א.
אויף „אתם נצבים היום כולכם לפני ה’ אלקיכם גו’” 1
זאָגט דער אַלטער רבי 2
אַז „היום” גייט אויף ראש השנה,
און מ’איז „נצבים ..
לפני ה’ אלקיכם” - און אין אַן אופן פון „כולכם” 3 ,
ד.
ה.
אַז אַלע אידן,
פון „ראשיכם שבטיכם” ביז „חוטב עציך” און „שואב מימיך” און אַלע דרגות שבינתיים,
שטייען אין אַן אופן פון „כולכם”
(ווי ער איז דאָרטן מפרש)
- „לאחדים כאחד” 4 .
וואָס דאָס איז ווי דער ענין פון „נצבים היום כולכם” טוט זיך אויף מצד מלמעלה,
דורך דעם
(וואָס מ’איז נצבים)
„לפני ה’ אלקיכם”,
ווי דער טייטש וואָס ברענגט זיך אין חסידות 5
אויפן וואָרט „נצבים” - אַז דאָס איז לשון נפעל,
אַז אידן ווערן „נצבים”,
אויפגעשטעלט,
דורך דעם אויבערשטן;
עס דאַרף דאָך אָבער אויך זיין עבודת האדם,
„קב שלו” 6 ,
וי”ל אַז דורך דערויף באַקומט ער
אויך די „תשעה קבים של חבירו” 6 ,
וואָס „חבירו” גייט אויפן אויבערשטן
[ווי רש”י טייטשט אָפּ אין מסכת שבת 7
בהפסוק 8
„רעך ורע אביך אל תעזוב”,
אַז „רעך זה הקב”ה”],
ד.
ה.
אַז דורך עבודתו אין „קב שלו” האָט ער אַלע עשרה קבים
(„קב שלו” און די „תשעה קבים של חבירו”).
ב.
וואָס בפשטות איז די
(התחלת ה)
עבודה פון אַ אידן אין דערויף - דאָס וואָס „ישראל
(ד)
קדשינהו לזמנים” 9 ,
וואָס דערפאַר זאָגט מען
(בר”ה)
„מקדש ישראל ויום הזכרון”.
נוסף לזה: דורך דערויף וואָס אידן קלייבן זיך צוזאַמען „כאיש אחד בלב אחד” 10 ,
צוליב איין מטרה און איין ענין - טוען זיי אויף ע”י עבודתם
(אַ הוספה)
אין דעם ענין פון „נצבים היום כולכם”.
ובפרט ווען מ’פאַרבינדט דאָס
(דעם צוזאַמענקלייבן זיך)
מיט אַ דבר גשמי וואָס ווערט „דם ובשר כבשרו” 11
-
(ובפרט - מיט זאָגן
(אַז דער גשמי וועט זיין)
לחיים)
- וואָס דעמולט זאָגן רז”ל 12
אַז „גדולה לגימה שמקרבת כו’”.
ובפרט אַז דאָס איז אויך פאַרבונדן מיט אַ יום טוב,
ראש השנה,
וואָס אויף אים שטייט 13
„חדות ה’ היא מעוזכם”,
און אַז דעמולט דאַרף זיין „שתו ממתקים” נוסף צו „אכלו משמנים” 14 .
ובפרט נאָך אַז דאָס איז אַ ר”ה פון אַ שנת הקהל,
וואָס דאָס הויבט זיך שוין אָן פון ר”ה פון דעם יאָר,
ווי דער פסוק 15
זאָגט אַז „מקץ שבע שנים” דאַרף זיין הקהל וואָס „מקץ שבע שנים” הויבט זיך אָן פון ר”ה,
ובפרט לויט דעם וואָס חסידות 16
איז מבאר עה”פ 17
„בכסה ליום חגינו”,
אַז די ענינים פון „חגינו”,
חג הסוכות,
זיינען שוין דאָ בר”ה אין אַן אופן פון „בכסה”,
וי”ל אַז אויך דער ענין פון הקהל וואָס איז ב„חגינו” - איז שוין דאָ בר”ה אין אַן אופן פון „בכסה”.
