B"H
🏡

Ikar

ימים אחרונים דחג הפסח

א.

בנוגע דער זהירות ניט צו עסן מצה שרוי׳ אין חג הפסח איז ידוע וואָס דער אַלטער רבי שרייבט אין זיין תשובה 1

אַז „המחמיר תבוא עליו ברכה ..

טעמא רבא איכא במילתא ליזהר מחשש איסור דאורייתא"

[און ווי ער איז דאָרטן אויך מבאר די פרטים און איז מחלק צווישן בישול מצה שנתפררה

(אָדער אַריינלייגן אין מרק)

און „מצה טחונה שעושין ממנה עגולים" וואָס „יש לדון בזה דין תערובות"],

און ער איז מסיים „ומ"מ ביו"ט האחרון המקיל משום שמחת יו"ט לא הפסיד".

לפועל אָבער האָט מען געזען די הנהגה פון רבותינו נשיאינו,

אַז אין די סעודות פון אחרון של פסח 2

פלעגן זיי ניט נאָר מקיל זיין,

נאָר אויך מדקדק זיין עסן מצה שרוי׳ 3 .

וואָס אויב יעדער מנהג ישראל „תורה היא" 4 ,

איז עאכו"כ אַז דאָס איז אַזוי בנוגע אַ הנהגה בפרסום 5

פון רבותינו נשיאינו 6 .

מ׳וואָלט לכאורה געקענט מסביר זיין,

אַז כוונת הנהגתם איז געווען צו מהדר זיין

(ניט אין אכילת מצה שרוי׳ בשייכות צו אחרון של פסח ,

נאָר)

אין „שמחת יו"ט" — מ׳קען אָבער אַזוי ניט מסביר זיין 7

וואָרום

(נוסף ע"ז וואָס ביי די אַנדערע יו"ט האָט מען ביי זיי ניט געזען אַ מנהג כיו"ב; און אויב צוליב שמחת יו"ט,

איז דאָס דאָך שייך

(לכאורה)

אויך ביי חג 8

הסוכות וחג השבועות 9 )

דער אַלטער רבי זאָגט דאָך „ המקיל משום שמחת יו"ט לא הפסיד ",

ד.

ה.

(ניט נאָר איז דאָס אַ קולא אין דער זהירות וואָס פאָדערט זיך בחגה"פ ,

נאָר)

ס׳איז אין דעם נאָר וואָס „לא הפסיד" אָבער ניט קיין ריוח — הידור „משום שמחת יו"ט ".

ב.

מען וואָלט געקענט זאָגן,

אַז די הנהגה הנ"ל איז כדי מאַכן אַ חילוק והיכר 10

צווישן אחרון של פסח 11

און די ז׳ ימים שלפנ"ז 12 ,

ס׳איז אָבער שווער צו זאָגן 13

אַז לשם היכר אַליין — זאָל מען מהדר זיין 14

צו עסן שרוי׳,

ובפרט ווי מ׳האָט געזען די הנהגה פון רבותינו נשיאינו,

אַז זיי האָבן מדייק געווען לשרות בכל מאכל ומאכל 15

(אויב צוליב אַ היכר — וואָלט מען ניט געדאַרפט עס זאָל זיין בכל מאכל).

ג.

ע"פ פשוט י"ל,

אַז וויבאַלד דער אַלטער רבי פסק׳נט אַז „המקיל משום שמחת יו"ט לא הפסיד" האָט מען מטעם זה גופא מהדר געווען לשרות באחש"פ — צו מדגיש זיין דעם חידוש דין והוראה פון אַלטן רבי׳ן.

און ע"ד ווי מען געפינט אין גמרא 16

אַז „רב אחא ברי׳ דרבא מהדר אתרי וחד"

(נעמען אַ הדס וואָס האָט נאָר „שני עלין בעוקץ אחד ועלה אחד מלמטה ועולה ורוכב על השנים" 17 )

ווי די דיעה פון רב כהנא,

כאָטש רב כהנא האָט געזאָגט „ אפילו תרי וחד" און „תלתא בחד

קינא כל שכן דכשר" 18 ,

נאָר „הואיל ונפיק מפומי׳ דרב כהנא ",

האָט תלמידו אין דעם מהדר געווען 19 .

