א.
אין סיום הסדרה 1
שטייט „החיים והמות נתתי לפניך גו’ ובחרת בחיים למען תחי’ אתה וזרעך”.
שטעלט זיך רש”י אויף די ווערטער „ובחרת בחיים” און זאָגט דערויף דריי ענינים:
(א)
דעם פירוש פון „ובחרת בחיים” - „אני מורה לכם שתבחרו בחלק החיים”.
(ב)
אַ משל אויף דעם - „כאדם האומר לבנו בחר לך חלק יפה בנחלתי ומעמידו על חלק היפה ואומר לו את זה ברור לך”.
(ג)
אַ ראי’ דערויף פון אַ פסוק 2
- „ועל זה נאמר ה’ מנת חלקי וכוסי אתה תומיך גורלי הנחת ידי על גורל הטוב לומר את זה קח לך” 3 .
דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז שווער אין די ווערטער „ובחרת בחיים” וואָס רש”י דאַרף דאָס בכלל פאַרטייטשן און נאָך מיט אַן אריכות און פיל פרטים?
לכאורה איז דער טייטש פון „ובחרת בחיים” גאַנץ איינפאַך
(ווי עס לערנען אַנדערע פשטני המקרא 4 )
: דער אויבערשטער זאָגט אָן
(אַלס עצה טובה 5 )
צו אויסקלייבן דעם חלק החיים,
דורך „לאהבה 6
את ה”א לשמוע בקולו וגו’”.
ב.
לערנענדיק בפשטות קומט אויס 7 ,
אַז רש”י קומט דאָ באַוואָרענען אַז „ובחרת בחיים” איז ניט אַן אָנזאָג
(אַ ציווי,
אָדער עצה טובה)
צו בוחר זיין בחיים
- עס האָט קיין אָרט ניט צו אָנזאָגן „ובחרת בחיים” - דממנ”פ: אויב מען ווייס בכלל ניט אַז ס’איז חיים,
דאַרף מען אים נאָר איבערצייגן אין דעם און ער וועט עס שוין במילא אויסקלייבן,
ס’איז איבעריק דער אָנזאָג; און אויב,
ווידער,
ער איז ניט איבערצייגט געוואָרן אַז דאָס איז חיים - וואָס וועט אים העלפן דער אָנזאָג
(אָדער עצה)
„ובחרת בחיים”,
בשעת ביי אים לייגט זיך ניט אָפּ אַז דאָס איז חיים?
-
נאָר מיט „ובחרת בחיים” ווערט געמיינט „אני מורה לכם” - דער אויבערשטער זאָגט אַז מיט זיין זאָגן גלייך נאָכדעם „לאהבה את ה”א גו’” ווייזט ער אַָן אידן „שתבחרו בחלק החיים”,
ווייל דאָס איז חיים 8
: וויבאַלד אַז ניט אַלעמאָל זעט מען בעיני בשר אַז „חיים” איז תלוי אין „טוב” 9
(און „מות” אין „רע” 9 ),
דאַרף מען אָנווייזן וואָס איז די ריכטיקע און אמת’ע זאַך פון חיים
[ווי דער המשך אין פסוק:
(למען תחי’ אתה וזרעך)
לאהבה את ה”א גו’ כי הוא חייך ואורך ימיך גו’].
און אויף דעם ברענגט רש”י:
(א)
אַ משל - „כאדם האומר לבנו כו’”,
אַז דער טאַטע באַנוגנט זיך ניט מיטן זאָגן „בחר לך חלק יפה בנחלתי”,
נאָר „ מעמידו על חלק היפה”;
(ב)
אַ ראי’ פון פסוק אַז דער אויבערשטער איז „מעמיד” אידן „על חלק היפה” - „ועל זה נאמר כו’ הנחת ידי על גורל הטוב לומר את זה קח לך”.
ג.
ס’איז אָבער נאָר אַלץ ניט גלאַטיק די אריכות אין רש”י:
א)
וואָס דאַרף ער בכלל ברענגען אַ משל „כאדם האומר לבנו כו’” - ער האָט געקענט דעם תוכן זאָגן גלייך אין נמשל
(אַז דער אויבערשטער איז „מעמיד” אידן „על חלק היפה”)?
ואדרבה - אין נמשל איז דער ענין,
לכאורה,
מער פאַרשטאַנדיק ווי אין משל:
בנוגע קיום התורה ומצוות
(נמשל)
איז נויטיק אַז דער אויבערשטער זאָל אָנווייזן אַז דאָס איז „חיים” און דער „חלק היפה”: וויבאַלד אַז אין דער הנהגת העולם זעט אָפטמאָל אויס,
אַז „דרך רשעים צלחה” 10
און „הצדיקים ..
