א.
בנוגע די סדרות נצבים וילך,
זאָגט דער רס”ג 1
: ומהן
(פון די נ”ג פרשיות התורה)
פרשה המתחלקת לשתים ונקראת בשתי שבתות אם יש צורך בכך,
והיא אתם נצבים הנחלקת בוילך משה.
פון דעם דיוק הלשון „פרשה המתחלקת לשתים” 2
- ניט ווי ער זאָגט ביי די אַנדערע סדרות המתחברות „שמונה מהן מצטרפות לפעמים שתים שתים ביחד ונקראות בארבע שבתות” - איז מוכח,
אַז נצבים און וילך זיינען בעצם איין סדרה 3 ,
נאָר לפעמים צעטיילט מען איר אויף צוויי
(ניט ווי די אַנדערע „שמונה” סדרות המתחברות וואָס די מצטרפות זיינען בעצם צוויי באַזונדערע
(„שתים”)
סדרות,
נאָר לפעמים לייענט מען ביידע צוזאַמען אין איין שבת).
[אַזוי איז אויך משמע פון דעם סימן
וואָס ווערט געבראַכט אין טור ושו”ע 4
-
(„פתבג המלך” 5 ),
„ב”ג המלך פת וילך”
(אַז ווען ראש השנה
(„המלך” 6 )
איז חל ביום ב’ אָדער ביום ג’ בשבוע,
לייענט מען וילך באַזונדער)
- ווי דער מגן אברהם 7
טייטשט עס אָפּ „פת וילך,
פירוש מלשון 8
פתות אותה פתים שמחלקים נצבים וילך לשתים”: „פת” איז פון לשון „פתות אותה פתים” -מ’צעברעכט איין חלה ורקיק אויף טיילען - אַזוי אויך „פת וילך”,
אַז „מ’ברעכט אָפּ”,
מ’טיילט אָפּ וילך פון נצבים 9 ].
און וויבאַלד אַז יעדער סדרה האָט אַ תוכן כללי
(וואָס מיט דעם טיילט זי זיך אויס פון אַלע סדרות),
איז מובן,
אַז נצבים און וילך האָבן ביידע איין תוכן כללי.
דאָס הייסט: ניט נאָר איז אין זיי פאַראַן אַ געוויסע נקודה משותפת וואָס צוליב דעם קענען זיי נתחבר ווערן יחד
(ע”ד ווי עס איז ביי אַלע סדרות המתחברות 10 ),
נאָר נאָכמער: ביידע האָבן אין זיך איין און דעם זעלבן ענין בעיקר .
אעפ”כ,
פון דעם גופא וואָס לפעמים לייענט מען פ’ וילך אין אַ באַזונדער שבת,
איז מובן,
אַז צוזאַמען דערמיט וואָס ביידע סדרות האָבן איין תוכן,
איז פונדעסטוועגן פאַראַן אַ חילוק ווי דער ענין גיט זיך אַרויס אין יעדן פון די צוויי סדרות; און נאָכמער: וויבאַלד אַז פ’ וילך קומט נאָך פ’ נצבים,
דאַרף מען זאָגן אַז אין וילך איז דאָ אַן עילוי
(אין דעם ענין)
אויף נצבים,
ביז אַן עילוי שלא בערך
(וואָס דעריבער ווערט זי געלייענט,
לפעמים,
אין אַ באַזונדערן שבת) 11 .
ב.
פרשה נצבים לייענט מען אַלעמאָל פאַר ראש השנה 12 ,
און ווי דער אַלטער רבי 13
איז מבאר די שייכות פון „אתם נצבים היום כולכם וגו’” צו ר”ה 14
(וכדלקמן סעיף ג’)
; משא”כ פ’ וילך,
וואָס בעת זי איז אָפּגעטיילט פון פ’ נצבים ווערט זי געלייענט אינעם שבת נאָך ר”ה און פאַר יום כיפור,
און דאָס איז אַ הוכחה,
אַז דער תוכן פון פ’ וילך איז שייך
(אויך)
צו יום כיפור 15 .
