B"H
🏡

Ikar

בא א

א.

אויפן פסוק 1

"כה אמר ה׳ כחצות הלילה אני יוצא בתוך מצרים",

ברענגט רש״י צוויי פירושים אין "כחצות הלילה":

א)

"פשוטו לישבו על אופניו" איז,

אז דער טייטש פון "כחצות הלילה" איז ״כהחלק הלילה״ - ווען די נאכט צע־ טיילט זיך,

וואס לויט דעם פירוש איז ״אין חצות שם דבר של חצי״ - האלבע נאכט,

נאר ס׳איז א פעולה 2

(און רש״י ברענגט דערויך כמה דוגמאות).

ב)

״ורבותינו דרשו 3

כמו כבחצות 4

הלילה,

ואמרו שאמר משה כחצות דמשמע סמוך לו..

שמא יטעו אצטגניני פרעה ויאמרו משה בדאי הוא": "חצות" איז דא דער ״שם דבר של חצי״ - האלבע נאכט,

און דאס וואס משה האט געזאגט ״ כ חצות״ - "סמוך לו",

און ניט " ב חצות"

(בדיוק)

- איז ווייל ער האט חושש גע־ ווען "שמא יטעו כו׳ ויאמרו משה בדאי הוא".

און דערנאך איז רש״י מסיים

(לויט כמה גירסאות 5 )

"אבל הקב״ה יודע עתיו ורגעיו אמר בחצות".

לערנט דער מזרחי

(און נאך מפרשים),

אז די שוועריקייט אין פסוק,

וואס רש״י קומט פארענטפערן מיט די צוויי פירושים,

איז - ע״ד ווי די קשיא אין גמרא 6

- "מי איכא ספיקא קמי׳ שמיא":

אויב מען זאל זאגן אז "חצות" איז "שם דבר של חצי",

דארך אויסקומען אז דער כ״ך פון "כחצות" איז א "כ״ף השיעור" נווי די דוגמאות וועלכע ער ברענגט: כעשרת הימים 7 ,

כאיפה שעורים 8 ],

דאס הייסט,

אומגעפער,

בערך,

ארום דער צייט פון חצות.

הייסט עס דאך,

אז ״הדבר מסופק״ 9

(מען ווייס ניט דעם גענויעם זמן ווען דאס וועט פארקומען)

- און אזוי קען מען דאך ניט זאגן כלפי מעלה 10 .

אויך דעם ברענגט רש״י צוויי פירושים: א)

"כחצות הלילה" מיינט "כהחלק הלילה" נוואס ביי א פעולה באדייט דער ״כ״ף״ - "כאשר": "כחצות הלילה" - ״כאשר יחלק הלילה״ 11 ,

פונקט אין האלבער נאכט],

קומט אויס,

אז ס׳איז אין דעם ניט געווען קיין ספק.

ב)

"כחצות" מיינט טאקע "כמו כבחצות הלילה ..

דמשמע סמוך לו",

און משה האט אזוי געזאגט "שמא יטעו כו׳",

אבער דער אויבערשטער האט טאקע געזאגט ״בחצות״ - דעם גענויעם זמן.

ב.

מען דארף אבער פארשטיין:

וואס איז דער הכרח צו זאגן,

אז ווען דער כ״ף פון "כחצות" איז א כ״ף השיעור איז ״יחוייב שיהי׳ הדבר מסופק ״ 9 ?

- מען קען דאך אננעמען,

אז ער זאגט "כחצות"

(כ׳ השיעור)

ניט צוליב א ספק בדבר,

נאר ווייל דאס וועט טאקע פארקומען " סמוך לחצות" 12 ?

ובפרט,

ווי דער לבוש פרעגט: אפילו ווען א בן־אדם זאגט בלשון כ׳ השיעור,

מיינט עס ניט דוקא אז ס׳איז ביי אים א "דבר מסופק "; עס איז נאר וואס "לא חש" צו זאגן דעם גענויעם סכום

(מיט מספרים פרטיים,

און זאגט דערפאר סמוך צו א מספר כללי מסוים).

דער טעם בפשטות פארוואס מ׳קען אזוי ניט זאגן איז 13 ,

ווייל עס שטייט ווייטער אין פסוק 14

"ויהי בחצי הלילה וה׳ הכה כל בכור גו׳״ - אז מכת בכורות איז געווען גענוי "בחצי הלילה",

און ניט " סמוך לחצות".

