א.
אויפן פסוק
(קרוב לסוף פרשתנו) 1
„ויכתוב משה את כל דברי ה׳” שטעלט זיך רש”י אויף די ווערטער „ויכתוב משה” און איז מפרש: „מבראשית ועד מתן תורה וכתב מצות שנצטוו במרה".
ווי גערעדט כמה פעמים,
איז רש”י בפירושו על התורה מפרש פשוטו של מקרא — דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז דער הכרח אין פשש”מ אַז משה האָט געשריבן אַלע ענינים „מבראשית ועד מתן תורה”
(אע”פ וואָס רובם איז בסגנון פון אַ סיפור און ניט בסגנון פון „דברי ה׳”)
און אויך „מצות שנצטוו במרה”,
און ניט אַ טייל פון דעם אַלעם,
אָדער אַנדערע „דברי ה׳” וכיו”ב?
נאָך מער: אין פסוק דאָ שטייט „ויכתוב משה את כל דברי ה׳ " — דער זעלבער לשון וואָס שטייט אין אַ פריערדיקן פסוק 2
„ויבא משה ויספר לעם את כל דברי ה׳ " — וואָס רש”י טייטשט דאָרט „את כל דברי ה׳ — מצות פרישה והגבלה”.
טאָ וואָס איז דער טעם לשנות דעם פירוש פון „ויכתוב משה את כל דברי ה׳” אין דעם פסוק,
פון דעם פירוש אין פריערדיקן פסוק?
אפילו מ׳זאָל לערנען אַז וויבאַלד אַז מצות פרישה והגבלה איז געווען אַז איין מאָליגער ענין
(אַלס הכנה צו מ”ת),
איז דערפאַר ניט מסתבר אַז
(נאָר)
אויף דעם באַציט זיך דער „ויכתוב משה”,
וואָס כתיבת משה ווייזט אויף אַן ענין וואָס איז נוגע אויף שפּעטער,
אָדער נאָכמער אַ קביעות לדורות — קען מען דאָך
לערנען,
אַז דער „ויכתוב משה” איז כולל,
צוזאַמען מיט מצות פרישה והגבלה,
אויך די אַלע דיבורים וואָס זיינען געקומען אַלס הקדמה צו מ”ת אָבער אויך נוגע אויף שפּעטער
[ווי
(דער בחיי 3
לערנט אַז „ויכתוב משה את כל דברי ה׳” מיינט)
„התנאים והי׳ 4
אם שמוע תשמעו בקולי ושמרתם את בריתי וגו׳” 5 ].
ב.
די תמיהה בזה איז נאָך גרעסער:
בדוגמא צו פירוש רש”י געפינט מען אין מכילתא 6
— אָבער רש”י איז משנה פון מכילתא,
באופן אַז דער פירוש פון רש”י איז דלא כמאן!
די מכילתא ברענגט דריי דיעות: „ר׳ יוסי ברבי אסי אומר מתחלת בראשית ועד כאן,
רבי אומר מצוות שנצטווה אדם הראשון ומצוות שנצטוו בני נח ומצוות שנצטוו במצרים ובמרה ושאר כל המצוות כולם,
רבי ישמעאל אומר בתחלת הענין מה הוא אומר ושבתה הארץ שבת לה׳ שש שנים תזרע שדך וגו׳ 7
שמטים ויובלות ברכות וקללות בסוף הענין מה הוא אומר אלה החוקים והמשפטים והתורות 8 ,
אמרו מקבלים אנו עלינו כו׳” —
רש"י איז אָבער מצרף די ערשטע צוויי דיעות צוזאַמען .
(אפילו אויב רש”י לערנט דעם פשט אין מכילתא,
אַז רבי איז ניט שולל די ערשטע דיעה,
נאָר ער קומט מוסיף זיין אויף איר,
אַז אין צוגאָב צו „מתחלת בראשית ועד כאן” זיינען אין דער כתיבה נכלל געוואָרן די „מצוות שנצטווה אדם הראשון כו׳” 9
— קען מען אָבער ניט זאָגן אַז דאָס איז דער מקור פון פירוש רש”י,
ווייל רבי רעכנט ניט נאָר די מצות שנצטוו במרה
(ווי רש”י זאָגט),
נאָר אַלע איבעריקע מצוות
(אויך די וואָס רש”י ברענגט ניט 10 .
