B"H
🏡

Ikar

חה"ס ג

א.

בנוגע צו מצות הקהל 1

(וואָס זמנה איז במוצאי יו”ט הראשון של חג הסוכות 2 ,

וואָס דאָס איז דער אָנהויב פון די חול המועד טעג 3 )

געפינט מען אַן ענין מיוחד וואָס מען געפינט ניט באַ אַנדערע מצות התורה: די מצוה פון „הקהל” נעמט אַרום אַלע אידן,

אויך טף ,

ווי עס שטייט אין פסוק 4

„הקהל את העם האנשים והנשים והטף גו’”.

בכלל געפינט מען ניט,

אַז אין אַ מצוה דאורייתא זאָלן קטנים האָבן אַ השתתפות מדאורייתא צוזאַמען 5

מיט אַלע אידן - משא”כ באַ הקהל 6

איז די תורה זיי כולל אין דער מצוה צוזאַמען מיט אַלע אידן.

ויש לומר,

אַז אין דעם ענין מיוחד שבהקהל,

דריקט זיך אויס אַ נקודה עיקרית אין דעם תוכן וענין פון מצות הקהל,

כדלקמן.

ב.

ווי מען לערנט אין פשטות,

איז די השתתפות פון טף אין מצות הקהל אַ חיוב וואָס איז חל

(ניט אויף די קטנים עצמם,

נאָר)

אויף דעם אב

(ואם),

אַז מ’זאָל זיי ברענגען; און ווי די גמרא

(אין חגיגה 7 )

זאָגט „טף למה באין כדי ליתן שכר למביאיהן” 8

- און לויט דעם דאַרף בפשטות אויסקומען,

אַז אויך ווען דער קטן איז אין אַזאַ מצב וואָס אַ גדול אינעם זעלבן מצב איז פטור פון „הקהל”

(לדוגמא: אַ חרש,

סומא וכיו”ב),

איז ער אַלס קטן נכלל אין דעם חיוב - וויבאַלד דער חיוב ומצוה איז ניט אויף אים,

נאָר אויפן אב צו ברענגען אים,

איז ניטאָ קיין חילוק אין וועלכן מצב דער קטן איז 9

-

לפ”ז איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק: די גמרא זאָגט אין מס’ קידושין 10

בנוגע צו מצות הקהל,

אַז אפילו ווען אין פסוק וואָלט ניט געשטאַנען בפירוש דער חיוב הקהל ביי נשים וואָלט מען דעם חיוב ביי נשים אָפּגעלערנט מיט אַ ק”ו פון קטנים - „טפלים חייבים נשים לא כ”ש”:

אויב דער חיוב ביי טף איז נאָר אויף מביאיהן,

כנ”ל,

ווי איז שייך צו זאָגן אויף זיי „טפלים חייבים”?

אויך: וויבאַלד אַז די „טפלים” עצמם זיינען ניט

מחויב - ווי קען מען פון זיי אַרויסלערנען אַ ק”ו אַז נשים זיינען מחוייב 11 ?

[און ס’איז אַ דוחק זאָגן אַז די גמרא

(וואָס זאָגט „ליתן שכר למביאיהן”)

איז ניט להלכה,

וויבאַלד דאָס איז נאָר אַ „הגדה”,

אַ „דרש” 12

און „אין למדין מן ההגדות” 13 ,

און אַז להלכה ווערט אָנגענומען אַז קטנים זיינען בעצמם מחוייב כנ”ל פון מס’ קידושין -

וואָרום מען געפינט בכ”מ אַז מ’לערנט אַרויס פון דער גמרא אויך בנוגע להלכה,

ווי מ’זעט 14

אַז מוני המצות 15

ברענגען אַראָפּ די גמרא בשייכות צו מצות הקהל,

ביז מען געפינט אויך אין פוסקים 16

אַז מ’לערנט פון דעם אַרויס לענין לימוד התורה באַ נשים].

ג.

