B"H
🏡

Ikar

שמות ב

א.

אויפן פסוק 1

„ונתתי את חן העם הזה בעיני מצרים וגו׳” — וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט משה רבינו ביים אָנזאָגן אים וועגן יציאת מצרים — שטייט אין מדרש 2

: „ונתתי את חן העם — מה שאמרתי לאברהם 3

ואחרי כן יצאו ברכוש גדול,

אני עתיד לעשות אתכם לחן בעיני מצרים כדי שישאילום וילכו מלאים,

בכדי שלא יהא פתחון פה לאברהם אבינו לומר ועבדום וענו אותם 4

קיים בהם ואחרי כן יצאו ברכוש גדול לא קיים בהם”.

די באַוואָרעניש פון התחלת דברי המדרש „מה שאמרתי לאברהם ואחרי כן יצאו ברכוש גדול” איז מובן בפשטות 5

: היות אַז עס שטעלט זיך די שאלה: פאַרוואָס האָט דער אויבערשטער גלייך

(נאָך איידער משה האָט אָנגענומען די שליחות בכלל,

ופשיטא פאַר׳ן אַרויסגיין פון מדין)

רעדנדיק מיט משה׳ן וועגן יציאת מצרים אים געזאָגט אַז „ונתתי את חן העם וגו׳”?

פאַרענטפערט דער מדרש,

אַז דערמיט ווערט געמיינט אַן עיקר תנאי וואָס ערמעגליכט די יציאה — דעם ישלח אתכם 6

— אויב פאַר דעם וועט זיין „ונתתי גו׳ ושאלה אשה משכנתה”,

קיום ההבטחה פון אויבערשטן

(גלייך ביים אָנזאָגן וועגן

(גלות ו)

גאולת מצרים

(בברית בין הבתרים))

„ואחרי כן יצאו ברכוש גדול”.

מען דאַרף אָבער פאַרשטיין: וואָס מיינט דער מדרש מיט דעם וואָס ער איז ממשיך „בכדי שלא יהא פתחון פה לאברהם אבינו כו׳”?

למאי נפק”מ אברהם׳ס פתחון פה — דער אויבערשטער דאַרף דאָך מקיים זיין הבטחתו.

ב.

דעם זעלבן ענין,

אַז דאָס וואָס אידן האָבן געדאַרפט שואל זיין פון די מצרים „כלי כסף וגו׳” איז כדי אברהם זאָל ניט האָבן די טענה „ועבדום ..

קיים ..

ואחרי כן יצאו ברכוש גדול לא קיים”,

געפינען מיר אויך אין גמרא ברכות 7 ,

אָבער דאָרט איז מובן די נויטיקייט צו באַוואָרענען די טענה פון אברהם:

די גמרא שטעלט זיך אויפן פסוק אין פרשת בא 8

„דבר נא באזני העם וישאלו וגו׳”,

וועלכער רעדט וועגן דעם אָנזאָג פון אויבערשטן צו משה אַז אידן זאָלן שואל זיין פון די מצרים רכוש — און איז מסביר 9

: „אמרי דבי ר׳ ינאי אין נא אלא לשון בקשה.

א”ל הקב”ה למשה בבקשה ממך 10

לך ואמור להם לישראל בבקשה מכם שאלו ממצרים כלי כסף וכלי זהב,

שלא יאמר אותו צדיק

(פרש”י: אברהם)

ועבדום וענו אותם קיים בהם ואחרי כן יצאו ברכוש גדול לא קיים בהם”.

ד.

ה.

די גמרא באַוואָרנט די שאלה פאַרוואָס דער אויבערשטער האָט געדאַרפט בעטן די אידן — „דבר נא ,

אין נא אלא לשון בקשה” — זיי זאָלן שואל זיין די כלי כסף וכלי זהב פון די מצרים,

הגם אַז אין זייער דעמאָלטיקן מצב האָבן זיי גאָר ניט געטראַכט וועגן דעם כלל,

ואדרבא — ווי די גמרא פירט אויס „אמרו לו ולואי שנצא בעצמנו”,

איז די גמרא מבאר,

אַז אע”פ אַז אידן בעטן מוותר זיין אויפן רכוש גדול,

קען אָבער דער אויבערשטער ניט ממלא זיין בקשתם,

„שלא יאמר אותו צדיק כו׳”.

