B"H
🏡

Ikar

תרומה ג

א.

וועגן דעם ציור פון די גביעים

(פון דער מנורה)

זאָגן חז"ל 1

: „למה הן דומין כמין כוסות אלכסנדריים”.

איז דער רמב"ם מפרש

(בפירוש המשניות שלו 2 )

אַז דאָס מיינט אַ כוס וואָס „שולים שלו צרים" 3

— דער דעק איז שמאָל.

און אַזוי פסק׳נט דער רמב"ם להלכה

(בספר היד 4 )

: „הגביעים דומין לכוסות אלכסנדריאה שפיהן רחב ושוליהן קצר”.

געפינט מען אין דעם אַ דבר תמוה: עס איז פאַראַן דער ציור פון דער מנורה וואָס דער רמב"ם האָט מצייר געווען בגוף כתב יד קדשו

(בפירוש המשניות שלו) 5 ,

און דאָרט איז ער מצייר די גביעים אין אַ פאַרקערטן אופן — דעם ברייטן חלק הגביע

(„פיהן”)

צום אונטן פון דער מנורה און דעם שמאָלן טייל

(„שוליהן")

אויבן,

דאָס הייסט — אַ ציור פון אַ איבערגעקערטן כוס

(של אלכסנדריאה)

!

און אע"פ אַז דער רמב"ם אַליין באַוואָרנט 6 ,

אַז מיט דעם ציור וויל ער נאָר באַווייזן „ כללותה היאך היתה" — „ידיעת מנין הגביעים כו׳ ומקומותם כו׳”

— אָבער ניט „שתדע ממנו תבנית הגביע בדקדוק ”

[וואָס דערפאַר איז ער מצייר די גביעים אין אַ „תבנית משולש ”,

אע"פ אַז אַ כוס אלכסנדרית איז ניט ווי אַ משולש ממש 7

— ווי ס׳איז פאַרשטאַנדיק בפשטות אַז די שוליים פון אַ כוס מאַכט מען ניט שפּיציק ממש

(ווייל דעמאָלט קען מען דעם כוס ניט אַוועקשטעלן 8 )

— זיי זיינען נאָר „צרים”,

שמאָל

(ובפרט)

לגבי דער ברייט פון „פיהם”],

איז דאָס אָבער ניט קיין טעם צו מצייר זיין פאַרקערט

(שוליים — למעלה און דעם אויבן — למטה)

„מיטן קאָפּ אַראָפּ" 9

;

[ובפרט אַז דער רמב"ם איז געווען אַ דייקן בכל ענין ובכל פרט — לייגט זיך כלל ניט צו זאָגן,

אַז דער רמב"ם זאָל מצייר זיין די גביעים באופן הפוך

(און באַ יעדן גביע)

— צוויי און צוואַנציג מאָל!].

ב.

לכן נראה לומר כפשטות הדבר,

אַז דער רמב"ם האָט מצייר געווען די גביעים באופן זה 10

ווייל לדעתו איז אַזוי

געווען זייער קביעות במנורה

(אָדער מצד הקבלה פון מלמד צו מלמד מדור לדור 11 ),

אָדער ווייל אַזוי האָט ער געפונען אין אַ מדחז"ל שלא הגיע לידינו

[ ע"ד ווי מען געפינט בכמה מקומות אין רמב"ם

(און אַנדערע ראשונים)

ענינים וואָס זייער מקור איז אַ מדרש

(וכיו"ב)

שלא הגיע לידינו].

און ער בריינגט עס ניט בספר היד* 11

- פּונקט ווי ער בריינגט ניט בספרו די ציורים שבפיה"מ שלו

(אע"פ וואָס במילא זיינען אויך ניטאָ בספרו כמה פרטים וועלכע מ׳זעט אין ציור).

וי"ל כמה טעמים בזה.