זאָל יעדער איינער זאָגן לחיים
(על היין - דאַרף דאָס זיין)
פאַר דער שקיעה+.
זאָגן לחיים אויף משקה,
און נאָך בעסער - יין,
וואָס איז „משמח אלקים ואנשים” 18 ,
וואָס דערפאַר איז דאָס פאַרבונדן מיט אַ שמחה גדולה 19 ,
און דאָס זאָל ווערן דם ובשר כבשרו,
ובפרט אַז דאָס איז
(פאַרבונדן מיט ר”ה און מיט הקהל,
און מ’טוט דאָס)
אין אַ „בית גדול” 20 ,
„מקום שמגדלין בו תורה” 21 ,
וואו עס זיינען דאָ שיעורי
תורה,
און „מקום שמגדלין בו תפלה” 21 .
ויה”ר אַז עס זאָלן זיך אויפטאָן אַלע ענינים וואָס דאַרפן זיך דורך די פעולות אויפטאָן+.
ג.
דער ענין פון „זה היום תחלת מעשיך” און דער חילוק צווישן „זה” מיט „כה”
(וואָס עס האָט זיך גערעדט אין מאמר 22 )
- רעדט זיך בכ”מ אין די דרושים פון צ”צ 23 .
ונוסף לזה: די הגהות וביאורים
(בחצע”ג)
אין לקו”ת 24
וואָס רעדן וועגן דעם ענין - זיינען,
כנראה,
פון דעם צ”צ.
וואָס דער ענין פון ר”ה
(„זה היום תחלת מעשיך”)
האָט אַ שייכות מיוחדת מיט דעם צ”צ,
וואָרום זיין יום הולדת איז בערב ר”ה 25 ,
און זיין ברית איז געווען אין די עשרה ימים שבין ר”ה ליוהכ”פ.
און ווי גערעדט אין דער פריערדיקער התוועדות 26 ,
אַז בשעת דער צ”צ איז געבאָרן געוואָרן,
האָט זיין זיידע,
דער אַלטער רבי,
געזאָגט תורה אויף „משביעין אותו תהי צדיק כו’” 27
(וואָס דאָס איז דערנאָך געוואָרן די ערשטע דריי פרקי פון תניא) 28 .
וואָס „משביעין אותו תהי צדיק” איז פאַרבונדן מיט הולדת
(הצ”צ)
- וואָרום „משביעין אותו תהי צדיק” איז באַ אַ אידיש קינד איידער ער ווערט געבאָרן ויוצא לאויר העולם.
ד.
דאָס
(הולדת
(הצ”צ)
און אַז דעמולט איז „משביעין אותו כו’”)
איז אויך פאַרבונדן במיוחד מיט ר”ה:
בר”ה איז געווען בריאת אדם הראשון,
וואָס דאָס איז בדוגמא צו ירידת הנשמה בגוף און הולדת פון
(יעדער מענטשן,
ובמיוחד פון)
יעדער אידן - וואָרום „אתם קרויין אדם” 29 ,
און ווי דער משנה 30
זאָגט אַז יעדער מענטש איז אַן „עולם מלא”,
אַזוי ווי אדה”ר וואָס „נברא יחידי”,
און נאָכמער: כדי מ’זאָל וויסן איצט אַז יעדער איד איז אַן „עולם מלא”,
איז „ לפיכך נברא האדם יחידי” מיט טויזנטער יאָרן צוריק!
וואָס דאָס איז נאָכמער מדגיש דעם קשר צווישן בריאת אדה”ר
(בר”ה)
מיט דער הולדת פון יעדן אידן.
און וויבאַלד בכל שנה ושנה אין דעם זמן פון ר”ה איז „נזכרים ונעשים” 31
-עס חזר’ן זיך איבער די ענינים וואָס האָבן געטראָפן בר”ה בפעם הראשונה,
כולל אויך דאָס וואָס אדה”ר איז באַשאַפן געוואָרן בר”ה 32
- איז פאַרשטאַנדיק,
אַז ר”ה בכל שנה ושנה איז דער הולדת פון יעדן אידן.
