א.
אין דער היינטיקער םדרה ווערט דערציילט,
אז משה רבינו האט געבעטן ביים אויבערשטן "הראני נא את כבודך״ 1 ,
און דער אויבערשטער האט אים געענטפערט "לא תוכל לראות את פני גו׳ וראית את אחורי ופני לא יראו" 2 .
שטעלט זיך רש״י אויך די ווערטער: "וראית את אחורי" און איז מפרש: "הראהו קשר של תפילין" 3 .
ענינו של פירוש רש״י על התורה איז צו מפרש זיין פשוטו של מקרא 4 .
דארף מען פארשטיין: וואם איז דא שווער אין פשוטו של מקרא,
וואם צוליב דעם מוז רש״י מפרש זיין אז "אחורי" מיינט "קשר של תפילין" 5 ?
מען קען ניט ענטפערן אז ביי רש״י׳ן איז שווער - ווי פאםט צו זאגן דעם תואר "אחורי" ביים אויבערשטן
(וויבאלד דער אויבערשטער איז מופשט פון יעדן ציור)?
- ווייל אין דער תורה ווערן מערערע מאל דערמאנט תוארים
(און אפי׳ גשמיים)
כלפי דעם אויבערשטן,
און מען געפינט ניט אז רש״י זאל זיך אפ־ שטעלן אויף זיי און מםביר זיין 6 ,
אז
(היות ם׳איז ניט שייך צו נוצן אזעלכע
תוארים כלפי מעלה,
דערפאר איז דא דער פירוש ניט כפשוטו,
נאר)
דער פירוש איז כך וכך;
און ווי מען זעט אין דעם ענין גופא: פריער שטייט "לא תוכל לראות את פני ",
און רש״י שטעלט זיך ניט אפ צו מםביר זיין דעם פירוש פון "פנים" למעלה; מוז מען זאגן,
אז דאם איז ניט אן ענין וואם רש״י שטעלט זיך אפ אויף דעם בפירושו על התורה - היינט פארוואם מוז רש״י אפטייטשן וואם איז "אחורי"?
די שאלה איז נאך שטארקער: אויב דאס איז קשה ביי רש״י׳ן אין פםוק
(ווי פאםט ״אחורי״ כלפי מעלה)
- איז אין וואם באשטייט דער ענטפער "הראהו קשר של תפילין"?
"קשר של תפילין" איז אויך א דבר גשמי וואם ווערט גענוצט ווי א משל 7
אויף "אחורי" פון כבודו ית׳
(כמבואר במפרשים 8 )
- היינט וואם ״פארדינט מען״ פון מםביר זיין דעם בן חמש,
אז "אחורי" איז ניט כפשוטו
(ווייל ביים אויבערשטן איז ניט שייך קיין תואר גשמי),
נאר דאם מיינט "קשר של תפילין"?
!
ואדרבה : אויב מען דארף געפינען א "משל" פארן בן חמש אויף "אחורי" פון כבודו ית׳ - איז דער משל פון "פנים" און "אחור" ביי אן אדם למטה נזיין פנים איז דער ארט וואו מ׳זעט בגילוי מעלת האדם - זיינע חושים: ראי׳ שמיעה וכו׳,
משא״כ אחורי האדם,
וואו מ׳זעט ניט בגילוי מעלת האדם און - אז דאם
געהערט בכלל צו אן אדם]
א םך גרינ־ גער צו פארשטיין ווי דער משל פון ״קשר של תפילין״ 9 .
- און בפרט אז דאם זיינען די זעלבע תוארים
(ווערטער)
אין משל און אין נמשל.
אויך דארף מען פארשטיין אין לשון רש״י: פארוואם איז ער מעתיק פון פםוק אויך דעם ווארט "וראית",
און אזוי זאגט ער אויך אין זיין פירוש " הראהו קשר כו׳״?
- רש״י איז דאך מחדש נאר בנוגע דעם ווארט "אחורי"; האט ער געדארפט שרייבן בקיצור: "אחורי,
קשר של תפילין"!
ב.
דער ביאור אין דעם: איידער דער אויבערשטער האט געענטפערט משה׳ן
(אויף זיין בקשה "הראני נא את כבודך")
"לא תוכל לראות את פני גו׳",
שטייט אין פםוק 10
: "ויאמר אני אעביר כל טובי על פניך וקראתי בשם ה׳ לפניך וחנותי גו׳",
און ערשט דערנאך איז געקומען נאך אן אמירה "לא תוכל לראות גו׳".
וואם פאר א שייכות האט די ערשטע אמירה צו בקשת משה "הראני נא את כבודך"?
איז רש״י מפרש: "הגיעה שעה שתראה בכבודי מה שארשה אותך לראות לפי שאני רוצה וצריך ללמדך סדר תפלה ..
