B"H
🏡

Ikar

תשא א

א.

אין פסוק 1

„בבואם אל אהל מועד ירחצו מים ולא ימותו או בגשתם אל המזבח לשרת להקטיר אשה לה’”,

שטעלט זיך רש”י אויף די ווערטער „בבואם אל אהל מועד” און איז מפרש: „להקטיר שחרית ובין הערבים קטורת 2

או להזות מדם פר כהן המשיח ושעירי ע”ז”.

וואָס איז דאָ שווער אין פסוק וואָס רש”י קומט פאַרענטפערן מיט זיין פירוש?

לערנען מפרשים 3 ,

אַז רש”י קומט באַוואָרענען אַז מ’זאָל ניט מיינען אַז דער חיוב מיתה איז אויך אויף אַ „ביאה ריקנית”

[ווען מען גייט אַריין אין אהל מועד

(אָן רחיצת ידים ורגלים)

אָבער מען טוט ניט דאָרט אַן עבודה]

- און ווי ס’איז לכאורה משמע פון סתימת לשון הכתוב: „ בבואם

(סתם)

אל אהל מועד ירחצו מים גו’”

(ניט ווי בנוגע דעם מזבח,

וואו דער פסוק זאָגט בפירוש: „בגשתם ..

לשרת גו’”),

וואָס דערפון איז לכאורה מוכח אַז די עצם ביאה לאהל מועד

(אפילו ווען עס איז ניטאָ „לשרת”)

פאָדערט רחיצת ידים ורגלים -

זאָגט רש”י אַז דער „בבואם אל אהל מועד” מיינט „להקטיר כו’ או להזות כו’” - דער חיוב מיתה איז נאָר ווען מען טוט אַן עבודה 4

אָן רחיצת ידים ורגלים.

אָבער דער פירוש איז צע”ג,

ווייל:

א)

עפ”ז איז שווער לאידך גיסא: פון וואַנעט נעמט טאַקע רש”י,

ע”פ פשוטו של מקרא,

אַז מ’איז ניט חייב מיתה אויף אַ „ביאה ריקנית” - היפך ווי ס’איז משמע פון פשטות לשון הכתוב

(כנ”ל),

אַז

(שוין)

„ בבואם אל אהל מועד ירחצו מים ולא ימותו”?

- אין לערנען ע”פ דרך ההלכה איז דאָ אַ סברא 5 ,

אַז דער וואָרט „לשרת” באַציט זיך אויך אויף דעם אָנהויב פסוק „בבואם אל אהל מועד”,

און דער פירוש הכתוב איז,

אַז דוקא „בבואם אל אהל מועד ..

לשרת” איז מען חייב ברחיצת ידים ורגלים.

אָבער -

[נוסף לזה,

אַז אויב דאָס וואָלט געווען רש”י’ס הכרח,

האָט ער געדאַרפט מעתיק זיין אויך דעם וואָרט „לשרת”; פון דעם וואָס רש”י ברענגט נאָר די ווערטער „בבואם אל אהל מועד”,

און איז אפילו ניט מוסיף „וגו’”,

איז מוכח,

אַז בלויז פון די ווערטער „בבואם אל אהל מועד” אַליין ווייס מען,

אַז דער „בבואם” איז „להקטיר כו’”,

איז]

אין פשוטו של מקרא האָט קיין אָרט ניט צו זאָגן אַז דער „לשרת” באַציט זיך אויף דעם „בבואם אל אהל מועד” 6

-ווייל דעמאָלט וואָלט געדאַרפט שטיין 7

„בבואם אל אהל מועד או בגשתם אל המזבח לשרת גו’ ירחצו מים ולא ימותו”;

וויבאַלד אַז „בבואם אל אהל מועד” פאַרענדיקט זיך מיט די ווערטער „ירחצו מים ולא ימותו”,

און ערשט נאָכדעם הויבט זיך אָן

(אַלס אַ באַזונדער ענין 8 )

„ או בגשתם אל המזבח לשרת גו’”,

איז פשוטו של מקרא מוכיח,

אַז דער וואָרט „לשרת” באַציט זיך ניט צו די

(פריערדיקע)

ווערטער „בבואם אל אהל מועד” 9 .

