B"H
🏡

Ikar

שמח"ת

א.

דער טעם פאַרוואָס דער יו”ט האחרון

(דער צווייטער טאָג פון שמיני עצרת)

ווערט אָנגערופן שמחת תורה,

זאָגט דער רמ”א 1

: „לפי ששמחין ועושין בו סעודת משתה לגמרה של תורה” 2 .

ס’האָט זיך שוין גערעדט פיל מאָל,

אַז אַ נאָמען וואָס איז מוסכם ע”פ תורה הגם אַז ער ווערט באַשטימט צוליב אַן ענין מסויים

(אַ סיבה,

פעולה וכיו”ב),

איז מרמז אויף דעם תוכן וענין פון דער זאַך וואָס טראָגט דער נאָמען; ובפרט ע”פ הידוע 3

אַז „שמו אשר יקראו לו בלה”ק” איז דער חיות פון דעם נברא,

איז נאָכמער מובן אַז זיין תוכן ווערט אויסגעדריקט אין דעם שם 4 .

פון דעם איז פאַרשטאַנדיק בעניננו: כאָטש אַז יו”ט האחרון ווערט אָנגערופן „שמחת תורה” צוליבן טעם וואָס דעמאָלט איז מען „ שמחין ..

לגמרה של תורה ”,

וויבאַלד אָבער אַז דער נאָמען איז נקבע געוואָרן אויפן גאַנצן מעל”ע,

איז מובן אַז דער נאָמען „שמח”ת” האָט אַ שייכות און אַ פאַרבונד מיט כל עניני היום.

נאָכמער: פון דעם גופא,

וואָס „גמרה של תורה” איז אין דעם טאָג,

איז מוכח אַז דער טאָג האָט בעצם אַ שייכות צו

דער שמחה לגמרה של תורה 5 .

דערמיט איז מובן וואָס כ”ק מו”ח אדמו”ר האָט געזאָגט 6

אַז די ברכת שהחיינו פון שמחת תורה איז ניט נאָר אויפן יו”ט,

נאָר אויך אויף תורה -דלכאורה איז דאָך ברכת שהחיינו מצד דעם וואָס ער איז יו”ט

(שני פון)

שמע”צ - וויבאַלד אָבער עס ווערט געזאָגט אינעם טאָג וואָס האָט אַ שם מיוחד בפ”ע - שמחת תורה

[ניט ווי ביי אַלע אַנדערע יו”ט שני של גליות וועלכע האָבן ניט קיין שם בפ”ע; און אפילו דער יו”ט שני פון שביעי של פסח,

וואָס ווערט אָנגערופן „אחרון של פסח”,

איז דאָך דער נאָמען גופא מוכיח אַז זיין ענין איז פסח,

נאָר ס’איז דער אחרית וסיום,

משא”כ דער נאָמען שמח”ת,

וואָס זיין תוכן ווייזט ניט אויף אַ שייכות מיט שמע”צ]

-

איז אפילו די ענינים וואָס זיינען תוכן’דיק פאַרבונדן מיט יו”ט שני של גליות,

זיינען אויך זיי פאַרבונדן מיט תורה 7

ושמחתה 8 .

ב.

מ’דאַרף אָבער פאַרשטיין: פאַרוואָס זאָל די ברכה שהחיינו אויף תורה זיין געבונדן דוקא מיט שמחת התורה?

נאָכמער: ס’איז גאָר שווער אַזוי צו זאָגן - די שמחה אין דעם טאָג איז „ לגמרה של תורה” 9 ,

און ברכת שהחיינו איז בכלל אויף אַן ענין חדש,

וואָס בנדו”ד וואָלט דאָס לכאורה מתאים געווען צו פאַרבינדן מיט התחלת התורה 10 .

