א.
אין סוף פונעם לעצטן פרק פון הלכות בית הבחירה,
אין וועלכן דער רמב"ם איז מבאר די דינים פון שמירת המקדש — נאָך דעם וואָס ער איז מתאר
(אין הלכה יא)
ווי אַזוי די כהנים האָבן יעדן אינדערפרי
(„בשחר קודם שיעלה עמוד השחר סמוך לו”)
בודק געווען
(מיט „שתי אבוקות של אור בידם”)
אין דער עזרה צי אַלץ איז דאָרט אין אָרדענונג — פירט אויס דער רמב"ם
(אין אַ הלכה — יב — בפני עצמה)
:
„כסדר הזה עושין בכל לילה ולילה חוץ מלילי שבת שאין בידם אור אלא בודקין בנרות הדלוקין שם מערב שבת”.
איז ידוע די שאלת המפרשים 1
: דער דין איז דאָך
(ווי דער רמב"ם פסק׳נט בכמה מקומות 2 )
אַז „אין שבות במקדש”,
און טלטול הנרות בשבת איז דאָך נאָר אַן איסור „שבות" 3
— היינט פאַרוואָס איז מען משנה בלילי שבת אַנדערש,
אַז „אין בידם אור אלא בודקין בנרות הדלוקין שם מערב שבת”?
דער כסף משנה ענטפערט,
אַז „שאני הכא דאפשר בנרות הדלוקין מערב שבת”,
וויבאַלד ס׳איז דאָ אַן אפשריות צו בודק זיין און דערביי אויסמיידן דעם „שבות”,
איז מען דעמאָלט ניט מתיר דעם שבות.
דער תירוץ איז אָבער צ"ע
(ווי אַנדערע מפרשים פרעגן 4 )
: דער רמב"ם פסק׳נט
(אין הלכות עבודת יום הכיפורים 5 )
אַז „הי׳ כהן גדול זקן או חולה מלבנין עששיות של ברזל באש מבערב ומטילין אותן למחר במים כדי להפיג צינתן שאין שבות במקדש " — כאָטש אַז אויך אין דעם פאַל קען מען דאָס באַוואָרענען באופן אחר
(עס זאָל ניט זיין קיין שבות),
ווי דער רמב"ם אַליין פירט אויס „או מערבין מים חמים במי המקוה כדי שתפיג צינתן” 6 .
זאת ועוד: דער רמב"ם פסק׳נט 7
אַז אויב דער כהן גדול „בקש להתנמנם" — איז „פרחי לוי׳ מכין לפניו באצבע צרדה”,
חאָטש דאָס איז אַ שבות
(ווי דער רמב"ם פסק׳נט אין הלכות שבת 8 ),
און ס׳איז אפשר בענין אחר — עס זיינען פאַראַן אַנדערע מיטלען אויף צו העלפן דעם כהן גדול זיין וואַך.
ב.
בפשטות קען מען מחלק זיין:
דער כלל פון „אין שבות במקדש” אויך בדאפשר בענין אחר,
איז בלויז ווען דאָס איז אַן עראי — דהיינו,
עס מאַכט זיך אַ ספּעציעלער מצב וואָס קען באַוואָרנט ווערן דורך אַ שבות,
איז דעמאָלט דאָ דער היתר שבות במקדש אפילו ווען מ׳קען טאָן באופן אחר; ווי לדוגמא אויב „הי׳ כהן גדול זקן או חולה” אָדער אויב „בקש להתנמנם”.
דאָס הייסט,
סדר הקבוע קען ניט זיין פאַרבונדן מיט אַ שבות,
נאָר במקרים מסויימים קען מען אָנקומען צום היתר.
בנדון דידן רעדט זיך דאָך וועגן אַיינשטעלן אַ סדר קבוע פון הנהגת הכהנים בכל שבת ושבת,
און דערפאַר איז וויבאַלד ס׳איז אפשר באופן אחר,
איז מען ניט קובע הנהגת הכהנים באופן כזה אַז מען זאָל שטענדיק דאַרפן טאָן שבות במקדש.