מען וואָלט געקענט לכאורה זאָגן,

לויט ווי מפרשים 17

זיינען מסביר,

אַז אין

די פסוקים פון הקהל רעדט זיך וועגן צוויי סוגי קטנים: איין סוג קטנים זיינען די וואָס הגיעו לחינוך,

וואָס אויף זיי ווערט אָנגעזאָגט אין צווייטן פסוק 18

„ובניהם אשר לא ידעו ישמעו ולמדו ליראה את ה”א” - אַז די מצוה ליגט אויף זיי אַליין; אָבער דער פריערדיקער פסוק „הקהל את העם האנשים והנשים והטף” רעדט אויך וועגן אַ צווייטן סוג „טף” פון אַ אינגערן גיל,

אַזעלכע קטנים וואָס לא הגיעו לחינוך 19 ,

און אויף זיי ווערט געזאָגט „למה באין,

כדי ליתן שכר למביאיהן” 20

- און דער שכר איז אויך דאָ באַ מביאי הקטנים שהגיעו לחינוך - דזיל בתר טעמא.

לפי זה קומט אויס אַז דאָס וואָס מ’זאָגט „טפלים חייבים” רעדט זיך וועגן „טפלים” וואָס הגיעו לחינוך און זיי זיינען בכלל שמיעה ולימוד.

ס’איז אָבער אַ דוחק אַזוי איינצולערנען,

וואָרום,

א)

אויך ביי קטנים שהגיעו לחינוך איז דער חיוב החינוך למצות בכלל ניט אויפן קטן 21 ,

נאָר אויף זיין מגדל ומחנך,

וואָס על פי רוב איז עס דער אב - ובפשטות איז אויך אַזוי בנדו”ד; און אפילו את”ל אַז ביי דער מצוה פון הקהל איז דאָ אַ ציווי מיוחד אויך אויף די קטנים עצמם

(ניט ווי ביי אַנדערע מצוות)

און דער קטן גופא הייסט אַ מחוייב בדבר -

[ובפרט ע”פ דברי הראשונים 22

וואָס

האַלטן,

אַז אַ קטן שהגיע לחינוך,

הגם אַז דער חיוב החינוך איז חל אויפן מחנך,

מיינט עס אָבער ניט אַז דער קטן איז פטור,

נאָר מצד מצות החינוך הייסט דער קטן אַ מחוייב אין דער מצוה]

וועט אָבער לפי”ז אויסקומען אַ חידוש אינעם חילוק צווישן די צוויי סוגי קטנים - אַז ביי קטני קטנים וואָס דער חיוב ומצוה איז נאָר אויף מביאיהן

(„כדי ליתן שכר למביאיהן” דמס’ חגיגה),

איז דער חיוב פון הקהל כולל אויך אַזעלכע קטנים וואָס לפי מצבם וואָלטן זיי בגדלותם געווען פטור פון הקהל;

און דוקא די עלטערע קטנים,

שהגיעו לחינוך

(די טפלים דמס’ קידושין),

וויבאַלד אַז זיי גופא הייסן חייבים בהקהל,

איז זייער חיוב חל נאָר דאַן ווען זיי זיינען אין אַזאַ מצב וואָס בגדלותם וואָלטן זיי געווען מחוייב בהקהל -ולא אשתמיט אַז מ’זאָל מחלק זיין באופן כזה צווישן די צוויי סוגי קטנים.

ב)

ועיקר 23 ,

פון לשון הגמרא אין קדושין „ טפלים חייבים” - און ניט „קטנים חייבים” וכיו”ב - איז משמע בפשטות אַז דאָרט רעדט זיך וועגן דעם זעלבן סוג קטנים ווי אין חגיגה

(„טפלין” - „טף” 24 )

; און ווי רש”י 25

איז מדייק אַז „טפלים חייבים” ווייס מען פון לשון „והטף”,

וואָס שטייט אין

(פריערדיקן)

פסוק

(ניט פון דעם פסוק שלאח”ז „ובניהם אשר לא ידעו גו’”).