עס איז אבער ניט מסתבר צו זאגן אז דאס איז דער הכרח פון רש״י דא -ווארום אויב די גאנצע הוכחה פון רש״י איז פון שפעטערדיקן פסוק "ויהי בחצי הלילה״,

וואלט רש״י געדארפט אראפ־ ברענגען דעם פסוק בפירושו דא

[ווי גערעדט כמה פעמים,

אז רש״י

(בפירושו על התורה)

פארלאזט זיך ניט אויף א פסוק וואס דער בן־חמש האט נאך ניט געלערנט]

;

ובפרט אז פריער אויפן פסוק

(אין פ׳ לך 15 )

"ויחלק עליהם לילה",

ברענגט

רש״י אראפ

(פון מדרש אגדה 16 )

"שנחלק הלילה ..

וחציו השני נשמר ..

לחצות לילה של מצרים ",

דהיינו,

אז דער "חצות לילה של מצרים" איז ניט פארבונדן דוקא מיטן רגע פון חצות לילה,

נאר מיט׳ן "חציו השני" אין אלגעמיין 17

;

האט דאך רש״י זיכער געדארפט אראפברענגען דא דעם פסוק "ויהי בחצי הלילה גו׳".

וויבאלד אז רש״י ברענגט ניט דעם פסוק,

און שרייבט

(אויפן ערשטן פירוש)

״זהו פשוטו לישבו על אופניו״ - איז משמע,

אז "פשוטו" פון דעם פסוק

( מצד עצמו )

איז מכריח צו טייטשן "כהחלק הלילה".

ג.

אויך דארף מען פארשטיין:

א)

מיט וואס איז דער ערשטער פירוש פון רש״י מער "פשוטו" ווי דער צווייטער פירוש

(וועלכן רש״י רופט אן "דרש")?

מען קען ניט זאגן,

אז לפי פשוטו איז "אין חצות שם דבר של חצי"

[און ווי מען וואלט לכאורה געקענט איינטייטשן דעם לשון רש״י "זהו פשוטו לישבו על אופניו ש אין חצות שם דבר של חצי",

אז "אין חצות שם דבר של חצי" איז א נתינת טעם אויף "זהו פשוטו״]

- ווייל דער ווארט "חצות" שטייט צוויי מאל אין מקרא 18 ,

און אין

ביידע ערטער איז "חצות שם דבר של חצי״ 19

[און מען מוז לערנען,

אז מיטן לשון ״זהו פשוטו ..

שאין חצות שם דבר של חצי" מיינט רש״י: כדי "לישבו על אופניו" לויט פשוטו ,

דארף מען

( מחדש זיין און)

זאגן "שאין חצות

( בנדו״ד 20 )

שם דבר של חצי"].

היינט וויבאלד אז דארט וואו עם שטייט "חצות" איז עם א "שם דבר של חצי״ - פארוואם זאל מען זאגן,

אז דער "פשוטו" פון "כחצות" דא איז

(ניט א שם דבר של חצי,

נאר)

"כהחלק הלילה"

(וואם אין לו עד במקרא),

און דער פירוש אז דאם מיינט ״םמוך לחצות" איז נאר אן ענין של ״דרש״ 21 ?

[און אע״פ אז לפי זה דארף מען זאגן,

אז משה האט געזאגט "כחצות" כדי צו באווארענען ״שמא יטעו כו׳" - איז דאם אבער,

לכאורה,

אן ענין

(וחשש)

וואם האט אן ארט אויך לויט דרך הפשט 22 ].

ב)

וואם מיינט רש״י

(אין צווייטן פירוש)

"שמא יטעו כו׳ ויאמרו משה בדאי הוא ״ - פארוואם זאל משה אננעמען דעם חשש פון שמא מיט אזא זיכערקייט

(ובמילא ווען אלע בכורות

וועלן בבת אחת שטארבן

(לויטן חשבון פון אצטגניני פרעה)

״םמוך לחצות" און ניט גענוי אין דעם רגע פון חצות,

וועט מען זאגן אז "משה בדאי הוא" 23 )

ביז צו משנה זיין לשון השם בחצות און זאגן כחצות ?

!