אָבער דאָ אין מדרש,

וואו עס רעדט זיך ניט וועגן דעם אָנזאָג צו אידן צו שואל זיין פון די מצרים,

נאָר וועגן דעם וואָס דער אויבערשטער וועט טאָן צו ממלא זיין הבטחתו — „ ונתתי את חן העם גו׳” — איז וואָס דאַרף מען אָנקומען,

אַז ס׳איז „בכדי שלא יהא פתחון פה לאברהם” 11 ?

ג.

אויך זיינען פאַראַן כמה דיוקים אין דעם מארז”ל הנ”ל,

ומהם:

א)

וואָס איז דער טעם ההדגשה אין דעם לשון „

(קיים)

בהם ..

(לא קיים)

בהם ”; לכאורה האָט געדאַרפט שטייען „ועבדום וענו אותם קיים ואחרי כן יצאו ברכוש גדול לא קיים ”?

ב)

פאַרוואָס איז די טענה אין אַן אופן אַז דער „קיום” פון דעם „יצאו ברכוש גדול” — ווערט געפאָדערט ווייל ס׳איז געווען דער „קיום” פון „ועבדום וענו

אותם” — דלכאו׳ איז די טענה אַז די הבטחה „ואחרי כן יצאו ברכוש גדול לא קיים בהם,

דזהו עיקר התרעומות” 12 .

ג)

וואָס איז דער טעם פונעם שינוי הלשונות צווישן מדרש און גמרא — אין מדרש שטייט

(א)

„שלא יהא פתחון פה

(ב)

לאברהם אבינו”,

און אין גמרא

(א)

„שלא יאמר

(ב)

אותו צדיק” 13

[ובפרט אַז אין מדרש איז שוין פריער דערמאָנט געוואָרן דער נאָמען אברהם: „מה שאמרתי לאברהם”,

במילא זיינען די ווערטער „לאברהם אבינו” אַ יתור לשון לכאו׳; משא”כ אין גמרא ווערט אברהם כלל ניט דערמאָנט 14 ,

און דאָך נוצט די גמרא דעם תואר „אותו צדיק” און ניט „אברהם אבינו”]?

ד.

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם 15

:

דער אויבערשטער דאַרף מקיים זיין די הבטחה מחמת ההבטחה עצמה 16 ,

ווייל ער האָט צוגעזאָגט ; וואָרום ס׳איז דאָך „לא איש א־ל ויכזב ..

ההוא אמר ולא יעשה ודבר ולא יקימנה” 17 ,

„לא אחלל בריתי ומוצא שפתי לא אשנה” 18 ,

— און ניט בלויז צו פאַרמיידן די טענה פון אברהם 19 .

איז דערפון גופא אַ הכרח צו זאָגן,

אַז אויך אָן דעם ונתתי את חן גו׳ האָט דער אויבערשטער געקאָנט מקיים זיין זיין הבטחה אַז אידן זאָלן באַקומען אַ רכוש גדול,

און פונדעסטוועגן וועט זיין אַן אָרט פאַר דער טענה ופתחון פה פון אברהם אבינו.

און דאָס איז דער מדרש מחדש: דוקא דורכדעם וואָס די הבטחה ווערט אויסגעפירט אין דעם אופן פון „ונתתי את חן העם הזה בעיני מצרים וגו’” ווערט באַוואָרנט „שלא יהי׳ פתחון פה לאברהם אבינו”.

און אין דעם חידוש איז די גמרא מוסיף נאָכמער,

אַז דער ענין פון „ונתתי את חן העם הזה בעיני מצרים ..

כדי שישאילום וילכו מלאים” איז נאָך אויך ניט אינגאַנצן מספיק,

עס האָט געדאַרפט זיין אין אַן אופן פון „דבר נא באזני העם וישאלו גו’”,

אידן זאָלן בעטן דאָס ביי די מצרים,

וואָס דערמיט וועט אינגאַנצן ניט זיין קיין מקום צו טענת אברהם.

ה.