פון דעם איז מוכח אַז דער קטן עצמו האָט אויף זיך דעם חיוב פון מצות

הקהל; און לויט די דיעות 26

אַז דער חיוב איז חל אויך אויף קטני קטנים,

זיינען אויך זיי מחוייבים במצות הקהל.

און וויבאַלד אַזוי איז הדרא קושיא לדוכתא 27

: ווי איז דאָס מתאים מיט דעם וואָס די גמרא זאָגט וועגן „טף” -„ליתן שכר למביאיהן”,

און אויך מיטן כלל פשוט

(וסברא הוא)

אַז ס’איז ניט שייך קיין חיובים ביי „דרדקי” 28

וואָס זיינען ניט קיין בני דיעה 29 ?

ד.

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם הביאור אין התחלת הדרש פון ראב”ע „אם אנשים באים ללמוד נשים באות לשמוע” - דלכאורה,

וואָס איז ער דערמיט מחדש?

דאָס שטייט דאָך מפורש אין פסוק „למען ישמעו ולמען ילמדו”.

מ’קען ניט לערנען,

אַז אין הכי נמי -מיט „אם אנשים ללמוד ונשים לשמוע” איז כוונתו ניט צו אויפטאָן אַ חידוש,

נאָר ער זאָגט דאָס ווי אַ הקדמה צום סיום „טף למה באין” 30 ,

וע”ד הסגנון „בשלמא”

(אָדער „הניחא” 31 )

אנשים כו’ נשים וכו’,

וואָרום א)

דעמולט האָט אַנשטאָט „אם” געדאַרפט שטיין דער לשון הרגיל „בשלמא”,

ב)

נאָכמער: אויך „בשלמא” זאָגט די גמרא ווען עס איז דאָ אין דעם

אַ חידוש ענין אָדער סברא,

וואָס מ’לערנט אַרויס

(און ניט דאָס וואָס שטייט מפורש),

וע”ד הלשון „בשלמא למ”ד” 32

- משא”כ בנדו”ד גיט ער ניט צו קיין שום חידוש אויף דעם וואָס דער פסוק זאָגט בפירוש.

וביותר יקשה: די דרשה פון ראב”ע ווערט געבראַכט אין פירוש רש”י על התורה 33 ,

איינגעטיילט אויף די באַזונדערע ווערטער פון פסוק: אויף „אנשים” זאָגט רש”י „ללמוד”,

דערנאָך איז ער מעתיק פון פסוק „נשים” און איז מפרש - „לשמוע”,

און אויף „טף” זאָגט ער „למה באו לתת שכר למביאיהם”.

זעט מען,

אַז אויך דער „ללמוד” ביי „אנשים” און דער „לשמוע” ביי „ונשים” איז אַ פירוש פאַר זיך

(ניט בלויז אַ הקדמה צו דער שאלה „טף למה באין”) 34 .

ה.

לכאורה יש לבאר ע”פ דברי התוס’: „אמר בירושלמי דלא כבן עזאי דאמר חייב אדם ללמד לבתו תורה” -וויבאַלד אין פסוק שטייט „למען ישמעו ולמען ילמדו” סתם,

משמע דכולל אויך נשים 35 ,

דעריבער האָט ראב”ע

(וואָס האַלט אַז מ’טאָר ניט לערנען תורה מיט בנות ישראל,

ניט ווי בן עזאי)

געדאַרפט זאָגן ומפרש זיין,

אַז דער פסוק מיינט „לצדדין”: „אנשים באים ללמוד ונשים באות

(בלויז)

לשמוע”.

ס’איז אָבער אַ דוחק אַזוי איינלערנען דאָ,

וואָרום די סוגיא אין דער גמרא און די דרשה פון ראב”ע קומען לערנען בעיקר די דינים ופרטים פון „פרשת

הקהל” און ניט דעם דין אַז נשים זיינען מחויבות אָדער אסורות בלימוד התורה.

ו.