מצטערים בעוה”ז” 11 ,
דאַרף מען
באַוואָרענען אַז רשעים „סופן לדחות באחרונה” 11
און צדיקים „סופן לשמוח באחרונה” 11
;
בשעת עס רעדט זיך אָבער וועגן אויסקלייבן אַ חלק יפה אין אַ נחלה גשמית ,
איז אַ סך לייכטער צו זען וואָס ס’איז יפה און וואָס ניט,
און ס’איז ניט
(אַזוי)
נויטיק דער „ מעמידו על חלק היפה”.
ב)
נאָך „ומעמידו על חלק היפה” זאָגט רש”י „ואומר לו את זה ברור לך”,
וואָס פון דעם איז משמע,
אַז נאָכדעם ווי ער איז „אומר לבנו בחר לך חלק יפה בנחלתי ומעמידו על חלק היפה”,
דאַרף זיין נאָך אַ פעולה אַן אמירה „את זה ברור לך” - איז ניט מובן:
(א)
וואָס איז די נויטיקייט אין דעם?
(ב)
וואו געפינט מען די אמירה אין פסוק
(אין נמשל)?
ג)
דער סיום פון רש”י „ועל זה נאמר ..
הנחת ידי על גורל הטוב כו’” -
(א)
„וע”ז נאמר”
(אַ פירוש אין פסוק דתהלים )
- ניט „וכמו שנאמר” וכיו”ב
(וואָס מיינט אַ ראי’ אין פירוש בפסוק דאָ)
(ב)
דער „מעמידו על חלק היפה” איז אין אַן אופן וואָס „הנחת ידי על גורל הטוב כו’”:
א)
רש”י איז דאָך מפרש פשוטו של מקרא על אתר - פאַרוואָס ברענגט ער „ועל זה נאמר
(בתהלים)
כו’”?
ב)
וואָס איז דער אויפטו פון „הנחת ידי”?
ד.
דער ביאור בזה:
די קשיא וואָס רש”י קומט פאַרענטפערן מיט זיין פירוש איז:
דער ענין וואָס שטייט דאָ אין פסוק - „החיים והמות נתתי לפניך גו’ ובחרת בחיים למען תחי’ אתה וזרעך”
[און אַזוי אויך דער פסוק שלאח”ז - „לאהבה גו’ לשמוע בקולו גו’ כי הוא חייך גו’”]
-שטייט שוין און אויספירלעך אין די פריערדיקע פסוקים: „ראה נתתי לפניך היום את החיים ואת הטוב ואת המות ואת הרע” 12 ,
וואָס דער פשט דערפון איז,
אַז „זה תלוי בזה אם תעשה טוב הרי
לך חיים ואם תעשה רע הרי לך מות” 13 ,
און ווי דער פסוק איז דערנאָך 14
מפרש „אשר אנכי מצוך היום לאהבה גו’ וחיית ורבית גו’ ואם יפנה לבבך גו’ הגדתי לכם גו’” -
איז פאַרוואָס חזר’ט עס איבער דער פסוק דאָ נאָכאַמאָל 15 ?
לערנט דעריבער רש”י אַז דער חידוש אינעם תוכן הכתוב דאָ איז מודגש אין די ווערטער „ובחרת בחיים”
(וואָס שטייען ניט פריער).
אין וואָס באַשטייט דער חידוש?
ברענגט דערויף רש”י אַ משל - „כאדם האומר לבנו כו’ ומעמידו על חלק היפה ואומר לו את זה ברור לך”,
וואָס דאָס גיט צו פאַרשטיין,
אַז עס איז דאָ אַ פאַל וואָס אפילו נאָכן „מעמידו על חלק היפה” פאָדערט זיך ערשט אַן אמירה „את זה ברור לך”
(כדלקמן)
;
ועד”ז בעניננו: דער „אני מורה לכם שתבחרו בחלק החיים” פון אונזער פסוק איז ווי דער „אומר לו” וואָס קומט נאָכן „ מעמידו על חלק היפה” - נאָכדעם ווי די תורה איז מבאר אין די פריערדיקע פסוקים אַז „אם תעשה טוב הרי לך חיים”,
דאַרף ערשט זיין אַן אָנזאָג „ובחרת בחיים”.
ה.
