B"H
🏡

Ikar

וילך ד

א.

בנוגע צו מצות הקהל שטייט אין דער משנה

(און אין גמרא) 1

כמה פרטים,

רש"י אָבער בפרשתנו זאָגט נאָר פרטים אחדים בענין זה,

וואָס פון דעם קען מען וויסען וועלכע פרטים זיינען מוכרח ביי הקהל לפי פשוטו של מקרא.

רש"י שטעלט זיך אויף די ווערטער 2

„תקרא את התורה הזאת" און איז מפרש: „המלך הי' קורא מתחלת אלה הדברים כדאי' במס' סוטה על בימה של עץ שהיו עושין בעזרה".

די פרטים וואָס רש"י זאָגט שטייען אין דער משנה אין מס' סוטה,

אָבער אין דער משנה שטייען נאָך כמה פרטים וואָס רש"י ברענגט ניט אַראָפּ

[ווי אַזוי מען האָט געגעבן די ספר תורה צום מלך; וועלכע פרשיות בפרט ער האָט געלייענט; די ברכות וואָס דער מלך האָט געזאָגט נאָך דער קריאת התורה].

און דער טעם איז מובן בפשטות,

ווייל ענינו של רש"י בפירושו עה"ת איז צו אָפּטייטשן פשוטו ש"מ,

ניט אַראָפּצוברענגען פרטי דינים פון מצות.

איז ניט מובן פאַרוואָס ברענגט רש"י אַראָפּ אָט די פרטי דינים,

דלכאורה א)

פון וואַנעט איז דער הכרח אויף זיי בפשש"מ,

ב)

זיי זיינען אויך ניט נוגע צו הבנת פשוטו של מקרא.

דער ערשטער חלק פון פירוש רש"י „המלך הי' קורא מתחלת אלה הדברים" - איז פאַרשטאַנדיק: דאָס איז דער אָפּטייטש פון די ווערטער וועלכע זיינען געזאָגט געוואָרן „ליהושע" און צו זקני ישראל: תקרא את התורה הזאת.

א)

„תקרא" ל' יחיד - דער צו וועמען מען זאָגט גלייך נאָכדעם „הקהל" ל' יחיד -אַ יחיד וועלכער קען צוזאַמען קלייבן „את העם" איז דאָס דער מלך - „המלך הי' קורא",

און ב)

„ את התורה הזאת " מיינט „ את התורה הזאת לאמר ה' אלקינו גו'" - „מתחלת אלה הדברים";

אָבער דער המשך פון רש"י „על בימה של עץ שהיו עושין בעזרה" - די דינים האָבן לכאורה קיין שייכות ניט צום פירוש אין פסוק.

ב.

לכאורה קען מען זאָגן,

אַז בנדו"ד וויל רש"י מודיע זיין ווי עס איז פאָרגעקומען די מצות הקהל,

היות אַז דאָס איז געווען נאָר בזמן הבית,

און אַ בן חמש ווייס ניט ווי אַזוי דאָס איז געווען,

און דערצו איז בזמן הבית גופא,

איז דאָס ניט געווען קיין דבר הרגיל,

נאָר איין מאָל אין זיבן יאָר,

דעריבער זאָגט רש"י „כדאי' במס' סוטה" - אַז די פרטים פון מצות הקהל

(וואָס רש"י זאָגט ניט)

זיינען דאָ

(און אויב מען וויל קען מען זיי לערנען)

אין מס' סוטה.

דער פירוש איז אָבער ניט אויסגעהאַלטן,

ווייל: א)

קיום מצות הקהל איז אַ סך איינפאַכער ווי אַ סך אַנדערע מצות וואָס זיינען געטאָן געוואָרן אין ביהמ"ק,

אָנהייבענדיק מיט הקרבת הקרבנות וכיו"ב.

ב)

לויט דעם האָט רש"י זיך געדאַרפט אָפּשטעלן ביי די ווערטער כדאי' במס' סוטה - פאַרוואָס ברענגט ער פון דאָרט די פרטים „על בימה של עץ שהיו עושין בעזרה".