נוסף לזה: ס׳איז בכלל שווער צו זאָגן,
אַז פירוש רש”י דאָ איז גענומען פון
(אָדער מיוסד אויף)
דער מכילתא — וואָרום די מכילתא איז מפרש ניט דעם פסוק „ויכתוב משה”,
נאָר דעם פסוק 11
„ויקח ספר הברית ויקרא באזני העם”,
און זאָגט „אבל לא שמענו מהיכן קרא באזניהם” — ד.
ה.
אין מכילתא רעדט זיך ניט וועגן דער כתיבה
(וואָס האָט משה געשריבן אין דעם ספר),
נאָר וועגן דעם וואָס משה האָט געלייענט
(פון אָט דעם ספר)
„באזני העם”.
במילא איז דערפון קיין ראי׳ ניט אויף „ויכתוב משה” — עס קען זיין אַז אין דער כתיבה האָט משה כולל געווען מערער ווי אין דער קריאה
(וכדיוק לשון המכילתא: „לא שמענו מהיכן
(אין דעם ספר)
קרא”).
ובכל אופן איז ניט מובן: פון וואַנען נעמט רש”י בפשוטו של מקרא אַז דער „ויכתוב משה” איז געווען „מבראשית ועד מתן תורה ..
מצות שנצטוו במרה”?
ג.
ווייטער,
אויפן פסוק 11
„ויקח ספר הברית ויקרא באזני העם” איז רש”י מפרש די ווערטער „ספר הברית” — „מבראשית ועד מ”ת ומצות שנצטוו במרה”.
דער טעם וואָס רש”י דאַרף דאָ בכלל זאָגן אַ פירוש אויף „ספר הברית”,
איז מובן,
ווייל פריער ווערט ניט דערמאָנט אַז דאָס וואָס משה האָט געשריבן איז געווען דער ספר הברית,
דאַרף רש”י אָפּטייטשן אַז היינו הך.
מען דאַרף אָבער פאַרשטיין: צוליב וואָס דאַרף רש”י איבערחזר׳ן דאָ די אַלע פרטים
(וואָס ער האָט שוין געזאָגט ביי „ויכתוב משה”)
„מבראשית ועד מתן תורה ומצות שנצטוו במרה”?
— ער האָט נאָר געדאַרפט זאָגן אַז דאָס איז דער ספר שכתב משה.
וע”ד לשון הרשב”ם דאָ: „ספר הברית — דכתיב למעלה ויכתוב משה וגו׳”.
לכאורה וואָלט מען געקענט זאָגן,
אַז רש”י דאַרף אויסרעכענען בפרטיות,
ווייל אין פסוק שטייט סתם „ויקח ספר הברית ויקרא באזני העם”,
עס שטייט אָבער ניט וואָס און וויפל משה האָט פאַר זיי געלייענט
(ובלשון המכילתא הנ”ל: „אבל לא שמענו מהיכן קרא”)
; דעריבער גיט רש”י צו וויסן,
אַז דאָס וואָס ער האָט געלייענט איז געווען „מבראשית ועד מתן תורה ומצוות שנצטוו במרה” — דעם גאַנצן ספר הברית.
אָבער מען קען אַזוי ניט איינלערנען,
ווייל לפ”ז וואָלט רש”י זיך געדאַרפט
שטעלן אויף די ווערטער „ ויקרא באזני העם” און דערויף זאָגן
(אַז „ויקרא” מיינט)
„מבראשית כו׳”; רש”י שטעלט זיך אָבער אויף די ווערטער „ספר הברית”,
און נאָך מער — ער איז אפילו ניט מוסיף „וגו׳”
(לרמז על המשך הכתוב)
; וואָס דערפון איז מובן,
אַז ער איז אויסן צו מפרש זיין
(ניט וואָס „ויקרא” נאָר)
וועלכן ספר דער פסוק מיינט מיט „ ספר הברית ”.
איז הדרא קושיא לדוכתא: צוליב וואָס חזר׳ט רש”י איבער זיין פירוש — בפרטיות?
ד.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם נאָך אַ דיוק אין לשון רש”י אין דעם פריערדיקן פירוש
(הנ”ל)
„ויכתוב משה — מבראשית ועד מתן תורה וכתב מצות שנצטוו במרה”.