[בפשטות וואָלט מען געקענט מסביר זיין,

אַז די ברכה שהחיינו דאָ איז טאַקע ניט פאַרבונדן מיט עצם קריאת ולימוד התורה,

נאָר ס’איז אַ הודי’ אויף דער שמחה חדשה 11

וואָס דער מענטש האָט מצד „ גמרה של תורה”,

ע”ד ווי דער דין אין ברכת הנהנין אַז „כל שמחת לבב הבאה לאדם” 12

דאַרף ער אויף דעם מאַכן ברכת שהחיינו.

לפי”ז וועט אויסקומען,

אַז די ברכת שהחיינו איז ניט אויף תורה נאָר אויף דער שמחה פון „ גמרה של תורה”,

אָבער פון לשון כ”ק מו”ח אדמו”ר איז משמע אַז די ברכה איז

[עכ”פ אויך]

אויף תורה 13

גופא]

;

מוז מען זאָגן אַז הגם די שמחה איז באַשטימט על „ גמרה של תורה”,

אָבער דער סיום פון תורה איז בדרך ממילא געבונדן מיט התחלת התורה מחדש; וואָרום ביי תורה איז דאָך ניט שייך אַ משך זמן פון סיום התורה,

וויבאַלד אַז תיכף ומיד ,

נאָכמער - בלי הפסק איז דאָ דער חיוב תמידי פון

(אָנהייבן)

לערנען תורה איבעראנייס - און ווי ס’איז טאַקע דער מנהג ישראל,

אַז באַלד

נאָכן סיום הקריאה פון „וזאת הברכה” הייבט מען אָן ליינען בראשית 14

- און וויבאַלד אַז די

(שמחה ב)

גמרה של תורה איז היא הנותנת מ’זאָל אָנהייבן די תורה מחדש ,

וואָלטן געקענט זאָגן אַז די ברכה שהחיינו איז

(במילא)

פאַרבונדן מיט דער נייער התחלה פון תורה -

עס איז אָבער שווער מיני’ ובי’: וויבאַלד אַז דער חיוב הלימוד בתורה איז שטענדיק,

און ער לערנט טאַקע תורה בכל יום,

און די תורה וואָס מ’האָט מסיים געווען,

די זעלבע תורה הייבט מען אָן תיכף נאָכאַמאָל - איז מיט וואָס איז עס אַ דבר חדש ,

מ’זאָל אויף דעם מאַכן „שהחיינו” 15 ?

און אויב מצד דעם יוקר וחשיבות התורה 16

- דאַרף דאָך זיין און עס איז

(וויבאַלד אַז לא ברשיעי עסקינן)

„בכל יום ויום בעיניך כחדשים ” 17 .

ג.

איז דער ביאור בזה: היות אַז תורה איז חכמתו של הקב”ה און זי איז ארוכה מארץ מדה ורחבה מני ים 18

-

תורה איז אין סוף,

איז בשעת מען איז מסיים די תורה און מען הויבט איר אָן לייענען און לערנען נאָכאַמאָל,

איז דאָ א ַחיוב „לאפשא לה” 19

- אָנצוהויבן לערנען די תורה אין אַן אופן חדש,

ביז אַן אופן וואָס איז באין ערוך צו דעם לערנען פון דעם פריערדיקן יאָר.

און אין דעם באַשטייט די שמחה בשמח”ת און איר שייכות צו ברכת שהחיינו אויף תורה: נאָכדעם ווי מ’איז מסיים די תורה מאַכט מען אַ שמחה וואָס מ’האָט געענדיקט איין אופן אין לימוד התורה,

און מצד דעם מאַכט מען ברכת שהחיינו אַ שבח והודי’ אויף דער התחלת הלימוד בתורה אין אַן אופן חדש.

ואע”פ אַז לימוד התורה דאַרף זיין מיט הבנה והשגה פון שכל,

וואָס שכל איז מדוד ומוגבל - היינט ווי איז שייך צו זאָגן אַן אופן חדש אין לימוד התורה וואָס איז באין ערוך צו פריער?