פון דעם אָבער וואָס זיי האָבן געטאָן דאָס בכל מאכל ומאכל איז מובן אַז דאָס איז ניט

(נאָר)

מצד דעם טעם פון „הואיל ונפיק מפומי׳ דאדה"ז",

נאָר דאָס האָט אַ שייכות,

איז נוגע צום עצם ענין פון אחרון של פסח ,

ובמילא — צו אַלע זיינע פרטים

(כולל — מאכלים).

וכמדובר אַמאָל 20

אין דעם דיוק הלשון מנהג ישראל תורה היא,

אַז

(דאָס איז ניט נאָר אַ זאַך וואָס האָט אַ תוקף פון תורה

(ע"ד מנהג אבותינו בידינו,

אל תשנו מנהג אבותיכם 21 ),

וכתשובת הרשב"א הידועה 22 ,

נאָר)

דער מנהג איז

(אויך)

אַ

(תורה)

הוראה אויף זיין תוכן וענין מיוחד — ובנדו"ד,

אויף דעם תוכן וענין מיוחד פון אחרון של פסח.

ד.

וי"ל די נקודת הביאור בזה

(בפנימיות הענינים)

:

ס׳איז ידוע 23

דער חילוק צווישן פסח און שבועות בנוגע חמץ,

אַז בפסח איז חמץ אסור ובתכלית און בשבועות איז חמץ ניט נאָר מותר,

נאָר אדרבה אַ חיוב ,

די שתי הלחם בשבועות דאַרפן זיין דוקא „ חמץ

(תאפינה)

" 24 ,

און יתרה מזה דווקא זיי ווערן אַ מתיר 25

פאַר

(מנחות)

מצה 26 .

און די הסברה בזה איז: „חמץ" ווייזט אויף הגבהה והתנשאות,

וואָס איז דער מקור פון כל מיני רע,

און דערפאַר איז בפסח,

ווען מען האַלט ערשט ביי „יציאת מצרים",

מוז מען דעמאָלט „אַנטלויפן" פון „חמץ",

ביז צו דעם אופן פון „לא יראה" 27

און „לא ימצא" 28 .

משא"כ בשבועות,

וואָס קומט נאָך דער עבודה פון ספירת העומר — ווען מ׳איז מברר די אַלע זיבן מדות פון נפש הבהמית און מיט אַלע זייערע פרטים

(חסד שבחסד וכו׳)

— דאַן איז חמץ ניט נאָר ניט קיין סתירה צו עבודת ה׳,

נאָר אדרבה: מען שטייט דאַן אין אַ מצב אַז מיט דעם חמץ גופא קען מען

(ובמילא — דאַרף מען)

אויפטאָן אין עבודת התורה ומצות

(וע"ד „ויגבה לבו בדרכי ה׳" 29 )

; ווייל דער תכלית העילוי איז „אתהפכא חשוכא לנהורא",

אַז מ׳זאָל דעם חושך גופא 30

מהפך זיין לאור,

און דערפאַר דאַרף בשבועות זיין — „חמץ

(דוקא)

תאפינה".

ה.

עפ"ז איז מובן אַז מעין זה איז אויך באחרון של פסח: בשעת מען האָט

שוין — באחרון של פסח — געציילט

(מברר געווען)

אַלע זיבן ספירות

(מדות)

פון דער ערשטער

(און הויפּט)

ספירה ומדה — דאזיל עם כולי יומי 31

— חסד

(וואָס לאחרי זה קומען די סעודות פון אחרון של פסח — סעודת הלילה וסעודת היום)

— מען האָט שוין גע׳פּועל׳ט אַ בירור אין אַ מדה און אינעם כלל פון אַלע זיבן מדות

(ווי זיי שטייען אין חסד

(חסד שבחסד גבורה שבחסד וכו׳))

— איז כאָטש אַז מען האַלט נאָך דאַן ניט ביי דער דרגא

(פון שבועות)

אַז פון חמץ גופא זאָל מען אויפטאָן אַן ענין של קדושה ו מצוה

(וויבאַלד עס איז נאָך ניט געווען דער בירור פרטי פון פרטיות המדות

(כ"א כלולה מז׳)),

דאַרף שוין אָבער דעמאָלט עכ"פ ניט זיין אַזוי שטאַרק די זהירות אין דער עבודה פון מצה

(לחם עוני — ביטול ואתכפיא),

צו פאַרהיטן זי אפילו פונעם חשש חמץ של מצה שרוי׳;

דעמאָלט האָט מען בכח אויסצונוצן אין עבודת השם אויך אַן ענין וואָס איז ניט בתכלית הביטול והשפלות — און מהאי טעמא

(וויבאַלד מ׳האָט דעם כח צו טאָן דאָס — דאַרף מען דאָס טאָן,

און דערפאַר)

איז מען מהדר במצה שרוי׳ 32

(ביז אַז דאָס איז,

כפשוטו,

די

(אכילת ה)

שרוי׳ מאַכט די מצוה פון „שמחת יום טוב").

