א.
אויף „ואלה תולדות יצחק בן אברהם אברהם הוליד את יצחק”,
ברענגט רש"י וואָס חז"ל 1
זאָגן: „היו ליצני הדור אומרים מאבימלך נתעברה שרה כו׳ מה עשה הקב"ה צר קלסתר פניו של יצחק דומה לאברהם והעידו הכל אברהם הוליד את יצחק”.
דאַרף מען פאַרשטיין: וויבאַלד אַז חז"ל זאָגן דעם ענין בדרך שאלה ותשובה — „מה עשה הקב"ה צר כו׳”
(און באַנוגענען זיך ניט צו זאָגן בקיצור ובניחותא „היו ליצני הדור אומרים כו׳ צר הקב"ה קלסתר פניו כו׳”,
אָן די ווערטער „מה עשה הקב"ה")
— איז משמע,
אַז אין דעם ענין פון „צר קלסתר פניו כו׳” איז דאָ אַ ספּעציעלער אויפטו ,
און דערפאַר שטייט עס בלשון שאלה — „מה עשה הקב"ה”
(בתמי׳)
: וואָס האָט דער אויבערשטער ספּעציעל געטאָן צו באַוואָרענען די טענה פון ליצני הדור?
איז תמוה: אין וואָס באַשטייט דער באַזונדער אויפטו פון „צר קלסתר פניו של יצחק דומה לאברהם”?
ס׳איז דאָך אַ דבר הרגיל ע"פ טבע אַז אַ בן איז דומה לאביו 2
(עס דאַרפן זיין סיבות מיוחדות ער זאָל זיין ניט בדומה) 3 .
ב.
וועט מען דאָס פאַרשטיין לויטן ביאור אין דעם לשון וואָס חז"ל זאָגן 4
בשייכות צו כמה ענינים
(אַז זיי זיינען)
„ קשה ..
כקריעת ים סוף”,
אַז אויך לגבי הקב"ה איז עס קשה,
כביכול.
איז ידוע 5
די הסברה אין דעם,
אַז דער „קשה” פון קריעת ים סוף באַשטייט
(בעיקר)
ניט אין דעם וואָס דער ים איז נקרע געוואָרן און אין דעם וואָס דערנאָך איז ער געווען נצב כמו נד 6
[ובפרט לפי המבואר אין תניא 7 ,
אַז קריעת ים סוף איז אַ קלענערער פלא ווי בריאת שמים וארץ,
איז דאָך אַ וודאי ניט שייך צו זאָגן דוקא אויף דעם „קשה”],
נאָר אין דעם וואָס ביי קריעת ים סוף זיינען געווען צוויי הפכים 8
ביחד,
„רפוא לישראל ונגוף למצרים” 9
(וואָרום ווען דער ים וואָלט זיך ניט געשפּאָלטן,
וואָלטן די מצריים ניט אַריין אין ים)
— בשעת אַז מדת הדין האָט גע׳טענה׳ט מה נשתנו אלו מאלו אלו עובדי ע"ז ואלו עובדי ע"ז 10 .
און מהאי טעמא איז עס „קשה" 11 ,
וואָרום ע"פ הסדר דאַרף מען
זיך רעכענען מיט מדת הדין,
און ביי קריעת ים סוף האָט מען זיך ניט גערעכנט מיט דעם 12 .
ג.
עד"ז וועט מען אויך פאַרשטיין בעניננו:
ס׳איז ידוע 13
דער חילוק צווישן אברהם און יצחק,
אַז אברהם איז געווען אברהם אוהבי 14 ,
אַ מרכבה צו מדת החסד,
און דערפאַר איז געווען עבודתו בגמילות חסדים והכנסת אורחים,
און יצחק איז געווען פחד יצחק 15 ,
אַ מרכבה צו מדת הגבורה,
וואָס דערפאַר איז עבודתו געווען חפירת בארות — אַראָפּנעמען די ערד און שטיינער וואָס זיינען מכסה אויפן מעין און מגלה זיין די מים חיים הנובעים מלמטה למעלה .
[און דערפאַר 16
איז דאָ אַ חילוק אויך בנוגע צו „יצא ממנו”
(יניקת החיצונים)
ווי דאָס איז מצד
(קו החסד פון)
אברהם און ווי דאָס איז פון
(קו הגבורה פון)
יצחק: אברהם יצא ממנו ישמעאל 17
— חסד דקליפה.
און יצחק יצא ממנו עשו 17
— על חרבך תחי׳ 18 ,
גבורה דקליפה].
