B"H
🏡

Ikar

שמות א

א.

אויפ’ן פסוק 1

„ויהי כי יראו המילדות את האלקים ויעש להם בתים”,

שטייט אין גמרא סוטה 2

: רב ושמואל 3

חד אמר בתי כהונה ולוי’ וחד אמר בתי מלכות מ”ד בתי כהונה ולוי’ אהרן ומשה ומ”ד בתי מלכות דוד נמי ממרים קאתי.

אין ספרי 4

ווערט געזאָגט: בתים אלו איני יודע מה הם כשהוא אומר 5

מקצה עשרים שנה אשר בנה שלמה את שני הבתים את בית ה’ זו כהונה ואת בית המלך זו המלכות,

זכתה יוכבד לכהונה ומרים למלכות.

לפ”ז דאַרף מען פאַרשטיין בפרש”י בפרשתנו 6 ,

וואָס ער שטעלט זיך אויף „ויעש להם בתים” און איז מפרש: „בתי כהונה ולוי’ ומלכות שקרויין בתים ויבן 7

את בית ה’ ואת בית המלך,

כהונה ולוי’ מיוכבד ומלכות ממרים כדאיתא במס’ סוטה 8

”.

וואָס פון איין זייט ברענגט רש”י: א)

סיי כהונה און סיי מלכות ווי אין ספרי,

און ניט ווי אין גמרא וואו דאָס זיינען דיעות שבמחלוקת,

ב)

דער פסוק „את

בית ה’ ואת בית המלך” וואָס ברענגט זיך אין ספרי אָבער ניט אין גמרא.

ג)

ער זאָגט „כהונה

(ולוי’)

מיוכבד ומלכות ממרים” ווי אין ספרי 9 ,

ניט ווי אין גמרא וואָס איז ניט מפרט פון וועמען כהונה ולוי’ זיינען אַרויסגעקומען נאָר איז מפרט ווער כהונה ולוי’ ומלכות זיינען - „בתי כהונה ולוי’ אהרן ומשה ומ”ד בתי מלכות דוד נמי ממרים קאתי”.

ואעפ”כ איז רש”י מסיים פירושו „כדאיתא במס’ סוטה” - ניט „כדאיתא בספרי”?

ב.

קען מען מסביר זיין בפשטות דעם ערשטן ענין - ע”פ ביאור המפרשים 10

אין דער מחלוקת פון רב ושמואל אין גמרא,

אַז זי איז תלוי אין דער פריערדיקער פלוגתא פון רב ושמואל אין גמרא דאָרט 11

ווער די מילדות זיינען געווען: חד אמר אשה ובתה וחד אמר כלה וחמותה.

מ”ד אשה ובתה יוכבד ומרים ומ”ד כלה וחמותה יוכבד ואלישבע.

לויט דער דיעה „כלה

וחמותה”,

איז בתי כהונה מאלישבע אשתו של אהרן,

און בתי לוי’ פון יוכבד.

און לויט דער דיעה „אשה ובתה” מיינט „בתים” אויך בתי מלכות - בתי כהונה ולוי’ פון יוכבד און בתי מלכות פון מרים 12 .

וויבאַלד אַז רש”י לערנט

(ווי ער האָט שוין פריער מפרש געווען)

אַז די מילדות

(שפרה ופועה)

זיינען יוכבד ומרים 13 ,

קומט אויס אַז „בתים” איז בתי כהונה ולוי’ און בתי מלכות.

עס בלייבן אָבער שווער 14

שאר הדיוקים ובעיקר - וואָס ער איז מדייק „כדאיתא במס’ סוטה” 15 ,

אע”פ וואָס ער איז מוסיף די ראי’ פון פסוק וואָס ברענגט זיך אין ספרי,

און זאָגט אויך ווי אין ספרי אַז כהונה איז פון יוכבד,

ניט ווי לשון הגמרא „בתי כהונה ולוי’ אהרן ומשה “ 16 .

