B"H
🏡

Ikar

שמות ג

א.

ביים ערשטן מאָל אין תורה וואו אידן ווערן אָנגערופן „בנים” למקום — וואָס דאָס איז אין דער היינטיקער סדרה 1

— שטייט אין פסוק „בני בכורי ישראל”; „בכורי” „לשון גדולה ” 2 .

בכמה מאמרי חז”ל 3

פאַרבינדט מען אָבער די מעלה פון אידן אַלס „בנים” מיטן ענין הקטנות ,

אַז אידן זיינען ווי אַ בן קטן — „ נער ישראל

(און דערפאַר)

ואוהבהו” 4 ,

און מען ברענגט דערויף אַ משל פון אַ מלך „שהיו לו בנים הרבה והי׳ אוהב את הקטן יותר מכולן” 5 .

דאַרף מען פאַרשטיין:

וויבאַלד אַז די אהבה צו אַ בן קטן איז „ יותר מכולן”,

הייסט עס דאָך,

אַז די מעלה פון „בן” איז דאָ מער

(בגילוי)

ביי אַ קטן ווי ביי אַ גדול — היינט פאַרוואָס

(רעדנדיק וועגן דער מעלה פון אידן אַז זיי זיינען בנים)

איז דער פסוק מדגיש „ בני בכורי ישראל — לשון גדולה ”?

ב.

וועט מען עס פאַרשטיין בהקדם הביאור פאַרוואָס די אהבה לבן קטן איז „יותר מכולן” 6

:

אַ בן גדול,

וואָס איז שוין אויסגעוואָקסן בשכל ומדות וכו׳ — איז די אהבת האב אליו ניט אַלעמאָל נאָר מצד דעם אַליין וואָס ער איז זיין קינד.

דער אב קען אים אויך ליב האָבן ווייל דער בן איז אַ חכם און פירט זיך ע”פ שכל,

ווייל ער האָט מדות טובות,

אָדער ווייל דער בן איז שטאַרק זהיר אין כיבוד אב.

וואָס דאָס אַלץ איז אַן אהבה וואָס איז מצד הטעם.

משא”כ די אהבה פון אַ פאָטער צו אַ בן קטן,

איז בלויז אַן אהבה עצמית .

וואָרום דער בן קטן האָט ניט קיין שלימות השכל או המדות; און נאָך מער — אויך דאָס וואָס דער קינד פאָלגט דעם טאַטן

(און איז אים מכבד),

איז עס ניט מצד מעלת הבן,

נאָר דאָס איז אַן ענין עצמי אין קינד,

ווייל דער קינד פילט אַז דאָס איז זיין טאַטע.

ובמילא איז אהבת האב לבנו ניט מצד

(הטעם — )

מעלת בנו,

נאָר זי איז אַן אהבה עצמית : וויבאַלד אַז ער איז זיין קינד,

וואָס אב ובן זיינען אַן עצם אחד 7 ,

דעריבער האָט ער אים ליב.

ביי אַ בן גדול,

אע”פ וואָס אויך ער איז עצם אחד מיט אביו,

וויבאַלד אָבער אַז ס׳איז דאָ אויך אַן אהבה שע”פ טעם,

פאַרדעקט זי אויף דער אהבה עצמית וואָס איז דאָ צווישן זיי;

משא”כ אַ בן קטן,

ביי וועמען ס׳איז ניטאָ די אהבה שמצד הטעם,

איז די אהבה עצמית בגילוי ,

און דערפאַר איז דער אב „אוהב את הקטן יותר מכולן”.

ג.

