B"H
🏡

Ikar

ויגש א

א.

בתחילת הסדרה ברענגט רש”י די ווערטער „ויגש אליו.

דבר באזני אדוני” און איז מפרש: „יכנסו דברי באזניך”.

וואָס איז שווער אין די ווערטער „דבר באזני אדוני” וואָס רש”י פאַרענטפערט מיטן פירוש „יכנסו דברי באזניך”?

לערנען מפרשים 1 ,

אַז דער פּשוט׳ער טייטש פון „באזני אדוני” איז — „שבקש לדבר באזניו ממש” 2

(ד.

ה.

צו אַריינרעדן

(נאָר)

באזניו של יוסף,

אַז קיינער זאָל ניט הערן וואָס ער זאָגט)

; אָבער דאָ קען מען אַזוי ניט טייטשן,

ווייל ס׳איז ניט קיין כבוד צו אַריינריידן באוזן משנה למלך.

באַוואָרנט דעריבער רש”י אַז דער טייטש פון „דבר באזני אדוני” איז — „יכנסו דברי באזניך”.

דאָס איז אָבער ניט מובן 3

: מען געפינט אַן ענלעכן לשון עטלעכע מאָל פריער אין תורה — „וישכם אבימלך גו׳ וידבר גו׳ באזניהם” 4 ,

„ויען עפרון גו׳ באזני בני חת” 5 ,

„וידבר אל עפרון באזני עם הארץ” 6

— וואָס אין די אַלע ערטער קען מען ניט טייטשן אַז דער דיבור איז געווען בלחישה באזניהם,

[זיכער האָט אבימלך ניט גערעדט מיט עבדיו אין אַן אופן פון „פיו באזניהם” 7

; אויך דיבורו של עפרון איז ניט געווען בלחישה באזני בני חת —

אדרבה : זיין דיבור איז געווען צו אברהם׳ען ,

נאָר אויך די בני חת האָבן געהערט זיינע רייד.

ועד”ז — דיבורו של אברהם צו עפרון באזני עם הארץ],

און אעפ”כ באַוואָרנט ניט רש”י אין די אַלע ערטער אַז דער פירוש פון „באזני” כו׳,

איז „יכנסו דברי באזניך”

(וכדומה)

— פאַרוואָס דאַרף עס רש”י באַוואָרענען בנדו”ד?

אויך איז ניט מובן: פאַרוואָס איז רש”י מעתיק פון פסוק אויך די ווערטער „ויגש אליו”?

„יכנסו דברי באזניך” איז אַ פירוש בלויז אויף די ווערטער „דבר באזני אדוני”.

[מען קען ניט זאָגן אַז רש"י איז דערמיט אויסן נאָר צו אָנצייכענען התחלת הסדרה,

ווייל,

ווי גערעדט כמה פעמים 8

: אויב אַזוי,

האָט רש”י געדאַרפט אָנהויבן יעדע סדרה מיט אירע ערשטע ווערטער,

און רש”י טוט עס ניט 9

סיידן ווען ער איז מפרש די ווערטער].

ב.

ווייטער שטעלט זיך רש”י אויף „ואל יחר אפך” און איז מפרש: „מכאן אתה למד שדיבר אליו קשות”.

לערנען מפרשים 10 ,

אַז רש”י באַוואָרנט דערמיט: אין דעם פסוק שלאח”ז איז רש”י מפרש ווי אַזוי די רייד פון יהודה האָבן אַנטהאַלטן דברים קשים: אויף „כי כמוך כפרעה” ברענגט רש”י כמה פירושים

(פון „מדרשו”)

ווי דאָס זיינען דברים קשים,

ועד”ז אויף „אדוני שאל” איז רש”י מפרש 11

„מתחלה בעלילה באת עלינו כו׳” —

דעריבער זאָגט רש”י: זאָל מען ניט מיינען אַז דער הכרח אויף דעם איז נאָר פון יענע ווערטער

[ווייל,

אדרבה,

פשוטם פון די ווערטער איז,

אַז זיי זיינען ניט קיין דברים קשים 12 ],

נאָר „ מכאן אתה למד שדיבר אליו קשות”; און וויבאַלד מ׳געפינט ניט בפירוש אין פסוק קיין דברים קשים,

מוז רש”י ברענגען דעם פירוש אַז יענע ווייטערדיקע רייד זיינען געווען דברים קשים,

אפילו ווען מ׳דאַרף אָנקומען צו „מדרשו”.

מען דאַרף אָבער פאַרשטיין די אריכות הלשון אין רש”י „מכאן אתה למד”:

ווען רש”י וואָלט געזאָגט בקיצור „ מלמד שדיבר אליו קשות”

(אָן דער הדגשה „מכאן”)

— וואָלט מען אויך פאַרשטאַנען אַז דער הכרח לפרש די ווייטערדיקע רייד אַלס דברים קשים איז פון „ואל יחר אפך”.

