א.
אויף דער תקנה 1
פון קריאת פרשת זכור 2
- לייענען בתורה דעם שבת פאַר פורים די פרשה פון „זכור 3
את אשר עשה לך עמלק” - פרעגט דער מגן אברהם 4
:
מ’געפינט דאָך כו”כ מצות פון „זכירה” - ווי די „זכירות” 5
וואָס מ’דאַרף זיך דערמאָנען 6
בברכות ק”ש
(וק”ש)
: מ”ת,
מעשה עמלק,
מעשה מרים,
שבת און מעשה העגל - פאַרוואָס האָט מען מתקן געווען צו לייענען בתורה פ’ עמלק דוקא,
און ניט „בזכירות אחרים”?
און ער פאַרענטפערט,
אַז „מ”ת יש לנו חג עצרת וה”ה שבת,
ומעשה מרים ומעשה עגל לא תקנו מפני שהי’ גנותן של ישראל”.
לכאורה איז דאָס אָבער ניט קיין תירוץ מספיק.
ווייל אויך במעשה עמלק - איז דאָך פאַראַן פורים,
וואָס איז
פאַרבונדן מיט זכירת ומחיית עמלק 7 ,
ביז אַז די קריאה פון פורים איז 8
- די פרשה פון מלחמת עמלק
(„ויבא עמלק” 9 )
; און נאָך מער: דאָס וואָס פ’ זכור איז דער שבת פאַר פורים איז „כי היכי דלא תיקדום עשי’ לזכירה” 10 ,
הייסט עס דאָך,
אַז פורים איז די „ עשי’ ” פון דער זכירה דפ’ זכור -
היינט פאַרוואָס דאַרף מען האָבן אַ באַזונדערע תקנה אויף קריאת זכירת עמלק,
און ביז אַז דער שבת ווערט אָנגערופן „שבת פרשת זכור” וכיו”ב?
איז דערפון משמע,
אַז די תקנה פון פ’ זכור איז
(ניט נאָר ווייל ס’איז ניטאָ קיין זמן מיוחד אויף צו דערמאָנען מעשה עמלק,
נאָר)
ווייל עס איז דאָ אַ יתרון וענין מיוחד אין זכירת מעשה עמלק 11
לגבי די אַנדערע זכירות.
דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז דער ענין מיוחד ביי זכירת מעשה עמלק,
וואָס איז ניטאָ ביי די אַנדערע זכירות,
און וואָס דערפאַר האָט מען דוקא פאַר דער זכירה קובע געווען אַ קריאה מיוחדת?
ולכאורה,
אדרבה : די אַנדערע זכירות זיינען ענינים כלליים אין דער הנהגה פון אַ אידן ובכל עת ובכל מקום: מעמד הר סיני - מ”ת - איז דאָך דער יסוד פון גאַנץ תורה ומצותי’; שבת איז פון די מצות כלליות 12
און וואָס איז פועל
(ניט נאָר איף דעם טאָג פון שבת,
נאָר)
אויך אויף אַלע ששת ימי החול 13
; ולאידך,
מעשה העגל - היפך פון אנכי ולא יהי’ לך.
ועוד,
וויבאַלד אַז „וביום פקדי ופקדתי גו’” 14
- דערמאָנט עס אַ אידן ווי מ’דאַרף זיין אָפּגעהיט אין סור מרע ס’זאָל ניט קומען צו „אפקוד עליהם עונותיהם”,
וואָס דאָס איז דאָך כולל -אויך אָפּגעהיט אין עשה טוב; און אפילו מעשה מרים,
וואָס איז לכאורה אַן ענין פרטי,
וואָס האָט ניט געבראַכט קיין תוצאות פאַר כלל ישראל אויף אַלע דורות - איז אָבער אויך אין דעם פאַראַן אַ הוראה 15
צו אַלע אידן אויף וויפל עס דאַרף זיין די זהירות פון לשון הרע 16 ,
וואָס איז פון די עבירות הכי חמורות,
ווי חז”ל 17
זאָגן אַז עס איז „מגדיל עונות כנגד ג’ עבירות ע”ז וג”ע וש”ד”.
און צוזאַמען דערמיט - פון די שווערסטע אויסגעהיט ווערן לגמרי פון איר 18 .
