א.
אויפן פסוק 1
"וישכב במקום ההוא" שטייט אין מדרש 2
: "כאן שכב,
אבל כל י״ד שנה שהי׳ טמון בבית עבר לא שכב",
און דערנאך א צווייטע דעה: "כאן שכב,
אבל כל כ׳ שנה שעמד בביתו של לבן לא שכב"
(ווי עס שטייט 3
"ותדד שנתי מעיני").
ווייטער איז ער ממשיך אין מדרש "ומה הי׳ אומר?
ר׳ יהושע בן לוי אמר ט״ו שיר המעלות שבספר תהלים,
מאי טעמי׳,
שיר המעלות לדוד לולי ה׳ שהי׳ לנו יאמר נא ישראל 4 ,
ישראל סבא
(יעקב אבינו).
ר׳ שמואל בר נחמן אמר כל ספר תהלים הי׳ אומר,
מה טעם,
ואתה קדוש יושב תהלות ישראל 5 ,
ישראל סבא".
דער פשט אין דער שאלה "ומה הי׳ אומר" קען ניט זיין "מיט וואס איז יעקב אבינו געווען פארנומען בבית לבן"
ווייל עס שטייט בפירוש אז ער האט געארבעט מיט צאן לבן בכל כחו 6
ביז ״ביום גו׳ בלילה ותדד שנתי מעיני״ -
נאר די שאלה איז: וואס האט יעקב געזאגט
(מתפלל געווען,
געלערנט)
כדי צו קענען איבערקומען די שוועריקייטן אין חרן ובבית לבן?
זייענדיק בבית לבן איז דאך יעקב געווען אין א מעמד ומצב של גלות,
ער איז אוועקגעגאנגען מבית יצחק אביו צו זיין בבית לבן,
און האט זיך דארטן פארנומען מיט ״צאן לבן״ 7 ,
לבן׳ס צאן.
ביז אז זיין געפינען זיך בבית לבן האט גע׳פועל׳ט ביי אים א ירידה ממדריגתו 8 ,
ווי רש״י זאגט 9
אז יעקב האט געזאגט "אם לרמאות הוא בא גם אני אחיו ברמאות",
ד.
ה.
אז ביי אים איז געווען כביכול דער ענין הרמאות בדוגמת הרמאות דלבן 10 .
ווערט דעריבער די שאלה: ווי אזוי איז ער דורכגעגאנגען און בייגעשטאנען דעם ענין הגלות?
- זיכער איז דאך דאס געווען דורך "הקול קול יעקב" וועלכער איז מבטל די "ידים" און די מנגדים פון יעקב ועניניו כמחז״ל 11
איז די שאלה "מה הי׳ אומר"?
אויף דעם ענטפערט דער מדרש,
אז דאס זיינען געווען די "ט״ו שיר המעלות שבספר תהלים",
אדער "כל ספר תהלים"; דאס האט אים געגעבן דעם כח אז ער זאל קענען דורכמאכן דעם ענין הגלות.
ב.
מען דארף אבער פארשטיין: בשלמא לויט דער דעה אז "כל ספר תהלים הי׳ אומר" איז פארשטאנדיק די שייכות פון דער אמירה צו יעקב׳ן אין דער צייט "שעמד בביתו של לבן".
ווארום זייענדיק אין א מצב וואו בפשטות האט ער ניט געקענט לערנען תורה בעיון
(עכ״פ - ניט ווי בשעת ער איז געווען "טמון בבית עבר")
האט ער געזאגט תהלות צום אויבערשטן און אזוינע תהלות אויף וועלכע נוטלים שכר כנגעים ואהלות 12
; וואס איז אבער די ספעציעלע שייכות פון די "ט״ו שיר המעלות שבספר תהלים" צו זיין מצב בבית לבן?
וועט מען דאס פארשטיין בהקדם וואס דער חיד״א 13
ברענגט אז די "ט״ו שיר המעלות אמר דוד ע״ה כנגד ט״ו שנים שחיו האבות ביחד"
נווארום אברהם אבינו האט געלעבט "מאה שנה ושבעים שנה וחמש שנים" 14 ,
יצחק איז געבארן געווארן ווען אברהם איז געווען "בן מאת שנה" 15 ,
און יעקב איז געבארן געווארן ווען יצחק איז גע־ ווען ״בן ששים שנה״ 16
- קומט אויס אז עס זיינען געווען "ט״ו שנים שחיו האבות ביחד"].
ועפ״ז קען מען זאגן,
אז יעקב האט געזאגט די "ט״ו שיר המעלות שבספר תהלים" בכדי דערמיט צו מעורר זיין דעם זכות
(אויך)
פון זיינע אבות אברהם ויצחק,
ד.
ה.
אז נוסף אויף זיינע אייגענע זכיות וכוחות,
זאלן אים אויך נמשך ווערן די כוחות פון אברהם ויצחק,
וואס דורך דעם דוקא האט ער געקענט דורכ־ מאכן די שוועריקייטן בבית לבן,
ווי
ער האט געזאגט "לולי אלקי אבי אלקי אברהם ופחד יצחק הי׳ לי גו׳״ 17 .
