א.
אויפן פסוק
(בתחלת פרשתנו)
"אלה תולדות נח נח איש צדיק תמים הי׳ בדורותיו",
זיינען דא צוויי פירושים 1
(ווי רש״י ברענגט בפירושו על התורה)
אינעם דיוק פון ״בדורותיו״ - "יש מרבותינו דורשין אותו לשבח כו׳ ויש דורשין כו׳" 2 .
לויט דער דעה אז "בדורותיו" מיינט ניט לשבח זאגן רז״ל
(ווי רש״י איז מפרש)
: ״לפי 3
דורו הי׳ צדיק ואילו הי׳ בדורו של אברהם לא הי׳ נחשב לכלום" 4 .
איז ניט גלאטיק דער לשון " אילו הי׳ בדורו של אברהם": אברהם איז גע־ בארן געווארן נ״ח שנה לפני מיתת נח 5
- ווי דער סימן פון אבן עזרא 6
"ואברהם אבינו בן נ״ח כאשר מת נח״ 7
- איז
דאך נח געווען א משך זמן "בדורו של אברהם״ 8
!
און כאטש אז בתחלת ימיו האט אברהם לכאורה נאך ניט דערגרייכט צו דער שלימות המדריגה פון "צדיק",
ביז אז עס שטייט אין מדרש 9
"שהי׳ אבינו אברהם מתפחד ואומר תאמר שיש בידי עון שהייתי עובד ע״ז כל השנים הללו״ 10
און ערשט דערנאך איז ער געווארן מכיר את בוראו -
איז אבער נאך פאר זמן בן נ״ח שנה האט ער שוין לכל הדיעות 11
מכיר גע־ ווען את בוראו; און דערצו נאך - א הכרה בכח עצמו ,
ווי דער רמב״ם איז מאריך בריש הל׳ ע״ז,
ווי אזוי אברהם איז פון זיך אליין צוגעקומען צו וויסן און מכיר זיין דעם אויבערשטן "ולא הי׳ לו מלמד ולא מודיע דבר"
[ניט ווי נח,
וואס זיין ידיעת והכרת הבורא איז
(ווי ס׳איז משמע 12 )
ניט גע־ ווען בכח עצמו,
און ווי מיר געפינען בנוגע סוד העיבור בפירוש ,
אז ער האט
עם געלערנט פון
(חנוך 13
ו)
מתושלח 14
זיין זיידען.
ובפרט,
לויט ווי דער רמב״ם שרייבט 15
אז מתושלח האט געהאט א בימ״ד 16
און א ב״ד 17
איז דאך זיכער אז זיין הויפט אייניקל נח 18
איז געווען דארט און געלערנט דארט.
ער האט מקבל געווען פון אנדערע פאר אים
(און עד״ז איז אויך דער חילוק בנוגע זייער הנהגה: ״נח 19
הי׳ צריך םעד לתומכו,
אבל אברהם הי׳ מתחזק והולך בצדקו מאליו״) 20 ]
-
איז ווי איז מתאים צו זאגן " אילו הי׳ בדורו של אברהם כו׳",
בשעת אז נח איז יע געווען א משך זמן אינעם דור פון אברהם
(שוין נאך דעם ווי אברהם "הכיר את בוראו") 21 ?
אפילו מ׳זאל טייטשן אז " דורו של אברהם" מיינט און הויבט זיך אן
(ניט פון זמן אברהם׳ם עבודה מיט זיך ,
נאר)
פון זינט ער האט אויפגעטאן מיט אנדערע -"את הנפש אשר עשו בחרן" 22 ,
און ווי די גמרא 23
זאגט אז דוקא פון דעמולט האבן זיך אנגעהויבן די שני אלפים תורה 24
-איז דאך אויך דער אויפטו געווען כמה יארן פאר מיתת נח,
ווי די גמרא זאגט 23
: "גמירי דאברהם בההיא שעתא בר חמשין ותרתי הוה".
ב.
וועגן דעם גיל ווען אברהם הכיר את בוראו זיינען דא כמה דעות: בן ג׳ 25 ,
בן מ׳,
בן מ״ח 26 ,
בן נ׳ 27 .
דער רמב״ם אין הל׳ 28
ע״ז 29
זאגט אז "בן ארבעים שנה הכיר אברהם את בוראו" 30 .
