B"H
🏡

Ikar

מקץ ב

א.

אויפן פסוק 1

„וירא יוסף גו׳ ויאמר לאשר על ביתו גו׳ וטבוח טבח והכן גו׳”,

שטייט אין מדרש 2

: „והכן,

אין והכן אלא שבת 3 ,

היך מה דאת אמר והי’ ביום הששי והכינו וגו׳ 4 ,

הדא אמרה ששמר יוסף את השבת קודם שלא תינתן” 5 .

פון פשטות לשון המדרש קען מען אַ טעות האָבן,

אַז דערמיט ווערט געמיינט אויסטיילען יוסף׳ן לגבי זיינע ברידער,

און שמירת שבת לגבי אַנדערע מצות,

ד.

ה.

ער און ניט די אַנדערע שבטים האָבן געהיט שבת; געהיט שבת,

און ניט אַנדערע מצות.

חז”ל 6

זאָגן אַז די אבות האָבן אָפּגעהיט אַלע מצות התורה,

הגם זיי האָבן דערויף קיין ציווי ניט געהאַט,

און עס

שטייט

(ביי אברהם׳ען) 7

„למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו”,

איז זיכער,

אַז אויך באַ יעקב׳ן איז געווען „יצוה את בניו” — אַלע זיינע זין 8 ,

און ווי רש”י שרייבט בפירוש

(בפירושו על הש”ס 9 )

„ שבני יעקב שומרי מצות היו,

דאע”פ שלא ניתנה תורה מקובלין היו מאבותיהן” 10

נאָר — דער מדרש מיינט ניט צו שולל זיין דעם קיום פון שאר המצות ע”י יוסף 11

און דעם קיום פון מצות שבת

(ושאר המצות)

ע”י השבטים 12

— נאָר אַז יוסף׳ס שמירת שבת ווערט אָפּגעלערנט פון פסוק

(„הדא אמרה”) 13 ,

משא”כ די אַנדערע מצות וואָס יוסף האָט מקיים געווען,

ועד”ז — אַז דער קיום מצות שבת

(וכל המצות)

פון כל השבטים 14 ,

איז ניט מפורש אין

פסוק 15 .

דער ענין הנ”ל,

די הדגשה פון דער מעלה פון שמירת שבת ע”י יוסף,

שטייט אין מדרש אויך במקום אחר 16

:

מי הקדימני ואשלם* 16 ,

מדבר ביוסף שהוא הקדים ושימר את השבת עד שלא ניתנה,

וטבוח טבח והכן א”ר יוחנן ערב שבת היתה ואין והכן אלא לשבת שנאמר והי׳ ביום הששי והכינו וגו׳

(און דער מדרש פירט אויס)

אמר הקב”ה יוסף אתה שמרת את השבת עד שלא ניתנה התורה,

חייך שאני משלם לבן בנך שיהא מקריב קרבנו בשבת.

פון דעם מדרש איז משמע

(כהמשך להנ”ל),

אַז דאָס וואָס עס ווערט אויסגעטיילט דער ענין השמירה דשבת פון יוסף איז ניט

(בלויז)

אין דעם וואָס ביי אים איז דאָס מפורש אין פסוק,

נאָר אַז זיין שמירת שבת איז געווען מיט אַ יתרון 17

לגבי זיין קיום פון אַנדערע מצות 18 ,

און אויך ביחס צום קיום המצות פון שאר השבטים — ביז אַז אַלס תוצאה דערפון האָט דוקא בן בנו של יוסף זוכה געווען צו אַ שכר מיוחד אויף דער שמירת שבת,

— ואדרבא — דאָס איז דער טעם וואָס דוקא שמירת שבת פון יוסף איז מפורש בקרא.

דאַרף מען פאַרשטיין: אין וואָס באַשטייט דער עילוי פון שמירת השבת

דיוסף אויף שמירת השבת דשאר השבטים 19 ,

און ווי איז דאָס מרומז אין די ווערטער „וטבוח טבח והכן?

ב.

אויך דאַרף מען פאַרשטיין די ראי׳ פון „אין והכן אלא שבת”,

אַז „שמר יוסף את השבת”:

ווי מען לערנט בפשטות וויבאַלד אַז יוסף האָט אָנגעזאָגט מ׳זאָל צוגרייטן די מאכלים אויף שבת פון פאַר שבת,

איז אַ ראי׳ אַז ביום השבת עצמו האָט מען עס ניט געקאָנט טאָן — די מלאכה פון קאָכן וכיו”ב.

