B"H
🏡

Ikar

ויחי ג

א.

בסיום הסדרה 1

שטעלט זיך רש”י אויף „

(גם בני מכיר גו׳ יולדו)

על ברכי יוסף” און איז מפרש: „כתרגומו,

גדלן בין ברכיו”.

בפשטות לערנט מען,

אַז ביי רש”י׳ן איז שווער דער לשון „יולדו על ברכי יוסף" — ווי קען מען זאָגן אַז „בני מכיר” זיינען געבוירן געוואָרן „על ברכי יוסף”?

דעריבער איז רש"י מפרש,

אַז כוונת הפסוק איז

(ניט אַז זיי זיינען געבוירן געוואָרן „על ברכי יוסף”,

נאָר)

אַז — „ גדלן בין ברכיו”.

מען דאַרף אָבער פאַרשטיין: דאָס גופא

(אַז דער פסוק מיינט „גדלן כו׳”)

קען מען לערנען אויף צוויי אופנים:

א)

ווי דער אבן עזרא לערנט,

אַז דער טייטש פון „יולדו" דאָ איז — „גודלו”.

ב)

ווי דער תרגום זאָגט אויף „יולדו על ברכי יוסף" — „ אתילידו ורבי יוסף”,

וואָס פון דעם איז מובן 2 ,

אַז „ ורבי יוסף” איז שייך און איז דער אָפּטייטש

(ניט פון „יולדו”,

נאָר)

פון „ על ברכי יוסף” 3

וכמו מקרא קצר

[און דער פשט איז: „ובני מכיר גו׳ יולדו

(און דערנאָך)

ויהיו על ברכי

(„ורבי”)

יוסף”

(— ער האָט זיי מגדל געווען)].

און רש”י נעמט אָן

(ניט ווי דער אבן עזרא 4 ,

נאָר ווי ער זאָגט בפירוש)

„כתרגומו” — און דערפאַר

(א)

איז ער ניט מעתיק אין דעם דבור־המתחיל דעם וואָרט „יולדו"

(ווייל ער איז נאָר מפרש די ווערטער „על ברכי יוסף”)

;

(ב)

ער זאָגט „גדלן"

(ניט „גודלו" — וואָס איז מתאים צו „יולדו")

איז תמוה: פאַרוואָס לערנט רש”י „כתרגומו”

(וואָס לפ”ז מוז מען דוחק זיין אַז דער פסוק איז כאילו ווי אַ „מקרא קצר”),

און לערנט ניט אַז „יולדו” דאָ מיינט „גודלו”?

און מ׳קען ניט ענטפערן,

אַז ע”ד הפשט איז שווער צו לערנען אַז „יולדו" מיינט „גודלו" — ווייל מ׳געפינט אַז רש"י אַליין

(אין פ׳ במדבר 5 )

איז מפרש „ואלה תולדות אהרן ומשה” — „ונקראו תולדות משה לפי שלמדן תורה ..

שכל המלמד את בן חברו תורה מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו”;

זעט מען,

אַז

(אויך)

ע”ד הפשט קען „לידה” מיינען „למדן תורה”

(לידה ברוחניות),

ועאכו"כ בנדו"ד אַז ער האָט זיי מגדל געווען 6

(ניט נאָר בנוגע תורה,

איין פרט,

נאָר)

אין אַלע פרטים פון גידול בנים.

ב.

דער ביאור בזה:

אין פ׳ ויצא 7

שטייט „ותאמר

(רחל)

גו׳ בא אלי׳

(בלהה)

ותלד על ברכי”.

טייטשט רש"י: „על ברכי — כתרגומו ואנא ארבי”; וואָס דאָרטן קען מען ניט לערנען אַז דער טייטש פון „ותלד” איז

(ואנא)

ארבי” — ווייל דער וואָרט „ותלד”

( זי וועט געבוירן)

קען זיך דאָך ניט באַציען צו רחל.

מוז מען זאָגן,

אַז דער ענין פון „ואנא ארבי” איז אין די ווערטער „על ברכי” פאַר זיך ; ד.

ה.

„ותלד” מיינט לידה כפשוטה

(ווי דער תרגום טייטשט טאַקע דאָרט „ותלד — ותליד")

— בלהה וועט געבוירן אַ קינד וואָס וועט זיין „על ברכי”

(„אנא ארבי”).