ויש לומר אַז דער זאָגן די תורה אויף „משביעין אותו כו’” בערב ר”ה איז מרמז אויך: וויבאַלד אַז בר”ה עצמו איז די הולדת פון יעדן אידן
(בדוגמא ווי בריאת אדה”ר),
דאַרף דאָך דער „משביעין אותו כו’” זיין פאַר יציאת הילד לאויר העולם,
ערב ר”ה
[אע”פ וואָס בפעם הראשונה
(בשעת בריאת אדה”ר)
זיינען אין דעם טאָג
(פון ר”ה)
גופא געווען כמה שעות ביום פאַר בריאת אדה”ר,
ווי די גמרא אין סנהדרין 33
רעכנט אויס בפרטיות ווי אַזוי בריאת האדם האָט זיך אויסגעשטעלט אין די שעות היום].
ה.
בקביעות שנה זו קומט צו נאָכמער הדגשה אין דעם „נזכרים ונעשים” פון ר”ה
(און פון בריאת אדה”ר)
:
בריאת אדה”ר
(ר”ה)
בפעם הראשונה איז געווען ביום ו’ בשבוע.
ס’איז אָבער דאָ דער כלל אַז „לא אד”ו ראש”
[ווי דער רמב”ם 34
ברענגט אַראָפּ,
ביז אַז לדעת הרס”ג 35
איז דאָס מדאורייתא],
ד.
ה.
אַז ר”ה קען ניט אויסקומען ביום ו’ בשבוע ווי דאָס איז געווען בפעם הראשונה;
די איינציקע מעגליכקייט אַז יום ו’ זאָל זיין ר”ה - איז דאָס כבקביעות שנה זו,
וואָס יום ב’ דר”ה איז ביום ו’ בשבוע.
ואע”פ אַז דאָס איז יום ב’ דר”ה -זיינען אָבער ביידע טעג פון ר”ה אַ „יומא אריכא”,
איין לאַנגער טאָג 36 .
וואָס עפ”ז קומט אויס,
אַז בקביעות שנה זו איז ר”ה אין דעם טאָג פון בריאת אדה”ר אַזוי ווי דאָס איז געווען בפעם הראשונה - ביום ו’ בשבוע,
און דער יום ו’ בשבוע גופא,
זמן בריאת אדה”ר - איז בסוף פון דעם „יומא אריכא”
(וואָס דאָס איז ביום ב’ דר”ה)
- בדוגמא ווי ס’איז געווען בפעם הראשונה,
אַז בריאת אדה”ר איז געווען בסוף היום דר”ה.
ו.
כאן המקום להעיר בנוגע צו דעם וואָס ר”ה איז צוויי טעג,
[וואָס דאָס איז ניט נאָר אין חוץ לארץ נאָר אויך אין ארץ ישראל 37 ,
וואָס אין דערויף איז מודגש דער ענין פון „
(אתם נצבים היום)
כולכם”: אַלע ימים טובים איז אַ חילוק צווישן אידן בחו”ל און בא”י,
אין חו”ל פּראַוועט מען אַ יו”ט שני של גליות,
משא”כ אין א”י; משא”כ ר”ה פּראַווען אַלע אידן צוויי טעג סיי א”י
(„ארץ אשר גו’ עיני ה’ אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה” 38 ),
און סיי אין חו”ל,
וואָס דאָרטן געפינט זיך רוב מנין ורוב בנין פון אידן,
ביז משיח צדקנו וועט זיי ברענגען אין א”י].