לפי זה איז אָבער דורש ביאור: פאַרוואָס ווערט דער ענין פון קיום מצות שבת ביי יוסף׳ן אַרויסגעבראַכט אין מדרש בעקיפין — וויבאַלד אַז ער האָט מכין געווען מערב שבת לשבת איז שמע מינה אַז בשבת האָט ער ניט געקאָנט מכין זיין,

טאָן קיין מלאכה 20 ?

די תורה האָט,

לכאורה,

געדאַרפט אונז דערציילן קיום מצות השבת דיוסף באופן ישיר — מיט אַ לשון ע”ד המכילתא.

אין מכילתא 21

געפינט מען עס טאַקע באופן זה: דערפון וואָס יוסף האָט מכין

געווען בערב שבת לערנט מען אָפּ,

אַז ער האָט מקיים געווען דעם אָנזאָג 22

„ זכור את יום השבת”; וואָס בנדו”ד,

בהכנה איז דאָס שייך דוקא פאַר שבת

(אין ימות החול)

— בערב שבת 23

[און ווי עס שטייט אין מכילתא 24

אַז פון פסוק „זכור וגו׳" לערנט מען אָפּ „תהא זוכרו באחד בשבת שאם יתמנה לך מנה יפה תהא מתקנו לשם שבת”].

ג.

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם הביאור,

וואָס דער מדרש איז מוסיף ומדגיש אַז יוסף׳ס שמירת שבת איז געווען „קודם שלא תינתן” — דקשה,

ובלשון היפ”ת 25

„מאי קמ”ל,

פשיטא שבימי יוסף לא ניתנה עדיין”?

דער יפ”ת ענטפערט,

„ושמא מפני שלכאורה הי׳ איסור בדבר שלא ניתנה עדיין,

דבן נח ששמר שבת חייב מיתה 26

(ווייל עס שטייט 27

נאָך פאַר מ”ת לא ישבותו)

לכן אמר דמ”מ הי׳ שומרו” 28 .

אָבער לפי זה דאַרף זיין די הדגשה ניט אויף דעם וואָס מצות שבת איז נאָך דעמולט ניט געגעבן געוואָרן,

נאָר אויף דעם וואָס זי איז געגעבן געוואָרן

(שפּעטער)

צו אידן דוקא.

וואָרום דער ענין אַז בן נח ששבת חייב מיתה איז דאָך ניט

(נאָר)

קודם מ”ת,

נאָר

(אויך)

אחרי

שניתנה,

מ”ת 29 ,

האָט דאָך געדאַרפט שטיין אַ לשון המתאים לזה,

ווי „ששמר יוסף את השבת שניתנה רק לישראל” וכיו”ב.

וי”ל דעם ביאור בזה: „נתינה” 30

איז שייך צו זאָגן ווען די געגעבענע זאַך איז דאָ במציאות,

די „נתינה” טוט בלויז אויף,

אַז די זאַך ווערט אַרויסגענומען פון איין מקום ורשות און גייט איבער אין אַ צווייטן מקום ורשות 31 .

וויבאַלד מ׳איז מדגיש במיוחד ביי שבת 32

„קודם שלא תינתן”,

„עד שלא ניתנה” 33 ,

איז מובן,

אַז שבת איז דאָ פון פריער,

און זי ווערט געגעבן 34 .

ד.

די הסברה בזה:

פון די טעמים אויף מצות שבת

(זכירת שבת 35 ,

שמירת שבת 36

וכו’),

שטייט בתורה 37

„כי ששת ימים עשה ה׳ את השמים ואת הארץ ..

וינח ביום השביעי”,

„וביום השביעי שבת וינפש”.