ב)

אויב רש”י דאַרף באַוואָרענען אַז „בבואם אל אהל מועד” מיינט ניט אַ „ביאה ריקנית” - האָט ער דאָס געדאַרפט טאָן פריער ,

ביים ציווי

(אין פ’ תצוה 10 )

„והיו

(די בגדי כהונה)

על אהרן גו’”,

וואָס אויך דאָרט זאָגט דער פסוק די צוויי פאַלן: „בבואם אל אהל מועד או

בגשתם אל המזבח לשרת בקודש” -און אעפ”כ זאָגט דאָרט ניט רש”י אַז דער „בבואם אל אהל מועד” מיינט „להקטיר כו’” - דוקא ווען ער טוט אַן עבודה 11 .

[און ס’איז לכאורה אַ דוחק צו זאָגן,

אַז וויבאַלד דאָרט איז דער פסוק ניט מפסיק צווישן „בבואם אל אהל מועד” און „או בגשתם אל המזבח”,

איז אַזוי פשוט 12

אַז דער „לשרת בקודש”

(שבסיום הכתוב)

באַציט זיך

(אויך)

אויף „בבואם אל אהל מועד”,

ביז אַז רש”י דאַרף עס גאָרניט מפרש זיין].

ב.

נאָכמער - מען קען בכלל ניט זאָגן,

אַז רש”י איז אויסן צו שולל זיין דעם קס”ד אַז „בבואם אל אהל מועד” מיינט אויך אַ „ביאה ריקנית” - ווייל אין דרך הפשט ,

איז אַ חידוש גדול ביותר עס זאָל זיין אַ „ביאה ריקנית” אין אהל מועד,

היפך בתכלית פון דיבר הכתוב בהווה:

אַ בן חמש למקרא ווייס,

אַז דער אהל מועד איז אַ מקום מקודש ביותר 13 ,

מען גייט ניט אַהין סתם אַזוי

(לשם טיול וכיו”ב)

; דאָס איז כשמו - אַן אוהל וועלכער איז אַ מועד ,

מען גייט דאָרט

אַריין בלויז ווען דער אויבערשטער באַשטימט 14

און הייסט דאָרט אַריינגיין מיט אַ תכלית - אויף צו טאָן די עבודה 15 .

[אויך עפ”י ההלכה איז דאָ אַן איסור אַריינצוגיין אין היכל אין אַן אופן פון „ביאה ריקנית” 16

; און דעריבער לערנען מפרשים 17 ,

אַז רש”י קומט ממעט זיין

(ניט אַ „ביאה ריקנית” סתם,

נאָר)

אַ ביאה לאהל מועד כדי להשתחוות לפני ה’,

וואָס „להשתחוות שרי ליכנס” 18

;

אָבער לויטן דרך הפשט איז ניט מסתבר צו מתיר מאַכן אַ כניסה לאהל מועד „להשתחוות”,

ווייל אויף דעם

(להשתחוות)

איז ניטאָ קיין ציווי,

און אויך ניט קיין צורך צו אַריינגיין אין אהל מועד דוקא - השתחוואה להקב”ה קען זיין אויך אין חצר המשכן

(עזרה)].

און וויבאַלד אַז אַריינגיין אין אהל מועד איז נאָר בכדי צו טאָן דאָרט די עבודה,

איז דאָך מובן אַז דער ציווי „בבואם אל אהל מועד ירחצו” איז ווען מען דאַרף דאָרט טאָן אַן עבודה 19 .

ג.

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם אַ תמי’ אין לשון רש”י:

אויב רש”י וויל נאָר מדגיש זיין אַז דער פירוש פון „בבואם אל אהל מועד” איז אַ כניסה צו טאָן די עבודה בפנים,

האָט ער געדאַרפט זאָגן בקיצור : „בבואם אל אהל מועד - לשרת “ 20

! וואָס איז רש”י מפרט „להקטיר כו’ או להזות כו’” - ניט דאָ איז דער אָרט צו מודיע זיין וועלכע עבודות ווערן געטאָן אין אהל מועד?