ו.

וויבאַלד אַז אַלע עניני דרבנן נעמען זיך פון תורה 33 ,

וכל דתקון רבנן כעין דאורייתא תקון 34 ,

י"ל עד"ז בנדו"ד,

אַז אָט דער תוכן ואופן פון אכילת מצה באחש"פ נעמט זיך

(און — איז מעין )

פון דעם ענין ואופן פון אכילת מצה מדאורייתא בשביעי ש"פ.

דער ביאור בזה: פון פסוק 35

„ששת ימים תאכל מצות וביום השביעי עצרת לה׳ אלוקיך" לערנט מען אָפּ 36

„מה שביעי רשות אף ששת ימים רשות".

דאָס מיינט 37 ,

אַז הגם אַלע זיבן טעג

(חוץ — ליל דיו"ט א׳ דפסח)

זיינען גלייך אין דעם דין פון רשות,

וויבאַלד אָבער אַז מען לערנט דאָס אָפּ פון שש"פ 38

איז מובן אַז דער עיקר הענין פון רשות איז בשש"פ,

און פון שש"פ ווערט עס נמשך און אויפגעטאָן 39

אין די אַנדערע ששת הימים פון פסח.

איז מבואר אין חסידות 40

אַז דאָס וואָס בשש"פ איז אכילת מצה „רשות" איז דאָס למעליותא ,

דאָס גופא

(וואָס דאָס איז „רשות")

באַווייזט אַז די אכילת מצה פון שש"פ דערלאַנגט נאָך העכער ווי די מדריגה וואָס ווערט דערגרייכט דורך אכילת מצה בלילה הראשון וואָס איז חובה

(ע"ד 41

ווי דער ענין פון תפילת ערבית רשות 42 ).

וכשם ווי דאָס איז אין דער פעולה והמשכה מלמעלה,

עד"ז איז מובן בעבודת האדם 43

: אכילת מצה של חובה

(אָדער — מצוה 44 )

ווייזט,

אַז ער מצד כחות עצמו האַלט נאָך ניט ביי דער עבודה פון מצה

(לחם עוני)

— ביטול ואתכפיא,

און דערפאַר ווערט אויף אים אַרויפגעלייגט באופן פון חיוב און מצוה,

ער זאָל זיין זהיר אין דעם; משא"כ דער ענין פון „רשות",

אַז מען לאָזט עס איבער צו זיין רצון,

איז עס אַ באַווייז אַז מען פאַרלאָזט זיך אויף אים,

ד.

ה.

אַז מען דאַרף אים ניט היטן און אים מחייב זיין אין דער זהירות ועבודה פון ביטול; די עבודה פון אכילת מצה איז שוין געוואָרן אַן ענין וואָס ער קען

(און וועט)

אַליין דורכפירן 45 .

און דאָס איז פאַרבונדן מיט דעם וואָס דאָס איז שביעי של פסח: ע"ד ווי גערעדט פריער ביי אחש"פ,

אַז ווייל מ׳האַלט שוין ביים ציילן די זיבעטע ספירה

(סיום הבירור פון דער ערשטער פון אַלע זיבן מדות),

שטייט מען שוין אין אַ מצב ודרגא צו קענען און דאַרפן מהדר זיין במצה שרוי׳;

עד"ז בשש"פ — זייענדיק דער זיבעטער טאָג פון דעם זמן ווען נגלה

עליהם מלך מלכי המלכים הקב"ה בכבודו ובעצמו וגאלם* 45 ,

וואָס דערפאַר איז לא הספיק בצקת של אבותינו להחמיץ — ווערט דאַן

(ביום השביעי)

אָט דער גילוי

(פון דעם „לא הספיק וגו׳")

— „עצרת",

נקלט בפנימיות ביי יעדן אידן,

און דערפאַר איז דעמאָלט אכילת מצה נאָר רשות 46 .