וואָרום דער לשון „ מלמד ” ווייזט 13 ,

אַז דאָס איז ניט אַן ענין וואָס שטייט בפירוש אין פסוק,

נאָר דאָס איז אַ זאַך וואָס פאָדערט אַ לימוד .

ווען אין פסוק וואָלט בפירוש געשטאַנען

( — לויט פירוש הפשוט)

דברים קשים,

פּאַסט דאָך ניט צו זאָגן „ מלמד שדיבר אליו קשות”.

נאָר ווי גערעדט כמה פעמים 14 ,

בשעת רש”י איז מוסיף „מכאן”,

מיינט ער דערמיט שולל זיין אַ צווייטן אָרט פון וועלכן מען וואָלט לכאורה געקענט אַרויסלערנען דעם זעלבן ענין,

אַזוי אויך דאָ,

איז רש”י שולל אַ צווייטן אָרט וואָס פון אים וואָלט מען לכאורה געקענט אַרויסלערנען

(הגם בפירוש שטייט עס ניט,

כנ”ל)

אַז דיבר אליו קשות 15 ,

דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז רש”י שולל מיט זיין זאָגן „ מכאן אתה למד”?

ג.

דער ביאור בזה:

אין די אַלע ערטער הנ”ל וואו עס שטייט דער לשון „באזני”

(וכיו”ב),

איידער מען קומט צו אונזער פסוק,

רעדט זיך וועגן אַ דיבור אין דער אָנוועזנהייט פון מער ווי איין מענטש 16 .

און דער וואָרט „באזני” קומט באַוואָרענען בפשטות — אַז אַ רבים האָט געהערט די רייד.

ווי אין די פסוקים „ויען עפרון החתי את אברהם באזני בני חת גו׳”,

„וידבר אל עפרון באזני עם הארץ” — וואו דער דיבור און אונטערהאַנדלונגען זיינען געווען צווישן אברהם און עפרון,

זאָגט דער פסוק אַז ער האָט עס גערעדט „ באזני בני חת”,

„ באזני עם הארץ”: דאָס איז געווען במעמד בני חת,

עם הארץ,

אין אַן אופן אַז

( אויך )

זיי האָבן דאָס געהערט,

און נאָכמער — מיט דער כוונה.

ועד”ז אין פסוק „וידבר גו׳ באזניהם” וואָס שטייט ביי אבימלך,

„באזניהם” איז מדגיש אַז אבימלך האָט אַליין 17

גערעדט „ לכל עבדיו”,

גערעדט אין אַן אופן אַז זיי אַלע האָבן אַליין געהערט דיבורו

(וואָס דערפאַר האָט עס גע׳פּועל׳ט אַז „וייראו האנשים מאד" 4 ).

באַם פסוק „ויגש גו׳ ויאמר גו׳ דבר באזני אדוני” איז אָבער שווער: דער דיבור איז דאָך געווען בלויז צו יוסף׳ן,

ופשוט אַז יוסף האָט דעם דיבור גע־

הערט — איז וואָס איז דער פסוק מדגיש ומחדש „ באזני אדוני” 18 ?

עפ”ז איז מובן פאַרוואָס רש”י איז מעתיק פון פסוק אויך די ווערטער „ויגש אליו” — ווייל דאָס פאַרשטאַרקט די שאלה:

לולא די ווערטער „ויגש אליו” וואָלט מען געקענט פאַרענטפערן

(בדוחק עכ”פ 19 )

אַז יהודה האָט גערעדט זיינע רייד אין אַן אופן אַז אויך אַלע אָנוועזנדע דערביי

(אחיו כו׳ והמצרים)

האָבן עס געהערט.

און דעריבער האָט יהודה געדאַרפט מדגיש זיין „ידבר גו׳ באזני אדוני” — אַז יוסף זאָל זיך במיוחד צוהערן צו זיינע רייד

(כאָטש ער רעדט ניט נאָר צו אים 20 ,

נאָר עס הערן כו”כ מענטשן).

וויבאַלד אָבער דער פסוק איז מדגיש „ ויגש אליו ”,

ד.

ה.

אַז נוסף דערצו וואָס יהודה ואחיו זיינען שוין פון פריער געשטאַנען לפני יוסף און צו אים גערעדט 21 ,

האָט זיך יהודה ספּעציעל דערנענטערט אל יוסף — איז מובן,

אַז יהודה האָט גערעדט צו יוסף׳ן אין אַן

אופן מיוחד

(אָדער — אַז בלויז יוסף האָט געהערט זיינע רייד 22 ).

איז הדרא קושיא לדוכתא: וואָס איז די הדגשה „באזני אדוני” 23 ?

