א.
כ”ק מו”ח אדמו”ר האָט אַמאָל
(אין אַ סוכות׳דיקער שיחה 1 )
געגעבן אַ משל אויף ענין החסידות,
וז”ל:
מרגליות — פּערל — געפינט מען אויפן דעק פון ים.
גחלים,
וואָס זיי מאַכן ליכטיק און וואַרעם,
געפינען זיך בעמקי האדמה.
דער סדר אין דעם איז,
אַז עס דאַרף זיין איינער אַן אָנפירער,
וועלכער ווייזט אָן וואו צו גראָבן און ווי אַזוי צו געפינען די גחלים.
איז אויף דער חכמה פון דעם אָנפירער קענען זיך די אַרבעטער פאַרלאָזן,
נאָר זיי דאַרפן פאָלגן פּינקטלעך וואָס דער פירער זאָגט זיי.
אָבער פונדעסטוועגן,
דעם רוח חיים וואָס יעדערער דאַרף האָבן זייענדיק בעמקי האדמה פון דעם אויר וואָס מעל הארץ,
אויף דעם קענען זיי זיך ניט פאַרלאָזן אויף דעם רוח חיים וואָס דער אָנפירער האָט.
יעדער אַרבעטער באַדאַרף אַליין האָבן אַ התחברות רוח חיים פון דעם אויר וואָס איז מעל האדמה און אויב ניט ווערט ער ר”ל אַ נופל,
דאָס הייסט ער בלייבט אָן חיות.
די זעלבע זאַך איז מיט דעם וואָס לאָזט זיך אַראָפּ אין וואַסער צו געפינען די מרגלית,
מוז ער האָבן אַ רוח חיים פון מעל האדמה.
און דער רבי האָט דאַן אויסגעפירט,
אַז דעם נמשל קען יעדערער אַליין פאַרשטיין: חסידות מאַכט ליכטיק און וואַרעם — כמשל הגחלים — נאָר מען דאַרף זיך אַראָפּלאָזן בעמקי האדמה אויף מברר זיין כו׳,
נאָר אַז מען לאָזט זיך אַראָפּ בעמקי האדמה,
דאַרף מען זיין צוגעבונדן צו אויבן,
און דאַמאָלסט האָט מען חיות.
ב.
עס איז מובן ופשוט,
אַז יעדער פרט אין דעם משל איז בדיוק און מתאים צום נמשל — דאַרף מען פאַרשטיין:
א)
פאַרוואָס האָט דער רבי געגעבן אַ משל פון צוויי זאַכן — גחלים שבעמקי האדמה און מרגליות שבים — און זיך ניט באַנוגנט מיט איינעם פון זיי?
ב)
אע”פ אַז דער רבי האָט אָנגעהויבן מיטן משל פון „מרגליות” — איז אָבער דער עיקר אריכות אין משל וועגן „גחלים”; און נאָך מער: אין נמשל האָט דער רבי אויסגעטייטשט נאָר דעם ענין הגחלים
(און וועגן „מרגליות” בכלל ניט דערמאָנט)
— וטעמא בעי?
ס׳איז אַ דוחק גדול צו זאָגן,
אַז וויבאַלד דער רבי האָט מסיים געווען אַז „דעם נמשל קען יעדערער אַליין פאַרשטיין ",
האָט ער זיך פאַרלאָזט אַז מ׳וועט אַליין פאַרשטיין דעם ענין המרגליות ולפרטיו אין נמשל — ווייל וועגן גחלים טייטשט ער דאָך יע אויס אין נמשל
(און פאַרלאָזט זיך ניט אַז מ׳וועט אַליין פאַרשטיין).
דערפון איז משמע,
אַז דער עיקר וואָס איז נוגע צו וויסן איז דאָס וואָס חסידות איז כמשל הגחלים.
ג)
יעדער ענין וואָס בריינגט זיך אין תורה איז בתכלית הדיוק.
דאַרף מען זאָגן,
אַז די שייכות פון גחלים צו אדמה און מרגליות צו ים ,
איז ניט נאָר ווייל דאָס איז דער אָרט וואו זיי געפינען זיך בגשמיות 2 ,
נאָר ווייל עס איז דאָ אַ
שייכות פנימית אין תוכן צווישן זיי.
דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז די שייכות אין תוכן צווישן גחלים צו אדמה,
און מרגליות — צו ים?
ג.
דער חילוק צווישן אדמה און ים איז מבואר בכ”מ,
מען פאַרשטייט עם פון דעם חילוק צווישן די נבראים שע”פ האדמה און די ברואים שבים 3
:
ס׳איז דאָך „הכל הי׳ מן העפר” 4
— אַלץ איז באַשאַפן געוואָרן „מן הארץ” 5
— און נבראים זיינען מקבל זייער חיות מן הארץ
(„ארץ ממנה יצא לחם” 6 ),
אָבער פונדעסטוועגן זעט מען ניט
(לאחרי שנברא הנברא)
קיין קישור וחיבור צווישן די נבראים מיט דער אדמה;
משא”כ די ברואים שבים — דגים,
איז כשפורשים מן הים מיד הם מתים 7 ,
זיי מוזן זיך געפינען במקור חיותם.
וואָס דערפאַר שטייט 3 ,
אַז „ים” איז אַ משל אויף די עולמות וואו דער כח אלקי
(וואָס איז זיי מהוה מחי׳ ומקיים)
איז מאיר בגילוי,
אַזוי אַז די נבראים פילן ווי זיי מוזן שטענדיק זיין צוגעבונדן צו מקור חיותם אויב ניט פאַרלירן זיי זייער מציאות וקיום; וואָס דערפאַר ווערן די עולמות אָנגערופן „עלמין סתימין”,
ווייל די מציאות וישות פון די עולמות איז „צוגעדעקט”,
מכוסה אין זייער מקור
(ע”ד ווי דגים שבים)
;
משא”כ „ארץ” איז אַ משל אויף די עולמות וואו די נבראים פילן ניט דעם כח אלקי וואָס באַשאַפט זיי
(זיי פילן ניט זייער קשר מיט מקור חיותם)
; און דערפאַר ווערן זיי אָנגערופן „עלמין דאתגליין” — זייער מציאות איז „אַנטפּלעקט”,
זיי פילן זיך אַלס אַ זאַך פאַר זיך.
און דאָס איז אויך די נקודת הביאור אין די צוויי זאַכן אין משל — גחלים שבאדמה און מרגליות שבים — ווייל די פעולה פון חסידות אין נפש האדם טיילט זיך,
בכללות,
אין צוויי: א)
אין „גליא” שבאדם — בחי׳ „אדמה” שבו,
ב)
אין „סתים” שבאדם,
בחי׳ „ים” שבו 8 ,
כדלקמן.
ד.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם פון די הסברות אויף דעם וואָס חסידות איז נתגלה געוואָרן בדורות האחרונים דוקא.
דלכאורה,
אכשור דרא — בתמי׳ 9 .
ומהן:
א)
אַזוי ווי דער חושך הגלות ווערט אַלס גרעסער 10 ,
דאַרף מען האָבן אַ העכערן אור אויף צו קענען איבערקומען דעם חושך 11 .
און דערפאַר האָט מען מגלה געווען נשמתא דאורייתא,
וואָס זי איז מעורר און מגלה די טיפערע,
באַהאַלטענע כחות פון דער נשמה
(סתים דנשמתא).
ב)
אַזוי ווי מען האַלט שוין ביים סוף פון זמן הגלות,
ווען מ׳דאַרף זיך מכין זיין צו דער גאולה העתידה לבוא — און אַ הכנה דאַרף דאָך זיין מעין פון דער זאַך צו וועלכער מ׳איז זיך מכין — איז געגעבן געוואָרן אַ „מעין" און אַ „טעימה" פון דעם גילוי דלעתיד 12
[ע”ד ווי עס שטייט אין כתבי האריז”ל 13
(און עס ווערט אַראָפּגעבראַכט להלכה אין מגן אברהם 14
ושו”ע אדה”ז 15
— בעל הגאולה והשמחה)
אַז ערב שבת דאַרף מען פאַרזוכן פון די מאכלים פון שבת
(„טועמי׳ חיים זכו” 16 )].
