א.
אין דער הפטורה פון ערשטן טאָג ראש השנה
(תחילת ספר שמואל) 1
ווערט דערציילט וועגן חנה,
אשת אלקנה,
וואָס דער תוכן איז,
אַז פריער איז „ולחנה אין ילדים” 2 ,
און דערנאָך,
דורך איר תפלה
(זייענדיק אין שילה במשכן),
איז זי נפקד געוואָרן מיט אַ זון -שמואל הנביא.
דער מכוון פון קריאת ההפטורה בחגים,
ווי ביי אַלע הפטורות,
איז -ע”ד ווי קריאת התורה 3 ,
מלשון הוראה* 3
- אַז אַ איד זאָל דערפון אָפּלערנען אַ הוראה אין דער עבודה פון אַ אידן אין דעם שבת און אין דעם חג.
און אַזוי אויך בעניננו: אע”פ אַז דער טעם פאַרוואָס מען זאָגט די הפטורה בר”ה איז ווייל 4
חנה איז נפקד געוואָרן בר”ה 5
- אַנטהאַלט אָבער די הפטורה כו”כ הוראות אין דער עבודה פון אַ אידן בראש השנה
(און אויך כו”כ הוראות בכלל 6
(;
און וויבאַלד אַז די „עבודה” וואָס האָט געבראַכט צו פקידת חנה - וואָס דאָס
איז די נקודה עיקרית פון דער הפטורה
(בשייכותה לר”ה)
כנ”ל - איז געווען איר תפלה
(בשילה),
איז מסתבר לומר,
אַז דער לימוד עיקרי פון דער הפטורה בנוגע דער עבודה פון אַ אידן בר”ה איז אין תפלת חנה
[ובפרט לויט דער דיעה וואָס ברענגט זיך אין של”ה 7 ,
אַז
(אויך)
תפלת חנה איז געווען בר”ה].
ב.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם הביאור אין דעם סיפור וועגן תפלת חנה,
אַז פריער האָט עלי הכהן איר אָנגענומען אַלס אַ „שכורה”
(ווייל איר תפלה איז געווען אין אַן אופן פון „מדברת על לבה גו’”)
און האָט איר דערפאַר אויסגערעדט „עד מתי תשתכרין גו’”; און חנה האָט אים אויף דעם געענטפערט „לא אדוני גו’ ואשפוך את נפשי לפני ה’” 8
א.
ז.
וו.
דלכאורה איז ניט פאַרשטאַנדיק:
א)
ווי קומט עס,
אַז עלי הכהן זאָל האָבן אַזאַ טעות - מן הקצה אל הקצה! - אַנשטאָט צו דערקענען 9
אַז זי איז
מתפלל מיט אַ שפיכת הנפש,
האָט ער גאָר געמיינט אַז זי איז אַ „שכורה”?
ב)
אפילו מ’זאָל געפינען אַ הסברה ווי אַזוי עלי האָט געמאַכט דעם טעות 10
-איז נאָך אַלץ ניט מובן,
פאַרוואָס דערציילט מען וועגן דעם אין תורה ?
ס’איז דאָך אפילו „בגנות בהמה טמאה לא דבר הכתוב” 11 ,
עאכו”כ,
להבדיל,
בנוגע עלי הכהן!
ג)
וויבאַלד אַז „ויחשבה ..
לשכורה” 12
- פאַרוואָס האָט עלי אָפּגעוואַרט מיט זיין אויסריידן איר ביז זי האָט געענדיקט איר תפלה
(ווי רש”י טייטשט אָפּ „ועלי שומר את פי’” 13
-לשון המתנה)
- ער האָט דאָך גלייך געדאַרפט איר מפסיק זיין און זען מ’זאָל זי אַרויספירן פון בית הוי’?
ג.
פון דעם אַלעם איז מוכח,
אַז עלי האָט איר באַטראַכט ניט אַלס שכורה אין פשוט’ן זין 14 ,
נאָר אַ „שכורה” אין דעם ענין התפלה.
