B"H
🏡

Ikar

ויחי ב

א.

אויפן פסוק 1

„וישאו אותו בניו” — אַז די בני יעקב האָבן געטראָגן יעקב׳ס ארון „ארצה כנען” — איז רש”י מבאר 2

דעם סדר ווי זיי האָבן געטראָגן דעם ארון: „קבע להם מקום ג׳ למזרח וכן לארבע רוחות וכסדרן למסע מחנה של דגלים נקבעו כאן”,

און דערנאָך איז רש”י ממשיך,

אַז יעקב האָט אָנגעזאָגט: „לוי לא ישא שהוא עתיד לשאת את הארון,

ויוסף לא ישא שהוא מלך,

מנשה ואפרים יהיו תחתיהם” 3 .

דאַרף מען פאַרשטיין: ווי שטימט דאָס וואָס „יוסף לא ישא” מיט דעם וואָס שטייט בפירוש אין פסוק 4 ,

אַז יעקב האָט באַשוואָרן יוסף׳ן „ ונשאתני ממצרים” — אַז דער חיוב פון נשיאת ארונו של יעקב איז

( בעיקר )

אויף יוסף,

איז לכאורה זיכער אַז ער דאַרף טאָן אין דעם ככל האפשרי — כולל נשאתני כפשוטה 5 ?

אויך בנוגע צו לוי פאָדערט זיך הסברה: די נשיאת ארון העדות ע”י לוי איז דאָך אַן ענין שבעתיד 6

הרחוק

(נאָך דער תקופה פון ועבדום וענו אותם 7

וכו׳),

און דערצו רעדט זיך דאָרטן ניט וועגן לוי עצמו נאָר וועגן יוצאי חלציו 8 ,

אַ דור פאַר ודור רביעי 9

וואָס זיי וועלן טראָגן דעם ארון.

פאַרוואָס זאָל מען באַ אים צונעמען דערפאַר די נשיאת ארונו של אביו

(וואָס נשיאת ארון המת בכלל איז אַ מצוה 10 ,

ובפרט — ארונו של אביו) 11 ?

ב.

איז דער ביאור בזה:

רש”י אַליין באַוואָרנט עס,

צוגעבנדיק אַז „מנשה ואפרים יהיו תחתיהם “ 12 .

דערמיט מיינט רש”י

(ניט נאָר אַז מנשה ואפרים פאַרנעמען דעם אָרט בצד הארון פון לוי ויוסף אָדער — צו משלים

זיין דעם מספר י”ב פון נושאי הארון 13 ,

נאָר)

אַז זיי זיינען „תחתיהם” — במקומם,

זייערע שלוחים 14 .

דאָס הייסט,

אַז דאָס וואָס לוי ויוסף האָבן ניט געטראָגן ארונו של יעקב,

איז עס נאָר בנוגע לגופם — בידיהם כפשוטו; זיי האָבן אָבער מקיים געווען די מצוה פון נשיאת ארון יעקב

(ע”י שלוחיהם כמותם ממש) 15 .

עפ”ז יומתק נאָך אַן ענין: רש"י הויבט אָן פירושו מיט די ווערטער „וישאו אותו בניו,

ולא בני בניו” — וממשיך אַז מנשה ואפרים האָבן געטראָגן ארון יעקב?

[און כאָטש אַז רש"י איז מבאר בתחלת פירושו „שכך צום — אל ישא מטתי לא איש מצרי ולא אחד מבניהם שהם מבנות כנען ”

(און מנשה ואפרים זיינען בני אסנת),

האָט דאָך יעקב אָבער אויך אָנגעזאָגט דעם צד החיוב,

ווי רש”י פירט אויס „אלא אתם” 16 ].

וויבאַלד אָבער אַז דאָס וואָס מנשה ואפרים האָבן געטראָגן ארון יעקב איז געווען „תחתיהם”,

נאָר אַלס שלוחים פון לוי ויוסף,

איז דערמיט אויסגעפירט געוואָרן „וישאו אותו בניו ”,

„אתם”,

ד.

ה.

דער טראָגן איז זיך מתייחס צו די משלחים,

לוי ויוסף.

און ווי דער כלל

(וואָס רש”י ברענגט אויך בפירושו על התורה 17 )

„שלוחו של אדם כמותו” 18 .

ג.

מ׳דאַרף אָבער פאַרשטיין

(בפנימיות הענינים)

: בשלמא מנשה ואפרים זיינען געווען תחתיו של יוסף,

ווייל בנים זיינען במקום אביהם — וואָס איז אָבער די שייכות פון מנשה ואפרים צו לוי'ן אַז זיי זאָלן זיין תחתיו?