ובמילא,
איז דער ביאור אין די צוויי נקודות הנ”ל בנוגע צו נצבים און וילך
[(א)
אַז זיי האָבן איין תוכן און
(ב)
אַז צוזאַמען דערמיט האָט פ’ וילך אַן עילוי אויף פ’ נצבים]
וועט זיין פאַרשטאַנדיק לויט דער הסברה,
אַז אויך אין דעם ענין פון ראש השנה ויום כיפור,
זיינען דאָ די צוויי נקודות האמורות:
ראש השנה און יום כיפור זיינען איין ענין - איין המשך 16 ,
ביז אַז יום כיפור ווערט אָנגערופן ראש השנה 17
; לאידך אָבער האָט אין זיך יום כיפור אַ יתרון לגבי ראש השנה 18
- „בראש השנה יכתבון וביום צום כיפור יחתמון ” 19 ,
אַז יום כיפור אַז דער גמר וחותם פון ראש השנה 20 .
[און ווי דאָס שפיגלט זיך אויך אָפּ אין הלכה: יום כיפור ווערט אָנגערופן ר”ה
(אויך)
דערפאַר וואָס ער איז ר”ה ליובלות 21
- און דער דין 22
איז,
אַז די יציאה פון עבדים לחירות ביובל איז אין אַן אופן,
וואָס „מר”ה עד יוה”כ לא היו עבדים נפטרין לבתיהן ולא משתעבדין לאדוניהם ..
כיון שהגיע יוה”כ ..
נפטרו עבדים לבתיהן”;
זעט מען אין דעם צוויי נקודות: דער ענין היציאה לחירות איז איין נקודה; לאידך אָבער איז די נקודה גופא איינגעטיילט אין צוויי זמנים - די התחלת היציאה
(לא משתעבדין)
איז אין ר”ה,
און דער גמר היציאה
(נפטרים לבתיהן ),
וואָס דאָס איז דער עיקר ,
איז ביום הכיפורים].
ג.
די שייכות פון „אתם נצבים היום וגו’” צו ראש השנה 23 ,
איז דער אַלטער רבי מבאר 13
: ראש השנה איז דער זמן פון „תמליכוני עליכם” 24 .
און ווי אַזוי ווערט אויפגעטאָן דער „ויהי בישורון מלך” 25
(דער „תמליכוני עליכם”)
-„בהתאסף ראשי עם" 25 ,
ווען „כולם מתאספים יחד להיות לאחדים כאחד”* 25 ,
וואָס דאָס איז דער ענין האחדות פון אידן.
און דאָס איז דער תוכן כללי פון „אתם נצבים היום כולכם לפני ה”א ראשיכם שבטיכם וגו’ שואב מימיך” - אַז ניט קוקנדיק אויף די חילוקי מדריגות וואָס זיינען פאַראַן ביי אידן,
שטייען זיי אָבער „כולכם - אַלע ווי איינס - לפני ה’ אלקיכם”.
אָט דער ענין - די אחדות פון אידן - איז אויך די נקודה כוללת פון פ’ וילך: די סדרה הויבט זיך אָן מיט „וילך משה גו’ אל כל ישראל” - וואָס דער דיוק הלשון „ כל 26
ישראל” מיינט צו מדגיש זיין,
אַז ס’איז איין הליכה און דיבור צו אַלע אידן בשווה; און אויך בסיום הסדרה ווערט געזאָגט „וידבר משה באזני כל קהל ישראל את דברי השירה גו’” - צו גאַנץ קהל ישראל כאחד.
ד.
נאָכמער: אויך די מצוות פון דער סדרה - הקהל און כתיבת ספר תורה - זיינען אַזעלכע וואָס אין זיי איז מודגש די אחדות פון אידן:
די מצוה פון „הקהל את העם” 27
נעמט אַרום אַלע אידן גלייך,
אָן אונטערשייד - „האנשים והנשים והטף 28
וגרך גו’” 27
(וואָס אַזאַ אחדות געפינט מען ניט ביי קיין אַנדערע מצוה).