משא”כ זכירת מעשה עמלק איז אַ מצוה פרטית,
און זי אַנטהאַלט ניט,
לכאורה,
קיין לימוד פאַר יעדן אידן בהנהגתו און - נאָך אַ לימוד כללי 19 .
ב.
די תמי’ אין דעם איז נאָך שטאַרקער:
דער תכלית פון זכירת עמלק איז - מחיית עמלק 20 ,
ווי דער המשך הכתובים
(נאָך „זכור גו’”)
- „והי ’ 21
בהניח ה”א לך מכל אויביך גו’ תמחה את זכר עמלק גו’”.
און ווי דער רמב”ם 22
איז דאָס מסביר: „צונו לזכור מה שעשה לנו עמלק ..
(ולשנוא אותו 23 )
בכל עת ועת ונעורר הנפשות במאמרים להלחם בו ”.
און וויבאַלד בזמן הזה איז ניט שייך צו מקיים זיין דעם ציווי פון מחיית עמלק בפועל - ווייל:
(א)
מצות מחיית עמלק איז נאָר ווען אידן זיינען על אדמתם 24
(און אין אַ מצב פון מנוחה -„ בהניח ה”א לך מכל אויביך מסביב בארץ גו’” 21 )
;
(ב)
אפילו ווען ס’וואָלטן
געווען די תנאים הנ”ל,
איז ניט מעגלעך צו דורכפירן מחיית עמלק,
ווייל „כבר עלה סנחריב ובלבל את העולם וכל דפריש מרובא פריש” 25
-
קומט אויס,
אַז דער ענין פון זכירת עמלק בזמן הזה איז ניט
(אַזוי)
נוגע לפועל - און אעפ”כ,
האָט מען דוקא אויף דער זכירה קובע געווען אַ קריאה מיוחדת ושבת מיוחדת?
ג.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים הביאור אין דעם עצם ענין פון מצות זכירת עמלק,
דלכאורה:
א)
וויבאַלד אַז דער תכלית פון זכירת עמלק איז 26
- מחיית עמלק
(כנ”ל),
פאַרוואָס איז דאָ דער חיוב אויף זכירת עמלק אויך בזמן ווען ע”פ תורה איז ניט שייך מחיית עמלק בפועל 27 ?
ב)
פאַרוואָס דאַרף מען בכלל אָנקומען צו אַ באַזונדער ציווי 28
„זכור את אשר עשה לך עמלק” כדי צו מעורר זיין „הנפשות במאמרים להלחם בו”,
און עס איז ניט גענוג דער ציווי פון „תמחה את זכר עמלק” אַליין?
(ע”ד ווי דער ציווי „לא תחי’ כל נשמה” 29
בשייכות די ז’ אומות,
וואָס מען געפינט ניט אַ באַזונדער ציווי צו געדענקען זייערע מעשים רעים כו’ 30
וואָס זאָל ברענגען דערצו אַז „נעורר הנפשות ..
להלחם בהם” 31 ).
איז דערפון גופא געדרונגען,
אַז אע”פ אַז דער תכלית פון זכירת עמלק איז מחיית עמלק,
איז אָבער דאָ אַן ענין וואָס טוט זיך אויף אין זכירת עמלק פאַר זיך
- וואָס דערפאַר רעכנט דער רמב”ם 32
(ועד”ז אַנדערע מוני המצות 33 )
מחיית עמלק און זכירת עמלק אַלס צוויי באַזונדערע מצות מיט באַזונדערע גדרים.
לדוגמא - מחיית עמלק איז פון די מצות וואָס זיינען „חובה על הציבור ” 34
(און לויט כמה דיעות 35
איז דאָס אַ מצוה אויפן מלך
(פון דעם ציבור 36 )),
און די מצוה האָט כמה תנאים
(דוקא לאחרי כניסת בנ”י לארץ ועוד)
;
משא”כ זכירת עמלק איז אַ מצוה אויף יעדן יחיד באַזונדער,
און איז אַ מצוה תמידית 37 ,
בכל מקום ובכל זמן - און
דער ענין וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך זכירת עמלק פאַר זיך,
איז אַן ענין כללי אין גאַנץ תורה,
נאָך מער ווי די אַנדערע זכירות הנ”ל
(כדלקמן סעיף ז).