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם שאלת המפרשים 19

בדברי רש”י „לוי לא ישא שהוא עתיד לשאת את הארון” — עס שטייט דאָך אַז משה האָט געטראָגן ארונו של יוסף,

כמפורש בכתוב 20

„ויקח משה את עצמות יוסף עמו גו׳”,

און משה איז דאָך געווען פון שבט לוי 21 ,

און דערצו נאָך פון בני קהת וואָס זיינען געווען די נושאי הארון 22 .

ד.

איז דער ביאור בכל זה:

ס׳איז ידוע,

אַז התחלת השעבוד במצרים האָט זיך אָנגעפאַנגען נאָך פטירת יעקב,

ווי רש”י זאָגט בתחלת הפרשה „שכיון שנפטר יעקב אבינו נסתמו עיניהם ולבם של ישראל מצרת השעבוד 23

שהתחילו לשעבדם”.

דאָס הייסט: יעקב׳ס זיין אין מצרים האָט אָפּגעהאַלטן די „צרת השעבוד”,

ס׳האָט ניט דערלאָזן דעם ענין הגלות במצרים,

עס איז נאָר געווען די ירידה

(גלות)

פון כנען.

כל זמן יעקב האָט געלעבט,

האָט די אידן גאָרניט געפעלט אין מצרים.

ואדרבה: ואתנה לכם את טוב ארץ מצרים גו׳ חלב הארץ 24 .

דערפון איז פאַרשטאַנדיק,

אַז דאָס אַרויסנעמען יעקב׳ן פון מצרים

(אויף ברענגען אים לקבורה אין א”י),

איז געווען 25

נאָך אַ שלב,

האָט גורם געווען אַז עס זאָל קענען זיין דער גלות ושעבוד מצרים.

לפ”ז איז מובן וואָס לוי ויוסף האָבן זיך

(בפועל)

נישט משתתף געווען אין נשיאת ארונו של יעקב פון מצרים:

אַ נקודה משותפת געפינט מען ביי לוי ויוסף — וואָס ביידע זיינען געווען העכער פון דעם ענין השעבוד במצרים,

און ביידע האָבן ניט צוגעלאָזט עס זאָל זיין שעבוד מצרים.

בנוגע ליוסף שטייט אין מדרש 26

: „כל זמן שיוסף הי׳ קיים לא הי׳ להם משוי של מצרים,

מת יוסף נתנו עליהם משוי 27 ,

לפיכך כתיב 28

הבאים כאילו אותו היום נכנסו למצרים”;

ובנוגע ללוי זאָגט רש"י 29

„למה נמנו שנותיו של לוי אלא להודיע כמה ימי השעבוד שכל זמן שאחד מן השבטים קיים לא הי׳ שעבוד 30

שנאמר 31

וימת יוסף וכל אחיו ואח”כ ויקם מלך חדש 32

ולוי האריך ימים על כולם” 33 .

ויתירה מזה אפילו בנוגע לשבט לוי געפינט מען,

אַז אפילו נאָך דעם ווי עס האָט זיך אָנגעפאַנגען דער שעבוד וקושי השעבוד ביי אַלע אידן,

איז „מלאכת שעבוד מצרים לא היתה על שבטו של לוי” 34 .

ה.

עפ”ז איז מובן דאָס וואָס „לוי לא ישא” און „יוסף לא ישא” ארונו של

יעקב: וויבאַלד נשיאת ארון יעקב פון מצרים איז פאַרבונדן און גורם צום ענין השעבוד,

האָט עס ניט צו לוי ויוסף,

וואָס זיי דערלאָזן ניט שעבוד מצרים.

און דאָס איז מרומז אין די טעמים הנ”ל — „לוי לא ישא שהוא עתיד לשאת את הארון ,

ויוסף לא ישא שהוא מלך ”:

מפרשים זאָגן 35 ,

אַז דאָס וואָס מלאכת השעבוד איז ניט געווען אויף שבטו של לוי איז מצד דעם וואָס עתידין לשאת את הארון

(„שבטו של לוי חכמים היו ולא רצו לעשות עבודה לפי שידעו שעתידין לשאת את הארון ומתוך כך היו בני חורין" 36 ),

„לשאת את הארון” האָט ניט דערלאָזט ענין השעבוד 37

;

און וויבאַלד אַז יוסף „הוא מלך",

האָט מצרים קיין שליטה ניט אויף אים,

ואדרבה — ער איז שולט אויף מצרים,

ופשיטא אַז עס קען ניט זיין קיין שעבוד מצרים.