אַזוי ווי דאָס איז ביי אַן אב ובן למטה,

אַזוי איז עס אויך למעלה,

כביכול,

צווישן דעם אויבערשטן

(„אבינו שבשמים”)

און אידן

(„בנים למקום”)

— ואדרבה: די אהבה עצמית פון עלטערן צו קינדער ווערט נשתלשל פון דער אהבה עצמית פון דעם אויבערשטן צו אידן 8

(און דערפאַר טאַקע איז דאָס אַ משל בתורת אמת אויף אהבת הקב”ה לישראל)

אַז עס זיינען דאָ צוויי אופנים

(מדריגות)

אין אהבת הקב”ה לישראל:

ווען אידן דינען דעם אויבערשטן,

און מ׳זעט בגלוי זייער מעלה לגבי אַלע אומות,

דעמאָלט איז אהבת הקב”ה לישראל

(אויך)

אַן אהבה שמצד הטעם 9

— בדוגמת האהבה פון אַן אב לבנו הגדול.

[און דערפאַר געפינט מען אַז דער מדרש* 9

פאַרבינדט דעם פסוק „בני בכורי ישראל” מיט די מעשים טובים פון אידן — „שבכרו מעשים טובים לפני

(הקב”ה על)

הר סיני” — ווייל „בכורי”

(לשון גדולה)

ווייזט אויף דער מעלה

(גלוי׳)

פון אידן].

עס איז אָבער דאָ די אהבה עצמית פון אויבערשטן צו אידן,

וואָס זיי זיינען „חלק אלוקה ממעל ממש 10

(אַ חלק מן העצם 11 )

— בדוגמת האהבה פון אַן אב לבנו הקטן דערפאַר וואָס דער בן איז

זיין קינד — וואָס די אהבה איז אומאָפּהענגיק פון דער עבודה פון אידן.

[ווי עס שטייט אין מדרש 12 ,

„כשם שבנו של אדם כשהוא תינוק קטן אם יחטא אין אביו מסלק עליו מפני שהוא קטן ..

כך ישראל אפילו חוטאין בשגגה מעלה עליהן שהן כתינוק קטן ”].

און די אהבה שטייט בגלוי ווען אידן זיינען

(בעבודתם)

ווי אַ בן קטן:

ווען מען פילט ווי מ׳איז אַ בעל מעלה — מ׳האָט אַ פאַרשטאַנד אין אלקות,

אהבת ה׳ ויראת ה׳ וכו׳ — און דער געפיל איז בגילוי ביים מענטשן,

איז אויך אהבת הקב”ה אליו אַן אהבה שמצד הטעם,

וואָס זי איז מעלים אויף דער אהבה עצמית;

דוקא ווען מ׳פילט זיך ווי אַ קטן,

אַז ניט קוקנדיק אויף די גרויסע מעלות וואָס מ׳פאַרמאָגט איז מען „קליין” ביי זיך 13 ,

ביז ווי אַ תינוק קטן וואָס האָט ניט קיין שום מעלות

(גלויות),

ובמילא איז די עבודה

(ניט מצד טעם ודעת,

געשמאַק,

נאָר)

מיט קבלת עול

— פּונקט ווי אַ קטן כפשוטו,

וואָס איינע פון זיינע תכונות איז,

אַז ער איז בטבע אַ „קבלת־עול׳ניק”,

ער פאָלגט זיינע עלטערן אפילו ווען

(חאָטש)

ער פאַרשטייט ניט דעם ענין בשכלו —

דאָס רופט אַרויס דעם גילוי האהבה העצמית פון אויבערשטן צו אידן.

ד.

מען דאַרף נאָך אָבער האָבן אַ ביאור:

ע”פ הנ”ל קומט אויס,

אַז בשעת מען בלייבט

(בעבודה הרוחנית)

אין אַ דרגא פון „קטנות”,

ברענגט דאָס צו גילוי האהבה העצמית; און לאידך,

די עבודה פון אידן בתומ”צ אין אַן אופן וואָס ברענגט אַרויס די מעלות גלויות פון אידן בשכל ומדות וכו׳

(ובמילא אויך צו דער אהבה דלמעלה שמצד הטעם)

איז גאָר אַ העלם אויף דער אהבה עצמית!