די הסברה איז אָבער ניט מספיקה,
ווייל מען געפינט דעם היתר פון שבות במקדש אויך אין אַ פאַל וועלכער איז אַ סדר קבוע: ווען ערב פסח איז חל להיות בשבת,
איז דער דין 9
אַז מען איז מפשיט דעם עור פון דעם קרבן על גבי המקלות,
פּונקט ווי בחול,
אע"פ אַז ס׳איז אפשר באופן אחר.
און ס׳איז אַ דוחק צו זאָגן,
אַז ע"פ שחל להיות בשבת איז גערעכנט ווי עראי,
וויבאַלד ס׳איז אַ קביעות נאָר מזמן לזמן.
ג.
אין די הלכות הנ"ל בסיום הלכות בית הבחירה — זיינען פאַראַן נאָך כמה דיוקים כלליים:
א)
פאַרוואָס ברענגט דער רמב"ם אָט דעם ענין — אין הלכות שמירת בית הבחירה?
— די הלכות ביז הלכה יא,
געהערן צו דעם פרק,
אין זיי רעדט זיך וועגן שמירת המקדש 10
; אָבער תוכן הלכה יא והלכה יב איז לכאורה ניט שייך צו שמירת המקדש ,
נאָר צו
(דער הכנה והקדמה צו)
סדר עבודת היום — מען האָט געדאַרפט בודק זיין צי אַלץ אין דער עזרה איז כדבעי למהוי אויף צו אָנהויבן טאָן די עבודת היום — באַלאַנגט עס אין הלכות תמידין ומוספין
(און עס שטייט טאַקע דאָרט 11
בקיצור)?
ב)
די לעצטע הלכה
(יב)
איז אַ המשך פון דער הלכה שלפני׳
( וכמפורש — כסדר הזה
(פון הל׳ יא)
עושין כו׳)
נאָר מ׳איז מוסיף ,
אַז בשבת איז געווען אַנדערש — איז פאַרוואָס האָט עס דער רמב"ם אויסגעטיילט אין אַ הלכה בפני עצמה?
ובפרט אַז,
כידוע,
איז הפרדת ההלכות ברמב"ם בדיוק,
און מ׳לערנט אָפּ דערפון וכו׳ 12 .
ד.
דער ביאור בזה:
דער רמב"ם איז מבאר בתחלת הפרק,
אַז שמירת המקדש איז ניט מפחד אויבים וכו׳ נאָר משום כבוד המקדש,
ווייל „אינו דומה פלטרין שיש עליו שומרין לפלטרין שאין עליו שומרין”.
פון דעם איז מובן,
אַז די פרטים וועגן וועלכע עס רעדט זיך אין דעם פרק
(פרק ח)
זיינען משום כבוד המקדש.
ע"פ זה קען מען זאָגן,
אַז אויך דער ענין הבדיקה איז משום כבוד הבית — און מהאי טעמא האָט דער רמב"ם אַריינגעשטעלט די הלכות
(יא און יב)
אין דעם פרק:
די בדיקה איז געטאָן געוואָרן
(בעיקר)
ניט
(נאָר)
אַלס הכנה צו עבודת המקדש,
נאָר אַלס כבוד המקדש.
וכמבואר במק"א 13
בארוכה,
אַז דער תוכן הכבוד דורך שמירת המקדש באַשטייט אין דעם,
וואָס די שמירה ווייזט אַז מ׳איז ניט מסיח דעת פונעם מקדש,
איז עד"ז בנוגע דער בדיקה — דערמיט וואָס יעדן אינדערפרי איז מען בודק וכו׳ איז מען מוסיף אין כבוד המקדש.
וע"פ זה יומתק וואָס די כהנים הבודקים
(נאָך דער בדיקה)
האָבן געזאָגט אלו לאלו „שלום הכל שלום" — און ניט אַ לשון וואָס איז,
לכאורה,
מער מתאים צו זאָגן אַז אַלץ איז בסדר ומוכן לעבודת המקדש
(ווי „הכל במקומו” 14 ,
אָדער „הכל כראוי" וכיו"ב)
— ווייל דאָס איז אַ לשון של כבוד.
ה.
