B"H
🏡

Ikar

ויחי א

א.

אויפ׳ן פסוק 1

"ויקרא יעקב אל בניו ויאמר האספו ואגידה לכם את אשר יקרא אתכם באחרית הימים" זאגן חז״ל 2

"ביקש יעקב לגלות לבניו קץ הימין 3

ונסתלקה ממנו שכינה".

איז תמוה:

ס׳איז דאך זיכער,

אז מיט זיין וועלן צו מגלה זיין דעם קץ איז יעקב געווען אויסן

(ניט סתם באווייזן אז ער ווייס דעם קץ,

נאר)

א תועלת פאר די שבטים,

אדער פאר די אידן אחריהם - וואס פאר א תועלת וואלטן אידן געהאט פון דעם וואס מ׳וואלט זיי דעמאלט מגלה געווען דעם קץ?

ואדרבה : ווען יעקב וואלט זיי מגלה געווען דעם קץ,

וואס וועט ערשט זיין מיט פילע טויזנטער יארן שפעטער

(ווי מען זעט עס איצטער,

אז עדיין לא בא)

- וואלט עס ניט נאר ניט געבראכט קיין תועלת,

נאר אדרבה: דאס וואלט גע׳פועלט ביי אידן א מורא׳דיקע צע־ בראכנקייט און נמיכת הרוח 4

!

מפרשים 5

פארענטפערן,

אז יעקב האט דעם קץ געוואלט מגלה זיין נאר לבניו 6 ,

״שצדיקים היו ובטוח בהם שאע״פ שהוא

(הקץ)

לאורך ימים לא ישובו מאחרי ה׳",

אבער אויך דאס האט דער אויבערשטער ניט געוואלט - "כדי שלא יודע לבאים אחריהם ורבים יתאשו אלו ידעו שהוא לעתים רחוקות".

אבער דער תירוץ איז ניט גלאטיק:

(א)

דער חשש פון "יודע לבאים אחריהם"

(אויב יעקב וואלט מגלה געווען דעם קץ צו אלע צוועלף זין)

איז א זאך וואס איז מובן גאר בפשטות 7

- היינט פארוואס האט יעקב מלכתחילה געהאט א קס״ד צו מגלה זיין דעם קץ לבניו?

(ב)

ועיקר: דערמיט ווערט ניט פארענטפערט די עיקר שאלה - וואס פאר א טובה ותועלת וואלט דער גילוי הקץ געקענט פועל זיין ביי "בניו",

וואס דערפאר " ביקש יעקב לגלות לבניו קץ הימין" 8 ?

ב.

אויך דארף מען פארשטיין:

אין חז״ל געפינען מיר צוויי דיעות

(א)

דער קץ איז נתעלם געווארן אויך פון יעקב׳ן,

ווי עם שטייט אין מדרש 9

"בא לגלות להם את הקץ ונתכסה ממנו "

(ועד״ז שטייט אין מדרש בתחלת הםדרה 10

: ״בקש כו׳ ונםתם ממנו ")

;

(ב)

פון יעקב׳ן איז ער ניט נתכםה געווארן,

ער האט עם אבער ניט מגלה געווען לבניו 11 .

נויש לומר,

אז דאם איז אויך דער דיוק אין לשון הש״ס 2

"ביקש יעקב לגלות כו׳ ונםתלקה ממנו שכינה ״ - ניט םתם ״ונםתלק ממנו

(הקץ)

״ - ווייל לויט דעת הש״ם איז טאקע פון יעקב׳ן ניט נתכםה געווארן דער קץ; ם׳איז בלויז נםתלק געווארן פון אים די שכינה האט ער געזען אז מ׳וויל ניט גילוי הקץ האט ער ניט מגלה געווען.

או י״ל: שכינה פון לשון ושכנתי בתוכם 12

- דאם הייםט,

דער כח צו קע־ נען "משכין"

(וממשיך)

זיין דעם גילוי הקץ למטה

(לבניו) 13 ].

דארף מען פארשטיין: וויבאלד אז,

כמובן לכל הדעות,

קען דער אויבער־ שטער אפהאלטן יעקב׳ן פון מגלה זיין דעם קץ לבניו אפילו אויב יעקב וויים דעם קץ - איז מאי טעמא וואם

(לויט דער דיעה הראשונה)

איז געווארן דער שינוי : דער קץ איז ״נסתם״ געווארן פון יעקב׳ן?

