א.
בסוף פרשתנו,
ביי מלחמת עמלק,
שטעלט זיך רש"י אויף די ווערטער „וידי משה כבדים” 1 ,
און איז מפרש: „בשביל שנתעצל במצוה 2
ומנה אחר תחתיו נתייקרו ידיו” 3 .
דער פירוש בזה בפשטות איז: רש"י איז אויסן צו מסביר זיין,
אַז הגם פון דעם לשון „וידי משה כבדים" — לשון הווה — איז משמע,
אַז דאָס איז געווען ביי אים דאַמאָלס אַ מצב תמידי
(מצד זיין זקנה 4 ),
איז רש"י מפרש אַז דאָס איז ניט אַזוי,
נאָר ס׳איז דעמולט געשען צוליב אַ סיבה: „בשביל שנתעצל במצוה כו׳ 5
נתייקרו ידיו” 6 .
מען דאַרף אָבער פאַרשטיין:
אין פ׳ שמות 7 ,
אויפן פסוק „ויהי בדרך במלון וגו׳ ויבקש המיתו”,
איז רש"י מפרש „
(ויבקש המיתו)
למשה,
לפי שלא מל את אליעזר בנו,
ועל שנתרשל נענש עונש מיתה,
תניא א"ר יוסי,
ח"ו לא נתרשל אלא אמר כו׳ הקב"ה צוני כו’”.
וויבאַלד רש"י זאָגט ניט אויפן צווייטן פירוש אַז דאָס איז אַ דרש וכיו"ב
(ניט ממש פשוטו של מקרא) 8 ,
איז פאַרשטאַנדיק,
אַז אויך ע"פ פשוטו של מקרא מאָנט זיך נאָך אַ פירוש צו באַוואָרענען אַז „ ח"ו לא נתרשל" — היינט פאַרוואָס זאָגט רש"י דאָ בפשיטות,
אַז „נתעצל במצוה” און איז דערפאַר נענש געוואָרן,
און ברענגט אפילו ניט אַ צווייטן פירוש,
וואָס זאָל שולל זיין דעם ענין פון עצלות ביי משה׳ן?
נאָך מער: אויך לויטן ערשטן פירוש אין רש"י
(דאָרט)
איז ניט מובן: וויבאַלד אַז משה איז שוין נענש געוואָרן אויף אַן ענין פון התרשלות במצוה — איז דאָך מובן ופשוט,
אַז פון דאַן אָן איז משה געווען זהיר אַז ביי אים זאָל ניט זיין ח"ו קיין ענין פון התרשלות במצוה.
היינט ווי אַזוי איז דאָ
(רש"י מפרש אַז עס איז)
געווען באַ משה׳ן אַן ענין פון „נתעצל במצוה" 9 ?
ב.
אין מדרשי חז"ל זיינען דאָ אויך אַנדערע טעמים פאַרוואָס „כבדו ידיו”:
א)
אין תרגום יונתן 10
שטייט אַז דאָס איז דערפאַר וואָס ער האָט אָפּגעלייגט די מלחמה אויף „מחר" „ולא אזדרז ביומא ההוא” 11 .
ב)
נאָך אַ טעם שטייט 12
: „יקרו ידיו של משה משום עונותיהם של ישראל שאמרו 13
היש ה׳ גו׳”.
דאָס וואָס רש"י ברענגט ניט דעם ערשטן טעם
(עכ"פ אַלס פירוש שני),
איז מובן,
ווייל
(אע"פ אַז בתוכנו איז עס ווי דער טעם וואָס רש"י זאָגט בפירושו — אַן ענין פון היפך הזריזות באַ משה’ן; אָבער)
דער טעם איז ניט מסתבר אין פשוטו של מקרא — אַז מצד עצלות האָט זיך די זאַך ניט געטאָן ביז מחר!
ס׳איז אָבער ניט מובן,
פאַרוואָס לערנט דאָ רש"י ניט דעם טעם „מפני עונותיהם של ישראל”,
וואָס לויט דעם איז ניט „נתעצל משה” 14 ?