ג)

רש"י האָט געדאַרפט זאָגן „כדאי' במס' סוטה" בתחלת פירושו אָדער

בסוף פירושו - ניט אַריינשטעלן דאָס באמצע.

וואָס פון פשטות לשון רש"י איז משמע,

אַז דער ציון צו מס' סוטה באַציט זיך נאָר אויף דאָס געזאָגטע פאַר דעם „המלך הי' קורא מתחלת אלה הדברים"

(אָבער ניט צו די ווייטערדיקע פרטים,

חאָטש זיי שטייען אויך אין מס' סוטה).

ג.

אויך בהתחלת פירושו דאַרף מען פאַרשטיין: דאָס וואָס „המלך הי' קורא" קען מען פאַרשטיין ווי רש"י נעמט דאָס אַרויס פון פשוטו של מקרא,

כנ"ל; אָדער ווי מפרשים זאָגן 3

:

אין דעם פריערדיקן פסוק שטייט „ויצו משה אותם " - לשון רבים,

און בהמשך לזה שטייט „ תקרא

(את התורה הזאת)

" - לשון יחיד 4 .

דאַרף מען זאָגן,

אַז דאָ האָט זיך משה געווענדעט צו איינעם המיוחד,

און וויבאַלד אַז אין די פריערדיקע פסוקים ווערט דערמאָנט 5

„ויקרא משה ליהושע ",

איז מסתבר אַז ער האָט דאָס געזאָגט צו יהושע,

וואָס איז געווען,

ווי רש"י זאָגט מיט צוויי פסוקים פאַר דעם „דבר לדור" 6 ,

אַ מלך.

אויך דער המשך „מתחלת אלה הדברים" איז מובן דער מקור,

כנ"ל.

ולהוסיף אַז רש"י באַוואָרענט אויך: עס שטייט מיט צוויי פסוקים פריער 7

דער זעלבער לשון „ויכתוב משה את התורה הזאת",

און דאָרטן מיינט עס

(ווען ער האָט געענדיקט)

די גאַנצע תורה 8 ,

באַ־

וואָרענט רש"י אַז דאָ מיינט „את התורה הזאת"

(ניט די גאַנצע תורה,

נאָר)

בלויז פון משנה תורה.

די שאלה איז אָבער:

א)

פון וואַנען נעמט עס טאַקע רש"י בפשש"מ אַז ס'מיינט נאָר „מתחלת אלה הדברים"

[מ'קען ניט זאָגן אַז אויף דעם ברענגט ער „כדאי' במס' סוטה",

מיינענדיק אַז פון פשש"מ ווייס מען דאָס טאַקע ניט,

נאָר אַזוי שטייט אין מס' סוטה,

וואָרום דעמאָלט בלייבט די שאלה - פאַרוואָס זאָל מען ע"ד הפשט ניט לערנען אַז דאָס איז דאָס זעלבע ווי צוויי פסוקים פאַרדעם,

די גאַנצע תורה] 9 ?

ב)

וויבאַלד דער לשון הכתוב איז „את התורה הזאת" האָט רש"י געדאַרפט זאָגן „המלך הי' קורא משנה תורה " 10 ,

אָדער ספר זה וכיו"ב,

מתאים צום לשון הכתוב „התורה הזאת",

ניט - פון וואַנען ער איז מתחיל 11 .

מ'קען ניט זאָגן אַז רש"י שרייבט „מתחילת אלה הדברים" ווייל דאָס איז

(מתאים מיט דער הלכה און דעם)

לשון המשנה,

וואָרום ענינו של רש"י איז

(ניט צו מודיע זיין פרטי דינים,

כנ"ל),

נאָר אָפּטייטשן די ווערטער און דעם פשט אין פסוק.

ד.