די נקודת הביאור בזה:

פשטות 36

הפסוק „ הקהל את העם האנשים והנשים והטף גו’ למען ישמעו ולמען ילמדו ויראו גו’”,

איז אַז די מצוה פון הקהל איז אויף אַ יחיד

(דעם מלך),

ער זאָל מקהיל זיין את האנשים והנשים והטף,

אָבער ניט אַ מצוה אויף די אנשים נשים וטף גופא.

און דער המשך הכתוב „למען ישמעו ולמען ילמדו ויראו את ה”א לעשות גו’” איז מבאר די מטרה ומכוון פון דער מצוה

[דער „למען” דאָ איז ע”ד ווי „למען” בכ”מ בתורה - ולדוגמא: „למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו” 37 ,

„למען ירבו ימיכם וימי בניכם וגו’” 38 ,

ועוד -וואָס

(בכלל וע”פ רוב)

מיינט ניט קיין ענין ופעולה וואָס טוט זיך אויף בהווה,

נאָר וואָס וועט אַרויסקומען לאח”ז]

די מטרת המצוה פון הקהל

(דורכן מלך וואָס איז מקהיל און לייענט פאַר זיי פרשיות התורה)

איז,

אַז עס זאָל פון דעם אַרויסקומען באַ כלל עם ישראל ישמעו וילמדו גו’.

[און ווי ס’איז משמע

(לכאורה)

פון לשון הרמב”ם 39

: „מצות עשה להקהיל כל ישראל אנשים ונשים וטף ..

ולקרות באזניהם מן התורה פרשיות שהן מזרזות אותן 40

במצות ומחזקות ידיהם בדת האמת”.

וואָס פון דעם לשון איז מובן,

אַז:

א)

מצות הקהל איז ניט קיין מצוה אויף יעדער אידן אַלס יחיד,

אַז ער דאַרף קומען זיך משתתף זיין אין מצות הקהל,

נאָר ס’איז אַ מצוה צו מקהיל 41

זיין,

און דער ציווי איז צום מלך וואָס בכחו להקהיל

(אָדער צו ב”ד 42 ).

ב)

מצות הקהל - איז מצות המלך: תקרא גו’ הקהל גו’ מיט דער מטרה

(וי”ל יתרה מזה - שג”ז מפרטי הציווי להמלך - שיקהיל ויקרא באופן)

אשר ישמעו גו’,

וואָס דערפאַר לייענט ער פרשיות 43

„ שהן מזרזות אותן במצות ומחזקות ידיהן בדת האמת” 44

(און פון אַ בימה 45 )].

די אנשים נשים וטף איז נאָר וואָס דורך זייער קומען ווערט נתקיים דער ציווי וואָס איז דאָ אויפן מקהיל ,

דעם מלך.

און דורכדעם וואָס באַ אידן איז דאָ דער ישמעו ילמדו ויראו ושמרו לעשות גו’

(בעתיד 46 )

ווערט אויסגעפירט

די מטרת ומכוון מצות המלך.

ז.

איז ראב”ע מבאר תוכן מצות הקהל - „אם אנשים באים

(איז דאָס)

ללמוד נשים באות - לשמוע”,

וואָס מיט דעם איז ער מחדש צוויי זאַכן:

א)

אַז עס איז אַ חיוב גברא

(אויך)

אויף די אנשים ונשים עצמם צו זיין „באים” - קומען,

וואָרום כאָטש אַז דער חיוב ומצוה האָט די תורה אַרויפגעלייגט אויפן מקהיל

(דער מלך),

ווערט מצד דעם אַ חיוב גברא אויף די אנשים ונשים דורכצופירן די מצוה

(פונעם מקהיל) 47

[ע”ד דברי הר”ן 48

הידועים בנוגע לאשה בפו”ר,

אַז כאָטש אַן אשה האָט ניט אויף זיך דעם חיוב המצוה פון פו”ר,

„מ”מ יש לה מצוה מפני שהיא מסייעת לבעל לקיים מצותו”,

דער חילוק איז נאָר: בנוגע לפו”ר ווערט ניט קיין חיוב אויף דער אשה,

ס’איז נאָר וואָס „יש לה מצוה”,

ווייל דאָרטן איז איר סיוע והשתתפות נאָר מצד המציאות ,

דער בעל קען במציאות ניט מקיים זיין מצות פו”ר וואָס ליגט אויף אים אָן די אשה;