ובפרט אַז בנדו"ד איז „עונותיהם של ישראל" ניט קיין חידוש — דאָס איז שוין געזאָגט געוואָרן פריער אין פירוש רש"י 15 ,
אַז די גאַנצע סיבה פון מלחמת עמלק איז דאָס וואָס די אידן האָבן געזאָגט „היש ה׳ בקרבנו”;
איז דאָך מער מתאים צו לערנען
(עכ"פ אַלס צווייטער פירוש)
אַז „וידי משה כבדים” איז צוליב „עונותיהם של ישראל”,
וואָס וועגן דעם האָט שוין די תורה דערציילט,
איידער צו מוסיף זיין אַז דאָס איז צוליב אַן ענין פון „נתעצל” באַ משה 16 .
ג.
די שוועריקייט אין פירוש רש"י
(אַז נתעצל
(משה)
במצוה ומנה אחר תחתיו)
ווערט נאָך גרעסער 17
:
אין פ׳ פינחס 18 ,
אויף דעם וואָס משה האָט געבעטן ביים אויבערשטן „יפקוד ה׳ ..
איש על העדה אשר יצא לפניהם גו׳”,
איז רש"י מפרש 19
: „לא כדרך מלכי האומות שיושבים בבתיהם ומשלחין את חיילותיהם למלחמה אלא כמו שעשיתי אני שנלחמתי בסיחון ועוג”.
דאָס הייסט,
אַז ביי משה׳ן איז געווען קלאָר,
אַז אַ „איש על העדה” דאַרף אַליין אַרויסגיין למלחמה; און נאָכמער,
משה ברענגט אַלס ביישפיל אין דעם זיין אייגענע הנהגה בפועל — „כמו שעשיתי אני שנלחמתי בסיחון ועוג”
(כאָטש דאָס איז געווען בסוף ימיו)
— איז דאָך תמוה ביותר: ווי קומט עס וואָס זייענדיק דער „איש על העדה” און מיט אַרום פערציג יאָר אינגער ביי מלחמת עמלק איז „נתעצל” משה?
!
איז פון דעם גופא מוכח,
אַז דער ענין פון „נתעצל” ביי מלחמת עמלק איז ניט קיין סתירה דערצו וואָס אַן „איש על העדה” דאַרף אַליין גיין במלחמות,
און צו דעם וואָס משה אַליין האָט זיך אַזוי געפירט ביי מלחמת סיחון ועוג.
ד.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם הדיוק אין לשון פון פירוש רש"י דאָ,
וואו ער איז משנה פונעם לשון וואָס ער זאָגט בפירושו בפ׳ שמות הנ"ל: א)
דאָרט זאָגט רש"י „שנתרשל",
און דאָ — „שנתעצל”.
ב)
בפירושו בפ׳ שמות שטייט „שנתרשל” סתם,
ובפירושו דאָ — „שנתעצל במצוה ”.
דער חילוק צווישן רשלנות און עצלות איז 20
: רשלנות מיינט אַלגעמיינע אָפּגעלאָזנקייט,
וואָס איז גורם אַז מ׳לייגט אָפּ צו טאָן עפּעס וואָס 21
; עצלנות איז אַ פוילקייט בנוגע 22
אַ פרטיות׳דיקער פעולה
(טאָן,
גיין,
אויפשטיין פון שלאָף וכיו"ב) 23 ,
ובמילא פעלט די זריזות הדרושה.
בנדו"ד אָבער איז עס ביי משה׳ן ניט געווען קיין עצלות סתם ח"ו,
נאָר „שנתעצל במצוה " — לגבי דער מצוה וועגן וועלכער עס רעדט זיך דאָ,
הייסט דאָס אַן ענין פון עצלות,
כדלקמן.
ה.
דער ביאור בזה:
די סיבה וואָס משה איז ניט געגאַנגען אין דער מלחמה איז,
ע"פ פש"מ,
ניט געווען אַן ענין פון רשלנות אָדער
(אפילו)
עצלות ח"ו 24 ,
נאָר ווייל ער האָט
געהאַלטן אַז ער איז ניט מתאים
(— בן שמונים שנה 25 )
צו זיין אַ יוצא צבא.