דער ביאור בזה:

די גמרא דערציילט אין מס׳ סנהדרין 20 ,

אַז בזמן אלכסנדרוס מוקדון

זיינען בני מצרים געקומען צו אים מיט אַ טענה,

אַז אידן זאָלן זיי צוריקגעבן די כסף וזהב וואָס זיי האָבן ביי זיי צוגענומען.

האָט זיי גביהא בן פסיסא געענטפערט „תנו לנו שכר עבודה של ששים ריבוא ששיעבדתם במצרים כו׳”.

זיינען מפרשים מבאר 21 ,

אַז דער רכוש גדול וואָס אידן האָבן געקראָגן פון די מצרים האָט זיי געקומט אַלס געצאָלט

(תשלום)

פאַר זייער עבודה אין מצרים 22 .

וויבאַלד אַז דאָס איז געווען סיי אַלס עונש פאַר די מצרים

(כדלקמן)

און סיי אַלס תשלום שכר פאַר די אידן,

קען זיין אין דעם צוויי אופנים — וועלכער פון די צוויי איז געווען דער עיקר:

א)

אַז דאָס וואָס די מצרים האָבן געדאַרפט אַוועקגעבן די אידן זייער רכוש איז געווען בעיקר אַלס עונש פאַר די מצרים 23 ,

און מפרש זיין דעם פסוק

(ביי ברית בין הבתרים)

— „וגם את הגוי אשר יעבודו דן אנכי ואחרי כן יצאו ברכוש גדול” 24 ,

אַז דער „יצאו ברכוש גדול” איז אַ חלק

(און אַ המשך)

פון דעם „את הגוי” „דן אנכי”.

ד.

ה.

בעיקר איז

דאָ דער עונש פון „ ונצלתם את מצרים " 25 ,

נאָר

(— פאַרוואָס קומט עס אָן צו די אידן דוקא)

: וויבאַלד אַז אידן האָבן געאַרבעט ביי די מצרים,

איז דער עונש פון די מצרים געווען אויסגעשטעלט אַזוי,

אַז די אידן זאָלן באַקומען זייער רכוש,

אַלס שכר עבודה.

ב)

אַז דער „רכוש גדול” איז מלכתחלה נקבע געוואָרן אַלס שכר פאַר דעם „ועבדום וענו אותם”,

און דאָס וואָס עס שטייט בהמשך צום „דן אנכי”,

איז ווייל צוזאַמען מיטן שכר העבודה פאַר די אידן איז דאָס אויך געווען אַן ענין של עונש פאַר די מצרים — ס׳איז באַ זיי צוגענומען געוואָרן אַ רכוש גדול,

ביז אַז — „ונצלתם את מצרים”.

ואו.

דער חילוק צווישן די צוויי אופנים איז:

לויטן ערשטן אופן,

איז קיין נפק”מ ניט אין וואָס פאַר אַן אופן דער „רכוש גדול” קומט צו אידן.

די זאַך איז,

אַז דער רכוש גדול זאָל צוגענומען ווערן פון מצרים,

און דאָס וואָס עס קומט צו אידן איז בלויז אַן ענין צדדי,

איז מאַי נפק”מ דער אופן בזה.

ובמילא,

ווען די אידן וואָלטן דעם „רכוש גדול” צוגענומען פון די מצרים בשעת מכת חושך 26 ,

לדוגמא,

וואָלט זיך אויפגעטאָן דער מכוון פון „יצאו ברכוש גדול”.

אויב אָבער דער „ואחרי כן יצאו ברכוש גדול” איז

(בעיקר)

שכר עבודה,

פאַר דעם „ועבדום וענו אותם”,

מוז עס דאָך זיין באופן של תשלום ,

דאַרף דערביי זיין גלוי ונרגש אַז די מצרים גיבן דאָס די אידן 27 ,

ד.

ה.

באַצאָלן דערמיט דעם שכר העבודה 28 .