-וויבאַלד אָבער אַז תורה איז א”ס,

זיינען אויך אין הבנה והשגה פון תורה פאַראַן אופני הלימוד זה למעלה מזה ביז צו אופן חדש,

ביז אין אַן אופן שבאי”ע.

אַ דוגמא אויף דעם געפינט מען אין דעם וואָס די גמרא 20

זאָגט וועגן ר’ זירא: „כי סליק לארעא דישראל יתיב מאה 21

תעניתא דלשתכח תלמודא בבלאה מיני’ כי היכא דלא נטרדי’” און ער זאָל קענען לערנען דעם תלמוד ירושלמי.

וואָס לכאורה איז ניט מובן פאַרוואָס ער האָט געמוזט פאַרגעסן תלמוד בבלי - אין שכל איז דאָך אַ ידיעה והבנה

(ניט בלויז ניט מבלבל,

נאָר עס איז)

גאָר מסייע צו אַ העכערע ידיעה והשגה בשכל?

נאָר במה דברים אמורים,

ביי אַן אופן פון השגה וואָס איז בערך ובגדר פון דער פריערדיקער השגה,

משא”כ דער אופן הלימוד פון תלמוד ירושלמי וואָס איז באַ ר”ז געווען העכער באין ערוך פון דעם לימוד פון תלמוד בבלי

(אפילו בלימוד בבלי הנעלה פון ר”ז),

וואָרום אויף תלמוד בבלי ווערט געזאָגט 22

„במחשכים הושיבני” און אויף תלמוד ירושלמי זאָגט מען 23

„אין תורה כתורת א”י” - דערפאַר איז דער פריערדיקער לימוד מבלבל צו דעם לימוד חדש פון תלמוד ירושלמי.

ד.

עפ”ז קומט צו אַ תוס’ הסברה אין ענין הנ”ל,

ובהקדים וואָס מען איז מבאר 24

דעם טעם פאַרוואָס מ’האָט ניט קובע געווען שמח”ת בחג השבועות

(אינעם זמן מתן ־תורה),

נאָר דוקא בשמע”צ,

וואָס קומט לאחרי נתינת לוחות השניות ביוהכ”פ - וויילע די לוחות השניות זיינען געגעבן געוואָרן צו בעלי תשובה,

און דאָס איז אַ גרעסערע שמחה ווי די נתינת לוחות הראשונות בחגה”ש,

וואָס איז לצדיקים;

און דערפון - לנדו”ד: נאָכן תענית און סליחה ומחילה פון יוהכ”פ ווערט יעדער איד אַ מציאות חדשה 25 ,

און

דערפאַר,

ווען ער איז באַלד נאָכדעם מסיים די תורה בשמח”ת,

האָט ער בכח אָנצוהויבן לערנען תורה באופן חדש -ובדוגמת לוחות שניות דורך וועלכע ס’איז צוגעקומען אַ הוספה 26

ועילוי נעלה ביותר אין תורה.

ה.

עפ”י הנ”ל קען מען מבאר זיין די שייכות פון פ’ וזאת הברכה צו שמח”ת: אין התחלת הסדרה זאָגט תורה אַז דער אויבערשטער האָט געגעבן די תורה צו אידן אין אַן אופן פון „תורה צוה לנו משה ”,

וואָס עפי”ז איז מובן אַז משה רבינו האָט דאַמאָלס דערגרייכט צו תכלית השלימות אין ידיעת והשגת התורה - און אעפ”כ לערנט מען בסיום הסדרה 27

„ויעל משה מערבות מואב אל הר נבו”,

וואָס אויף דעם שטייט אין כתבי האריז”ל 28

אַז ער איז דעמולט צוגעקומען צום שער הנ’

(„נבו” - נ’ בו)

; ד.

ה.