און נאָכמער: גיין בראש פון די אנשי צבא און אָנפירן במלחמה איז מתאים פאַר די וואָס זיינען אין דעם גיל פון יוצאי צבא 26 ,
וואָס ע"פ תורה איז דאָס פון בן עשרים ביז בן ששים 27 .
און אע"פ אַז מ׳געפינט אַז משה רבינו האָט אין יענעם זמן דורכגעפירט די אַלע אותות ומופתים,
וואָס אַ סך פון זיי זיינען געווען פאַרבונדן מיט כח וגבורה כו׳ 28
; נאָכמער: אין דער מלחמה מיט סיחון ועוג איז משה רבינו אַליין געגאַנגען בראש פון די אנשי הצבא,
אַרויסווייזנדיק
(ווי אָנגעדייטעט אין פירש”י 29 )
אויסערגעוויינלעכע גבורה — און דאָס,
זייענדיק שוין אין אַ גיל קרוב צו מאה ועשרים שנה 30
— איז
אָבער דאָ געווען אינגאַנצן אַן אַנדער מצב:
די הנהגה פון דעם אויבערשטן מיט אידן ביז צו דער מלחמה מיט עמלק איז געווען ניט ע"פ טבע,
נאָר באופן נסי — אָנהויבנדיק פון די אותות ומופתים במצרים,
יציאת מצרים און קריעת ים סוף שלאח"ז,
און דערנאָך די ירידת המן והשלו,
וואָס זיינען געקומען באופן נסי מן השמים און האָבן געשפּייזט אַלע אידן.
קומענדיק אָבער אין רפידים,
וואו אידן האָבן געזאָגט „היש ה׳ בקרבנו אם אין”,
איז דעם אויבערשטנס הנהגה מיט אידן ניט געווען אינעם אופן פון נסים גלוים,
נאָר,
ווי רש"י זאָגט בתחלת פרשת עמלק,
אַז „סמך פרשה זו למקרא זה לומר תמיד אני ביניכם ומזומן לכל צרכיכם ואתם אומרים היש ה׳ בקרבנו כו׳ חייכם שהכלב בא כו׳”,
און ווי דער לשון אין משל וואָס רש"י פירט אויס „השליכו מעליו כו׳”.
ד.
ה.
די סיבה פון מלחמת עמלק איז געווען דער הסתר פנים פון דעם אויבערשטן.
און וויבאַלד אַז אידן זיינען דעמולט געווען אין אַ מצב
(ניט ווי פריער נאָר — )
פון הסתר פנים און היפך הנהגה נסית,
דעריבער האָט זיך געפאָדערט,
אַז בהתאם לזה דאַרף אויך די מלחמה געפירט ווערן אין אַ סדר פון אַ מלחמה טבעית 31
— אַז באַ די יוצאי צבא
זאָל זיין בחר 32 ,
ובפרט די עומדים בראש הצבא,
כולל אויך זיין אין דעם גיל הגבורה,
מבן עשרים עד בן ששים.
משא"כ באַ מלחמת סיחון ועוג,
וואָס די מלחמה איז געווען למעלה מן הטבע,
ווי דער אויבערשטער האָט געזאָגט מפורש צו משה׳ן 33
„אל תירא אותו כי בידך נתתי אותו ואת כל עמו ואת ארצו ועשית לו כאשר עשית לסיחון מלך האמורי גו׳" —
אין אַ מלחמה פון „נתתי” זיינען ניט נוגע דרכי והנהגת הטבע 34 .
ו.
זאת ועוד: דאָס וואָס משה האָט זיך ניט משתתף געווען אין דער מלחמה
(בעמלק)
איז ניט בלויז געווען אַן ענין פון העדר און שלילה — וויבאַלד דאָס איז געווען אַ מלחמה געפירט לויט גדרי הטבע,
דאַרף זי געפירט ווערן דורך יהושע,
און ער,
משה,
דאַרף ניט גיין במלחמה — נאָר אין דעם איז אויך געווען אַן ענין חיובי.