זאגט אויף דעם דער ראב״ד
״יש אגדה בן שלש שנים שנאמר 31
עקב אשר שמע אברהם בקולי מנין עקב".
דער כסף משנה איז מסביר,
אז "אפשר לקיים זה וזה דבן שלש שנים הי׳ כשהתחיל לחשוב כו׳ 32
להכיר בוראו אבל כשהי׳ בן ארבעים השלים להכירו 33 .
ורבינו כתב העיקר שהוא גמר ההיכרא דהיינו כשהי׳ בן ארבעים שנה.
וצ״ל שהי׳ גורס..
בן ארבעים 34 ..
ולא בן מ״ח כמו שהוא בספרים".
מ׳דארף אבער פארשטיין: וויבאלד די גירסא הנפוצה אין מדרשים שלפנינו 35
איז ״בן מ״ח 36
שנה הכיר אברהם את בוראו״ - פארוואס האט דער רמב״ם אנגענומען דוקא די גירסא אז ״בן ארבעים שנה 37
הכיר אברהם את בוראו" 38 ?
אויך דארף מען פארשטיין: וויבאלד אז "אפשר לקיים זה וזה"
(סיי די דיעה אז בן שלש הכיר את בוראו און סיי די דיעה אז ער איז געווען בן ארבעים)
און דער רמב״ם אליין רעדט בתחלת ההלכה וועגן דעם ווי אברהם איז געווען בקטנותו - "כיון שנגמל איתן זה התחיל לשוטט בדעתו והוא קטן והתחיל לחשוב כו׳",
איז פארוואס דערמאנט ער ניט בפירוש,
אז אין דער צייט ווען " התחיל לחשוב כו׳" איז ער געווען בן שלש שנים 39 .
ג.
וועט דאס זיין מובן בהקדם כללות הביאור אין רמב״ם הל׳ ע״ז.
אין דעם ערשטן פרק הויבט אן דער רמב״ם: "בימי אנוש טעו בני האדם טעות גדול",
און נאכדעם ווי ער איז מבאר בארוכה זייער טעות איז ער מסיים "וזה הי׳ עיקר ע״ז".
דערנאך איז ער ממשיך
(אין הלכה ב)
: "ואחר שארכו הימים עמדו בבני אדם נביאי שקר ואמרו שהא־ל צוה ואמר להם עבדו כוכב פלוני כו׳",
און ער איז מפרט ומסביר ווי מ׳האט אנגעהויבן דינען כוכב פלוני כו׳ און איז מבאר באריכות ווי מ׳איז שפעטער ארונטער ביז צום נידעריקסטן שלב פון ע״ז.
"וכיון שארכו הימים נשתכח השם הנכבד והנורא מפי כל היקום ולא הי׳
שום אדם מכירו..
אלא יחידים בעולם כגון חנוך ומתושלח נח שם ועבר,
ועל דרך זה הי׳ העולם הולך ומתגלגל עד שנולד עמודו של עולם והוא אברהם אבינו".
און אין הלכה ג איז ער מבאר באריכות ווי אברהם איז צוגעקומען להכיר את בוראו און וועגן אלע מעשים וענינים נעלים וואם ער האט געטאן נאכדעם איינצופלאנצן דעם "עיקר גדול"
(הכרת הבורא ועבודתו)
אין הארצן פון "אלפים ורבבות״,
ביז ״הודיעו ליצחק בנו ..
ויצחק הודיע ליעקב ..
ויעקב למד בניו כו׳״,
און ווי ם׳איז געווען דער מצב פון בני יעקב ביז דער אויבערשטער האט געשיקט משה רבינו און געגעבן די מצות צו אידן,
און - דאם אלעם מיט אן אריכות גדולה.
וואס לכאורה איז דאם ניט מובן: דער רמב״ם איז א םפר פון "הלכות הלכות"
(ווי דער רמב״ם שרייבט בהקדמת םפרו),
ניט קיין םפר וואס דערציילט דברי ימי עולם אדער אפילו דברי ימי ישראל -
טא וואס איז נוגע להלכה די גאנצע אריכות פון כל הפרק,
ווי אזוי ם׳איז געווען די השתלשלות הירידה פון עובדי ע״ז פון זינט ימי אנוש און ווייטער,
ביז צום זמן ווען "בחר ה׳ בישראל לנחלה והכתירן במצות והודיעם דרך עבודתו ומה יהי׳ משפט ע״ז וכל הטועים אחרי׳"?