נניח אפילו אַז רש”י וויל ברענגען דוגמאות פון די עבודות באהל מועד -איז ניט מובן:

א)

פאַרוואָס ברענגט ער די דוגמאות דוקא,

„להקטיר כו’ או להזות כו’” - און ניט פון די אַנדערע סוגי עבודה,

ווי עריכת לחם הפנים,

אָדער הטבת והדלקת הנרות,

ובפרט אַז זיי שטייען בכתוב פיל פריער פון להקטיר כו’?

ב)

נאָך מער: די דוגמאות פון „להזות מדם פר כהן המשיח ושעירי ע”ז” האָט מען נאָך בכלל ניט געלערנט.

ערשט שפּעטער לערנט מען - וועגן פר כהן המשיח אין פ’ ויקרא 21 ,

און שעירי ע”ז

אין פ’ שלח 22

- קומט רש”י מחדש זיין דאָ אין אונזער פסוק,

אַז עס זיינען דאָ די עבודות,

און זאָגן - אַז זיי מיינט דער פסוק דאָ?

!

ג)

ביי דער ערשטער דוגמא איז רש”י מוסיף אויך די פרטים „להקטיר שחרית ובין הערבים ” און זאָגט ניט בקיצור „להקטיר קטורת” - איז תמוה ביותר: דאָ איז זיכער ניט דער אָרט צו מודיע זיין וויפל מאָל אַ טאָג די עבודת הקטורת ווערט געטאָן!

[ובפרט אַז מ’האָט ערשט געלערנט

(בס”פ תצוה 23 )

אַז קטורת איז פעמיים בכל יום,

און ווען רש”י זאָגט סתם „להקטיר קטורת” ווייס מען שוין אַז מ’איז עס מקטיר „שחרית ובין הערבים”].

פון די אַלע דיוקי הלשונות הנ”ל אין רש”י איז מוכח,

אַז כוונת רש”י איז

[ ניט צו מדגיש זיין אַז „בבואם אל אהל מועד” מיינט די כניסה „לשרת” און אויף דעם גיט רש”י דוגמאות פון עבודות בפנים - נאָר]

אַז דער דין פון „ בבואם אל אהל מועד ירחצו מים גו’” איז

(דוקא)

ביי די עבודות: „בבואם אל אהל מועד - להקטיר שחרית ובין הערבים קטורת או להזות מדם פר כהן המשיח ושעירי ע”ז”.

ד.

דער ביאור אין דעם:

די שאלה אין פסוק וואָס רש”י קומט פאַרענטפערן איז: פאַרוואָס טיילט דער פסוק פאַנאַנדער די צוויי ענינים -„בבואם אל אהל מועד” און „בגשתם אל המזבח לשרת גו’” - ביז אַז דער חיוב רחיצה

(„ורחצו”)

צוזאַמען מיט דער

אזהרה „ולא ימותו”,

ווערן געזאָגט באַ יעדן פאַל באַזונדער 24

-

[לכאורה וואָלט דער פסוק געדאַרפט זיי כולל זיין צוזאַמען,

ע”ד ווי עס שטייט 25

ביים דין פון לבישת בגדי כהונה: „והיו על אהרן ועל בניו בבואם אל אהל מועד או בגשתם אל המזבח לשרת בקודש”; ובפרט אַז דעמאָלט וואָלט דער סיום הכתוב „לשרת להקטיר אשה לה’” געווען אויך אויף „בבואם אל אהל מועד”]?

דערפון איז רש”י מכריח,

אַז עס איז דאָ אַ חילוק צווישן דעם חיוב רחיצה „בבואם אל אהל מועד” און דעם חיוב „בגשתם אל המזבח לשרת גו’”:

די רחיצה „בגשתם אל המזבח לשרת” איז אַ דין אין כללות הגישה,

שסיומה -לשרת עבודת המזבח: יעדן מאָל ווען מ’איז משרת על המזבח איז דאָ אַ באַזונדער חיוב רחיצה 26 .