ג)

אין דעם םיום פון פירוש רש״י -״אבל הקב״ה יודע עתיו ורגעיו 24

אמר בחצות״ - איז ניט מובן:

ווי גערעדט כמה פעמים,

איז אפילו ווען רש״י ברענגט מדרשי חז״ל,

איז ער נאר מעתיק די ענינים וואם זיינען מיישב דברי המקרא און האבן אן ארט ע״ד הפשט - דארף מען פארשטיין בנדו״ד: אע״פ אז דער ענין איז גענומען געווארן פון ״רבותינו״ 25

- וואם איז אבער דער הכרח ע״ד הפשט צו זאגן אז ״הקב״ה ..

אמר בחצות",

וואם לפי זה דארף מען זאגן אז משה האט משנה געווען מדיבורו של הקב״ה

(ווי מפרשים זיינען אין דעם מאריך)

- מען קען דאך לערנען,

אז אויך דער אויבערשטער האט געזאגט משה׳ן

(צו אנזאגן פרעה׳ן)

" כ חצות",

מצד דעם זעלבן טעם גופא: "שמא יטעו כו׳" 26 ?

ד)

פארוואם איז רש״י מעתיק פון פםוק אויך דעם ווארט ״הלילה״ -לכאורה,

זיינען ביידע פירושים נאר בנוגע דעם ווארט ״כחצות״

(״כהחלק״ אדער "כמו כבחצות")?

ד.

וועט מען דאם פארשטיין בהקדם הדיוק אין לשון רש״י - "זהו פשוטו לישבו על אופניו ",

דלכאורה איז דאם א יתור לשון; רש״י האט געדארפט זאגן כלשונו בכ״מ בפירושו "זהו פשוטו,

ורבותינו דרשו כו /" .

נאר דערמיט דייטעט רש״י אן,

אז די שוועריקייט אין די ווערטער "כחצות הלילה"

(וועלכע ער איז מעתיק)

איז

(ניט מצד דעם פירוש פון ווארט "כחצות",

און אפילו ניט צוליבן טעם וואם עם לאזט זיך אזוי ניט טייטשן כלפי מעלה,

נאר)

מצד דעם תוכן הענין שבהמקרא: דער "פשוטו" דארף זיין אזא פירוש וואם זאל מיישב זיין דעם מקרא "על אופניו״ - אז די ווערטער "כחצות הלילה״ זאלן אריינפאםן אין כללות תוכן הענין שבהמקרא.

דער ביאור אין דעם:

לערנענדיק דעם פםוק ״כה אמר ה",

כחצות הלילה אני יוצא בתוך מצרים" שטעלט זיך גלייך א שאלה פשוטה: למאי נפק״מ צו אנזאגן אז דאם

("אני יוצא")

וועט פארקומען "כחצות הלילה"?

מען קען ניט זאגן,

אז דערמיט האט דער אויבערשטער

(םתם)

געוואלט מודיע זיין פרעה/ן דעם זמן פון דער מכה - ווייל ביי רוב המכות האט דער אויבערשטער ניט באשטימט דעם גענויעם זמן ווען די מכה וועט פארקומען -

אפילו ביי ״דבר״,

״ברד״ און ״ארבה״ 27

- איז ביי ״דבר״ 28

און ״ארבה״ 29

האט דער אויבערשטער קובע געווען דעם

טאג "מחר" און ניט די שעה אין טאג 30

; און ביי "ברד"

(וואו דער אויבערשטער האט געזאגט " כעת מחר" 31 ,

וכפירוש רש״י: "כעת הזאת למחר,

שרט לו שריטה בכותל כו/״)

- איז דא א טעם מיוחד פארוואם דאם איז געווען נויטיק 32

-בכדי צו באווארענען אז דער "ירא את דבר ה/״ 33

זאל וויםן דעם זמן כדי צו קענען ראטעווען "עבדיו" און "מקנהו" פון דער מכה - משא״כ בנדו״ד.

[ולהוםיף - בנדו״ד האט דער אוי־ בערשטער ניט געזאגט וועלכן טאג די מכה וועט זיין,

נאר בלויז אז ם/וועט פארקומען ״כחצות הלילה״ - קען דאך פרעה םיי ווי ניט וויםן מיט א זיכערקייט דעם זמן פון דער מכה 34

!]

מוז מען זאגן,

אז די כוונה אינעם זאגן "כחצות הלילה" איז ניט צו מודיע זיין דעם זמן קבוע פון דער מכה,

נאר דאם איז אן ענין מיוחד אין אופן ואיכות המכה: "כחצות הלילה" ווייזט און איז מדגיש ומגלה אז " אני יוצא",

דער אויבערשטער בעצמו איז יוצא און ברענגט די מכה

(ע״ד ווי עם שטייט

פריער 35

"למען תדע כי אין כה׳ אלקינו").