וואָס ישנם וועלכע זוכן אויף דערויף
(אַז ר”ה איז אויך בא”י - צוויי טעג)
אַ מקור ווען ס’האָט זיך אָנגעהייבן,
געפינט מען אַ בפירוש’ן פסוק,
אין תושב”כ:
אין נחמי’
[וואָס דער אַלטער רבי רופט אים אָן
(ע”פ סנהדרין 39 )
בשו”ע שלו
(בהלכות ר”ה) 40
מיטן נאָמען „עזרא”]
קאַפּיטל ח,
בהמשך לזה וואָס ער דערציילט וואָס איז פאָרגעקומען „ביום אחד לחודש השביעי”,
אין דעם טאָג פון ר”ה - אַז מ’האָט אָנגעזאָגט אידן „אכלו משמנים ושתו ממתקים ושלחו מנות לאין נכון לו כי קדוש היום לאדונינו ואל תעצבו כי חדות ה’ היא מעוזכם”,
און דערנאָך 41
- אַז אידן האָבן אַזוי געטאָן בפועל,
„וילכו כל העם לאכול ולשתות ולשלוח מנות ולעשות שמחה גדולה גו’” - שטייט 42
„וביום השני גו’”,
טייטשן מפרשים 43
אַז „ביום השני” מיינט
(ניט דער טאָג וואָס קומט נאָך ר”ה,
נאָר)
„ביום השני של ראש השנה “,
און מ’איז מפרש 44
(פון דברי רז”ל 45 )
דעם טעם לזה אַז עס זיינען דעמולט געווען צוויי טעג פון ר”ה,
וואָרום בימי עזרא האָט מען מעַבּר געווען חודש אלול.
ז.
הנזכר לעיל פון נחמי’ אַז ב
(יום א’ ד)
ר”ה איז געווען „וילכו כל העם לאכול גו’ ולעשות שמחה גדולה ” - יש לקשר
לזה וואָס כ”ק מו”ח אדמו”ר שרייבט אין סה”מ תש”ג בתחלתו 46 ,
אַז מ’זעט במלכותא דארעא אַז בשעת מ’איז מכתיר אַ מלך איז „ההכתרה באה בשמחה גדולה כו’”,
און וויבאַלד אַז „מלכותא דארעא כעין מלכותא דרקיעא” 47 ,
איז אויך הכתרת המלך במלכותא דרקיעא - בשעת מ’איז מכתיר דעם אויבערשטן בר”ה -בשמחה גדולה.
ח.
אַ מאמר המוסגר:
אויף דערויף וואָס מ’זאָגט אַז וויבאַלד „מלכותא דארעא כעין מלכותא דרקיעא”,
איז אַזוי ווי אין מלכותא דארעא איז הכתרת המלך בשמחה גדולה,
אַזוי איז אויך אין מלכותא דרקיעא - איז דאָך דאָ די שאלה:
עס איז דאָך ניט מוכרח ח”ו צו טאָן ענינים למעלה ווי זיי זיינען למטה -איז ווי אַזוי זאָגט מען אַז וויבאַלד אין מלכותא דארעא איז הכתרת המלך בשמחה גדולה,
איז הכתרת המלך אין מלכותא דרקיעא אויך באופן זה?
!
עד”ז איז די שאלה בנוגע צו כו”כ משלים וואָס ברענגען זיך אין מאמרי רז”ל אויף דעם אויבערשטן,
„משל למה הדבר דומה למלך בשר ודם” וכיו”ב -ווי קען מען זאָגן אַז אַן ענין איז אין אַ געוויסן אופן למעלה,
באַ דעם אויבערשטן,
דערפאַר וואָס אַזוי איז דאָס למטה?
!
די שאלה איז אויך בנוגע צו דעם משל וואָס דער מגיד ברענגט 48 ,
אַז אַזוי ווי ביי אַן אב דאָ למטה איז נחקק במחשבתו צורת הבן,
אַזוי איז אויך
למעלה,
אַז נשמות ישראל זיינען חקוק במחשבתו פון דעם אויבערשטן
[מיט דעם חילוק,
אַז אין דעם משל באַ דעם אב וואָס ער איז אַ בשר ודם,
איז „מי שלא הי’ לו בן מעולם לא יכול לומר שיהא נחקק במחשבתו צורת הבן שיהי’ לו אחר כך ..
אבל אצל השם יתברך ..
אף קודם שנבראו ישראל הי’ נחקק צורתם במחשבה ..
כי אצלו יתברך העבר והעתי’ א’”].
ט.