לפי זה וועט פאַרענטפערט ווערן די שאלה הנ"ל אין דער לעצטער הלכה,
ובהקדים:
אין דעם ענין פון נס השמן דחנוכה,
וואָס „טמאו כל השמנים שבהיכל כו׳ בדקו ולא מצאו אלא פך אחד של שמן שהי׳ מונח בחותמו של כהן גדול,
ולא הי׳ בו אלא להדליק יום אחד נעשה בו נס והדליקו ממנו שמונה ימים" 15
— איז ידוע די שאלה 16
:
עס איז פאַראַן אַ דיעה 17
אַז „טומאה הותרה בצבור" — איז
(לדעה זו)
פאַרוואָס האָט דער אויבערשטער געדאַרפט מאַכן אַ נס
(השמן),
מ׳האָט דאָך געקענט מדליק זיין די נרות אויך מיט שמן טמא?
ענטפערן אויף דעם מפרשים 18
: אע"פ אַז טומאה הותרה בצבור,
האָט אָבער דער אויבערשטער געוואָלט ווייזן „חיבתן של ישראל”,
און דעריבער האָט ער געמאַכט דעם נס כדי אידן זאָלן מקיים זיין די מצוה פון הדלקת נרות המנורה אין אַן אופן וואָס מ׳דאַרף ניט אָנקומען צום „היתר” פון „טומאה”.
דאָס הייסט: דאָס וואָס „טומאה הותרה" איז עם בנוגע עבודתן של ישראל; אָבער בנוגע חיבתן של ישראל,
דאַרף מען אויסמיידן טומאה אפילו באופן ווען „הותרה”.
אַזוי יש לומר בעניננו:
ווען בדיקת הכהנים במקדש וואָלט געווען נאָר אַ סתם הנהגה במקדש,
אָדער אפילו אַ חלק פון עבודת המקדש,
איז דער דין אַז „אין שבות במקדש”
(און ווי דער רמב"ם זאָגט 19 )
אַז דאָס איז אַ „היתר”,
מלכתחילה;
וויבאַלד אָבער אַז די בדיקה איז פאַרבונדן מיט כבוד המקדש,
הדגשת גודל כבוד המקדש
(וע"ד וואָס „לא מן המקדש אתה ירא אלא ממי שצוה על יראתו” 20 ,
אַזוי אויך בנוגע כבוד המקדש)
איז ביי דעם ניט מתאים אַז די בדיקה זאָל מלכתחילה זיין אין אַן אופן
אַז מען דאַרף אָנקומען צו אַ היתר פון „אין שבות במקדש”.
ו.
דערמיט איז אויך מובן פאַרוואָס דער פרט אין דער בדיקה — אַז בשבת איז זי געווען אַנדערש ווי בחול — איז
(א)
שייך צו הלכות בית הבחירה און
(ב)
קומט אין אַ הלכה בפני עצמה — היות אַז דערמיט קומט צו נאָך אַ גרעסערע און שטאַרקערע הדגשה אין כבוד המקדש :
מ׳האָט ניט נאָר בכלל בודק געווען דעם מקדש יעדן טאָג כדי להדר בכבודו
(הל׳ יא),
נאָר נאָכמער
(הל׳ יב)
: די בדיקה איז געווען אין אַן אופן מהודר ומכובד,
וואָס דערפאַר האָט מען
(בשבת)
ניט גענוצט קיין היתר
(פון „אין שבות במקדש”),
נאָר מען האָט בודק געווען מיט נרות הדלוקין שם מערב שבת.
ומטעם זה איז דאָס דער סיום פון פרק ח פון הלכות בית הבחירה
(וועלכער רעדט,
כאמור,
וועגן כבוד המקדש)
וואָרום אין דער הלכה ווערט אַרויסגעבראַכט דער מכבד זיין דעם מקדש אויפן העכסטן אופן — אַ הנהגה בהידור מן ההידור.
ז.
עוד יש לומר בזה — ובהקדים:
בנוגע צו מלאכה במקדש בשבת געפינט מען צוויי הפכים: פון איין זייט איז עבודת התמידין והמוספין
(ושאר קרבנות הצבור שזמנם קבוע)
ניט נאָר דוחה שבת און מותר בשבת,
נאָר ס׳איז אַ מצוה 21
; מאידך גיסא אָבער איז דער דין 22 ,
אַז „אין בנין בית המקדש דוחה
שבת",
ווי מען לערנט עס אויך אָפּ אין מכילתא ריש פרשתנו 23
דערפון וואָס משה האָט מקדים געווען דעם ציווי פון איסור מלאכה בשבת צום ציווי פון מלאכת המשכן.