און דערפאַר ווערט עס אָנגערופן „הקהל” - ווייל דער מושג פון „קהל” באַדייט,
אַז די פאַרזאַמלטע זיינען
(ניט נאָר אַ צירוף פון ריבוי פרטים,
נאָר זיי זיינען)
פאַראייניקט אין איין נייער מציאות - „קהל” 29 .
דערמיט ווערט פאַרענטפערט אַ תמי’ אינעם ענין פון „הקהל” - וואו די קריאה בתורה דאַרף זיין דורכן מלך 30
- דלכאורה: לערנען תורה מיט אַלע אידן איזאַ זאַך וואָס איז שייך צו סנהדרין 31 ,
האָט די קריאה בתורה ביי הקהל געדאַרפט זיין דורכן ראש הסנהדרין אָדער דורכן אב ב”ד?
נאָר דער ביאור אין דעם 32
: אין תורה זיינען דאָ צוויי ענינים:
א)
לימוד התורה,
וואו ס’איז נוגע דער ענין ההבנה והשגה - וואָס אין דעם זיינען דאָ חילוקים צווישן „ראשיכם שבטיכם גו’” און די אַנדערע סוגים ביז „שואב מימיך”;
ב)
קריאה 33
בתורה,
וואָס קריאה בתורה,
אין תורה שבכתב,
איז ניט פאַרבונדן דוקא מיט הבנה והשגה 34 ,
נאָר דאָס איז שייך צו אַלע אידן בשווה אָן קיינע חילוקים.
וויבאַלד אַז ביי הקהל ווערן אַלע אידן פאַראיינציקט אין איין מציאות,
איז פאַרשטאַנדיק,
אַז דעמאָלט איז נוגע דער ענין אין תורה אין וועלכן עס גלייכן זיך אויס אַלע אידן 35
-קריאה 36
אין תושב”כ; און נאָכמער -בלשון הרמב”ם 37
: ס’איז „כיום שניתנה בו בסיני”
(וואָס מעמד הר סיני האָט אַרומגענומען אַלע אידן באופן שווה)
און דערפאַר „ויראה עצמו כאילו עתה נצטוה בה ומפי הגבורה שומעה”.
און דער ענין אין תורה איז שייך צום מלך דוקא - וואָרום די אונטערוואָרפנקייט פון דעם גאַנצן פאָלק צום מלך איז ניט מצד הבנה והשגה,
נאָר זייער עצם מציאות
(און אַלץ וואָס זיי האָבן)
געהערט צום מלך 38
; וואָס דעריבער איז ער זיי מאחד אין איין מציאות,
ער איז „ לב כל קהל ישראל ” 39
;
ומהאי טעמא איז ער דער וואָס איז קורא בתורה - ער טוט אויף ביי אידן דעם ענין אין תורה וואָס איז העכער פון השגה 40
און איז בשווה ביי גאַנץ קהל ישראל.
אויך די צווייטע מצוה פון פ’ וילך 41
איז ניט קיין ענין פון לימוד התורה 42 ,
נאָר - כתיבת ס”ת,
וואָס דאָס איז מדגיש אָט די שייכות פון אידן צו תורה וואָס איז ביי אַלע 43
גלייך
[ע”ד הנ”ל בנוגע צו קריאת התורה בהקהל].
ה.