און דאָס איז וואָס דער מדרש זאָגט,

אַז דוקא דערמיט וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט „ונתתי את חן העם הזה גו׳” — ווערט באַוואָרנט „שלא יהי׳ פתחון פה לאברהם אבינו לומר ועבדום וענו אותם קיים בהם ואחרי כן יצאו ברכוש גדול לא קיים בהם”:

די עצם הבטחה פון דעם אויבערשטן „ואחרי יצאו ברכוש גדול”

(אין וועלכער ס׳איז ניט אויסגעטייטשט געוואָרן בפירוש איר מכוון)

קען אויסגעפירט ווערן,

אויך ווען דאָס איז אין אַן אופן אַז אין דעם איז ניכר

(הויפּטזעכליך)

דער צד העונש פאַר די מצרים און ניט דער צד השכר והתגמול פאַר דער עבודה ועינוי פון די אידן;

אָבער דעמולט בלייבט אַן אָרט פאַר אַ „פתחון פה לאברהם אבינו ”: אברהם,

דער „אב” פון עם ישראל,

מאָנט אַז דער מכוון פון דעם רכוש גדול זאָל זיין

(בעיקר)

לטובת ישראל ,

דאָס איז אַן ענין פון שכר פאַרן „ועבדום”

(און דוקא דעמולט איז דאָס פאַר זיי אַ „תנחומין” אויפן גלות המר אין מצרים) 29 .

דערמיט איז מובן פאַרוואָס דער „פתחון פה” פון אברהם

(אַז „ואחרי כן כו׳ לא קיים בהם”)

איז פאַרבונדן מיט דער הקדמה פון „ועבדום וענו אותם קיים בהם” — ווייל דאָס איז דער יסוד פונעם „פתחון פה” בנוגע דעם רכוש גדול: וויבאַלד „ועבדום וענו אותם קיים בהם " — די אידן האָבן דורכגעמאַכט די עבודה קשה ועינוי,

איז דאָס מחייב אַז אויך דער „ואחרי כן יצאו ברכוש גדול

(זאָל זיין אינעם אופן פון)

קיים בהם ”

(און דערפאַר איז די תוס׳ הדגשה „

(קיים)

בהם ”,

ניט „קיים” סתם)

; די אידן זאָלן פילן ווי דער „רכוש גדול” איז מלכתחלה אַ הבטחה צו זיי

(און צוליב זיי)

— אַלס שכר ותגמול פאַר זייער עבודה ועינוי.

און כדי צו נאָכקומען אָט די טענה,

האָט דער אויבערשטער באַוואָרנט אַז דער רכוש גדול זאָל אָנקומען צו אידן אין אַן אופן אַז די מצרים זאָלן עס געבן און מיט חן,

ברצונם הטוב ובסבר פנים יפות — „ונתתי את חן העם גו׳”,

וואָס דאָס איז מדגיש,

אַז דער „רכוש גדול” איז פאַרבונדן מיטן „ועבדום וענו אותם”,

כנ”ל 30 .

ז.

אויף דעם איז די גמרא מוסיף אין דער באַוואָרעניש פון טענת אברהם — דורכן ברענגען דעם ענין הנ”ל בקשר מיטן פסוק „דבר נא באזני העם וישאלו גו׳”:

אפילו ווען די מצרים גיבן די אידן ביים אַרויסגיין פון מצרים כלי כסף וכלי זהב כו׳ ובסבר פנים יפות,

קען נאָך אַלץ זיין אַן אָרט צו זאָגן,

אַז ס׳איז אין דעם ניט קענטיק באופן גלוי ווי דאָס קומט בתור שכר עבודה; עס קען זיין אַ סברא אַז דאָס איז ניט שכר עבודה,

נאָר סתם נתינת מתנות 31 .

אָדער כדי אַז אידן זאָלן ניט אַרויסגיין ממצרים בעירום ובחוסר כל 32 .

און דעריבער,

כדי צו באַוואָרענען אינגאַנצן דעם ענין פון „ואחרי כן יצאו ברכוש גדול קיים בהם ”

(אַז מען זאָל וויסן קלאָר אַז דאָס איז שכר עבודה),

האָט דער אויבערשטער אָנגעזאָגט אַז די עובדים

(ובאופן דוענו)

אַליין דוקא זאָלן בעטן — ובאופן אַז מ׳פּועלט עס,

מאָנען — ביי די מצרים דעם „רכוש גדול”,

וואָס דאָס באַווייזט בגלוי אַז דער רכוש קומט זיי .