פון די חילוקים צווישן די צוויי הסברות איז 17
:
לויטן ערשטן טעם,
אַז חסידות באַוואָרנט פון חושך הגלות — איז דאָס פאַרבונדן מיט די כחות הגלויים שבאדם,
וועלכע פירן די מלחמה מיט׳ן גלות,
זיינען כובש גופו ונפשו הבהמית וחלקו בעולם,
דורך חסידות ווערט אין זיי אַריינגעגעבן אַ תוקף
(פון פנימיות וסתים הנשמה)
אויף צו קענען בייקומען חושך העולם,
אפילו דעם חושך כפול ומכופל פון דורות האחרונים.
משא”כ לויט׳ן צווייטן טעם,
אַז חסידות איז אַ „טעימה" פון דעם גילוי דלעתיד — איז דאָס ניט אַן ענין פון
באַוואָרענען זיך פון חושך
(שזה נעשה בדרך ממילא),
נאָר כדי צו פאַראיינציקן זיך מיט אלקות
(שזה מתאים להידוע 18 ,
אַז לעת”ל וועט זיין די עבודה ניט „לברר בירורין” — וואָרום „ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ” 19
— נאָר בלויז עליות מחיל אל חיל אין קדושה גופא).
וואָס דאָס איז פאַרבונדן מיט סתים דנשמתא 8
מצד עצמה ,
וואָס זי איז איין זאַך,
כביכול,
מיט סתים דקוב”ה 20
(ישראל וקוב”ה כולא חד).
און וויבאַלד אַז דער ערשטער ענין,
צו באַוואָרענען זיך פון חושך,
איז אַ הכרח גמור אין עבודת האדם לקונו — בלשון כ"ק מו”ח אדמו”ר אין דער שיחה הנ”ל „ניט ווערן אַ נופל ר"ל ..
אָן חיות" — דערפאַר ווערט דער ענין אין חסידות צוגעגליכן צו „גחלים וואָס זיי מאַכן ליכטיק און וואַרעם”,
ענינים הכרחיים אין לעבן פון מענטשן,
וכדלקמן;
משא”כ די פעולה פון חסידות אין סתים דנשמתא בפני עצמה — ווערט צוגעגליכן צו מרגליות,
דערפאַר וואָס בזמן הגלות איז ניט דאָס דער ענין של הכרח
(כ”כ),
נאָר אַ זאַך וואָס מאַכט דעם מענטשן שענער
(כמשל המרגליות).
און דאָס איז דער טעם פאַרוואָס דער עיקר אריכות אין דער שיחה איז וועגן גחלים און ניט וועגן מרגליות,
ווייל דער ענין אין חסידות איז מוכרח אין עבודת האדם איצט לכל לראש.
ה.
דער ביאור אין דעם בפרטיות:
אין דעם ענין הגחלים זאָגט דער רבי
צוויי ענינים: „זיי מאַכן ליכטיק און וואַרעם " — וואָס דער צד השווה פון די צוויי זאַכן איז:
וואַרעמקייט —
(דער סימן אויף)
חיות — און ליכטיקייט,
זיינען ניט מוסיף קיין נייע פרטים אין אַ זאַך,
נאָר זיי טוען אויף אַז די זאַך גופא
(וואָס איז דאָ פון פריער בשלימותה)
זאָל ווערן וואַרעם
( לעבעדיק )
און ליכטיק .
ועד”ז איז תורת החסידות 21
: חסידות האָט ניט מוסיף געווען ח”ו קיין נייע ענינים אין תורה — אין תורה איז ניט שייך קיין שינוי,
גרעון אָדער תוספת 22
; אויך פאַר גילוי תורת החסידות איז געווען דער קיום כל התרי”ג מצות בשלימות.
מען האָט אָבער געדאַרפט האָבן — ווען אין וועלט איז געוואָרן קעלטער און פינסטערער,
ביז אַ גאָר גרויסע קעלט און חושך — אַ גילוי פון לעבעדיקייט און וואַרעמקייט און ליכטיקייט אין דער עשי׳.
וואָס דאָס איז דער ענטפער אויף דער שאלת אחדים: מעשה אבותינו בידינו און זיין זיידע
(פאַר דעם גילוי הבעש”ט ותורת החסידות)
איז אויסגעקומען אָן לימוד החסידות — ער אַליין ווייס אָבער אַז באַ זיין זיידען איז געווען וואַרעמער און ליכטיגער
(ושלא בערך),
און אַזוי אין זיין גאַנצען דור —
(איכשר דרא בתמי׳).