און וויבאַלד אַז בפרשתנו שטייט אַן ענלעכער לשון — „

(יולדו)

על ברכי”,

האָט ניט קיין אָרט צו זאָגן,

אַז דאָ זאָל „ורבי

(יוסף)

” זיין דער טייטש

(ניט פון „על ברכי

(יוסף)

” אַליין,

נאָר)

פון וואָרט „יולדו”.

דערפאַר זאָגט רש”י,

אַז דאָ

(ווי אין פ׳ ויצא)

איז דער טייטש פון „יולדו” כפשוטו ,

און „על ברכי יוסף” איז — „כתרגומו”.

ג.

מ׳דאַרף אָבער פאַרשטיין די אריכות בלשון רש”י בפירושו דאָ:

א)

דרכו של רש”י 8

בכ”מ איז,

אַז ווען ער זאָגט „כתרגומו”,

באַנוגנט ער זיך דערמיט און פאַרלאָזט זיך אַז מ׳וועט אַליין נאָכקוקן אין תרגום; און אפילו ווען ער איז אויך מעתיק דעם לשון התרגום,

איז ער

(בדרך כלל)

ניט מפרש דעם תרגום

(און ווי מ׳זעט עס בפירושו הנ”ל אויף „על ברכי” אין פ׳ ויצא וואו ער זאָגט „כתרגומו ואנא ארבי”)

איז ניט מובן: פאַרוואָס דאַרף רש”י דאָ בפרשתנו אָפּטייטשן דעם פירוש התרגום אין לשון הקודש — „גדלן כו’”?

ועוד: אויב פירוש התרגום פאָדערט אַן אָפּטייטש אין לשון הקודש — האָט עס רש”י געדאַרפט טאָן פריער אין פ׳ ויצא 9 ?

ב)

אפילו מ׳זאָל געפינען אַ הסברה פאַרוואָס רש”י דאַרף אָפּטייטשן דעם וואָרט „ורבי”

(„גדלן”)

— איז ניט מובן: צוליב וואָס דאַרף ער דערצו מעתיק זיין — צוגעבן די ווערטער „בין ברכיו”?

ג)

די תמי׳ אין דעם איז נאָך שטאַרקער: די הוספה פון „בין ברכיו" איז לכאורה אין סתירה צו „תרגומו”:

ביים אָפּטייטשן „על ברכי יוסף” זאָגט ניט דער תרגום „ורבי יוסף על רכובי ” 10

(וכיו”ב).

דערפון איז משמע 11 ,

אַז לויטן תרגום איז דער פירוש פון „על ברכי” ניט כפשוטו במובן גשמי,

נאָר דאָס איז אַן אויסדרוק וואָס באַדייט אַז ער האָט זיי מגדל געווען —

קומט אויס,

אַז מיט צולייגן די ווערטער „בין ברכיו” — וואָס די הוספה

(אויפן לשון התרגום)

איז מדגיש אַז דער „גדלן” איז געווען „בין ברכיו” איז בפרש"י כשיטתו,

כפשוטו — ניט „כתרגומו” 12

!

לכאורה וואָלט מען געקענט ענטפערן,

אַז דאָס גופא איז רש”י אויסן צו באַוואָרענען — אַז אויך לויט „תרגומו” איז דער טייטש פון „על ברכי יוסף” כפשוטו ובהתאם צו „ורבי”,

וואָרום בשעת מ׳איז מגדל אַ קינד האַלט מען אים אָפטערס „על ברכיו”

(ווי מ׳זעט במוחש).

דערמיט וואָלט אויך געוואָרן רעכט וואָס רש”י איז משנה פון לשון הכתוב „ על ברכי יוסף”,

און זאָגט „ בין ברכיו” 13

— ווייל מגדל זיין אַ קינד נעמט אַריין ניט נאָר דעם גיל ווען ער האַלט אים „על ברכיו”,

נאָר אויך שפּעטער און אַ מער לענגערע צייט ווען ער איז „בין ברכיו”.