דערפון איז מובן,

אַז גלייך באַ ששת ימי בראשית איז שוין שבת געווען אַן אויסגעטיילטער טאָג פון די אַנדערע ימות השבוע; און ווי די תורה זאָגט גלייך בפ׳ בראשית בתחלת הבריאה 38

„וישבות ביום השביעי מכל מלאכתו גו׳ ויברך אלקים את יום השביעי ויקדש אותו כי בו שבת מכל מלאכתו”; ס׳איז נאָר וואָס דער ציווי צו אידן איז געווען ערשט נאָך יצי”מ — ביי מ”ת ולפנ”ז במרה

(לאחרי יצי”מ) 39

[ווי דער רמב”ם איז מבאר אין מו”נ 40 ,

אַז די צוויי טעמים במצות שבת — בדברות ראשונות שטייט „כי ששת ימים גו׳” און „במשנה תורה 41

וזכרת כי עבד היית במצרים וגו׳ על כן צוך ה׳ אלקיך גו׳” — איז עס „מפני שהם לשני עלולים מתחלפים ..

כי העלול במאמר הראשון הוא כבוד היום והגדילו ..

אמנם תתו לנו תורת השבת וצוותו אותנו לשומרו הוא עלול נמשך לסיבת היותנו עבדים במצרים” — ד.

ה.

אַז דער טעם וסיבה פאַרוואָס מצות שמירת שבת איז שייך נאָר צו אידן

(און ניט צו שאר העמים,

הגם אַז אויך זיי זיינען אין כלל פון

„כולם נבראו ונתחדשו במעשה בראשית” 42 ),

איז מצד „היותנו עבדים במצרים אשר לא היינו עובדים ברצוננו ובעת שחפצנו ולא היינו 43

יכולים לשבות” 44 ].

עפי”ז איז פאַרשטאַנדיק מיט וואָס איז

(פאַר מ”ת)

מצות שבת געווען אויסגעטיילט פון שאר מצות התורה: אַנדערע מצות,

איז זייער „מציאות” נתחדש געוואָרן בעת מ”ת,

פאַר דעם זיינען זיי ניט געווען בגדר מציאות

(אַ „חפצא” בפ”ע,

אַ „חפצא” של מצוה)

; בקיום המצות לפני מ”ת איז געווען נאָר אַ פעולת האדם

(מעשה הגברא) 45 .

משא”כ שבת,

וואָס דער זמן פון יום השביעי איז אויסגעטיילט מצד דער בריאה,

דעם „וינח ביום השביעי”,

קומט אויס אַז די „חפצא” פון יום השבת איז שוין געווען אויך קודם מ”ת,

פון זינט ששת ימי בראשית 46 ,

— נאָר ס׳איז נאָך ניט געווען דער ציווי צום גברא

(אידן),

ובמילא ניט געווען — חפצא דמצות ה׳ לאדם.

[ועפי”ז יומתק וואָס דער ענין,

אַז שבת האָט ניט קיין שייכות צו בני נח,

ווערט אָפּגעלערנט 47

פון 48

„ויום ולילה לא ישבותו”,

וואָס שטייט ביי נח׳ן — וויבאַלד די „חפצא” פון שבת איז שוין דאַמאָלס געווען] 49 .

ה.

און דאָס איז דער פירוש וואָס מ׳זאָגט ביי שבת דעם לשון „קודם שלא תינתן”,

„עד שלא ניתנה”:

אויך פאַר דעם ציווי אויף שמירת שבת איז שבת געווען אַ מציאות און נאָכמער אין זעלבן מהות ווי שפּעטער

(נאָך דער „נתינה”)

— יום שביתה ממלאכה,

נאָר דאַמאָלס איז זי געווען אין אַן אַנדער

(העכערן)

רשות ,

רשות הנותן: שבת איז געווען אַ זמן מיוחד דערפאַר וואָס דער אויבערשטער האָט דעם טאָג,

כביכול,

„שובת” געווען ממלאכתו; „נתינת" השבת האָט אויפגעטאָן,

אַז דאָס זאָל איבערגיין מרשות הנותן

(אויך צו — )

לרשות המקבל,

ד.

ה.

די שביתה זאָל אָנקומען צום „גברא”,

צו דעם אידן דאָ למטה.

איידער ס׳איז געווען „ נתינת ” השבת פון דעם וועלכער „וישבות ביום השביעי”,

השם,

האָט עס ניט געהאַט אַ שייכות צו אַנדערע.