אין אַ מלחמה וואָס פירט זיך בדרך הטבע פאָדערן זיך צוויי ענינים: א)
די השתדלות ופעולה טבעית אינעם פירן די מלחמה,
וואָס דאָס איז דורך די וואָס זיינען שייך דערצו — גבורים; ב)
די נתינת כח וסיוע פון דעם אויבערשטן אין דער מלחמה.
וואָרום ס׳איז מובן,
אויך בפשוטו של מקרא,
אַז אפילו אין דער הנהגה ווי זי איז ע"פ טבע,
מוז מען האָבן אַן עזר וסיוע פון דעם אויבערשטן.
[עפ"ז איז מובן וואָס רש"י טייטשט
אויף „בחר לנו אנשים" 35
— „גבורים ויראי חטא שתהא זכותן מסייעתן”
(כאָטש אַז אין מכילתא לפנינו זיינען עס צוויי 36
באַזונדערע מ"ד 37 )
- ווייל אין דער מלחמה האָבן זיך ע"פ פשש"מ געפאָדערט ביידע ענינים: „גבורים" פאַר דער מלחמה בגשמיות,
און „יראי חטא” זיי זאָלן האָבן דעם סיוע פון דעם אויבערשטן 38 ].
און די צוויי ענינים זיינען געווען אין דער מלחמה בעמלק: א)
גבורה גשמית און כח טבעי,
וואָס דאָס איז פאַרבונדן מיט גבורי חייל פון אַ יונגן גיל — אָנגעפירט דורך יהושע
(און ניט דורך משה)
; ב)
התפלה אויף דעם עזר וסיוע מלמעלה,
אַז אידן זאָלן מנצח זיין אין דער מלחמה טבעית — און אין דעם איז מובן ופשוט אַז משה איז אַממערסטן מתאים וראוי לזה.
און דאָס האָט משה געזאָגט צו יהושע׳ן „בחר לנו אנשים וצא הלחם בעמלק מחר אנכי נצב על ראש הגבעה ומטה האלקים בידי”: באַוואָרנט און מדגיש געווען ביידע פרטים וואָס דאַרפן זיין אין דער מלחמה: צו פירן די
מלחמה בפועל,
וואָס אויף דעם האָט ער באַשטימט יהושע׳ן: „צא הלחם בעמלק”; און די תפלה אל הקב"ה,
וואָס דאָס האָט משה גענומען אויף זיך: „אנכי נצב על ראש הגבעה ומטה האלקים גו׳” 39 ,
וואָס על ראש הגבעה,
איז ער געווען שרוי בתענית
(ווי רש"י איז מפרש אויף „ומשה אהרן וחור” 40
: „מכאן לתענית שצריכים שלשה לעבור לפני התיבה,
שבתענית היו שרויים”),
„ויהי ידיו אמונה”,
„פרושות השמים בתפלה “ 41 .
און מצד דעם
(קומט נאָך צו אין דער סברא פון משה׳ס ניט גיין אין דער מלחמה)
:
(א)
שרוי בתענית און אָפּגעשוואַכט — איז ניט מתאים צו גיין במלחמה 42
;
(ב)
זייענדיק „ בראש
הגבעה ” מיטן מטה האלקים ובהרמת ידיו,
האָבן אים אידן געקענט זען און דורכדעם געהאַט תוס׳ כח ועוז אין דער מלחמה 43 .
ז.
אע"פ אַז משה איז ניט געגאַנגען במלחמה דערפאַר וואָס אַזוי דאַרף זיין
די הנהגה אין דער מלחמה,
פונדעסטוועגן איז „נתייקרו ידיו” און רש"י זאָגט דעם טעם „בשביל שנתעצל במצוה ומנה אחר תחתיו”:
וויבאַלד עס רעדט זיך וועגן אַ ציווי פון דעם אויבערשטן,
האָט משה ניט געדאַרפט מאַכן חשבונות,
נאָר אַרויסגיין מלחמה האַלטן מיט עמלק׳ן,
איי,
מ׳דאַרף תפלה טאָן — און משה איז דער וואָס איז מתאים לזה — האָט ער געקענט מיטנעמען אין דער מלחמה דעם מטה האלקים און דאָרט,
אויפן שדה המערכה,
מתפלל זיין אַ תפלה קצרה 44 .
