B"H
🏡

Ikar

חה"ס א

א.

די גמרא זאגט אין סוכה 1

: "תניא ר׳ אליעזר אומר כשם שאין אדם יוצא ידי חובתו ביו״ט הראשון של חג בלולבו של חבירו דכתיב 2

ולקחתם לכם ביום הראשון פרי עץ הדר כפות תמרים משלכם כך אין אדם יוצא ידי חובתו בסוכתו של חבירו דכתיב 3

חג הסוכות תעשה לך שבעת ימים משלך.

וחכמים אומרים אע״פ שאמרו אין אדם יוצא י״ח ביו״ט הראשון בלולבו של חבירו אבל יוצא י״ח בסוכתו של חבירו דכתיב 4

כל האזרח בישראל ישבו בסוכות מלמד שכל ישראל ראוים לישב בסוכה אחת.

ורבנן האי לך מאי דרשי בי׳,

מיבעי לי׳ למעוטי גזולה אבל שאולה כתיב כל האזרח".

די הלכה איז ווי די חכמים,

אז כאטש מ׳איז ניט יוצא - ביו״ט ראשון פון חגה״ס - מיט ד׳ מינים שאולים "משום דבעינן לכם" 5 ,

איז אבער ביי סוכה אנדערש און מען איז יוצא מיט א סוכה שאולה 6 .

ווי מען לערנט בפשטות איז משמע,

אז דער טעם פארוואס די חכמים האלטן אז מ׳איז יוצא בסוכה שאולה,

איז ווייל דער

(לימוד פון)

פסוק "כל האזרח בישראל וגו׳"

(מלמד שכל ישראל ראוים לישב בסוכה אחת)

איז מגלה אז "תעשה לך"

מיינט ניט אז עס דארף זיין "שלך"; דער ״לך״ קומט נאר "למעוטי גזולה".

זאגט אבער דער אלטער רבי אין שו״ע 7

: ״אע״פ שאמרה תורה חג הסוכות תעשה לך לך משלך כלומר שתהא הסוכה שלך ולא של חבירך אעפ״כ יוצא אדם י״ח בסוכה שאולה דכיון שנכנס לה ברשות הרי היא כשלו

(ולא נאמר לך משלך אלא להוציא את הגזולה)

".

זעט מען מפורש,

אז אויך ביי סוכה לערנט מען אפ פון ״לך״ אז עס דארף זיין "שלך" - און פונדעסטוועגן איז מען יוצא מיט א סוכה שאולה,

ווארום א שאולה "הרי היא כשלו " 8 .

דארף מען פארשטיין: וויבאלד אז דער טעם וואס מ׳איז יוצא מיט א סוכה שאולה איז

( ניט ווייל דער פסוק "כל האזרח גו׳" איז מרבה "שאולה" 9 ,

נאר)

ווייל ״שאולה ..

הרי היא כשלו״ 10

-פארוואס זאל שאולה ניט זיין כשר אויך

בײ לולב מצד דעם זעלבן טעם,

וואם ״שאולה ..

הרי היא כשלו"?

ב.

לכאורה וואלט מען געקענט ענט־ פערן,

אז אין דעם גדר פון "שלו" גופא דא 11

- איז אן ארט אויף חילוקים

(אויף וויפל ם׳איז ״שלו״).

ביי םוכה איז דער פםוק ״כל האזרח גו׳" מגלה אז ם׳איז מםפיק אויך א קלענערע דרגא אין ״לך - משלך"

(אין וועלכער אויך שאולה ווערט נכלל,

כאטש עם איז ניט שלו ממש) 12

; משא״כ ביי לולב,

וואו ם׳איז ניטא אזא לימוד,

איז דער פירוש פון ״ולקחתם לכם - משלכם" ממש ,

א פולשטענדיקער אופן "שלכם",

וואם איז ממעט לולב השאול.

אבער פון לשון פון אלטן רבי׳ן אין א ווייטערדיקן םעיף 13

איז משמע,

אז שאולה ביי םוכה איז אין דעם גדר פון ״ שלו ממש ״,

וז״ל: ואע״פ שבדיעבד יוצא בםוכה גזולה העומדת בקרקע ..