דאָס מיינט: וויבאַלד אַז די תפלה פון חנה איז געווען אין אַן אופן פון „ הרבתה להתפלל” 13
- איז עס אַ תפלה יתרה מן המדה,
וואָס איז ניט קיין דבר הרצוי 15
ווען מ’איז עומד לפני ה’ בבית ה’
(כדלקמן ס”ט)
;
און חנה’ס ענטפער אויף דעם איז -„ואשפוך את נפשי לפני ה’”,
אַז ווען דער „הרבתה להתפלל” איז פאַרבונדן מיט שפיכת הנפש ,
איז עס
(ניט אַן ענין פון „שכרות” אין תפלה,
נאָר,
אדרבה)
אַ דרגא נעלית 15
אין תפלה.
און דאָס איז אויך די שייכות פון תפלת חנה צו ר”ה - ווייל די טענה ומענה צווישן עלי הכהן און חנה וועגן דעם אופן התפלה בבית ה’,
גיט אויך אַ פאַרשטאַנד אין דעם תוכן כללי פון תפלת חנה און פון כמה תפלות בר”ה,
כדלקמן.
ד.
בנוגע די תפלות פון ראש השנה געפינט מען צוויי ענינים הפכיים:
ר”ה איז דער יום הדין אויף אַלע צרכי האדם,
הן ברוחניות והן בגשמיות
[ווי עס שטייט 16
„כי חק לישראל הוא משפט לאלקי יעקב”: חק לישראל -פון לשון 17
„הטריפני לחם חוקי” -מיינט דער דין ומשפט אויף מזונות
(כולל אַלע צרכים)
גשמיים 18
; און „משפט לאלקי יעקב” איז דער דין ומשפט אויף ענינים רוחניים 18
(וויפל ס’זאָל נמשך ווערן „גילוי אלקות בנפשו” 19 )]
; און דערפאַר בעט מען אין די תפלות פון ר”ה אויף בני חיי ומזוני,
און אויך אויף הצלחה אין ענינים רוחניים.
לאידך גיסא איז אָבער ידוע,
אַז די נקודת העבודה
(וואָס עיקרה איז בתפלה)
פון ר”ה באַשטייט אין מכתיר
זיין דעם אויבערשטן אַלס מלך 20 ,
ובלשון חז”ל 21
„שתמליכוני עליכם”
[און ווי מען זאָגט בתפלת ר”ה „מלוך על העולם כולו בכבודך”,
„מלך על כל הארץ”,
ועוד]
- וואָס הכתרת המלך וקבלת מלכותו איז דוקא דורך דער תנועה פון ביטול בתכלית,
דורך דעם וואָס מען וואַרפט זיך אינגאַנצן אונטער צום מלך,
ביז מען פילט גאָרניט די „אייגענע” רצונות 22
(און דער ביטול רופט אַרויס ביים מלך ער זאָל „אָננעמען” די הכתרה)
-
וואָס די ענינים זיינען דאָך תרתי דסתרי: בעת מען שטייט אין אַ ביטול בתכלית
(צום מלך)
איז מען ניט בגדר צו טראַכטן
(און בעטן)
וועגן אייגענע צרכים
(וואָס איז שייך נאָר דאַן ווען מען האָט אייגענע רצונות)
- און דאָס איז אַזוי אפילו בשייכות צו רוחניות’דיקע צרכים,
ועאכו”כ בנוגע גשמיות’דיקע בקשות
(וואָס אויף זיי איז דער עיקר הדין פון ר”ה,
כמבואר בהגהות מיימוניות 23 ).
[וכידוע וואָס עס שטייט אין תיקוני זהר 24 ,
אַז די וואָס בעטן „ביומי דכפורי” אויף „מזונא סליחה וכפרה וחיי,
כתבנו לחיים”,
זיינען ווי כלבים וואָס שרייען „הב הב”,
ווייל זיי טראַכטן וועגן זיך ,
און ניט וועגן דער שכינה.