ג.
דער טעם פארוואס ער האט גע־ דארפט אנקומען צום זכות פון אלע אבות בכדי צו בייקומען די נסיונות פון לבן,
וועט מען פארשטיין פון דער עצה וואס ברענגט זיך 18
ווי צו מנצח זיין אין מלחמת היצר בכלל,
וואס מ׳האט אפגעלערנט פון א מלחמה כפשוטה וועלכע איז פארגעקומען אין די צייטן פון אלטן רבי׳ן:
דער סדר פון "מערכות המלחמה" בכלל איז,
אז "מחלקים כל א׳ החיל שלו לג׳ חלקים,
חלק א׳ באמצע ..
ושתי ידות מימין ומשמאל,
וכן מסדר גם הצד שכנגדו לג׳ חלקים כאלו,
ונלחמים אלו מול אלו".
און די הצלחה אין דער מלחמה
(וואס איז געווען אין יענער צייט)
איז געקומען דורכדעם וואס מ׳האט אוועקגעשטעלט "ג׳ מחנות שלו" אנטקעגן איין מחנה פון דעם שונא,
וואס "עי״ז מתגבר בודאי עלי׳".
ועד״ז לערנט מען אפ בנוגע צו דער מלחמה רוחנית,
מלחמת היצר: בכדי צו מנצח זיין דעם יצר דארף מען מעורר זיין "כל ג׳ מדות דקדושה
(אהבה יראה ורחמים)
לעומת מדה אחת דקליפה,
ועי״ז בודאי יפילו וינצחו אותה" 19 .
און דערפאר דארף מען האבן די "ט״ו שיר המעלות" וועלכע זיינען "כנגד ט״ו שנים שחיו האבות ביחד" אויף דורכגיין און ביישטיין דעם ענין הגלות -
די ג׳ אבות זיינען דאך
(כנגד)
די ג׳ מדות דקדושה,
אהבה און יראה ורחמים 20 ,
און בשעת מ׳האט אלע ג׳ אבות ביחד,
ד.
ה.
מ׳קלייבט צוזאמען אלע ג׳ מדות דקדושה ביחד - דעמולט 21
האט מען דעם כח ביישטיין די אלע נסיונות פון גלות און זיי מבטל זיין.
ד.
על פי זה י״ל הרמז
(ע״פ דרך החסידות)
והדיוק אין דעם מספר "ט״ו שיר המעלות"
(און "ט״ו שנים שחיו האבות ביחד")
:
מספר ט״ו ווייזט אויף די ערשטע צוויי אותיות פון שם הוי׳ - י׳ ה׳
(בגימטריא ט״ו 22 ).
וואס דער חילוק צווישן י״ה און ו״ה איז,
אז די אותיות ו״ה זיינען בחי׳ מדות
(ומלכות),
און די אותיות י״ה זיינען בחי׳ מוחין
(י׳ - חכמה,
ה׳ - בינה) 23 .
און דאס איז דער ענין פון די "ט״ו שנים שחיו האבות ביחד": כדי אז אלע דריי מדות זאלן קענען זיין צוזאמען 24
(ובהתגלות)
- ״חיו האבות ביחד״ -דארף אין די מדות מאיר זיין דער אור המוחין
(י״ה).
ווארום היות אז מוחין זיינען העכער פון אופן ההתחלקות פון מדות,
דעריבער פועל׳ן זיי די התכללות המדות.
ה.
דאס איז אבער לכאורה ניט מספיק:
די ט״ו שיר המעלות שבספר תהלים ווערן אנגערופן בשם "שיר",
וואס "שיר" איז פארבונדן מיט אן ענין של שמחה - איז ווי האט יעקב געקענט זאגן "שיר המעלות",
אן ענין של שירה,
זייענדיק אין א מעמד ומצב של גלות 25 ?
אמת טאקע,
אז אין די מזמורים רעדט זיך וועגן עזרי גו׳,
די נתינת כח אויף בייקו־ מען דעם גלות,
אבער ווי קען מען שטיין אין א שמחה גלוי׳
(וואס דעמולט איז מתאים צו זאגן שירה
(וע״ד מארז״ל 26
"אין אומרים שירה אלא על היין"))
׳ ווען מ׳געפינט זיך בחרן,
חרון אף של מקום 27
און בביתו של לבן?
איז דער ביאור אין דעם: די ירידה פון יעקב אבינו לבית לבן איז געווען בשביל העלי׳,
עס זאל זיין "ויפרוץ האיש מאד מאד" 28 .
און וויבאלד אז יעקב האט געזען דעם תכלית המכוון פון זיין ירידה
(די עלי׳ וואס וועט דערפון ארויסקומען),
דעריבער האט ער זייענדיק בבית לבן געזאגט "שיר המעלות" 29 .
ו.
יעדער ענין קומט צום אויסדרוק בהדגשה אין זיין התחלה וראש.
