B"H
🏡

Ikar

בשלח א

א.

אויפן פסוק 1

„ויסע משה את ישראל מים סוף”,

שטייט אין מדרש 2

-און רש”י ברענגט עס אַראָפּ בפירושו עה”ת - „הסיען בעל כרחם”

(משה האָט געצוואונגען די אידן אַוועקצוגיין פון ים סוף),

ווי חז”ל 3

זיינען מבאר,

אַז אידן זיינען געווען פאַרנומען מיט „ביזת הים”

(וואָס „גדולה היתה ..

מביזת מצרים” 4 ),

און האָבן דערפאַר ניט געוואָלט אַוועקגיין פון ים סוף.

איז שווער צו פאַרשטיין: בשעת קריעת ים סוף האָט זיך דאָך דער אויבערשטער באַוויזן צו אידן -„בכבודו נגלה עליהם” 5

(ווי אידן האָבן געזאָגט „ זה א־לי” 6

- „מראין אותו באצבע” 5 ),

ביז אַז „ראתה שפחה על הים מה שלא ראו נביאים” 7

; און דאָס האָט געפּועלט אויף אידן אַז זיי האָבן געזאָגט שירה להקב”ה,

דברי שבח והודי’ -

ווי אַזוי,

נאָך דעם אַלעם,

זיינען אידן אַזוי טרוד ומושקע אין „ביזת הים”?

! וואָס פאַר אַ באַטרעף האָבן ביי זיי געהאַט כסף וזהב לגבי דער התגלות השכינה פון קרי”ס 8 ?

די תמי’ איז נאָך שטאַרקער: אידן האָבן דאָך געוואוסט אַז „בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה” 9

- אַז פון ים סוף גייען זיי צו מ”ת; און נאָכמער - זיי האָבן געציילט די טעג ביז מ”ת

(מצד זייער השתוקקות צו קבלת התורה) 10

- היינט ווי איז שייך,

אַז נאָך דעם אַלעם,

האָט ביזת הים תופס מקום געווען ביי זיי -מער ווי

(גיין און היילען זיך צו)

מתן תורה! היפך - פון דעם ציילן,

וועלכער איז געווען אויך ביום לקיחת ביזת הים!

מוז מען זאָגן,

אַז דאָס וואָס די אידן האָבן ניט געוואָלט אָפּלאָזן די ביזת הים,

איז ניט געווען דערפאַר וואָס כסף וזהב מצ”ע האָט ביי זיי געהאַט אַזאַ חשיבות,

נאָר ווייל זיי האָבן גערעכנט אַז דאָס -זייער האָבן ביזת הים - איז דער רצון ה’ 11 .

[און דאָס איז אויך דער קשר צווישן דעם פירוש אין „בעל כרחם”

(אַז דאָס איז געווען מצד דער טרדא אין „ביזת הים”)

מיטן פירוש 12

אַז אידן האָבן ניט

געוואָלט אַוועקגיין פון דער התגלות השכינה דקרי”ס - ווייל

די התגלות השכינה פון קרי”ס האָט זיי מזרז געווען צו מקיים זיין רצון ה’ צו פאַרנעמען זיך מיט לקיחת ביזת הים].

ב.

איינער פון די ביאורים בזה -אויך בפשטות

(וע”פ הלכה)

:

ביי גאולת מצרים איז געווען אַ ציווי 13

„וישאלו איש מאת רעהו גו’ כלי כסף וכלי זהב”,

און דער מכוון בזה איז געווען

(ניט נאָר אַז די אידן זאָלן באַקומען אַ „רכוש גדול” 14 ,

נאָר אויך)

- „ ונצלתם את מצרים” 15 ,

אינגאַנצן אויסליידיקן 16

מצרים פון כסף וזהב כו’

(בלשון חז”ל 17

: כמצודה שאין בה דגן,

כמצולה שאין בה דגים).

לפ”ז,

בשעת אידן האָבן געזען

(ביים ים סוף)

אַז ביי די מצרים איז נאָך געבליבן כסף וזהב,

וואָס די אידן האָבן נאָך ניט צוגענומען 18 ,

זיינען זיי געווען מחוייב צו פאַרנעמען זיך מיט ביזת הים מצד דעם ציווי „ונצלתם את מצרים” 19 .

אַי,

זיי פאַרהאַלטן זיך צוליב דעם פון זייער גיין צו מ”ת - איז דאָך אָבער אויף דעם - אַז זיי זאָלן גלייך גיין

מקבל זיין די תורה - ניט געווען קיין ציווי.

- דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט 20

„בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה” -איז דאָס געזאָגט געוואָרן 21

(ניט בתור ציווי ,

נאָר)

אַלס אַ סיפור פון אַן ענין וואָס וועט זיין בעתיד

(נאָך יצי”מ)

און

( ועיקר )

כלל ניט דערמאָנט דעם זמן פון תעבדון.

קען דאָס ניט דוחה זיין דעם ציווי 22

פון „ונצלתם את מצרים”,

וואָס - אם לא עכשיו אימתי.

ג.

דאָס איז אָבער ניט מספיק.

וואָרום וויבאַלד אַז משה האָט געהייסן די אידן זיי זאָלן אַוועקגיין פון ים סוף,

איז דאָך פשוט,

אַז זיי האָבן פאַרשטאַנען אַז דאָס איז געווען ע”פ ציווי ה’ 23

- וא”כ הדרא קושיא לדוכתא?

איז דער ביאור אין דעם: אָננעמענדיק אפילו,

אַז דער מסע פון אידן צום באַרג סיני,

צו מ”ת,

איז געווען אַן ענין פון ציווי ה’,

פונדעסטוועגן האָבן אידן געהאַלטן,

אַז מ’דאַרף דאָס אָפּהאַלטן ביז נאָכן פאַרענדיקן דעם קיום הציווי „ונצלתם את מצרים” - ובפרט ש„ביזת

הים” איז געווען,

כנ”ל,

אַ מצוה עוברת,

וואָס ווערט ניט נדחה מפני ת”ת 24

(- מתן תורה) 25 .

און אע”פ אַז דערפון וואָס משה האָט זיי איצט געהייסן אַוועקגיין פון ים סוף

(און ניט פאַרנעמען זיך מיט „ביזת הים”)

איז אַ ראי’ אַז דער רצון ה’ אין דעם פאַל איז געווען אַז דער ציווי „ונצלתם את מצרים”

(אע”פ וואָס זי איז עוברת)

זאָל יע נדחה ווערן מפני הקדמת תלמוד

(= מתן)

תורה - איז דער טאָן אַזוי בפועל - דער מסע - אַן ענין פון „ בעל כרחם ”* 25 ,

ווייל לויט זייער הבנה

(בהתאם צו הבנתם וידיעתם בתורה )

דאַרף זיין דער דין - פאַרענדיקן פריער ביזת הים,

ניט מבטל זיין דעם ציווי פון „ ונצלתם את מצרים” 26 .

ד.

ע”פ הנ”ל - אַז דאָס וואָס אידן האָבן זיך פאַרנומען מיט „ביזת הים” איז געווען כדי צו מקיים זיין דעם ציווי פון „ונצלתם את מצרים” - ווערט פאַרענטפערט נאָך אַ תמי’ אין דעם ענין:

פאַרוואָס האָבן אידן זיך בכלל אַזוי „געקאָכט” אין „ביזת הים”

(ועד כדי כך אַז מ’האָט זיי געדאַרפט צווינגען צו

אַוועקגיין פון ים סוף)

- וואָס פאַר אַ תועלת וועלן זיי האָבן פון דעם ריבוי כסף וזהב גייענדיק אין אַ מדבר ,

„ארץ אשר לא עבר בה איש ולא ישב אדם שם” 27 ?

ובפרט אַז

(אויף צו קענען איינקויפן עניני הצטרכות פון די תגרי האומות 28

- איז דאָך אויף דעם מער ווי גענוג וואָס)

זיי האָבן געהאַט כסף וזהב פון ביזת מצרים; וכמחז”ל 29

אַז

(אַרויסגייענדיק פון מצרים)

„אין לך כאו”א מישראל שלא היו עמו תשעים חמורים לובים טעונים מכספה וזהבה של מצרים”.

ולאידך,

אויב אידן האָבן דאַן

(פאַר דער גזרת המרגלים)

גערעכנט אַז גלייך נאָך קרי”ס וועלן זיי אַריינקומען אין א”י 30

(און גאולת מצרים וואָלט געווען די גאולה נצחית שאין אחרי’ גלות 31 )

-האָט דאָך זיכער קיין אָרט ניט צו זאָגן,

אַז ביים גרייטן זיך צו אַ מצב פון גאולה נצחית האָבן אידן געזוכט צו אָנזאַמלען אַ ריבוי גדול פון כסף וזהב 32

!