ג.

אויך דאַרף מען פאַרשטיין די ראי’ וואָס רש”י ברענגט פון פסוק „את בית ה’ ואת בית המלך” 17

:

א)

רש”י טייטשט דאָך „

(ויעש להם)

בתים” ניט „בתים” כפשוטו אַ בנין,

נאָר „בתי כהונה וכו’” - בית

(במובן פון)

משפחה פון כהונה לוי’ ומלכות,

איז דאָך דער פסוק וואָס רש”י ברענגט - אַ ראי’ לסתור ,

וואָרום „ בית ה’ ..

בית המלך” זיינען בתים כפשוטם 18 .

ב)

יתירה מזו: מען געפינט אַנדערע פסוקים וואו דער לשון „בית” גייט אויף דעם ענין „בית” כהונה ולוי’ - „בית אהרן ברכו את ה’ בית הלוי ברכו את ה’” 19 ,

וואָס דאָרטן מיינט דאָך עס ניט אַ בית גשמי,

נאָר בית במובן פון די

משפחה,

די משפחה פון כהונה און די משפחה פון לוי’ 20 .

עד”ז געפינט מען ביי בתי מלכות -„יעשה ה’ לאדני בית נאמן” 21 ,

(„ בית המלך האזינו” 22 ),

„שמעו נא בית דוד” 23 ,

„ובית דוד כאלקים” 24 ,

וואָס אין די אַלע ערטער מיינט „בית” ניט בית גשמי,

נאָר בית משפחת המלך,

היינט פאַרוואָס ברענגט ניט רש”י אָט די פסוקים,

וואו „בית” מיינט ניט כפשוטו,

נאָר ס’גייט אויף משפחות כהונה ומשפחות מלכות.

ג)

אין רש”י שלפנינו שטייט „ ויבן את בית ה’ ואת בית המלך”,

דער לשון הפסוק איז אָבער ניט אַזוי,

אין פסוק שטייט

(כנ”ל)

„אשר בנה שלמה את שני הבתים את בית ה’ ואת בית המלך”.

ד.

דער ביאור בזה: די ראי’ וואָס רש”י ברענגט פון פסוק „את בית ה’ ואת בית המלך”,

איז ניט אַז דער וואָרט „בית” ווערט געניצט אויף בתי כהונה ולוי’ במובן פון משפחה כהונה ולוי’ כו’

(ווי ביי די פסוקים „בית אהרן ..

בית הלוי ברכו את ה’ גו’”)

- אין דעם איז קיין חידוש ניטאָ,

וואָרום רש”י האָט שוין פריער 25

מפרש געווען אַז „בית” מיינט אויך „עבדיו ובני ביתו”

(ניט נאָר „בית ממש”)

און ווי מ’געפינט 26

כמה פעמים בתורה.

די ראי’ וואָס רש”י ברענגט דאָ איז אויף דעם אַז בשעת עס שטייט דער לשון „בתים” סתם ניט אויסטייטשענדיק וועגן וועלכן בית עס רעדט זיך 27 ,

קען דאָס מיינען

(בתי)

כהונה לוי’ ומלכות,

ווי רש”י איז ממשיך שקרויין בתים

(אין פסוק ,

ווי ער ברענגט די ראי’)

„ הבתים את בית ה’ ואת בית המלך”

וי”ל אַז אַזוי דאַרף זיין די גירסא אין רש”י 28

- „הבתים” אַנשטאָט „ויבן”; דער וואָרט „ויבן” ווי ס’איז אין דפוסי רש”י איז אַ טעות פון מעתיק 29 ,

דער לשון „

(את שני ה)

בתים” סתם

(וואָס דער פסוק לייגט דאָרטן צו 30 ,

( טייטשט דער פסוק גלייך אָפּ אַז דאָס מיינט „בית ה’ ואת בית המלך”.