ומהם: א)

מלכתחילה איז דאָס

(ציורים)

ניט געווען אין זיין תכנית פון ספרו משנה תורה.

ב)

ע"פ הידוע 12

אויף וויפל דער רמב"ם איז ממעט בתכלית בריינגען בספרו זאַכן וועלכע זיינען ניט מפורש בש"ס וכיו"ב.

ג)

כמה מהפרטים האלה,

זיינען,

לדעתו,

ניט לעיכובא כלל .

ועוד טעמים.

ויש להאריך בכ"ז וביותר.

ואכ"מ.

ג.

הנ"ל פאַרענטפערט,

איז מבאר דעם רמב"ם — עס בלייבט אָבער די שאלה: הלמאי זיינען די גביעים פון דער מנורה געווען איבערגעקערט,

מיטן אויבן אַראָפּ?

ובפרט אַז מען געפינט אַז די קרשי המשכן האָבן געדאַרפט זיין „עומדים

דרך גדילתן " 13

דוקא — „התחתון למטה והעליון למעלה” 14

און דערפון לערנט מען אָפּ 15

אַ כלל אַז „כל המצות כולן אין אדם יוצא בהן אלא דרך גדילתן" — פאַרוואָס־זשע זאָלן די גביעים זיין היפך פון „דרך גדילתן”?

ויש לומר,

אַז דאָס וועט זיין מובן לויט דעם וואָס מען געפינט בנוגע דער כללות ענין המנורה אַן ענין וועלכער איז מעין ודוגמת הנ"ל:

וועגן דעם אור המנורה זאָגן חז"ל 16

: „לא לאורה אני צריך ..

עדות הוא לכל באי עולם שהשכינה שורה בישראל" — דער אור המנורה איז ניט געווען כדי צו באַלייכטן דעם אָרט וואו מ׳האָט זי געשטעלט

(משכן ומקדש),

ואדרבא — דאָרט איז „אינו צריך לאורה”,

נאָר עס איז געווען אַן „עדות ..

לכל באי עולם שהשכינה שורה בישראל.

און מהאי טעמא 17

האָט מען געמאַכט די חלונות פון בית המקדש אין אַן אופן היפך פון חלונות סתם — נאָר „שקופים אטומים" 18

- „שקופים מבחוץ 19

ואטומים מבפנים” 19

(ברייטער אין דרויסן און שמאָלער אינעווייניק),

ווי מפרשים 20

זיינען דאָס מבאר:

אַ פענסטער ווערט געבויט אַזוי,

אַז די פענסטער־עפענונג איז אינעווייניק ברייטער ווי אין דרויסן,

כדי די ליכטיקייט פון דרויסן זאָל זיך מתפשט זיין אויך אין די „צדדין" פון דעם חדר; אָבער די חלונות פון בית המקדש זיינען געווען פאַרקערט — „קצר מבפנים ומרחיב והולך לצד חוץ כדי שתהא אורה יוצא מהיכל שתאיר לעולם ” 21 ,

ווייל דער תפקיד פון אור המנורה איז — „עדות הוא לכל באי עולם כו׳”.

ד.

על דרך זה קען מען מבאר זיין בנוגע די גביעים:

דער בחיי 22

איז מבאר דעם רמז אין די גביעים פון דער מנורה: אַ גביע איז אַ „כלי שיש לו בית קיבול והוא משקה ומרוה”,

און דאָס איז אַ רמז אויף די „גלגלים שהם מקבלים כחות העליונים ומשפיעים כח בעולם השפל ”.

וואָס די הדגשה אין דעם איז - די השפעה 23

מעליון להשפל,

„משקה ומרוה”.

דער

( עיקר )

תפקיד פון אַ כוס באַשטייט ניט אין זיין אַ כלי קבול 24

- דאָס איז דער תפקיד פון אַ „חבית” וכיו"ב,

אין וועלכע מ׳האַלט מים,

יין וכו’.

