א.
וועגן פ׳ תצוה שטייט אין בעל הטורים 1 ,
אַז דאָס איז די איינציקע סדרה „משעה שנולד משה” אין וועלכער עס ווערט ניט דערמאָנט דער נאָמען פון משה רבינו
(„עד משנה תורה” 2 ).
און דער טעם אויף דעם איז,
ווייל משה האָט געזאָגט „מחני נא מספרך אשר כתבת” 3
און „קללת חכם אפילו על תנאי באה” 4
— איז דאָס נתקיים געוואָרן אין דער סדרה.
יעדער ענין און פרט אין תורה איז בדיוק.
דאַרף מען זאָגן,
אַז דאָס וואָס דוקא פ׳ תצוה איז אויסגעקליבן געוואָרן,
אַז אין איר זאָל אויסגעפירט ווערן דער „מחני נא מספרך”
(וואָס שטייט אין פ׳ כי תשא 3 )
[[ובפרט,
אַז לכאורה וואָלט מער מתאים געווען צו מרמז זיין אָט דעם ענין — אַז אמירת משה איז מקוים געוואָרן „אפילו על תנאי” — אין איינער פון די סדרות וואָס קומען נאָך 5
(און ווען מ׳ווייס שוין וועגן)
אמירת „מחני נא” 6
איז דאָס דערפאַר,
וואָס דער ענין פון „מחני נא מספרך” איז מתאים צום תוכן פון דער סדרה 7 .
דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס פאַר אַ שייכות האָט דער ענין פון „מחני” צום תוכן פון פ׳ תצוה,
וואו עס רעדט זיך וועגן דעם ציווי אויף העלאת נרות המנורה,
עשיית בגדי כהונה,
חינוך אהרן ובניו,
און עשיית מזבח הקטורת?
ב.
אויך דאַרף מען פאַרשטיין: די כוונה אין דעם וואָס „לא הזכיר משה בזה הסדר” 8
איז
(ניט אַז דאָ רעדט זיך
ניט וועגן משה׳ן,
נאָר)
אַז משה ווערט ניט דערמאָנט בשמו ,
אָבער אין דער סדרה רעדט זיך וועגן משה׳ן,
און אין אַ ריבוי פסוקים 9
;
נאָך מער: די התחלת הסדרה — און שם הסדרה
(וואָס איז מרמז,
כידוע,
אויפן תוכן פון דער גאַנצער סדרה)
— „ואתה תצוה” 10 ,
באַציט זיך דוקא צו משה׳ן; און זאת ועוד — „ ואתה תצוה” מיינט
(כפירוש הכלי יקר 11 )
„ ממהות עצמותך ",
וואָס מהות ועצמות פון אַ מענטשן איז טיפער און העכער פון דער דרגא אין מענטשן וואָס איז פאַרבונדן מיט׳ן שם:
ענינו פון אַ שם איז בכדי אַז אַ צווייטער זאָל אים קענען רופן; אָבער דער עצמות ומהות פון אַ מענטשן,
איז העכער און טיפער פון האָבן אַ שייכות צו אַ זולת,
ובמילא העכער פון ענין ה„שם” 12 .
קומט לפ”ז אויס,
אַז אדרבא,
דער אופן ווי עס איז מקויים געוואָרן דער „מחני” — אַז משה ווערט דאָ דערמאָנט
(ניט בשמו,
נאָר)
דורך די ווערטער „ ואתה תצוה” — ווייזט אויף נאָך אַ גרעסערער מעלה ווי שם משה.
ג.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים הביאור אין דעם גודל הענין פון בקשת
משה „מחני נא מספרך אשר כתבת”,
ופרש”י 13
„מכל התורה כולה”:
ענינו פון משה איז — תורה,
וכמחז”ל 14
אַז
(תורה „נקראת על שמו” ווייל)
משה „נתן נפשו על תורה”.