ז.

ס׳איז אָבער מובן אַז ס׳איז דאָ אַ חילוק צווישן שש"פ און אחש"פ: בשש"פ איז דאָס דער זיבעטער טאָג פון יציאת מצרים ,

דורך „נגלה עליהם",

דעמאָלט איז געקומען דער גילוי מלמעלה 47 .

און ווי דאָס איז געווען כפשוטו,

אַז בקרי"ס איז געווען דער גמר פון יציאת מצרים,

וואָרום ביז דעמאָלט איז נאָך געווען אימת מצרים עליהם 48 .

און בשעת עס איז געקומען דער זיבעטער טאָג,

איז דער גילוי מלמעלה געוואָרן באופן של עצרת וקליטה,

ובמילא האָט דאָס גע׳פּועל׳ט אמירת שירה באַ אידן.

און דעריבער איז דאַן דער ענין פון אכילת מצה באַ זיי שוין בקליטה בפנימיות — רשות ,

כנ"ל.

משא"כ אחש"פ איז דער זיבעטער טאָג פון ספה"ע,

די עבודה מצד דעם מטה ,

דער בירור פון דעם מענטשן אין זיינע זיבן מדות,

און ווי דאָס איז געווען כפשוטו בפעם הראשונה,

אַז ביציאת מצרים האָבן די

אידן מצד עצמם אָנגעהייבן ציילן די טעג צו קבלת התורה,

ווען עס וועט זיין דער תעבדון את האלקים על ההר הזה 49

איז בשעת מען קומט שוין צו צום זיבעטן טאָג פון ספירה ועבודת המטה,

איז דאַן די עבודה פון אכילת מצה

(ביטול הישות)

ניט נאָר אַן ענין פון רשות,

נאָר מען קען שוין עסן און מ׳איז מהדר במצה שרוי'

(וואָס האָט אַ חשש חמץ),

וואָרום מ׳איז מעלה אויך די בחינה אין עבודת ה׳,

כנ"ל.

ח.

דאָס איז בלויז אַ ביאור אין אַ פרט פון אחש"פ,

אַלס אַ זמן ווען מ׳איז משלים די ספירה ובירור פון די

(ערשטע)

זיבן

(מדות)

ספירות

(דחסד)

פון ספה"ע ; עס איז אָבער מובן אַז דער מנהג פון מהדרין לשרות האָט אַ שייכות צום ענין פון אחש"פ ,

אַ טאָג וואָס

(כשמו כן הוא)

איז מסיים ומשלים דעם יו"ט פון זמן חירותנו חגה"פ

(ועד"ז בנוגע שש"פ,

כדלקמן).

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם דעם „וואָרט" פון צמח צדק

(וואָס כ"ק מו"ח אדמו"ר בריינגט אין זיינע שיחות) 50

: דער לעצטער טאָג פסח רופט מען מיט דעם נאָמען אחרון של פסח,

דאָס הייסט אַז אחרון של פסח,

דער לעצטער טאָג פון פסח,

איז דער סיום פון דעם וואָס עס האָט זיך אָנגעהויבן די ערשטע נאַכט פון פסח.

די ערשטע נאַכט פסח איז אונזער יו"ט וואָס הקב"ה האָט אונז אויסגעלייזט פון מצרים,

די גאולה ראשונה דורך משה רבינו וואָס ער איז געווען דער גואל ראשון — דאָס

איז געווען דער אָנהייב; אחרון של פסח איז אונזער יו"ט אויף דער גאולה אחרונה ,

וואָס הקב"ה וועט אונז אויסלייזן פון דעם גלות אחרון דורך משיח צדקנו,

וואָס ער — משיח צדקנו — איז דער גואל אחרון; דער ערשטער טאָג פסח איז משה רבינו׳ס שמחה טאָג,

און אחרון של פסח איז משיח׳ס שמחה טאָג.

וואָס דער ענין

(אַז אחרון של פסח איז פאַרבונדן מיט דער גאולה העתידה)

איז מרומז

(ווי אַלע ענינים פון פנימיות התורה)

אויך בנגלה דתורה — די הפטרה פון אחש"פ איז „עוד היום גו׳ ויצא חוטר וגו'" 51

וואָס די הפטרה רעדט באריכות וועגן דער גאולה העתידה ע"י משיח צדקנו און וועגן די פרטי היעוד וואָס וועלן דאַן מקויים ווערן.