אמת טאַקע,

אַז זייענדיק בביטול וקטנות,

זיינען די מעלות גלויות פון אַ אידן ניט מעלים אויף דער אהבה עצמית,

כנ”ל — איז דאָס אָבער ניט מסובב ישר פון דער עבודת הביטול ,

אַז דער ביטול טוט אויף אין דער אהבה עצמית.

ס׳איז נאָר אַז ניט קוקנדיק אויף די מעלות גלויות שלו,

קען די אהבה עצמית וועלכע איז דאָ מלכתחילה בלייבן בגלוי

(מצד דעם וואָס דער ביטול טוט אויף אין ענין ההעלם פון די מעלות הגלויות ).

פון דעם אָבער וואָס דער אויבערשטער האָט מטביע געווען אַז מ׳זאָל וואַקסן מקטנות לגדלות,

וואָס די תכונה פון גדלות איז

(ניט ביטול וקטנות,

נאָר)

— דער גידול פון דעם מענטשן בשכל ומדות וכו׳ — און זיכער איז ניט די כוונה אַז די אהבה עצמית זאָל נתעלם ווערן — איז מובן,

אַז די עבודת ה׳ וואָס קומט אַרויס פון דער תכונה פון גדלות גופא,

ברענגט

(ווען זי איז כפי הרצון)

צו אַ הוספה

(והגדלה)

אויך אין דעם גילוי האהבה העצמית .

ה.

דער ביאור אין דעם:

די עבודה פון אַ אידן בשכל ומדות איז ניט ח”ו אַ היפך פון זיין ביטול צום אויבערשטן,

נאָר פאַרקערט: דאָס איז אַ תוצאה און המשך דערפון.

דאָס גופא וואָס מ׳דאַרף האָרעווען אַז זיין שכל זאָל

פאַרשטיין חכמתו ית׳

(תורה),

און אַז זיינע מדות זאָלן האָבן אַ חיות און געשמאַק אין תומ”צ,

איז עס אַזוי ווייל דאָס איז דער רצון העליון 14 ,

און ער איז בטל לרצון העליון אין אַלעם .

וע”ד המבואר 15

בנוגע דער חלוקה פון מצות אין משפטים עדות און חוקים

(וואָס דאָס איז דאָך אַ חלוקה של תורה

( אַז אפילו את”ל 16

אַז זיי זיינען מחולק ניט נאָר בטעמיהן,

נאָר אויך באופן הקיום שלהן* 16

: „עדות” דאַרף מען מקיים זיין אַלס מצות וואָס זיינען מעיד אויף געוויסע ענינים,

און משפטים —

(אויך)

מפני חיוב השכל — איז דאָס גופא וואָס מצות שכליות ווערן געטאָן

(אויך)

מפני הטעם,

דאַרף דאָס זיין מצד קבלת עול,

ד.

ה.

דערפאַר וואָס דער אויבערשטער האָט גוזר געווען אַז דער קיום פון אָט־די מצות זאָל זיין

(אויך)

מצד הטעם.

קומט אויס,

אַז די מעלות רוחניות פון אַ אידן

(בשכלו ומדותיו)

פאַרדעקן ניט און מאַכן ניט שוואַכער זיין קטנות

וביטול וקב”ע,

נאָר פאַרקערט: בשעת אַ איד נוצט אויס זיין שכל ומדות אין עבודת ה׳ ווייל אַזוי האָט דער אויבערשטער געהייסן,

ווייזט ער דערמיט,

אַז זיין קבלת עול איז „געוואָקסן” — ס׳איז ניט געבליבן קיין ענין וואָס איז אָפּגעטיילט פון זיין ביטול,

נאָר עס האָט אים דורכגענומען אינגאַנצן מיט אַלע זיינע כחות.

ובמילא,

איז ניט נאָר וואָס זיינע מעלות זיינען ניט מעלים אויף דער אהבה עצמית,

נאָר אדרבה: דאָס איז „מגדיל” דעם גילוי האהבה העצמית,

אַז זי זאָל דורכנעמען דעם מענטשן אינגאַנצן.