והפירוש בזה:
ס’איז ניט דער פשט אַז וויבאַלד דער ענין איז אַזוי למטה דערפאַר איז דאָס אַזוי למעלה,
נאָר פאַרקערט: דערפון וואָס מ’זעט ווי דער ענין איז למטה ווייס מען,
דאָס איז אַ ראי’,
ווי איז דער ענין למעלה,
נאָכמער: דערפאַר וואָס דער ענין איז אַזוי למעלה ,
איז „נשתלשלו מהן” 49 ,
און עס ווערט אַזוי למטה,
ובמילא אַז מ’וויל וויסן ווי אַן ענין איז למעלה,
דאַרף מען זיך צוקוקן ווי דער ענין איז למטה און דערפון האָט מען אַ ידיעה ווי דאָס איז למעלה.
און אַזוי איז דאָס בנוגע צו אַלע די משלים.
- ובלשון הכתוב „מבשרי אחזה אלוקה” 50 ,
ווייל מען וויל אַז זיינע ענינים זאָלן זיין ניט נאָר אין אַן אופן פון אמונה,
נאָר אויך אין אַן אופן פון אחזה
(וידיעה),
ווי דער דיוק הלשון פון דעם רמב”ם 51
איז „לידע”
(ניט „להאמין”),
כמדובר כמ”פ 52 ,
[וואָס דאָס איז אויך דער ביאור וואָס דער צ”צ ברענגט אין סהמ”צ שלו 53
: ווי איז שייך זאָגן אַ ציווי אויף אמונה בה’,
בשעת אמונה איז
(דער יסוד און)
די הקדמה פון אַלע מצוות וציוויים?
איז ער דאָרטן מבאר,
אַז נוסף אויף דעם אַז דער ציווי איז אויף די פרטי האמונה - איז עוד ועיקר: דער ציווי איז
(ניט נאָר „להאמין” נאָר אויך)
„ לידע שיש שם מצוי ראשון”].
וואָס דערפאַר דאַרף מען האָבן משלים פון למטה אין עוה”ז בכדי צו פאַרשטיין בידיעה ווי די ענינים זיינען למעלה - „מבשרי אחזה אלוקה”.
ועד”ז דער אדם למטה: ער איז „אדמה לעליון” 54 ,
ובמילא קען מען וויסן פון אַ מלך דאָ למטה ווי איז כביכול,
באַ מלך מלכי המלכים הקב”ה,
און פון אַן אב דאָ למטה,
ווי איז כביכול,
באַ אבינו שבשמים.
ועד”ז בנוגע צו דעם וואָס עס שטייט אין סה”מ תש”ג,
אַז דערפון וואָס מ’זעט אַז הכתרת המלך איז מלכותא דארעא איז „באה בשמחה גדולה”,
ווייסט מען אַז אַזוי איז אויך הכתרת המלך אין מלכותא דרקיעא.
עד כאן מאמר המוסגר.
יו”ד.
ווי גערעדט פריער
(ס”ז)
אַז בהמשך לזה וואָס עס שטייט אין נחמי’ אַז ביום א’ דר”ה איז „וילכו כל העם לאכול גו’ ולעשות שמחה גדולה”,
זאָגט דער פסוק אַז דערנאָך איז געווען אַ יום שני פון ר”ה.
דערציילט דער פסוק 55
וואָס איז דעמולט
(ביום השני דר”ה)
געווען:
53)
מצות האמנת אלקות
(מד,
ב ואילך).
54)
של”ה כ,
ב.
שא,
ב.
ובכ”מ.
55)
פסוק יג ואילך.
„וביום השני נאספו ראשי האבות לכל העם הכהנים והלוים אל עזרא הסופר ולהשכיל אל דברי התורה,
וימצאו כתוב בתורה אשר צוה ה’ ביד משה אשר ישבו בני ישראל בסוכות בחג בחודש השביעי”,
און עזרא האָט זיי דעמולט אָנגעזאָגט „אשר ישמיעו ויעבירו קול בכל עריהם ובירושלים לאמר צאו ההר והביאו עלי זית ועלי עץ שמן ועלי הדס ועלי תמרים ועלי עץ עבות לעשות סוכות ככתוב”.