דער חילוק צווישן נצבים און וילך אינעם ענין האחדות פון אידן
(וואָס
דאָס איז זייער תוכן כנ”ל),
וועט זיין מובן לויטן אונטערשייד צווישן ראש השנה און יו”כ אין דעם ענין פון „תמליכוני עליכם”: ווי דערמאָנט,
זיינען ר”ה און יו”כ איין נקודה - דער „תמליכוני עליכם” פן ר”ה טוט זיך אויף במשך די עשרת ימי תשובה ביז צו זיין שלימות וגמר ביו”כ
(און דערפאַר זאָגט מען „המלך הקדוש” אַלע עשי”ת) 44
; נאָר דער חילוק צווישן זיי איז:
ראש השנה ווערט אויפגעטאָן דער „תמליכוני עליכם” אין שורש ומקור הראשון - דעמאָלט איז מען מעורר דעם תענוג ורצון פון עצמותו ית’ אין מלוכה,
און אידן האָבן בכח צו פועל זיין דאָס דערפאַר וואָס זיי זיינען מושרש אין עצמות; און אין די עשי”ת ווערט
(בל’ הקבלה)
אויפגעטאָן דער בנין פון ספירת המלכות,
ביז יו”כ,
ווען דער בנין המלכות איז בשלימותו,
און דער ענין פון „תמליכוני עליכם” איז דאן מאיר בגילוי למטה 45 .
וויבאַלד אַז דער „תמליכוני עליכם” איז מען פועל „בהתאסף ראשי עם” -דורך אחדות פון אידן - איז פאַרשטאַנדיק,
אַז בהתאם צום חילוק הנ”ל צווישן ר”ה און יו”כ בנוגע „תמליכוני עליכם” - עד”ז איז אויך דער חילוק צווישן זיי בשייכות צו דער אחדות פון אַלע אידן:
די אחדות פון אַלע אידן אין ראש השנה איז
(בעיקר)
ווי זייער אחדות איז למעלה - אין שורש ומקור; און יום
כיפור ווערט אָט די אחדות נתגלה למטה .
און דאָס איז אויך דער עילוי שלא בערך פון יום כיפור לגבי דעם עילוי פון ראש השנה:
די אחדות פון אַלע נשמות ישראל אין זייער שורש ומקור איז ניט בדרך חידוש
(גמור)
און אויפטו,
נאָר ווייל דאָרטן איז לכתחילה ניטאָ קיין אָרט אויף פירוד וחילוקי דרגות - ווי אַן עיגול „שאין לו בחינת ראש וסוף” 46
;
דער אמת’ער
(אויפטו פון)
אחדות איז ווען מ’מאַכט פון פירוד - אחדות,
ווען מ’טוט אויף אחדות דאָרט וואו עס זיינען דאָ חילוקי מדריגות בפירוד 47
-און דוקא די אחדות פון פירוד דריקט אויס די אמת’ע אחדות פשוטה דלמעלה,
וואָרום דוקא פון אחדות הפשוטה
נעמט זיך דער כח צו קענען מאַכן פון רשות הרבים אַ רשות היחיד,
ליחידו של עולם 48 .
ו.
אָט דער חילוק הנ”ל אין דער אחדות פון אידן צווישן ר”ה און יו”כ,
שפּיגלט זיך אָפּ אין דעם חילוק צווישן זיי בשייכות צום ענין התשובה:
ר”ה זאָגט מען ניט קיין וידויים 49
וכיו”ב; אין די תפלות וכו’ פון ר”ה ווערט ניט דערמאָנט
(דרך וידוי 49 )
-ניט וועגן חטאים און אפילו ניט וועגן דער סליחה וכפרה.
משא”כ יום כיפור איז דער „יום הסליחה וכפרה” 50
און מ’זאָגט וידוי 51
וכו’.
און דער טעם החילוק י”ל בדא”פ 52
:
די עבודה פון ר”ה איז די הזזה מצד עצם הנשמה ווי זי איז מושרש אין עצמות,
נאָך העכער פון שורש התורה והמצוות - און מצד דער מדריגה איז לכתחילה ניטאָ קיין אָרט פאַר חטאים.
דעריבער איז דאַן אויך ניט שייך צו ריידן וועגן סליחה וכפרה,
אפילו ניט וועגן דעם עילוי פון זדונות נעשו לו כזכיות וכו’ - ס’איז דעמאָלט די בחירה חפשית פון עצמות אין נשמות ישראל,
וואָס מצד דעם ווערט נתעורר דער תענוג ורצון אין „תמליכוני עליכם” 53 .