ובדוגמת הראי׳ וההחלטה 23
: וויבאַלד אַז בתקופת תמוז דאַרף ער ניט הייצען
דעם אויווען און דאַרף ניט פאַרמאַכען די טיר און פענצטער צום גאַס — וועט ער אַזוי טאָן אַלעמאָל אויך בתקופת טבת.
חסידות,
דורך דעם וואָס זי איז מגלה די פנימיות הנשמה פון אַ אידן,
האָט זי אַריינגעטראָגן חיות און אור אין אַלע עניני תומ”צ.
און דאָס איז פון די הויפּט הדגשות פון תורת החסידות,
אַז עבודת ה׳ מוז זיין מיט חיות ושמחה 24 ,
און לאידך גיסא,
הדגשת הסכנה פון העדר ואפילו חלישות החיות,
די סכנה פון קרירות ח”ו
(וואָס איז דער סימן און היפך פון חיים ר”ל) 25 .
דער חיות אין עבודת ה׳ קען אָבער זיין אָפּגעמאָסטן ,
לויט דעם טבע האדם.
ע”ד יעדער בעל חי וואָס האָט דאָך חיות
(ואדרבה,
דער חיות פון כו”כ בע”ח איז מיט מער חמימות ווי פון מין המדבר),
אָבער דער חיות פון אַ בע”ח איז לויט זיין טבע 26
— ער קען ניט טאָן אַנדערש פון זיין טבע.
דער אויפטו פון אַ אידן 26 ,
איז
(ניט נאָר וואָס ער איז וואַרם און אויך וואַרם צו אַ צווייטן אידן,
נאָר)
וואָס ער האָט בכח צו מאַכן ליכטיק ביי זיך: צו זען בעין שכלו — „החכם עיניו בראשו” בההוא דשריא על רישא 27
—
(ניט ווי אים און אַרום זיך ווילט זיך,
נאָר)
ווי עס דאַרף זיין,
און טאָן אַזוי אפילו ווען דאָס איז ניט לפי טבעו,
ואפילו היפך טבעו.
ווי די גמרא זאָגט 28 ,
אַז עס קען זיין
איינער וואָס זאָל זיין אָפּגעהיט אין אַלע רמ”ח מ”ע ושס”ה מל”ת,
און טוט זיי מיט חיות — און פונדעסטוועגן ווערט ער אָנגערופן „ לא עבדו” 29 ,
דערפאַר וואָס ער טוט ניט היפך טבעו.
כדי ס׳זאָל זיין „עושין רצונו של מקום”,
מוז זיין די עבודה פון „בכל מאדך” 30 ,
טאָן העכער פון די מדידות והגבלות פון זיין טבע,
וואָס דאָס ווערט דורך דעם וואָס מ׳איז „ליכטיק".
אַזוי ווי די צוויי ענינים פון וואַרעמקייט און ליכטיקייט זיינען אַן ענין פנימי אין סדר העבודה פון תומ”צ — דעריבער
(ווי כ"ק מו”ח אדמו”ר זאָגט אין דער שיחה)
„דאַרף זיין איינער אַן אָנפירער וועלכער ווייזט אָן" דעם סדר העבודה 31 ,
וואָס דאָס זיינען רבותינו נשיאינו בכל דור ודור,
וואָס גיבן אַרויס דעם סדר העבודה — צוזאַמען מיט דער נתינת כח — ווי מ׳זאָל זיך דערוואַרעמען און מאַכן ליכטיק ביי זיך און אַרום זיך; און „אויף דער חכמה פון דעם אָנפירער קענען זיך די אַרבעטער פאַרלאָזן,
נאָר זיי דאַרפן פאָלגן פּינקטלעך וואָס דער פירער זאָגט זיי”.
ו.
אויף דערויף איז דער רבי מוסיף נאָך אַן ענין אין דער שיחה: „אָבער פונדעסטוועגן דעם רוח חיים וואָס יעדערער דאַרף האָבן ..
אויף דעם קענען זיי זיך ניט פאַרלאָזן אויף דעם רוח חיים וואָס דער אָנפירער האָט.