און ווי מ׳האָט שוין געלערנט פריער באַ קריעת ים סוף,
אַז בשעת אידן זיינען געווען אין זייער אַ ענגן מצב — די מצרים זיינען געווען „לאחוריהם” און דער ים „לפניהם" — און משה האָט זיך געשטעלט מתפלל זיין,
האָט דער אויבערשטער ביי אים געמאָנט 45
„מה תצעק אלי דבר אל בנ"י ויסעו”,
ווי רש"י איז מפרש „אמר לו הקב"ה לא עת עתה להאריך בתפלה שישראל נתונין בצרה”.
און דעריבער,
כאָטש משה האָט געהאַט די טעמים פאַרוואָס ער אַליין איז ניט געגאַנגען במלחמה 46 ,
און די חשבונות זיינען געווען
(ניט צוליב זיך,
נאָר ווי עס איז מתאים לטובת המלחמה
ונצחונה — אַז ער זאָל זיין שרוי בתענית און מתפלל זיין בראש הגבעה,
כנ"ל בארוכה; און דערצו נאָך האָט ער באַוואָרנט און „מנה אחר תחתיו " — שלוחו של אדם כמותו 47
— וואָס אין אַן אַנדער פאַל וואָלט דאָס געווען אַ הנהגה מתאימה פאַר משה רבינו —
אעפ"כ,
וויבאַלד אַז דאָ רעדט זיך וועגן אַ ציווי ה׳,
ווערט משה׳ס הנהגה גערעכנט 48
אַלס אַן ענין פון „נתעצל
(לגבי דעם אופן ההנהגה וואָס פאָדערט זיך) 49
במצוה " — די גרייטקייט און זריזות 50
צו טאָן אַ מצוה 51 .
און מהאי טעמא איז זיין עונש געווען „מדה כנגד מדה" 52 ,
„נתייקרו ידיו" — אַז ס׳איז אים געווען שווער אויך דאָס וואָס ער האָט יע געטאָן אַלס השתתפות במלחמה,
דאָס וואָס „ידיו פרושות השמים בתפלה” 53 .
ח.
ויש להוסיף בזה:
באַ משה׳ן איז אויך ניט געווען שייך ח"ו אַן ענין פון חשבונות בשעת ער האָט אַ ציווי ה׳ — אָבער בנידון דידן געפינט מען ניט אין פסוק אַז דער אָנזאָג „צא הלחם בעמלק” איז געווען אַ ציווי מפורש 54
פון אויבער־
שטען 55
; ולכן י"ל אַז ווען עס וואָלט געווען אַזאַ ציווי וואָלט משה אַליין גלייך מקיים געווען דעם ציווי 56 .
וויבאַלד אַז אַ ציווי פון דעם אויבערשטן אויף דעם איז ניט געווען,
נאָר משה רבינו,
רועה ישראל,
האָט דאָס געטאָן ווי אַ דבר המובן מאליו: בשעת גוים פאַלן אָן אויף אידן,
דאַרף מען אַרויסגיין 57
למלחמה להגן על ישראל 58
(וי"ל אַז אויך לפי המסקנא אַז עמלק האָט געקענט מלחמה האָבן נאָר מיט די „נחשלים אחריך”,
מיט די אידן וואָס
זיינען געווען מחוץ לענן 59 ,
האָט משה רבינו געהאַלטן,
אַז מען דאַרף באַלד אַרויסגיין פאַרטיידיקן די אידן,
וועלכע אידן זיי זאָלן נאָר זיין,
און ווי עס איז געווען הנהגת משה נאָך זייענדיק אין מצרים אַז גלייך נאָך דעם ווי „ויגדל משה ויצא אל אחיו”,
איז ווי נאָר „וירא איש מצרי מכה איש עברי מאחיו” האָט זיך משה רבינו ניט גערעכנט מיט דער דרגא פון דעם איש עברי,
נאָר — „ויך את המצרי” 60 ).