און דאָס איז איינער פון די ביאורים פאַרוואָס דער פסוק דאַרף זאָגן און דוקא דאָ „אברהם הוליד את יצחק" — דלכאורה איז ניט פאַרשטאַנדיק:
א)
דער הכרח צו זאָגן „אברהם הוליד את יצחק” איז נאָר ווייל דער פסוק דערמאָנט פריער „יצחק בן אברהם" — און ווי רש"י 19
איז מפרש „ ע"י שכתב הכתוב יצחק בן אברהם הוזקק לומר כו׳" — קען מען דאָך דערויף גופא פרעגן: די ווערטער „בן אברהם” האָבן לכאורה ניט געדאַרפט שטייען
(ווייל דאָס ווייס מען שוין פון די פריערדיקע סדרות),
ובמילא וואָלט מען אויך ניט געדאַרפט באַוואָרענען און זאָגן „אברהם הוליד את יצחק”,
נאָר גלייך דערציילן וועגן תולדות יצחק — „ויהי יצחק בן ארבעים שנה גו׳” 20 ?
ב)
פאַרוואָס איז די תורה מרמז די באַוואָרעניש אויף טענת ליצני הדור ערשט אין פרשת תולדות,
וואו עס רעדט זיך
(בעיקר)
וועגן תולדות יצחק — יעקב ועשו 21
(און אויך תולדות — מאורעות 22
יצחק),
און „יצחק בן אברהם” ווערט דאָ דערמאָנט בלויז דרך אגב?
דאָס האָט געדאַרפט שטיין אין דער
(פריערדיקער)
סדרה 23 ,
וואו עס רעדט זיך וועגן לידת יצחק 24 .
נאָר דער ביאור אין דעם: פון לשון הכתוב „ ו אלה תולדות יצחק גו׳" — מיט אַ וא"ו המוסיף — איז מוכח אַז די פרשה קומט בהמשך צו פריער,
וואו עס רעדט זיך וועגן ישמעאל.
און וויבאַלד
אַז אויך ישמעאל איז בן אברהם,
ואדרבה 25
: בגילוי האָט ישמעאל מער שייכות,
לכאורה,
צו אברהם ווי יצחק צו אברהם,
ווייל ישמעאל איז בקו החסד
(אַזוי ווי אברהם 26
— נאָר ער איז חסד דקליפה 27 ,
און ער נעמט זיך פון אברהם בדרך „ יצא ממנו" 28
— אַרויס פון אים* 28 )
און יצחק איז בקו הגבורה,
היפך פון קו החסד —
דעריבער דאַרף תורה זאָגן
(אויך)
ביי יצחק׳ן אַז ער איז בן אברהם,
און נאָך מוסיף זיין „אברהם הוליד את יצחק”,
אַז אדרבה — דער יחס פון יצחק צו אברהם איז גאָר באופן מיוחד: ניט נאָר איז יצחק בן אברהם,
נאָר אברהם הוליד את יצחק 29
: אין דעם איז באַשטאַנען עיקר ענינו פון אברהם,
אַזוי ווי עס שטייט אין פסוק 30
„כי ביצחק
(דוקא)
יקרא לך זרע”.
ומהאי טעמא באַוואָרנט עס די תורה ערשט אין פרשת תולדות: בשעת מען לערנט אַז תולדות יצחק איז עשו ,
גבורה דקליפה
(כנ"ל),
און עיקר עבודתו
(מאורעותיו)
של יצחק איז חפירת בארות
(היפך פון עבודת אברהם)
— דאַמאָלסט ווערט 31
תוקף הטענה פון ליצני הדור,
אַז יצחק האָט ניט קיין שייכות מיט אברהם.
און מען דאַרף עס שולל זיין.
ד.