ו.

די נקודה הנ”ל,

אַז די עבודה פון אַ אידן בשכל ומדות דאַרף זיין אַ תוצאה און אַ המשך פון זיין קבלת עול — איז אויך מרומז אין דעם וואָס דער סיום פון דער ערשטער מס׳ פון ש”ס — מס׳ ברכות — איז וועגן די מעלות פון ת”ח: „ת”ח אין להם מנוחה כו׳ ילכו מחיל אל חיל 17 ..

ת”ח מרבים שלום בעולם שנאמר 18

וכל בניך למודי ה׳ כו׳”.

די ערשטע מס׳ פון ש”ס ווייזט אויף ראשית העבודה — וואָס דאָס איז קבלת עול 19 .

און ווי עס שטייט אין ראשונים 20 ,

אַז דער אָנהויב פון ש”ס איז מיט מס׳ ברכות,

ווייל „ ראשית חכמה יראת ה׳” 21 ,

און אין דער מס׳ רעדט זיך וועגן

(ק”ש וואָס איז)

„יחודו של הקב”ה ולקבל עליו מלכות שמים ועול תורה והמצות כו׳”.

אָבער דער סיום המס׳ — און „הכל הולך אחר החיתום” 22

— רעדט גאָר וועגן דער מעלה פון תלמידי חכמים ,

לימוד התורה

(שכל),

און נאָכמער: זייער מעלה אין דעם וואָס „אין להם מנוחה ..

ילכו מחיל אל חיל” — וואָס דאָס איז היפך פון ענין הקבלת עול,

וואָס אין דעם דאַרפן ניט זיין קיין שינויים 23 .

איז דער רמז אין דעם,

אַז דער סיום

(שלימות)

פון דער „מסכתא”

(עבודה)

פון קבלת עול איז — ווען זי נעמט דורך אויך דעם שכל האדם,

אפילו השכל בשלימותו

(שכל התורה)

; ווען זיינע ענינים אַלס אַ תלמיד חכם זיינען אַ חלק פון מס׳

(ברכות — )

יראת ה׳,

אַן אויסדרוק פון זיין קבלת עול.

ז.

אָט די פאַראייניקונג צווישן קבלת עול

(וואָס דריקט אויס די מעלה עצמית פון אידן אַלס בנו של הקב”ה,

כנ”ל ס”ג)

מיט די מעלות גלויות

(שכל ומדות וכו׳),

איז אויך מרומז אין דעם

(מאמר שב)

סיום המסכת גופא — „וכל בניך למודי ה׳ ורב שלום בניך אל תקרי בניך אלא בוניך”:

דער פסוק זאָגט צוויי ענינים:

(א)

„וכל בניך למודי ה׳” — וואָס דער „בניך” מיינט בנים כפשוטו 24 .

(ב)

„ורב שלום בניך” — וואָס אויף דעם „בניך” זאָגט די גמרא „אל תקרי בניך אלא בוניך”,

ת”ח וועלכע זיינען בונה דעם עולם,

זיינען זיי „מרבים שלום בעולם”.

בפשטות איז דער טעם וואָס די גמרא ברענגט התחלת הכתוב איז נאָר צו באַווייזן,

אַז

(א)

דער פסוק רעדט וועגן

„למודי ה׳” — תלמידי חכמים 25 ,

(ב)

דעם צווייטן „בניך” דרש׳נט מען „אל תקרי בניך אלא בוניך” — דערפאַר ווייל עס שטייט פריער „בניך” 26 .

בעומק יותר קען מעז זאָגן,

אַז די ווערטער „וכל בניך למודי ה׳” זיינען

(אויך)

אַ ביאור אויף דער דרשה „אל תקרי בניך אלא בוניך”:

עס איז ידוע דער כלל 27

אין דעם לימוד פון „אל תקרי ..

אלא ..