אני אעביר כל מדת טובי לפניך על הצור..
וקראתי בשם ה׳ לפניך ללמדך םדר בקשת רחמים ..
וכםדר זה שאתה רואה אותי מעוטף 11
וקורא י״ג מדות הוי מלמד את ישראל לעשות כן";
און בהמשך לזה איז געווען די צווייטע אמירה ״ויאמר לא תוכל לראות וגו׳״ -״אף 12
כשאעביר כל טובי על פניך איני נותן לך רשות לראות את פני".
קומט אוים אז "וראית את אחורי" איז ניט קיין באזונדער זאך,
נאר א המשך הענין פון ״אעביר כל מדת טובי כו׳״ -אז די ראי׳ וואם משה וועט זען דעם אויבערשטן "מעוטף וקורא" וועט זיך אויםדריקן אין אן אופן פון און פארטגע־ זעצט ווערן מיט "וראית את אחורי".
ג.
עפ״ז איז ניט פארשטאנדיק וואם מיינט דער פםוק מיט "וראית את אחורי": וויבאלד דער אויבערשטער האט זיך בא־ וויזן צו משה׳ן
(ווי א שליח צבור וואם איז)
"מעוטף" בטלית 13 ,
און ראיית משה איז געווען
( נאך דעם "עברי" 14 ,
ובמילא)
בלויז מ״אחורי״ - איז וואם פאר אן ענין פון " תראה בכבודי "
(עכ״פ אין אן אופן פון "וראית את אחורי")
איז דא געווען?
ווען מ׳איז "מעוטף" אין א טלית און מען קוקט אויף אים מאחוריו,
פארשטעלט דאך דער טלית אויף המתעטף בה.
[ווען א טלית וואלט געדארפט גע־ מאכט ווערן פון םפעציעלע טייערע זאכן - ווי די בגדי כהונה וועלכע זיינען ״לכבוד ולתפארת״ 15
- וואלט מען
(אפשר)
געקענט זאגן,
אז ראיית כבודו ווי ער איז מעוטף בטלית איז א
ראי׳ אין כבודו ית׳
(היות דער טלית איז "לכבוד ולתפארת") 16
;
מען געפינט אבער ניט ביי טלית א תנאי אז עס מוז געמאכט ווערן פון טייערע זאכן 17 ,
ואדרבא - מנהג ישראל וואס תורה היא - אז א טלית הש״ץ איז פון צמר,
ובפרט לפי המפרשים "טלית" אין דעם מחז״ל ווי אין "שנים אוחזין בטלית" ובמחז״ל בכלל - לבוש ].
אויף דעם ענטפערט רש״י "הראהו קשר של תפילין": דער "רואה אותי מעוטף " מיינט
(ניט נאר מיט א טלית,
נאר)
אויך מיט תפילין - ווי דער בן חמש ווייס,
אז אמאל איז א ש״ץ מעוטף נאר אין א טלית
(שבת און יו״ט),
און אמאל מיט טלית און תפילין - און משה האט געזען "קשר של תפילין" וואס מקומו איז מאחוריו
(של אדם) 18 .
און דערפאר מוז רש״י מדגיש זיין ״ הראהו קשר של תפילין״ - ווארום ווי־ באלד דער אויבערשטער האט זיך בא־ וויזן צו משה׳ן ״מעוטף״ - איז דאך דער קשר של תפילין צוגעדעקט מיט דעם טלית,
היינט ווי האט משה געזען דער "קשר"?
באווארנט רש״י " הראהו קשר של תפילין״ - דער אויבערשטער האט
(כביכול,
אפגעדעקט דעם טלית 19
במקום זה און)
באוױזן משה׳ן דעם קשר.
אין וואס עס באשטייט ראיית כבודו ית׳ דורך זען די "תפילין" של מעלה - דארף רש״י ניט מסביר זיין,
ווייל דאס זעט א בן חמש אליין 20
: מ׳זעט אז די תפילין של ראש ליגן אויפן קאפ ווי א כתר וואס איז מקיף את הראש,
וואס דערפאר זיינען זיי אן ענין פון יקר וכבוד.
און דערפאר איז רש״י מדייק אז "הראהו קשר של תפילין"
- און ניט די רצועות
(כאטש אז די רצועות הענגען אראפ פונעם ״קשר של תפילין״ און זיינען ליינגער ובמילא -אפילו מאחוריו - זעט מען זיי מער ווי דעם קשר - ווי מען זעט עס בפשטות ביי אן אדם למטה,
אז דער קשר פון של ראש קען אמאל זיין פארדעקט מיט דער יארמולקע,
דאקעגן די רצועות הענגען אראפ למטה)
-
ווייל דאס וואס די תפילין של ראש זיינען ווי א זר 21
וכתר
(ובמילא אן ענין של כבוד)
איז אפהענגיק פון דעם קשר ,
וואס ער טוט אויף אז די
(רצועות ה)
תפילין זאלן זיך האלטן און זאלן זיין מהודק אויפן ראש.