און דאָס איז די שוועריקייט
(למעלה כביכול)
אין „צר קלסתר פניו של יצחק דומה לאברהם”:
דאָס וואָס אַ בן איז דומה לאביו,
איז עס מצד דעם וואָס דער בן נעמט זיך פון אב
(מגופו ומנשמתו)
איז ער דומה צו אים בגופו ובתכונת נפשו 32
;
אָבער אברהם ויצחק,
וויבאַלד אַז בתכונות נפשם זיינען זיי געווען בהיפך זה מזה,
אברהם איז געווען פון מדת החסד און יצחק פון מדת הגבורה,
און מצד דעם זיינען זיי געווען חלוקים אויך בשכלם
(כידוע 33
בענין ב"ש וב"ה,
אַז מצד דעם חילוק בשרש נשמותיהם
זיינען זיי געווען חלוק בשכלם; ב"ש האָט נוטה געווען לחומרא און ב"ה לקולא),
איז ע"פ טבע האָבן זיי געדאַרפט זיין חלוק — און נאָכמער הפכי — ובפרט בקלסתר פניהם 34 ,
ווייל מראה הפנים איז פאַרבונדן מיט תכונות הנפש 35
: אַ בעל חסד — איז בסבר פנים יפות,
אַ בעל גבורה — מיט אַ שטריינגען פנים 36
וכו’,
ווערט דעריבער די קשיא „מה עשה הקב"ה”: וואָס פאַר אַן עצה איז פאַראַן צו באַוואָרענען די טענה פון ליצני הדור,
וויבאַלד אַז מצד הטבע והסדר דאַרף אברהם ויצחק — זיין הפכים בקלסתר פנים וכו’,
אַזוי ווי בהנהגתם זיינען זיי בחסד או בגבורה קוים הפכיים?
וויבאַלד אָבער אַז ליצני הדור האָבן גע׳טענה׳ט „מאבימלך 37
נתעברה שרה”,
איז עשה הקב"ה — אַ דבר חידוש,
היפך הטבע והסדר,
ער אַליין „צר קלסתר פניו של יצחק דומה לאברהם”.
ה.
ס׳איז פאַרשטאַנדיק אויך בפשטות,
אַז דאָס וואָס הקב"ה „צר קלסתר פניו של יצחק דומה לאברהם”,
איז
געווען ניט בלויז אַז זייער גשמיות׳דיקער אויסזעהן זאָל זיין בדומה,
נאָר אדרבה : דאָס וואָס זיי זיינען געווען דומה אין זייער גשמיות׳דיקן ציור,
איז ווייל זייער „קלסתר פנים” ברוחניות איז געווען דומה.
וע"פ המבואר בכ"מ:
אע"פ אַז חסד וגבורה זיינען הפכיים זה מזה,
זיינען אָבער די גבורות דיצחק אַ המשך און תוצאה פון חסדים דאברהם
(ווי דער פסוק זאָגט דאָ: אברהם הוליד את יצחק).
און ניט נאָר ווייל די סיבה פון גבורה איז — חסד: חסד וויל דאָך אַז די השפעה זאָל נתקבל ווערן און רוב טובה אין יכולים לקבל 38
— מוז עס זיין ע"י הגבורות
(צמצום השפע)
דוקא 39
— נאָר נאָך מער: די גבורות דיצחק זיינען אַן ענין פון חסד בגילוי ,
דורך די גבורות דוקא טוט זיך אויף אַ ריבוי ותוספת בהשפעה 40
(כידוע בפירוש „ גבורות גשמים” 41 ),
וואָס דערפאַר שטייט 42
בנוגע יצחק׳ן „ וארבה את זרעו ואתן לו את יצחק”.
און אָט די התכללות פון חסד
(דאברהם)
און גבורה
(דיצחק)
נעמט זיך מצד למעלה מסדר והשתלשלות — מצד דעם קען זיין חיבור פון הפכיים.
דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין דעם רמז אין לשון חז"ל 43
„והעידו הכל
אברהם הוליד את יצחק" — ניט „וידעו” וכדומה,
נאָר „ והעידו ”
(און רש"י חזר׳ט איבער דעם לשון אַ צווייטן מאָל: „ עדות יש שאברהם הוליד את יצחק")
— וואָס איז די הדגשה דאָ אין דעם ענין פון עדות ?
וי"ל הענין אין דעם:
עדות איז שייך דוקא אויף אַ דבר הנעלם,
אויף אַ דבר הגלוי,
אפילו אויף אַ מילתא דעבידא לאגלויי,
דאַרף מען קיין עדות ניט האָבן 44 .
דאָס הייסט — דורך עדות ווערט נמשך ונתגלה אַן ענין וואָס מצד עצמו איז ער למעלה מ
(גדר)
גילוי — לא עבידא לגלויי.
וברוחניות איז עס די המשכה פון למעלה מהשתלשלות 45 .
און דאָס איז בנדו"ד דער רמז אין „עדות" — דאָס וואָס „אברהם הוליד את יצחק”,
התכללות חסד וגבורה,
איז עס מצד המשכת בחי׳ שלמעלה מהשתלשלות 46
: לויט טבע ושכל קען עס ניט זיין,
עס האָט קיין אָרט ניט,
ס׳איז אָבער „עדות יש כאן" — בדוגמא ווי עדות וואָס זיינען מעיד אַז זיי אַליין האָבן עס געזען,
מוז מען זיי גלויבן.