אָבער לאידך גיסא זיינען די בקשות
(אויף צרכי האדם)
אַריינגעשטעלט געוואָרן אין נוסח התפלה דורך חז”ל און זיי זיינען מבאר אַז דאַמאָלס איז דער זמן רצון אויף מילוי הבקשות וכו’,
וואָס פון דעם איז פאַרשטאַנדיק,
אַז די בקשות דאַרפן זיין ניט
(נאָר)
מצד קבלת עול - וויבאַלד דער אויבערשטער האָט געהייסן אַ אידן בעטן זיינע צרכים בר”ה,
טוט ער אַזוי
(בלויז)
בכדי צו מקיים זיין דעם רצון העליון - נאָר אין אַן אופן אַז ער האָט אַ רצון והרגש אין די צרכים המבוקשים].
ד.
ה.
פון איין זייט דאַרף מען וועלן און מכוון זיין
(אין דעם טייל פון דאַוונען),
אַז דער אויבערשטער זאָל אים געבן זיינע צרכים 25 ,
וואָס דערביי פאָדערט זיך,
מ’זאָל פילן די אייגענע מציאות
(מרגיש זיין וואָס עס פעלט אים
(; און צוזאַמען דערמיט דאַרף ער זיין דורכגענומען מיט דעם דורכפירן דעם „תמליכוני עליכם”,
וואָס פאָדערט אַ פולשטענדיקן ביטול,
וואָס איז שולל די אייגענע מציאות.
ה.
לכאורה קען מען פרעגן די זעלבע שאלה אויך בנוגע די תפלות פון כל השנה כולה* 25
:
ביי דער תפלה פון שמו”ע איז דער מתפלל כעומד לפני המלך 26 ,
וואָס שטייענדיק פאַר אַ מלך טאָר מען ניט אַרויסווייזן קיין תנועה 27
פון אייגענער מציאות
[ביז,
ווי מיר געפינען אין
גמרא 28 ,
אַז אפילו „מחוה במחוג קדמי מלכא” איז אַ זאַך פאַר וועלכע עס קומט דער עונש פון היפך החיים]
; און צוזאַמען דערמיט האָט מען קובע געווען
(פאַר יעדן אידן)
אין נוסח התפלה די י”ב ברכות אמצעיות,
וואָס תוכנן איז -שאילת צרכיו.
אָבער עס איז פאַראַן אַ גרויסער חילוק צווישן תפלת ר”ה און תפלות כל השנה:
בכל השנה,
נאָך דער הכתרה פון ראש השנה,
איז דער אויבערשטער כביכול ווי אַ „מלך” וואָס פירט אָן מיט אַ מדינה - דערפאַר איז דאַן דער ביטול פון די בני המדינה צום מלך אין אַן אופן,
אַז עס הערט זיך אָן אַז ס’איז דאָ די מציאות און די צרכים כו’ פון די אנשי המדינה,
וואָס מיט זיי פירט אָן דער מלך; עס איז נאָר וואָס בשעת מען שטייט ממש לפני המלך,
דאַרף זיין ניכר אַז די גאַנצע מציאות פון דער מדינה איז ניט קיין זעלבסטשטענדיקע,
נאָר זי איז אונטערוואָרפן דעם מלך.
בשעת אָבער מען דאַרף ערשט מכתיר זיין דעם
(אויבערשטן אַלס)
מלך,
ווען ער איז נאָך מרומם און אָפּגעטראָגן פון הנהגת המלוכה,
פאָדערט זיך אַ גרעסערער,
טיפערער ביטול,
אַ ביטול בתכלית אין וועלכן עס הערט זיך ניט אָן קיין זאַך אויסער דעם מלך אַליין -שטעלט זיך די שאלה: ווי קען מען אין אַזאַ מצב בעטן דעם מלך וועגן אייגענע צרכים?
ו.