דערפון וואָס מ’געפינט
(אין משל),
אַז נאָכדעם ווי מען גיט אַ „חלק יפה”
(אין זיין נחלה)
דאַרף מען ערשט „מעמיד” זיין „על חלק היפה”,
איז מובן אַז דאָ רעדט זיך וועגן אַזאַ נחלה ביי וועלכער ס’איז שווער צו וויסן
(פון
אויסערלעכן קוק)
וועלכער איז דער „חלק היפה” אין איר - און דעריבער מוז דער נותן „מעמידו על חלק היפה”.
[דערמיט קען מען אויך מסביר זיין דעם דיוק אין משל „כאדם האומר לבנו כו’”
(ניט - „לחבירו” 16 )
:
די זיכערקייט פון מקבל אַז דער נותן איז אים מעמיד על חלק היפה,
איז פאַרבונדן מיט
(דעם וואָס ער ווייס)
צוויי זאַכן -
(א)
ביים נותן איז קלאָר וואָס ס’איז דער חלק היפה 17
;
(ב)
דער נותן איז אויסן זיין
(דעם מקבל’ס)
טובה מיטן פולן האַרצן און איז דעריבער גרייט אים אָפּצוגעבן דעם חלק היפה פון זיין נחלה - און
(די וודאות אין)
די צוויי פרטים זיינען מודגש אין משל:
(א)
דער חלק איז „נחלת י ” - של הנותן,
ובמילא האָט ער אַ קלאָרע ידיעה אין דעם;
(ב)
ער גיט עס „ לבנו ”,
וואָס אַ טאַטע איז
(מער ווי עמעצער אַנדערש)
גרייט געבן זיין זון דעם חלק היפה פון זיין נחלה.
ועד”ז איז עס אין נמשל,
בנוגע דעם אויבערשטן מיט אידן: כדי אַז ביי אידן זאָל זיך אָפּלייגן אַז „חיים” און „טוב” זיינען „זה תלוי בזה” - כאָטש אַז בעיני בשר זעט מען עס ניט אַלעמאָל - זאָגט מען אים אַז ער זאָל זיך אַריינטראַכטן אין צוויי זאַכן:
(א)
די וועלט איז „נחלתי” - פון אויבערשטן,
בורא עולם ומנהיגו,
און דעריבער ווייס ער וואָס ס’איז דער ריכטיקער וועג פון „חיים”.
(ב)
אידן זיינען „בנים ..
לה’ אלקיכם” 18
- קענען זיי זיין זיכער אַז דער אויבערשטער זוכט נאָר זייער טובה וועגן].
וויבאַלד אָבער אַז מען זעט פאָרט ניט בעיני בשר דעם „חלק היפה”,
און מ’פאַרלאָזט זיך אויפן וואָרט פונעם נותן - איז מובן,
אַז דער נותן באַנוגנט זיך ניט מיט „מעמידו על חלק היפה”,
נאָר ער איז ווידער מזרז דעם מקבל און זאָגט אים נאָכאַמאָל ער זאָל נעמען דעם חלק היפה; און דאָס איז וואָס ער איז מוסיף - „ואומר לו את זה ברור לך”.
ועד”ז בעניננו,
אַז אויך נאָכן מסביר זיין די אידן אַז „חיים” און „טוב” זיינען „זה תלוי בזה”,
מ’איז זיי מעמיד על חלק היפה,
פאָדערט זיך נאָך אַ זירוז מיוחד 19
מלמעלה: „ובחרת בחיים למען תחי’ אתה וזרעך”,
אַז אידן זאָלן זיך לגמרי פאַרלאָזן אויפן אויבערשטן און אויסקלייבן „חלק החיים”.
ו.
מען קען נאָך אָבער פרעגן -לכאורה איז דער משל ניט דומה צום נמשל:
אין משל פאַרשטייט מען ווי דער זירוז „את זה ברור לך” ווירקט אויפן בן,
ווייל
(נוסף אויף דעם וואָס עס רעדט זיך וועגן אַ זירוז פון אַ אב בגשמיות בנוגע אַ נחלה גשמית ,
און דעריבער,
כאָטש דער בן זעט ניט בעיני בשר אַז דאָס איז דער „חלק היפה” פון דער נחלה,
גיט עס אים אָבער אַ הרגשה אין די אמת’קייט פון דברי אביו* 19 )
דער בן האָט ניט קיין אייגענע ידיעה מוחלטה בטיב הנחלה פון אביו - צו וויסן וואָס עס איז דער חלק היפה פון דער נחלה,
דעריבער איז פאַר אים גענוג און ער נעמט אָן די פאַרזיכערונג און זירוז פונעם אב הנותן.