ו.
די הוראה דערפון בעבודתינו איז:
ס׳איז ידוע 47
דער טעם וואָס אברהם יצחק ויעקב ווערן אָנגערופן אבות ווייל זיי זיינען דער שרש ומקור פון כל אחת מנשמות ישראל,
און די בחי׳ פון יעדערן פון די אבות קומט בירושה לכאו"א מבניהם אחריהם בכל דור ודור,
איז ביי יעדער אידן דאַרפן זיין די עבודות פון די אַלע דריי אבות.
דערפון איז מובן,
אַז אויך דער „צר קלסתר פניו כו׳”,
התכללות פון חסד וגבורה,
קען
(און דאַרף)
זיין ביי יעדער אידן.
ולדוגמא ווי עס שטייט אין תניא 48 ,
בכי׳ תקיעא בלבאי מסטרא דא וחדוה תקיעא בלבאי מסטרא דא.
וואָס דאָס איז אַן ענין וואָס איז העכער פון הגבלת הטבע וסדר השתלשלות.
כאמור לעיל,
אַז מצד סדר השתלשלות זיינען חסד וגבורה צוויי הפכית׳דיקע קוים און זיי קענען ניט זיין צוזאַמען.
וכמאמר הספרי 49
אַז אהבה ויראה צוזאַמען קענען זיין במדת הקב"ה בלבד
(נאָר אין עבודת ה׳,
ניט אין עניני העולם).
(נאָר אין דעם בכי׳ תקיעא כו׳ — זיינען דאָ צוויי מדריגות 50
: א)
די מרירות זאָל זיין דאָנערשטיק ביינאַכט,
און די שמחה — שבת.
ב)
הקשה יותר — די מרירות מיט שמחה זאָלן זיין צוזאַמען,
בבת אחת.
און וויבאַלד אַז יעדער איד איז אַ יורש פון די אבות,
וואָס אַ יורש נעמט דאָך אַלץ,
במילא קען יעדער איינער
(עכ"פ לפעמים)
איינשטעלן זיין סדר אויך אין דעם אופן).
ז.
נאָך אַ הוראה מהנ"ל איז:
בכדי אַז אַלע זאָלן מעיד זיין אַז אברהם הוליד את יצחק,
האָט דאָך דער אויבערשטער געקענט מאַכן מלכתחילה קלסתר פניו של אברהם דומה ליצחק 51 ,
דאָס איז אָבער אפילו בטבע ובשכל שווערער 52
ווי עס איז געווען בפועל — „צר קלסתר פניו של יצחק דומה לאברהם” 53 .
וואָס די הוראה דערפון לכאו"א איז:
בשעת מען האָט פאַר זיך אַן עבודה וואָס קען געטאָן ווערן אין איינעם פון די צוויי קוין — קו החסד אָדער קו הגבורה — און ס׳איז אַ ספק וועלכע פון זיי צו אויסקלייבן,
דאַרף מען בוחר זיין דעם קו החסד.
וע"ד ווי עס שטייט אין תניא בכיו"ב 54 ,
אַז בשעת מען איז מקרב אַ אידן,
איז לבד זאת וואָס „לא הפסיד שכר מצות אהבת רעים” איז „וכולי האי ואולי יוכל לקרבן לתורה ועבודת ה'”.
ח.
ענין הנ"ל — אַז צוליב דער טענה פון ליצני הדור האָט מען מבטל געווען טבע וסדרי השתלשלות און מען האָט געמאַכט דעם קלסתר פניו של יצחק דומה לאברהם — יש לקשר אויך
מיט „יפוצו מעינותיך חוצה” 55 ,
וואָס בעיקר האָט זיך דאָס אָנגעהויבן י"ט כסלו 56
(ולהעיר אַז פ׳ תולדות פאַלט אויס אַלעמאָל בחודש כסלו 57
(אָדער בשבת מבה"ח 58
כסלו)
— דער חודש הגאולה,
אין וועלכן עס האָט זיך אויפגעטאָן דער ענין פון „יפוצו מעינותיך חוצה”)
:
עס שטייט אין זהר 59 ,
אַז אין תורה זיינען פאַראַן גופי תורה — גליא דתורה,
און נשמתא דאורייתא — רזין דאורייתא.
ע"פ סדר ההשתלשלות זיינען זיי
(נשמתא דאורייתא און גופי תורה)
לכאורה צוויי באַזונדערע ענינים,
און יעדערער פון זיי האָט זיך זיין אופן: גופא דאורייתא איז בגילוי און נשמתא דאורייתא בהעלם
(וכמובן אויך פון דעם נאָמען רזין — סודות: בשעת מען איז מגלה,
ווערט עס אויס סוד).