ד.
מען דארף נאך אבער פארשטיין בפנימיות הענינים:
וויבאלד דער מילוי הבקשה פון ״הראני נא את כבודך״ - עכ״פ אין דעם אופן פון ״וראית את אחורי״ - איז
געקומען צוזאמען,
אין דער זעלבער צייט,
ווען דער אויבערשטער האט אים געלערנט דעם "סדר תפלה" פון אמירת י״ג מדות הרחמים -
איז דאס זיכער ניט אן ענין צדדי,
אז ביים לערנען משה׳ן דעם "סדר בקשת רחמים" האט דער אויבערשטער אים געלאזט זען כבודו ית׳ בבחי׳ ״אחורי״ -
נאר דאס איז אן ענין עיקרי אין דעם "סדר בקשת רחמים"; כדי אז דער לימוד "סדר בקשת רחמים" זאל זיין בשלימות,
האט געדארפט זיין דערביי דער ״וראית את אחורי״ - "הראהו קשר של תפילין".
וועט מען דאס פארשטיין בהקדים הביאור אין דעם וואס דער "סדר תפלה" איז אין אן אופן וואס "רואה אותי מעוטף וקורא י״ג מדות",
וואס אין דעם איז ניט מובן: דער
(עיקר)
ענין התפלה איז דאך די אמירת י״ג מדות הרחמים,
וואס זיי פועל׳ן דעם ״וחנותי״ און ״ורחמתי״ -וואס איז דא נוגע אז זיי זאלן געזאגט ווערן בעת מ׳איז " מעוטף " דוקא?
ה.
וי״ל איינע פון די ביאורים אין דעם:
כללות ענין החטא - וואס צוליב דעם איז מען מתפלל און מ׳איז מעורר רחמים מ׳זאל ניצל ווערן פונעם עונש אויפן חטא - נעמט זיך פון "שכחה"
(ובכלל איז "שכחה" נעמט זיך פון קליפה 22 ,
משא״כ אין קדושה,
איז "אין שכחה לפני כסא כבודך" 23 ).
אידן זיינען דאך "מאמינים בני מאמינים" 24 .
יעדער איד גלויבט באמת אז
"בראשית ברא אלקים" שמים וארץ וכל צבאיהם,
און דער אויבערשטער איז "מחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית״ - יעדער טאג
(און יעדער רגע 25 )
איז השי״ת מחדש פון-דאס-ניי די גאנצע בריאה,
מאין ואפס המוחלט ממש - און ווי דער אלטער רבי איז ממשיך אין תניא 25
- "כמו לפני ששת ימי בראשית ממש".
שטעלט זיך די שאלה: ווען א איד דערהערט אז אין דער רגע איז ער ערשט באשאפן געווארן מחדש פון דעם אוי-בערשטן,
און אז אין א רגע ארום דארף ער ווייטער אנקומען צום דבר ה׳ צו מחדש-זיין זיין מציאות מאין ליש - ווי איז דאס מעגלעך אז דער איד
(זייענדיק אפילו,
ח״ו,
דער גרעסטער בעל תאוה)
זאל ניט אויספאלגן דעם רצון פון אוי-בערשטן
(ניט צו ממלא תאוה זיין),
וואס פון אים ב״ה הענגט אפ זיין גאנצע מציאות - צוזאמען מיט זיין תאוה - אין דער רגע ממש ?
און אפילו ווען אים דוכט זיך,
אז ער האט זייער א סך מניעות ועיכובים וועלכע שטערן אים אין זיין דינען דעם אויבערשטן -
ווייס ער דאך אלס א מאמין בן מאמין מיט דער גאנצער זיכערקייט,
אז אויך די זאכן וואס שטערן זיינען אט ערשט בא-שאפן געווארן דורך דעם אויבערשטן מאין ואפס המוחלט ממש "כמו לפני ששת ימי בראשית ממש״ - ובכן,
קען דאך ניט געמאלט זיין אז זיי זיינען
(באמת)
היפך רצון השם! ווי קענען זיי זיין
(באמת)
א שטער צו אידישקייט 26 ,
צו דעם וואס דער אויבערשטער וויל,
בשעת זײ זיינען אט ערשט באשאפן גע־ ווארן פון דעם אויבערשטן אליין?
ואם כן,
ווי קומט עם אז עם זאל זיך געפינען א איד וואם פירט זיך אויף אנדערש ווי דאם וואם זיין ידיעה ברורה איז אים מחייב?