משא”כ אין נמשל,
איז ניט נאָר וואָס מען זעט ניט
(אַלעמאָל)
דעם „מעמידו על חלק היפה”
(„אם תעשה טוב הרי לך חיים”)
בגשמיות
(ביז - אַז דאָס קען אַמאָל מיינען אויך „חיים” אין עולם הבא 20 ),
נאָר נאָכמער: בעיני בשר זעט ער
(אַמאָל)
להיפך ,
אַז „דרך רשעים צלחה” 10
און „נופת תטופנה שפתי זרה” 21
- דעם געשמאַק פון תענוגי העולם פילט ער מיט די חושי הגוף,
און אַז „ואחריתה מרה כלענה” 22
איז נאָר אַן ענין וואָס ער גלויבט אָדער
(לכל היותר)
פאַרשטייט בשכלו -
היינט ווי קען דער זירוז,
וואָס דער אויבערשטער זאָגט אָן
(דורך משה)
בתורתו „ובחרת בחיים” באַווירקן בוודאות דעם מענטשן צו אָפּלאָזן די זאַכן פון חיים גשמיים און אַנשטאָט דעם אויסקלייבן דעם טוב וחיים פון תומ”צ?
אויף דעם איז רש”י ממשיך - „ועל זה נאמר ה’ מנת חלקי וכוסי אתה תומיך גורלי הנחת ידי על גורל הטוב לומר את זה קח לך”:
„ובחרת בחיים” איז ניט סתם אַן אמירה,
נאָר דערמיט ווערט
(אויך)
אויפגעטאָן „ תומיך גורלי ..
הנחת ידי על גורל הטוב כו’”: דער אויבערשטער ווייזט אָן אידן
(„אני מורה לכם”)
אין גשמיות דעם „גורל הטוב”,
ביז מ’זעט בעיני בשר
(עכ”פ - מזמן לזמן)
ווי דורך עשיית טוב באַקומט מען „חיים” כפשוטם 23 ,
אַזוי אַז עס איז שייך הנחת יד אויפן „גורל הטוב”
(מ’קען עס אָנטאַפּן מיט דער האַנט)
- וואָס דאָס איז מאמת ביי אַ אידן אַז עשיית טוב איז זיין „גורל הטוב” און „חלק החיים”.
ז.
דערמיט קען מען אויך מסביר זיין דעם שינוי אין לשון רש”י - אין משל זאָגט ער „ואומר לו את זה ברור לך”,
און אין נמשל
(אין אויסטייטש פון פסוק „ה'’ מנת חלקי וכוסיי גגוו'’"”)
זאָגט ער 24
„לומר את זה קח לך”:
וויבאַלד דער זירוז פון טאַטן
(נאָכן „מעמידו על חלק היפה”)
איז נאָר בדיבור - קומט אויס,
אַז די בחירה גופא געהערט דורכאויס צום בן,
דעריבער זאָגט דער אב „את זה ברור לך”,
דער בן זאָל
(אַליין)
אויסקלייבן דעם „חלק היפה” וועלכן דער אב ווייזט אים אָן.
משא”כ די אמירה פון אויבערשטן „ובחרת בחיים” איז אין אַן אופן פון „ הנחת ידי על גורל הטוב” 25
- דער „גורל הטוב” איז שוין געוואָרן אויסגעקליבן און פאַרבונדן מיט דעם אידן און פאַר אים איז געבליבן ניט מער ווי דער
נעמען דעם
(אויסגעקליבענעם)
גורל הטוב - את זה קח לך.
[און דערפאַר זאָגט רש”י דעם לשון 26
„הנחת ידי כו’ לומר את זה קח לך”
(ניט ווי אין משל „ ואומר לו כו’”)
- ווייל דער עיקר איז „הנחת ידי כו’” און די אמירה „את זה קח לך” איז נאָר די כוונה פון דעם
(„לומר”),
אַ תוצאה פונעם „הנחת ידי”].
ח.
אין דעם שינוי הנ”ל אין לשון רש”י איז אויך מרומז אַן ענין אין הלכה ,
ובהקדים נאָך אַ דיוק - אַז דער חלק היפה ווערט אָנגערופן אין נמשל
(אין פסוק)
„ גורלי ”,
„גורל הטוב” 27
- וואָס די כוונה אין דעם איז צו מרמז זיין,
אַז דער אופן הבחירה פון אידן אין „חלק החיים” איז ווי אַ חלוקה ע”פ גורל.