ג.

מכל הנ״ל איז מובן,

אז ביידע אופנים - מגלה זיין,

אדער ניט צו מגלה זיין דעם קץ - קענען ברענגען א תועלת פאר אידן

(בעבודתם הרוחנית).

און נאך מער: וויבאלד אז יעקב איז איינער פון די אבות,

"שהן הן המרכבה ..

ולא נעשו מרכבה רק לרצון העליון לבדו כל ימיהם" 14 ,

איז מוכרח צו זאגן,

אז דאם וואם " ביקש יעקב לגלות כו׳"

(ביז צו דער רגע ווען ״נסתלקה ממנו שכינה")

איז געווען בהתאם צום רצון העליון,

צו וועלכן יעקב איז געווען א מרכבה אויך דאמאלם.

און דאם וואם דער אויבערשטער האט לפועל ניט דערלאזן אז יעקב זאל זיי מגלה זיין דעם קץ,

איז ווייל אין יענעם מצב האט זיך געפאדערט דער אופן ההנהגה

(און די תועלת וואם קומט פון דעם)

אז דער קץ זאל ניט נתגלה ווערן.

און דערביי זיינען פאראן צוויי דיעות - לויט איין דיעה האט די תועלת גע־ דארפט זיין אויך ביי יעקב עצמו

(און דעריבער ״נתכםה

(אויך)

ממנו " הקץ)

; לויט דער צווייטער דיעה איז דאם אן ענין וואם איז געווען נוגע בלויז צו די

שבטים ,

און דערפאר איז פון יעקב׳ן אליין ניט נתכסה געווארן דער קץ.

ד.

ויש לומר הביאור בזה - ע״פ דרשת רז״ל 15

עה״פ 16

"תביאמו ותטעמו בהר נחלתך מכון לשבתך פעלת ה׳ גו׳",

אז אילו זכו וואלט דער אויבערשטער שוין דאן

(בעת יציאת מצרים)

געבראכט די אידן אין דעם "מכון לשבתך פעלת ה׳ ״,

וואס אין ״בנינא דקוב״ה״ איז ניט שייך קיין חורבן

(וגלות),

ובמילא וואלט די גאולה פון גלות מצרים געווען

(אויך)

די גאולה האמיתית והשלימה שאין אחרי׳ גלות 17 .

קומט אויס,

אז דער קץ אין דעם אופן ווי ער איז געשטאנען אין יענעם זמן

("אילו זכו")

איז געווען בזמן פון יציאת מצרים.

ועפ״ז קען מען מפרש זיין דעם מאמר ״ביקש יעקב לגלות..

קץ הימין",

אז ער האט געוואלט מגלה זיין דעם קץ ווי ער איז געווען דעמאלט - דער זמן פון יציאת מצרים.

און אע״פ אז דער זמן פון יצי״מ איז געווען א זמן קבוע וידוע 18

- דער אוי־ בערשטער האט מבטיח געווען אברהם׳ן "

(כי גר יהי׳ זרעך בארץ לא להם גו׳)

ארבע מאות שנה ..

ואחרי כן יצאו גו׳״ 19

- איז וואס האט יעקב געדארפט מגלה זיין?

איז י״ל: די אידן האבן געוואוסט אז נאך די "ארבע מאות שנה" וועלן זיי ארויסגיין פון מצרים,

אבער ניט אז דאס וועט זיין

(אילו זכו)

א גאולה נצחית שאין

אחרי׳ גלות 20

; און דאס האט יעקב גע־ וואלט מגלה זיין - יצי״מ איז דער קץ .

און דערמיט איז אויך פארשטאנדיק יעקב׳ס כוונה ביים וועלן מגלה זיין לבניו דעם קץ: ווען זיי וועלן הערן די בשורה טובה,

אז דער "קץ הימין" איז גאר נאענט,

וועלן זיי זיך משתדל זיין צו פארבלייבן אין א מצב פון "זכו",

זיין געהיט בזהירות יתרה אז עס זאל ניט זיין קיין ענין פון ״

(שמא יגרום ה)

חטא״ 21

וואס זאל גורם זיין אז דער קץ זאל זיך פארהאלטן ח״ו 22 .

ה.