און דעריבער,
וויבאַלד משה האָט דאָס געטאָן ווי אַ דבר המובן מעצמו
(ניט אַלס קיום פון אַ ציווי מפורש מה׳)
האָט ער אָנגענומען אַז דאָ פאָדערט זיך ניט אַ סדר הנהגה אָן חשבונות אַזוי ווי ביי אַ ציווי מפורש.
באַ דעם אויבערשטן אָבער האָט זיך דאָס גערעכנט אַלס אַן ענין פון „נתעצל במצוה “ 61 ,
וואָרום ווען גוים קומען מלחמה האָבן מיט אידן,
איז דאָס
(אפילו פאַר מתן תורה)
אַ מצוה — און אַ מצוה הכי גדולה — צו אַרויסגיין במלחמה להגן על ישראל — און עס דאַרף געטאָן ווערן אָן קיין איבערטראַכטונגען און אויסרעכענוגען
(הגם בנדו"ד איז ניט געווען דערויף אַ ציווי פון אויבערשטן).
ט.
פון דעם פירוש רש"י איז דאָ אַ הוראה נפלאה אין עבודת האדם:
ס׳איז מובן אַז דאָס וואָס יעדער ענין
און פרט אין תורה איז אַ הוראה נצחית 62
בכל הזמנים ובכל המקומות,
איז דאָס באופן מיוחד,
ביתר שאת וביתר עז,
אין דעם ענין פון מלחמת עמלק; און ווי דאָס דריקט זיך אויס בכמה ענינים,
ומהם:
א)
ס׳איז אַ ציווי מפורש 63
„כתוב זאת זכרו ן בספר”,
ד.
ה.
אַז דער עילוי ומעלה פון אַ זכרון בכתב ,
מצד דעם וואָס „דכל שכתוב בתורה הדבר הוי נצחי” 64 ,
איז דאָס באַ מלחמת עמלק ביתר תוקף ועילוי,
וויבאַלד ס׳איז דאָ אויף דעם אַ ציווי מיוחד.
ב)
אין דיבור ה׳ גופא ווערט אָנגעזאָגט 65
מיט אַ הדגשה אויף דעם ענין של תמידי ונצחי — „מלחמה לה׳ בעמלק מדור דור”;
ביז אַז דער ענין הנצחיות שבמלחמה זו זאָגט זיך אַרויס אין אַ ציווי כפשוטו: ס׳איז אַ מ"ע מן התורה „לזכור תמיד מעשיו הרעים” 66 ,
און ס׳איז אַ מצוה לזכור מעשה עמלק בכל יום
(לכמה דעות 67 ).
פון דעם איז מובן,
אַז ניט בלויז דער תוכן פון מלחמת עמלק איז אַן ענין נצחי
(בעבודה רוחנית),
נאָר אויך דער אופן המלחמה — ווי די מלחמה דאַרף געפירט ווערן — איז אַ הוראה נצחית.
און נאָכמער איז עס נוגע אין דעם זמן פון עקבתא דמשיחא,
ווי עס שטייט אין תרגום יונתן בפי׳ „מלחמה לה׳ בעמלק מדור דור”,
אַז איינער פון די
(דריי כללות׳דיקע)
דורות
(פון מחיית עמלק)
איז „דרא דעקבתא דמשיחא”.
י.
וועט מען דאָס פאַרשטיין דורך באַוואָרענען נאָך אַ שאלה כללית אין דעם ענין:
צוליב וואָס בכלל דערציילט תורה אַז „וידי משה כבדים”,
אַז נתעצל משה?
ס׳איז דאָך אַ כלל אַז אפילו בגנות בהמה טמאה לא דבר הכתוב 68 ,
ועאכו"כ וועגן בני אדם,
ובפרט בני ישראל,
ובפרטי פרטיות — משה רבינו,
הנבחר מכל מין האדם 69
!
פון דעם גופא איז מובן,
אַז אויך דאָס איז אַ הוראה נצחית אין דער מלחמה רוחנית מיט עמלק שבכל דור ודור.