משא”כ בנוגע צו „ויקח משה את עצמות יוסף עמו” — דאָס איז געווען פאַרקערט — אַ תנאי וענין של גאולה,

„כי השבע השביע גו׳ פקוד יפקוד אלקים אתכם והעליתם את עצמותי מזה אתכם” 38 ,

ובמילא איז דאָס שייך דוקא צו שבט לוי,

ואדרבה,

צום ראש פון שבט לוי,

משה רבינו,

און גואלם של ישראל.

ו.

עפי”ז דאַרף מען פאַרשטיין לאידך גיסא: וויבאַלד אַז לוי ויוסף זיינען ניט געווען נושאי ארון יעקב פון מצרים,

ווייל דאָס איז היפך ענינם ,

פאַרוואָס האָבן זיי געדאַרפט שלוחים — „מנשה ואפרים יהיו תחתיהם”?

און ווי קענען זיי האָבן שלוחים כמותם ?

!

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם הקושיא: וויבאַלד אַז ס׳איז געווען אַ גזירה בברית בין הבתרים „גר יהי׳ זרעך בארץ לא להם ועבדום וענו אותם ארבע מאות שנה” 39

— ווי קומט עס אַז ס׳איז געווען אַ שבט וואָס אויף אים איז גאָר ניט געווען מלאכת השעבוד 40 ?

נאָכמער: אין דעם שעבוד איז דאָך געווען תלוי׳ די הבטחה „ואחרי כן יצאו ברכוש גדול”

(ווי רש”י ברענגט 41

„שלא יאמר אותו צדיק אברהם ועבדום וענו אותם קיים בהם ואחרי כן יצאו ברכוש גדול לא קיים בהם”) 42 .

ז.

וי”ל דעם ביאור בזה:

דאָס וואָס שבט לוי האָט ניט געהאַט אויף זיך מלאכת השעבוד,

איז דאָס ניט דערפאַר וואָס זיי האָבן ניט געהאַט קיין שייכות צו גלות מצרים,

נאָר דאָס גופא איז אַ פרט אין דעם אופן השעבוד פון אידן:

דער מכוון פון שעבוד מצרים איז ניט ח”ו צו פּייניקן אידן,

נאָר צוליב דעם „ואנכי אעלך” 43 ,

דעם עילוי וואָס קומט דערפון אַרויס

[מצרים איז געווען אַ „ כור הברזל” 44 ,

ווי אַ כור כפשוטו,

וואָס האָט געפּועלט אַ זיכוך אין אידן].

מצד דעם קושי השעבוד אָבער,

וואָלט געקענט זיין אַז ניט נאָר וועלן אידן ניט דערגרייכן

(דורכן שעבוד)

דעם עילוי,

נאָר אדרבה — זיי קענען נאָך נשקע ווערן ח”ו אין מצרים ערות הארץ 45

דעריבער האָט געמוזט זיין אַ סוג אידן וואָס זאָל בלייבן העכער פון דעם שעבוד,

און זיי זאָלן משפיע זיין אויף אַלע אידן אַז זיי זאָלן דורכפירן די כוונה פון דעם ירדנו,

ועבדום — אעלך,

יצאו ברכוש גדול.

און דאָס איז געווען די אויפגאַבע פון שבט לוי,

ווי דער רמב”ן איז מבאר 46 ,

אַז „מנהג בכל עם להיות להם חכמים מורי תורתם ולכן הניח להם פרעה שבט לוי שהיו חכמיהם וזקניהם והכל סיבה מאת ה׳ ”.

קומט לפי זה אויס,

אַז ס׳איז ניט דער פשט אַז ניט אַלע אידן האָבן גענומען אַן אָנטייל אין שעבוד מצרים 47

— אידן זיינען געקומען קיין מצרים אַלס איין עם 48 ,

איין מציאות

[כדיוק לשון הכתוב 49

: „כל הנפש

(ל׳ יחיד)..

הבאה מצרימה

(שבעים)

”],

נאָר דערביי איז געווען אַ כעין „שותפות" ווי צו דורכגיין דעם שעבוד

[וואָס יעדער „שותף” טוט זיין חלק אויך פאַרן צווייטן „שותף”]

; ויתירה מזה — ווי אברי הנפש והגוף וואָס מילוי תפקידו פון יעדער אבר בפ"ע — איז פאַר דעם גאַנצן נפש ובשליחותו.