אַ כוס אָבער איז אַ כלי דורך וועלכער די מים וכו' פון דער „חבית”

(אָדער „מעין” וכיו"ב)

קומט אָן און איז „משקה ומרוה” דעם אדם השותה 25 .

קומט אויס,

אַז דער ביאור הנ"ל פון בחיי איז מתאים מיטן מאמר רז"ל הנ"ל

(וועגן כללות ענין המנורה)

„לא לאורה אני צריך ..

(נאָר)

עדות הוא לכל באי עולם כו’" — אַז דער תפקיד פון אור המנורה איז

(ניט אינעם „ אני צריך" — „קיבול" — נאָר)

כדי צו באַלייכטן די וועלט

(שמבחוץ),

ובלשון הבחיי: צו משפיע זיין „בעולם השפל”.

ה.

עפ"ז יובן פאַרוואָס די גביעים במנורה זיינען אין אַן אופן פון פיהן למטה ושוליהן למעלה:

ווען די גביעים זיינען

(צייטווייליג)

צוליב דעם „קיבול”,

בשעת „אומר קידוש על הכוס” איז זייער מצב פיהן למעלה ושוליהן למטה

(וואָס דעמאָלט האַלטן זיי אויף אין זיך משקה 26 )

;

וויבאַלד אָבער אַז די גביעים שבמנורה איז לרמז אויפן ענין פון „משקה

ומרוה” — איז,

אדרבה: דער מצב זייערער להיפך פיו למטה ושוליו למעלה

(מען קערט איבער דעם כוס כדי די משקה זאָל זיך אויסגיסן פון אים).

ועד"ז בעניננו: וויבאַלד דער אור המנורה דאַרף באַלייכטן די „באי עולם” וועלכע זיינען למטה

(ברוחניות)

פון דעם מקדש

[אָדער בלשון הבחיי הנ"ל: ומשפיעים בעולם השפל ],

דעריבער,

איז מצב הגביעים שבמנורה פיהם למטה ושוליהם למעלה

(ע"ד ווי די חלונות המקדש זיינען „שקופים אטומים”,

היפך ווי חלונות הבית).

ו.

ע"פ הנ"ל קען מעז אויך מסביר זיין בעבודת האדם דעם רמז ולימוד וואָס די גביעים זיינען געווען דוקא „פיהן רחב ושוליהן קצר”:

וויבאַלד אַז די גביעים זיינען מרמז אויפן ענין פון „משקה ומרוה”,

איז מובן,

אַז דאָ פאָדערט זיך אַ „פה רחב ”.

ווען עס קומט צו משפיע זיין אויף אַ צווייטן אידן,

אָדער

(בכללות יותר —)

צו פאַרנעמען זיך מיט דער עבודה פון לעשות לו ית׳ דירה בתחתונים

(„עדות הוא לכל באי עולם")

— דאַרף דאָס געטאָן ווערן מיט דער גרעסטער רחבות,

ביז למעלה ממדידה והגבלה.

— דאַרף ער

(מקבל זיין)

זיך אָננעמען מיט די גרעסטע כחות,

פיו

(דורך וועלכן ער איז מקבל לתוכו איז)

רחב.

אויב ווען עס רעדט זיך וועגן זיך אַליין און ער האַלט גאָר בתחלת העבודה,

אָדער אפילו שפּעטער אָבער זיין עבודה איז

(מאיזה סיבה שתהי׳)

אַן עבודה מוגבלת 27

— איז זיין מצב : פיו למעלה,

אָבער ווען ס׳קומט צו דער עבודה פון טאָן מיט אַ צווייטן אידן,

ובפרט — צו דער עבודה פון מאַכן די וועלט פאַר אַ דירה לו ית׳ — מוז מען וויסן,

אַז דאָ מוז זיין למעלה מהגבלות,

ווערט דער רחב — כלפי

(המקבל ממנו — ה)

מטה.