מ״מ

לכתחילה אין לישב בםוכה העומדת בקרקע של חבירו מפני שאינה נקראת שלו ממש והתורה אמרה תעשה לך משלך ואינה דומה לשאלה ממש שהשאילה לו מדעתו והרי היא כשלו ממש .

זעט מען דערפון אז מיט א םוכה שאולה איז מען יוצא ניט דערפאר וואם ביי םוכה איז גענוג אויך ווען ם׳איז ניט "שלו" ממש,

נאר 14 ,

ווייל שאולה איז טאקע אזוי ווי שלו ממש 15

- איז הדרא קושיין לדוכתא: פארוואם ווערט שאלה נתמעט פון "לכם" ביי די ד׳ מינים?

קען מען זאגן,

אז דער אויפטו פון לימוד "כל האזרח גו׳" איז נניט אז ביי םוכה איז מםפיק אויך ווען ם׳איז ניט אינגאנצן ״שלך״,

נאר - פארקערט ],

אז ענין הםוכה האט אין זיך אזא גדר וואם מצד דעם ווערט שאולה בא םוכה ״ שלו

ממש " * 15

; וי״ל ההסבר בפשטות: וויבאלד ער בארגט עם די סוכה זי זאל זײן פונקט ווי דירתו קבע כל השנה,

וואס דאס איז דאך כל גדר סוכת החג

(משא״כ בלולב 16

- וכו׳ ששלך הוא רק תנאי)

איז דער בארגן באופן דשלו ממש,

"אדעתא דהכי השאילו" 17 .

ג.

ויש להוסיף ולהמתיק בפנימיות הענינים: פון פסוק "כל האזרח גו׳" לערנט מען אפ אז "כל ישראל ראוים לישב בסוכה אחת" מצד דעם עילוי פון סוכה ווערן אלע אידן נתאחד אין איין מציאות ביז אז "כל ישראל ראוים לישב בסוכה אחת״ - און מהאי טעמא איז ביי סוכה אויך שאולה "כשלו ממש":

ס׳איז מבואר אין חסידות 18

אינעם פירוש הפסוק 19

"בכסה ליום חגנו",

אז די ענינים וואס בר״ה ויוהכ״פ זיינען זיי בהעלם - "בכסה",

קומען זיי ארויס בגילוי "ליום חגנו",

אין חג הסוכות.

עפ״ז וועט מען אויך פארשטיין דעם חילוק

(בנוגע "לכם")

צווישן סוכה און לולב

(צי מ׳איז יוצא מיט שאולה)

בהקדם הביאור ווי די ענינים זיינען "בכסה" בר״ה ויוהכ״פ.

שוין גערעדט אמאל בארוכה 20 ,

אז אין תוכן פון ר״ה ויוה״כ זיינען דא דריי ענינים זה למעלה מזה: א)

די מצוות היום,

בר״ה - מצות תקיעת שופר,

וביוהכ״פ - מצות התענית און מצות התשובה והוידוי; ב)

דאס וואס זיי זיינען פון די עשרת ימי תשובה ,

וואס תשובה איז העכער פון מצוות

(און דעריבער קען זי מתקן זיין דאס וואס מ׳פארפעלט אין דער עבודה פון קיום המצוות)

; ג)

דער תוכן עצמי פון די טעג ,

וואס איז העכער אויך פון תשובה: בר״ה - די בקשת השם און עבודה פון "תמליכוני עליכם" 21 ,

בקשה און עבודה מכתיר זיין דעם אויבערשטן אלס מלך,

וביום הכפורים - דער ענין פון עיצומו של יום הכפורים מכפר,

וואס די דרגא פון כפרה איז העכער פון דער כפרה שע״י תשובה.

אין די דריי ענינים ווערן ארויסגע-זאגט די פארשידענע אופני ההתקשרות וההתאחדות פון אידן מיטן אויבערשטן:

איין אופן איז,

אז אידן זיינען אזוי ווי,

כביכול,

א באזונדער מציאות,

נאר זײ פארבינדן זיך מיט אלקות; וואס אין דעם אופן דארף דער פארבונד און איחוד זיך אויפטאן און אויסדריקן דורך און אין עפעס - דורך קיום המצות,

וואס אידן נעמען אויף זיך דעם עול מלכות שמים און זיינען מקיים די גזירות המלך.