”,

אַז דאָס קומט ניט שולל זיין דעם „תקרי”,

נאָר ס׳איז אַ הוספה אויף עם.

ועד”ז בעניננו: אויך נאָכן לימוד „אל תקרי בניך אלא בוניך”,

בלייבט אויך דער פירוש פון „בניך” כפשוטו.

אין עבודת האדם מיינט עס: דאָס וואָס ת”ח זיינען „בוניך” — „מרבים שלום בעולם”,

איז דוקא ווען זייער לימוד איז ווי אַ „ בן "

(„בניך”)

— וואָס מעלת הבן איז בעיקר ביי אַ בן קטן

(כנ”ל),

ד.

ה.,

ווען דער לימוד איז מיט קטנות 28

און ביטול 29 .

וואָס פאַר אַ שייכות האָט ביטול צו

לימוד?

לכאורה זיינען זיי הפכיים זה מזה! איז דער פסוק מקדים „ וכל בניך לימודי ה' ”:

דער ענין פון „למודי ה׳” איז ניט קיין באַזונדער מעלה פון אַ אידן,

נאָר דאָס קומט צוזאַמען מיט „בניך”; זייענדיק „בנו” של הקב”ה — דער עצם פון אידן איז איין זאַך מיט אלקות — ברענגט עס ממילא אַז אַלע עניני האדם זיינען איינס מיט אלקות

[זיין שכל איז אויף צו זיין „למודי ה׳ ”

(אויף לערנען תורה),

זיינע מדות — אויף אהבת ה׳ ויראת ה' ,

וכו׳],

ובמילא — „ וכל בניך למודי ה׳”: אויב נאָר מ׳איז „בניך”,

איז מען „למודי ה׳”.

און דערפאַר,

אויך ווען מ׳איז עסוק אין לימוד התורה — וואָס דעמאָלט שטייט בגלוי

(ניט „בניך”,

נאָר)

דער ענין פון „בוניך”

(„אל תקרי בניך אלא בוניך”)

— איז דאָס מיוסד אויף „בניך”,

אַז מ׳איז אַ בן להקב”ה,

וואָס דריקט זיך אויס אין קטנות וביטול,

כנ”ל.

ח.

וי”ל אַז מען זעט אַ דבר פלא בזה:

אַזוי ווי מען גיט צו פאַרשטיין די מעלה עצמית פון אַ אידן אַלס „בנו” של הקב”ה,

מיט אַ משל פון דעם יחס צווישן אב ובן קטן בגשמיות

— ווייל די אהבה עצמית פון עלטערן צו קינדער נעמט זיך פון דער אהבה עצמית פון דעם אויבערשטן

(אבינו)

צו אידן

(בנים),

כנ”ל ס”ג —

אַזוי איז עס אויך אין דעם פרט פון „וכל בניך לימודי ה׳” — אַז „בניך” ברענגט מיט זיך די מעלה פון „למודי ה’”:

פון דעם ענין ווי דאָס איז ביי אידן

(בנו של הקב”ה),

ווערט נשתלשל אויך צו אַ בן קטן כפשוטו ,

אַז ביי אַ קינד זיינען פאַראַן ניט נאָר די תכונות פון

קטנות וביטול

(כנ”ל סוס”ג),

נאָר אויך — פון למוד :

מען זעט במוחש,

אַז אַ קינד פרעגט און פרעגט אויס וועגן אַלעס וואָס עס טוט זיך אַרום אים — ער האַלט אין איין פרעגן „וואָס” און „פאַרוואָס”.

און אויב ער באַקומט ניט קיין ענטפער וואָס באַפרידיקט אים,

פרעגט ער איבער נאָכאַמאָל און ווידער אַ מאָל.

און נאָכמער: אויך די מעלה פון ת”ח וואָס ווערט אַרויסגעבראַכט אין דעם

(ערשטן)

מאמר שבסיום מס׳ ברכות — „ת”ח אין להם מנוחה ..