דאָס וואָס די גמרא זאָגט 29

„חמישים שערי בינה נבראו בעולם וכולן ניתנו למשה חסר אחד”,

חוץ דעם שער הנו”ן,

איז דאָס בנוגע דעם זמן ביז צו זיין פטירה; סמוך לפטירתו אָבער האָט ער משיג געווען אויך דעם שער הנו”ן,

וואָס איז שלא בערך צו די מ”ט שערי בינה 30 .

וי”ל בדא”פ - אַז מעין זה איז דאָ ביי אידן יעדן שמח”ת,

ווען מען לייענט און

מען לערנט „ויעל משה גו’ אל הר נבו”,

און מען ענדיקט לערנען פרשת וזאת הברכה 31 ,

און מען הויבט אָן נאָכאַמאָל תורה באופן נעלה וחדש.

ו.

עס איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק: ענין הנ”ל,

אַז בשמח”ת לאחר „גמרה של תורה” הויבט מען אָן לערנען תורה באופן נעלה ביותר,

איז דאָך ניט שייך לכאו”א מישראל,

נאָר צו די בעלי השגה גדולה ויחידי סגולה - טאָ וואָס פאַר אַ שייכות האָט די שמחה פון שמח”ת צו אַלע אידן,

אַז אויך זיי זאָלן

(זיך פרייען בשמח”ת,

און)

מאַכן די ברכת שהחיינו אויף תורה?

נאָכמער: די שמחה בשמח”ת איז אין אַן אופן אַז אַלע אידן פון ראשיכם שבטיכם ביז חוטב עציך ושואב מימך פרייען זיך בשוה ,

ווי מ’זעט מנהג ישראל אַז אַלע טאַנצן צוזאַמען וכו’ -לפי הנ”ל האָט דאָך עכ”פ געדאַרפט זיין אַ חילוק אין גודל השמחה,

דער עיקר השמחה האָט געדאַרפט זיין ביי בעלי השגה וכו’.

נאָך שטאַרקער איז די תמי’: אויב דער גאַנצער ענין פון שמח”ת וברכת שהחיינו וואָלט געווען פאַרבונדן מיט דער עלי’ אין הבנת והשגת התורה,

האָט דאָך אויך די שמחה זיך געדאַרפט אויסדריקן אין דעם זעלבן אופן - מ’זאָל זיך דאַן פאַרנעמען מיט לערנען תורה מיט אַ יתרון,

סיי בכמות און סיי באיכות,

און די הבנה בתורה זאָל אַרויסרופן די שמחה.

לפועל זעט מען אָבער,

אַז די שמחה פון תורה באַשטייט גאָר אין ריקוד ברגלים ,

מ’טאַנצט און מ’פרייט זיך מיט דער תורה דוקא ווי זי איז פאַרמאַכט און איינגעוויקלט אין אַ

מענטעלע,

באופן אַז מען קען אפילו אין איר ניט אַריינקוקן.

ז.

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים דעם ביאור אין נוסח הברכה „שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה” -וואָס דער נוסח הברכות איז נתקן געוואָרן דורך אנשי כנסת הגדולה 32

-איז מובן דער גודל הדיוק שבזה 33 .

דער הסבר וואָס פאָדערט זיך אין נוסח פון דער ברכה,

איז: א)

וואָס זיינען די דריי לשונות

(שהחיינו,

קימנו,

הגיענו)?

ב)

דער סדר ההודי’ בכלל איז דאָך מן הקל אל הכבד

(בדרך לא זו אף זו),

פריער דאַנקט מען פאַר קלענערע זאַכן און דערנאָך פאַר גרעסערע; היינט וויבאַלד אַז „קימנו” מיינט בלויז דעם קיום פון אַ מציאות און „שהחיינו” - אַז די מציאות האָט אין זיך אויך חיות - ווי כ”ק מו”ח אדמו”ר טייטשט אָפּ אין דער שיחה 34

- האָט מען דאָך פריער געדאַרפט דאַנקען פאַר זיין עצם קיום

(„קימנו”),

און דערנאָך מוסיף זיין אַ הודי’ פאַר זיין חיות

(„שהחיינו”)?