יום כיפור אָבער ווערט דער שורש ועצם הנשמה נתגלה למטה ,
אין דעם
אָרט וואו ס’איז שייך חטאים וכו’ - און דאָרטן איז דער „עיצומו של יום הכפורים מכפר” 54 ,
מצד דער התקשרות פון עצם הנשמה אין אלקות וואָס ווערט נתגלה ביום כיפור,
ווערט אויפגעטאָן די כפרה וסליחה אויף חטאים וכו’.
דאָס גיט אויך אַ הסברה והמתקה וואָס דוקא אין „ליל יוה”כ נוהגין שקודם שמתפללין מתירים לכל העבריינים” 55
:
ראש השנה קען מען זיך אויפהויבן העכער פונעם אָרט וואו „עבריינים” און עבירות רירן אָן; ס’איז אָבער דעמאָלט ניט שייך דער ענין אַז מ’זאָל מיט זיי מתפלל זיין,
מ’זאָל זיך מיט זיי קענען מתחבר ומתאחד זיין אין זייער ציור פון „עבריינים” דאָ למטה.
דוקא יום כיפור קומט מען צו צום אמת’ן אופן פון „ויעשו 56
כולם אגודה אחת” - אַז אפילו אידן,
ווי זיי זיינען נאָך דערווייל אין דעם ציור פון „עבריינים”,
ווערן נתאחד מיט אַלע אידן,
מ’איז מתפלל עמהם „ באגודה 57
אחת ” 58 .
ז.
מצד דעם וואָס די אחדות ביום כיפור ווערט נמשך אין אידן ווי זיי זיינען למטה - ווערט זי דעריבער אויסגעדריקט
(ניט נאָר אין עניני הנשמה,
נאָר)
אויך אין עניני הגוף :
אין די חמשה עינויים פון יום כיפור איז ניטאָ קיין חילוק צווישן איין אידן מיטן צווייטן.
איןאַ קיום מצוה
(חיובית),
און אַן ענין פון פעולה ועשי’,
זיינען דאָ חילוקים אין דעם אופן ודרגת הקיום צווישן צדיקים גדולים און אנשים פשוטים וכו’; אָבער אין אַן ענין פון עינוי ושביתה - איז דאָך אין דעם „ניט”,
אין דעם העדר - ניטאָ קיין אונטערשייד צווישן איין איד און אַ צווייטן 59 .
אַזוי אויך בפנימיות הענינים: דער „לחיותם ברעב” 60
- דער „חיות” וואָס
קומט פון דעם „רעב” גופא - איז ביי אַלעמען בשווה 61 .
משא”כ די עבודה פון ר”ה,
כאָטש אַז די עבודה גופא איז מצד עצם הנשמה וואָס איז העכער פון התחלקות,
איז דאָס אָבער נאָר בשעת דער עבודה
(תפלה כו’)
גופא; אָבער לאחרי התפלה 62 ,
ווען מען „גייט אַוועק” פון דער עבודה און מ’פאַרנעמט זיך מיט „אכלו משמנים ושתו ממתקים” 63
- איז די „אכילה” און „שתי’” ביי יעדערן באופן אחר.
ח.
און דאָס איז אויך דער עילוי שלא בערך אין פ’ וילך לגבי פ’ נצבים:
אין פ’ נצבים רעדט זיך וועגן דער אחדות פון אַלע אידן
(פון „ראשיכם שבטיכם” ביז „חוטב עציך עד שואב מימיך”)
ווי זי קומט מצד דעם וואָס זיי זיינען דעמאָלט „נצבים גו’ לפני ה’ אלקיכם ”,
וואָס דאָס מיינט אַז „כולם מתעלים למעלה במקור חוצבם " 46
(- „לפני ה’ אלקיכם”).