ועפ”ז וועלן פאַרשטאַנדיק ווערן די שינויים אין לשון הגמרא

(לגבי לשון המדרש)

— עס שטייט „שלא יאמר

(און ניט דער לשון „פתחון פה” 33 )

אותו צדיק”

(און ניט „אברהם אבינו”)

:

ווען ס׳וואָלט געווען באופן אַז די מצרים זאָלן אַליין געבן דעם רכוש גדול צו אידן 34

וואָלט עס אויך געווען אַ הוכחה אַז דער „רכוש גדול” געהערט צו אידן און אַז דער מכוון אין דעם איז טובת ישראל; ובמילא איז ניטאָ קיין „פתחון פה”

(ע”י אחר „הפותח” הפה סתום — די מצרים אויב זיי גיבן ניט זיינען גורם צו זאָגן —)

אַז „ואחרי כן יצאו ברכוש גדול לא קיים בהם”;

עס איז נאָר „שלא יאמר אותו צדיק ” — מצד שלימות הצדק והיושר פון אברהם אבינו איז דאָ אַן אָרט צו זאָגן,

אַז דורכמאַכנדיק אַזאַ קושי השעבוד ועינוי אין מצרים

(„ועבדום וענו”)

קומט די אידן צו ווערן באַצאָלט מיטן „רכוש גדול” אין אַן אופן ס׳זאָל זיין ניכר בגלוי אַז ס׳איז שכר עבודתם

(וואָס דוקא דעמולט איז דער „ואחרי כן יצאו ברכוש גדול קיים בהם ” בשלימות ).

און דאָס ווערט אויפגעטאָן,

כנ”ל,

דורך דעם וואָס „דבר נא באזני העם וישאלו גו׳”.

ח.

דער ביאור בזה בעבודה רוחנית:

ס׳איז ידוע 35 ,

אַז דער „רכוש גדול”,

וואָס אידן האָבן אַרויסגענומען פון מצרים,

באַשטייט

(בפנימיות הענינים)

פון די ניצוצי קדושה וועלכע זיינען געווען דאָרט,

כולל — אין דעם כסף וזהב וכו׳,

מ׳האָט דערנאָך געמאַכט דערפון דעם משכן ובכלל גענוצט בקדושה — וועלכע זיינען נתברר געוואָרן דורכן גלות מצרים — די כוונה און תכלית פון זייער דורכמאַכן דעם גלות מצרים איז געווען 36

בכדי עס זאָל זיך דורכדעם אויספירן דער ענין פון „ואחרי כן יצאו ברכוש גדול”,

אַרויסנעמען און מעלה זיין די ניצוצי קדושה פון מצרים.

[וואָס דערמיט ווערט פאַרענטפערט די תמי׳: וויבאַלד אַז אידן זיינען געווען גרייט צו מוותר זיין אויפן רכוש גדול,

זאָגנדיק „ולואי שנצא בעצמנו”

(און ווי דער משל וואָס די גמרא ברענגט 37 )

— איז פאַרוואָס האָט דער אויבערשטער ניט מוותר געווען אויף דעם?

וע”פ הנ”ל איז עס מובן ופשוט: דער „רכוש גדול” איז געווען אַן עיקר צוועק פון גלות מצרים; אַן דעם „רכוש גדול” ווערט ניט אויסגעפירט די כוונה און תכלית פון גלות מצרים].

און דורך דעם „ועבדום וענו אותם”,

דורך דעם וואָס די אידן האָבן בעבודתם מברר ומעלה געווען די ניצוצי קדושה שבמצרים,

האָט זיך אויפגעטאָן אויך אַן עלי׳ בהם ,

אין די אידן עצמם 38 .

וואָס דאָס איז דער פירוש הפנימי אין דעם וואָס מ׳זאָגט „ואחרי כן יצאו ברכוש גדול”,

אַז די אידן האָבן באַקומען און זיינען אַרויס מיטן „רכוש

גדול”,

און די עלי׳ וואָס האָט זיך אויפגעטאָן אין אידן — „ואנכי אעלך גם עלה” 39 .