דלכאורה איז דער וואָרט „וכתב” איבעריק; ער שטעלט זיך דאָך אויף „ויכתוב משה”,
וואָלט געווען גענוג בלויז דער ו׳ החיבור — „
(מבראשית ועד מ”ת)
ו מצות שנצטוו במרה”,
און מ׳וואָלט אַליין פאַרשטאַנען אַז דאָס אַלץ איז נכלל אין דעם „ויכתוב”?
איז דער ביאור בזה:
וועגן כללות הפרשה
(פון „ואל משה אמר עלה אל ה׳ גו׳”)
איז פאַראן אַ מחלוקת צווישן מפרשי התורה — ווען די פרשה איז געזאָגט געוואָרן און ווען עס זיינען פאָרגעקומען די אַלע מאורעות וועגן וועלכע די פרשה רעדט:
רש”י לערנט 12
אַז „פרשה זו נאמרה קודם עשרת הדברות ובד׳ בסיון נאמרה לו עלה”.
ד.
ה.
אַז אויך דער ויכתוב משה איז געווען ביום ד׳,
און אַנדערע
זאַכן,
ווי „ויבן מזבח וכו’”,
זיינען פאָרגעקומען ביום ה׳ בסיון 13 .
לדעת הרמב”ן 14
ועוד איז דאָס אַלץ פאָרגעקומען נאָך די עשרת הדברות,
נאָך מ”ת.
מצד דער מחלוקת אין דעם זמן,
ווען די פרשה איז געזאָגט געוואָרן,
קומט אויך אַרויס אַ שינוי אינעם פירוש פון דעם פסוק „ויבוא משה ויספר להם את כל דברי ה׳ ואת כל המשפטים”:
לויט רש”י מיינט „כל דברי ה׳”,
כנ”ל,
די „מצות פרישה והגבלה”,
און „ואת כל המשפטים” — די „ז׳ מצות שנצטוו בני נח ושבת וכבוד אב ואם ופרה אדומה ודינין שניתנו להם במרה” 15 .
ולדעת הרמב”ן 16
ועוד ווערט דערמיט
(„כל דברי ה'")
געמיינט דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט נאָך מ”ת — „אתם ראיתם כי מן השמים גו׳”,
און
(מיט „כל המשפטים” — )
גאַנץ פרשת משפטים ביז צו דער פרשה „ואל משה אמר גו׳”.
און אָט דער חילוק צווישן די צוויי דיעות ברענגט אויך אַ חילוק אין דעם תוכן פון דעם „ ברית ”:
ענינו פון אַ ברית איז צו פאַרשטאַרקן דעם קישור וחיבור צווישן די וועלכע זיינען זיר משתתף אין דעם ברית 17 ,
ובנדו”ד — אידן מיט תורה
(וואָס דורך דער תורה וואָס דער אויבערשטער האָט זיי געגעבן ווערן זיי פאַרבונדן אויך מיטן אויבערשטן) 18 .
לפ”ז איז מובן,
אַז לויט רש”י אַז דער ברית איז געווען פאַר מ”ת,
איז דער ברית אויף און דורך די ענינים וואָס דער אויבערשטער האָט געגעבן די אידן פאַר מ”ת,
ובפרט די וועלכע קענען שטאַרקן ביותר דעם
(פאַרבונד)
ברית,
ווי „כח מעשיו הגיד לעמו” — מבראשית ועד החודש הזה 19
און דער ברית איז געווען אַלס הכנה והקדמה צו מ”ת 20
(עשה”ד וכו׳)
; אָבער לדעת הרמב”ן ועוד — איז דער ברית געווען בעיקר פאַרבונדן מיט די דברות וציוויים וואָס דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט נאָך מתן תורה.
לפ”ז איז מובן אַז ווען דער פסוק זאָגט „ויכתוב משה” — די כתיבה פון דעם „ספר הברית”
(דעם ספר וואָס איז פאַרבונדן מיטן ברית,
ווי געזאָגט ווייטער אין דער פרשה)
— ווערט געמיינט לויט פרש”י,
אַז ער האָט געשריבן די „כל דברי ה׳” וואָס זיינען שוין
ביז דעמאָלט געזאָגט געוואָרן צו אידן,
דהיינו: „מבראשית ועד מ”ת” און די „מצוות שנצטוו במרה”.