בסגנון אחר: אַ „נברא” האָט ניט דעם כח צו אויפטאָן אַז ביי אים זאָל זיין דער זמן השבת מעין זה ווי דאָס איז ביים „בורא” 50 ,

ובמילא האָט קיין אָרט ניט אַז ער זאָל שובת זיין ממלאכה; ביי מתן תורה האָט זיך אויפגעטאָן ה„נתינה” בכלל ובפרטי׳ — היות אַז במ”ת איז בטל געוואָרן די גזירה און „העליונים ירדו לתחתונים” 51 ,

ובפרט בנוגע שבת איז

(ע”ד ווי מילה איז געוואָרן אַ חפץ דמצוה 52

נאָך פאַר מ”ת)

— „ציווך במרה” אָנגעזאָגט געוואָרן דער

גברא — דער אויבערשטער האָט „געגעבן” צו אידן אָט דעם זמן פון יום השביעי,

די „חפצא” פון שבת,

אַזוי אַז דאָס זאָל „זיין” אַ חפצא דמצוה באַ עם 53 ,

פועל זיין אין אַן אידן דאָ למטה.

ו.

ויש לומר,

אַז אין דעם איז באַשטאַנען דער יתרון מעלה פון שמירת השבת דיוסף

(לגבי שמירת שבת פון די שבטים)

:

דאָס וואָס די אבות ושבטים האָבן מקיים געווען מצות איידער זיי זיינען נצטוה געוואָרן,

איז דאָס געווען אויף וויפיל פעולת האדם קען אויפטאָן; ער קען אָבער ניט משנה זיין די מציאות וטבע פון דער חפצא ווי זי איז באַשאַפן געוואָרן — ניט אַ חפצא

(מצה וכיו”ב)

אויסגעטיילט דורך זייער פעולה — פון אַנדערע חפצים

(מצות)

שכמוה,

חפצא דמצוה.

ועד”ז איז געווען שביתה בשבת ע”י השבטים,

אַז עס איז בלויז אַ פעולה של הגברא ,

אָבער די „חפצא” פון שבת אַלס זמן האָבן זיי ניט געקענט משנה זיין

(זייער שביתה ממלאכה איז געווען בלויז אַ סימן אויף „כי בו שבת גו'").

משא”כ באַ יוסף׳ן — זיין שמירת שבת איז מפורש בתורה — ווערט עס אַ מציאות בעולם

(ואדרבא — אַ מציאות נצחיית 54 ).

וי”ל הטעם בדבר:

ס׳איז ידוע 55

די מעלה פון יוסף לגבי שאר השבטים: די שבטים זיינען געווען

רועי צאן וואָס דאָס איז אַן אופן העבודה וואָס איז „גורם ההתבודדות” 56

און אָפּגעטראָגנקייט פון עניני העולם,

דערפאַר איז זייערע פעולות,

כולל שמירת שבת „אָפּגעטראָגן” פון וועלט.

זייער „בו שבת” האָט ניט משנה געווען דעם

(זמן פון)

עולם; משא”כ די עבודה פון יוסף איז געווען אין מצרים,

„ערות הארץ”; און ניט נאָר האָט מצרים אים ניט געשטערט אין זיין עבודת ה׳,

נאָר זייענדיק אין מצרים איז ער געווען דער מושל ושליט אויף מצרים ובלעדיך לא ירים איש את ידו ואת רגלו בכל ארץ מצרים 57

און ניט נאָר בנוגע גשמיות

(וישבור למצרים וכו׳),

נאָר אויך בשייכות לרוחניות

(יוסף האָט אויפגעטאָן „שימולו” 58 ).

און וויבאַלד אַז זייענדיק „למטה”

(אין מצרים,

און דאָרט גופא,

און נאָך זייענדיק „בבית אדוניו המצרי” — פאַר ובלעדיך גו׳)

איז „ויהי הוי׳ את יוסף” 59 ,

האָט זיך באַ אים און אין עם

(צוותא וחיבור —)

אָנגעהערט דער שבת פון אויבערשטן,

„כי בו שבת מכל מלאכתו”,

די „חפצא” פון שבת לה׳ ,

ובמילא האָט זיין שמירת שבת „קודם שלא תינתן” אין זיך געהאַט

(מעין המעלה פון)

שמירת שבת וואָס נאָך מ”ת 60 .

ז.