[ע"ד ווי גערעדט אַמאָל בארוכה 28

וועגן דעם חילוק צווישן די תרומת האדנים

(ותרומת השקלים)

און תרומת המשכן:

תרומת האדנים

(והשקלים)

איז געווען באַגרענעצט צו אַ דבר מסויים

(כסף ומחצית השקל),

משא”כ תרומת המשכן האָט אין זיך כולל געווען אַלע סוגי הבריאה — דומם צומח און חי

(ובצירוף „איש ..

ידבנו לבו" 29

— מדבר)

ווייל תרומת האדנים

(והשקלים)

זיינען מרמז אויף

(דער הנחת האדנים ו)

התחלת העבודה פון אַ אידן,

וואָס עבודת תמידים

(איז)

כסדרם,

עבודה מסודרת — אָנהייבנדיג פון מודה אני און גיין מדרגא א׳ לשני׳ וכו’.

משא"כ תרומת המשכן איז מרמז אויף דער כללות העבודה פון לעשות לו מקדש ושכנתי בתוכם — דירה בתחתונים,

וואָס אין דעם זיינען ניטאָ קיינע הגבלות 30 ,

זי נעמט אַרום כל עניני העולם].

ז.

און דאָס איז דער רמז אין דעם וואָס אע"פ אַז „כל המצות” דאַרף מען טאָן „דרך גדילתן" דוקא — ווי עס ווערט געבראַכט לגבי

(און אָפּגעלערנט פון)

לולב ומיניו 13

— אעפ"כ זיינען די גביעים שבהמנורה היפך „דרך גדילתן”:

יעדער מצוה 31

ובפרט לולב ומיניו זיינען בדוגמת גאַנץ סדר ההשתלשלות — דאַרף עס זיין בכללות ב„סדר" וב„השתלשלות”,

„דרך גדילתן”;

און דערפאַר איז דער סדר הקיום פון מצוה 32

אין אַן אופן פון „דרך גדילתן”.

אויך די גביעים עצמם זיינען „שוליהם קצר ופיהם רחב" — ווען זיי ווערן אָבער אַ טייל פון דער מנורה

(מקשה)

און זייער ענין במנורה איז משקה ומרוה לשפל,

מאיר זיין בחוץ — איז עס פאַרבונדן מיט משנה זיין טבעו ורגילותו — ער דאַרף אַרויסגיין פון „זיך"; ובמילא זיינען

(די חלונות ביתו אין אַן אופן פון „שקופים אטומים”,

און)

די גביעים פיהם למטה ושוליהם למעלה — היפך „דרך גדילתן”,

און זיין עבודה והשפעה למטה איז פון אַ פה „ רחב " — למעלה ממדידה והגבלה.

ח.

עס איז פאַראַן נאָך אַ פרט אין דעם ציור הנ"ל פון דער מנורה שבגוף כתב יד הרמב"ם,

וואָס איז אַנדערש פון די ציורים הרגילים של המנורה — אַז די ששה קני המנורה ציען זיך אַרויף

(פון דעם קנה האמצעי)

אין אַ גלייכן אלכסון,

ניט ווי אין די ציורי המנורה הרגילים,

אַז זיי ציען זיך אַרויף ווי חצאי קשת.

און אע"פ אַז בנוגע דעם פרט,

וואָלט אפשר בדוחק הכי גדול געווען אַן אָרט צו זאָגן,

אַז דער רמב"ם האָט אַזוי מצייר געווען „להקל על הציור" — שטייט

אָבער בפירוש אין פירוש ר׳ אברהם בן הרמב"ם 33 ,

אַז די „ששה קנים ..

נמשכים מגופה של מנורה לצד ראשה ביושר כמו שצייר אותה אבא מרי ז"ל,

לא בעיגול כמו שצייר אותה זולתו”.

און אַזוי שטייט אויך אין פירוש רש"י על התורה 34

אַז די ששה קנים „ באלכסון נמשכים ועולין”.

