז בנוגע לספירת העומר: ספירת העומר איז אַ מצוה וואָס איז אַ הכנה והכשרה צו חג השבועות,
צו מתן תורה,
כנ”ל סעיף א’
[ובפרט ע”פ ביאור הזהר 47
אַז די ספירה פון די ז’ שבועות איז ע”ד ספירת ז’ נקיים - אַז דורך דעם זיינען אידן זיך מטהר בכדי להיכנס לחופה במתן תורה בחג השבועות]
;
וביחד עם זה ווערט די ספירה אַן ענין ומצוה
(ובברכה
(והמשכה))
בפ”ע,
אַז די השתוקקות והכנה והכשרה גופא איז אַן ענין פאַר זיך,
און אַן ענין הכי עיקרי -ער איז דעם אידן,
(כנ”ל)
מטהר מזוהמתו; דאָס איז מדגיש מעלת עבודת האדם מצד עצמה.
ו.
עפ”ז יש לבאר דעם חילוק צווישן דעם סידור האריז”ל און דעם סידור פון אַלטן רבי’ן
(כאָטש אַז דער סידור פון אַלטן רבי’ן איז מדויק ומכוון ע”פ נוסח האריז”ל),
וואָס דאָס איז מודגש גלייך ביי די התחלות פון די סידורים:
סידור האריז”ל 48
הויבט זיך אָן מיט „כללות תיקון ועליות העולמות”; דער סידור פון אַלטן רבי’ן פאַנגט זיך אָן מיט „מודעת זאת מעלת קימת חצות לילה כו’ ע”כ יתאמץ לקום בחצות באיזה לילה שיוכל ולהיות מכלל עבדי ה’ כו’” -
די הסברה בזה:
לויט ווי פנימיות הענינים ווערט אַרויסגעבראַכט אין סידור האריז”ל,
וואָס דאָס איז פאַר יחידי סגולה וועלכע זיינען מכוין די כוונות ויחודים,
איז דער ענין התפלה כולל ניט נאָר עבודת ועליית האדם ,
נאָר אויך
(ובעיקר -)
דעם מבוקש ומטרה פון תפלה - דער תיקון ועליית העולמות ,
וואָס דאָס איז אויך דער מקור ההמשכות וועלכע ווערן נמשך למטה אין ענינים רוחניים וגשמיים: רופא חולים ומברך השנים וכו’.
און דעריבער קומט ספירת העומר,
וואָס איז מדגיש עבודת האדם,
ניט בסוף הסידור
(אַלס חותם ותכלית ),
נאָר פריער - און לאח”ז קומען תפלות וכוונות פון שלש רגלים כו’ ר”ה יוהכ”פ כו’ ביז שמע”צ ושמח”ת,
וואָס ענינם איז די שלימות אין די המשכות ווי זיי ווערן נמשך למטה.
אין סידור פון אַלטן רבי’ן,
וועלכער איז געשריבן דוקא באופן השווה לכל נפש
(די סודות וכונות זיינען ניט בגלוי,
כנ”ל),
איז דער סדר אויסגעשטעלט באופן אַז אין דעם ענין התפלה איז מודגש די עבודה פונעם אדם,
וכנ”ל בארוכה
(אַז סיי די חפצא פון תפלה סיי די עליית האדם
(גברא)
איז אַן ענין פון עבודת האדם).
און מהאי טעמא איז ער מקדים ומגדיר גלייך בההתחלה די מעלה פון קימה בחצות וואָס דורכדעם איז מען אין כלל פון עבדי ה’.
און דעריבער איז אויך דער סיום פון זיין סידור ניט מיט די תפלות כו’ וואָס זיינען פאַרבונדן מיט קדושת החג ,
נאָר מיט ספירת העומר,
וואָס איז כל כולה פעולה ועבודת האדם
(אין די אַלע ענינים הנ”ל).
ז.
קען מען מיינען,
אַז די עבודה פון יעדן יחיד בישראל
(און בפרט אַן עבודה וואָס באַשטייט בלויז אין „ציילן די טעג”)
איז ניט אויף אַזויפיל בכח צו
פועל זיין אין וועלט
(תיקון העולמות)
- איז ספירת העומר מדגיש,
אַז אין דעם זעט מען די פעולת העבודה מער ווי אין אַן אַנדער עבודה:
קביעות יו”ט בכלל איז תלוי אין בני ישראל - „דקדשינהו לזמנייהו” 49 ,
אָבער מיט ב”ד דוקא,
מיטן קדוש החודש של ב”ד
(אַ כלל ) 50 ,
און די תפלות פון די אידן במשך הרגלים זיינעןאַ תוצאה און ברענגען אַ הוספה אין קדושת היו”ט.