וע”פ הנ”ל איז עס פאַרענטפערט בפשטות: אידן זיינען געווען אויסן צו מקיים זיין ציווי ה’

(אַז עס זאָל זיין „ ונצלתם את מצרים”),

ובמילא האָבן זיי דערביי ניט געמאַכט קיין חשבונות וואָס פאַר אַ תועלת זיי וועלן האָבן דערפון.

זיי האָבן מקיים געווען דעם ציווי ה’

בכל לבבך ובכל נפשך,

ובמילא איז דער אַוועקגיין פון דאָרט קודם שלימות הקיום געווען „בעל כרחם”.

ה.

ויומתק יותר כהנ”ל לויטן ביאור

(פנימי)

אין דעם ענין פון „ונצלתם את מצרים” 33 ,

דלכאורה איז ניט מובן פאַרוואָס ס’איז געווען אַזוי וויכטיק דער ענין פון „יצאו ברכוש גדול”,

ביז אַז דער אויבערשטער האָט ניט געלאָזט אידן מוותר זיין אויף דעם 34

-

נאָר דאָס איז בקשר

(בהתאם)

צום אָנזאָג ומצות לא תעשה בל תשחית 35

והתורה חסה על ממונן של ישראל 36 .

דער „רכוש גדול” מיינט

(אויך)

די ניצוצות קדושה וואָס זיינען געווען אין דעם כסף וזהב של מצרים; און דורך דעם וואָס דער כסף וזהב איז אַריין לרשות ישראל,

זיינען די ניצוצות נתעלה געוואָרן - פון ערות הארץ,

מצרים לרשות בנ”י,

לקדושה 37 ,

און וויבאַלד אַז די עבודה פון בירור הניצוצות איז אַן ענין עיקרי אין עבודת ה’,

ביז אַז דורך דער עבודה פירט זיך אויס די כוונת כל הבריאה - דנתאווה הקב”ה להיות לו דירה בתחתונים 38

(דוקא)

- דעריבער האָט מען ניט געקענט מוותר זיין אויף דעם „רכוש גדול”.

ועד”ז אין „ביזת הים” ביי קרי”ס: וויסנדיק דעם גרויסן ענין וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך דעם בירור הניצוצות פון ביזת הים,

האָבן אידן געטאָן די עבודה מיט גרויס חיות; נאָכמער: דאָס גופא וואָס ביי קרי”ס איז געווען די התגלות השכינה אין אַן אופן פון „זה אלי - מראין אותו באצבע”,

האָט ביי זיי נאָכמער פאַרשטאַרקט דעם אַריינטאָן זיך אין לקיחת ביזת הים ביז אין אַן אופן פון „בכל מאדך”

[ווי מ’זעט,

אַז ווען אַ איד איז יודע ומרגיש אַז דער אויבערשטער „קוקט זיך צו” 39

ווי ער איז מקיים אַ מצוה,

טוט ער דאָס בכל לבבו נפשו ומאודו,

ביז עס בלייבט ניט ביי אים אַ כח וענין וואָס איז ניט אַריינגעטאָן אין דעם קיום המצוה].

ו.

און דאָס איז אויך דער פירוש הפנימי אין „הסיען בעל כרחם”:

ניט ח”ו אַז אידן נאָך קרי”ס האָבן ניט געוואָלט פאָלגן משה רבינו - זיכער האָבן זיי מקיים געווען דעם ציווי משה

(וואָס איז ציווי ה’)

אַוועקגיין פון ים סוף - בשמחה וטוב לבב;

נאָר דער פירוש

(פנימי)

אין „בעל כרחם” איז 40 ,

אַז דאָס איז „בעל כרחם” פון זייער שכל והבנה בתורה

(בענין ונצלתם את מצרים)

זייענדיק אינגאַנצן אַריינגעטאָן אין דער עבודת הבירורים 41

פון „ביזת הים” בכל לבבם נפשם ומאודם,

איז זייער אָפּרייסן זיך דערפון געווען אין אַן אופן פון „בעל כרחם”,

און זיי טוען דאָס מצד קבלת עול,

פאָלגן רצון ה’ 42 ,

אָבער כמובן - בשמחה וטוב לבב.