בנדו”ד אָבער איז די השתתפות פון די אנשים ונשים

(וטף)

ניט נאָר מצד המציאות,

נאָר אויך מצד גדר המצוה -זיי זיינען די חפצא פון דער מצוה,

דאָס אין וואָס ס’דאַרף זיך אויפטאָן דער ישמעו,

ילמדו גו’,

ובמילא ווערט בדרך

ממילא אַ חיוב גברא אויף זיי.

וע”ד דברי החרדים 49

הידועים אַז ס’איז דאָ אַ מ”ע על ישראל אַז זיי זאָלן געבענטשט ווערן דורך די כהנים] 50 .

ב)

דער „למען ישמעו ולמען ילמדו גו’” איז ניט נאָר די מטרת ותוצאת המצוה,

נאָר דאָס איז דער תוכן המצוה: דער חיוב אויף די אנשים ונשים צו קומען צו הקהל,

איז ניט נאָר צו זיין דאָרטן כדי עס זאָל זיך דורכפירן די מצוה פון הקהל את העם פון דעם מלך

(און דורכדעם וועט דערגרייכט ווערן די מטרת המצוה בכלל ובעתיד,

כנ”ל)

נאָר דער „ללמוד ולשמוע” איז

(אויך)

דער תוכן פון דער מצוה פון ביאת האנשים ונשים.

ח.

בהמשך לזה פרעגט ראב”ע

(„ללמוד ולשמוע” איז די תועלת ומצוה פון די אנשים ונשים,

אָבער)

„וטף למה באין”: וואָס פאַר אַ חיוב וענין איז דאָ אין דעם קומען פון דעם „טף” בדוגמא צו דעם קומען פון די אנשים ונשים - נוסף אויף דעם צד השווה פון אנשים נשים וטף,

וואָס דורך זייער אַלעמענס קומען ווערט מקוים די מצוה פון דעם מקהיל און אויסגעפירט די מטרה פון הקהל?

אויף דעם ענטפערט ראב”ע,

אַז די מעשה פון הטף באים איז - „ליתן שכר למביאיהן”: - וויבאַלד אַז אויף די טף איז ניט שייך קיין חיוב,

איז דער ענין בזה ותועלת

(נוספת)

נאָר „ליתן שכר למביאיהן”.

ט.

עפ”ז איז פאַרשטאַנדיק וואָס די גמרא זאָגט טפלים חייבים,

און ס’איז דאָ אַ קס”ד אָפּצולערנען נשים פון טף מיט אַ ק”ו,

כנ”ל:

אין דעם עצם מצוה פון הקהל זיינען גלייך סיי אנשים סיי נשים סיי טף,

וויבאַלד אַז דורך זייער קומען ווערט נתקיים די מצוה פון דעם מקהיל .

מצד דער מצוה אויפן מקהיל להקהיל אנשים נשים וטף,

ווערן זיי אַלע גלייך אַ חפצא של מצוה.

[און אין דעם איז קיין נפק”מ ניט וועגן וועלכע קטנים עס רעדט זיך.

אפילו קטני קטנים,

זיינען אין כלל פון „טפלים חייבים”,

היות אַז דורך זיי פירט זיך דורך די מצות המקהיל „הקהל את העם האנשים והנשים והטף”].

און וויבאַלד אַז „טפלים חייבים”,

זיי זיינען בכלל דעם עצם המצוה פון הקהל

(איז אפילו ווען עס וואָלט ניט געשטאַנען נשים ביי מצות הקהל)

וואָלט מען אָפּגעלערנט אַז אויך נשים זיינען בכלל המצוה; ס’איז נאָר אַז ביי נשים קומט צו אַז ביי זיי ווערט דאָס אויך אַ חיוב גברא

(וויבאַלד זיי זיינען בני דיעה)

אויף די נשים גופא 51

(וואָס באַ קטנים איז דאָס ניט שייך).