ווען דער רמב״ם וואלט מקדים גע-ווען,
אז אדם הראשון איז נצטווה גע-ווארן על
(איםור)
ע״ז 40 ,
וואלט מען גע-קענט פארענטפערן
(עכ״פ בדוחק),
אז אריכות הנ״ל איז נוגע צו דעם וואס דער רמב״ם שרייבט ווייטער אין פרק
ב 41
"שכל המודה בע״ז כופר כו׳ ובכל מה שנצטוו הנביאים מאדם ועד סוף העולם כו׳״.
נוםף לזה: וויבאלד אז אויך בני נח זיינען געווען מצווה על ע״ז 42 ,
ווערט מיט דער אריכות באווארנט,
אז כאטש אין משך פון כו״כ דורות פון זינט ימי אנוש ואילך האט מען געדינט ע״ז,
ביז אז "פשט דבר זה בכל העולם" 43 ,
זאל מען ניט מיינען אז ביי זיי איז דאם ניט געווען קיין איםור,
נאר זיי האבן דערמיט עובר געווען אויף ציווי השם.
דער רמב״ם אבער דערמאנט ניט אין דעם גאנצן פרק,
אז אדם הראשון איז נצטווה געווארן אויף ע״ז,
און איז בכלל ניט מדגיש דעם גודל האיםור בדבר אויך אין יענע זמנים 44 .
קומט אוים,
אז דער המשך ובאריכות םיפור הענינים אין גאנצן פרק איז לכאורה בלויז א םיפור מאורעות,
וואס האט קיין שייכות ניט צום םפר היד פון רמב״ם 45
וואס ענינו איז - הלכות.
ד.
ויש לומר,
אז דער פרק ראשון פון הל׳ ע״ז ואריכות עניניו איז א הקדמה כללית צו אלע הלכות ע״ז אין רמב״ם.
דער ביאור בזה:
דער חטא פון ע״ז,
כאטש אז בכללות באשטייט ער פון איסורים בנוגע למעשה 46
ובפועל
( עבודה זרה),
איז אבער תוכנו 47
ועיקרו פארבונדן מיט מחשבת האדם,
הרהור הלב - דאס וואס ער טראכט בלבו ומחשבתו,
אז א נברא,
א מלאך,
גלגל כו׳ איז אן אלוקה,
אדער לפחות א סרסור,
מציאות בפ״ע,
וואס אויך דאס איז אן איסור מפורש,
און ווי דער רמב״ם איז מפרט אין די הלכות גלייך בתחלת פרק ב: "עיקר הציווי בע״ז שלא לעבוד אחד מכל הברואים לא מלאך כו׳ ואע״פ שהעובד יודע שה׳ הוא האלקים והוא עובד הנברא הזה על דרך שעבד אנוש כו׳ וענין זה הוא שהזהירה התורה עליו
כו׳ כלומר שמא תשוט בעין לבך תראה שאלו הן המנהיגים את העולם והם שחלק ה׳ אותן כו׳ ותאמר שראוי להשתחוות להם ולעובדן,
ובענין הזה צוה ואמר כו׳ כלומר שלא תטעו בהרהור הלב לעבוד אלו להיות סרסור ביניכם ובין הבורא"; און אין ווייטערדיקע הלכות איז ער ממשיך אז "צונו הקב״ה שלא לקרות באותן הספרים
(וועגן עבודה זרה)
כלל ולא נהרהר בה ולא בדבר מדברי׳ 48
..
וכל 49
הלאווין האלו בענין אחד הן והוא שלא יפנה אחר ע״ז כו׳ 50
ולא ע״ז בלבד הוא שאסור להפנות אחרי׳ במחשבה אלא כל מחשבה שהוא גורם לו לאדם לעקור עיקר מעקרי התורה כו׳" 51 .
ה.
דערפון איז מובן אז בכדי צו מקיים זיין כדבעי די מצות ל״ת ועשה פון ניט דינען ע״ז איז ניט גענוג צו וויסן בלויז די הלכות בנוגע לעשי׳ - וואס מ׳דארף טאן און וואס מ׳טאר ניט טאן,
נאר אדרבא - לכל לראש דארף באווארנט ווערן בתכלית די מחשבה - און דערפאר די אריכות הגדולה בזה.