ט.

דערמיט וועט מען פאַרשטיין דעם תוכן פון די צוויי ענינים הנ”ל

(סעיף ה)

בעבודה רוחנית:

אויב מען נעמט אָן אַז דער רכוש גדול איז עיקרו געווען דער אויפטו בנוגע מצרים — צו מעניש זיין די מצרים,

קומט אויס,

אַז דער עיקר המכוון

(פנימי)

פון גלות מצרים איז בכדי צו מברר זיין און אַרויסנעמען פון דאָרט די ניצוצות הקדושה — זיי זאָלן נתברר ווערן.

נאָר היות אַז אידן זיינען געווען די וועלכע האָבן בעבודתם אויסגעפירט די כוונה,

קומט זיי דערפאַר אַ שכר,

וואָס דאָס איז די עלי׳ גדולה צו וועלכער זיי קומען דורך זייער עבודה.

אברהם אבינו אָבער „קוקט” אויף דעם „רכוש גדול” ווי ער איז בעיקר נוגע אידן ; „ואחרי כן יצאו ברכוש גדול קיים בהם " — אַז דער מכוון פון גלות מצרים איז: כדי אידן זאָלן דערגרייכן זייער עלי׳ ושלימות,

און דערפאַר האָט זיי דער אויבערשטער אַראָפּגעשיקט אין מצרים צו מברר זיין דאָרט די ניצוצי קדושה בכדי דורכדעם צו דערגרייכן זייער שלימות.

ד.

ה.

דער מכוון איז די תועלת ועלי׳ פון אידן,

נאָר דאָס ווערט דערגרייכט דורך בירור הניצוצות.

און מהאי טעמא דאַרף דער „רכוש גדול” קומען דוקא דורכדעם וואָס „ונתתי את חן העם — שישאילום וילכו מלאים ” 40 ,

ווען די מצרים גיבן זייער רכוש צו אידן

(ניט די אידן נעמען דאָס

אַליין)

ווערט אַרויסגעבראַכט אַז דער בירור הניצוצות איז צוליב דער עלי׳ פון אידן,

וואָס דערפאַר זיינען די ניצוצי קדושה עצמם מסייע די אידן בעבודתם.

[ וע "ד הידוע 41

אין דעם ענין פון „הוי׳ לי בעוזרי” 42

לשון רבים,

אַז די ניצוצות הקדושה,

וועלכע ווערן נתברר ע”י עבודת האדם,

ווערן „עוזרי”,

מסייעים ועוזרים צום אדם העובד בעבודתו.

ויש לומר,

אַז דאָס וואָס די ניצוצי קדושה ווערן דערנאָך די „עוזרים” פון דעם מברר,

איז אַ מסובב ותוצאה דערפון וואָס דער עיקר מכוון פון דעם בירור הניצוצות איז „בשביל ישראל”,

כדי אידן זאָלן נתעלה ווערן].

יו”ד.

די צוויי אופנים הנ”ל זיינען אויך פאַראַן אין דער עבודה פון יעדער אידן

(וואָס ירידת הנשמה למטה „היא ..

בחי׳ גלות ממש” 43 )

:

די ירידת הנשמה למטה איז צו מברר זיין דעם גוף ונפש הבהמית וחלקו בעולם — „לקשרם ולייחדם באור א”ס ב”ה” 44 ,

וואָס דורך דעם מאַכט מען אַ דירה לו ית׳ בתחתונים.

און דורך דעם וואָס די נשמה קומט אַראָפּ למטה און פירט דורך די עבודה פון בירור וזיכוך העולם,

איז ירידה זו צורך עלי׳ 45

— ווערט אין איר אויפ־

געטאָן אַן עלי׳

(נאָך העכער ווי זי איז געווען קודם ירידתה למטה),

ביז אַז דורך דעם דערגרייכט זי צו איר שלימות 46 .