דאס איז אבער דורש ביאור: אין וואס באשטייט דער עילוי מיוחד אין דעם זמן " כ חצות הלילה"

( ארום חצות),

אז דאס ברענגט ארויס די הפלאה פון "אני יוצא"?

ואדרבה : נאך דעם ווי פרעה האט גע־ זען ביי מכת ברד אז זי איז געקומען אין דעם פינקטלעכן זמן,

אין דעם רגע וואס דער אויבערשטער האט פאראויס געזאגט: ״ כעת מחר ..

כשתגיע חמה לכאן ירד הברד״ 36

- וועט אדרבא - אפ־ שוואכן די "נאמנות" פון משה׳ן זיין זאגן אז "אני יוצא" וועט פארקומען " כ חצות הלילה"

( לערך,

סמוך לחצות)?

!

ה.

דעריבער איז רש״י מפרש,

אז "כחצות הלילה" מיינט " כהחלק הלילה",

וואס לויט דעם פירוש ווערט טאקע ארויסגעבראכט די פינקטלעכקייט פון באשטימטן זמן באופן הכי מדויק

(נאך מער ווי ביי "כעת מחר" 37 )

:

דער חילוק צווישן די צוויי אופנים ווי צו אויסדריקן דעם זמן פון "חצי הלילה" - "חצות הלילה" אדער "כהחלק הלילה" - איז:

"חצות הלילה" רעדט וועגן זמן

(מסוים)

; "כהחלק הלילה״ - ווען משך הלילה צע־ טיילט זיך אויף צווייען - איז מתאר

(ניט זמן,

נאר)

א פעולה.

ובהוספה אז די דאזי־ קע פעולה טוט זיך אויף ניט אין א המשך זמן,

נאר אין א נקודה פון "זמן".

די נקודה וואס צעטיילט די צוויי חצאי הלילה איז ניט קיין שהות

(המשך)

זמן וואס מען קען עס מעסטן

(אויב מען קען עס מעסטן - דארף זי אויך נתחלק ווערן - האלב צו דעם ערשטן חצי הלילה,

און די צווייטע האלב - צו דעם צווייטען).

און דאס איז דער אויפטו פון " כחצות הלילה אני יוצא גו׳״ - דער אויבער־ שטער וועט "ארויסגיין" פונקט אין דער נקודה פון ״כהחלק לילה״ 38

ווארעם ער איז "יודע עתיו ורגעיו".

ו.

עס איז אבער ניט מובן: פארוואס זאגט מען כחצות וואס האט צוויי טייטשן,

ואדרבה : דער פשט דא דארף אנקומען צו ראיות

(און איינע איז ניט גענוג)

און די ראיות זיינען ניט אינגאנצן גלייך צו נדו״ד 39 ,

ווארעם ביידע ריידן וועגן א נקודת ההתחלה וואס האט דערנאך געהאט א המשך א משך זמן

(אויס נקודה),

משא״כ דא איז געבליבן א נקודה ממש כנ״ל - בשעת ער האט געקאנט זאגן בפשטות ממש בחצות מיט א בית 40

! - דערפאר מוז רש״י אנקומען צו א צווייטן פירוש,

כאטש ער איז ניט גלאטיק ע״ד הפשט

(משא״כ - הדרש)

אז משה האט אנגעהויבן כה אמר הוי׳

(און איז גלייך משנה אנשטאט ב חצות -)

כ חצות.

אבער אויך לויט דעם פירוש פון רבותינו איז - "הקב״ה יודע עתיו ורגעיו

(ובמילא מי איכא ספיקא כלפי שמיא)

אמר בחצות ",

און דאס איז מדגיש דעם

״ אני יוצא״ - בארץ מצרים,

אחר הרחיים וגו׳

[ווארום אויב ניט - איז ניטא קיץ טעם צו זאגן דעם זמן פון "חצות לילה",

כנ״ל ס״ד באורך].

"רבותינו" טוען אויך,

אז ווען עס איז געקומען צום איבערגעבן דברי ה׳ אל פרעה ,

האט משה משנה געווען מצד דעם חשש "שמא יטעו כו׳"

(און זיכער איז דאס גופא געווען רצון ה׳ 41 ).