עס דארף נקבע ווערן במחשבת האדם ולבו,
אז אלע ברואים שבעולם האבן ניט קיין מציאות פאר זיך,
ובמילא איז ניטא קיין מקום מ׳זאל מכבד זיין,
מחשיב זיין אדער דינען ח״ו וועלכן ס׳איז נברא 52
- "לא מלאך ולא גלגל ולא כוכב ולא אחד
מארבעה יסודות ולא אחד מכל הנבראים מהן" 53 .
ויתרה מזה - די הקדמה צו הלכות ע״ז איז נוגע צום קיום פון אלע מצות,
ווארום דער אפהיטן מצות ע״ז איז "עיקר כל המצות כולן" 54 .
און דעריבער איז דער רמב״ם מקדים דעם גאנצן פרק א׳ פאר די הלכות ע״ז,
אנהויבנדיק פון "בימי אנוש כו׳ טעו בני אדם כו׳ חכמי אותו הדור" און איז מסביר אז זייער טעות איז באשטאנען דערין וואס זיי האבן געמיינט,
אז "הואיל והאלקים ברא כוכבים..
וחלק להם כבוד כו׳",
דעריבער איז ראוי מ׳זאל זיי מכבד און משבח זיין,
ביז צו בויען פאר זיי היכלות און דינען זיי ר״ל.
דערמיט גיט דער רמב״ם צו פארשטיין,
אז דער עיקר וסיבה פון ע״ז,
(אויך ווי עס איז געווען בימי אנוש
(ווען זיי האבן דערמיט געמיינט "להשיג רצון הבורא בדעתם הרעה")),
איז מופרך ניט נאר מפני ציווי וגזירת ה׳,
נאר דאס איז היפך האמת והמציאות,
היפך השכל 55 ,
דאס האט זיך גענומען דערפון וואס " טעו בני אדם טעות גדול"; וויסנדיק "שאתה הוא לבדך" זיינען זיי דורכגע־ פאלן אין חטא ע״ז צוליב "טעותם וכסילותם שמדמים שזה ההבל רצונך הוא" 56 .
און בהלכה ב בריינגט דער רמב״ם ארויס די נידעריקערע און ערגערע אופנים פון ע״ז וואס ס׳זיינען דא -זאגן,
אז "הא־ל צוה עבדו כוכב פלוני"; און די "כהנים אומרים להם שבעבודה זו תצליחו״; אדער אז דער ״כוכב עצמו..
אמר להם עבדוני״ - ביז צו זאגן "שזו הצורה מטיבה ומריעה כו׳״ - און אז זיי קומען מצד דעם וואס "עמדו בבני אדם נביאי שקר".
ד.
ה.
אז דער טעות במחשבה ובלב הנ״ל האט דערפירט 57
צו אזא ירידה,
וואס איז נאך למטה פון טעות בשכל ובהבנה,
נאר דאס איז אן ענין פון היפך השכל לגמרי,
וואס שטאמט פון ״נביאי שקר ..
כוזבים אחרים".
און דאס ברענגט סו״ס צו אינגאנצן פארגעסן על הקב״ה,
ווי ס׳איז געווען דעמולט - "וכיון שארכו הימים נשתכח השם הנכבד והנורא מפי כל היקום כו׳" - אז בסיבת דעם טעות גדול איז מען בהמשך הזמן געגאנגען מדחי אל דחי,
ביז צום מצב פון פארגעסן און ניט וויסן אז ס׳איז דא א בורא עולם ומנהיגו 57 .
און נאך דעם אלעם איז דער רמב״ם מוסיף לתאר
(בהלכה ג)
ווי אזוי אברהם אבינו איז צוגעקומען צו ידיעת ה׳,
וואס דאס ברענגט ארויס נאכמער ווי ביי אן אדם דארף זיין מופרך
(אויך מצד שכל)
יעדער אופן פון ע״ז - אז אפילו ווען אברהם האט זיך געפונען צווישן עובדי ע״ז באופן גרוע 58 ,
"והוא עובד עמהם",
און פונדעסטוועגן איז ער געווען דער וואס "השיג דרך האמת והבין קו הצדק 59
מתבונתו הנכונה כו׳ וידע שכל העולם טועים כו׳״60.