דער ביאור בזה:
עמלק האָט במלחמתו געקענט פוגע זיין נאָר די אידן ביי וועמען ס׳איז געווען אַ חלישות אין אמונת ה׳; און,
כנ"ל,
ווי עס שטייט אין פסוק
(אין פ׳ תצא)
„ויזנב בך
(נאָר)
כל הנחשלים אחריך”,
וואָס דאָס מיינט,
ווי רש"י טייטשט „חסרים כח מחמת חטאם שהי׳ הענן פולטן”,
נאָר די וואָס זיינען געווען מחוץ להענן.
אָבער די אידן וואָס האָבן זיך געפונען אינעווייניק,
זיי האָט עמלק ניט געקענט אָנרירן.
און דער תוכן און ענין דערפון
(ברוחניות)
איז בכל הדורות.
רובם ככולם פון בני ישראל געפינען
זיך „בתוך הענן" — אין גבול און „אינווייניג" פון תורה ומצות,
ובכלל — פאַרבונדן מיטן אויבערשטן,
יעדערער לפי מעמדו ומצבו,
און דער „ענן" — תורה ומצוות — איז מגין אויף אידן פון אַלע 70
רוחות זרות,
וואָס בלאָזן פון חוץ לתחום הקדושה,
ובפרט פון „עמלק” וואָס בריינגט קרירות „אשר קרך” 71
אין עניני יהדות 72 .
עס זיינען דאָ אידן,
וואָס מסיבות שונות זיינען זיי ניט בתוך הענן — זייער סדר החיים איז לע"ע נאָך ניט אינגאַנצן בהתאמה צו די הוראות התורה און דערפאַר קען עמלק
(בגימ׳ ספק 73 )
האָבן אַ צוטריט צו זיי און אַריינוואַרפן אין זיי ספיקות וכו׳ אין אמונה ביכולת ה׳ און קרירות
(„אשר קרך”)
אין עניני קדושה כו’.
קען דעריבער געמאָלט זיין,
אַז אַזאַ איד וואָס געפינט זיך „בתוך הענן” זאָל טראַכטן באַ זיך: וואָס פאַר אַ שייכות האָב איך מיט די וואָס געפינען זיך מחוץ פון דעם ענן,
ער רעכנט,
אַז יענע אידן האָבן ניט קיין שייכות צו אים.
בשלמא די וואָס זיינען „בתוך הענן”,
זיי לערנען תורה און זיינען מקיים מצות,
נאָר עס פעלט זיי אין דער שלימות שבזה; אָדער אפילו אַן איש פשוט,
וואָס איז אין דער דרגא פון „חוטב עציך ..
שואב מימיך" 74
— איז אין הכי נמי,
אַז פאַר אים,
זייענדיק פון
די „ראשיכם שבטיכם”,
איז דאָס
(לפי „דעתו”)
אַ ירידה האָבן צו טאָן מיט אַזאַ אידן און אים אַרויסהעלפן אין זיין מצב,
אָבער אעפ"כ טוט ער דאָס,
וויבאַלד אַז סו"ס רעדט זיך דאָס וועגן איינעם וואָס געפינט זיך מיט אים אין איינעם „בתוך הענן”.
אָבער וואָס פאַר אַ שייכות האָט ער — טענה׳ט ער — צו דעם וואָס געפינט זיך „מחוץ להענן” ר"ל! מיט אים וויל ער ניט האָבן צו טאָן .
לכל היותר וועט ער מוסיף זיין לזכותו בלימוד התורה אָדער אין עבודת התפלה וכיו"ב.
אָבער „צא הלחם” אַרויסצוגיין פון די כותלי בית המדרש אָדער פון די כותלי בית הכנסת און זיך אַוועקלאָזן זוכן אַ צווייטן אידן אין אַ סביבה וואָס איז „מחוץ להענן”,
אַ מקום וואו ס׳איז ניט קיין מקום פון יראת שמים — דאָס האָט לכאורה גאָר קיין אָרט ניט.
ווער רעדט נאָך אויב ער איז אין אַ דרגא פון „תורתו אומנתו”
(אויף וויפל דאָס איז שייך בזמן הזה 75 )
- איז זיין סברא און טעם השלילה נאָך גרעסער און שטאַרקער: הייתכן צו מפסיק זיין פון אַזאַ אופן אין לימוד התורה?