משא”כ די רחיצה „בבואם אל אהל מועד” איז אַ דין אין דער כניסה

(חאָטש זי איז צוליב לשרת,

טאָן עבודה

(כנ”ל ס”ב)

- אָבער לשרת ווערט דאָ ניט דערמאָנט)

און אַז בבואם איז געווען „ירחצו” קענען דערנאָך זיין כמה עבודות.

בסגנון אחר - דער חיוב רחיצה דאָ איז ניט אַ דין אין דער עבודה באהל מועד

(אַז יעדע עבודה דאָרט דאַרף אַ באַזונדערע רחיצה),

נאָר דאָס איז אַ דין אין „ בבואם אל אהל מועד”.

ה.

דער טעם החילוק צווישן דעם דין פון לבישת בגדי כהונה

[וואו ס’איז דער זעלבער חיוב

(„והיו על אהרן גו’”)

אין ביידע פאַלן],

און דעם חיוב רחיצה

[וואָס ס’איז אַ באַזונדער סאָרט חיוב ביי יעדן פון די צוויי פאַלן]

איז מובן בפשטות:

בגדי כהונה זיינען נוגע צו דער עבודה גופא - די עבודה מוז געטאָן ווערן זייענדיק אָנגעטאָן אין די בגדים; און דעריבער איז אין דעם ניט שייך צו מחלק זיין צווישן אהל מועד און מזבח,

וויבאַלד אַז ביי ביידע איז דער זעלבער חיוב: מען מוז טראָגן די בגדי כהונה ווען מען טוט די עבודה

(„לשרת בקדש”).

משא”כ רחיצת ידים ורגלים איז בלויז אַ הכנה צו דער עבודה - מען דאַרף זיך רייניקן

(און מקדש זיין 27 )

איידער מען הויבט אָן טאָן די עבודה.

און דערפאַר קען און איז אין דעם פאַראַן אַ חילוק:

„בבואם אל אהל מועד” - וואָס איז אַ פאַרמאַכטער מקום נאָר פאַר כהנים און וואו מ’קומט אַריין נאָר אויף אַ זמן מצומצם - איז גענוג די איינציקע רחיצה,

ווען מען גייט דאָרט אַריין

(אפילו)

אויף מערערע עבודות;

משא”כ „בגשתם אל המזבח לשרת”,

וואָס דער מזבח איז אין חצר המשכן וואו עס געפינען זיך אויך לווים וישראלים,

וועלכע בריינגען די קרבנות זייערע און פּראַווען סמיכה וכו’ -דאָרט דאַרף זיין רחיצה ביי יעדער לשרת.

ו.

עפ”ז איז פאַרשטאַנדיק דער לשון פון רש”י „

(בבואם אל אהל מועד -)

להקטיר שחרית ובין הערבים קטורת”:

כוונת רש”י איז כפשטות לשונו: דער חיוב רחיצה איז צוויי מאָל אַ טאָג,

ווען

די כהנים גייען אַריין

(„ בבואם ”)

אין אהל מועד „להקטיר שחרית ובין הערבים קטורת”.

[והטעם פשוט - נאָך דעם ווי מען פאַרענדיקט די עבודות אין אהל מועד בשחרית,

איז דיבר הכתוב בהווה -גייט מען אַרויס פון אהל מועד,

אַזוי אַז בין הערבים איז עס אַ באַזונדער „בבואם”,

אַ צווייטע כניסה צוליב דער עבודה פון בין הערבים.

ובפרט אויב מען זאָל זאָגן

(זע פריער ס”ב),

אַז מען טאָר ניט בלייבן אין אהל מועד אויב מ’איז ניט פאַרנומען מיט „לשרת בקדש”].

דער טעם פאַרוואָס זאָגט רש”י און קלייבט אויס דוקא די דוגמא פון קטורת - ווייל לויט רש”י איז הקטרת הקטורת די ערשטע עבודה פון טאָג באהל מועד ובמילא איז דאַמאָלס די ערשטע כניסה

(ווען עס דאַרף זיין די רחיצה),

כדלקמן סעיף ז; און דעריבער,

נאָך דעם ווי מען איז זיך רוחץ „בבואם ..