באַ כמה אידן איז געווען די מלאכת השעבוד בפועל וואָס האָט זיך געפאָדערט כדי צו דערגרייכן דעם עילוי; און שבט לוי האָט זיך אין דעם משתתף געווען,

דורך געבן דעם כח ,

זייענדיק „ מורי

(לכל בנ”י)

תורה” 50

אויף ניט נשקע ווערן ח”ו אין קושי השעבוד,

ואדרבה — דערגרייכן אָט־דעם עילוי

(שע”י השעבוד).

און עד”ז איז געווען נאָך מ”ת,

אין מדבר,

און דערנאָך בכניסתם לארץ:

שבט לוי האָט ניט קיין חלק ונחלה אין א”י 51 ,

נאָר „הובדל לעבוד את ה׳ לשרתו

ולהורות דרכיו הישרים ומשפטיו הצדיקים לרבים " 52

— „הוי׳ הוא נחלתו” 53 .

וואָס דאָס האָט זיך אויסגעדריקט כפשוטו אין זייער עבודה ושירות במשכן,

כולל נשיאת הארון,

וועלכע איז געקומען דערפון „ שכולם היו זקוקים לצרכי המקדש אלא שהלוים באים תחתיהם בשליחותם “ 54

; און די עבודה אויף מאַכן די וועלט אַ דירה לו ית׳ זייענדיק אין וועלט ,

האָט זיך אויפגעטאָן דורך שאר שבטי ישראל.

ומהאי טעמא האָט אויך שבט לוי געהאַט די אַלע עליות,

עילויים וואָס דער „ועבדום וענו אותם” האָט געבראכט.

ח.

עפ”ז וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס יוסף ולוי האָבן געדאַרפט האָבן אַז „מנשה ואפרים יהיו תחתיהם ” אין נשיאת ארונו של יעקב:

אע”פ אַז זיי אַליין טראָגן ניט ארונו של יעקב פון מצרים,

כנ”ל — האָבן זיי אָבער געדאַרפט אַריינגעבן דעם כח

(פון זיין העכער פון שעבוד מצרים)

אין די איבעריקע שבטים.

און דאָס איז דורך דעם וואָס זייערע שלוחים זיינען זיך משתתף אין נשיאת ארונו של יעקב.

און דעריבער האָט יעקב אויסגעקליבן מנשה ואפרים צו זיין „תחתיהם” — ווייל זיי זיינען דער „המשך” פון יוסף ולוי,

דער כח פון יוסף ולוי

(וועלכע זיינען העכער פון שעבוד מצרים)

קומט אַראָפּ אין דער עבודה אין גלות,

[ובפרט ווי בפשטות,

אַז מנשה ואפרים זיינען געבאָרן געוואָרן אין ארץ

מצרים און איידער יעקב איז דאָרט אָנגעקומען 55 ].

און וויילע יוסף ולוי זיינען צוויי באַזונדערע אופנים אין דעם העדר השייכות צו שעבוד מצרים

(כדלקמן)

— דעריבער זיינען אויך געווען באַזונדערע „שלוחים” — מנשה ואפרים.

ט.

דער ביאור בזה:

עס שטייט „אלה תולדות יעקב יוסף” 56 .

איז מבואר 57

אַז די ענינים פון יעקב׳ן ווערן נמשך למטה על ידי יוסף.

באַ יוסף׳ן,

אויך ווי הורד מצרימה 58 ,

ווי ער קומט אַראָפּ אין מצרים,

איז מאיר מדריגת יעקב בגילוי; און וויבאַלד אַז אין זיין עבודה איז דאָ בגלוי די השפעה פון יעקב׳ן וואָס איז העכער פון מצרים,

איז מצד יוסף ניטאָ קיין אָרט אויפן העלם והסתר פון מצרים.

ער איז שולט אויף מצרים און דערלאָזט ניט

(דעם העלם והסתר פון)

גלות מצרים,

כנ”ל.

משא”כ

(שבט)

לוי,

זיינען ניט געווען שולט במצרים,

זיינען געווען אין זמן פון גלות מצרים ביז אין זמן פון קושי השעבוד,

און אעפ”כ זיינען זיי ניט „פאַרטרונקען” געוואָרן אין דעם,

ואדרבה,

פון שבט לוי האָבן אידן באַקומען דעם כח אויף דורכטראָגן דעם קושי השעבוד כנ”ל,

ביז עס זאָל צוקומען דער יתרון האור מן החושך 59 ,

ביז אַז ע"י משה ואהרן

(פון שבט לוי)

איז געווען די גאולה של כל ישראל — לוי גיט דעם כח אויף צו איבערמאַכן דעם גלות.