דעם ביאור בכל זה וועט מען פאַרשטיין בהקדים דיוק לשון רש"י

„המלך הי' קורא כו'".

לכאורה: וויבאַלד רש"י קומט ניט זאָגן קיין דינים נאָר מפרש זיין דעם פירוש הכתוב,

האָט ער געדאַרפט זאָגן דעם טייטש „תקרא,

המלך".

דער לשון „המלך הי' קורא" באַווייזט אַז אויך דערמיט קומט ער

(ניט נאָר אָפּטייטשן דעם פסוק נאָר)

דערציילן דעם דין

(והבפועל)

ווי אַזוי עס איז פאָרגעקומען די מצוה פון הקהל.

איז דער ביאור בזה: פשוטו של מקרא אין פ' וילך,

אַז משה דערציילט אַז „בן מאה ועשרים שנה אנכי היום" 12 ,

און ער זאָגט זיי אָן ווי די הנהגה וועט זיין תיכף לאחרי מותו 13 ,

ווען זיי וועלן איבערגיין דעם ירדן,

און דערנאָך איז „ויקרא משה ליהושע ויאמר אליו וגו' חזק ואמץ כי אתה תבוא את העם הזה גו' ואתה תנחילנה גו'" און בהמשך לזה „ויכתוב משה את התורה הזאת ויתנה אל הכהנים גו'" און דאַן קומט דער אָנזאָג „ויצו משה אותם לאמר מקץ שבע שנים גו' בבוא כל ישראל גו' הקהל" -

איז בפשטות דער ציווי אַ המשך צו די פריערדיקע פסוקים 14

- אַן אָנזאָג צו „העם הזה" צו די „הכהנים בני לוי" וואָס זיי האָט ער געגעבן די תורה,

און

„תקרא את התורה הזאת" בלשון יחיד,

איז אַ הוראה צו יהושע ,

אַז מקץ שבע שנים נאָכן אַריינגיין אין ארץ ישראל

(נאָך מיתת משה) 15 ,

זאָל זיין „הקהל" און מעורר זיין אידן „ויראו את ה' אלקיכם ושמרו לעשות את כל דברי התורה הזאת" דורך יהושע'ס לייענען פאַר זיי „התורה הזאת" גאַנץ תורה 16 ,

וועלכע משה האָט געגעבן צו הכהנים בני לוי.

אויף צו שולל זיין דעם פירוש 17 ,

זאָגט רש"י „המלך הי' קורא מתחלת אלה הדברים",

וואָס דערמיט מאַכט ער קלאָר,

אַז: א)

דאָס איז געווען אַזוי ווען עס איז דאָ אַ מלך - אַ מצוה לדורות ,

ניט נאָר מקץ שבע שנים משנכנסו לארץ 18 .

ב)

דער אָנזאָג איז געווען צו

יהושע ניט אַלס מכניס את ישראל לארץ 19 ,

נאָר אַלס מלך .

ג)

מ'האָט געלייענט „מתחלת אלה הדברים" -ניט די גאַנצע תורה

(וואָס משה האָט געגעבן אל הכהנים בני לוי).

ה.

דער הכרח צו זאָגן אַז מ'האָט ניט געלייענט די גאַנצע תורה איז מובן בפשטות 20

:

וויבאַלד אַז די כוונה איז געווען „למען ישמעו ולמען ילמדו ויראו את ה' אלקיכם ושמרו לעשות גו'" 21 ,

איז דאָך דאָ נוגע די פרשיות וואָס זיינען מעורר ומזרז עס זאָל זיין „ויראו את ה"א ושמרו לעשות גו'".

דעריבער זאָגט רש"י „מתחלת אלה הדברים" - ניט „משנה תורה" וכיו"ב - ווייל אין די ווערטער „אלה הדברים" איז מודגש אַז דאָס זיינען דברי תוכחה 22

אשר דיבר משה צו מזרז זיין אידן 23

אויף קיום ושמירת המצות סמוך למיתתו.