ובמילא

איז מובן אַז דער וואָרט „בתים” סתם וואָס שטייט אין אַ פסוק,

מיינט

(אויך)

בתי כהונה לוי’ ומלכות,

[וואָס דערפאַר איז קיין סתירה ניט דאָס וואָס דאָרטן מיינט בתים

(בית ה’,

בית המלך)

בתים כפשוטן,

וואָרום דאָ איז רש”י נאָר אויסן אַז „בתים” סתם מיינט - פון כהונה ולוי’ ומלכות,

און ס’קען זיין בתים כפשוטן,

אָדער בתים במובן פון משפחה].

ה.

מען דאַרף אָבער פאַרשטיין,

וואָס איז דער הכרח בפשש”מ לערנען אַז עס מיינט דוקא די דריי סוגי בתים,

בתי כהונה לוי’ ומלכות,

מען קען דאָך לערנען אַז עס מיינט בתים אין אַלגעמיין,

ווי דער טייטש פון וואָרט בתים אומעטום 31

(און כפי’ כמה מפרשי התורה).

א)

אַז דער אויבערשטער האָט פאַר זיי אויפגעשטעלט בתים כדי באַשיצן און ראַטעווען זיי פון פרעה 32 .

ב)

אַז בתים דאָ מיינט בנים,

משפחות 33 ,

און דאָס איז געווען דער שכר צו די מיילדות פאַר „ותחיינה את הילדים”: פאַר זייער הילף ביים געבורט פון אידישע קינדער און ביים אויפשטעלן אידישע משפחות,

האָט מען זיי באַצאָלט מדה כנגד מדה מיט בנים און מיט אויפשטעלן אייגענע משפחות 34 .

וואָס ביידע פירושים זיינען לכאורה מער מתאים בפשוטו של מקרא,

ווייל: א)

דער וואָרט „בתים” ווערט דאַן געטייטשט כפשוטו

(אָדער גשמיות’דיקע בתים 35 ,

אָדער - משפחות,

ווי מען געפינט בכ”מ בתורה)

- ניט אַז דאָס איז אַ רמז אויף „בתי כהונה ולוי’ ומלכות “ דוקא,

און מען דאַרף דאָס אָפּלערנען פון ספר מלכים.

ב)

דאָס איז לכאו’ מער מסתבר אין „ויעש להם בתים” וואָס איז בלשון עבר,

אַז שוין דעמאָלט האָט ער פאַר זיי געמאַכט בתים 36 .

משא”כ לויט פרש”י איז דאָך דער ענין הבתים פון כהונה לוי’

לקוטי

שיחות

5

געקומען לאחר זמן; און מלכות דוד איז געקומען מיט כמה דורות שפּעטער.

ו.

דער ביאור בזה: די פירושים איז רש”י שולל דערמיט וואָס רש”י זאָגט דעם פירוש בסמיכות ובהמשך צום פריערדיקן פסוק ופירוש „וייטב אלקים למילדות מהו הטובה ויעש להם בתים”

(און איז מעתיק אויך די ווערטער „ויעש להם”)

וואָס דערמיט קומט ער ניט נאָר מפרש זיין אויף וואָס דער וייטב באַציט זיך

(וויבאַלד דאָס שטייט אין פסוק שלאח”ז - ניט בסמיכות צו וייטב),

נאָר אויך

(מסביר און)

מכריח זיין דעם פירוש פון „ויעש להם בתים”.

אויב דער פסוק וואָלט געמיינט אַז דער אויבערשטער האָט פאַר זיי געמאַכט בנינים צו באַשיצן און מציל זיין זיי,

א)

וואָלט דאַן געשטאַנען דער לשון „ ויבן להם בתים” 37

וכיו”ב.

ב)

פּאַסט ניט דער ענין פון וייטב ,

וואָס מיינט אַ טובה ותוספת ענין ניט אַ שלילה,

עס זאָל זיי ניט שאַטן.