און פון די צוויי ענינים קומען אַרויס

(אין און דורך זייערע שלוחים)

— די צוויי אופני עבודה פון מנשה ואפרים,

כמרומז אין זייערע נעמען

(ווי גערעדט אַמאָל בארוכה 60 )

:

מנשה,

וואָס נקרא כך — „כי נשני אלקים את כל עמלי ואת כל בית אבי” 61 ,

אַ נאָמען וואָס דערמאָנט אַז ער געפינט זיך אין אַן אָרט וואָס מאַכט פאַרגעסן „את כל בית אבי” און דערפאַר דאַרף ער „אַוועקשפּרינגען” 62

דערפון; דאָס דריקט אויס זיין תשוקה והחלט ניט צו פאַרגעסן,

נאָר צו זיין צוגעבונדן צו בית אבי.

וואָס דאָס איז דער אופן העבודה וואָס ער האָרעוועט אויף ניט צו באַווירקט ווערן פון דער סביבה,

דורך בלייבן צוגעבונדן צו בית אבי.

אַ איד זייענדיק אין גלות דערמאָנט זיך כסדר אַז ער געפינט זיך אין אַ מצב וואָס וויל מאַכן פאַרגעסן „בית אבי”,

און דאָס גופא פּועל׳ט אַז ער זאָל ניט פאַרגעסן.

ער דערהערט אַז דאָס איז ניט זיין מקום,

זיין אָרט איז אין בית אביו המלך.

מתאים צו דער עבודה פון יוסף,

וואָס זייענדיק אין מצרים איז באַ אים געווען,

און האָט זיך אָנגעהערט,

די השפעה פון יעקב

(„בית אבי”),

וואָס איז העכער פאַר גלות והעלם והסתר פון מצרים.

[וי”ל אַז מהאי טעמא האָט יוסף גע׳טענה׳ט 63

„לא כן אבי כי זה

( מנשה )

הבכור שים ימינך על ראשו”,

מצד דער

עבודה פון יוסף איז דער עיקר עבודה,

עבודת מנשה 64 ].

משא”כ אפרים ווערט גערופן אַזוי — „כי הפרני אלקים בארץ עניי” 65

— דער עילוי ויתרון וואָס ווערט אויפגעטאָן דוקא אין חושך הגלות,

ביז אין אַן אופן פון „הפרני”; און די עבודה קומט און ווערט נסתעף פון דער עבודה פון שבט לוי,

וואָס בכחם ובשליחותם האָבן אידן איבערגעמאַכט דעם חושך הגלות 66 ,

„ וכאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ “ 67 .

יו”ד.

עס שטייט 68

„נוהג כצאן יוסף” — אידן ווערן אָנגערופן בשם יוסף 69 .

ועד”ז בנוגע צו לוי שרייבט דער רמב”ם 70 ,

אַז כדוגמת שבט לוי איז „כל איש ואיש ..

אשר נדבה רוחו ..

ה”ז נתקדש ..

ויהי׳ ה׳ חלקו ונחלתו כו׳”.

ווייל יעדער איד האָט דעם כח

(פון יוסף ולוי)

צו שטיין העכער פון דעם גלות.

ניט נאָר אַז דער גלות האָט ניט קיין שליטה אויף אַ אידן,

נאָר פאַרקערט — אַ איד ווערט אַ בעה"ב אויף גלות.

און אין דעם זיינען פאַראַן די צוויי דרגות:

פריער קומט דער אופן פון „יוסף שהוא מלך” בהווה: מען שטעלט זיך אַוועק העכער פון גלות,

און מען ווערט אינגאַנצן ניט נתפעל פון די נסיונות וכו׳ פון גלות.

און דערנאָך „עתיד” — קומט מען צו צו דעם העכערן אופן — „לוי שהוא עתיד לשאת את הארון”: דורך דעם וואָס מען האָט דעם ענין התורה

(„לוחות”),

תורה אור,

איז מען מהפך דעם חושך הגלות לאור: יתרון האור מן החושך 71 ,

און — יגי׳ חשכי 72

וואָס דאָס וועט זיין בגילוי בביאת משיח צדקנו,

ווען עס וועט מקויים ווערן דער יעוד „ ולילה כיום יאיר” 73 ,

במהרה בימינו ממש.

(משיחת ש"פ וארא תש"מ)

Reader controls and commentary are loading.