דער ביאור איז אבער ניט מספיק:

בעת דער הסתלקות פון יעקב אבינו איז געווען נאך ארום צוויי הונדערט יאר 23

ביז יציאת מצרים,

אזוי אז ביי די בנ״י פון יענעם דור,

וואלט דער גילוי הקץ ארויסגערופן עצבות וכו׳,

וויבאלד אז ע״פ טבע איז "והיו ימיו מאה ועשרים שנה״ 24

וואלט דער קץ ניט געקומען בחייהם בעלמא דין - והדרא קושיא לדוכתא?

ולכן יש לומר אז כוונת יעקב איז געווען: ווען אידן וועלן באם גילוי הקץ וויסן אז עם איז תלוי אין "זכו"

(כנ״ל),

וועלן זיי מוסיף זיין אין זייער "זכו"

(עבודת ה׳),

וועט די הוספה מקדים זיין די גאולה,

אז זי זאל קומען נאך פאר דעם באשטימטן קץ,

ע״ד מחז״ל 25

: "זכו - אחישנה".

וע״ד ווי מען געפינט ביי יצי״מ גופא: איינער פון די טעמים 26

וואס גלות מצרים האט געדויערט נאר רד״ו שנה -ניט ארבע מאות שנה ווי ס׳איז געווען באשטימט בברית בין הבתרים - איז ווייל דער קושי השעבוד האט משלים געווען דעם מנין

(פון ארבע מאות שנה)

;

איז מובן אז כשם ווי די הוספה אין שעבוד

( קושי השעבוד)

האט מקדים גע־ ווען די גאולה - עד״ז

(ובמכל־שכן 27 )

וואלט זיך דאס אויפגעטאן דורך דער הוספה אין "זכו",

אין טובה 28 .

ו.

אף על פי כן איז "נסתלקה ממנו

שכינה" און ניט דערלאזט אז יעקב זאל מגלה זיין דעם קץ.

איז דער ביאור בזה 29

:

די שלימות בעבודת האדם,

וואס דורך דעם ווערט ער "זכו",

איז,

ווען די עבודה איז מלאכתך אשר תעשה ,

וע״ד מחז״ל 30

"אדם רוצה בקב שלו מתשעה קבים של חבירו".

אע״פ אז ביי יעדער עבודה מוז מען אנקומען צו סייעתא דשמיא,

בלשון חז״ל 31

״אלמלא הקב״ה עוזרו כו׳״ -זיינען אין דעם פאראן צוויי אופנים 32

:

א)

דער סיוע און עזר מלמעלה איז נרגש ביים אדם העובד בשעת און אין זיין עבודה; ולדוגמא - עבודת ה׳ אין די זמנים פון עת רצון

(עשרת ימי תשובה ווען דער אויבערשטער איז "בהמצאו ..

בהיותו קרוב" 33 ,

אדער בשבת ויו״ט בכלל).

ב)

זיי זיינען די סיבה וואס איז גורם

(און מסייע)

די שפעטערדיקע עבודת האדם,

אבער בעת דער עבודה גופא איז דער סיוע בהעלם,

אזוי אז די עבודה איז ביגיעת עצמו .

- ע״ד ווי די פארשידענע בת־קול׳ס וואס פון זיי קומען אריין הרהורי תשובה ביי דעם מענטשן 34 ,

וועלכע פועל׳ן אז דערנאך איז ער מוסיף בתורה ועבודה.

און דאס איז דער טעם וואס "נסתלקה ממנו שכינה": ווען יעקב וואלט מגלה געווען דעם קץ לבניו,

וואלט

זייער הוספה בעבודת ה׳

(דורך דעם גילוי הקץ - צו פארזיכערן אז זיי זאלן שטיין אין א מצב פון נאכמער "זכו")

ניט געווען "קב שלו" זייערער אן אויפטו; אין דעם וואלט געווען "אריינגעמישט" דער עזר מלמעלה

(דער גילוי הקץ)

; דעריבער איז "נסתלקה ממנו שכינה",

בכדי אז די עבודה פון אידן זאל זיין אין א מצב פון סילוק השכינה

(און העלם הקץ),

ובמילא איז זי בכח עצמם 35 .