ויש לומר ההסברה בזה:
נאָך דעם וואָס דער מקדש איז שוין אַ מקום קדוש בשלימות,
און עס רעדט זיך וועגן אַ פרט,
אַ מלאכה אין בית המקדש,
דעמאָלט ווערן זיי ניט גערעכנט אַ מעשה חול,
בקודש איז יעדע זאַך 24 ,
ניט קיין מעשה חול ,
נאָר אַן ענין פון קדושה,
במילא איז אין דעם ניטאָ קיין חילול שבת;
ווען עס האַנדלט זיך אָבער וועגן אויפמאַכן דעם בית המקדש והקדושה שבו,
האָט ניט קיין אָרט אַז דאָס זאָל געטאָן ווערן מיט אַ מעשה שיש בו משום חילול שבת.
[ וע"ד דעם ביאור וואָס אַנדערע מפרשים 25
זאָגן לגבי דעם נס השמן דחנוכה — אַז דאָס וואָס מען האָט דאַן ניט
(געקענט)
נוצן דעם כלל פון „טומאה הותרה”,
איז ווייל דעמולט האָט געדאַרפט זיין דער חינוך המקדש מחדש ,
און ביים אויפמאַכן אַ נייע קדושה זאָגט מען ניט טומאה הותרה כו׳].
קען מען זאָגן,
אַז עד"ז איז אויך בנוגע איסורי שבות במקדש:
חכמים האָבן מתיר געווען שבות במקדש אין פאַלן וועלכע זיינען
פאַרבונדן מיט עבודה במקדש אָדער מלאכה בו ; משא"כ ווען עס רעדט זיך וועגן גוף בנין המקדש
(כולל — כבודו),
האָבן חכמים
(וואָס „מעין דאורייתא תיקון” 26 )
ניט מתיר געווען קיין שבות,
דאָס אויפמאַכן
(אָדער — מוסיף זיין,
פאַרשטאַרקן)
די קדושה פון דעם בית המקדש דאַרף ניט געטאָן ווערן דורך אַ מעשה של שבות.
ח.
בנוגע דעם טעם וואָס די הלכות פון שמירת וכבוד המקדש האָט דער רמב"ם אַריינגעשטעלט אין הלכות בית הבחירה
(ועד"ז דאָס וואָס רבינו הקדוש האָט קובע געווען די דינים פון שמירת המקדש
(אויך)
אין מסכת מדות וואָס ענינה זיינען די מדות הבית און ניט
(בלויז)
דאָרט וואו עס רעדט זיך וועגן די עבודות הנעשות בו)
— האָט זיך גערעדט במק"א 27
:
די מצוה פון בנין ביהמ"ק איז דער חיוב — ניט פעולת הבנין,
נאָר די תוצאה פון דער פעולה — דער נפעל,
„שיהי׳”,
אַז עס זאָל זיין אַ ביהמ"ק
(ווי דער ראָגאַטשאָווער איז מבאר בארוכה 28 ).
לפי"ז איז מובן פאַרוואָס שמירת המקדש איז אַ טייל פון הלכות בית הבחירה,
ווייל אויך די שמירה איז פועל עס זאָל זיין
(„שיהי׳")
אַ ביהמ"ק — אַ בית של כבוד,
אַ מקום ראוי צו זיין אַ בית הבחירה.
לויט דעם קומט אויס,
אַז אויך דאָס
וואָס די כהנים זיינען בודקין בכל יום במקדש משום כבוד המקדש
(כנ"ל),
איז ניט נאָר אַ הכנה והקדמה צו עבודת היום,
נאָר איז
(אויך)
אַ המשך וחלק פון בנין המקדש — די בדיקה איז ע"ד „בדק הבית”,
דער בית ווערט מער מכובד ומהודר.
און עפ"ז איז מובן פאַרוואָס מען זאָגט דאָ ניט דעם כלל פון „אין שבות במקדש”: וויבאַלד די בדיקה איז אַ טייל פון בנין המקדש,
ביי וועלכן תורה זאָגט אַז ער איז ניט דוחה שבת,
דערפאַר האָבן חכמים מתקן געווען
(„כעין דאורייתא”)
אַז דאָס זאָל ניט דוחה זיין זייער איסור
(שבות).