ווי ס׳איז מבואר בכמה מדרשי חז"ל און אויך געבראַכט אין רמב"ם 52 ,

וועגן דער הנהגה בימות המשיח,

וואָס וועט זיין אינעם אופן פון „וגר זאב עם כבש גו'" ביז „כי מלאה הארץ דיעה את ה'",

און וועגן דעם קיבוץ גליות וואָס איז מתואר אין די

פסוקי ההפטרה: „והי׳ ביום ההוא וגו׳ לקנות את שאר עמו גו׳ ומאיי הים".

וכידוע 53

אַז דער בעש"ט פלעגט זיך נוהג זיין צו עסן דריי סעודות אין אחש"פ און די דריטע סעודה

(וואָס איז געווען לפנות ערב)

האָט מען גערופן „סעודת משיח" — און דאָס איז מטעם הנ"ל,

ווייל באחש"פ איז מאיר גילוי הארת משיח.

ט.

אַ חילוק כללי צווישן די צוויי אופני גאולה — די גאולה ראשונה פון מצרים,

און די גאולה אחרונה העתידה לבוא 54

:

ביי יציאת מצרים שטייט „כי ברח העם" 55 ,

ווייל „הרע שבנפשות ישראל עדיין הי׳ בתקפו" 56 ,

האָט מען דעריבער געמוזט אַנטלויפן פון רע

(„טומאת מצרים" 56 )

— און אין דעם מצב האָבן זיך די אידן געפונען ביז קריעת ים סוף בשש"פ

(ווי ס׳איז פאַרשטאַנדיק אויך פון פשטות הענינים,

אַז ביז דעמאָלט איז נאָך געווען אימת מצרים עליהם,

כנ"ל)

און דערפאַר „לא תאכל עליו חמץ שבעת ימים תאכל עליו מצות לחם עוני כי בחיפזון יצאת מארץ מצרים" 57 ,

עס דאַרף זיין די זהירות גדולה פון חמץ,

ובחפזון — ברח,

און די עבודה פון מצה לחם עוני — ביטול ואתכפיא.

אין דער גאולה האחרונה לעת"ל שטייט „לא בחיפזון תצאו" 58 ,

וואָרום

און וויבאַלד אַז אחרון של פסח איז אַ יו"ט פאַרבונדן מיט דער גאולה האחרונה און ס׳איז דאַן מאיר הארת המשיח דעריבער דאַרף ניט זיין די זהירות פון מצה שרוי׳ — מ׳שטייט העכער דערפון,

וכנ"ל.

יו"ד.

נאָכמער: אין דער גאולה אחרונה,

איז נוסף וואָס עס וועט זיך אויספירן דער ענין פון „ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ",

אַז עס וועט מער ניט זיין די מציאות פון רע,

נאָר עס וועט זיך אויך אויפטאָן דער אמת׳ער ענין פון אתהפכא;

און ווי מען זאָגט אין דער הפטרה פון אחש"פ „ושעשע יונק גו׳ ועל מאורת צפעוני גמול ידו הדה",

אַז אויך דער

(נחש)

צפעוני — יצה"ר 60

וועט נתהפך ווערן לטוב — און אַ הארה וגילוי דערפון ווערט נמשך באחש"פ,

וואָס דערפאַר איז מען דאַן מהדר בשרוי׳ ובכל המאכלים,

ווייל אָט די בחינה און חשש וואָס אין מצה שרוי׳ ווערט דעמאָלט נתהפך לטוב וקדושה און קען אויסגענוצט ווערן בעבודת ה׳ און אויך בשמחה 61 ,

אָנהייבנדיק בשמחת יו"ט.

אין אויך דער ענין דריקט זיך אויס בהלכה בנגלה דתורה: דער דין 62

איז,

אַז „מי שנמשכה סעודתו במוצאי יו"ט האחרון ש"פ עד לאחר צאת הכוכבים מותר לאכול חמץ בסעודה אף שעדיין לא התפלל ערבית ולא הבדיל כלל".

ד.

ה.