ועד"ז האָט משה אָנגעזאָגט אַז דער מלך

(בדוגמת משה)

מקץ יעדערע שבע שנים בדורות הבאים זאָל לייענען אָט די דברי תוכחה פאַר אידן 24 .

מען קען אָבער פרעגן: אויך כמה פרשיות און פסוקים פון „אלה הדברים" זיינען ניט נוגע

(באופן ישר עכ"פ)

צו „ויראו את ה"א ושמרו לעשות את כל דברי התורה הזאת"?

דעריבער איז רש"י מדגיש „ מתחלת אלה הדברים כדאי' במס' סוטה " - ער האָט אָנגעהויבן פון אלה הדברים,

און דערנאָך געלייענט ווי געזאָגט במס' סוטה,

וואו עס זיינען אויסגערעכנט וועלכע פרשיות אין אלה הדברים דער מלך האָט געלייענט און וועלכע ער האָט מדלג געווען 25 .

ו.

עס ווערט אָבער די שאלה: וויבאַלד אַז די כוונה איז למען ישמעו גו' איז ניט מובן: אידן,

אַריינגייענדיק לארץ,

זיינען געווען מער פון שש מאות אלף יוצאי צבא,

דערצו קומען צו די יונגערע פון עשרים וכו' והנשים,

ועאכו"כ - אין א"י יאָרן נאָכדעם,

ווי איז עס מעגלעך אַז אַלע אידן זאָלן קענען הערן די דברי המלך?

און דאָס וואָס מ'געפינט כמה פעמים אין תורה אַז משה האָט גערעדט אל כל ישראל - א)

שטייט אָבער ניט אַז ס'זיינען געווען דערביי אויך נשים וטף 26 ,

ב)

עס שטייט ניט אַז אַלע האָבן

געמוזט הערן אַלע ווערטער מפי משה רבינו ובבת אחת 27 .

משא"כ דאָ א)

וואו ער זאָגט „הקהל את העם האנשים והנשים והטף" ב)

און די מצוה איז „תקרא את התורה הזאת גו' באזניהם גו'" - ווי איז שייך אַז אַלע זאָלן עס קענען הערן 28 ?

דעריבער מוז רש"י מוסיף זיין אַז ער האָט דאָס געלייענט „ על בימה " - אַ מקום גבוה,

כדי אַז אַלע 29

זאָלן

(זעהן עם 30

און)

און קענען הערן 31 .

זאָגנדיק אַז דאָס איז געווען „על בימה",

דאַרף רש"י גלייך באַוואָרענען אַז דאָס איז געווען „של עץ שהיו עושין בעזרה" - אַראָפּנעמענדיק דערמיט די שאלות וואָס ווערן מצד דעם וואָס מ'האָט שוין פריער געלערנט אין חומש:

א)

וויבאַלד עס שטייט אין פסוק אַז „תקרא את התורה הזאת" זאָל זיין „בבוא כל ישראל לראות את פני ,

ה' אלקיך " 32 ,

איז משמע אַז דאָס איז געווען דאָרט וואו עס איז געווען פני ה"א ,

בפנים - אינוויניג ,

אַ נס הכי גדול! און ווי קען מען ענדערן און בויען אַ בימה אין ביהמ"ק.

זאָגט רש"י בעזרה ,

ווי מען געפינט מערערע מאָל 33

„וירא כבוד ה'" באַם פתח אהל מועד.

ב)

מ'האָט געלערנט וועגן דעם משכן,

אַז עניני המשכן פלעגן גענוצט ווערן בכל יום 34

(און פאַרשטאַנדיק אַז אַזוי איז אויך - ביים בית המקדש).

ווי קומט עס אַז עס זאָל שטיין אַ בימה אין מקדש צוליב נוצן זי איין מאָל אין זיבן יאָר?

אויך וואָלט עס מסתם געשטערט די עבודה הרגילה אין ביהמ"ק במשך כל הזמן 35 .