עס בלייבט אָבער ניט פאַרשטאַנדיק,

כנ”ל: אויב רש”י דאַרף באַוואָרענען,

אַז

(א)

אויך לויט תרגומו דאַרף מען טייטשן „על ברכיו” בגשמיות ,

און

(ב)

אַז „על” דאָ מיינט „בין” — האָט עס רש”י געדאַרפט טאָן פריער ,

אין פ׳ ויצא,

און ניט ערשט דאָ אין פ׳ ויחי.

ד.

דער ביאור בזה:

מיט צוגעבן די ווערטער „גדלן בין ברכיו” וויל רש”י שולל זייז דעם פירוש פון תרגום יונתן „כד אתילידו גזירינון יוסף”,

(לויטן אָפּטייטש 14 )

אַז זייער ברית מילה איז געווען על ברכי יוסף

(ער איז געווען זייער סנדק)

— דלכאורה האָט דער פירוש אַן אָרט

(אויך)

ע”ד הפשט,

ווייל:

א)

לפ”ז ווערן די ווערטער „על ברכי יוסף” געטייטשט כפשוטם ממש — ער האָט זיי געהאַלטן על ברכיו.

ב)

אויך דער וואָרט „יולדו” איז גלאַטיקער לויט דעם פירוש.

לויטן תרגום אונקלוס קען מען פרעגן: ווי פּאַסט צו דערמאָנען דאָ ענין הלידה

(„אתילידו”)

— דאָ איז בלויז נוגע אַז יוסף האָט זיי מגדל געווען

[ע”ד ווי ביי אפרים׳ן,

וואָס דאָרט שטייט ניט אַז יוסף האָט „געזען” ווי עס זיינען געבוירן געוואָרן „לאפרים בני שלשים”,

נאָר סתם אַז ער האָט זיי געזען].

משא”כ לויטן תרגום יונתן,

וואָס „על ברכי יוסף” רעדט וועגן דעם זמן הברית,

איז

(מער)

מתאים דער וואָרט „יולדו”,

ווייל דער ברית איז גאָר בסמיכות צום זמן הלידה 15 .

ג)

ועיקר: עס איז מער מסתבר צו לערנען אַז יוסף איז געווען דער סנדק ביי „בני מכיר”,

ווי צו זאָגן אַז זייענדיק אַ משנה למלך און פאַרנומען מיט הנהגת המדינה ובלעדו „לא ירים איש את ידו ואת רגלו” 16 ,

האָט ער זיך אַליין אָפּגעגעבן מיט מגדל זיין זיינע אוראייניקלעך.

און דערפאַר,

אע”פ אַז אין פ׳ ויצא טייטשט רש”י „על ברכי — כתרגומו ואנא ארבי”,

וואָלט מען געקענט מיינען,

אַז דאָ דאַרף מען טייטשן „יולדו על ברכי יוסף” ווי דער פירוש פון תרגום יונתן.

און כדי צו שולל זיין אָט דעם פירוש,

באַנוגנט זיך ניט רש”י מיט זאָגן נאָר

„כתרגומו”,

נאָר איז מוסיף לבאר דעם תוכן הפירוש פון „תרגומו” — „גדלן כו׳”,

להדגיש,

אַז דער הכרח צו טייטשן דאָ „כתרגומו” איז

(ניט

(נאָר)

מצד דעם תרגום און טייטש פון די ווערטער „על ברכי יוסף”,

נאָר)

פון דעם תוכן הכתוב,

כדלקמן.

ה.

אין פסוק שטייט „וירא יוסף לאפרים בני שלשים,

גם בני מכיר בן מנשה יולדו על ברכי יוסף”.

פון דעם וואָס דער פסוק זאָגט „ גם בני מכיר גו׳” איז מוכח,

אַז דערין ליגט אַ חידוש לגבי „וירא יוסף לאפרים בני שלשים" —

איז ניט מובן: דאָס וואָס יוסף האָט דערלעבט צו זען „בני שלשים ” פון אפרים׳ן ווייזט אויף אַ לענגערן משך זמן ווי דאָס וואָס „בני מכיר בן מנשה” זיינען געבוירן געוואָרן בחייו — ווייל

(א)

זיי זיינען בלויז „בנים שניים” 17 ,

און

(ב)

פון מנשה׳ן ,

וואָס איז געווען עלטער פון אפרים׳ן 18 ?