און אין דעם זיינען פאַראַן צוויי סברות 47

(ע”ד הנ”ל בנוגע צו גלות מצרים)

:

א)

אַז דער עיקר ותכלית איז — אַז וועלט זאָל נתברר ווערן און ווערן אַ דירה לו ית׳,

נאָר אַזוי ווי אידן זיינען די וואָס טוען אויף די דירה,

קומט זיי דערפאַר אַ שכר 48

— „ואחרי כן יצאו ברכוש גדול” — וואָס דאָס איז די עלי׳ צו וועלכער זיי דערגרייכן דורך די עבודה.

ב)

דער תכלית הכוונה איז — אידן ,

אַז אַ איד זאָל דערגרייכן צו זיין אמת׳ער שלימות 49

; נאָר דער וועג דערצו איז — דורך ירידת הנשמה למטה און איר עבודה בבירור וזיכוך העולם.

יא.

די צוויי אופנים הנ”ל זיינען פאַרבונדן מיט צוויי אופנים ווי אַ נשמה גייט צו צו איר עבודה פון בירור וזיכוך העולם 50

:

א)

די עבודה בבירור העולם איז מיט קבלת עול ווי אַן „עבד פשוט”,

ד.

ה.

אַז פאַר אים איז קיין נפק”מ ניט וואָס די עבודה טוט אויף; ער ווייס נאָר איין זאַך: ער האָט אַ שליחות פון דעם אויבערשטן וואָס ער דאַרף אויספירן — ס׳איז באַ אים אָבער ניט משנה וואָס די

שליחות טוט אויף,

ובלשון הידוע 51

„אילו נצטוה לחטוב עצים”,

וואָלט ער דאָס געטאָן מיט דער זעלבער קבלת עול.

ב)

כאָטש ער טוט זיין עבודה מיט ביטול וקב”ע,

ווייס ער אָבער אויך און פאַרשטייט דעם תוכן העבודה,

תוכן השליחות 52 ,

אַז עס ווערט אַ דירה לו ית׳ בתחתונים.

וואָס דער חילוק צווישן די צוויי אופני עבודה זאָגט זיך אַרויס דערנאָך בנוגע דער עליית הנשמה,

וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך דער עבודה:

ווען זיין עבודה איז אין דעם ערשטן אופן,

מיט דער איינציקער מטרה וכוונה צו דורכפירן דעם אויבערשטנ׳ס שליחות,

דעמאָלט איז ביי אים די עלי׳ פון נשמתו ווי אַן ענין נוסף צו זיין עבודה — אַן ענין של שכר 53

(וואָס ער באַקומט דערנאָך,

דערפאַר וואָס ער האָט דורכגעפירט די כוונה פון דעם אויבערשטן).

בשעת אָבער ביי אים ווערט דערהערט אויך דער „תוכן” השליחות,

אויך דאָס וואָס ער טוט אויף בעבודתו

(מקשר זיין וועלט מיט אלקות,

ס׳זאָל ווערן אַ דירה לו ית׳ בתחתונים),

דעמאָלט איז ביי אים די עלי׳ פון דער נשמה ניט ווי אַן ענין פון שכר נאָר ווי אַ המשך פון

דער עבודה גופא.

וואָרום די עלי׳ פון דער נשמה איז דאָך ענינה דאָס גופא — אַז די המשכת העצמות וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך איר עבודה בבירור וזיכיך העולם

(די דירה לעצמותו ית׳ 54 )

— ווערט נתגלה צו דער נשמה

(וואָס האָט אויפגעטאָן די דירה) 55 .

יב.

אָבער אויך דער

(צווייטער)

אופן העבודה קען זיין בשתי פנים:

א)

אַז דער תוכן און אויפטו פון זיין עבודה ווערט ביי אים דערהערט

(ניט בשעת העבודה גופא,

נאָר)

בגמר העבודה: בשעת ער איז משלים עבודתו קומט ער לידי הכרה וואָס עס האָט זיך אויפגעטאָן בעבודתו.

ב)

אַז אויך בשעת העבודה גופא דערהערט ער דעם תוכן ומכוון פון דער עבודה,

ביז אַז ער טוט עבודתו ניט נאָר בכדי צו דורכפירן די כוונה פון דעם אויבערשטן ,

נאָר דאָס גופא איז

(כביכול)

אויך זיין 56

כוונה ורגש בעת העבודה: לעשות לו ית׳ דירה בתחתונים,

ברענגען די וועלט לשלימותה.