להקטיר ..

קטורת”,

דאַרף מען שוין ניט האָבן קיין באַזונדערע רחיצה אויף די אַנדערע עבודות

(קבועות)

בפנים שלאח”ז,

וויבאַלד ס’איז דערביי ניטאָ קיין באַזונדער „בבואם”.

[אַוודאי אויב אַ צווייטער כהן גייט דאָרט אַריין אויף טאָן אַ צווייטע עבודה דאַרף ער האָבן רחיצה

(וויבאַלד ס’איז בא אים דאָ אַ ביאה לאהל מועד)

;

רש”י וויל אָבער אַרויסברענגען דעם חידוש פון פסוק - אַז דער חיוב רחיצה איז אויף דעם „ בבואם ”

(און ניט אויף דעם „לשרת”),

און דעריבער,

נאָך דעם ווי דער כהן וואַשט זיך „בבואם ..

להקטיר”,

דאַרף ער שוין ניט האָבן קיין באַזונדערע רחיצה פאַר אַנדערע עבודות].

עפ”ז קומט אויס אַז מיט „להקטיר שחרית ובין הערבים קטורת” איז רש”י ניט מדגיש,

אַז די רחיצה איז פאַרבונדן נאָר מיט עבודת הקטורת ,

נאָר ער מיינט צו אָנווייזן דעם באַשטימטן זמן 28

פון „בבואם אל אהל מועד” - באופן קבוע גייט מען אַריין אין אהל מועד צוויי מאָל אַ טאָג 29

(שחרית ובין הערבים)

„להקטיר ..

קטורת” 30 .

ועפ”ז איז אויך פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס רש”י איז דערנאָך מוסיף „או להזות מדם פר כהן המשיח ושעירי ע”ז” - ווייל די עבודות בפנים גייען ניט אַריין אינעם כלל פון די עבודות הקבועות.

דאָס הייסט: רש”י איז מפרט די צוויי פאַרשידענע אופנים אין „בבואם אל אהל מועד”:

(א)

די קבוע’דיקע כניסה בכל

יום ויום - „בבואם גו’ להקטיר שחרית

(וכל ההמשך הקבוע שלה)

ובין הערבים קטורת”;

(ב)

ווען דער „בבואם” איז בכדי צו טאָן אַן ענין מיוחד,

וואָס האָט ניט קיין קביעות - „בבואם גו’ להזות מדם פר כהן המשיח ושעירי ע”ז”.

ז.

ענינים נפלאים בפרש”י זה ע”ד ההלכה:

ביי דער עבודה פון אהרן בנוגע די נרות המנורה זאָגט דער פסוק

(בס”פ תצוה 23 )

צוויי לשונות: ביי דער עבודה „בבקר” שטייט דער לשון „ בהטיבו את הנרות”,

און ביי „בין הערבים” -„ בהעלות אהרן את הנרות”.

איז ידוע די פלוגתא צווישן רש”י מיטן רמב”ם אין דעם פירוש פון הטבת הנרות 31

:

דער רמב”ם 32

לערנט אַז „הדלקת הנרות היא הטבתם”,

און לפי שיטה זו האָט מען אָנגעצונדן די מנורה צוויי מאָל אַ טאָג,

בבוקר און בין הערבים 33 .

רש”י 34

איז אָבער מפרש דעם וואָרט „בהטיבו” - „לשון נקוי הבזיכין של המנורה,

מדשן הפתילות שנשרפו בלילה”.

און לשיטתו איז הדלקת המנורה געווען איין מאָל אַ טאָג - „בין הערבים”.

ועפ”ז איז מובן,

אַז רש”י גייט דאָ לשיטתו:

אין דרך הפשט 35

לייגט זיך,

אַז דער

עיקר עבודה אין דער מנורה איז - הדלקת הנרות; משא”כ „נקוי הבזיכין” און דישון המנורה

(„הטבה”)

איז ניט מער ווי אַ הכנה 36 ,

אויף צוגרייטן די נרות,

מען זאָל זיי דערנאָך קענען מדליק זיין בין הערבים.