דער ביאור בזה:
דאָס וואָס אַ איד בעט אויף זיינע ענינים בר”ה,
דאַרף זיין דער מבוקש ניט
צוליב זיין תועלת,
בכדי אַז ער זאָל האָבן אַ ריבוי אין עניני עוה”ז
(אָדער,
אפילו,
אַ ריבוי אין ענינים רוחניים),
נארָ אַלס המשך צו דער עבודה פון „תמליכוני עליכם”:
כדי עס זאָל זיך אויספירן דער „מלוך על העולם כולו בכבודך”,
אַז אין דער גאַנצער וועלט זאָל זיך אָנזען מלכותו של הקב”ה,
איז דאָס דורך דעם וואָס אַ איד פאַרנעמט זיך מיט עניני עוה”ז און מאַכט פון זיי אַ „מכון לשבתו ית’” 29
;
און וויבאַלד אַז יעדער איד האָט ניצוצי קדושה וואָס זיינען שייך צו זיין נשמה און וועלכע ער
(דוקא)
דאַרף מברר זיין 30
- וואָס זיי זיינען מלובש אין די דברים גשמיים וואָס דער אויבערשטער באַשטימט לחלקו ולעבודתו - דעריבער בעט דער איד ביים אויבערשטן אַז ער זאָל אים משפיע זיין די זאַכן
(צרכים),
כדי ער זאָל דורך זיי אויספירן דעם
(טייל פון)
„מלוך על העולם כולו” וואָס איז שייך צו אים.
קומט אויס,
אַז אויך אין בקשת צרכיו פון ר”ה איז ניט אַריינגעמישט אַ הרגש פון מציאות האדם,
ווייל ער בעט זיי נאָר פאַר דעם אויבערשטנ’ס וועגן 31 .
ואדרבה - דאָס קומט דוקא מצד דעם תכלית הביטול אין וועלכן מ’שטייט ביי דער עבודה פון הכתרת המלך; וואָרום וויבאַלד אַז בירור הניצוצות האָט צו טאָן און איז פאַרבונדן מיט עצם הנשמה 32
-
[דכשם ווי די כוונה פון „נתאוה הקב”ה להיות לו דירה בתחתונים” 33
(וואָס ווערט דורכגעפירט דורך עבודת הבירורים)
איז מושרשת בעצמותו ית’ 34 ,
עד”ז איז ביי אידן
(וואָס זיי פירן דורך די כוונה בפועל),
אַז די עבודה איז פאַרבונדן מיט עצם נשמתם]
וואָס אין עצם הנשמה איז דאָך ניט שייך דער גאַנצער ענין פון אייגענע רצונות,
זי איז „חבוקה ודבוקה בך ..
יחידה לייחדך” 35
- איז פאַרשטאַנדיק,
אַז די בקשת צרכיו
(כדי צו אויספירן די כוונה עליונה)
איז פאַרבונדן מיטן ביטול פון עצם הנשמה
(וואָס ווערט נתגלה אין דער עבודה פון „תמליכוני עליכם”).
ז.
לכאורה קען מען פרעגן: די בקשת צרכיו פון ר”ה האָבן חז”ל קובע געווען אין נוסח התפלה פאַר יעדער אידן אין יעדן מעמד ומצב וואָס ער געפינט זיך - און ס’איז דאָך ידע אינש בנפשי’,
אַז דאָס וואָס ער בעט אויף צרכיו הגשמיים
(והרוחניים),
איז
(ניט בלויז כדי עס זאָל זיך אויספירן דעם אויבערשטנ’ס כוונה,
נאָר
(עכ”פ -אויך))
דערפאַר וואָס ער געפינט זיך ב„מיצר” כפשוטו,
ער וויל אַז דער אויבערשטער זאָל ממלא זיין זיינע
(דעם מענטשנ’ס)
צרכים „מידו המלאה כו’ והרחבה ” ואדרבא אין דערוף באַשטייט די מצוה,
וכמפורש בברכות התפלה און אין דערוף באַשטייט די מעלה 36
און אויפטו פון תפלה - שיתרפא החולה וירד הגשם כו’.
איז בשלמא ווען מ’וואָלט פון אים געמאָנט אַז ער זאָל אין תפלת ר”ה כלל ניט טראַכטן וועגן זיינע גשמיות’דיקע צרכים,
נאָר זיין גאַנצע עבודה זאָל זיין בלויז אין דעם ענין פון „תמליכוני עליכם” - פועל זיין ביי זיך קבלת עול מלכותו ית’ - וואָלט דאָס קיין קשיא ניט געווען:
וואָרום היות ס’איז דאַן דער זמן פון „קירוב המאור אל הניצוץ” 37 ,
איז יעדער איד מסוגל צו נתעורר ווערן מיט אַ הזזה עצמית צו נעענטער ווערן צום אויבערשטן,
ובמילא צו פאַרגעסן אויף זיינע אייגענע צרכים,
און האָבן נאָר דעם רצון צו זיין צוזאַמען מיטן „מלך”.