פ’ וילך אָבער רעדט וועגן דער אחדות ווי זי ווערט נתגלה ביי אידן למטה ,
ווי זיי שטייען בדרגתם הם ; און דאָס איז כוונת הכתוב „ וילך משה וידבר גו’ אל כל ישראל” - משה רבינו במדרגתו איז „געגאַנגען” און נמשך געוואָרן
(„וידבר”)
צו אַלע אידן ווי זיי שטייען אין זייער מדריגה; אָבער לאידך,
איז דאָס די זעלבע הליכה והמשכה צו „ כל ישראל” בשווה,
ווייל
דאָס איז דער חיבור פון עצם הנשמה למעלה מיט דער נשמה ווי זי איז למטה.
ועד”ז איז עס אינעם ענין פון הקהל: פון איין זייט זאָגן חז”ל 64 ,
אַז „אנשים באים ללמוד נשים באות לשמוע טף ..
ליתן שכר למביאיהן”,
וואָס דאָס ווייזט,
אַז די אחדות פון הקהל איז אין אַן אופן וואָס גיט אַן אָרט צו חילוקי דרגות
(ניט ווי די אחדות פון ר”ה כנ”ל)
; לאידך אָבער,
דוקא אין דעם אופן פון „הקהל”
(מיט חילוקי דרגות הנ”ל)
איז „ המלך עומד כו’ וקורא ” 65
- די קריאת התורה דורכן מלך וואָס נעמט אַרום גאַנץ קהל ישראל באופן שוה 66
(כנ”ל סעיף ד)
: מען איז קורא וממשיך די אחדות פשוטה פון אַלע אידן
(„קהל”)
אין דעם אָרט פון חילוקי דרגות כנ”ל 67 .
ביז ווי ער איז מסיים אין סדרה „וידבר משה באזני כל קהל ישראל גו’ עד תומם” - וואָס דער פירוש הפנימי אין דעם איז,
אַז „עד תומם” איז פון לשון תמימות ושלימות 68
- פון אידן :
דער דיבור משה „באזני כל קהל ישראל” איז ניט נאָר צו זייער עצם הנשמה למעלה,
נאָר עס קומט אַראָפּ און פועל’ט תמימות ושלימות אין זייער כחות הגלויים,
ביז אין אַלע אברים וגידים 69 .
ט.
די הוראה מכל האמור בנוגע לפועל:
די עשרת ימי תשובה זיינען אַ זמן מסוגל צו מוסיף זיין אין אהבת ישראל.
בשעת דער „בהתאסף ראשי עם” איז ניט בשלימות - עס פעלט אין דער אחדות מיט אַלע אידן - אין וואָס פאַר אַ מצב זיי זאָלן נאָר זיין - מיינט דאָס ניט נאָר אַז עס פעלט אין אַ פרט,
נאָר דאָס איז נוגע צום כללות’דיקן ענין פון „תמליכוני עליכם” אויף גאַנץ כלל ישראל.
און וויבאַלד אַז מען דאַרף זיך גרייטן צו יום כיפור,
דאַרף די אהבה צו יעדן אידן זיין ניט נאָר אין אַן אופן אַז ער פאַרקוקט יענעמס רע - אַז ער זעט לכתחילה נאָר דער טוב שבו און דערפאַר האָט ער אַן אהבה צו אים און איז זיך מתאחד מיט אים - נאָר אפילו ווען ער זעט דעם רע ביי יענעם,
ווייזט ער פונדעסטוועגן אַרויס אַן אהבה צו אים,
אָן אַ חשבון; וואָס די אהבה דריקט זיך אויס אין אַ התעסקות גדולה והשתדלות יתירה צו העלפן יענעם מבטל צו זיין דעם רע 70 .
און דורך דער התעסקות אין „
(מבצע)
אהבת ישראל” 71
אין די טעג,
איז מען
זוכה צום „תמליכוני עליכם” בגלוי,
מ’האָט אַ חתימה וגמר חתימה טובה ביום הכיפורים,
לשנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות בטוב הנראה והנגלה.
(משיחת ש”פ וילך תשל”ב)