ט.
עפ"ז יש לקשר דעם סיום פון הלכות בית הבחירה מיט התחלתן — דנעוץ סופן בתחלתן:
אין אָנהויב פון הל׳ ביהב"ח איז דער רמב"ם קובע דעם גדר פון מצות בנין ביהב"ח — „ לעשות בית לה׳”
(ניט לבנות )
— וואָס דערפון לערנט מען אָפּ 28 ,
אַז די מצוה איז
(ניט די פעולת הבני׳,
נאָר)
די תוצאה,
אַז עס זאָל זיין אַ „בית לה׳" — מיט אַלע פרטים וואָס אַזאַ בית דאַרף האָבן —
און דער
(זעלבער)
ענין ווערט מודגש אין דעם לעצטן פרק פון הל׳ ביהב"ח; מהאי טעמא,
כנ"ל,
איז אויך שמירת המקדש אַ חלק פון „בית הבחירה”,
ביז צום סיום הענין
(ווי דאָס קומט אַרויס אין סיום הל׳ בית הבחירה),
אַז מצד דעם וואָס עס איז אַ פרט אין
(בנין בנוי פון)
„בית הבחירה”,
איז עס ניט דוחה שבת,
כולל — אויך ניט קיין שבות.
יו"ד.
דער ביאור הקשר פון תחלת הל׳ ביהב"ח וסיומן — בפנימיות הענינים:
מ׳האָט גערעדט כמה פעמים 29 ,
אַז אע"פ וואָס מיטן בנין המשכן ובית ראשון ושני האָט מען מקיים געווען די מצוה פון „ועשו לי מקדש" 30
— איז עס אָבער ניט געווען אין אַן אופן פון בנין הבית בתכלית השלימות ; דאָס וועט זיך אויפטאָן ביים מקדש אד׳ כוננו ידיך,
בית השלישי וואָס וועט זיין אַ בית נצחי 31 .
און דאָס איז אויך דער טעם
(הפנימי)
וואָס די לעצטע הלכה פון הל׳ ביהב"ח רעדט וועגן דעם סדר
(פון בדיקת העזרה)
אין מקדש ביום השבת — לרמז,
אַז דער סיום ו„שלימות” פון בית הבחירה איז אין דעם מקדש וואָס וועט זיין
(לעתיד לבוא — )
אין דעם יום שכולו שבת 32 .
קען מען דאָך מיינען,
אַז וויבאַלד די שלימות הבית וועט ערשט זיין לעתיד לבוא,
איז ח"ו אונזער איצטיקע עבודה ניט תופס מקום,
האָט ניט קיין חשיבות ח"ו —
באַוואָרענט דער רמב"ם,
אַז אדרבה — „בלילי שבת אין בידם אור אלא בודקין בנרות הדלוקין שם מערב שבת ”:
אין דעם זמן פון „
(יום שכולו)
שבת”
איז „אין בידם אור" — „נר מצוה ותורה אור” 33 ,
זיי זיינען „שנים אשר תאמר אין לי בהם חפץ” 34
; און די ליכטיקייט וואָס איז דעמולט דאָ נעמט זיך דוקא פון די נרות
(מצות)
וואָס מ׳האָט אָנגעצונדן „ מערב שבת" — אין זמן הגלות.
די שלימות פון בית השלישי 35
איז וואָס דעמולט וועט נתגלה ווערן דער עילוי פון דער איצטיקער עבודה — מעשינו ועבודתינו כל זמן משך הגלות 36 .
און דאָס גיט אַ זירוז ועידוד אין דער עבודה פון אַ אידן צו אויפשטעלן דעם מקדש ומשכן רוחני ביי זיך — „ושכנתי בתוכם — בתוך כל אחד ואחד מישראל” 37
—
וואָס דאָס ברענגט דעם בנין בית המקדש השלישי,
בגאולה האמיתית והשלימה,
במהרה בימינו ממש.
(משיחות ש"פ דברים וש"פ עקב תש"מ,
ש"פ דברים תשמ"א)