ילכו מחיל אל חיל” — איז פאַראַן בגלוי ביי אַ קטן

(אַ תינוק קטן)

; ווי מ׳זעט במוחש,

אַז אַ קינד

(אין אַ געזונטן צושטאַנד)

רוט ניט,

ער בלייבט ניט לאַנג אויפן זעלבן אָרט,

ער האַלט אין איין באַוועגן זיך,

זוכן עפּעס צו טאָן א.

ז.

וו.

נאָך מער: די תכונות זיינען דאָ ביי קינדער אין אַ פיל גרעסערער מאָס ווי ביי ערוואַקסענע,

ביי קינדער איז דאָס אַן ענין טבעי ,

משא”כ ביי ערוואַקסענע.

ויש לומר דעם טעם פנימי בזה: וויבאַלד אַז „וכל בניך”

(פון ה׳)

ברענגט מיט זיך בדרך ממילא דעם „ למודי ה׳”,

דערפאַר זיינען אויך דאָ די תכונות פון „למודי” ביי „בנים” כפשוטו; און וויבאַלד אַז ביי אַ קינד איז דער ענין פון „בניך” מער בגילוי,

זיינען אויך די תכונות פון „למודי” מער בגילוי.

(און דערפון וואָס דאָס איז ביי אידישע קינדער,

ווערט דערנאָך נשתלשל 30

אין וועלט,

אַז אַזוי איז דער טבע פון יעדן קינד 31 ).

ט.

ע”פ כל הנ”ל וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס דער פסוק זאָגט „בני בכורי ישראל” — אע”פ אַז די מעלה פון אַ „בן” איז מער בגילוי ביי אַ בן קטן

(וואָס דערפאַר ווערן אידן בכמה מקומות צוגעגליכן צו אַ בן קטן,

כנ”ל ס”א)

:

די מעלות גלויות פון אידן,

וואָס מצד דעם זיינען זיי „בכורי — לשון גדולה ”,

זיינען ניט קיין באַזונדער ענין פון זייער מעלה עצמית אַלס „בנים”

(של הקב”ה),

נאָר אדרבה: די שלימות פון דער מעלה עצמית פון אַ אידן אַלס בן להקב”ה איז ווען דאָס קומט אַרויס לידי גילוי אויך אין זיינע מעלות הגלויות,

כנ”ל בארוכה.

בשעת מען וויל אויסדריקן די אהבה עצמית פון הקב”ה לישראל כשלעצמה ,

נוצט מען דעם משל פון אהבת האב לבנו הקטן ,

ווייל ביי אַ בן קטן איז די אהבה עצמית בגילוי מצד הטבע : ביי אַ בן קטן,

וועלכער האָט ניט מעלות גלויות,

איז אהבת האב אליו בלויז אַן אהבה עצמית; דאַקעגן ביי אַ בן גדול,

וועלכער האָט שוין מעלות גלויות וואָס רופן אַרויס די אהבת האב שמצד הטעם,

איז דאָס ע”פ טבע אַ פאַרשטעל אויף דער אהבה עצמית

(בלויז דורך השתדלות ויגיעה קען מען אויפטאָן,

אַז אעפ”כ זאָל די אהבה עצמית בלייבן בגילוי,

ביז אַז די מעלות גלויות זאָלן נאָך פאַרשטאַרקן דעם גילוי האהבה העצמית,

כנ”ל).

בשעת אָבער מ׳וויל אַרויסברענגען דעם מהות פון עם ישראל — דאַן איז

דער תואר „בני בכורי ”

(ע”ד „וכל בניך למודי ה’”),

וואָס זאָגט אַרויס 32

אַז די מעלה עצמית פון אידן אַלס בנים נעמט

זיי דורך און דאָס ווערט די גאַנצע מציאות פון אידן — בכל הפרטים.

(משיחות ש"פ בלק וכ' מנ"א תשמ"א)

Reader controls and commentary are loading.