און ווי ס’איז אויך משמע בפשטות פון די פסוקים וואָס ריידן וועגן דער מנורה,

אַז דער ענין פון העלאת הנרות שטייט כו”כ פעמים 37 ,

משא”כ הטבת הנרות ווערט דערמאָנט

(א)

בלויז איין מאָל 38 ,

און

(ב)

ניט צווישן די פסוקים וואָס ריידן בענין המנורה,

נאָר בדרך אגב אין דער פרשה פון מזבח הקטורת ,

צו אָנצייכענען דעם זמן פון הקטרת הקטורת בבוקר

(„בהטיבו את הנרות יקטירנה”).

און מהאי טעמא זאָגט רש”י דאָ,

אַז דער „בבואם אל אהל מועד” איז געווען „ להקטיר כו’” - ווייל הקטרת הקטורת איז לשיטתו דער עיקר העבודה באהל מועד בשחרית; דער אַריינגיין בשחרית איז

(בעיקר)

צוליב קטרת,

און ניט צוליב דעם ענין פון „בהטיבו את הנרות”,

וואסָ איז

(ניט קיין עבודה פאַר זיך,

נאָר)

בלויז אַ „הכשר” צו דער הדלקה בין הערבים .

און וויבאַלד אַז מיט „להקטיר ..

קטורת” איז רש”י ניט אויסן צו זאָגן אַז די רחיצה איז צוליב דער עבודה דוקא,

נאָר בלויז צו אָנווייזן דעם זמן פון „בבואם”

(כנ”ל סעיף ו)

- און בנוגע דעם „בבואם” פון שחרית מוז רש”י זאָגן „להקטיר ..

קטורת”

(וואָרום דאָס איז די ערשטע עבודה,

כנ”ל)

-

דעריבער נוצט ער אויך הקטרת הקטורת

(און ניט העלאת הנרות)

אַלס סימן אויף דעם „בבואם” פון בין הערבים.

וואָרום הקטרת הקטורת און העלאת הנרות ווערן געטאָן אין דעם זעלבן זמן בסמיכות זל”ז - „ובהעלות ..

הנרות בין הערבים יקטירנה”.

ח.

ואולי יש לומר,

אַז דאָס וואָס רש”י זאָגט „להקטיר שחרית ובין הערבים קטורת”,

איז ווייל רש”י נעמט אָן,

אַז דער פירוש פון די פסוקים „בהטיבו את הנרות יקטירנה” און „ובהעלות ..

הנרות בין הערבים יקטירנה” איז

( ניט אַז דער „יקטירנה” קומט נאָך דעם „בהיטיבו” און „ובהעלות”,

נאָר)

אַז דער „יקטירנה” דאַרף געטאָן ווערן אין דעם זמן 39

פון הטבה והדלקה 40 ,

אָבער די הקטרה קומט פריער 41

און זי איז די

ערשטע עבודה 42

סיי בבקר און סיי בין הערבים.

און די הוכחה אויף דעם

(ובהמשך להנ”ל בשיטת רש”י)

:

וויבאַלד אַז הטבת הנרות איז בלויז

(א)

אַן ענין פון ניקוי ,

און

(ב)

וואָס איז בלויז אַ הכנה והכשר צו דער הדלקה של בין הערבים - דאַרף מען

(בפשטות)

אָננעמען,

אַז פריער האָט אהרן געטאָן די עבודה עיקרית של שחרית - הקטרת הקטורת,

און ערשט דערנאָך האָט ער מטיב געווען די נרות בתור הכנה צו דער הדלקה של בין הערבים.

ומזה,

אַז אויך דער פסוק „ובהעלות אהרן את הנרות בין הערבים יקטירנה”

(וואָס שטייט גלייך נאָכדעם)

מיינט אויך צו מקדים זיין די קטורת פאַר הדלקת הנרות.

ט.