אין דעם גופא איז דא א טיפערער אופן - די פנימיות׳דיקע התקשרות פון אידן מיטן אויבערשטן,

וואס איז ניט אפהענגיק אין קיום המצות; און דאס דריקט זיך אויס אין דער תנועה פון תשובה,

אז אפילו ווען א איד האט פון זיך,

ח ״

ו,

אראפגענומען דעם עול מלכות שמים און עובר געווען אויפן ציווי ה׳,

האט ער גרויס פארדרוס און חרטה אויף דעם און וויל דאס פארריכטן,

ער טוט תשובה.

אבער אויך דער אופן ההתקשרות,

כאטש ס׳איז העכער און טיפער פון דעם פארבונד דורך קיום המצות,

האט עס פארט א שייכות צו קיום המצות: דער פארדרוס און חרטה אין ענין התשובה איז דאך אויף דעם וואס ער האט ניט מקיים געווען די מצוות פון אויבערשטן און דעריבער איז ער מחליט מכאן ולהבא צו אויספאלגן די גזירות המלך.

און ווי־ באלד אז אויך דער פארבונד דריקט זיך אויס אין

(דער החלטה צו)

פאלגן דעם אויבערשטן,

הייסט עס דאך,

אז ער איז נאך א מציאות בפ״ע וואס פאלגט און פארבינדט זיך מיטן אויבערשטן.

דער העכסטער אופן ההתקשרות איז - ישראל וקוב״ה כולא חד ,

אידן זיינען בעצם איינס כביכול מיט קוב״ה.

און דער פארבונד זאגט זיך ארויס אין דער בקשה פון הקב״ה און דער עבודה פון "המליכו־ ני עליכם״ - דאס וואס אידן זיינען

מעורר און פועל אז דער אויבערשטער זאל ווערן א מלך איבער זיי:

די התקשרות פון אידן מיטן אוי־ בערשטן דורך תומ״צ,

אדער אפילו דורך תשובה,

איז דוקא נאכדעם 22

ווי מ׳נעמט אן דעם אויבערשטן אלס מלך,

וואס דעמאלט איז שייך דער ענין פון פאלגן דעם מלך,

תשובה טאן אויפן ניט־פאלגן וכו׳,

וואס דאס פארבינדט זיי מיטן מלך.

איידער אבער דער אויבערשטער ווערט כביכול א מלך

(פארן אויפטאן דעם ״תמליכוני עליכם״)

- וואס מאכט אז עס פעלט זיי אויס דעם ענין המלוכה וואס צוליב דעם בעטן אידן אז דער אויבערשטער זאל ווערן א מלך איבער זיי?

איז עס דערפאר וואס זיי זיינען בעצם איין זאך מיט אלקות,

ובמילא קענען זיי ניט זיין 23

ח״ו אן א מלך.

ד.

עפ״ז איז אויך פארשטאנדיק וואס בנוגע מצות זיינען דא חילוקים צווישן איין אידן און א צווייטן אין דעם אופן פון זייער קיום,

און עד״ז

(נאר מיט קלענערע חילוקים)

איז בנוגע תשובה; משא״כ אין דעם ענין פון "תמליכוני עליכם" זיינען ניטא קיין חילוקים צווישן אידן

(ווי מען זעט עס ביי דער הכתרה פון א מלך בו״ד,

אז בעת ההכתרה -וואס קומט דורך דעם ביטול העם -שטייען א שר גדול און אן איש פשוט מיטן זעלבן ביטול וכו׳; ניט ווי לאחרי ההכתרה און נאכדעם ווי דער מלך איז גוזר גזירות,

וואס דאן זיינען דא חילוקים צווישן אנשי המדינה אינעם אופן הקיום פון די גזירות)

:

קיום המצות,

וויבאלד זייער איכות ההתקשרות איז באופן אז אידן,

ווי זײ פילן זיך אלם באזונדער זאך,

פארבינדן זיך מיטן אויבערשטן,

דערפאר איז דער קיום המצות און קב״ע ביי יעדן איינעם לויט זיין באזונדער אופן ומדריגה אלם א מציאות בפ ״

ע.