ד.
דער ביאור אין דעם:
דער ענין פון עמלק איז - „יודע את רבונו ומתכוין למרוד בו” 38 .
און דערפאַר,
איידער אַ איד קען מקיים זיין מחיית עמלק - פון עמלק כפשוטו,
מוז ער פריער באַוואָרענען,
אַז ביי
(אין)
אים אַליין זאָל ניט זיין „עמלק” - „יודע את רבונו ומתכוין למרוד בו”
(אפילו ניט בדקות,
כדלקמן סעיף ו).
און דאָס איז דער תוכן פון מצות זכירת עמלק 39
: ס’איז ניט נאָר אַ זכרון וואָס דאַרף מעורר זיין צו טאָן לאח”ז אַן עשי’
(מלחמת ומחיית עמלק כפשוטו),
אָדער אַז דורך דעם זכרון זאָל מען זיך אויסהיטן פון אַן ענין בלתי רצוי
(ע”ד זכירת מעשה מרים - צו פאַרהיטן פון לשון הרע)
- נאָר זכירת עמלק גופא טוט אויף מחיית עמלק שבלב,
אין אים גופא 40 .
עס קען זיין ביי אַ אידן „עמלק”
בנפשו 41 ,
וואָס וויל פועל זיין אויף אים אַז ער זאָל מורד זיין ח”ו אין רבונו,
און ווען דער „זכור את אשר עשה לך עמלק” איז ביי אים כדבעי 42 ,
ווערט אויפגעטאָן מחיית וביטול עמלק שבנפשו 43
- עס ווערט אויסגעוואָרצלט און אויסגעמעקט יעדע נטי’ פון „
(יודע כו’)
ומתכוין למרוד בו”.
ועפ”ז יובן וואָס דוקא די זכירה האָט מען פאַרבונדן מיט אַ קריאה מיוחדת בתורה - ווייל תורה איז בעה”ב אויף מציאות העולם
(ע”ד דחז”ל 44
הידועים עה”פ 45
„לא־ל גומר עלי”),
און דערפאַר,
דורך דעם וואָס מ’פאַרבינדט זכירת עמלק מיט קריאת התורה,
ווערט עס אַ זכרון וואָס טוט אויף מחיית עמלק שבנפש 46 .
ה.
דאָס איז אויך איינער פון די ביאורים וואָס קריאת פ’ זכור איז
(לדעת רוב הפוסקים 47 )
אַ מ”ע מן התורה:
פון די עילוים אין מצות דאורייתא לגבי מצות דרבנן,
איז וואָס מצות דאורייתא האָבן אַ שטאַרקערע פעולה אויף
(און אין)
וועלט ; ווי באַוואוסט די אריכות אין אחרונים 48
וואָס זיינען
מחלק,
אַז איסורי דאורייתא זיינען אַן איסור חפצא - די זאַך ווערט אַ דבר מתועב כו’,
משא”כ איסורי דרבנן זיינען
(לויט כמה דיעות)
בלויז אַן איסור גברא,
די חכמים לייגן אַרויף אַן איסור אויף דעם מענטשן,
אָבער ניט אויף די חפצי העולם עצמם.
- דאָס וואָס מצות דרבנן האָבן אַ מעלה אויף מצות דאורייתא,
כמחז”ל 49
ערבים עלי ד”ס יותר מד”ת,
איז עס בעיקר נוגע דעם גברא ,
ווייל אינעם קיום מצות שהוסיפו רבנן - דריקט זיך אויס די עריבות ותשוקה צו זיין אַן עבד ה’ ,
וואָס דערפאַר בעט ער לכתחילה גזור עלינו גזירות 50
און דערנאָך באַגנוגנט ער זיך ניט דערמיט און איז נאָך מוסיף עליהן גזירות,
אָדער - מאַכט סייג לתורה
(לגזירות)
כדי נאָכמער פאַרזיכערן קיום הגזירות.