לויט תרגום אונקלוס אָבער איז עס פאַרשטאַנדיק: די „בני שלשים” לאפרים האָט יוסף בלויז געזען

(ווען זיי זיינען געווען גאָר קליין)

; משא”כ די „בני מכיר בן מנשה” איז געווען דער חידוש,

אַז

יוסף האָט זיי מגדל געווען 19

(וואָס דאָס מיינט ביז צו אַן עלטערן גיל).

און כדי צו נאָך מער מדגיש זיין,

אַז דאָס רעדט זיך וועגן מגדל זיין קינדער ביז צו אַן עלטערן גיל

(ניט ווי די „בני שלשים” לאפרים),

איז רש”י מוסיף אַז „על ברכי יוסף” מיינט „ בין ברכיו” — וואָס דאָס מיינט,

כנ”ל,

דעם גידול אין אַן עלטערן גיל” 20 .

ו.

פון דעם פסוק „יולדו על ברכי יוסף” — סיי כפירוש התרגום יונתן און סיי כפירוש תרגום אונקלוס ורש”י — קען מען אויך אַרויסנעמען ענינים אין חלק ההלכה שבתורה,

ומהם:

דער אַלטער רבי זאָגט אין שו”ע 21 ,

אַז תחילת כניסת נפש הקדושה בגוף איז בשעת המילה

(וואָס דערפאַר — „הנזהר מנגיעת הקטן מיום המילה ואילך קדוש יאמר לו”).

אויף דעם דין אין אַלטן רבי׳נס שו”ע איז ניט אָנגעצייכנט

(אויפן גליון)

דער מקור.

אַמאָל האָט מען מבאר געווען 22 ,

שי”ל אַז דער מקור איז אין ספר סדר היום 23

ולפני זה במנורת המאור 24

(לר׳ ישראל אלנקאווה)

וראשית חכמה,

וואָס

ער פּסק׳נט

(ווי די דיעה 25 )

אַז „קטן מאימתי בא לעולם הבא כו׳ משעה שנימול”.

ע”פ הנ”ל יש לומר,

אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט אַ גאָר פריערדיקן מקור — תרגום יונתן הנ”ל אויף „יולדו על ברכי יוסף” — „כד אתילידו גזירינון יוסף” — קומט אויס,

אַז דער ברית

(„גזירינון”)

איז דער זמן פון „אתילידו”.

ולכאורה,

דער זמן הברית איז טאַקע בסמיכות צו לידה,

אָבער ניט „ כד אתילידו”?

וע”פ דברי אדה”ז הנ”ל איז פאַרשטאַנדיק — דעמאָלט איז די כניסת נפש הקדושה בגוף,

וואָס איז דוגמת לידה.

ז.

נאָך אַן ענין אין הלכה וואָס מ׳קען אַרויסנעמען פון תרגום יונתן הנ”ל:

ס׳איז אַ מנהג ישראל 26

אַז מ׳זאָל ניט מכבד זיין דעמזעלבן מענטשן מיט סנדקאות ביי צוויי ברידער.

און דער טעם דערפון: מילה ווערט פאַרגליכן צו עבודת הקטורת,

און ביי קטורת שטייט 27

„מעולם לא שנה אדם בה“ 26 .

פרעגט מען 28

אויף דעם פון דעם תרגום יונתן: עס שטייט דאָך דאָ אַז „ בני מכיר” „גזירינון יוסף",

אַז יוסף איז געווען דער סנדק ביי בני מכיר — לשון רבים?

ויש לומר,

אַז פון דעם איז אַ סמך צו דברי החתם סופר 29 ,

אַז אַ מרא דאתרא

קען זיין סנדק ביי מערערע קינדער פון די זעלבע עלטערן — וכדוגמת הקטרת הקטורת,

וואָס דער דין פון „חדשים לקטורת” 30

איז נאָר בנוגע אַנדערע כהנים,

אָבער ניט בשייכות צו אַ כהן גדול,

וואָס האָט געקענט מקטיר זיין קטורת ווען נאָר ער האָט געוואָלט 31 .

ועד”ז יוסף,

וויבאַלד ער איז געווען „השליט על הארץ” 32

(בדוגמת)

אַ מרא דאתרא.