איז רש”י מפרש,

אַז עס איז פאַראַן נאָך אַ הדגשה אין דעם וואָרט „באזני” — „יכנסו דברי באזניך”: די רייד זאָלן אַריינגיין באזניו 24 ,

וכלשון כ”ק מו”ח אדמו”ר 25

: ניט בלויז הערן נאָר דערהערן .

יהודה האָט געוואָלט מיט זיין דיבור פּועל׳ן אויף יוסף׳ן צו משנה זיין החלטתו — און אַרויסלאָזן בנימין׳ען,

האָט ער דעריבער מדגיש געווען אַז יוסף זאָל „דערהערן” זיינע רייד.

ד.

נאָך דעם ווי רש”י איז מפרש אַז „באזני אדוני” מיינט „יכנסו דברי באזניך”,

איז ער ממשיך „ואל יחר אפך — מכאן אתה למד שדיבר אליו קשות”.

לולא דעם פריערדיקן פירוש,

וואָלט מען געקענט אָפּלערנען אַז „דיבר אליו קשות" דערפון וואָס יהודה האָט געזאָגט „ ידבר נא גו׳ דבר”,

ווען רש”י בריינגט שוין דאָ דעם כלל

(וואָס רש"י נעמט אָן בפשוטו של מקרא און ברענגט כמה פעמים בפירושו 26 )

אַז אומעטום

וואו עס שטייט „דיבור”

(ניט „אמירה”)

מיינט עס אַ לשון קשה 27 .

איז רש”י דאָס שולל און זאָגט „ מכאן אתה למד” — דוקא פון „ואל יחר אפך” קען מען דאָס אָפּלערנען,

און ניט פון דעם לשון „ידבר גו׳”.

און דער טעם דערויף איז פאַרשטאַנדיק פון פירושו שלפנ”ז „ יכנסו דברי באזניך”,

כדלקמן.

ה.

דער טעם ע”ד הפשט 28

אויף דעם וואָס דיבור איז אַ לשון קשה,

איז ווייל דיבור איז אויך 29

מלשון „ידבר עמים” 30 ,

„דבר אחד לדור” וואָס דערפאַר איז „טול מקל והך על קדקדן” 31

— במובן ממשלה בתוקף 32

; און דעריבער,

ווען

מען נוצט דעם לשון „דיבור”

(ניט אמירה)

מיינט עס אַ דיבור מיט אַ תוכן פון ממשלה 33

— האַרבע רייד,

געוועלטיקן אויף יענעם.

לויט דעם קומט אויס,

אַז יעדער סאָרט רייד וואָס קען אַ מענטשן באַווירקן און פּועל׳ן אויף אים צו בייטן זיין מיינונג און באַשלוס ,

אפילו ווען דאָס זיינען ווייכע רייד ותחנונים,

אויך אַזעלכע רייד ווערן אָנגערופן בשם דיבור 34 .

ווייל זיי האָבן אין זיך דעם תוכן פון ממשלה.

ועפ”ז איז פאַרשטאַנדיק אַז דערפון וואָס עס שטייט „ידבר גו׳ דבר” איז ניט קיין הכרח

(גמור)

אַז דיבר אליו קשות: לאחר ווי רש”י טייטשט „דבר באזני אדוני — יכנסו דברי באזניך”,

אַז דער דיבור איז געווען באופן וואָס זאָל יוסף׳ן מאַכן צו דערהערן די רייד און פון זיי ווערן באַווירקט,

איז אפילו ווען יהודה וואָלט גערעדט רכות ותחנונים,

וויבאַלד ער האָט מיט זיינע רייד געוואָלט איבערמאַכן דעתו של יוסף,

קען מען אויף די רייד זאָגן „ידבר”.

איז דעריבער איז דער הכרח אויף „דיבר אליו קשות” פון „ואל יחר אפך”.

דערפאַר איז רש”י מדגיש „ מכאן אתה למד”.

ו.

די הוראה דערפון בעבודתנו איז:

בשעת יהודה האָט געוואָלט פּועל׳ן אויף דעם משנה למלך מצרים — מיינענדיק אַז ער איז אַ מצרי — אַז ער זאָל באַפרייען בנימין׳ען,

האָט ער צום אַלעם ערשטן מיט אים אָנגעהויבן ריידן קשות ,

האַרבע און שטרענגע רייד.

לכאורה,

וואָס פאַר אַן אָרט האָט עס אין שכל?

עס קען דאָך זיין אַז מיט רכות וועט מען מער אויפטאָן ווי מיט קשות.