ועוד י”ל: ביי מצות דאורייתא,
וויבאַלד זיי פועל’ן אין וועלט אויף אַ שטאַרקערן אופן,
איז ביי זיי ניט אַזוי קענטיק אַז מ’איז מקיים די מצוה בלויז מצד ציווי הקב”ה,
ווייל סגולת המצוה
(וואָס זי טוט אויף בעולם)
איז מעלים 51
אויפ’ן קבלת עול שבקיום המצוה
(וואָס זי איז ציווי הקב”ה)
:
משא”כ אין קיום מצות דרבנן,
וואו די סגולת המצוה איז ניט אַזוי שטאַרק,
דריקט זיך אויס ווי אַ איד איז מקיים מצוות
(ניט ווייל דורך דעם טוט ער אויף ענינים נעלים בעולם,
נאָר)
ווייל ער איז אַן עבד ה’ וואָס פאָלגט דעם רצון וציווי המלך.
אָבער בנוגע דעם „חפצא” - דאָס וואָס מצות דאַרפן אויפטאָן אין וועלט 52
- איז אדרבה,
מצות דאורייתא האָבן דעם כח התורה 53
צו באַווירקן די חפצא
(מציאות)
פון וועלט אין אַן אופן וואָס איז ניטאָ ביי מצות דרבנן,
כנ”ל.
און דערפאַר איז קריאת פ’ זכור 54
אַ מ”ע מן התורה ,
וואָס דאָס גיט אַ כח נוסף אַז די זכירת עמלק זאָל אויפטאָן די מחיית עמלק
(בנדו”ד - שבאדם 55 ).
ו.
וויבאַלד אַז זכירת עמלק איז אַ מצוה תמידית,
איז פאַרשטאַנדיק,
אַז דאָס איז אַן ענין וואָס יעדערער דאַרף זיך אין דעם באַוואָרענען תמיד,
בכל הזמנים.
וואָרום אע”פ אַז עס האָט ניט קיין אָרט ח”ו וח”ו צו זאָגן,
אַז אַ איד דאַרף זיך
(תמיד)
באַוואָרענען פון ניט זיין אַ „יודע את רבונו ומתכוין 56
למרוד בו ”;
דאַרף ער אָבער שטענדיק יע זיין באַוואָרנט אין דעם ענין פון „עמלק” בדקות .
ובפרט אַז פון דעם קען סו”ס אַרויסקומען אַן ענין פון „יודע כו’ ומתכוין למרוד בו”,
ר”ל.
והביאור: אויפן פסוק* 56
„כי יד על כס י”ה מלחמה לה’ בעמלק”,
זאָגן חז”ל אַז „אין שמו שלם כו’ עד שימחה שמו של עמלק” 57
- כל זמן עמלק איז קיים איז דער שם ניט בשלימות,
ס’איז בלויז י”ה .
עמלק איז מנגד אויף די אותיות ו”ה פון שם הוי’.
ולכאורה תמוה: וויבאַלד אַז עמלק איז מתכוון למרוד בו ,
אין אויבערשטן,
איז מאי 58
טעמא: א)
וואָס ער איז מנגד בלויז אויף שלימות השם און ניט אויפן שם בכללותו?
ב)
אין דעם ניגוד אויף שלימות השם - ניט אויף י”ה שבשם,
וואָס איז קודם און העכער 59
פון ו”ה?
ג)
אדרבא - אַז עס בלייבט יו”ד ה”א -בלייבט אַ גאַנצער שם פון די
(ז’ 60 )
שמות שאינם נמחקים 61 ?
דער ביאור בזה 62
:
די פעולות פון די ד’ אותיות פון שם הוי’ אויף אַן אידן און ווי זיי שטייען און זיינען בנפש האדם
(אדמה לעליון 63 ,
בצלמנו 64 )
זיינען: יו”ד ה”א - חכמה בינה
(שכל),
וא”ו - מדות שבלב ותורה,
ה”א - דבור ומעשה,
מצות 65 .
עיקר מלחמת עמלק איז - אויף דעם ענין פון פועל ממש.
אויף מוחין אַליין - בחי’ י”ה - איז ער ניט אַזוי מנגד.