אין עבודת התשובה,

וואם קומט מצד א טיפערן פארבונד וועלכער ווערט ניט אויפגעטאן דורך קיום המצוות בפועל,

איז אין דעם ניטא אזא אונטערשייד צווישן איין אידן און א צווייטן

(ווי מען זעט אז דאם קען אויפגעטאן ווערן בלויז דורך א הרהור תשובה 24 ,

ובשעתא חדא וברגעא חדא 25 ).

אעפ״כ זיינען אויך אין דעם פאראן חילוקים,

ווארום םו ״

ם איז עם דאך תשובה אויף

(ולפי ערך די)

עונות,

אדער תשובה לשרשו ומקור שלו - וואם אין דעם אלעם איז איינער ניט גלייך צום אנדערן.

אין ״תמליכוני עליכם״ - וויבאלד אז דאם נעמט זיך דערפון וואם אידן זיינען בעצם כולא חד מיט קוב״ה,

איז כשם ווי ם׳איז ניט שייך צו פאנאנדערטיילן צווישן אידן מיטן אויבערשטן,

אזוי קען מען ניט מחלק זיין צווישן איין אידן מיטן צווייטן אינעם אופן הקישור והאיחוד; אין דעם זיינען אלע אידן ווי איין עצם 26 ,

וואו עם איז ניטא קיין התחלקות.

ה.

אע״פ אז בפרטיות געפינט מען אלע דריי ענינים םיי ביי ר״ה און םיי ביי יוהכ״פ כנ״ל - בכללות אבער,

ובגלוי,

איז יעדערער פון זיי פארבונדן מיט

איינעם פון די דריי יו״ט פון חודש תשרי: ראש השנה,

יום הכפורים און חג הםוכות:

ראש השנה שטייט בגלוי דאם וואם ער איז דער ״ראש״ פון יאר - ם׳איז דער זמן פון הכתרת המלך; און ווי דער רם״ג שרייבט 27 ,

אז דער ״ענין הראשון" אין "

( מצות היום ב)

שופר" איז דאם וואם "ממליכין עלינו את הבורא" 28 .

ביום הכפורים שטייט בגלוי דאם וואם ם׳איז דער יום התשובה,

דער יום "קץ

(ו)

מחילה וםליחה״ 29

אויף עובר זיין מצות המלך.

נאכמער: אפילו דער ענין פון "עיצומו של יום" 30 ,

וואם דריקט אוים די התקשרות עצמית צווישן אידן מיטן אויבערשטן וועלכע איז העכער פון דער התקשרות דורך תשובה - איז אלץ אין דעם ענין פון " מכפר " 30 ,

וכשמו: יום הכפורים .

חג הםוכות איז דער זמן ווען אידן זיינען בגלוי אריינגעטאן אין קיום המצוות: םוכה,

נטילת ד׳ מינים כו׳ 31

-מען איז ״עםוקין במצות"

(פון באלד נאך יום הכפורים) 32 ,

וכשמו: חג הסוכות .

ו.

וויבאלד אז אלע ענינים וואם זיינען

(בראש השנה און יו״כ)

״בכםה״ קומען אראפ בגילוי ליום חגנו בחג הםוכות,

איז מובן,

אז כאטש חגה״ם איז ענינו התעםקות אין מצות,

ווערן אבער

אין זײ אויםגעדריקט באופן גלוי די אלע דריי ענינים הנ״ל - אויך שבר״ה ויוהכ״פ:

כשם ווי בר״ה

(ויוהכ״פ)

איז דא ענינו העצמי פון טאג און דער ענין התשובה,

ווי מרומז אין לשון חז״ל 33

"עשרה ימים שבין ר״ה ויוהכ״פ״,

ד.

ה.