ווי מאָנט מען אָבער ביי יעדער אידן ,
אַז ביי אים זאָלן זיין ביידע קצוות צוזאַמען: ער זאָל טראַכטן וועגן זיינע אייגענע צרכים און וועלן אַז דער אויבערשטער זאָל זיי ממלא זיין,
און אין דעם גופא זאָל זיך ניט אַריינמישן קיין אייגענע געפילן ופניות,
נאָר אינגאַנצן זיין אויסן פאַרן אויבערשטנ’ס וועגן?
ח.
וועט מען דאָס פאַרשטיין לויטן פירוש הבעש”ט 38
אויפן פסוק 39
„רעבים גם צמאים נפשם בהם תתעטף” - אַז דער הונגער און דורשט פון גוף צו אַ דבר מאכל אָדער משקה,
נעמט זיך פון דעם וואָס „ נפשם בהם תתעטף” - דער נפש וויל מברר זיין די ניצוצי קדושה פון דעם מאכל ומשקה
(וואָרום די ניצוצות זיינען שייך צו אים,
„שהוא
(דוקא)
צריך לתקן”).
דאָס הייסט,
אַז כאָטש דער מענטש פילט בלויז זיין טבעית’דיקן הונגער צו עסן מצד הגוף,
איז עס אָבער באמת דער „הונגער” פון זיין נשמה צו די ניצוצי קדושה שבמאכל וואָס געהערן צו אים.
ועד”ז איז עס בעניננו: דאָס וואָס אַ איד בעט ר”ה מיט תחנונים כו’ אַז דער אויבערשטער זאָל אים געבן צרכיו הגשמיים והרוחניים,
איז
[אע”פ אַז בחיצוניות איז עס מצד דערויף וואָס אים זיינען נוגע ענינים פון בני חיי ומזוני,
און זיין מציאות,
איז אָבער]
דער אמת און פנימיות פון דער שפיכת הנפש -דער „הונגער” פון נשמה צו אויספירן די כוונה העליונה צו מאַכן פון די דברים גשמיים אַ דירה לו ית’.
ואדרבה: דאָס גופא וואָס מ’זעט,
אַז אידן ווערן נתעורר ביים זאָגן „ונתנה תוקף כו’ מי ינוח כו’” פון טיפעניש פון האַרצן נאָך מערער ווי די התעוררות ביים זאָגן „מלוך על העולם כולו בכבודך” כו’ - איז אַ הוכחה,
אַז אַזוי איז עס אויך באמיתת הענין.
וואָרום אע”פ אַז דער טעם גלוי אויף דעם איז,
ווייל זייענדיק אַ נשמה בגוף,
זיינען עניני עוה”ז נעענטער צו אים און דערנעמען אים מער ווי ענינים רוחניים - איז אָבער דער טעם פנימי אין דעם,
ווייל די כוונה פון עצמותו ית’ איז
(דוקא)
אין דירה בתחתונים
(כנ”ל ס”ו),
ובמילא דערנעמט עס אויך אַ אידן אין עצמיות הנפש שלו;
און דערפאַר ווערט ער נתעורר וכו’ אין די בקשות דוקא,
וואָס בפנימיות איז דאָס די הזזה עצמית פון עצם הנשמה צו אויספירן די כוונה העליונה צו מאַכן די וועלט אַ דירה לו ית’.
ט.