איז דער שכל מחייב,

אַז פריער דאַרף מען זיך פּרואוון מיט ווייכע רייד און תחנונים,

און אויב מיט ווייכע רייד איז מען ניט פועל,

ערשט דאַן הויבט מען אָן מיט קשות 35 ,

(מ׳קען ניט פריער פּרואוון מיט האַרבע רייד און איינכעסן דעם צווייטן און דערנאָך אַריבערגיין צו תחנונים און גוטע רייד).

נאָר דער ביאור אין דעם: כל זמן עס האַנדלט זיך וועגן ענינים חיצוניים,

געלט־פאַרדינסטן וכדומה,

פירט מען זיך לויט שכל׳דיקע חשבונות און מ׳רעכנט אויס ווי עס לוינט זיך בעסער.

בשעת אָבער עס קומט צו אַן ענין פון „ונפשו קשורה בנפשו” 36 ,

אַן ענין וואָס רירט אָן בנפשו של בנימין ובנפשו של יעקב,

דאַן מאַכט מען ניט קיין חשבונות ווי עס לוינט זיך בעסער און מען הויבט אָן גלייך מיטן גאַנצן שטורעם,

וכמאמר העולם: אַז עס טוט־וויי — שרייט מען.

און אין די זאַכן 37

איז אדרבה,

דברי קשות איבערצייגן דעם הערער אַז דאָס איז באמת נוגע,

נוגע בנפש — ניט ער מיינט געלט,

אַ ביינקל,

כבוד וכיו”ב — דאָס מאַכט אַז „יכנסו דברי באזניך”: ער הויבט אָן גלייך מיט אַ שטורעם,

ער „קלאַפּט אויפן טיש”,

און רעכנט זיך ניט מיט קיין דיפּלאָמאַטישע חשבונות,

דערפילט דער צווייטער ווי די זאַך איז דעם מדבר נוגע אין פנימיות הנפש — ווירקט עס אויפן צווייטן ער זאָל זיך אונטערגעבן און נאָכגעבן,

ביז אַז עס ווערט — בנחת וברצון.

ז.

און דאָס איז אַ הוראה ולימוד — מכאן אתה למד — על כל הזמנים ועל כל המקומות:

בשעת עס האַנדלט זיך וועגן ראַטעווען אַ אידיש קינד פון זיין אַן עבד במצרים,

און אפילו ווען דער משנה למלך בכח המלך פערלאַנגט עס 38

איז עס ניט קיין צייט דעמאָלט צו קלייבן קאָמיטעס פון גרויסע מלומדים,

וועלכע וועלן במתינות ובישוב הדעת חוקר זיין דברי ימי ישראל במצרים,

און דערנאָך שטעלן צו אָפּשטימונג וואָס איז גוט און וויפל עס דאַרף קאָסטן,

און באַטראַכטן וואָס וועלן זאָגן די מצרים צו דעם אַלעם — וואָס דאָס פאַרלאַנגט דאָך אַ באַזונדער קאָמיטעט פון מלומדים וועלכע קענען גוט די מצריים,

עסן און טרינקען צוזאַמען מיט זיי וכו׳ וכו’,

מען דאַרף גלייך בזריזות הכי גדולה אָנהויבן מיטן גרעסטן שטורעם אויף מציל זיין דעם קינד פון חינוך והנהגת מצרים,

חינוך היפך התורה,

וועלכער פירט צו התבוללות — פקוח נפשות ממש.

און בשעת מען גייט מיט דער וועג,

דערפירט עס צו דעם,

אַזוי ווי ס׳איז געווען באַ „ויגש אליו יהודה”,

אַז דורך דעם וואָס יהודה איז אַרויסגעקומען מיט אַ שטורעם איז ניט נאָר עס איז ניט געווען דער ענין פון „עבדים” און עבדות נאָר אדרבא — ויאמר פרעה גו׳ ואתנה לכם את טוב ארץ מצרים 39

און נאָך פאַר דעם,

„לפניו” 40

— מאַכט מען „בית תלמוד שמשם תצא הוראה” 41

אין מצרים,

מען איז מחנך אַז די תלמידים ווייסן קלאָר ווי בני יעקב דאַרפן זיך אויפפירן,

און ווייסן און קענען זיין בעלי הוראה,

פּסק׳ענען אַ דין לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא 42 .

עד”ז איז עס אויך בנוגע דער השפעה מלמעלה פון בחי׳ יוסף צדיק עליון: בשעת אַ איד גייט מיט אַ שטאַרקייט כביכול,

ער בעט און איז מתפלל צום אויבערשטן מיט אַ תוקף כביכול 43 ,

פּועל׳ט ער אַז „ולא יכול יוסף להתאפק” 44 ,

און מלמעלה איז מען ממלא משאלות לבבו לטובה,

בכל המצטרך לו,

מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה.

(משיחת ש"פ ויגש תשכ"ה)

Reader controls and commentary are loading.