קומט י"ט כסלו און איז „מכריז" — „יפוצו מעינותיך חוצה”.
אַז די מעינות פון פנימיות התורה זאָלן נמשך ונתגלה ווערן,
און אין אַן אופן פון הפצה,
און אויך אין „חוצה”.
— נוסף אויף דעם וואָס חסידות חב"ד האָט אַראָפּגעטראָגן פנימיות התורה אין הבנה והשגה,
חכמה בינה ודעת
(וואָס פאַר דעם אַלטן רבי׳ן,
און אפילו ביי
דעם אַלטן רבי׳ן גופא — פאַר פּעטערבורג,
איז ניט געווען אויף אַזוי פיל די התלבשות בהשגה 60 ),
ביז אַז חסידות חב"ד מאָנט,
ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר שרייבט,
מען 61
זאָל לערנען חסידות בהשגה אין דעם זעלבן אופן ווי מען לערנט אַ סוגיא אין נגלה — דער חוצה פון דעם לומד עצמו —
איז נוסף לזה,
מאָנט מען,
מען זאָל מפיץ זיין די מעיינות חוצה — כפשוטו — צו אַ זולת וואָס געפינט זיך אין „חוצה” —
און נאָך מער: מען זאָגט דאָך „חוצה” אָן קיינע הגבלות,
ד.
ה.
אַז אפילו אין חוצה היותר תחתון דאַרף מען מפיץ זיין די מעיינות.
ט.
לכאורה איז עס אַ תמי׳ גדולה ביותר: אפילו אין נגלה זיינען דאָ הגבלות,
ביז וכמ"ש 62
„ולרשע אמר אלקים מה לך לספר חוקי”,
איז ווי זאָגט מען,
יפוצו מעינותיך חוצה?
אויף דעם קומט די הוראה,
אַז בשעת עס רירט אָן אין עצם פון אַ אידן,
וואָס ער איז מושרש אין עצמות,
רעכנט מען זיך ניט מיט הגבלות פון השתלשלות,
און דער אויבערשטער איז מהפך וצר
קלסתר פניו של יצחק ער זאָל זיין דומה לאברהם,
אַז אויך פנימיות התורה וואָס מצד סדרי השתלשלות איז זי בהעלם
(גבורה,
יצחק)
זאָל קומען בגלוי
(חסד,
אברהם).
און דער אַלטער רבי זאָגט 63
אַז אויף דעם איז מכוון דער משל פון אַ בן מלך וואָס איז זייער קראַנק געוואָרן,
ביז ס׳איז ניט געווען קיין עצה,
נאָר צו צערייבן אַן אבן טובה וואָס איז קבועה אין כתר המלך — און וואָס אין דעם אבן טובה איז תלוי די גאַנצע שיינקייט פון „נזר העטרה המכתירה” — און געבן דאָס טרינקען דעם בן־מלך.
האָט דער מלך געזאָגט,
אַז ווי גרויס ס׳איז דער יוקר פון כתר המלכות,
איז דאָס אָבער כאין ואפס לגבי דעם לעבן פון זיין זון.
— ע"פ דין טאָר מען זיך ניט משתמש זיין אפילו בכתר המלך 64 .
און דאָ איז מען אינגאַנצן מאבד עיקר הכתר — צוליב דעם בן המלך
(אע"פ אַז ער איז אַ בן המלך,
איז ער דאָך ניט דער מלך 65 ).
וואָרום בשעת עס רירט אָן חיי בנו וועלכער איז מהותו פון דעם מלך — ווערן בטל אַלע חשבונות.
און דער אַלטער רבי איז נאָך מוסיף אין דעם אַ געוואַלדיקן ענין: אפילו בשעת דער מצב פון דעם בן מלך איז אויף אַזוי פיל פאַרערגערט געוואָרן,
ביז אַז ס׳איז אַ ספק צי ער וועט מקבל זיין די מי הרפואה אפילו אַ טפה מהם,
פונדעסטוועגן,
איז כדאי און מען צערייבט דעם אבן טובה,
וואָס רובה וועט
אַוועקגיין לאיבוד,
טאָמער וועט איין טראָפּן אַריינגיין לתוך פיו של בן המלך.
און דורך דער התעסקות אין „יפוצו מעינותיך חוצה”,
ברעגגט דאָס דעם
„קאתי מר" דא מלכא משיחא,
במהרה בימינו ממש.
(משיחת ש"פ תולדות תשכ"ה)