אין רוקח 35

שטייט,

אַז די דריי לשונות „שהחיינו וקימנו והגיענו” זיינען „כנגד הללי נפשי את ה’ אהללה ה’ בחיי אזמרה לאלקי בעודי”,

אָבער דאָס גופא פאָדערט ביאור: וואָס זיינען די דריי ענינים,

און ווי אַזוי זיינען זיי מרומז אין די דריי לשונות?

ח.

דער ביאור אין דעם: בשעת ס’רעדט זיך וועגן אַ שבח והודי’ וואָס אַ מענטש דאַנקט דעם אויבערשטן דערפאַר וואָס ער האָט אים געגעבן קיום וחיות ביז „לזמן הזה”,

קען ווערן אַ שאלה: צי איז זיין לעבן ביז איצט געווען אין אַן אופן,

וואָס ס’איז ראוי אויף דעם צו דאַנקען מיט „שהחיינו”?

עס קען דאָך זיין,

אַז רוב ימיו זיינען גאָר ניט געווען בעונג ובנחת,

נאָר אדרבה,

זיי זיינען געווען זמנים פון צער און עגמ”נ; און ווי ס’איז ידוע די סברא פון חוקרים 36

בנוגע כללות מין האנושי,

אַז ווען מען זאָל מאַכן אַ חשבון פון די פאַרשידענע צייטן אין לעבן,

איז גאָר מעגלעך,

אַז די זמנים פון היפך הטוב והעונג זיינען מער ווי די זמני עונג וטוב,

ביז דער סךהכל איז,

בלשון חז”ל 37 ,

אַז ס’איז „נוח לו שלא נברא”.

און אפילו אין פאַל ווען ביי דעם מענטשן איז דאָס ניט אַזוי בודאי,

קען אָבער זיין אַז לא יצא פון גדר ספק,

ווערט אַ שאלה אויף דער ברכה 38 .

דעריבער איז מען מקדים „שהחיינו”: פּונקט ווי דער חיות

( כפשוטו - היפך פון מת)

פון אַ מענטשן איז אין אַן אופן אַז ער לעבט מראשו ועד רגלו בשוה ,

ס’איז ניט שייך זאָגן אַז אין איין טייל פון גוף איז דאָ חיות און אין אַן אַנדערן טייל ניט - אַזוי איז אויך דער סוג וגדר החיים פון „שהחיינו” אַז דאָס איז אַ חיות וואָס נעמט אַרום כל עניני האדם,

וואָס

דערפאַר דאַרף ער

(מצד התורה)

דאַנקען דעם אויבערשטן:

אָן תורה איז ניט שייך צו זאָגן אַז ביים מענטשן איז

(ברוב זמנו)

אַזאַ חיים וחיות וואָס מ’זאָל געבן אַ שבח והודי’ צום אויבערשטן; אפילו ווען זיינע זמני הטוב וועגן איבער די זמנים פון היפך הטוב,

איז ביי אים אָבער נאָך אַלץ דער רוב הזמן אַזאַ וואָס ער האָט ניט געפילט חיות און לעבעדיקייט.

וואָרום התורה על הרוב תדבר -רוב זמני היום ווערן פאַרנוצט אויף עניני אכילה ושתי’ ושינה וואָס ניט אין דעם איז אַ מענשענ’ס חיות,

קאָך און תכלית וחפץ - ווי אויך אויף משא ומתן,

וואָס מצד עצמם - האָט ער ניט אין דעם קיין חיות ועונג ער טוט עס

(מיט אַ חיצוניות’דיקן רצון -)

כדי ער זאָל האָבן צרכיו,

פרנסה אויף מפרנס זיין זיך ובני ביתו וכו’.