- איז דער ענטפער אויף דעם: ער וויים טאקע,
אבער בעת מעשה האט ער אויף דעם פארגעםן.
בשעת דער ענין הזכירה איז ביים אידן כדבעי,
ווערן בדרך ממילא בטל אלע ענינים פון לעומת זה,
און מ׳איז מקיים תומ״צ בשלימות,
ביז צו - "כל מעשיך יהיו לשם שמים" און "בכל דרכיך דעהו",
און עם פאלט אים גארניט איין קיין "מחשבת חוץ".
און דאם איז דער טעם וואם בשעת אמירת י״ג מדות דארף מען זיין עטוף -בטלית און
(לויט ווי רש״י איז דא מפרש,
אויך)
תפילין - ווייל דער תוכן פון די צוויי מצוות איז פארבונדן מיט ענין הזכרון : "וראיתם אותו וזכרתם " 27 ,
"והי׳ גו׳ ולזכרון בין עיניך" 28 .
און דערפאר זיינען זיי נוגע צום תיקון ועקירת 29
החטא וואם ברענגט דעם "וחנותי" און "ורחמתי".
ו.
ע״פ הנ״ל וועט מען אויך פארשטיין די שייכות פון "
(הראהו)
קשר של תפילין" - קשר דוקא - צום ״םדר בקשת רחמים":
אין זהר פון היינטיקער םדרה 30
זאגט ער אז ר׳ חייא און ר׳ יוםי האבן געמאכט
״קשרים״ כדי צו ניט פארגעםן די דברי תורה וואם זיי האבן געהערט
נואיתא באחרונים אז דאם איז אויך א מקור אין תורה 31
צו דעם וואם "אמרי אינשי" 32 ,
אז מאכן א קניפל איז אן עצה ניט צו פארגעםן א זאך וואם מ׳וויל פארגעדענקען].
וואם איז די שייכות פון "קשרים" צום ענין הזכרון?
קען מען דאם מםביר זיין ע״פ המבואר באגה״ת 33
אין דעם פירוש מאמר חז״ל 34
"אדם עבר עבירה כו׳ מה יעשה ויחי׳ אם הי׳ רגיל לקרות דף אחד יקרא ב׳ דפים כו׳״ - אז דאם איז ״כמשל החבל הנפםק וחוזר וקושרו שבמקום הקשר הוא כפול ומכופל".
דאם הייםט,
אז דער ענין פון "קשר" ברוחניות איז ווען מ׳פארבינדט זיך מיט אן ענין מיט א פיל פאכיקער 35
שטארקייט,
ביז אז דער צונויפבונד איז אין אן אופן פון "כפול ומכופל".
און דערפאר איז דאם א תיקון אויף חטאים,
ווייל ווען מען פארבינדט זיך מיט קדושה אין אן אופן פון "קשר" איז ניט שייך שכחה
(וואס דאס איז די סיבה פון חטאים כנ״ל).
און פון דעם ענין ווי ער איז ברוחניות - אז א "קשר" רוחני איז מבטל די שייכות צו קליפה
(מקור השכחה)
- ווערט דערנאך נשתלשל אויך אין גשמיות,
אז מאכן א קניפל גשמי העלפט צו מבטל זיין "שכחה" כפשוטה.
ז.
און דאם איז אויך די שייכות פון ״
(וראית את אחורי 36
-)
הראהו קשר של תפילין" צום "סדר בקשת רחמים": בשעת דער אויבערשטער האט געלערנט משה׳ן דעם "סדר בקשת רחמים"
(וואס פועל׳ט תיקון החטא),
איז "הראהו" דעם תוכן הענין פון תיקון החטא,
וואס ווערט דורך
״קשר של תפילין״ - א שטארקע צוגע־ בונדנקייט
( קשר )
און זכרון של תפילין 37
(דקדושה כו׳),
ובפרט אז אלעס ווערט נתחדש בכל רגע פון אויבערשטן.
און דורך דעם וואס מ׳וועט באווארע־ נען זיך פון שכחה - דורך א זכירה כדבעי אין אלע ענינים פון קדושה און אידישקייט - וועט מען בקרוב זוכה זיין צום קיום היעוד 38
" ונגלה כבוד ה׳ וראו כל בשר יחדיו כי פי ה׳ דבר":
מען וועט ניט דארפן אנקומען צו ענין ה״זכרון״,
ווייל מען וועט זען 39
מיט די אייגענע אויגן ווי די גאנצע בריאה
("כל בשר")
ווערט נתהווה בכל רגע דורך "פי ה׳ דבר",
מאין ואפס המוחלט ממש,
בביאת משיח צדקנו,
יבוא ויגאלנו ויוליכנו קוממיות לארצנו,
במהרה בימינו ממש.
(משיחת מוצש״ק פ׳ תשא תשל״ט)