ועד”ז - אויב דער פירוש איז אַז זיי האָבן געבאָרן בנים און אויפגעשטעלט משפחות,

איז וואָס איז דער חידוש און די טובה צו זיי 38 ?

אַזוי איז דאָך געווען

ביי אַלע אידן נאָך פאַר ותחיינה את הילדים איז 39

„ובנ”י פרו גו’ במאד מאד”!

דעריבער לערנט רש”י אַז בתים דאָ מיינט אַ ספּעציעלע טובה - „בתי כהונה ולוי’ ומלכות”.

ניט סתם האָבן זיי אויפגעשטעלט ווי אַלע אידן משפחות,

נאָר פון זיי זיינען אַרויסגעקומען בתים „יתר שאת ויתר עז” - בתי כהונה ולוי’ ומלכות 40 .

ז.

און כדי מדגיש זיין דעם עילוי ויתרון פון דעם פירוש,

איז רש”י מציין „כדאיתא במס’ סוטה”

(וואָס דאָס איז ניט נאָר כדי צו אָנווייזן דעם מקור נאָר פאַרענטפערן)

-

דלכאורה: בשלמא לויט די פירושים הנ”ל דשאר המפרשים - איז דער שכר „ויעש להם בתים” אין גוף הענין.

לויטן ערשטן פירוש - כדי באַשיצן זיי פון פרעה,

און

(פשיטא)

לויטן צווייטן פירוש,

אַז בתים מיינט זייערע בנים ומשפחות - מדה כנגד מדה,

כנ”ל.

לויט פרש”י אָבער,

אַז דער שכר איז „

(בתי)

כהונה ולוי’ ומלכות” קומט אויס,

אַז דאָ ווערט געגעבן אַ „זייטיקער” שכר,

ער איז ניט מעין פון דעם ענין וואָס די מיילדות האָבן געטאן,

„ותחיינה את הילדים”?

ח.

דעריבער זאָגט רש”י „כדאיתא במס’ סוטה”,

וואָס דאָרטן קומט דער

פירוש וענין בהמשך צו דער משנה 41

וסוגיית הגמרא „במדה שאדם מודד בה מודדין לו”,

און די ענינים פון מדה כנגד מדה וואָס די משנה וגמרא רעכענען אויס,

זיינען

(כולל)

עניני שכר

(ועונש)

כנגד

(- אין דער זעלבער „מדה” פון)

יעדן פרט פון מעשה האדם.

און מיט דעם ווערט מובן דער יתרון אין דעם פירוש „בתי כהונה ולוי’ ומלכות”: דאָס ברענגט אַרויס ניט נאָר דעם גודל השכר,

נאָר

(בעיקר)

ווי דאָס איז מדה כנגד מדה,

בכל הפרטים -נגד די פרטים פון זייער מעשה:

די פעולה פון די מיילדות אין דעם וואָס „ותחיינה את הילדים” איז געווען ניט נאָר דאָס וואָס זיי האָבן דורכדעם געהאָלפן אַז עס זאָלן אויפגעשטעלט ווערן אידישע משפחות,

נאָר דורך דעם האָט זיך אויפגעשטעלט דער

(רוב,

אָדער)

גאַנצער דור יוצאי מצרים פון וועמען ס’קומט אַרויס דער גאַנצער עם ישראל עד סוף כל הדורות;

און דעריבער איז דער שכר באופן דמדה כנגד מדה ובפרטיות,

ניט דאָס וואָס זיי האָבן געהאַט בנים ומשפחות 42 ,

אָדער אַז זיי האָבן געהאַט קינדער כהנים לוים ומלכים,

נאָר פון זיי זיינען אויפגעבויט געוואָרן „ בתי כהונה ולוי’ ומלכות”,

די בתים מיוחדים,

„יתר שאת ויתר עז” שבישראל עד סוף 43

כל הדורות 44 .