דערפון איז פאַרשטאַנדיק,
אַז דער ענין פון „מחני נא מספרך — מכל התורה כולה”,
רירט אָן די עצם מציאות פון משה׳ן,
ווי עס איז איינס מיט תורה 15
;
און צוליב וואָס האָט זיך משה אַזוי איינגעשטעלט — אויף פּועל׳ן אַ כפרה אויפן חטא העגל ,
וואָס חטא העגל איז אַ חטא הכי חמור,
ביז אַז אַלע שפּעטערדיקע חטאים און זייערע עונשים זיינען פאַרבונדן מיט חטא העגל,
וכמש”נ 16
„וביום פקדי ופקדתי עליהם חטאתם”.
איז תמוה: ווי קומט עס,
אַז משה זאָל איינשטעלן זיין עצם מציאות,
וואָס איז פאַרבונדן מיט תורה ,
פאַר די טייל אידן וואָס האָבן חוטא געווען בעגל,
כולל די עושי העגל וואָס זיינען געווען היפך פון לא יהי׳ לך גו׳ לא תעשה גו׳,
אינגאַנצן אָפּגעריסן 17
ר”ל פון תורה?
אויך דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז דער תוכן פון בקשת משה „ואם אין מחני נא מספרך — מכל התורה כולה”: וואָס איז דער קשר צווישן די צוויי ענינים,
אַז אויב דער אויבערשטער וועט
די אידן ניט מכפר זיין אויפן חטא העגל,
איז „מחני” פון תורה 18 ?
רש”י 19
איז מבאר 20 ,
אַז דערמיט האָט משה געוואָלט באַוואָרענען „שלא יאמרו עלי שלא הייתי כדאי לבקש עליהם רחמים”.
אָבער דער פירוש איז לכאורה ניט גלאַטיק,
ווייל פון לשון הפסוק איז משמע,
אַז מיט דער טענה ותביעה צום אויבערשטן האָט משה געוואָלט פּועל׳ן אַ כפרה אויף חטא העגל און ניט צו באַוואָרענען זיך „שלא יאמרו עלי כו’”.
אויך ועיקר — ווען עס רעדט זיך וועגן ניט אוספירן,
ח”ו,
„תשא חטאתם” „חטאה גדולה”,
וואָס פאַר אַ תפיסת מקום האָט באַ משה רעיא מהימנא וואָס מען וועט זאָגן וועגן עס?
!
ד.
דער ביאור בזה:
משה רבינו איז איין זאַך ממש מיט כלל ישראל,
ביז אַז ס׳איז ניט שייך צו אָפּטיילן אים פון אידן בכלל ובפרט,
ובלשון רש”י 21
: משה הוא ישראל וישראל הם משה.
וואָס דערפאַר האָט דער חטא העגל גע׳פּועל׳ט אַ ירידה אין משה,
כמחז”ל אויפן פסוק „לך רד — רד מגדולתך” 22 .
דלכאורה: משה האָט דאָך ניט געהאַט קיין שייכות כלל צום חטא העגל,
אפילו ניט אינעם גדר פון „מי שיש בידו למחות”,
וואָרום ער איז דעמאָלט געווען בהר
(כפשוטו,
ובפרט ועאכו”כ — במצבו ברוחניות).
היינט פאַרוואָס זאָל דער חטא העגל אָנרירן אים ?
נאָר ווייל משה איז איין זאַך מיט ישראל
(ובמילא — גדולתו ניתנה און איז געוואָרן איין זאַך מיט גדולת ישראל),
האָט דער חטא
(העגל)
און ירידה פון ישראל בדרך ממילא גע׳פּועל׳ט אַ ירידה אין משה׳ן.