ר״ה ויוהכ״פ זיינען א טייל פון עשי״ת,

וביחד עם זה זיינען זיי

(מצ״ע)

העכער פאר דעם ענין התשובה וואם אין די עשרה ימים און דערנאך איז דא דער דריטער ענין -מצוות היום;

עד״ז געפינט מען אין פםוק בנוגע םוכות: דער פםוק 34

איז מתאר דעם חג - "בחמשה עשר יום לחודש השביעי הזה חג הםוכות שבעת ימים לה׳״,

״חג הםו־ כות תעשה לך שבעת ימים" 3 ,

און אזוי אויך ביי דער מצוה פון ישיבה בםוכה שטייט 4

- ״בםוכות תשבו שבעת ימים"

(ניט אנדייטנדיק אז דאם זיינען ימים מיוחדים מצ״ע -)

און פון דעם פאר־ שטייט מען,

אז דער ענין העצמי פון םוכות איז מצות סוכה .

בנוגע צו לקיחת ד׳ מינים איז דער דין 2

"ולקחתם לכם ביום הראשון פרי עץ הדר גו׳״ - אז אין דעם יום הראשון פון יו״ט םוכות זאל מען מקיים זיין די מצוה פון נטילת ד׳ מינים - וואם פון דעם איז מוכח אז מצות ד׳ מינים איז ניט עצם ענינו פון יום הראשון של סוכות 35 ,

דעם יו״ט.

דערנאך - נאך דער מצוה פון נטילת ד׳ מינים 36

- איז דער פםוק ממשיך ״ושמחתם לפני ה״א שבעת ימים״ - די מצות שמחה פון חגה״ם 37

וע״פ הנ״ל

(םעיף ה׳)

איז פארשטאנ־ דיק,

אז די עצמות׳דיקע אחדות פון אידן מיטן אויבערשטן אין דעם אופן פון "כולא חד"

(וואם דריקט זיך אוים אין "תמליכוני עליכם" פון ר״ה)

קומט לידי גילוי אין דעם ענין עצמי פון םוכה; דער פארבונד דורך תשובה

(וואם דאם איז עיקר ענינו של יום הכפורים)

ווערט ארויםגעזאגט באופן גלוי אין מצות לולב; און דער פארבונד צווישן אידן מיטן אויבערשטן דורך קיום המצות ווערט נתגלה אין דער מצות השמחה פון םוכות.

ז.

די הסברה בזה:

ווי גערעדט פריער,

אז אין דעם ענין פון "תמליכוני עליכם" איז ניטא קיין חילוקים צווישן איין אידן מיט א צווייטן - און דער ענין קומט בסוכות לידי גילוי אין דער מצוה פון סוכה,

היות אז "כל ישראל ראוים לישב בסוכה אחת״ - אלע אידן,

אן קיינע חילוקים,

זיינען מתאים צו לישב - תדורו צוזאמען אין איין און דער זעלבער סוכה.

בנוגע לולב שטייט אין מדרש 38

אויפן פסוק ״ולקחתם לכם ביום הראשון״ -"במי הכתוב מדבר בישראל ובעכו״ם שהקב״ה דן אותם ביום הכפורים כו׳ ואין אנו יודעין מי הי׳ מנצח כו׳ אמר הקב״ה טלו לולביכם בידכם שידעו הכל שאתם זכיתם בדין״ - ד.

ה.

אז די כפרה פון יום הכפורים ווערט ניכר ונתגלה בסוכות אין דער מצוה פון נטילת ד׳ מינים.

און די מצוה פון שמחת החג וואס איז אן ענין פון שמחה של מצוה,

דאס איז דער גילוי פון דער התקשרות פון אידן צום אויבערשטן דורך קיום המצות,

וואס רופט ארויס די תנועה פון שמחה ביי אידן - זיי פרייען זיך מיט מצוות ה׳.

ח.

ע״פ האמור לעיל וועט זיין פאר־ שטאנדיק דער חילוק אין דעם דין הנ״ל צווישן סוכה און לולב:

וויבאלד אז סוכה איז דער "גילוי" פון "תמליכוני עליכם",

וואס אידן זיינען איין זאך מיטן אויבערשטן,

איז מובן,

כנ״ל,

אז אין דעם איז ניט שייך קיין חילוקים צווישן איין אידן מיט א צווייטן; ד.