אָבער אַ איד וואָס איז פאַרבונדן מיט תורה,

תורת חיים,

אַז ער וויל אַז כל חייו זאָלן זיין ע”פ תורה,

דעמאָלט ווערן אַלע זיינען פעולות

(מחשבה דבור ומעשה)

במשך דעם גאַנצן טאָג דורכגענומען מיט

(תורה -)

חיות; וואָרום אויך מיט און אין זיין משא ומתן וכיו”ב איז ער מקיים דעם ציווי התורה

(עס זאָל זיין באמונה)

ביז אַז „ וכל מעשיך יהיו לשם שמים” 39 ,

און נאָך מער -„בכל דרכיך דעהו” 40 .

קומט דאָך אויס,

אַז במצבו,

„לזמן הזה” איז יעדער רגע פון זיין לעבן וויל ער אַז עס זאָל זיין באופן פון חיות,

פון „אתם הדבקים בה’

אלקיכם חיים ” 41 ,

וואָס דערפאַר קען ער און ער דאַרף געבן אַ שבח והודי’ צום אויבערשטן - „שהחיינו” - „לזמן הזה”.

ט.

לפי”ז - וואָס איז מוסיף דער ענין „וקימנו” אויף „שהחיינו”,

דלכאורה איז דער שבח פון קיום אַ נידעריקערער ענין,

כנ”ל.

דער הסבר אין דעם: חיות מצ”ע איז ניט מוכרח אַז דאָס זאָל זיין דוקא ביי אַ נשמה בגוף ; אדרבה,

דער ענין החיות איז דאָ מער ביי מלאכים און מער בגלוי ווי ביי נשמות בגוף 42 ,

ובפרט ביי נשמות למעלה איידער זיי קומען אַראָפּ למטה,

וואָס זיי שטייען דאָרט מיט אַ שטענדיקן

(ביטול ו)

דבקות צום אויבערשטן,

וואָס מצד דעם האָבן זיי אַ חיות נעלה ביותר.

דעריבער זאָגט מען אַ שבח מיוחד

(ונוסף),

וואָס דער חיות הנשמה קומט אַראָפּ אין אַ גוף „שהחיינו וקימנו”; ד.

ה.

אַז אויך אין קימנו פון גוף - וואָס מצד מציאותו פאַר זיך,

מצד עצמו ,

איז ער נאָר בבחי’ קיום - עס הערט זיך ניט אין אים דער רוחניות’דיקער חיות -ווערט נמשך דער

(אמת’ער)

חיות פון תומ”צ.

און דעמולט זאָגט מען די הודי’ אויך מצד הגוף - וקימנו.

יו”ד.

עפ”י הנ”ל - וואָס איז מוסיף דער לשון הודי’ פון „והגיענו”.

כ”ק מו”ח אדמו”ר זאָגט אין דער שיחה 34

: „הגיענו האָט מען אַמאָל געטייטשט -איינמאַטערן”.

איז ניט מובן אין וואָס באַשטייט די מעלה פון „איינמאַטערן”?

לכאורה איז

דאָס גאָר אַ חסרון.

נאָכמער: בשעת אַז אַן ענין,

אפילו אַן ענין נעלה,

איז פאַרבונדן מיט צער,

קען מען אויף דעם ניט מאַכן קיין ברכת שהחיינו; ווי מען געפינט באַ ברית מילה אַז איינע פון די טעמים 43

וואָס מ’זאָגט ניט אויף דעם ברכת שהחיינו - כאָטש אַז דאָס איז אַ מצוה גדולה ביותר און אַ זאַך וואָס „קבלו עליהם בשמחה ” 44

- ווייל ס’איז פאַראַן דערביי „צערא לינוקא” 45 .

איז די הסברה אין דעם: בשעת מ’איז מקבל אַ זאַך במתנה אָן קיין שום עבודה ויגיעה איז דאָס „נהמא דכסופא” 46

און דערפאַר רופט עס ניט אַרויס ביים מקבל אַן אמת’ע שמחה; ואדרבה,

דאָס דערוועקט ביי אים אַ הרגש פון „כסופא”,

בושה.