ח.

פון תרגום אונקלוס ופרש”י קען מען אָפּלערנען פון דעם פסוק אַ דין אין הלכות תלמוד תורה:

פון דעם פסוק 33

„והודעתם לבניך ולבני בניך” לערנט מען אָפּ 34

אַ חיוב צו לערנען תורה ניט נאָר מיט בנו נאָר אויך מיט בן בנו.

וועגן בן בן בנו

(אַן אור־אייניקל)

אָבער איז דער דין 35 ,

אַז ער איז מחוייב מיט זיי לערנען נאָר אין פאַל ווען ער איז

(אַ „חכם” וואָס איז)

מחוייב צו לערנען מיט תלמידים בכלל

(וואָס דאַן דאַרף ער מקדים זיין „יוצאי יריכו לתלמידים אחרים").

משא"כ אויב אין שטאָט זיינען פאַראַן „גדולים בחכמה ממנו” וואָס דאַמאָלס איז ער ניט מחוייב צו לערנען מיט תלמידים

(בכלל),

איז אויפן עלטער זיידן ניטאָ קיין חיוב אַז ער זאָל לערנען מיט זיין אור־אייניקל.

לויט תרגום אונקלום ופרש”י אָבער,

אַז יוסף האָט מגדל געווען די בני מכיר בן מנשה — וואָס בפשטות מיינט דאָס אויך

(ובעיקר 36 )

אַז ער האָט מיט זיי געלערנט תורה 37

— איז משמע ניט אַזוי:

בפשטות איז משמע,

אַז יוסף איז ניט געווען מחוייב צו לערנען מיט תלמידים בכלל,

ווייל

(א)

יהודה האָט דאָרט אָנגעפירט אַ ישיבה — „ואת יהודה שלח גו׳ להורות לפניו גושנה” 38 ,

און ס׳איז מסתבר אַז יהודה

(וואָס האָט די אַלע יאָרן אָנגעפירט אַ ישיבה)

איז געווען „גדול בחכמה ממנו” 39 .

(ב)

וויבאַלד אַז יוסף איז געווען משנה למלך און פאַרנומען מיט עניני המדינה פון ארץ מצרים כולל אויך יעקב וביתו — ובלשון ההלכה עוסק בצרכי צבור באמונה — איז ער פטור 40

פון צו לערנען מיט תלמידים 41

;

פאַרוואָס־זשע האָט יוסף אַליין געלערנט מיט בני מכיר 42 ,

בני בן בנו 43 ?

זעט מען דערפון,

אַז רש”י — בפירושו על התורה — האַלט,

אַז אויך אויף אַן עלטער־זיידן איז דאָ אַ חיוב צו לערנען תורה מיט זיינע אור־אייניקלעך

(ווי אַ זיידע מיט אייניקלעך) 44 .

און דעריבער האָט יוסף אַליין געלערנט מיט זיי תורה.

ט.

פון דעם האָט מען אויך אַ הוראה למעשה 45 ,

אַז בשעת אַ איד איז זוכה צו דערלעבן אור־אייניקלעך דאַרף ער מיט זיי אַליין לערנען תורה.

און אויב ער אַליין קען מיט זיי ניט לערנען — ווייל ער האָט ניט קיין כח,

אָדער ער איז דערצו ניט מסוגל וכיו”ב — דאַרף ער געבן אַ גרויסן סכום 46

אויף אויסצוהאַלטן די ישיבה אין וועלכע עס לערנען זיינע אור־אייניקלעך.

ובפרט ע”פ מחז”ל 47

(בנוגע צו

יעקב׳ן)

: „מה זרעו בחיים אף הוא בחיים”

(וואָס „זרעו” מיינט דאָך ניט נאָר בנים ובני בנים,

נאָר כל יוצאי חלציו,

אויך בני בן בנו)

— דאַרף ער טאָן כל התלוי בו בכדי אַז יוצאי חלציו זאָלן זיין

בחיים האמיתיים,

לערנען תורה — אויך ווייל אין דעם באַשטייט זיין אייגענער חיות — „אף הוא בחיים”.

(משיחת ש"פ ויחי תשכ"ה)

Reader controls and commentary are loading.