נאכמער: דער רמב״ם איז אויך מתאר בפרטיות ווי אזוי אברהם איז צו דעם געקומען - "והי׳ תמי׳ האיך אפשר שיהי׳ הגלגל הזה נוהג תמיד ולא יהי׳ לו מנהיג ומי יםבב אותו כי אי אפשר שיםבב את עצמו..
ולבו משוטט ומבין".
ד.
ה.
אז די בריאה גופא איז מכריח און איז מגלה דעם "דרך האמת",
אז "יש שם אלקה אחד והוא מנהיג הגלגל והוא ברא הכל כו׳".
וואס דאם אלץ איז כנ״ל,
א הקדמה און א יםוד
(און אויך א טייל)
פון הלכות ע״ז: ניט נאר איז דאם מועיל ופועל אז א איד זאל זיך אויםהיטן פון ע״ז במעשה,
נאר דאם טוט אויף ובעיקר,
אז במחשבתו ובלבו זאל נקבע ווערן דער אמת וואס פארהיט ם׳זאל איבערהויפט ניט זיין קיין מקום לחטא זה - אז בשכלו ווערט ביי אים נתאמת אז אלע נבראים האבן ניט קיין שום מציאות וחשיבות מצד עצמם,
וכנ״ל 61 .
ו.
עפ״ז קען מען מםביר זיין וואס דער רמב״ם האט בוחר געווען די גירםא ״ובן ארבעים שנה הכיר אברהם את בוראו" - און ניט די גירםא ״בן מ״ח" וכיו״ב
(ונוםף ע״ז איז טעמא בעי - צוליב וואס דארף דער רמב״ם בכלל זאגן ווי אלט ער איז דאן געווען),
ווייל אויך דורכדעם קומט צו אין דער הםברה והדגשה הנ״ל פון שלילת ע״ז:
בנוגע דעם גיל פון ארבעים שנה זאגן חז״ל 62
אז "בן ארבעים לבינה".
ד.
ה.
אז בעת מען דערגרייכט דעם עלטער פון ארבעים שנה,
קומט מען צו,
מצד טבעו ,
צו א שלימות אין הבנה והשגה
(ע״ד ווי "בן שלשים לכח" שלפנ״ז איז אן ענין אין טבע האדם,
ועד״ז "בן ה׳ למקרא" שלפניו,
און "בן חמשים לעצה",
"בן ששים לזקנה" כו׳,
שלאח״ז) 63 .
דערפון איז מובן,
אז די הבנה והכרה אין מציאות הבורא,
און אין דער שלילת המציאות והחשיבות פון א דבר זולתו ית׳,
איז אן ענין וואס איז פארבונדן מיט טבע פון שכל הנברא - ניט אן ענין וואס איז העכער פון גדר שכל הנברא 64 .
ומהאי טעמא נעמט אן דער רמב״ם די גירסא פון "בן ארבעים שנה הכיר את בוראו",
ווייל דאס איז דער גיל ווען די הכרת והבנת השכל איז בשלימות,
און דאס איז בהתאם צו תוכן כל ההלכה והפרק
(כאטש אז אויך לדעת הרמב״ם איז רוב שנים יודיעו חכמה 65
וכנ״ל "בן חמישים כו׳" אויך נאכדעם איז אברהם נאכאנאנד נתעלה געווארן אין הכרת הבורא,
בן מ״ח,
נ׳,
וכיו״ב) 66 .
עפ״ז איז אויך מובן וואס דער רמב״ם דערמאנט ניט
(בתחלת ההלכה)
אז אברהם איז געווען "בן שלש" ווען "התחיל לחשוב ולשוטט במחשבתו" און דערמיט האט זיך אנגעהויבן דער ענין פון ״הכיר את בוראו״ - ווייל דעמולט וואלט דאס געגעבן א מקום לטעות,
אז דאס איז ביי אים ניט געווען פארבונדן מיט טבע השכל מצד עצמו,
נאר לגמרי באופן נסי 67 ,
למעלה מהשכל 68
; זייענדיק
בן שלש שנים,
איז שוין ביי אים געווען א הכרה אין אלקות 69
!
ז.