בשעת אָבער ער באַקומט דאָס דורך זיין עבודה ויגיעה,

איז דאָס ביי אים אַ סאַך טייערער,

דאָס רופט ביי אים אַרויס אמת’ע שמחה

(ע”ד מרז”ל 47

„אדם רוצה בקב שלו מט’ קבים של חבירו”) 48 .

עד”ז בנדו”ד: ווען קען זיין שלימות השמחה פון „שהחיינו וקימנו” און מ’זאָל געבן אַ שבח והודי’ צום אויבערשטן -בשעת דער „שהחיינו וקימנו” קומט

דורך יגיעה און איינגעמאַטערטקייט; משא”כ ווען זיין חיות ע”פ התורה בכל עניניו,

אויך בגוף,

קומט אָן אָן יגיעה,

דעמולט פעלט אין שלימות השמחה ובמילא אויך - אין דעם שבח והודי’ צום אויבערשטן.

„והגיענו”,

יגיעה,

איז ניט נאָר אַ סיבה און אַ תנאי מ’זאָל קענען געבן שבח והודי’ פאַר „ שהחיינו וקימנו ”,

נאָר די עצם יגיעה פאַרשאַפט אים שמחה ותענוג און דערפאַר גיט ער אַ שבח והודי’ מיוחדת אויפן ענין פון „והגיענו”.

יא.

עפ”ז יל”פ וואָס דער רוקח זאָגט אַז די דריי לשונות פון ברכת שהחיינו זיינען „כנגד הללי נפשי את ה’ אהללה ה’ בחיי אזמרה לאלקי בעודי”: „

(אהללה ה’)

בחיי ” איז דאָס כנגד „שהחיינו” -חיי הנשמה כנ”ל; „אזמרה לאלקי בעודי ” איז כנגד „וקימנו”,

וואָרום „בעודי” מיינט דער גוף וואָס איז נאָר „עודי” - אַ דבר טפל 49 .

„הללי נפשי את ה’” איז מרמז אויף „והגיענו” -יגיעה,

וואָרום אין יגיעה לייגט ער אַריין זיין נפש 50 .

יב.

עפ”י כהנ”ל וועט מען פאַרשטיין דעם ענין פון ברכת שהחיינו אויף תורה וואָס מען מאַכט בשמח”ת:

נאָכדעם ווי אידן לייענען און לערנען די תורה במשך כל השנה כולה,

און מען איז איר גומר בשמח”ת,

קומט צו אַ תוס’ אור חדש פון א”ס אין תורה 51 ,

און דעמולט בשעת אידן הויבן אָן לייענען

און לערנען די תורה נאָכאַמאָל,

איז דאָס,

כביכול,

אַ נייע און העכערע תורה,

און דעריבער פרייען זיך אַלע אידן און מען מאַכט ברכת שהחיינו 52 .

און די דריי ענינים קומען דערנאָך באַ יעדען איינען לפי ערכו ואופנו:

באַ בעלי תורה און יושבי אוהל קומט צו בעיקר אין לימוד והבנת התורה באופן חדש כנ”ל - שהחיינו - און אין דעם באַשטייט זייער עיקר יגיעה -והגיענו - אין הבנת והשגת התורה,

און בדרך ממילא קומט זיי צו אין זייער עבודה אין גוף און אין וועלט - וקימנו - וואָס אויף דעם גיבן זיי נאָר אַ מיעוט פון זייער זמן.