ומהאי טעמא איז דאס בלויז אן ענין של "דרש",

ווייל אין פשט המקרא שטייט ניט וועגן צוויי באזונדערע אמירות

[״הקב״ה ..

אמר בחצות",

און משה - "כחצות"],

דאס איז בלויז אן ענין של "דרש".

ז.

יתרה מזה: לכאורה איז דא א קשיא - וואס פרעגט אינגאנצן אפ דעם ערשטן פירוש: וויבאלד אז "כהחלק הלילה" איז א נקודת זמן,

וואס נאר דער אויבער־ שטער קען עס מכוון זיין,

און א מענטש קען דאס ניט מבחין זיין - איז וואס וועט צוקומען דורך מודיע זיין פרעה׳ן און זיינע חרטומים און כל מצרים וועגן דעם,

בשעת אז ער און זיי אלע וועלן עס סיי ווי ניט קענען מכוון זיין - צי דאס האט געטראפן פונקט אין דער נקודה ווען דער לילה איז נחלק אדער ניט 42 .

- דאס ווערט פארענטפערט דורך רש״י׳ס בריינגען

(אריכות)

ל׳ המדרש

(דערמאנען מענטשן וועגן וועמען מ׳האט אינגאנצן ניט גערעדט -)

- אי־ צטגניני פרעה,

ניט פרעה ועבדיו וכיו״ב .

- ווי מפורש

בכתוב אז משה האט גערעדט צו פרעה והחרטומים וועלכע זיינען געווען בא זייער רעדן כדי צו באווייזן בלהטיהם בשעת מעשה אז זיי קענען עס אויך טאן און אויך "כל עבדיך אלה" 43 ,

דאס אויבנדערמאנטע אז עס קומט ניט צו דורך זאגן נקודת הזמן ווייל מען קען ניט מכוון זיין את הרגע איז דאס בנוגע פרעה וכל מצרים ,

מיט איין אויסנאם : אצטגניני פרעה - חוזים במזלות וכוכבים וועלכע זעען בכלל דעם אמת 44

און פרעה האט זיך מיט זיי גערעכנט און געטאן לויט זייערע אנווייזונגען 45

און בכלל האבן זיי מבחין געווען וויסן את הרגע פון פעולת השם 46 ,

ס׳איז נאר געווען דער חשש שמא יטעו .

ח.

ויש לומר,

אז מיט דעם לשון "אבל הקב״ה יודע עתיו ורגעיו אמר בחצות",

מיינט רש״י צו מרמז זיין אויף זיינעם א פריערדיקן פירוש:

אויף ״ויכל אלקים ביום השביעי״ 47

ברענגט רש״י אראפ מאמר ר׳ שמעון "הקב״ה שיודע עתיו ורגעיו נכנס בו כחוט השערה ".

דער פשט דערפון איז: א בשר ודם קען מדייק זיין - עכ״פ ביגיעה גדולה - אפילו אין א רגע; אבער אויך א רגע האט א שיעור - "אחד מחמשת כו׳ רגע כמימרי׳" 48 ,

ארויסריידן דריי אותיות.

אבער א "חוט השערה",

א האר,

מיינט די קלענסטע נקודה פון זמן וואס איז

איבערהויפט ניט אין גדר פון א בשר ודם צו קענען זי אויסטיילן און תופס זיין -אפילו אצטגנינין ובלעם 49

וועלכע קענען מבחין זיין די רגע פון פעולת השם 50 ,

נאר דוקא דער אויבערשטער וואס איז "יודע עתיו ורגעיו" קען דאס מבחין זיין.

און דאס דייטעט אן רש״י בפרשתנו מיטן זאגן "אבל הקב״ה יודע עתיו ורגעיו אמר בחצות":

מיט "בחצות" ווערט געמיינט ניט סתם די רגע פון חצות וואס אויך א בן אדם קען מכוון זיין

(עכ״פ בטורח גדול,

ובלשון הראב״ע 51

: "בטורח גדול בכלים גדולים של נחושת"),

נאר דאס איז דער " חוט השערה " פון חצות 52 ,

וואס דאס קען מכוון זיין נאר "הקב״ה

(וואס ער איז)

יודע עתיו ורגעיו".

(משיחות ש״פ בא וש״פ יתרו תש״מ)

Reader controls and commentary are loading.