אין דער סעודה פון אחרון של פסח עסט ער חמץ 63 ,

כאָטש אַז ער זאָגט שפּעטער בברכת המזון,

ביום חג המצות הזה 64 .

יא.

תורה איז דאָך כללות ופרטות נאמרה,

ועד"ז בענינינו: דאָס וואָס עס האָט זיך גערעדט לעיל,

אַז די ערשטע

דעמאָלט וועט זיין „ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ" 59 ,

ס׳איז ניטאָ קיין מציאות פון רע און טומאה פון וועלכע מ׳זאָל דאַרפן אַנטלויפן.

נאַכט פסח איז דער יו"ט פון גאולה ראשונה — יציאת מצרים,

און דער סיום פון פסח

(אחרון של פסח)

איז פאַרבונדן מיט דער גאולה העתידה — אין דעם באַשטייט דער חילוק כללי צווישן די ערשטע צוויי יו"ט טעג פון פסח און די לעצטע צוויי טעג יו"ט; ד.

ה.

אַז אויך שש"פ,

וואָס איז דער סיום פון פסח,

איז שייך צו דער גאולה העתידה 65 .

[און בארץ ישראל איז דאָך דאָס דער סיום ממש,

און מען פּראַוועט דעם טאָג די סעודה פון משיח,

בשש"פ].

און ווי דאָס קומט אויך אַרויס אין דעם,

וואָס דוקא בקריעת ים סוף,

וואָס איז געווען בשש"פ,

איז בטל געוואָרן מצרים וקליפת מצרים,

אין דעם אופן אַז „לא נשאר בהם עד אחד" 66 ,

וואָס דאָס איז מעין פון דעם ביטול הרע והעברת הטומאה אין כללות העולם וואָס וועט זיין לעת"ל „ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ";

און אַזוי איז אויך בנוגע דעם בירור הניצוצות דקדושה פון מצרים,

אַז דער שלימות פונעם בירור פון אַלע ניצוצות הקדושה שבמצרים — וואָס דערפאַר לא תוסיפו עוד לראותם 67

איז געווען בקריעת ים סוף — און „גדולה היתה ביזת הים מביזת מצרים" 68 ,

וואָס דאָס איז בדוגמא צום שלימות הבירור פון אַלע ניצוצות קדושה שבכל העולם לעת"ל.

און דעריבער איז ביי קרי"ס געווען דער גילוי אלקות אין אַן אופן פון

„מראין 69

אותו באצבע

(ואומר זה א־לי)

",

און „ראתה שפחה על הים מה שלא ראו הנביאים" 70

— על דרך ווי ס׳וועט זיין לעת"ל 71

: „ונגלה כבוד ה׳ וראו כל בשר יחדיו" 72 ,

און „ואשפוך 73

רוחי על כל בשר

(אויך אויף עבדים ושפחות 74 )

ונבאו גו׳".

און אַזוי האָט זיך ביי קריעת ים סוף אויפגעטאָן אין וועלט אויך דער ענין פון אתהפכא — „ויהי הענן והחשך ויאר את הלילה" 75 ,

אַז דער חשך אַליין האָט מאיר געווען,

בדוגמא ווי דאָס וועט זיין לעת"ל,

ווען „ולילה 76

כיום יאיר" 77 .

וי"ל,

אַז אויך דער ענין

(די שייכות פון שש"פ צו דער גאולה העתידה)

איז פאַרבונדן מיט דער בחי׳ וענין פון אכילת מצה רשות .

וואָרום אָט די

המשכה וגילוי פון שש"פ „נק׳ רשות ועלמא דחירו " 78 .

און אויך דער אופן העבודה פון רשות איז בדוגמת העבודה אין דעם זמן דלעתיד לבוא ווען עס וועט זיין „שנים אשר תאמר אין לי בהם חפץ" 79 ,

„שאין בהם לא זכות ולא חובה" 80 ,

עס וועט ניט

זיין דער ענין החיוב והמצוה,

און בכלל — „באותו 81

הזמן לא יהי׳ שם לא רעב ולא מלחמה ולא קנאה ולא תחרות כו׳ ולא יהי׳ עסק כל העולם אלא לדעת את ה׳ בלבד כו׳ שנאמר כי מלאה הארץ דעה את ה׳ כמים לים מכסים".

(משיחות אחש"פ תשכ"ז,

תשל"ז)

Reader controls and commentary are loading.