ה.

דאס וואס "כל ישראל

ראוים לישב בסוכה אחת" מיינט,

אז מצד דעם עילוי פון סוכה שטייען אידן אין א התאחדות עצמית,

וואס איז ניט ווי צוויי וואס פאראייניקן זיך,

נאר ווי אלע אידן זיינען מלכתחילה "כולא חד",

איין עצם -

דערפאר איז דער דין אין דעם,

אז א סוכה שאולה ״הרי היא כשלו״,

און נאכ־ מער ס׳איז ״כשלו ממש ״ - ווארום ווי־ באלד אז א סוכה איז מאחד אלע אידן אין איין מציאות,

קען מען ניט אפטיילן איין אידן פונעם צווייטן און זאגן אז די סוכה איז ניט "שלו" נאר דעם צווייטנס - נאר ס׳איז זיינע ווי יענעמס.

[משא״כ בשעת איינער גזל׳ט א סוכה ביים צווייטן,

איז ער דערמיט גופא מנגד און סותר די אחדות פון סוכה - מיט דעם וואס ער נעמט עס צו ביים צווייטן,

שאפט ער א פירוד אין דער אחדות פון סוכה צווישן אים און דעם נגזל 39

- קען עס שוין ניט הייסן "שלו"].

ט.

דאס איז אבער נאר ביי סוכה.

משא״כ די ד׳ מינים,

כאטש אז אויך זיי דריקן אויס די התאחדות פון אידן -מ׳איז מאגד אלע פיר סוגים פון אידן צוזאמען

(כידוע 40 )

- איז דאך אבער די התאחדות אין אן אופן אז זיי אלע בלייבן באזונדערע סוגים אויך נאכדעם ווי מ׳איז זיי אלע מאגד אינאיינעם:

וויבאלד די מצוה פון ד׳ מינים איז מגלה די כפרה פון יום הכפורים - איז כשם ווי אינעם ענין הכפרה זיינען דא חילוקים צווישן איין אידן מיטן צווייטן

(ווייל כאטש די נקודה עיקרית פון כפרה ותשובה איז העכער פון התחלקות ווערט אבער די כפרה בפועל אויפגעטאן ביי יעדערן כפי ענינו),

עד״ז איז די אחדות פון די ד׳ מינים אין אן אופן אז יעדערער בלייבט אין זיין סוג.

און דעריבער קען מען ביי די ד׳ מינים ניט זאגן אז די מינים שאולים זיינען "כשלו" - ווייל אין דעם בלייבט ער א באזונדער מציאות פון דעם צווייטן,

עפ״ז איז מובן וואס ביי סוכה שטייט " לך "

(בלשון יחיד),

משא״כ בד׳ מינים לערנט מען אפ דעם דין "שלכם" פון "ולקחתם לכם "

(ל׳ רבים)

: בא סוכה זיינען אלע אידן ווי איין מציאות,

"כגוף אחד״ 41

- און צו איין גוף רעדט מען בל׳ יחיד; משא״כ בנוגע לד׳ מינים,

וואס יעדער איינער פארבלייבט א באזונדער מציאות

(מ׳איז זיי נאר מאגד צוזאמען),

זיינען זיי א רבים - "לכם".

אעפ״כ איז אין דעם

(ד׳ מינים)

פארט דא דער ענין האחדות - מ׳איז מאגד און מחבר אלע ד׳ מינים צוזאמען 42 .

דערנאך

קומט דער דריטער ענין פון חג הסוכות,

מצות שמחה,

וואס דריקט אויס די התקשרות צום אויבערשטן דורך מצות; און דערפאר זיינען דא אין דעם חילוקים ממש צווישן די סוגים פון אידן - "חסידים 43

ואנשי מעשה היו מרקדים" און "כל העם האנשים והנשים כולן באין לראות ולשמוע" 44 .

(משיחת יום ב׳ דחגה״ס תשכ״ד)

Reader controls and commentary are loading.