וואָס די כתיבה איז געווען ניט
(בלויז)
צוליב דער שפּעטערדיקער קריאה „באזני העם”,
נאָר דאָס גופא איז
(אויך)
געווען אַ טייל פון דעם ברית: מיט דעם וואָס ער האָט עס פאַרשריבן האָט עס באַקומען אַ תוספת תוקף,
דאָס האָט די אידן מער מחייב געווען און פאַרבונדן אין דעם 21 .
ה.
עפ”ז יש לומר,
אַז דער טעם וואָס רש”י צעטיילט
(מיטן „וכתב”)
די ביידע ענינים „מבראשית ועד מ”ת” און „מצוות שנצטוו במרה”,
איז ווייל דאָס זיינען צוויי אופני כתיבה:
א)
„מבראשית ועד מ”ת”,
דער סיפור המאורעות כו׳ פון בריאת העולם ביזן זמן פון מ”ת,
האָט זיי
(רוב רובם)
משה דאָ פאַרשריבן בסגנון ובצורה ווי זיי זיינען כתובים בתורה לפנינו 22
(דמהיכא תיתי און פאַרוואָס זאָל ער משנה זיין,
וכדמשמע קצת פון ל׳ רש”י גופא: „ מבראשית ועד מ”ת”),
ובמילא איז דאָס אין גדר פון כתיבת פרשיות של תורה ;
ב)
„וכתב מצוות שנצטוו במרה”,
וואָס
דאָס זיינען די מצות פון „שבת כבוד או”א פרה אדומה ודינין”,
האָט ער דאָך ניט געקענט שרייבן
(לדוגמא)
באַ פרה אדומה „זאת חוקת התורה ” „ונתתם אותה אל אלעזר הכהן” ועוד.
איז מסתבר אַז משה האָט זיי פאַרשריבן ניט
(באופן ובנוסח ווי זיי זיינען שפּעטער פאַרשריבן געוואָרן)
אַלס פרשיות של תורה,
נאָר באופן וואָס גיט אַרויס דעם תוכן וענין המצוות
(וכלשון רש”י: וכתב מצות 23 ),
דאָ איז ניט געווען גדר כתיבת פרשיות של תורה ,
נאָר אַ גדר פון כתיבת מצות 24 .
און עד”ז איז דער אונטערשייד צי דער „ויכתוב משה” איז געווען פאַר מ”ת אָדער
(ווי די דיעות אַז ס׳איז געווען)
לאחר מ”ת.
לפני מתן תורה זיינען געווען צוויי ענינים: פרשיות התורה 25
און מצוות שנצטוו במרה,
ובמילא זיינען אויך אין „ויכתוב משה” געווען צוויי סוגי כתיבה,
כנ”ל — כתיבת פרשיות התורה און כתיבת מצות
(שנצטוו במרה)
ניט ווי זיי זיינען אַ חלק פון פרשיות התורה;
נאָך מתן תורה אָבער איז ניטאָ קיין טעם צו מאַכן אַ חילוק 26 ,
נאָר „ויכתוב” אַלעס אין זעלבן אופן — אויך די מצות
(משפטים)
זיינען געשריבן געוואָרן דורך משה אַלס פרשיות התורה
(וועלכע אַנטהאַלטן די מצות).
ו.
דערמיט ווערט פאַרשטאַנדיק דער טעם,
וואָס קומענדיק צום פסוק „ויקח ספר הברית”,
דאַרף רש”י מבאר און מפרש זיין וואָס דער „ספר הברית” איז:
היות מ׳האָט געלערנט פריער אַז משה האָט געשריבן צוויי באַזונדערע ענינים,
אין צוויי פאַרשידענע גדרי כתיבה — און דאָ שטייט „ספר הברית” לשון יחיד — דאַרף רש”י מפרש זיין אַז דער ספר הברית באַשטייט פון די זעלבע צוויי פאַרשידענע ענינים: „מבראשית ועד מ”ת ומצות שנצטוו במרה”; מיט דעם ווערט אויך אַרויסגעבראַכט אַז דער ברית מיט אידן איז געווען אויף ביידע ענינים:
א)
אויף תורה ולימודה,
וואָס דאָס איז געווען דורכן שרייבן „מבראשית ועד מ”ת”,
פרשיות התורה.
ב)
אויף קיום המצות 27
— דורך כתיבת ה„מצות שנצטוו במרה”.