ויתרה מזה י”ל - נאָכדעם ווי דער אויבערשטער האָט געהייסן איצט גיין צו מ”ת,

האָבן זיי געוואוסט

(חאָטש ס’איז ניט מובן בשכל)

אַז עס האָט זיך פאַרענדיקט דער קיום ו

(במילא -)

זמן המצוה דונצלתם את מצרים,

[ובמילא וועט זיך ניט אויפטאָן קיין עילוי

(רוחני)

דורך זייער ממשיך זיין אין ביזת הים 43

- ע”ד ווי אכילת מצה 44 ,

וואָס ווערט אָנגערופן „מיכלא דמהימנותא” 45 ,

ווייל מצה

(גשמית כפשוטה -)

איז מחזק די אמונה 46

-איז במה דברים אמורים,

ווען די אכילת מצה איז אין די ימי הפסח,

ווען מ’עסט אָבער די מצה נאָך פסח,

טוט זיך ניט אויף דער ענין דורך דער אכילה.

וואָרום דעם כח וואָס

(אכילת)

מצה האָט אין זיך לחזק האמונה האָט דער אויבערשטער אַריינגעגעבן אויף אַ באַשטימטן זמן 47 ,

אָבער נאָך דעם זמן,

ווען אכילתה איז ניט קיין מצוה,

ווערט בטל אָט דער כח שבה].

ז.

דערפון קען מען אויך אַרויסנעמען אַ הוראה יסודית אין עבודת ה’:

בשעת אַ איד איז פאַרנומען מיט אַן ענין פון עבודת ה’,

דאַרף ער אין דעם זיין אַריינגעטאָן 48

מיט זיין גאַנצן חיות און מיט אַלע זיינע כוחות,

ביז „בכל מאדך” - למעלה ממדידה והגבלה,

וואָס גיט ניט קיין אָרט פאַר אַ צווייטער עבודה

(אַזוי אַז דער איבערגיין פון דער עבודה צו אַ צווייטער איז אַן ענין פון „בעל כרחו”).

בשעת אָבער מען באַקומט אַ ציווי פון שו”ע,

פון אתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא 49

- אַז איצט דאַרף מען מפסיק זיין פון דער עבודה און טאָן אין אַ צווייטער עבודה,

מאָנט זיך דאַן פון אַ אידן א ַדבר והיפוכו:

פון איין זייט איז ביי אים לכתחילה דער הרגש אַז די צווייטע עבודה איז אַן ענין פון „בעל כרחו”,

כנ”ל,

זייענדיק בכל נפשו ומאודו איבערגעגעבן צו דער פריערדיקער עבודה;

לאידך אָבער,

דאַרף אָט די תנועה גופא

(פון „בעל כרחו”)

אים ברענגען צו „

(על כרחך)

אתה חי ” 50

- ער זאָל אָנהויבן לעבן אין דער נייער עבודה,

ביז צו אַ חיות אמיתית שלמעלה ממדידה והגבלה.

וויבאַלד ער איז געווען מסור ונתון צום רצון ה’ בתכלית אין דער פריערדיקער עבודה,

ווי דאָס קומט לידי ביטוי אין דעם הרגש פון „על כרחך”,

כנ”ל -באַקומט ער אַן אמת’ן חיות אין דער נייער עבודה.

ח.

און דאָס איז אויך די הוראה בפועל סיי פאַר יושבי אהל און סיי פאַר בעלי עסק:

יושבי אהל - כאָטש זיי דאַרפן זיין אינגאַנצן אַריינגעטאָן אין לימוד התורה,

אָבער,

ווען שו”ע זאָגט אַז עס קומען די זמנים פון אַ מצוה עוברת,

פון פקו”נ וכיו”ב - וואָס זיי דאַרפן זיך אָפּרייסן פון לימוד התורה און זיך עוסק זיין אין הצלת נפשות,

הפצת התורה והיהדות,

וכו’ דאַרפן זיי דאָס טאָן בשמחה ובחיות .

מ’קען דאָך מאַכן אַ חשבון: ס’איז דאָך אַ סך געשמאַקער צו בלייבן אין „פנים”

(אינעווייניק)

און אָפּגעבן זיך אינגאַנצן מיט לימוד התורה - פאַרוואָס זאָל מען אַרויסגיין אין „ חוצה ”?

הן אמת,

אַז כל האומר אין לי אלא תורה אפילו תורה אין לו 51 ,

נאָר עס דאַרף זיין תורה וגמ”ח 52

- איז ער זיך עוסק אויך אין גמ”ח - אָבער דאָס איז נאָר וואָס מ’איז אים מכריח אַזוי צו טאָן

(וואָרום אַנדערש,

איז „אפילו תורה אין לו”).