וי”ל אַז דאָס איז אויך דער טעם בעבודה וואָס מען האָט קובע געווען צו זאָגן די הפטורה פון תפלת חנה בר”ה,
צוזאַמען מיט די רייד פון עלי הכהן „עד מתי תשתכרין גו’”:
די טענה פון עלי איז געווען,
אַז בשעת מען שטייט „לפני ה’” - „לפני קדשי הקדשים” 40
- דאַרף ניט זיין נוגע קיין זאַך אויסער דעם אַז מען איז „לפני ה’” 41
; ניטאָ קיין אָרט דאַן צו ליגן אין בקשות פאַר ענינים גשמיים און אפילו ניט פאַר אַזאַ בקשה ווי „ונתתה לאמתך זרע אנשים” 42 ,
און בפרט נאָך אין אַן אופן פון „ הרבתה להתפלל” 43
- דאָס איז דאָך אַ מצב פון „שכרות” פון אירע גוטע אָבער דאָך אייגענע
(ונתתה לאמתך)
רצונות 44
; איר רצון איז אַזוי שטאַרק אַז זי כאַפּט זיך ניט וואו זי געפינט זיך,
אַז זי שטייט „לפני ה’”.
אויף דעם האָט חנה געענטפערט „ואשפוך את נפשי לפי ה’”: ניט נאָר איז איר תפלה פאַר זרע אנשים ניט קיין ענין פון „שכרות” ח”ו אין אייגענע רצונות,
נאָר פאַרקערט - דאָס איז אַן אויסגוס פון פנימיות הנפש,
וואָס דאָס דוקא האָט אַ שייכות צום מצב פון שטייען „לפני ה’”,
וכמש”נ 45
„בקשו פני
(וואָרום)
את
פניך ה’ אבקש” 46 ,
וואָס האָט ניט קיין אייגענעם רצון,
כל מציאותה איז וואָס „חבוקה ודבוקה בך”;
דערמיט איז אויך מובן וואָס זי האָט אין איר בקשה גלייך מנדר געווען,
אַז אויב „ונתת לאמתך זרע אנשים”,
איז -„ונתתיו לה’ כל ימי חייו “ 42
: זיין גאַנצער לעבן וועט זיין
(ניט קיין אייגענער,
נאָר)
אַוועקגעגעבן צום אויבערשטן; ווייל איר בקשה אויף זרע אנשים איז ניט צוליב זיך,
נאָר בלויז צוליב דעם אויבערשטנ’ס וועגן 47 ,
וואָס ווערט דערהערט בנפשה פנימה.
יו”ד.
און דערפון האָט יעדער איד אַ הוראה בעבודתו ית’ אין זיין תפלה בראש השנה:
עס איז ניט גענוג וואָס די פנימיות פון אַ אידן איז כדבעי,
נאָר די פנימיות דאַרף אַרויסקומען בגלוי.
און דערפאַר,
בשעת אַ איד שטעלט זיך בר”ה בעטן ביים אויבערשטן אויף צרכיו הגשמיים,
אָדער אפילו הרוחניים - איז דאָ די בחי’ „עלי הכהן” שבנפשו,
וואָס טענה’ט צו אים: „עד מתי תשתכרין”! וואָס פאַר אַ טראַכטן איצט וועגן עניני עוה”ז און אייגענע צרכים אין אַזאַ זמן פון הכתרת המלך!
אעפ”כ,
דאַרף ער בעטן פאַר די ענינים,
דאדרבה - דאָס גופא רופט אַרויס דעם ענטפער פון חנה,
אַז ביי יעדער איד,
אפילו דער וואָס דערוויילע טראַכט ער וועגן זיינע הצטרכות’ן צוליב זיך,
איז
(די פנימיות פון)
די בקשה - אַן ענין פון „ ואשפוך את נפשי לפני ה’ ”,
אַן אויסגוס פון פנימיות הנפש,
וואָס איז „חבוקה ודבוקה בך”,
איין זאַך מיט עצמותו ית’.
און כשם ווי דער ענטפער פון חנה האָט אינגאַנצן פאַרענטפערט טענת עלי,
ביז אַז,
אדרבא,
עלי האָט מסכים געווען מיט איר - ביז צו געבן איר זיין ברכה
(און הבטחה)
אין דעם „ואלקי ישראל יתן את שלתך אשר שאלת מעמו” 48
-אַזוי אויך איז דער אויבערשטער ממלא די בקשה פון יעדער אידן,
פאַר אַ שנה טובה ומתוקה,
כפשוטה - בטוב הנראה והנגלה,
בבני חיי ומזוני
(ובכולם)
רוויחי.
(משיחת יום ב’ דר”ה תשל”ו)