און עפ”ז יומתק,
וואָס נאָכדעם ווי משה רבינו האָט געלייענט דעם ספר הברית „באזני העם”,
האָבן די אידן געזאָגט: „כל אשר דבר ה׳ נעשה ונשמע ” 28
:
„נעשה” — בקשר צו די „ מצות שנצטוו במרה”,
וואָס ער האָט געלייענט; און „נשמע” בהמשך צו קריאת הפרשיות „מבראשית ועד מ”ת” 29
— און דאָס איז געווען די הכנה והקדמה צום לימוד התורה וקיום המצות וואָס אידן האָבן אויף זיך מקבל געווען* 29
מכאן ולהבא; דורך דער קבלה כפולה ובאופן של „ ברית ”,
זיינען זיי געוואָרן ראוי צו מקבל זיין די תורה.
ז.
פון די ענינים מופלאים שבפירוש רש”י זה:
אין גמרא 30
איז דאָ אַ מחלוקת צווישן ר”י און ר”ל,
צי „תורה מגילה מגילה ניתנה”
(„כשנאמרה פרשה למשה הי׳ כותבה,
ולבסוף מ׳ שנה כשנגמרו כל הפרשיות חיברן בגידין ותפרן” — רש”י 31 ),
אָדער „תורה חתומה ניתנה”
(„לא נכתבה עד סוף מ׳ לאחר שנאמרו כל הפרשיות כולן והנאמרות לו בשנה ראשונה ושני׳ היו סדורות לו על פה עד שכתבן” — רש”י 32 ).
שטעלט זיך תוס׳ 33
אויף דעם מ”ד וואָס האַלט „תורה חתומה ניתנה” און פרעגט: „תימה דכתיב ויקח ספר הברית ויקרא באזני העם ופרש”י בפי׳ חומש
דהיינו מבראשית ועד כאן” 34 ,
און פאַרענטפערט: „ונראה לפרש דלא קאמר חתומה ניתנה שלא נכתבה עד לבסוף אלא שעל הסדר נכתבה דיש פרשיות שנאמרו תחילה לפני אותם הכתובים לפניהם ולא נכתבה עד שנאמר לו אותה שכתובה לפני׳ וכותב זאת אחרי׳”.
דער מהר”ל 35
איז מסביר,
אַז פרש”י בפרשתנו איז ניט בסתירה צום מ”ד תורה חתומה ניתנה
(אויך לדעת רש”י בפי׳ לש”ס,
אַז דאָס מיינט „לא נכתבה עד סוף מ׳”)
— ווייל דאָס איז געווען „צורך מצוה”,
און דעריבער איז „אין זה נתינת תורה נחשב רק לכרות ברית” 36 .
ע”פ הנ”ל יומתק: וואָרום עם היות אַז די כתיבה „מבראשית ועד מ”ת” איז גע־
ווען באופן הכתיבה פון פרשיות התורה,
איז דאָס אָבער פאָרט ניט אין גדר פון
(כתיבת)
פרשיות התורה,
נאָר אַ טייל פון „ספר הברית”,
וואָס האָט אויך אַנטהאַלטן די „מצות שנצטוו במרה” — און זייער שרייבן איז דאָך געווען אינגאַנצן אַנדערש פון דער כתיבה בפרשיות התורה און די ביידע סוגי כתיבה האָבן דאָך צוזאַמענגעשטעלט איין „ספר הברית”.
און דאָס וואָס תוס׳ פרעגט פון דעם פירוש רש”י — איז י”ל לדעת התוס׳: וויבאַלד אַז די פרשיות וואָס משה האָט געשריבן מבראשית ועד מ”ת זיינען ניט אַנדערש
(בצורתן ולשונן)
ווי די פרשיות הכתובות לאח”ז בתורה 37 ,
איז אע”פ אַז משה האָט אין „ספר הברית” צו זיי מצרף געווען אויך די מצוות שנצטוו במרה
(וואָס זיינען געשריבן געוואָרן ניט ווי פרשיות התורה),
איז דאָס אָבער ניט מבטל אָדער גורע פון דעם וואָס די פרשיות מבראשית ועד מ”ת זיינען אַן ענין פון כתיבת פרשיות התורה.
[ועפ”ז יומתק וואָס תוס׳ איז מעתיק פון לשון רש”י „מבראשית ועד כאן” 38
און דערמאָנט ניט דעם סיום לשון רש”י „מצות שנצטוו במרה” 39
— ווייל די
כתיבת מצות שנצטוו במרה האָט קיין שייכות ניט להשקו”ט אין תוס׳.