ועד”ז בשבת,
וואָס איז „מקדשי וקיימי” 51 ,
איז דאָ אַ הוספה דורך „לקדשו” קידוש ותפילות בני ישראל.
אָבער באַ ספירת העומר זעט מען,
אַז דורך דער ספירה פון יעדן יחיד בפ”ע
(ניט דורך ב”ד)
ווערט אויפגעטאָן דער חג השבועות 52 ,
ער איז ניט תלוי בקביעות דראש חודש
(וואָרום „עצרת פעמים חמשה פעמים ששה פעמים שבעה” 53 ),
נאָר אין דעם יום החמשים לעומר,
כנ”ל.
ביז אַז בכמה פרטים
(בנוגע,
לדוגמא,
צו יו”ט שני של גליות)
איז חג השבועות האַרבער ווי אַנדערע יו”ט,
ווייל ער קומט ניט מצד הספק ווי אַנדערע יו”ט,
נאָר ער האָט אין זיך אַ כח של ודאי 54 .
ח.
און דאָס איז מדגיש די כללות מעלת עבודת האדם בתפלה:
דער ענין פון תפלה איז ניט נאָר צו
ממשיך זיין למטה אין וועלט דאָס וואָס איז שוין פאַראַן למעלה אין איר שורש ומקור; דער אויפטו פון תפלה איז: „ יהי רצון ”,
צו מאַכן 55
כביכול אַ רצון חדש 56 ,
וואָס איז ניטאָ אין שורש ומקור,
און דאָס קומט אַראָפּ אין וועלט און איז משנה נבראים „מכמות שהם,
שיתרפא החולה וירד הגשם משמים לארץ ויולדה ויצמחה”.
משא”כ באַ תורה ומצות בכלל איז ניטאָ קיין שינוי אין קלף התפילין „ע”י הנחתן בראש כו’”,
כמבואר אין תניא” 57 .
ט.
ווי די פנימיות פון ענין התפלה ווערט נתבאר דורכן אַלטן רבי’ן גופא - וועט נאָך בעסער פאַרשטאַנדיק ווערן די שייכות צווישן תפלה און ספירת העומר
(ובהתאם להנ”ל)
:
דער אַלטער רבי איז מבאר אין לקו”ת 58 ,
אַז תפלה ווערט ניט אריינגערעכנט אין דעם מנין פון תרי”ג מצות,
ווייל תפלה איז די כוונה פון כל התורה והמצות „והוא העמוד המקיים כל התרי”ג מצות דוגמת חוט השדרה”.
דער עיקר ענין התפלה איז אַז אוא”ס ב”ה וואָס איז העכער פון השתלשלות אליו ולא למדותיו 59
זאָל נמשך ווערן
למטה,
אין סדר השתלשלות.
און די י”ח ברכות פון שמו”ע זיינען די „כלים” צו דער המשכה למטה אַז עס זאָל זיין דער רופא חולים און מברך השנים.
ויש לומר,
אַז דער ענין איז מודגש במיוחד ביי ספירת העומר,
ווי יעדער יחיד זאָגט אין דעם „רבונו של עולם” גלייך נאָך ספירת העומר: „ועל ידי זה יושפע שפע רב בכל העולמות -דוגמת כללות המשכת אוא”ס אין אַלע עולמות דורך תפלה -
(און אויך,
בוא”ו המוסיף -)
ולתקן את נפשותי נו ורוחותינו ונשמותינו מכל סיג ופגם” -די המשכה כללית דער שפע רב -ווערט נמשך אין פרטים ,
אין כלים,
לשנות הנבראים כו’,
ע”ד ווי גערעדט פריער בענין התפלה.
און דורך דעם וואָס מ’איז זיך עוסק אין הלכות ספירת העומר און מ’רעט בעניני’
דורך קיום מצות ספירת העומר ובשלימות האפשרית בזמן הזה שהוא זכר למקדש ,
כולל העסק בהלכות ספה”ע בנגלה ובפנימיות התורה
איז דאָס ממהר קיום התפלה גלייך נאָך ספירת העומר: „יחזיר לנו עבודת בית המקדש למקומה 60
(און מ’וועט מקיים זיין די מצוה כתיקונה) 61
במהרה בימינו
(ממש)
אמן סלה” 62 .
(משיחות כ”ד טבת ש”פ וארא וש”פ משפטים תשמ”ב)