און אָט די התאחדות פון משה מיט אידן איז נאָך טיפער ווי זיין התאחדות מיט תורה:
כשם ווי מ׳געפינט ביי דער פאַראיינציקונג פון אידן מיט דעם אויבערשטן,
אַז אע”פ אַז „אורייתא וקוב”ה כולא חד” 23
(ווי דער פירוש הפנימי 24
פון מחז”ל 25
„אנא נפשי כתבית 26
יהבית”,
אַז דער אויבערשטער האָט זיך אַליין
(„נפשי”)
„אַריינגעשריבן” און „אָפּגעגעבן” 27
אין תורה),
פונדעסטוועגן איז די התאחדות פון אידן מיט
קוב”ה נאָך טיפער און העכער דערפון,
וכמחז”ל 28
אַז „ישראל קדמו” לתורה;
עד”ז
(וכתוצאה מזה)
איז ביי נשיאי הדור — וואָס
(בלשון רש”י 21 )
„נשיא הדור הוא ככל הדור” — אַז זייער התאחדות מיט די אידן פון זייער דור איז נאָך העכער פון זייער התאחדות מיט תורה —
[און אַזוי איז אויך ביי צדיקים בכלל
(וואָס „דומים לבוראם” 29 )
: אע”פ אַז זיי „גיבן זיך אַריין” אין די עניני תורה 30
וואָס זיי לערנען ובפרט זייערע חידושי תורה 31 ,
קומט דאָס אָבער ניט צו זייער פאַראיינציקונג מיט אידן,
ובפרט די וואָס האָבן צו זיי אַ שייכות
(ובמילא אחריות)
מיוחדת ,
עניי עירך,
בנים ותלמידים כו׳
(בלשון הפסוק 32
: הנפש אשר עשו)].
ה.
דאָס איז אויך דער ביאור אין בקשת משה „מחני נא מספרך” און דער טעם וואָס ער האָט איינגעשטעלט זיין עצם מציאות ווי זי איז פאַרבונדן מיט תורה צוליב
(אויך)
די עושי העגל:
וויבאַלד אַז די התאחדות פון משה מיט אידן איז נאָך העכער פון זיין התאחדות מיט תורה,
דערפאַר איז די תוצאה דערפון געווען אין ביידע ענינים:
(א)
אַז אויך זיין מסירת נפש פאַר אידן 33
איז פריער און העכער פון זיין מסירת נפש אויף תורה.
[ע”ד ווי עס שטייט אין מגיד מישרים,
אַז דער בית יוסף האָט געדאַרפט זוכה זיין צו מסירת נפש על קידוש השם 34 ,
נאָר צוליב אַ געוויסער סיבה האָט מען אים מעניש געווען און ער האָט בפועל דערצו ניט זוכה געווען —
וואָס אויב ער וואָלט אומגעקומען על קידוש השם וואָלט ער ניט געהאַט די מעגלעכקייט צו מחבר זיין דעם שולחן ערוך שלו כולו 35 ,
שממנו תצא תורה
והוראה לכל ישראל,
אעפ”כ איז דאָס אַן ענין של עונש ,
ווייל ווי הויך ס׳איז דער עילוי אין תורה,
קומט עס אָבער ניט צו מסנ”פ על קידוש השם 36 ,
וואָס דאָס איז מסנ”פ ווייל מ׳איז אַ איד 37
און אַז מען זאָל זיין אַן איד — איינס מיט השם].
(ב)
די התאחדות
(ובמילא — די מסירת נפש)
איז מיט
(און פאַר)
יעדער אידן,
אין וואָס פאַר אַ מצב ער זאָל נאָר זיין
(אפילו די עושי העגל).
וויבאַלד דאָס איז העכער פון תורה,
ווערט עס ניט בטל דורכדעם וואָס אַ איד איז אָפּגעריסן פון תורה,
כמחז”ל 38
„אע”פ שחטא ישראל הוא”.
און דאָס איז אויך דער פירוש אין „אם תשא חטאתם ואם אין מחני נא מספרך גו׳”: אויב דער חטא העגל איז אַזוי חמור אַז תורה גיט ניט קיין אָרט אויף „תשא חטאתם”
(השם וואָלט מכפר געווען נאָר תורה איז כביכול תובע און
מונע 39 ),
איז משה׳ס בקשה ארך תביעה: „מחני נא מספרך " — פון תורה; דאַמאָלס שטייט בגלוי,
בלי לבוש כלל משה׳ס עצמיות׳דיקע התאחדות מיט אידן,
און דורך דעם — דער יחוד פון אידן מיט קוב”ה וואָס איז העכער פון דער התאחדות מיט תורה,
וואָס מצד דער התאחדות קומט די כפרה 40
אפילו אויפן חטא העגל
(און דאָס פאַרבינדט זיי דערנאָך צוריק אויך מיט תורה).
ו.