דעריבער איז רש"י מוסיף „ של עץ שהיו עושין " - דאָס איז געווען אַ דבר ארעי,

של עץ 36 ,

וואָס היו עושין - עס

איז געמאַכט געוואָרן 37

דאַמאָלס אין יענעם זמן

(יעדער זיבן יאָר) 38 .

ז.

מענינים מופלאים 39

ע"ד ההלכה וואָס מ'קען אַרויסנעמען פון דעם פרש"י:

אין דעם וואָס דער מלך לייענט די פרשיות פון משנה תורה איז דאָ צוויי סברות 40

צי דאָס איז אַ דין אין מלך,

ד.

ה.

דאָס איז איינער פון די חיובי המלך אַז בזמן הקהל דאַרף ער לייענען די פרשיות התורה פאַר כל העם; אָדער דאָס איז אַ דין אין מצות הקהל,

אַז די פרשיות דאַרפן דעמאָלט געלייענט ווערן דורכן מלך.

עד"ז קען מען קלערן בנוגע דער בימה וואָס מ'האָט דעמאָלט געמאַכט,

צי איז דאָס צוליב דעם מלך,

מצד כבודו

(וכיו"ב)

דאַרף מען מאַכן פאַר אים אַ בימה ער זאָל אויף איר לייענען; אָדער דאָס איז מצד די דיני ומצות פון הקהל.

ובפשטות איז דאָס תלוי

(די ערשטע שאלה)

פון וואַנען מ'לערנט אָפּ אַז דער מלך דאַרף לייענען בתורה 41

: רש"י בפירושו למשנה 42

זאָגט: „ואותה קריי' על יד מלך היא כדתניא בספרי בפרשת המלך את משנה התורה הזאת אין קורין ביום הקהל אלא במשנה תורה",

ד.

ה.

מ'לערנט דאָס אָפּ פון אַ פסוק אין פרשת המלך 43 ,

בפשטות,

ווייל דאָס איז איינער פון די דיני וחיובי המלך 44 .

אויב אָבער מ'לערנט דאָס אָפּ פון דעם פסוק בפרשתנו,

„ תקרא את התורה הזאת",

כנ"ל,

איז מובן 45

אַז דאָס איז איינער פון

די דינים אין מצות הקהל 46 .

וע"פ הנ"ל קומט אויס לכאורה,

אַז רש"י בפירושו עה"ת

(לפי פשש"מ)

לערנט אַז די ענינים זיינען חיובים און פרטי דינים אין מצות הקהל,

וואָס מ'לערנט אָפּ פון דעם פסוק אין פרשת הקהל „תקרא את התורה הזאת" - סיי דאָס וואָס „המלך הי' קורא" און סיי די עשיית הבימה,

אַז דאָס איז כדי אַלע אידן זאָלן קענען הערן די פרשיות התורה,

כנ"ל 47 .

משא"כ בפירושו לש"ס,

איז ער מפרש פשוטה של המשנה,

און די משנה רופט דאָס אָן „ פרשת המלך " 48

און אין כל המשך המשנה איז מודגש

(כמה פעמים)

כבודו של מלך ווי ער זאָגט „והוא יושב עלי' חזן הכנסת נוטל ס"ת ונותנה לראש הכנסת וראש הכנסת ..

לסגן כו' לכה"ג וכ"ג נותנה למלך

(וואָס „כולה משום כבודו דמלך" 49

( קורא יושב 50

כו'"

(ועד"ז בנוגע צו דער בימה שטייט דער לשון „עושין לו 51

בימה של עץ"),

דעריבער לערנט רש"י בש"ס „כדתניא בספרי בפרשת המלך" 52

- אַז דאָס איז אַ דין אין מצות מלך.

ח.

מיינה של תורה שבפרש"י:

שוין גערעדט פיל מאָל,

אַז התורה היא נצחית 53

און כאָטש די מצוה פון הקהל בגשמיות אין ביהמ"ק איז יעצט ניט שייך,

איז זי אָבער דאָ אין עבודה רוחנית 54

אין דעם משכן ומקדש פרטי וואָס איז בתוך כל אחד ואחד מישראל 55 .