עפ”ז יש לבאר וואָס די תורה האָט מגלה געווען דעם ענין פון שמירת שבת דיוסף דוקא דורך דעם לשון „והכן”,

וואָס ווייזט כנ”ל אויפן „והי׳ ביום הששי והכינו גו׳”:

דער העדר און שביתה ממלאכה ביום השבת עצמו ברענגט אַרויס דעם שינוי בה„גברא”,

דער אדם איז אין דעם טאָג נח ושובת ממלאכה;

דוקא די פעולה פון דער הכנה מערב שבת לשבת טוט אויף אין חפצי העולם און זמן העולם,

אַז מצד דער אַנדערשקייט פון שבת איז מען זיך צו אים מכין

(נאָך פון פריער)

ופועל אין וועלט.

וי”ל עוד יתרה מזה — אַ פעולה נמשכת ביום השבת* 60 ,

און ווי דאָס ווערט אַרויסגעבראַכט אויך אין הלכה:

פון „והי׳ ביום הששי והכינו גו׳” לערנט מען אָפּ 61

(ניט אַזוי,

ניט נאָר אַז מ׳דאַרף מכין זיין אויף שבת בפעולה,

באַקן און קאָכן מבעוד יום; דאָס שטייט בפירוש אין פסוק,

„את אשר תאפו אפו ואת אשר תבשלו בשלו” 62 ,

נאָר פון דעם זעט מען)

אַז „ אחשבי׳ רחמנא לסעודת

שבת ,

שיזמיננה

(בפיו)

מבעוד יום ובחול” 63 .

דער „והכינו את אשר יביאו” ברענגט אַרויס אַז סעודת שבת ,

וואָס מ׳עסט איר בשבת ,

איז אַ סעודה חשובה.

דעריבער איז די תורה מרמז דעם ענין פון שמירת שבת דיוסף אינעם לשון „הכנה”,

ווייל דער יתרון ומעלה פון זיין שמירת שבת איז באַשטאַנען אין דעם וואָס דורך אים און אין אים איז דער טאָג געווען אַ יום מיוחד,

ד.

ה.

ס׳איז געווען די „חפצא" פון וינח ביום השביעי,

וואָס דאָס זאָגט זיך אַרויס,

כאמור,

אין דעם ענין ההכנה דוקא 64 .

ח.

כשם ווי ס׳זיינען געווען די צוויי אופנים הנ”ל פון שמירת שבת לפני מ”ת,

מעין זה ועד”ז זיינען זיי אויך דאָ נאָך מ”ת:

ס׳איז 65

דאָ שבת ווי זי איז געגעבן געוואָרן בדיבור בגלוי בפשט ההלכה,

שביתה בשבת ממלאכה וכו’,

און ס׳איז דאָ „בחי׳ שמור בפנימיות”,

„ שביתה מדיבורים גשמיים” 66

— ניט בלויז ניט מרבה זיין בדיבור 67 ,

נאָר באופן של שביתה,

„שלא לשוח שום שיחה בטלה ח"ו” 66

; דער אופן השביתה 68

נעמט זיך

דערפון וואָס ביי אידן הערט זיך אָן די „שביתה” פון דעם אויבערשטן

(ניט נאָר די שביתה פון עשיית שמים וארץ גשמיים,

נאָר)

„כמו ששבת ה׳ מיו”ד מאמרות שנבראו בהם שמים וארץ” 66 .

וכשם ווי די שלימות פון שמירת שבת לפני מ”ת באַ יוסף׳ן,

איז ווייל ביי אים האָט זיך אָנגעהערט דער „כי בו שבת” פון אויבערשטן,

עד”ז איז אויך בנוגע צו שמירת השבת נאָך מ”ת,

אַז דער „שומר שבת כהלכתו” 69

איז שובת ניט בלויז ממעשים גשמיים און דיבורים גשמיים,

נאָר ביי אים ווערט דערהערט,

כביכול,

די שביתה פון אויבערשטן,

ביז צו דעם „פנימיות 66

השבת היא הכוונה בתפלת השבת ובת”ת לדבקה בה׳ אחד כמ”ש 70

שבת לה׳ אלקיך”.

וואָס דאָס ברענגט מיד די גאולה האמיתית והשלימה ע”י משיח צדקנו,

כמארז”ל 71

אלמלא משמרין ישראל שתי שבתות כהלכתן

(וואָס דאָס איז במשך הזמן פון איין 72

שבת)

מיד נגאלים.

(משיחת ש"פ מצורע תשמ"א)

Reader controls and commentary are loading.