משא”כ אין ספרי,

כאָטש אויך דאָרטן שטייט „זכתה יוכבד לכהונה ומרים למלכות כו’”,

קומט אָבער דער ענין אין ספרי אַלס א)

ראי’ אַז „כל המקרב עצמו מן השמים מקרבין אותו” - ניט אַלס מדה כנגד מדה בדיוק בפרטי המדה,

נאָר אויף דער תנועה כללית פון זיך מקרב זיין צום אויבערשטן

[וואָס איז דאָ ביי אַלע פעולות טובות

(ווי ער ברענגט דאָרטן אין ספרי אַז מ’געפינט עס בכמה מקומות

(„על שקירבה את עצמה כך קירבה המקום”)].

ב)

ניט אַלס אַן ענין פון „בית ישראל” - אַלע אידן,

און דעריבער שטייט דאָרטן ניט „ בתי כהונה ומלכות”,

ווייל דאָרט רעדט זיך ניט וועגן בתים בישראל בשכר זה וואָס דורך זיי איז אויפגעשטעלט געוואָרן כל בית ישראל.

ט.

ויש לומר אַז מיט „כדאיתא במס’ סוטה” ווערט פאַרענטפערט נאָך אַ שאלה אין פרש”י:

התחלת הכתוב איז דאָך „ויהי כי יראו המיילדות את האלקים”,

דאַרף מען לערנען אַז דער שכר „ויעש להם בתים” איז אויף דעם וואָס „יראו את האלקים”,

אָבער דער שכר אויף דעם - געפינט מען אין מדרש 45

גאָר אַן אַנדערן: „וייטב אלקים כו’ הה”ד כו’ מהו שכר היראה תורה ,

לפי שיראה יוכבד מפני הקב”ה העמיד ממנה משה שכתוב בו כי טוב הוא,

ונתנה התורה על ידו שנקראת לקח טוב,

ונקראת על שמו שנאמר זכרו תורת משה עבדי,

ומרים יצא ממנה

בצלאל 46

שהי’ מלא חכמה דכתיב 47

ואמלא אותו רוח אלקים ועשה ארון 48

לתורה כו’” 49 ,

וואָס אויך בפשש”מ איז דאָס לכאורה מער מתאים ושייך צו „ויהי כי יראו המילדות את האלקים ”,

וואָרום דער ענין התורה איז דאָך „ויצונו ה’ לעשות את כל החוקים האלה ליראה את ה’ אלקינו” 50 .

[וואָס דאָס איז אַ שכר הכי נעלה,

וואָס דורך משה איר זון האָט דער אויבערשטער געגעבן תורה לישראל].

און לפי”ז דאַרף מען ניט אָנקומען צו לערנען אַז דער וייטב אלקים למילדות גייט אויף דעם וואָס עס שטייט בסיום הכתוב שלאח”ז 51

ווי רש”י לערנט,

נאָר דער שכר איז אויף דעם וואָס שטייט בהתחלת כתוב זה 52

„כי יראו המילדות את האלקים” 53 .

און דאָס ווערט פאַרענטפערט

(בסיום לשון רש”י - כדאיתא)

במס’ סוטה.

יוד.

אין דער משנה וסוגי’ אין מס’ סוטה איז מבואר דער ענין פון מדה כנגד מדה ניט כנגד רגש וכוונת האדם,

נאָר כנגד זיין מעשה בפועל 54 .

און דער ענין איז מודגש אין פשוטו של מקרא,

און ווי רש”י האָט שוין אַראָפּגעבראַכט פריער בפי’ עה”ת 55

דעם ענין פון מדה כנגד מדה - מעשה בפועל

(- הם חטאו ברבת רעת האדם ולקו בתהום רבה).