דער תוכן הענין פון הקהל ביי יעדער אידן איז דער קיבוץ והקהלה פון אַלע זיינע כוחות הנפש און זיין מחשבה דיבור ומעשה 56 ,

אַריינברענגען און אַריינשטעלן זיי אַלע אין דעם ביהמ"ק הפנימי זיינעם -

און דאָס דאַרף זיין - „המלך הי' קורא" - די קריאה והמשכה צו אַלע כחות הנפש איז ע"י „המלך",

וואָס בכחות הנפש איז דאָס דער ביטול וקב"ע מלכות שמים וואָס איז דאָ באַ יעדן אידן.

(ע"ד ווי דער צ"צ 57

איז מבאר 58

במלך כפשוטו - אַז דער מלך איז ממשיך דעם ענין פון קב"ע און יראת ה' 59

צו אַלע אידן) 60 .

און אויף דעם זאָגט מען אַז „המלך הי' קורא" איז נוגע אין דין ומצות הקהל: דער „למען ישמעו ולמען ילמדו ויראו את ה' " איז דוקא דאַן ווען עס קומט מצד קב"ע.

בשעת אָבער עס קומט מצד זיין תענוג און געשמאַק,

קען זיך אין דעם אַריינמישן אַ הרגש ותנועה פון זיין מציאות,

פעלט דעמאָלט אין דער שלימות המכוון פון „ ויראו את ה"א".

ט.

צו דעם קומט דער המשך,

אַז די קב"ע ויראה דאַרף זיין באופן של „בימה".

אויב דאָס איז מצד דער קב"ע ויראה אַליין קען עס פּועל'ן אויף אים אַ תנועה פון ביטול כאסקופה הנדרסת און ער וועט ניט קענען טאָן די עבודה כראוי 61 .

דאַרף דאָס דעריבער זיין באופן של „בימה",

אַ תנועה פון תוקף,

יתגבר

כארי 62 ,

אויך מצד דעם קען באַ אים זיין די הגבהה והתנשאות אויפן יצה"ר,

דער „ ירגיז אדם יצ"ט על יצה"ר" 63 .

און די הגבהה והתנשאות אין דעם קב"ע פּועל'ט אַז די קריאה פון „המלך הי' קורא",

זאָל „דערהערט" ווערן,

ביז עס זאָל האָבן אַ קיום און פעולה אין אַלע כחות הנפש ומחדו"מ במשך כל השנה כולה.

דערביי מוז מען אָבער באַוואָרענען,

אַז עס דאַרף זיין א)

של עץ ב)

שהיו עושין בעזרה:

די תנועה של „בימה",

הגבהה והתנשאות,

זאָל נאָר זיין באופן עראי של עץ ,

און נוצן דאָס נאָר אין ענינים של קדושה „בעזרה"

(בשעת ער דאַרף טאָן די עבודה פון „הקהל",

קיבוץ כל הכחות וכו').

בשעת אָבער ער געפינט זיך ניט בעזרה,

ניט אין אַ מעמד ומצב נעלה פון קדושה און עבודת ה',

קען פון דעם אַרויסקומען אַ תנועה פון התנשאות היפך הכוונה 64 .

ובפרט שטייענדיק אין די טעג פון הכנה צו שנת הקהל,

גיט מען יעדן אידן די כחות אויף קענען דורכפירן דעם ענין פון הקהל אין זיין מקדש הפרטי,

און דורך דעם איז מען זוכה צו מקיים זיין מצות הקהל כפשוטו אין דעם ביהמ"ק השלישי און מ'וועט הערן די קריאה בתורה פון מלך המשיח בשנת הקהל הבאה עלינו ועל כל ישראל לטובה.

(משיחת ש"פ וילך תשל"ה)

Reader controls and commentary are loading.