[דער לשון „צאו ההר גו’” איז ע”ד ווי דער לשון וואָס שטייט אין חגי 56
אַז „בחודש הששי
(חודש אלול)
ביום אחד לחודש” האָט דער אויבערשטער געזאָגט
(בתמי’)
„העם הזה אמרו לא עת בא עת בית ה’ להבנות”,
און בהמשך לזה 57
האָט ער אָנגעזאָגט „ עלו ההר והבאתם עץ ובנו הבית גו’”
(ווי גערעדט וועגן דערויף אין דער התוועדות פון ר”ח אלול)
;
- דער חילוק ביניהם: דאָ שטייט „ צאו ההר” און דאָרטן שטייט „ עלו ההר”,
וואָס דער ביאור איז בפשטות:
אין חגי רעדט זיך וועגן דעם מצב קודם שנבנה הבית און מ’דאַרף גיין בויען דעם ביהמ”ק - איז דאָס אַן עלי’ פון אַ מצב דקודם שנבנה הבית צו אַ מצב פון בנין הבית,
זאָגט ער דעם לשון „ עלו ההר גו’”; משא”כ אין נחמי’ רעדט זיך וועגן אַ מצב וואָס ס’איז שוין דאָ דער ביהמ”ק
(ווי ער זאָגט אין די ווייטערדיקע פסוקים),
און דערפאַר איז - „ צאו ההר גו’”].
וואָס אע”פ אַז באותו יום,
ביום ב’ דר”ה,
האָבן אידן נאָך ניט מקיים געווען
מצות סוכה בפועל - וויבאַלד אָבער אַז זיי האָבן שוין דעמולט מחליט געווען אַז זיי וועלן מקיים זיין דאָס וואָס עזרא האָט זיי געזאָגט „צאו ההר גו’” - איז „מחשבה טובה הקב”ה מצרפה למעשה” 58 ,
במילא איז מען בשעת דער מחשבה טובה שוין פאַרזיכערט אַז דאָס וועט אַראָפּקומען אין אַ מעשה בפועל.
און נאָכמער:
אויפן פסוק 59
„וילכו ויעשו בני ישראל כאשר צוה ה’ את משה ואהרן” בנוגע צו קרבן פסח,
פרעגט רש”י 60
„וכי כבר עשו והלא מראש חודש נאמר להם”,
און ער פאַרענטפערט: „אלא מכיון שקבלו עליהם מעלה עליהם הכתוב כאילו עשו”,
ביז אַז אין פסוק שטייט „ ויעשו “ אָן אַ כ”ף הדמיון.
וואָס דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק בנוגע צו דער החלטה פון די אידן דעמולט,
ביום ב’ דר”ה,
בנוגע מצות סוכה - אַז שוין דעמולט ווערט דאָס פאַררעכנט ווי זיי האָבן דאָס געטאָן בפועל.
יא.
דערנאָך דערציילט דער פסוק 61
ווי די אידן האָבן מקיים געווען בפועל מצות סוכה: „ויצאו העם ויביאו ויעשו להם סוכות איש על גגו ובחצרותיהם ובחצרות בית האלקים וברחוב שער המים וברחוב שער אפרים”,
און „ותהי שמחה גדולה מאד”,
און
(ווי ער זאָגט פריער אין פסוק)
דאָס איז געווען אַזאַ גרויסע שמחה אַז פון די צייטן פון
יהושע בן נון איז ניט געווען אַזאַ שמחה 62 .
(בקשר מיט דעם פסוק „ויעשו להם סוכות איש על גגו ובחצרותיהם ובחצרות בית האלקים גו’”)
עס שטייט אין תשובות הגאונים 63 ,
אַז מ’האָט באַ זיי געפרעגט צי מ’דאַרף מאַכן אַ סוכה
(אויך)
אין אַ בית־הכנסת.
איז לכתחלה די הו”א אַז מ’דאַרף ניט,
וואָרום אַ סוכה דאַרף זיין „
(תשבו)
כעין תדורו” 64 ,
דאַרף מען מאַכן אַ סוכה נאָר אין דער אייגענער דירה,
משא”כ אין אַ ביהכנ”ס.