יו”ד.

דער ביאור בזה בפנימיות הענינים:

- וואָס דוקא ביי מצות הקהל געפינט מען אַז אַלע זיינען געווען אין דעם מחוייב - אנשים נשים וטף - ולאידך איז דער חיוב המצוה אויפן מקהיל,

אויף דעם מלך

(או ב”ד)

-

וועט זיין מובן ע”פ לשון הרמב”ם 52 ,

אַז די מצוה פון הקהל איז „לחזק דת האמת”,

אָדער בלשון החינוך 53

„זאת המצוה עמוד חזק וכבוד גדול בדת”.

ויש לומר הפירוש בזה,

אַז ענינו פון הקהל איז צו מגלה זיין די נקודת האמונה באַ יעדער אידן,

וואָס דאָס איז דער יסוד ועמוד וואָס שטאַרקט דעם דת האמת -„ומחזיקות ידיהם בדת האמת”.

די נקודת האמונה ווערט נתחזק און נתגלה דורך דעם וואָס דער מלך קלייבט צונויף אַלע אידן אין בית המקדש און ער איז „קורא לפניהם”.

היות אַז דער מלך איז דער לב כל קהל ישראל 54

און ער בריינגט אַריין דעם ביטול וקבלת עול מלכות שמים ויראת ה’ אין אַלע אידן 55 ,

איז ער פועל דורך זיין מקהיל זיין די אידן אַז ביי זיי זאָל נתגלה ווערן די נקודת היהדות וואָס דריקט זיך אויס אין אמונה ויראת ה’.

[און דעריבער לייענט מען אויך די פרשיות שמע והי’ אם שמוע 56

- קבלת עול מלכות שמים וקבלת עול מצות,

און די פ’ אשימה עלי מלך 57 ,

וואָס דאָס אַלץ איז מעורר און קאַרבט איין באַ זיי די

אמונה און יראת ה’ אויפן משך פון די אַלע יאָרן - „כל הימים אשר אתם חיים על האדמה”].

ומהאי טעמא איז די מצוה,

ווי עס שטייט אין פסוק,

בתושב”כ: א)

באַ אַלע אידן בשווה,

ווייל די נקודת היהדות וואָס דריקט זיך אויס אין התעוררות האמונה בה’ כו’,

איז פאַראַן בשוה ביי יעדן אידן,

פון דעם גדול שבגדולים ביז דעם קטן שבקטנים,

אויך באַ טף,

מאמינים בני מאמינים 58 ,

ווייל דאָס איז ניט פאַרבונדן מיט הבנה והשגה כו’,

נאָר מיטן עצם הנפש וואָס איז דאָ באַ יעדן אידן.

ב)

ס’איז ניט אָנגעזאָגט געוואָרן צו יעדן יחיד נאָר צום מקהיל - צום מלך,

ווייל דער ריכטיקער חיזוק

(מחזיקות)

והתעוררות פון דער נקודת היהדות,

נקודת האמונה,

ביז אַז עס זאָל פּועל’ן אויף „כל הימים” - איז ניט בכח עצמו,

נאָר מצד וע”י 59

דעם מלך,

וואָס ער איז די נשמה כללית פון כללות העם 60 .

און עפ”ז איז מובן אַן ענין נפלא וואָס מ’געפינט באַ דער מצוה פון הקהל: דאָס פּועל’ט ניט נאָר אויף אַ משך זמן ווי מען געפינט באַ עלי’ לרגל 61 ,

נאָר אויף „כל הימים אשר אתם חיים על האדמה”,

וואָרום די בחי’ איז פאַרבונדן מיט יחידה שבנפש,

וואָס אין דעם איז ניטאָ קיינע שינויים.

יא.