און מיט דער נקודה וכוונה איז דער רמב״ם ממשיך ווייטער אין דער הלכה,
מאריך ומפרט ווי אזוי אברהם "התחיל להשיב תשובות כו׳ ולערוך דין עמהם ..
כיון שגבר עליהם בראיותיו ביקש המלך להורגו 70
כו׳" און ווי "הי׳ מהלך וקורא ומקבץ העם מעיר לעיר",
ביז ער האט מחזיר געווען העם "לדרך האמת 71
עד שנתקבצו אליו אלפים ורבבות והם אנשי בית אברהם ושתל בלבם העיקר הגדול הזה״ -
דורך ראיות והכרחים שכליים האט ער אומגעקערט "אלפים ורבבות"
(וואס זיינען געווען עובדי ע״ז)
"לדרך האמת" "ושתל בלבם",
וואס כ״ז איז מוסיף ומדגיש אין דעם חוזק והתאמתות הכרת האדם בשלילת ע״ז כנ״ל.
ח.
עפכ״ז איז מבואר ענין הנ״ל,
אז "אילו הי׳ בדורו של אברהם לא הי׳ נחשב לכלום":
דא ווערט ניט געמיינט אז לגבי אברהם עצמו "לא הי׳ נחשב לכלום" נאר לגבי ״ דורו של אברהם״ -
און "דורו של אברהם" מיינט
(ניט די צייט ווען אברהם איז געווארן מפורסם בדורו דורך "הנפש אשר עשו בחרן"
(וואס דאס האט זיך אנגעהויבן נאך בחיי נח,
כנ״ל),
נאר)
בשעת דער דור איז געווארן דורו ,
בהתאם צו דעם דרך פון אברהם,
צו דעתו שיטתו והנהגתו,
וואס דאם האט זיך נאך ניט אויפגעטאן בעת ער איז געווען אין אור כשדים וואס בלויז " גבר עליהם בראיותיו",
און אפילו ניט זייענדיק אין חרן,
נאר א םך שפע־ טער,
ווען "הגיע לארץ כנען והוא קורא שנאמר 72
ויקרא שם בשם ה׳ א־ל עולם עד שנתקבצו אליו אלפים ורבבות והם אנשי בית אברהם ושתל בלבם העיקר הגדול הזה":
דער אויפטו אין דעם איז,
אז זייער הכרת הבורא איז געווען ניט
(נאר)
דורך דעם וואס אברהם האט זיי מנצח געווען,
" גבר עליהם בראיותיו" און אפילו אויך ניט
(נאר)
אין אן אופן וואס זיי האבן מקבל געווען בשכלם די הםברות והוכחות פון אברהם,
ובמילא איז זייער הכרה אין אלקות געווען ווי א צוגעקומענער ענין
(פון דעם וואס אברהם האט אין זיי אריינגעגעבן)
- נאר " שתל בלבם",
ער האט אין זיי איינגעפלאנצט 73
די הכרה און ידיעה באלקות,
דאם איז בא זיי געווארן אן אייגענע זאך,
ע״ד ווי בא אברהם - זיי האבן מכיר געווען אלקות
(אויך)
מצד זייער שכל גופא.
און דעמולט איז מתאים צו זאגן אז דאם איז ״דורו של אברהם״ - אברהם׳ס דור 74 ,
אז דער דור 75
איז געווען דורכגע־
נומען מיט הכרה פון אלקות,
ע״ד ווי אברהם 76 .
ולפ״ז איז מובן דער לשון " אילו הי׳ בדורו של אברהם",
ווייל דער מצב הדור איז געווען לאחרי מות נח,
ווען אברהם איז געווען בשנות השבעים 77 .
ט.
לפ״ז דארך מען אבער פארשטיין דעם המשך בהלכה ג,
וואו דער רמב״ם זאגט,
אז נאכדעם ווי די בני יעקב זיינען געווארן אן "אומה שהיא יודעת את ה׳ עד שארכו הימים לישראל במצרים
(איז בהמשך לזה געווארן א שינוי)
וחזרו ללמוד מעשיהן ולעבוד ע״ז כמותן כו׳ וכמעט קט הי׳ העיקר ששתל אברהם נעקר״ - לפי הנ״ל ברענגט עם ארוים דעם היפך פון דעם תוכן פון דעם גאנצן פרק,
אז דער מענטש מצד שכלו גופא איז יודע די אפגעפרעגטקייט פון ע״ז,
און יודע ומכיר דעם אויבערשטן - און דא זאגט מען,
אז אפילו די "אומה שהיא יודעת את ה׳",
"חזרו ללמוד מעשיהן ולעבוד ע״ז כמותן".