יעדער אַרבעטער באַדאַרף אַליין האָבן אַ התחברות רוח חיים כו’”:
מען קען דאָך מיינען,
אַז וויבאַלד מען פאַרלאָזט זיך אויף דער חכמה פון דעם אָנפירער און מ׳דאַרף אים פאָלגן פּינקטלעך כנ”ל,
איז גענוג די מסירת הרצון אַליין
— ווי איינער האָט אַמאָל גע׳טענה׳ט,
מ׳זאָל אים אָנשרייבן יעדן פרט פון אל”ף ביז תי”ו וואָס ער דאַרף טאָן און ער וועט אַלץ פאָלגן ווייל ער האַלט ביי מסירת הרצון.
אָבער אַליין האָרעווען און טראַכטן וויל ער ניט —
זאָגט מען,
אַז צוזאַמען מיט דער מסירת הרצון,
מוז מען האָבן אַ גאַנצע,
אַ קומה שלימה,
מיט חב”ד
(שכל)
חג”ת
(מדות)
און נה”י
(עשי׳)
[נאָר די קומה שלימה דאַרף מען „איינשפּאַנען” צו דורכפירן דעם רצון המשלח,
צו „פאָלגן פּינקטלעך וואָס דער פירער זאָגט”].
און דאָס איז וואָס דער רבי זאָגט אין דער שיחה,
אַז בנוגע דעם רוח חיים וואָס יעדערער דאַרף האָבן קען מען זיך ניט פאַרלאָזן אויף דעם רוח חיים וואָס דער אָנפירער האָט — ניט ווי די שיטה 32
„צדיק באמונתו יחי׳” 33 ,
אל תקרי יחי׳ אלא יחַי׳,
אַז מען פאַרלאָזט זיך אויפן צדיק אַז ער וועט מחי׳ זיין 34
— נאָר יעדערער באַדאַרף אַליין האָבן אַ התחברות רוח חיים.
אין פּשוט׳ע ווערטער: מען מוז האָבן אַ קביעות עתים בכל יום ויום אין לימוד החסידות,
און ניט אַ לימוד בשטחיות,
נאָר טאַקע האָרעווען אויף צו פאַרשטיין חסידות כו׳,
ביז מ׳וועט פילן ביי זיך אַז מ׳האָט געהאָרעוועט.
און דאָס מוז טאַקע זיין בכל יום ויום ממש.
מען קען זיך ניט פאַרלאָזן אויף דעם וואָס ער איז מלא וגדוש און קען אַזויפיל און אַזויפיל מאמרים ובעל פה,
אָדער אפילו אויף דעם וואָס ער האָט אָט ערשט נעכטן געהאָרעוועט אויף אַ מאמר חסידות — נאָר מען מוז מאַכן די התחברות מיטן רוח חיים בכל יום ויום מחדש.
ווייל אין חיים איז ניט שייך קיין הפסק 35
;
און ווי ס׳איז אין חיות כפשוטו: ווען איינער וועט טענה׳ן אַז ער וויל זיין אַ חי זונטיק און דינסטיק,
נאָר אינצווישן — מאָנטיק — וויל ער זיך אָפּרוען פון חיות — פאַרשטייט מען דאָך אַז דעמאָלט איז ח”ו ניטאָ דער דינסטיק ...
און דער עיקר דאַרף מען געדענקען — אַז דאָס מיינט מען טאַקע אין פועל ממש און טאַקע אים ממש .
און ניט ווי ער איז געווען נעכטן,
נאָר ווי ער איז היינט אויפגעשטאַנען אינדערפרי און מ׳האָט אים מחזיר געווען די נשמה מחדש — חדשים לבקרים 36
— דאַרף ער פונדאָסניי מחדש זיין דעם קשר מיטן רוח חיים 35 ,
דורך אַ קביעות אין לימוד החסידות,
מיט אַ נייעם חשק ביז — ווי איינער וואָס לא למד מימיו.
און דורך דעם וועט די עבודה במשך כל היום זיין מיט וואַרעמקייט און ליכטיקייט כדבעי 37 .
ז.
דאָס אַלץ איז דער ענין ה„גחלים” שבחסידות,
וואָס איז פאַרבונדן מיט
בחי׳ „אדמה” — גליא שבאדם.
די גחלים געפינען זיך טאַקע בעמקי האדמה,
וואָס ווייזט אויף פנימיות האדם — אָבער דאָך,
איז דאָס עמקי האדמה .