ובנוסף - איז מבאר תורה שבע”פ

(גמרא און רש”י)

- וואָס אין איר ווערט נתגלה דאָס וואָס איז „מופלא ומכוסה טמיר ונעלם” אין תורה

שבכתב 62

- אַז צו דעם גילוי ובהתחזקות פון דער אמונה דורך דעם מלך דאַרף אויך צוקומען דער גילוי פון דער נקודה,

זי דאַרף ווירקן און מעורר זיין די כחות פנימיים,

וואָס דאָס ווערט אויפגעטאָן דורך

(דער עבודה פון)

דעם יחיד.

און אין דעם זיינען שוין ניט אַלע גלייך,

עס דאַרף זיין ביי יעדן איינעם לפי אופנו - „אנשים ללמוד כו’”

און נאָך דעם איז די גמרא ממשיך,

אַז דורך ברענגען די קטנים און אַרייננעמען אויך זיי אין דער מצוה פון הקהל צוזאַמען מיטן מלך,

ווערט אויפגעטאָן אַ שכר

(תוספות עילוי)

אין די כחות פנימיים פון „מביאיהן”.

ואולי י”ל שזהו נאָכמער ווי דאָס ווערט אויפגעטאָן דורך זייער עבודה מיט זיך.

יב.

פון דעם האָט מען אַרויס די הוראה בפועל: אע”פ אַז די מצוה פון הקהל איז איצט ניט שייך בפועל,

כל זמן דער בית המקדש איז נאָך ניט אויפגעבויט געוואָרן,

איז דאָך אָבער „התורה היא נצחית” און אין עבודה רוחנית איז די מצוה דאָ גם בזמן הזה ובכל מקום.

מען דאַרף זען אַז במשך די ימי חג הסוכות במיוחד זאָל מען צונויפקלייבן וואָס מער אידן צוזאַמען,

ניט קוקנדיק אין וועלכן מצב דער אָדער יענער איד געפינט זיך,

כולל אויך דעם „טף”,

ועאכו”כ די אידן וואָס זיינען מחוייבים בכל המצות אָבער - אין סוג פון „טף” בנוגע זייערע ידיעות התורה ושמירת המצות - אויך זיי דאַרף מען אַריינברענגען אין אַ מסיבה צווישן אידן.

און כאָטש אַז עס קען זיין אַז אין ידיעה איז נאָך דער „טף” הנ”ל לא הגיע לחינוך - ער איז נאָך אפילו ניט מסוגל צו פאַרשטיין דעם באַדייט פון תורה ומצות ויהדות - איז אָבער דורכדעם וואָס מ’ברענגט אים אַריין אין אַ מסיבה פון אידן,

וואָס „אכל בי’ עשרה שכינתא שריא” 63 ,

און בפרט אין אַ מסיבה וואָס ענינה איז צו מעורר זיין יר”ש,

העלפט דאָס צו,

אַז ס’זאָל באַ אים נתגלה ווערן די נקודת היהדות והאמונה וואָס איז שטענדיק באמנה אתו 64 .

און דאָס וועט אויך פועל זיין אַז דער מביא זאָל באַקומען אַ תוספת שכר ועלי’ אין זיין עבודה -

און אויך בנוגע דעם טף וועט די נקודת האמונה אים דורכנעמען אינגאַנצן אַז עס ווערן באַ אים נשתנה אויך כחותיו הפנימיים,

עס ווערט באַ אים דער שמיעה ולימוד,

ביז צו „ויראו את ה”א ושמרו לעשות את כל דברי התורה הזאת”.

און מ’איז זוכה צו דעם „קהל גדול ישובו הנה” 65 ,

בגאולה האמיתית והשלימה דורך משיח צדקנו,

און פּראַווען הקהל מיט מלך המשיח צוזאַמען בבית המקדש השלישי.

(משיחות שבת בראשית

(התועדות ב’)

תשל”ד,

פורים תשכ”ז,

שמחת בית השואבה תשי”ג)

Reader controls and commentary are loading.