איז דאם מובן לויטן המשך וסיום הפרק אין רמב״ם,
וז״ל: "ומאהבת ה׳ אותנו עשה משה רבן של כל הנביאים ושלחו כיון שנתנבא משה רבינו ובחר ה׳ בישראל לנחלה הכתירן במצות והודיעם דרך עבודתו ומה יהי׳ משפט ע ״
ז וכל הטועים אחרי׳".
דער רמב״ם איז דערמיט מדגיש: דאם וואס די מציאות פון ע״ז און עבודתה באיזה אופן שהוא
(אפילו באופן פון דור אנוש)
האט קיין מציאות ניט,
איז טאקע אן ענין המושג ומובן מצד טבע שכל האדם און מוכרח מצד הבריאה,
כנ״ל,
און דאם איז נוגע צו וויסן אלם הקדמה צו הלכות עבודה זרה,
וויבאלד דאם איז פועל אין שכל האדם הכרת אלקות און שלילת עבודה זרה,
כנ״ל -
אבער צוזאמען דערמיט מוז מען וויםן,
אז מ׳קען ניט פארלאזן זיך ,
בויען אויך דעם אליין,
אז זיין שכל זאל זיין דער איינציקער יסוד צו אפהאלטן זיך פון ע״ז און צו האבן די הכרה אין מציאות הבורא און דינען אים; ווי מען זעט עם פון ישראל בימים ההם,
אז נאכן ווערן אן "אומה שהיא יודעת את ה׳" איז ווען "ארכו הימים לישראל במצרים וחזרו ללמוד מעשיהן ולעבוד ע״ז כמותן כו׳..
חוזרין בני יעקב לטעות העולם ותעיותן"
- כדי צו באווארענען פון חטא ע״ז האבן זיי געדארפט אנקומען צו דעם וואס ״מאהבת ה׳ אותנו ..
עשה משה רבינו רבן של כל הנביאים ושלחו וכיון שנתנבא משה רבינו ובחר ה׳ ישראל לנחלה הכתירן במצות והודיעם דרך עבודתו כו׳״ - ד.
ה.
אז דער קיום איז געווען מצד ציווי ה׳.
און ניט נאר די הכרה אין מציאות הבורא נאר אויך עבודתו,
וואס אויך דאם איז אן ענין צו וועלכן מ׳איז
צוגעקומען
(בזמן אברהם)
דורך דער אייגענער הכרה - "שאין ראוי לעבוד אלא לאלוה העולם ולו ראוי להשתחוות ולהקריב ולנםך כו׳" 78
- דארך מען וויסן אז אויך דאם איז פארבונדן מיט דברי ה׳,
נבואת משה רבינו,
דער אויבערשטער "הודיעם דרך עבודתו".
ויש לומר אז דאם איז אויך נוגע להלכה: אפילו דער,
וואס די שלילת מציאות הע״ז און די הכרה איז בא אים מושג ומוכרח מצד השכל,
דארך ער מקיים זיין די מצות וציווי ע״ז
(אויך די ל״ת שבה,
דעם ניט דינען ע״ז)
מצד דעם וואס " הודיעם דרך עבודתו".
יו״ד.
על פי כהנ״ל קומט אוים,
אז אין פרק א פון הלכות ע״ז ברענגט דער רמב״ם ארוים צוויי הלכות: א)
אז דער חטא פון ע״ז איז אן ענין וואס איז מופרך אויך מצד שכל האדם,
און עם דארך בא אים בשכלו נתאמת ונקבע ווערן די אפגעפרעגטקייט און די פרטי ציוויים ואיםורים דע״ז; ב)
ומאידך,
אז דער קיום פון דער מצוה בפועל דארך ניט זיין "געבויעט"
(נאר)
אויף זיין הכרה וידיעה,
נאר ער זאל עם טאן דערפאר וואס "הודיעם דרך עבודתו",
ווייל דער אויבערשטער האט אזוי אנגעזאגט ע״י משה רבינו "רבן של כל הנביאים".
ד.