קומט אויס,

אַז די ציורים הרגילים של המנורה זיינען ניט ווי דעת רש"י און ניט ווי דער רמב"ם האָט זיי מצייר געווען!

ט.

דער בעל משנת חסידים בספרו „מעשה חושב” 35

(על מלאכת המשכן)

שרייבט בפשטות אַז די ששה קנים זיינען געווען „נמשכין בעיגול ”.

און ער איז מבאר,

אַז אע"פ אַז פון פי׳ רש"י 34

איז מוכח אַז „לא היו בעיגול" — „אבל הרמב"ם בחבורו 36

לא הזכיר תיבת אלכסון אלא כתב 37

ונמשכים ועולים”,

און ער ברענגט וואָס דער בעל „חכמת המשכן” 38

שרייבט,

אַז פון דעם איז „נראה ..

שהיו עולים הקנים כמעט בעיגול”; און דער „מעשה חושב” איז מסיים: „והכי מסתברא דבהכי הם דומים לגלגלי הרקיע 39

כו׳ שכנגדם הם השבעה 40

נרות”.

אָבער לפענ"ד: וויבאַלד דער „מעשה חושב” שרייבט בפירוש,

אַז זיין יסוד צו

לערנען אַז „נמשכין בעיגול” איז פון סתימת לשון הרמב"ם בחיבורו

(„לא הזכיר תיבת אלכסון”),

וואָס דערפון איז „ נראה ..

שהיו עולים ..

כמעט בעיגול"

[און „הכי מסתברא כו׳”]

איז אָבער נאָכדעם ווי ס׳איז נתגלה געוואָרן גוף כתי"ק הרמב"ם בציור המנורה* 40

ועדותו של בן הרמב"ם בזה

[ובהדגשה אַז דאָס וואָס אביו האָט מצייר געווען „ ביושר ” איז מיט אויסדריקלעכער כוונה — דוקא אַזוי און „לא בעיגול כו׳”]

— איז בטל היסוד ובטל הבנין 41 .

ובמחכ"ת ולפענ"ד נראה ברור,

אַז אויב דער „מעשה חושב” ובעל חכמת המשכן וואָלטן געזען דעם ציור הרמב"ם און דעם פירוש פון ר׳ אברהם בן הרמב"ם,

וואָלטן אויך זיי געשריבן אַז ס׳איז ניטאָ קיין פלוגתא בזה ולכולי עלמא זיינען די קנים געווען „ביושר”

[ע"ד ווי דער אַלטער רבי שרייבט בשו"ע שלו 42 ,

אַז „הרבה מספרים הראשונים ז"ל לא יצאו לאור הדפוס עדיין בימי האחרונים ז"ל ..

ולזאת ודאי אין לסמוך כו׳”].

יו"ד.

ואם כנים הדברים,

איז מהנכון להחזיר עטרה ליושנה — אַז די אַלע וועלכע מאַכן ציורים פון דער מנורה

(בכדי צו לערנען ווי ס׳איז געווען דער

אויסזען פון דער מנורה שבמשכן ומקדש ),

זאָלן מצייר זיין די קני המנורה באלכסון,

כדעת רש"י

( פשוטו של מקרא )

והרמב"ם

(וע"פ הנ"ל — איז י"ל אַז במסקנא אין חולק בדבר 43 ).

ועד"ז די מוסדות חינוך וכיו"ב וועלכע זיינען מצייר אויף זייערע „גליונות" „בלאַנקען" וכיו"ב דעם ציור המנורה און זיי צייכענען די קני המנורה ווי חצאי קשת —

איז וויבאַלד די מטרה פון דעם ציור איז צו דינען אַלס דערמאָנונג אויף דער מנורה שבמשכן ובמקדש — איז כדאי וביותר אַז זיי זאָלן משנה זיין דעם ציור און מצייר זיין די קנים באלכסון 44 .