און דערפאַר איז די עבודה ניט שולל לגמרי אַז דער אדם העובד זאָל זיך אעפ”כ פילן אַלס אַ מציאות פאַר זיך.
ער איז טאַקע עובד ה׳ מיט אַ חיות גדול,
און נאָך מער — ער איז זיך משנה און טוט היפך טבעו ורגילותו,
העכער פון זיינע מדידות והגבלות,
אָבער נאָך דעם אַלעם איז ער „יש מי שאוהב” 38 .
זיין מציאות איז „בהתגלות” — ער קאָכט זיך אין עבודת ה׳,
ביז צו אַ קאָך שלמעלה ממדידה והגבלה.
דערנאָך איז אָבער דאָ דער העכערער ענין אין חסידות — צו אויפטאָן דעם ענין פון „אתכסייא” — אַז אַ איד זאָל זיין אינגאַנצן „צוגעדעקט” און אַריינגעטאָן ביז איבערן קאָפּ 39
במקור חיותו,
אין אלקות.
ביז וואַנעט אַז ער איז ניט קיין מציאות פאַר זיך.
וואָס דאָס ווערט דורך לימוד פנימיות התורה,
די מעיינות שבתורה,
וואו אלקות גיט זיך אַרויס באופן גלוי .
וכמבואר בכ”מ 40 ,
אַז אין נגלה דתורה קען זיין,
ווי די גמרא זאָגט,
לא ברכו בתורה תחילה
(ברכת „נותן התורה” כאָטש ס׳איז דאָ חביבות התורה 41 )
מען פאַרגעסט אויף
(ברכת)
נותן התורה ח”ו,
משא”כ אין פנימיות התורה פילט זיך אלקות
(כאָטש מען נעמט ניט צו די
בחירה,
ובמילא קען מען מגרה זיין ח”ו דעם יצה”ר על עצמו און לערנען פנימיות התורה אין אַן אופן בלתי רצוי).
און דורך דעם וואָס מ׳לערנט חסידות בשופי ,
ווערט מען „צוגעדעקט” אינגאַנצן און אַריינגעטאָן אין ג־טלעכקייט,
מעין ווי עס וועט זיין לעתיד לבוא,
ווען „ מלאה הארץ דעה את ה׳ כמים לים מכסים " 42 .
און וויבאַלד דאָס איז ניט אַן ענין פון עשי׳ בפועל — מ׳געפינט עד"ז ודוגמתו אויך בנגלה דתורה לימוד התורה פון „יגדיל תורה ויאדיר” 43 ,
אין וועלכן ס׳איז ניטאָ קיין נפק”מ אין מעשה בפועל,
דער לימוד איז נאָר „דרוש וקבל שכר” 44
— דערפאַר ווערט עס צוגעגליכן צו „מרגליות”,
וואָס זיינען ניט קיין ענין הכרח לגמרי — אַ מענטש קען אָפּלעבן אַ לעבן אָן מרגליות.
ח.
במה דברים אמורים אַז מ׳קען אויסקומען אָן מרגליות,
איז דאָס נאָר ווען מען בלייבט אין די אייגענע ד׳ אמות.
בשעת אָבער מען דאַרף זיך שטעלן לפני המלך,
און ניט ווי דער מלך געפינט זיך בשדה,
נאָר ווי ער איז בהיכל מלכותו,
חדר לפנים מחדר 45
— דעמאָלט איז ניט גענוג אַז מ׳זאָל האָבן אַלע לבושים בשלימות
(אפילו — לבושים פון אַן עשיר),
נאָר מען מוז האָבן אויך
תכשיטים ומרגליות,
און אַזעלכע וואָס זיינען צוגעפּאַסט פאַר איינעם וואָס דאַרף זיך שטעלן לפני המלך — און אויב ניט,
איז ניט נאָר וואָס עס פעלט אַ פרט,
נאָר עס רירט אָן בכבוד המלך 46 .
ועד”ז איז אין נמשל: דאָס וואָס לימוד החסידות אַלס אַן ענין פאַר זיך
(צוליב דעם ענין פון „דע את אלקי אביך" 47 )
איז ניט געווען אַזאַ 48
הכרח איז אין פריערדיקע דורות,
איידער עס האָבן זיך אָנגעהויבן די לעצטע הכנות צו ביאת המשיח,
ובמילא איז ניט געווען אַזאַ הכרח אין „מרגליות".