! אַרויסגיין צו די וואָס זיינען מחוץ לענן בכדי צו מגין זיין אויף זיי פון די „עמלק׳ס”,
שטאַרקן זיי אין זייער אמונה,
דערווייטערן זיי פון אַ חטא און באַווירקן זיי צו מקיים זיין נאָך אַ מצוה.
אויף דעם האָט מען די הוראה 76
פון
דער ערשטער מלחמה באַ אידן אַרויסגייענדיק פון מצרים — מלחמת עמלק — אַ הוראה אין דעם אַלעם:
בשעת עמלק קומט און פאַרטשעפּעט זיך מיט אַ אידן וואָס געפינט זיך מחוץ לענן,
אפילו אויב זיין געפינען זיך דאָרט איז באשמתו פון דעם אידן,
כנ"ל מחמת חטאים,
דאַרפן די אידן וואָס געפינען זיך בתוך הענן אַרויסקומען פון דאָרט בכדי צו מגין זיין אויף דעם אידן אין זיין מלחמה געגן עמלק׳ן.
ואדרבה: ווער דאַרפן זיין בעיקר 77
די וואָס דאַרפן אַרויס צו באַשיצן אידן פון עמלק?
— די „יראי חטא”,
וואָס דוקא זיי האָבן דעם כח צו לוחם זיין מלחמת עמלק; און דער עומד בראש המלחמה איז יהושע,
וועמען מ׳האָט אָנגעזאָגט „בחר לנו אנשים וצא
(מן הענן)
הלחם בעמלק" — וואָס יהושע איז געווען „ לא ימיש מתוך האוהל “ 78 ,
תורתו אומנתו,
און ער האָט געדאַרפט אָנפירן די מלחמה.
און די תורה איז מוסיף נאָכמער,
אַז אפילו משה,
וואָס ער האָט בעצם ובפנימיות אָנגעפירט די גאַנצע מלחמה — ער האָט ממנה געווען יהושע׳ן אַלס שלוחו צו פירן די מלחמה און ער האָט אַליין געפירט די מלחמה ברוחניות בתפלתו,
„ויהי ידיו אמונה עד בוא השמש”,
ער איז דעם גאַנצן טאָג געווען „שרוי בתענית” און איז געשטאַנען
„בידיו פרושות השמים בתפלה”,
און ער האָט דורכדעם געפּועל׳ט דעם „וגבר ישראל" — האָט אָבער,
טראָץ דעם אַלעם
(נוסף עכ"ז),
אַליין געדאַרפט אַרויסגיין און זיך משתתף זיין אין דער מלחמה ממש פשוטו כמשמעה!
ומזה איז די הוראה אויך צו אַ גדול: עס איז ניט גענוג השתתפות רוחנית אין דער מלחמה בעמלק בכל דור; ער קען זיך ניט מסתפק זיין מיט דעם וואָס ער וועט זאָגן אַ קאַפּיטל תהלים אַז די אידן זאָלן זיך אומקערן צו אידישקייט,
אע"פ וואָס דאָס איז אַ הכרח און גבוה על גבוה וכו’ וכו’; און ס׳איז אויך ניט מספיק ער זאָל שיקן זיינע שלוחים אויף דעם — נאָר ער דאַרף אַליין אַרויסגיין און טאָן וואָס ס׳איז נויטיק צו מגין זיין אויף אידן.
וע"י הנהגה זו,
אַז מ׳גייט ניט מיט חשבונות וטעם ודעת
(אע"פ וואָס זיי זיינען דקדושה)
אין דעם „מחה תמחה את זכר עמלק” 79 ,
פירט זיך דער אויבערשטער אַזוי אויך אין דעם „מחה אמחה את זכר עמלק” 80 ,
העכער פון חשבונות און מדידות והגבלות,
און איז מדלג אויף׳ן קץ און ברענגט די גאולה העתידה,
וואָס דעמולט וועט זיין „השם שלם והכסא שלם” 81 ,
בקרוב ממש ובעגלא דידן.
(משיחות ש"פ בשלח וש"פ יתרו תשמ"א)