דאַרף מען וויסן,

אַז פון דעם „על כרחך”

(ביים אָפּרייסן זיך פון לימוד התורה)

דאַרף ווערן „אתה חי” - טאָן אין הצלת נפשות הפצת התורה והיהדות וכו’ בשמחה ובחיות,

ביז - אין אַן אופן אַז אין די זמנים איז דאָס זיין גאַנצע מציאות.

עד”ז איז די הוראה צו בעלי עסק -וואָס עיקר עבודתם איז אין עובדין טבין: זיי דאַרפן וויסן,

אַז דאָס וואָס זיי זיינען מחוייב צו קובע זיין עתים לתורה דאַרף זיין ניט נאָר אַ קביעות אין זמן

(לויט דעם שיעור ווי אָפּגע’פּסק’נט אין הל’ תלמוד תורה 53 ),

נאָר אויך אין אַן אופן פון קביעות בנפש,

אַז אין די זמנים זיינען זיי אינגאַנצן אַריינגעטאָן אין לימוד התורה,

פּונקט ווי דאָס איז ביי דעם וואָס „תורתו אומנתו” 54 .

ט.

נאָך אַ הוראה פונעם ענין פון „הסיען בעל כרחם”:

אויב דאָס איז אַזוי ביי די בירורים פון כסף וזהב גשמי - אַז די אידן זיינען געווען אַזוי פאַרנומען מיט „ביזת הים” צו מברר זיין אַלע ניצוצות קדושה שבהם אַז עס זאָל ניט איבערבלייבן קיין איין ניצוץ וואָס איז ניט מבורר -עאכו”כ אַז אַזוי דאַרף זיין אין דער עבודת הבירורים פון מקרב זיין אידן

(וואָס זיינען דערווייטערט געוואָרן פון אידישקייט)

צו קיום התומ”צ.

אַ איד קען טענה’ן: ער האָט שוין מקרב געווען אַזוי פיל אידן צו אידישקייט - מעג ער זיך שוין איצט אָפּרוען פון דער אַרבעט און

(ניט זיין אַ הולך בטל ח”ו,

נאָר)

פאַרנעמען זיך מיט אַ צווייטער

(אַ מער געשמאַקער -לטבעו ולשכלו)

עבודה בעבודת הבורא -

דאַרף מען וויסן,

אַז ער דאַרף ניט חשבונ’ען וויפל אידן ער האָט שוין מקרב געווען צו תומ”צ,

וויבאַלד עס איז נאָך געבליבן איין איד וואָס ער קען עם

דערגרייכן און ער האָט נאָך עם ניט מקרב געווען -

ביז ער באַקומט אַ ציווי פון שו”ע,

פון אתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא ביז צו דעם רבי’ן נשיא דורנו - אַז היום אָדער מהיום דאַרף ער טאָן אַן אַנדער עבודה,

טאָר ער ניט אַוועקגיין פון דער עבודה צו מקרב זיין נאָך אַ איד צו אידישקייט.

ובמיוחד בנוגע צו אידן,

איז דאָך יעדער איד אַן „עולם מלא” 55 .

איז אפילו אַז ער האָט שוין מקרב געווען אַ סך אידן; עס איז דאָך אָבער געבליבן

(נאָך איין איד וואָס איז נאָך ניט נתקרב געוואָרן - איז דאָך געבליבן)

אַ גאַנצע וועלט אַ פולע וועלט וואָס איז ניט מבורר.

דאָס איז אפילו ווען עס וואָלט זיך גערעדט וועגן איין איד.

עאכו”כ אַז עס זיינען נאָך דאָ כמה וכמה וואָס מ’דאַרף צוציען צו אידישקייט - דאַרף ער אַוודאי ליגן אין דעם אינגאַנצן,

מיט זיין גאַנצן חיות,

אין אַן אופן אַז ווען מ’וויל אים אַוועקנעמען פון דער עבודה,

איז דאָס בעל כרחו .

ועאכו”כ ווען מ’נעמט אין באַטראַכט,

אַז דורך דעם וואָס מען איז „מברר” אַ אידן און מ’איז אים מקרב צו תומ”צ,

וועט אויך דער איד ווערן סו”ס אַ „מברר” וואָס וועט צוציען אַנדערע אידן צו אידישקייט,

וואָרום מצוה גוררת מצוה ביז

(ובפרט)

מצות ואהבת לרעך כמוך ,

אַזוי אַז פון זיין פעולה קומען אַרויס פירות ופירי פירות עד סוף כל העולם.

(משיחת ש”פ שמיני תשל”ד)

Reader controls and commentary are loading.