און דעריבער,

איז ע”פ פשש”מ מובן אַז די הטבה און דער שכר דאָ איז ניט

(אַזויפיל)

פאַר זייער כוונה ומחשבה „יראו את האלקים” 56 ,

נאָר

(בעיקר)

פאַר זייער מעשה בפועל,

זייענדיק מיילדות

(שפרה - שמשפרת את הולד,

פועה -שפועה ומדברת והוגה לולד)

און „ותחיינה את הילדים” העלפן אויפשטעלן בתים בישראל ביז „כל בית ישראל”,

און אויף דעם איז דער שכר,

ניט

(אַזוי)

דאָס וואָס יוכבד האָט געבוירן אַ זון וואָס ניתנה תורה ע”י

(ועד”ז מעלת בצלאל),

וואָרום דאָס איז ניט קיין

„בית”,

דאָס איז ניט נמשך געוואָרן צו זרעו וזרע זרעו - נאָר ומסרה ליהושע,

נאָר דער ענין פון „ בתי כהונה ולוי’ ומלכות”.

יא.

דאָ זעט מען אויך ווי אַלע עניני התורה זיינען בתכלית הדיוק.

אַז כאָטש דער ענין הנ”ל,

צו וואָס יוכבד ומרים האָבן זוכה געווען איז אַן ענין פון אגדה ודרוש,

זעט מען אָבער דעם חילוק שבזה אין די מקורות הנ”ל - ווי דאָס איז אין פירוש רש”י

(און גמרא),

ווי דאָס איז אין מדרש און ווי דאָס איז אין ספרי - אַז דער חילוק איז בהתאם צו די כללים וגדרים פון דעם חלק בתורה וואו דער ענין שטייט.

אין מדרש וואָס איז דרש ואגדה שבתורה,

אויף וואָס מען זאָגט „מושכין לבו של אדם כאגדה” 57 ,

מדות שבלב,

און ברענגט צו יראת שמים 58

- איז דער עיקר מעלה והדגשה דאָס וואָס „ יראו המילדות את האלקים”,

און דעריבער איז דאָרטן מודגש דער שכר „מהו שכר היראה תורה כו’”.

אין ספרי אָבער,

וואָס איז בעיקר הלכות ,

פאַרבונדן מיט מעשה - איז דער שכר אַן ענין של מעשה,

כהונה ומלכות לנגד זייער מעשה.

די הדגשה אין מעשה איז אָבער ניט דער ענין פרטי פון דער עשי’ פרטית,

נאָר דער צד השוה מיט אַנדערע מעשים,

מקרב עצמו,

פאָלגן דעם אויבערשטן.

און פרש”י,

פשוטו של מקרא,

וואָס איז פאַרבונדן מיט עשי’ ממש

(ועד”ז די פירושי הכתובים בגמרא וואָס כו”כ מהם זיינען ע”ד הפשט,

ווי גערעדט כמה פעמים 59 )

- הערט זיך אָן אַז „לא

המדרש עיקר אלא המעשה” 60 ,

די מעשה בפועל,

וואָס אין דעם איז אין יעדער מעשה נוגע ניט

(בלויז)

דער צד השווה פון אַלע מעשים טובים,

נאָר דער תוכן פרטי פון דער עשי’ פרטית,

און ווי מ’האָט אויפגעטאָן מיט דער מעשה.

דעריבער איז דאָ נוגע דער שכר פון בתי כהונה ולוי’ ומלכות,

און פאַרבונדן אויך מיט „את בית ה’ ואת בית המלך”,

בתים כפשוטו בגשמיות,

ווייל זייער עיקר מעלה און אויפטו איז געווען דאָס וואָס זיי האָבן אויפגעשטעלט און ותחיינה - לעבעדיק געמאַכט בתים בישראל,

כנ”ל בארוכה.

יב.

פון פירוש רש”י הנ”ל נעמט מען אַרויס אַ הוראה נפלאה:

לכאורה אין־הכי־נמי אַז דער ענין וואָס משה איז געווען דער וואָס ניתנה תורה על ידו איז ניט קיין מדה כנגד מדה שכר פאַר יוכבד

[ומרים],

דאָס איז דאָך אָבער פאָרט דער גרעסטער שכר וואָס מ’קען האָבן.