ה.
דער קיום בפועל דארף זיין מיוםד אויך אמונה בהשם 79
און אויך דער יראה צו עובר זיין אויך ציווי השם.
די ציוויי ואיסורי ע״ז זיינען דער צד השלילי,
דער ענין פון ל״ת,
און דער צד החיובי שבזה איז די מ״ע פון ידיעת ה׳ ואחדות ה׳
[און ווי דער רמב״ם זאגט 80 ,
אז דער ספר הראשון פון ספר היד "אכלול בו כל המצות שהם עיקר דת משה רבינו ע״ה כו׳ כגון יחוד השם ב״ה ואיסורי ע״ז וקראתי שם ספר זה ספר המדע״ 81 ]
- איז אויך ווען ער רעדט וועגן דער מ״ע ברענגט דער רמב״ם די ביידע דערמאנטע ענינים:
אין אנפאנג הל׳ יסודי התורה זאגט ער דעם לשון " לידע שיש שם מצוי ראשון
(לידע שיש שם אלוה 82 )
",
אז די מצוה באשטייט אין וויסן און פארשטיין בשכל אז ס׳איז פאראן דער מצוי ראשון,
דער אלוה בורא העולם; און אין אנהויב סהמ״צ 83
זאגט דער רמב״ם דעם לשון
"צונו בהאמנת האלקות שנאמין שיש שם עילה וסיבה כו׳״ - דער ציווי איז,
אז מ׳זאל גלויבן מיט אמונה 84
(העכער פון שכל)
אין דער מציאות פון אן עילה וסיבה אלקית.
יא.
ועפי״ז יש להוסיף בפנימיות הענינים:
כשם ווי בא דער הכרה וידיעה אין בורא עולם,
ביי דער מ״ע,
איז ניט מספיק צו האבן בלויז די ידיעה אין אלקות 85 ,
ווארום היות אז דער מענטש איז דאס מכריח בשכלו הוא - און מיטן שכל קען מען ״נעמען״ נאר די בחי׳ פון אלקות וואס ווערט נמשך בבחי׳ "מצוי ראשון והוא ממציא כל נמצא" 86 ,
ד.
ה.
ווי דער אויבערשטער כביכול איז זיך מצמצם צו האבן א שייכות צו מציאות העולם -אבער די הכרה אין "אמיתית המצאו" פון אלקות,
דער אור האלקי ווי ער איז העכער פון האבן א שייכות צו וועלט -דאס קען מען ״נעמען״ נאר מיט אמונה,
וואס איז למעלה מהשכל;
אזוי איז דאס אין דעם צד פון שלילה,
אין די ציוויי ואיסורי ע״ז,
אז
(ניט בלויז זייער קיום בפועל דארף ניט זיין געבויט נאר אויף שכל,
נאר אויך)
דאס וואס עס דארף ביי אים נתאמת ווערן בשכלו דער העדר המציאות והחשיבות פון יעדער זאך אויסער דעם אויבערשטן
(ועאכו״כ
דער קצה הכי תחתון פון ע״ז)
אויך די שלילה איז ניט גענוג ווען זי איז נאר מצד השכל,
ווייל ננוסף אויף דעם אז בעת
(נאר)
זיין שכל איז דער יסוד,
קען געמאלט זיין אז זייענדיק מושקע א ריבוי זמן אין וועלט און אין עניני העולם,
האט די מציאות פון וועלט
(וכל השייך לו)
א השפעה ופעולה און איז זיך מתגבר אויף זיין שכל,
ביז צו דערפירן ר״ל צום קצה הכי הפכי והכי תחתון,
ווי ס׳איז געווען בא די אידן אין מצרים,
אז מצד זה וואס "ארכו הימים" איז "חזרו ללמוד מעשיהן ולעבוד ע״ז כמותם"],
שכל האדם איז א מציאות - א מציאות נבראת מוגבלת,
דעריבער האט שכל ניט בכח צו שולל זיין די מציאות הנבראים בתכלית השלילה.
דוקא ווען דאס קומט מצד הציווי פון דעם אויבערשטן ,
ובדרך אמונה 87 ,
דעמולט דערהערט ער באמת 88 ,
אז יעדע מציאות זולתו ית׳ איז מושלל בתכלית.
(משיחת מוצאי ש״פ נח תש״מ)