אָבער דערנאָך איז מען ממשיך אין דער תשובה,
אַז מ’דאַרף יע מאַכן אַ סוכה אין אַ ביהכנ”ס,
פאַר אורחים
[און ווי ער זאָגט דאָרטן,
אַז אין ב אַגדאַד
(וואָס דאָרטן האָבן געוואוינט כמה גאונים)
האָט מען געמאַכט סוכות בבתי כנסיות שלהן],
און ער ברענגט דאָרטן אויך אַז אַזוי איז געווען אין מקדש פון דעם פסוק אין נחמי’ וואו עס שטייט אַז „ויעשו להם סוכות ..
בחצרות בית האלקים ”.
און דערנאָך איז ער מסיים אין דער תשובה „וכן מנהג ישראל” - אַז אַזוי איז מנהג ישראל.
יב.
פון כל הנ”ל
(פון דעם וואָס ווערט דערציילט אין נחמי’,
און פון די תשובות הגאונים מיט די פרטים שבזה)
קען מען אַרויסנעמען כמה רמזים וכו’ - אבל צ”ע ווייל לע”ע האָב איך עס ניט געפונען אין ספרים.
איינע פון זיי: ביום ב’ דר”ה זיך גרייטן צו חג הסוכות,
און מחליט זיין אַז
מ’וועט טאָן ענינים וואָס מ’דאַרף טאָן בחג הסוכות,
ביז אין אַן אופן פון „שמחה גדולה מאד”.
[ובפרט לפי המבואר אין חסידות,
אַז בר”ה זיינען דאָ די ענינים פון „חגינו”,
חג הסוכות,
אין אַן אופן פון „בכסה”
(כנ”ל ס”ב)].
ובנוגע לפועל:
אַזוי ווי מ’האָט גערעדט אין די פריערדיקע התוועדויות 65 ,
ובשנים
שלפנ”ז 66 ,
וועגן דעם ענין פון „ושלחו מנות לאין נכון לו” וואָס דאַרף זיין בנוגע לר”ה -
עד”ז דאַרף מען טאָן אויך בנוגע צו חג הסוכות - צושטעלן להנצרכים אַלע ענינים וואָס אידן דאַרפן האָבן כדי צו קענען פּראַווען חג הסוכות מתוך שמחה,
ביז מיט אַ „שמחה גדולה מאד”.
ועד”ז דאַרף מען טאָן בנוגע צו די ימים שבינתיים
(צווישן ר”ה און חג הסוכות),
אַז זיי זאָלן זיין טעג אָנגעפילטע מיט שמחה,
און „שמחה גדולה מאד”,
וואָס דאָס טוט מען אויף ביי אַלע אידן אויך דורך דערויף וואָס מ’שטעלט זיי צו,
אויב עס פעלט באַ זיי,
אַלעס וואָס
זיי דאַרפן האָבן בכדי צו זיין בשמחה וטוב לבב,
ביז אַז מ’קומט צו „שמחת עולם על ראשם” 67 ,
וואָס דאָס איז פאַרבונדן מיט דער גאולה האמיתית והשלימה ע”י משיח צדקנו,
וואָס „יבנה מקדש במקומו”,
און דערנאָך „יקבץ נדחי ישראל” 68 ,
ויהי רצון - אין אַן אופן פון „הקהל את העם האנשים והנשים והטף וגרך אשר בשעריך” 69
אין דעם יאָר וואָס איז אַ שנת הקהל,
שנת תשמ”א,
הבא לקראתנו לטובה ולברכה.
און נאָך פאַר דערויף זאָל זיין „נכתבין ונחתמין לאלתר לחיים” בספרן של צדיקים גמורים 70 ,
וואָס „עמך כולם צדיקים” 71
- אַז עס זאָל זיין אַ כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בטוב הנראה והנגלה ולמטה מעשרה טפחים,
און במהרה בימינו ממש+.
(שיחת יום ב’ דר”ה,
עש”ק,
תשמ”א)