- יעקב האט געוואלט אז מ׳זאל וואס שנעלער ארויס פון דעם גלות - עס וועט אפשר פעלן אין שלימות העבודה,

דערפאר אבער וועט מען פריער ארויס פון גלות

(ובפרט - פון ערות הארץ)

און אריין אין דער גאולה האמיתית והשלימה; וי״ל אז דאס איז דער דיוק הלשון ״ ביקש יעקב לגלות כו׳״ -

(אויך)

מלשון בקשה: יעקב האט געבעטן ביים אויבערשטן אז עס זאל זיין דער גילוי הקץ,

וואס דאס וועט געבן אידן א סיוע בעבודתם און פארזיכערן אז די גאולה וועט קומען שנעלער.

דער אויבערשטער האט אבער גע־ וואלט,

אז די גאולה זאל זיין בתכלית השלימות - וואס דאס איז פארבונדן דערמיט וואס די עבודה פון אידן איז בשלימות - און דעריבער 36

"נסתלקה ממנו שכינה" וואס דאס גיט אן ארט פאר א גרעסערער שלימות אין עבודה,

כנ״ל 37 .

ז.

א טיפערער ענין אין דעם:

דאס וואס די שלימות הגאולה קומט

דורך דעם,

וואס די עבודה פון אידן איז אין א מצב פון סילוק השכינה ובמילא ביגיעת עצמם כנ״ל - איז עס ניט צוליב א זייטיקע שייכות פון דעם אופן העבודה צו דער גאולה,

נאר ווייל דוקא אין דער עבודה איז תלוי ה״קץ" פון אזא גאולה

(נצחית,

שאין אחרי׳ גלות)

:

כדי די גאולה זאל זיין א נצחית,

אן שינויים,

דארך אויך די עבודה פון אידן

(וואס ברענגט די גאולה)

זיין מעין זה -אין אן אופן פון "לא שניתי",

אן שינויים.

און דעריבער: בשעת די עבודה ווערט געטאן מצד דעם סיוע מלמעלה און ניט ביגיעת עצמו,

דעמאלט 38

איז ניטא קיין ״נצחיות״ אין דער עבודה - ווען דער סיוע מלמעלה זאל נתעלם ווערן,

קען דער אדם ווערן א יורד ממדריגתו,

ר״ל.

דוקא בשעת די עבודה קומט מצד אתערותא דלתתא

(בכח עצמו),

איז זי א "דבר המתקיים" און דערפאר ברענגט זי די גאולה קיימת

(נצחית)

שאין אחרי׳ גלות.

ח.

עפ״ז פאדערט זיך אבער ביאור לאידך גיסא: וואס איז סברת יעקב מלכתחילה,

וואס "ביקש" מגלה זיין דעם קץ לבניו,

בשעת אז דאס וואלט גורם געווען אזא

(תוס׳)

עבודה וואס איז ניט קיין סיבה מתאימה צו דער גאולה האמיתית?

וי״ל די הסברה בזה

(ע״ד החסידות)

:

ס׳איז ידוע 39

אז מדריגת יעקב איז -אצילות,

וואס איז עולם האחדות און

״לאחרי הבירור״ 40

; און וויבאלד אז בײ יעקב׳ן איז שוין לאחרי הבירור

(ובפרט סמוך להסתלקותו,

ווען ער איז געווען בתכלית שלימותו 41 )

- ער האט שוין פארענדיקט שלימות עבודתו און ביי אים איז שוין דא דער ״קב שלו ״ - איז ביי אים דער ענין פון גילוי הקץ פועל נאר א הוספה - תוספת שלימות בעבודתו.

ומהאי טעמא האט יעקב געוואלט מגלה זיין דעם קץ

(אויך)

לבניו,

אננע־ מענדיק אז אויך בניו זיינען אין דער מדריגה; און ווי די גמרא 42

איז ממשיך,

אז בשעת יעקב האט דערזען אז "נסתלקה ממנו שכינה"

(און האט ניט געקענט מגלה זיין דעם קץ לבניו)

האט ער גלייך געזאגט 43

"שמא חס ושלום יש במטתי פסול" 44 .