די קשיא איז נאָר פון „כתיבת בראשית ועד מ”ת”,
וואָס איז אַ גדר פון כתיבת פרשיות של תורה 40 ].
דעת רש”י איז אָבער,
אַז וויבאַלד ביידע עניני כתיבה זיינען געוואָרן איין „ספר הברית” — איז אפילו די פרשיות מבראשית ועד מ”ת זיינען ניט אַן ענין פון כתיבת פרשיות של תורה ,
נאָר — אַן ענין פון „ספר הברית”.
ח.
מיינה של תורה שבפירוש רש”י זה — י”ל:
אע”פ אַז כללות ענין הברית איז דער קישור והתחברות צווישן די וואָס זיינען כורת דעם ברית,
ובנדו”ד — די התחברות והתאחדות פון אויבערשטן מיט אידן,
איז אָבער דאָ אַ חילוק אין דעם תוכן הברית צי דער ברית איז געמאַכט געוואָרן לפני מ”ת,
אָדער לאחרי מ”ת:
ביז מ”ת איז געווען די גזירה אַז העליונים לא ירדו לתחתונים והתחתונים לא יעלו לעליונים 41 .
קומט אויס,
אַז דער ברית פון פאַר מ”ת איז נאָך אַלץ געווען פאַרבונדן מיט דעם גברא ניט מיט דער חפצא.
ויתרה מזו: עס האָט זיך טאַקע אויפגעטאָן דורך תורה ומצות
(דלפני מ”ת)
אַן עלי׳ און אַ חיבור מיט דעם אויבערשטן,
דאָס איז אָבער געווען אינעם אופן פון פאַר מ”ת — ניט
אַרויס פון גדר
(תחתון)
נברא 42 .
משא”כ לויט די דיעות אַז דער ברית איז געווען לאחרי מ”ת,
נאָכן א)
ביטול הגזירה,
ב)
ואני המתחיל,
ויתרה מזו ג)
דער חידוש פון „אנא נפשי כתבית יהבית” 43
— דער אויבערשטער האָט זיך אַליין כביכול אַריינגעגעבן לנצח ותמיד אין תורה 44 ,
איז אויך מובן,
אַז די התאחדות מיט תורה ובאופן של ברית האָט גע׳פּועל׳ט תכלית ושלימות העלי׳ בבחי׳ יציאה לגמרי פון גדר נברא.
ס׳איז אָבער דאָ אַן עילוי אין דער דיעה
(דעת רש”י)
אַז דער ברית איז געווען פאַר מ”ת — היות אַז זייענדיק אויך דעמאָלט
( פאַר מ”ת)
„קשורים ענובים תפוסים” 45
מיט בחי׳ התורה ווי זי איז אַראָפּגעקומען צו נבראים
( פאַר מ”ת)
און מיט בחי׳ האלקות שנמשך על ידה,
איז מובן,
אַז נאָך אַזאַ הכנה איז דער זיכוך ועליית הנבראים ביי מ”ת געווען נאָכמער בשלימות,
ובמילא זיינען זיי
געווען מצד מדריגתם ראוי מקבל זיין די תורה שלמעלה מגדר הנבראים.
משא”כ לויט די דיעות,
אַז דער ברית איז געווען לאחרי מ”ת,
איז בשעת מ”ת תורה געווען למעלה לגמרי פון מדריגתם וענינם און די נתינת התורה איז בעיקר געווען מצד למעלה 46 .
ט.
ועפ”ז יש לבאר דעם חילוק הנ”ל
(ס”ה)
— אַז לדעת רש”י זיינען אין דעם „ויכתוב” און אין דעם ברית געווען צוויי ענינים — תורה און מצות,
און לויט די אַנדערע דיעות איז דאָס איין ענין,
(אַ חלק פון)
תורה :
מצד גדר הנבראים הערט זיך התחלקות פון תורה און מצות,
ובמילא אויך אין דער קבלה פון אידן „נעשה” באַזונדער און „נשמע” באַזונדער.
אָבער מצד הבורא הערט זיך ניט קיין התחלקות.
פּונקט ווי דער אויבערשטער איז אחדות הפשוטה,
אַזוי זאָגט זיך עס אַרויס אויך אין תורה ווי זי איז מצד למעלה: אַלעס איז איין ענין פון תורה 47 .
(משיחת ש"פ משפטים תשמ"ב)