אים אַרט ניט אַזוי שטאַרק דער יודע את רבונו אַז מ’האָט
(נאָר)
אַ פאַרשטאַנד אין אלקות,
ער וויל אָבער אַז דאָס זאָל ניט פועל זיין אויף מדות שבלב
(וואָס ברענגען צו)
מחשבה דיבור ומעשה
(בחי’ ו”ה).
ואדרבה - דעמאָלס איז די מרידה - אַ מרידה איומה ביותר; און דאָס איז מודגש אינעם לשון חז”ל „ יודע את רבונו” - ער האָט אַ ידיעה אין רבונו - און פונדעסטוועגן „מתכוין למרוד בו”,
ווייל די ידיעה האָט ניט קיין ווירקונג אויף מדות און מחדו”מ.
און אין דעם פרט פון עמלק - אַז זיין „יודע את רבונו” בריינגט ניט קבלת עול רבונו עכ”פ לויט דער ידיעה
(וואָס קב”ע איז מכריח תומ”צ,
און אַז עס פעלט בקבלת עול רבונו - איז עס
(בדקות)
מרידה ברבונו)
- דאָס דאַרף זיך יעדערער באַוואָרענען,
ווייל אין יעדער דרגא פון עבודת וידיעת ה’ קען
זיין אַן אָרט פאַר אַ טעות אין דעם ענין 66 ,
אופן הקב”ע וכו’.
ז.
דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס מלחמת עמלק איז פאָרגעקומען „בדרך בצאתכם ממצרים”,
פאַר מתן תורה:
וויבאַלד אַז יעדע זאַך איז בהשגחה פרטית,
איז מובן,
אַז דאָס גופא וואָס מלחמת עמלק בגשמיות איז געווען קודם מ”ת,
איז ווייל עמלק ברוחניות איז מנגד,
ניט צולאָזן דעם ענין וחידוש פון מ”ת:
דער אויפטו פון מ”ת איז 67
- אַז תורה לא בשמים היא,
זי זאָל ניט בלייבן נאָר ברוחניות,
נאָר עס מוז אַראָפּקומען למטה,
לימוד בפועל און מצות מעשיות דוקא,
ואדרבה - המעשה הוא העיקר 68 .
וואָס דאָס איז געווען טענת המלאכים 69
„חמודה גנוזה כו’ תנה הודך על השמים ”: וויבאַלד אַז תורה איז תכלית הרוחניות והעילוי,
דאַרף דער אָרט פון תנה ,
זי דאַרף געגעבן ווערן „על השמים”,
וואָס איז העכער אפילו פון רוחניות שבעוה”ז
(שכל האדם).
בשעת מ’איז אָבער מבטל דעם ענין פון עמלק - אַז פון מוח ווערט נמשך אין מעשה בפועל,
ס’איז דאָ שלימות השם
(אויך ו”ה)
- קען מען דערנאָך מבטל זיין טענת המלאכים „תנה הודך
על השמים”,
און עס ווערט געגעבן תורה דאָ למטה.
דאָס איז אויך מבאר גודל הענין פון זכירת עמלק,
וואָס איז נאָך מער נוגע ווי די אַנדערע זכירות
(כנ”ל סעיף א)
-ווייל זכירת עמלק איז אַ הקדמה ותנאי צו כללות הענין פון נתינת התורה.
נאָך איידער אַ איד נעמט תורה,
מוז ביי אים זיין ביטול עמלק וואָס דערלאָזט ניט די המשכה פון מוחין אין מדות ומעשה.
און דורך קיום מצות זכירת עמלק בזמן הגלות וואָס איז מבטל עמלק שבנפש האדם,
איז מען מזרז וממהר אַז מ’זאָל קענען מקיים זיין מצות מחיית עמלק כפשוטו,
בעולם כולו וב גשמיות ,
אַז עס וועט זיין דער ענין פון „מינוי מלך” - מלכא משיחא,
וואָס ער וועט מברר זיין ווער איז עמלק,
און
(דערנאָך 70 )
„ילחם מלחמת ה’” 71
- כולל
(„מלחמה לה’ בעמלק” 72 )
מלחמת עמלק - וינצח 73 ,
און דערנאָך 70
וועט ער בויען דעם בית המקדש השלישי 74 ,
במהרה בימינו ממש.
(משיחות ש”פ זכור תש”ל,
תשל”ג)