בשעת אָבער מ׳האַלט באַ „הנה זה עומד אחר כתלנו” 49
— אָט אָט קומט משיח וואָס בביאתו איז קץ שם לחושך און עס הויבט זיך אָן די גאולה האמיתית והשלימה,
וואָס ענינה איז
(כמבואר בכמה מקומות 50 )
די „נישואין” כביכול פון אידן מיטן אויבערשטן,
אַז עס וועט נתגלה ווערן ווי אידן זיינען איין זאַך כביכול מיטן אויבערשטן
(„והיו לבשר אחד” 51 ),
ישראל ומלכא בלחודוהי 52
— דאַרף מען זיך דאָך גרייטן באופן המתאים דערצו; מען דאַרף האָבן די „מרגליות” 53
מיט וועלכע מען „גייט צו
דער חופה” מיטן מלך מלכי המלכים הקב”ה 54 .
— מען מוז לערנען חסידות ובשופי.
ט.
דאָס איז אויך דער ענטפער 55
צו די וואָס טענה׳ן: אמת טאַקע אַז חסידות איז אַ גוטע זאַך וכו’,
ואדרבה — דאָס איז אַן ענין וואָס ווערט צוגעגליכן צו מרגליות — אָבער ער יאָגט זיך ניט נאָך מרגליות.
אים איז גענוג אַז זיינע „לבושים”
(מחשבה דיבור ומעשה של תרי”ג מצות התורה 56 )
זיינען בשלימות,
און ער האָט תכשיטים אויך.
אָבער „מרגליות” פעלט אים ניט אויס!
דאַרף מען וויסן,
אַז נוסף צו דעם וואָס עס איז אַ דין אין שו”ע,
אַ חיוב צו לערנען פנימיות התורה
(ווי אַלע חלקי התורה) 57 ,
און נאָך מער — מצד דעם חושך פון עקבתא דמשיחא מוז מען האָבן דעם לימוד החסידות כדי אַז די לבושים זאָלן זיין גאַנץ,
כנ”ל — איז דער סדר
(פון ניט יאָגן זיך נאָך „מרגליות”)
האָט געהאַט אַן אָרט אין פריערדיקע דורות.
איצט אָבער,
ווען
„הנה 58
זה עומד אחר כתלנו”,
דאַרף מען זיך גרייטן זיין גרייט „גיין צו דער חופה” מיטן מלך מלכי המלכים הקב”ה; איז וואָס הייסט — ער יאָגט זיך ניט נאָך מרגליות?
!
אין זהר 59
שטייט,
אַז בזמן הגלות זיינען אידן ווי אַ כלה וואָס געפינט זיך אין „שוקא דבורסקי”,
וואָס מצד דער גרויסער אהבה צו זיין כלה,
איז דער חתן — דער אויבערשטער — מוותר אויף דעם ריח רע של שוקא דבורסקי — הגלות,
און גייט דאָרט וואו די כלה,
אידן זיינען.
דאָס איז אַלץ אַ סדר פון זמן הגלות.
איצט איז געקומען די צייט ווען עס דאַרף זיין „דאַלאָי גלות!”
(אויס גלות),
נאָך זייענדיק אין מצרים איז „ לכל בנ”י הי׳ אור במושבותם” 60 ,
זיין גרייט צו דער גאולה האמיתית והשלימה — איז וואָס הייסט אַז מען גרייט זיך צו דער „חופה” מיט לבושים וועלכע זיינען גענוג ווען די גאַס איז אַ שוקא דבורסקי ...
און דורך דעם וואָס מען גרייט זיך כדבעי צו דער „חופה” מיטן אויבערשטן,
מיט אַ ריבוי פון מרגליות — מען פאַרפלייצט די וועלט מיט לימוד החסידות „כמים לים מכסים” — איז דאָס גופא מזרז און ממהר 61
אַז מ׳זאָל פּראַווען בפועל די שמחה גדולה פון די
נישואין 62
צווישן אידן מיטן אויבערשטן
— מ׳וועט זען בעיני בשר ולמטה מעשרה טפחים ווי ישראל וקוב”ה כולא חד,
ישראל ומלכא בלחודוהי,
ובמהרה בימינו ממש.
(משיחת שמחת בית השואבה תשכ"א)