ע”פ כהנ”ל וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות פון בקשת משה „מחני” צו „ואתה תצוה”:
אָט די התאחדות פון משה׳ן מיט אַלע אידן וואָס איז נאָך העכער פון תורה
(וואָס דריקט זיך אויס אין דער בקשה „מחני נא מספרך”),
ווערט אַרויסגעבראַכט אין דעם 41
„ואתה תצוה את בני ישראל”,
וואָס איינער פון די פירושים אין דעם איז: „ואתה” — די עצמיות פון משה׳ן — איז מקשר ומחבר
(„תצוה” לשון צוותא וחיבור 42 )
אַלע אידן צוזאַמען אין איין מציאות.
מצד די מדריגות פון משה וואָס זיינען פאַרבונדן מיט אַ „שם” — וואָס דאָס איז כולל אפילו יחידה שבנפש,
וואָס איז איינער פון די „חמשה שמות נקראו לה” 43
(די נשמה)
— דערגרייכט מען די גילויים שלמעלה,
וואָס זיינען ניט העכער פון תורה
(וואָרום „כל התורה כולה שמותיו של הקב”ה” 44 )
; און דערפאַר קען מען מצד דער מדרגה ניט אויפטאָן דעם צוותא וחיבור וואָס נעמט אַרום אַלע אידן בשווה .
דוקא „ ואתה
(תצוה)
”,
די עצמיות פון משה וואָס איז העכער פון שם ותואר
(דער עצם הנפש וואָס ווערט ניט נתפס אין די „חמשה שמות”),
וואָס פאַרבינדט זיך מיט׳ן „אתה” העיקרי והאמתי „אתה” שלמעלה,
עצמותו ומהותו ית׳ 45
(וואָס באמת לאמתתו איז דוקא נאָר אויף עצמות שייך זאָגן „אתה” 46 ,
לשון נוכח,
ושם שמים שגור בפי כל 47 )
— פּועל׳ט דעם „תצוה את בנ”י”,
דעם צוותא וחיבור פון אַלע אידן — אפילו די עושי העגל 48
— אין איין מציאות.
און דאָס איז אויך דער קשר פון „ואתה תצוה” צום המשך הציווי „ויקחו אליך שמן גו׳ להעלות נר תמיד” — דלכאורה: די העלאת הנרות איז דאָך
געווען דורך אהרן,
היינט פאַרוואָס איז דער אָנזאָג „ויקחו אליך "
(צו משה׳ן) 49 ?
שטייט אויף דעם דער ביאור 50
: אהרן מצד עצמו איז פועל 51
אויף אידן וועלכע זיינען „נרות”,
וועלכע
(זיינען מוכן)
לייכטן מיט „נר מצוה ותורה אור” 52
— עובדי ה׳; אָבער דורך דעם וואָס „ויקחו אליך שמן גו׳” — צו משה׳ן,
וואָס ער איז מצוה ומחבר אַלע אידן
(כנ”ל)
— ווערט דאָס אויפגעטאָן אין אַלע אידן
(„אפילו הפשוטים ביותר” 53 ),
זייער עצם שבנפשם ווערט נתגלה 54 .
ז.
עפ”ז וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות פון „ואתה תצוה” צום תוכן פון כללות הסדרה
(וואָס דערפאַר ווערט ניט דערמאָנט שמו של משה אין דער גאַנצער סדרה)
:
אין דעם גאַנצן סיפור וועגן כהונת אהרן ובניו אין דער סדרה איז מודגש,
ווי דאָס דאַרף געטאָן ווערן דורך משה׳ן דוקא.