איז מען דאָ מדגיש,

אַז עס איז דאָ נאָך אַ גרעסערער שכר,

און נחת פאַר אַ אידישער מאַמע - בתי כהונה ולוי’ ומלכות.

ניט אַזוי וואָס זי האָט אַ זון וואָס איז א ַגרויסער למדן,

בקי,

חריף וכיו”ב,

נאָר דאָס אויפשטעלן בתים בישראל,

בתי כהונה לוי’ ומלכות,

אידישע קינדער און קינד’ס קינדער,

תלמידים 61

ותלמידי תלמידים,

העלפן אידן צו בויען אידישע היימען,

דורך פּועל’ן אויף יעדער און אַלע אידישע קינדער אַז אויך זיי זאָלן זיך באַטייליקן אין

(דער הנהגה פון)

כהונה לוי’ ומלכות.

וואָס ענינם ברוחניות איז: כאָטש אַז בכללות איז סיי כהנים סיי לויים ענינם „להבדל לעמוד לפני ה’ לשרתו ולעובדו כו’” 62

„זרע לוי כולו מובדל לעבודת המקדש” 63 ,

איז - עיקר ההבדלה ביי כהנים,

וואָס זיי טוען די עבודת הקרבנות וקטורת בביהמ”ק,

און ווי דאָס דריקט זיך אויס אויך אין דעם וואָס אַ כהן טאָר זיך ניט מטמא זיין 64 ,

טאָר ניט אַרויסגיין אין חוץ לארץ וכו’ 65 ,

וואָס באַ אַ לוי איז ניטאָ דער איסור.

ובעבודת ה’ בכאו”א מישראל 66 ,

איז ענין הכהונה,

די פרישות והבדלה פון עניני עולם,

דביקות והתחברות צו אלקות 67 .

אַ לוי גייט אַרויס אין חוץ לארץ און אפילו אויף אַ בית הקברות,

ד.

ה.

ענינו

(ב„כל מעשיך ודרכיך”)

איז וואָס ער אַרבעט און מאַכט איבער אפילו אַזאַ אידן וואָס געפינט זיך מחוץ לירושלים ומחוץ לא”י,

ער איז חו”ל ביז אין אַ דרגא פון בית הקברות,

היפך החיים ר”ל,

און אים מאַכט דער לוי לעבעדיק,

ביז אַז אויך ער - יהי’ ה’ חלקו ונחלתו

לעולם ולעולמי עולמים 62 ,

פּונקט ווי כהנים ולויים.

אָבער אַ לוי איז פאַרבונדן מיט כהנים „וילוו עליך וישרתוך” 68 ,

מיט עבודת המקדש און מיט אַ מקום קדוש.

ובמילא איז מובן אַז אויך זייער ווירקונג איז ניט אַזויפיל אין וועלט; דער אָרט וואו לויים דערגרייכן האָט אַ געוויסע שייכות צו מקדש וקדושה.

דער תכלית הכוונה איז אָבער צו פּועל’ן די מלוכה וממשלה פון דעם אויבערשטן בכל העולם כולו - בתי מלכות.

און דאָס איז דער אמת’ער נחת וואָס אַ אידישע מאַמע האָט,

ווען זי שטעלט אויף בתים,

דורות פון אידישע קינדער,

וואָס פירן זיך בבחי’ „כהונה לוי’ ומלכות”,

און דעמאָלט גייען אַרויס אַלע צבאות ה’ פון גלות זה האחרון - ווי ס’איז געווען אין מצרים,

אַז „יצאו כל צבאות ה’

(וואָס זיינען אויפגעשטעלט געוואָרן פון די מילדות העבריות)

מארץ מצרים” 69 ,

ובראשם - משה

(בישורון מלך 70 )

אהרן

(הכהן)

ושבטם

(שבט לוי)

און „יוצאים ביד רמה” 71 .

(משיחות ש”פ שמות,

ש”פ וארא תש”ל)

Reader controls and commentary are loading.