פון יינה של תורה שבפירוש רש”י:

רחיצת ידים ורגלים איז ענינה: איידער אַ איד הויבט אָן צו טאָן זיין עבודה בקודש,

דאַרף ער זיך פריער אָפּוואַשן פון די ענינים בלתי רצויים.

און אין דעם איז פאַראַן אַ חילוק צווישן דער רחיצה איידער מען טוט די עבודה אויפן „מזבח החיצון” און דער רחיצה „בבואם אל אהל מועד” -„להקטיר ..

קטורת” אויפן מזבח הפנימי:

דער חילוק צווישן מזבח החיצון און מזבח הפנימי איז 43

: מזבח החיצון איז צוליב עבודת הקרבנות,

וואָס דאָס איז דער ענין פון „בירורים” - מען נעמט אַ בהמה כו’ און מ’איז איר מברר ומעלה לקדושה; משא”כ מזבח הפנימי איז צוליב עבודת הקטורת,

וואָס ענינה איז

(ניט בירורים,

נאָר)

התקשרות,

מלשון „בחד קטירנא אתקטרנא” 44

- מוסיף זיין אין דער התקשרות צום אויבערשטן.

און אַזוי איז אויך אין די צוויי מדריגות פון „מזבח החיצון” און „מזבח הפנימי” שבאדם: מזבח החיצון איז בחי’ חיצוניות הלב און דאָרט איז שייך

(און עס דאַרף זיין)

עבודת הבירורים.

משא”כ מזבח הפנימי איז בחי’ פנימיות הלב,

וואו ס’איז ניט שייך דער ענין הבירורים; מצד פנימיות הלב איז די עבודה צו פאַרבינדן זיך טיפער מיטן אויבערשטן.

און דעריבער: ווען מען האַלט ביי דער עבודה פון חיצוניות הלב,

וואו

מ’האָט אַ שייכות צו עניני העולם ובמילא איז דאָ אַ נתינת מקום לרע -דאַרף מען זיך כסדר באַוואָרענען דערפון; יעדן מאָל ווען אַ איד טרעט צו צו טאָן די עבודה על המזבח דאַרף ער איבעראַנײַס האָבן די הכנה פון רחיצה;

אָבער ווען אַ איד האַלט שוין באַ דער עבודה פון פנימיות הלב,

איז ער שוין העכער פון עניני העולם,

און דערפאַר איז פאַר אים גענוג די

(איין)

רחיצה וואָס ער האָט געהאַט איידער ער איז אַריין אין דער עבודה.

נאָר דערביי באַוואָרנט מען,

אַז ווען עס קומט צו „להזות מדם פר כהן המשיח ושעירי ע”ז” דאַרף מען האָבן אַ באַזונדער רחיצה:

ווען עס רעדט זיך וועגן דער עבודת הקטורת,

זיין התקשרות צום אויבערשטן - איז גענוג די איינציקע „רחיצה”; בשעת אָבער ער דאַרף אויפטאָן אַ כפרה אויף אַן ענין בלתי רצוי,

מוז ער זיך פריער נאָכאַמאָל „אָפּוואַשן”.

ווייל אמת טאַקע,

אַז ער

(מצ”ע)

איז אין אַ מצב פון הבדלה פון וועלט בכלל

(און רע בפרט),

בשעת אָבער מ’דאַרף זיף פאַרנעמען מיט אָפּווישן אַן ענין בלתי רצוי,

דאַרף מען האָבן אַ זהירות יתירה אַז דאָס זאָל ניט פּועלן אַ ירידה ממדרגתו.

און דעריבער קומט די הזי’ „מדם פר כהן המשיח ושעירי ע”ז” דוקא נאָך דער הכנה פון דער רחיצה,

וואָס דעמאָלט ווערט אויפגעטאָן דערנאָך - שלום לעולם 45

; ירידה גדולה יותר - תיקונה עלי’ גדולה יותר

און באַ שעירי ע”ז - אַ חטאת וועלכע קומט נאָך דער עולה 46

- מוסיף אויף דער עולה 47 .

(משיחת ש”פ תשא תשמ”ב)

Reader controls and commentary are loading.