ועד״ז בעניננו,
אז די עלי׳ וואס קומט דורך דער ירידה אין גלות,
איז מודגש אין דעם ערשטן פון די "ט״ו שיר המעלות":
דער סיום וחותם פון דעם ערשטן שיר המעלות
(וואס "הכל הולך אחר החתום" 30 )
איז "אני שלום וכי אדבר המה למלחמה״ - וואס מיינט אז כאטש אפילו אז ער וויל שלום פונדעסטוועגן "המה באים להלחם בי" 31 ,
וואס די מלחמה
(רוחנית)
איז דאס דער העלם והסתר פון גלות,
ובפרטיות דער ענין הנסיונות וואס זיינען מונע ומעכב פון עבודת ה׳ און זיי "קומען למלחמה" קעגן דעם.
און אין דעם וואס ער זאגט "שיר המעלות" אויף "המה למלחמה",
איז מודגש דער גודל העילוי וואס קומט ארויס דורך דער מלחמה.
והביאור בזה: א איד טאר זיך ניט אריינלאזן אפילו ניט אוועקשטעלן זיך במצב פון נסיונות,
ואדרבה,
ער דארך בעטן "אל תביאנו כו׳ ולא לידי נסיון" 32 .
דערפאר זאגט ער "אני שלום",
אז ער זוכט אן עבודה בדרך שלום
(וואס איז ניט פארבונדן מיט מלחמה ונסיונות).
אבער אעפ״כ,
מצד דעם עילוי וואס ווערט דוקא דורך מלחמה ונסיונות,
מאכט לפעמים דער אויבערשטער אז "המה באים להלחם בי",
אז צווישן די ״המה״
(לשון רבים - "עוה״ז הגשמי כו׳ שנקרא רשות הרבים״ 33 )
- זאלן זיין אזוינע וואס קומען לוחם זיין און שטערן פון עבודת ה׳.
און אויך דעם זאגט ער "שיר המעלות": ניט נאר זיינען די נסיונות אים ניט מונע פון עבודת ה׳ און פועל׳ן ניט קיין חלישות בעבודתו,
נאר אדרבה,
זיי רופן ביי אים ארויס א תוספת כח ואומץ ביתר שאת ויתר עז,
און דאס בריינגט אים אז ער שטייט אין א מצב פון "שיר".
ז.
יעדער ענין אין תורה איז א הוראה נצחית,
איז דערפון מובן,
אז כל הנ״ל איז א הוראה על כל זמן הגלות און א הוראה מיוחדת פאר אונזער צייט,
קושי הגלות,
דרא דעקבתא דמשיחא:
בשעת מען טראכט זיך אריין אין דעם חושך הכפול והמכופל פון דרא דעקבתא דמשיחא,
ביז אז ע״פ תורה איז דא א מקום צו פרעגן "מאין יבוא עזרי" 34 ,
קען מען דאך אריינפאלן אין יאוש,
ר״ל -
איז די הוראה מהאמור: וויבאלד אז די ירידה פון אידן אין גלות
(וואס איז בדוגמת "ויצא יעקב גו׳ וילך חרנה" 35 )
איז בשביל העלי׳,
כדי ס׳זאל זיין דער "יתרון האור מן החושך" און "יתרון לחכמה מן הסכלות״ 36
- דארף זיין דער "אשא עיני" 37 ,
מ׳דארף זיך צוקוקן
(ובאופן פון אשא עיני)
צום תכלית המכוון פון גלות,
די עלי׳ וואם וועט זיין בגאולה העתידה 38
- און דעמולט איז ניט נאר וואם מ׳ווערט ניט נתפעל פון דעם חושך הגלות,
נאר אדרבה,
מ׳שטייט אין א מעמד ומצב פון שמחה גלוי׳ -"שיר המעלות".
[ח״ו צו זאגן אז מען דארף זיין צו־ פרידן פון דעם מעמד ומצב פון גלות און טראכטן אז דאם איז א מעמד ומצב מתאים פאר אידן,
ח״ו - גלות איז אן ענין פון ״חושך״ און ״םכלות״ וכו׳; און א איד בגלות - זאגט תורת אמת קלאר און דייטלעך אז ער איז א "בן שגלה מעל שולחן אביו המלך" 39 .
און אויב דער בן פילט אנדערש און זאגט אנדערש - איז פארשטאנדיק די םפעציעלע פינםטערניש און נידעריקייט פון זיין גלות.
נאר מען דארף זיך אריינטראכטן אין דער כוונה שבזה - עם זאל זיין "יתרון האור מן החושך" און "יתרון לחכמה מן הםכלות״].
און דורך דעם ווערט נתגלה און מען פילט דעם ענטפער
(אויף דער שאלה "מאין יבוא עזרי")
אין דער שאלה גופא - לויטן פירוש הפנימי 40 ,
אז דער "עזר" ווערט נמשך פון בחינת ״אין״ - מען קען די בחינה ניט באגרייפן,
זי איז העכער פון שכל והבנה וכו׳,
פון ״שמות״ -
און דער "עזר" ווערט נמשך אויך אין םדר השתלשלות,
און בגילוי און איז פועל דארט - "עזרי מעם ה׳ עושה שמים וארץ" 41 ,
ביז אין שמים וארץ כפשוטם.
(משיחת ש״פ וירא תש״מ)