ויש לומר אַז דאָס איז דער תוכן החילוק ווי דער ענין הנ”ל שטייט אין מדרש און ווי ער שטייט אין גמרא:

בגמרא: בכדי אַראָפּצונעמען די אפשריות פון „יאמר אותו צדיק ..

ואחרי כן יצאו ברכוש גדול לא קיים בהם” האָבן די אידן געדאַרפט שואל זיין פון די מצרים — איז דאָס דערפאַר ווייל לדעת הגמרא האָבן די אידן אויך בעת

ובזמן השעבוד דערהערט אַז דער תכלית העבודה איז דער רכוש גדול,

דער בירור הניצוצות —

און דעריבער מאָנען דאָס די אידן אַליין בגמר העבודה — אַלס המשך צו דער עבודה,

היות אַז דער המשך פון זייער עבודה איז צו באַקומען דעם „רכוש גדול”.

משא”כ להמדרש,

איז דער מכוון ותכלית האָט זיך ניט אָנגעהערט אין דער עבודה פון אידן בשעת השעבוד ,

נאָר לאחר גמר והשלמת העבודה,

און דערפאַר איז מספיק אַז דער „רכוש גדול” זאָל קומען לאחר גמר העבודה אין אַן אופן פון „וישאילום” 57

— אַז די מצרים אַליין גיבן עס צו אידן,

כנ”ל.

יג.

פון כל הנ”ל קומט אַרויס אויך די הוראה אין דער עבודה פון יעדער אידן „במעשינו ועבודתינו כל זמן משך הגלות” 58 ,

ובפרט בימינו,

בעקבתא דמשיחא:

אַ איד דאַרף לערנען תורה ומקיים זיין מצות מיט קבלת עול,

ווייל אַזוי האָט דער אויבערשטער געהייסן און ס׳מאַכט ניט קיין אונטערשייד בתוקף עבודתו כלל וואָס ס׳איז די כוונה פון דעם אויבערשטן בשליחותו ועבודתו — ובמילא איז ביי אים קיין נפק”מ ניט צי ס׳איז בזמן הביהמ”ק אָדער בזמן הגלות סתם אָדער בעקבתא דמשיחא.

דער אופן הקיום איז מיט איין כוונה ותכלית: טאָן אַ ציווי ושליחות פון דעם אויבערשטן.

וויסנדיק אָבער אַז מ׳געפינט זיך „בעקבתא דמשיחא” און „תכלית

השלימות הזה של ימותה משיח ותחיית המתים שהוא גילוי אור א”ס ב”ה בעוה”ז הגשמי

(„שלכך נברא מתחילתו” 59 )

תלוי במעשינו ועבודתינו כל זמן משך הגלות” 58 ,

דאַרף דאָס גופא דערהערט ווערן אין זיין עבודה.

און ווי מ׳זעט בפועל אַז בשעת אַ איד דערהערט אַז זיין קיום התומ”צ ברענגט און איז מקדים,

„אחישנה” ביאת המשיח ובנין בית המקדש וכו׳ — ד.

ה.

אַז זיין עבודה ברענגט די וועלט וכל סדר ההשתלשלות לתכליתו,

„שלכך נברא מתחלתו”,

אַז עס זאָל זיין אַ דירה לו ית׳ בתחתונים — איז זיין עבודת ה׳ גאָר מיט אַן אַנדער חיות און מיט אַ סך מער הידור וכו׳ 60 .

און בשעת די עבודה איז באופן כזה,

איז זיין וועלן און בעטן אַז עס זאָל זיין גילוי המשיח באופן אחר לגמרי,

ביז ער מאָנט כביכול „ווי וואָנט משיח נאַו” 61 .

און דאָס גופא איז נאָך מער ממהר און מקדים די גאולה פון כל אחד ואחת מישראל,

צוזאַמען מיט שכינתא

(וואָס געפינט זיך)

בגלותא,

און עס ווערט דער „ מיד הן נגאלין” 62 ,

מיד ממש — „נאַו” — בעגלא דידן.

(משיחת ש"פ דברים תש"מ)

Reader controls and commentary are loading.