ווי עס שטייט אויך גלייך בהתחלת הענין 55
„ ואתה הקרב אליך את אהרן גו׳ לכהנו לי”,
„ ועשית בגדי קדש לאהרן אחיך גו׳”; ועד”ז איז דער גאַנצער חינוך לכהונה פון אהרן ובניו דורכגעפירט געוואָרן דווקא דורך משה,
ווי דערציילט בארוכה אין דער פרשה
— וואָס איינער פון די ביאורים בזה איז
(ע”ד הנ”ל בענין נרות המנורה)
:
אהרן הכהן מצד עצמו,
איז ענינו כהונה וקדושת המשכן,
ובמילא וואָלט אויך זיין עבודת הכהונה געהאַט אַ ווירקונג
(בעיקר)
נאָר אויף „עובדי ה׳” וואָס האָבן אַ גלוי׳דיקע שייכות צום
(מנורת ה)
משכן ומקדש; דורך דעם אָבער וואָס „ ואתה 56
(משה)
הקרב אליך את אהרן אחיך גו׳ לכהנו לי”,
איז כהונת אהרן באופן אַז עס טוט אויף אין אַלע אידן
(„אפילו הפשוטים ביותר”).
און דאָס איז אויך פון די טעמים וואָס גלייך נאָך חינוך אהרן שטייט 57
דער ציווי אויפן „מזבח מקטר קטורת” 58
— דלכאורה האָט דער ציווי אויף עשיית מזבח הפנימי געדאַרפט שטיין פריער אין פ׳ תרומה צוזאַמען מיטן ציווי אויף אַלע כלי המשכן
(כולל דעם מזבח החיצון) 59
—
נאָר ווייל אָט דער ענין
(אַז כהונת אהרן דאַרף זיין פאַרבונדן מיט אַלע אידן)
דריקט זיך אויך אויס אין דעם ענין הקטורת 60 ,
וכמחז”ל 61
אַז „כל תענית שאין בה מפושעי ישראל אינה תענית שהרי חלבנה ריחה רע ומנאה
הכתוב עם סממני קטורת "
(ע”ד ווי גערעדט פריער,
אַז משה האָט זיך מוסר נפש געווען אפילו פאַר די עושי העגל) 62 .
און בפרט קומט דאָס אַרויס בגלוי אין עבודת הקטורת פון יוהכ”פ 63 ,
ווי עס שטייט בסיום ו חוחם הסדרה : וכפר אהרן על קרנותיו גו׳ אחת בשנה יכפר עליו לדורותיכם 64
גו׳.
ח.
דערפון האָט מען אויך אַ הוראה נפלאה אין עבודת ה׳:
אַזוי ווי משה רבינו איז געווען גרייט צו מוותר זיין אויף אַן ענין הכי נעלה ועיקרי שבו
(זיין פאַרבונד מיט תורה)
צוליב אידן,
און אפילו פאַר עושי העגל — וואָס דאָס איז נאָך מער ווי „ואהבת לרעך כמוך " 65
: דער „כמוך” פון משה׳ן איז דאָך תורה,
זיין גאַנצע מציאות איז געווען דורכגענומען מיט תורה; איז משה געווען גרייט צו מוותר זיין אויף דעם כדי צו זיין אינאיינעם 66
מיט אידן — כולל וועלכע זיינען געווען אָפּגעריסן ר”ל פון תורה;
עד”ז האָט ער אַלס רעיא מהימנא 67 ,
געוואָלט און געגעבן כח יעדער אידן ובכל זמן ומקום ער זאָל זיך אַזוי אויפפירן.
און דאָס איז טענתו: אויב עס וועט ניט זיין ח”ו „תשא חטאתם”
(ובמילא — „אשר חטא לי אמחנו מספרי”)
און ער וועט בלייבן „בספרך”,
יאמרו עלי שלא הייתי כדאי כו׳ וואָרום ער האָט זיך ניט געוואָלט מוסר נפש זיין ביז מחני מספרך — און מען וועט זיך אָפּלערנען פון דעם לדורי דורות!
ההוראה מכ”ז ווי עס דאַרף זיין בעבודת כאו”א: ס׳איז ניט גענוג וואָס מ׳האָט אהבת ישראל,
און צו יעדער איד
(אין וואָס פאַר אַ מצב ער זאָל נאָר זיין) 68 ,
און די אהבה איז „ כמוך " — נאָר עס מאָנט זיך מסירת נפש פאַר אַ צווייטן אידן,
און פאַר יעדער אידן,
וואָס דאַרף זיך אויסדריקן אין „אוהב את הבריות ומקרבן לתורה” 69 .
(משיחת ש"פ תצוה תש"מ)