ועפ״ז וועט מען אויך פארשטיין די צוויי דיעות

(הנ״ל סעיף ב),

צי דער קץ איז

(אויך)

פון יעקב׳ן נסתם געווארן,

אדער ניט:

דער מדרש זאגט אז "נתכסה

(נסתם)

ממנו" דער קץ,

ווייל דער אויבערשטער האט געוואלט אז אויך יעקב זאל דעמאלט דערהערן די מעלה פון עבודה בכח עצמו,

און דערמיט אנווייזן לבניו די מעלה אין זייער עבודה ווען זיי וועלן ניט וויסן דעם קץ;

דעת הש״ס איז,

אז "נסתלקה ממנו

(נאר)

שכינה",

און ניט דער קץ

(כנ״ל שם)

- וויבאלד אז בא יעקב אליין איז שוין געווען די שלימות ועילוי,

וואס האט זיך אויפגעטאן בא בניו דורך סתימת הקץ.

ט.

אע״פ אז דער אויבערשטער האט געפירט אזוי אז יעקב זאל ניט מגלה זיין דעם קץ לבניו - אבער פון דעם וואס " ביקש יעקב לגלות כו׳" זייענדיג א מרכבה לרצון העליון

(כנ״ל ס״ג)

איז פארשטאנדיק,

אז דער ״ ביקש ..

לגלות קץ הימין" איז

(אויך דעמאלט )

געווען בהתאם צום רצון העליון;

און נאך מער 45

: וויבאלד אז א בקשה פון א צדיק איז זיכער אינה חוזרת ריקם ,

האט עס זיכער געהאט א פעולה דא למטה,

זאת ועוד: וויבאלד דאס איז אריינגעשטעלט געווארן אין תורה

(מלשון הוראה),

איז עס א הוראה נצחית לכל הדורות -

און ע״ד ווי מען געפינט 46

ביי משה רבינו,

אז אע״פ זיין בקשה "ואתחנן גו׳ אעברה נא ואראה גו׳״ 47

- אויפצוטאן ביי אידן ראי׳ אין אלקות - איז ניט דערפילט געווארן

(ווייל אידן דאמאלס זיינען געווען ראוי נאר צו בחי׳ שמיעה,

"ועתה ישראל שמע " 48 ),

פונדעסטוועגן האט זיין בקשה אויפגעטאן אז ביי אידן זאל זיין דער ענין הראי׳ בבחי׳ מקיף עכ״פ

(און ביי יחידי סגולה - אויך בבחי׳ פנימיות 49 ),

עד״ז יש לומר ביי יעקב׳ן: דאם וואם "ביקש לגלות את הקץ" האט אויפגעטאן ביי אידן אז זיי זאלן קענען דערגרייכן צו גילוי הקץ בדרך מקיף - עבודת ה׳ אין אן אופן פון חירות מאומות העולם ומהיצר הרע

(און ביי יחידי םגולה אויך בפנימיות -

וי״ל אז דאם איז וואם כמה מגדולי ישראל

(ווי דער רס״ג,

רמב״ם וכו׳ 50 )

האבן מחשב געווען קצין 51 ).

יו״ד.

און דערפון איז אויך א הוראה פאר אלע אידן לכל הדורות - אז עם דארף זיין דער ענין פון ״ ביקש ..

לגלות ..

קץ הימין": א איד דארף וועלן און בעטן 52

אז עם זאל זיין גילוי

הקץ,

וואם דאם גופא

(הבקשה און די התבוננות בזה)

גיט א םיוע ועידוד רב אין עבודת ה׳.

ווי מען זעט במוחש,

אז ווען מ׳זאגט א אידן אז "אט אט קומט משיח" און ״ווי וואנט משיח נאו״ - איז דאם פועל א זירוז והוםפה אין עבודת ה׳,

און א זהירות יתירה יותר אז עם זאל ניט זיין קיין ענין פון "שמא יגרום כו׳",

וואם זאל ח״ו פארהאלטן ביאת המשיח.

ובימינו אלה קומט צו נאך אן ענין: תורת אמת זאגט 53

"כלו כל הקיצין ואין הדבר תלוי אלא בתשובה",

די גמרא זאגט בפשיטות אז דער קץ איז שוין פון לאנג דא ;

מ׳דארף נאר האבן 54

דעם "שעתא חדא״ 55

- דעם "קער" 56

- פון תשובה,

וואם ברענגט " ומיד הן נגאלין" 57 ,

מיד ממש - ״נאו״ 58

- בעגלא דידן.

(משיחות עשרה בטבת וש״פ ויחי תשמ״א)

Reader controls and commentary are loading.