יא.

דערביי קומט דאָ צו נאָך אַן ענין:

דער ציור הרגיל פון דער מנורה

(אַז די ששת הקנים זיינען ווי חצאי קשת)

איז ע"פ השערה אַ נאָכמאַכונג פון דעם ציור המנורה וואָס ניט־אידן האָבן מצייר געווען ברומי ,

און אויף דער „נצחוןאַרקע"

(דעם „שער הנצחון")

פון טיטוס ימ"ש 45

!

ווען טיטוס הרשע האָט חרב געמאַכט דעם ביהמ"ק,

האָט ער געהייסן אַוועקצונעמען כלי המקדש און זיי ברענגען קיין רוים; און „לכבודו” פון דעם רשע האָט מען אין רוים געבויט אַ „שער נצחון” וואָס טראָגט זיין נאָמען: שער טיטוס.

אויף דעם שער האָט מען מצייר געווען ווי מ׳טראָגט די געפאַנגענע כלי המקדש ובתוכם די מנורה — און אין דעם ציור פון דער מנורה אויפן שער טיטוס זיינען די ששת הקנים ווי חצאי קשת.

וואָס נוסף אויף דעם אַז דער ציור המנורה אויף שער טיטוס איז כלל ניט מדויק 46

— איז דאָך דאָס געטאָן גע־

וואָרן,

כמובן,

כדי צו אַרויסברענגען די שליטה און הערשאַפט פון רוים איבער אידן ר"ל,

ביז אַז מ׳האָט דאָרט אויך אויסגעקריצט בכ"מ די ווערטער „יודעאַ קאַפטאַ”

(„יהודה

(אידן)

איז געפאַנגען”).

און עס זיינען געווען זמנים,

ווען מען פלעגט מכריח זיין אידן צו קומען צו דעם שער,

זיי זאָלן זען וואָס דאָרט איז געשריבן און געצייכנט,

בכדי צו דערנידעריקן וכו׳ וכו׳.

קומט אויס,

אַז דאָס מצייר זיין די קני המנורה ווי חצאי קשת

(ווי זיי זיינען מצוייר אויף שער טיטוס)

דאַרף אַרויסרופן אַ געוואַלד געשריי — נוסף וג"ז עיקר וואָס דאָס איז היפך רש"י והרמב"ם וכו׳ — אויך ווייל דאָס גיט אַ געוויסן הסכם וכו׳ ח"ו ור"ל צו דעם ציור אויפן שער טיטוס,

וואָס איז געמאַכט געוואָרן כדי צו מצער זיין אידן און זיי נידעריק מאַכן!

תמורת זה וואָס אַ ציור פון דער מנורה דאַרף דערמאָנען און מעורר זיין אַ אידן אַז זיין תפקיד איז צו זיין „לאור גוים" 47

— „עדות הוא לכל באי עולם שהשכינה שורה בישראל" 48

— ווערט די צורת המנורה געמאַכט באופן כזה וואָס דערמאָנט דעם היפך ממש — ווי רוים האָט מנצח געווען די אידן,

ר"ל!

יב.

ויהי רצון,

אַז בקרוב ממש זאָל קומען די גאולה האמתית והשלימה און מ׳וועט האָבן די מנורה כפשוטה ובשלי־

מותה 49

אין דעם בית המקדש השלישי,

און אַלע וועלן זען ווי די מנורה זעט אויס.

און משה ואהרן עמהם 50 ,

און מען וועט זען בעיני בשר,

ותחזנה עינינו — דעם קיום הציווי „דבר אל אהרן גו׳ בהעלותך את הנרות”,

צינדן די מנורה,

כפשוטה ממש ובמהרה בימינו ממש.

(משיחות ש"פ מטו"מ,

ש"פ דברים ואדר"ח אלול תשמ"ב)

Reader controls and commentary are loading.