ביי מארי עובדין טבין ובעלי עסק,

הגם אַז צו אַן אופן חדש אין השגת התורה זיינען זיי ניט שייך,

וויבאַלד עס קומט אָבער צו אַ אור חדש אין תורה,

איז עס פועל אויך ביי זיי אַ חידוש אין „שהחיינו וקימנו והגיענו” לפי מדרגתם הם: עס ווערט נתעלה און נתחדש דער חיות אין זייער לימוד התורה ובכל הנהגתם במשך היום ע”פ תורה; דאָס טוט אויף אויך אַ עילוי אין דעם וקימנו - אין דעם חיות הגוף ע”פ תורה; והגיענו - עס קומט צו אַ תוס’ כח אויף דער יגיעה צו האָבן אַ תורה’דיקן חיות אין אַלע זייערע ענינים סיי אין דער יגיעה דורכצופירן די אַלע הוראות התורה במשא ומתן,

און אכילה וכו’ וכל צרכי הגוף,

הן אין דער יגיעה זיך אָפּצורייסן פון עניני העולם און וואָס מער

האָרעווען אין שיעורים קבועים

(קבועים גם - בנפש)

בלימוד התורה.

יג.

לפי”ז וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות פון שמח”ת און איר ברכה „שהחיינו” צו פרשה וזאת הברכה.

לכאורה,

וויבאַלד אַז תורה איז הבנה והשגה,

ווי פּועל’ט דאָס אויף עניני האדם וואָס האָבן ניט קיין שייכות צו שכל?

לערנט מען אין אונזער סדרה 53 ,

אַז תורה איז „מימינו אש דת למו”,

שטייט אין ספרי: „מה אש כל המשתמש בו עושה בגופו רושם 54

אף בני אדם שעמלים בו ניכרים הם בין הבריות כך תלמידי חכמים ניכרים בהילוכם ובדיבורם ובעטיפתם בשוק”

(און ווי דער רמב”ם 55

איז מפרש די פרטים אין דעם).

עס ווערט אָבער די שאלה לאידך גיסא: בשלמא ביי תלמידי חכמים,

וואָס זייער אָנהייבן לערנען תורה נאָכאַמאָל איז באופן חדש לגמרי,

איז דאָס מובן ווי דאָס פּועל’ט אויך אַ התחדשות און הוספה וואָס איז ניכר „בהילוכם ובדיבורם כו’”,

אָבער ביי אידן וואָס זיינען ניט קיין תלמידי חכמים,

וואָס פאַר אַ שייכות האָט צו זיי דער חידוש אין תורה וואָס ווערט בשמח”ת,

אַז דאָס זאָל

פועל זיין אויך אין זייערע ענינים כנ”ל,

ביז אַז זיי זאָלן

(זיך דערמיט פרייען עד כדי כך - אַף צו)

מאַכן ברכת שהחיינו?

אויף דעם קומט די הסברה אין דער פרשה: „תורה צוה לנו משה מורשה גו’” - תורה איז אַ ירושה צו יעדן אידן 56 ,

וואָס דער דין 57

ביי ירושה איז אַז ס’איז ניט נוגע דער גיל ומעמד ומצב פון דעם יורש - תורה איז אַ זאַך וואָס יעדער איד באַקומט עס אַלס ירושה.

און דעריבער,

בשעת עס קומט צו אַ התחדשות ותוס’ אור בתורה -בשמח”ת,

קומט צו באַ יעדן אידן אַ התחדשות און הוספה אין זיין הנהגה וחיות ע”פ תורה.

און דערפאַר איז דער עיקר השמחה בשמח”ת דוקא ביי הקפות - ניט ביי קריאה ולימוד בתורה,

נאָר דוקא דורך תנועות ופעולות מעשיות פון ריקוד וכו’ מיט דער תורה עצמה - ווייל עיקר השמחה פון שמח”ת איז

(ניט אַזוי מצד השגה והבנת התורה,

נאָר בעיקר)

אין דעם וואָס תורה איז „שהחיינו” אונז לעבעדיק געמאַכט,

אין אַלע אונזערע ענינים,

ביז אין עשי’ 58

בפועל.

(משיחות ליל שמח”ת תש”ל,

תשל”א)

Reader controls and commentary are loading.