און דערמיט איז מובן דער שינוי לשון הנ”ל צווישן משל און נמשל
(„ברור לך” און „קח לך”),
וואָס איז מרמז אויפן חילוק צווישן דער פעולה ביי „אדם האומר לבנו כו’” און אַ גורל באופן וואָס „הנחת
(דער אויבערשטער )
ידי על גורל כו’”:
בנוגע צו חלוקת השותפים דורך אַ גורל האַלטן כמה ראשונים 28 ,
אַז דער גורל איז נאָר מברר וועלכער חלק יעדער פון זיי דאַרף באַקומען,
אָבער כדי אַז דער חלק זאָל טאַקע ווערן זיינער מוז ער נאָכדעם מאַכן אַ קנין;
משא”כ ביי חלוקת ארץ ישראל ע”פ גורל,
וואָס איז געווען דורך „קלפי
ואורים ותומים” 29
(„ ברוח הקודש ” 30 ),
האַלטן אַלע 31
אַז דורך דעם גורל איז נקנה געוואָרן צו יעדן אידן זיין חלק אין א”י.
וכעין זה בעניננו: ביי „ אדם האומר לבנו כו’” איז זיין אמירה נאָר מברר פאַרן בן וועלכער ס’איז דער „חלק היפה” - „אומר לו את זה ברור לך”; משא”כ אין נמשל,
איז די אמירה פון אויבערשטן „ובחרת בחיים”
(ניט נאָר מברר דעם „חלק החיים”,
נאָר עס)
טוט אויף 32
אַז דער „גורל הטוב” ווערט שוין „נקנה” צום אידן
(ער דאַרף עס נאָר נעמען בפועל ממש)
- עס ווערט דער „ הנחת ידי על גורל הטוב לומר את זה קח לך”.
ט.
פון יינה של תורה אין דעם פירוש רש”י:
די צוויי ענינים הנ”ל - „ חלק היפה ..
ברור לך” און „ גורל הטוב ..
קח לך” - זיינען צוויי אופנים ווי אַ איד קען פּועל’ן ביי זיך דעם „ובחרת בחיים”:
איין אופן איז - אַ בחירה דורך אַ חשבון ע”פ טעם ודעת,
וואָס טוב וחיים ווערן דאַן אָנגערופן „ חלק היפה”
(כידוע 33
אַז „חלק” מיינט די „עבודה שע”פ טעם ודעת”]
; און די בחירה איז אין אַן אופן פון „ ברור לך” - עס זיינען דאָ צוויי דרכים וחלקים,
וואָס יעדער פון זיי האָט אַ מעלה לגבי דעם צווייטן
(אַנדערש איז דאָך ניט שייך די זאַך פון ברור - קלייבן )
- און מען קלייבט אויס איין חלק ניט דעם צווייטן.
דער צווייטער אופן איז,
אַז מען איז בוחר אין טוב וחיים
(ניט מצד אַ חשבון,
נאָר)
מיט אַ בחירה למעלה מטעם ודעת 34 ,
וואָס דאַן ווערט דער ענין פון „חיים” אָנגערופן „ גורל הטוב”
[כידוע 35
- וכן הוא בפשטות - אַז גורל איז ניט בבחינת דעת - נאָר „למעלה מבחינת דעת”]
; און די בחירה באַשטייט נאָר אין „קח לך” - דער צווייטער חלק ודרך האָט מלכתחילה קיין אָרט ניט,
און די עבודה באַשטייט ניט מער ווי אין נעמען דעם „גורל הטוב”.
יו”ד.
וועט מען דאָס פאַרשטיין לויט דעם וואָס חסידות 36
איז מבאר,
אַז דרך רשעים צלחה,
ובכלל - השפעת החיות צו קליפה איז מצד בחי’ מקיף,
און דעריבער איז זי בריבוי ,
אָן אַ חשבון; משא”כ די השפעה צו קדושה איז פון דעם אור פנימי,
אור בכלי דוקא,
ובמילא איז זי מיט אַ חשבון;
און דאָס איז דער גודל המעלה פון אידן אין דעם וואָס זיי זיינען בוחר בהקב”ה,
אין קדושה - זיי זיינען מוותר אויפן ריבוי ההשפעה וואָס איז דאָ אין צד הקליפה און זיינען בוחר אין דער השפעה מצומצמת מצד הקדושה 37 .
פאַרוואָס זיינען אידן טאַקע בוחר אין דעם?
זיינען דאָ,
בכללות,
צוויי ביאורים:
א)
היות אַז דער ריבוי ההשפעה צו רשעים איז נאָר לפי שעה און דערנאָך וועט זי נפסק ווערן 38 ,
און לאידך -וועט די השפעה צו צדיקים סו”ס זיין בריבוי עצום 39 ,
כמאמר 40
: אם לעוברי רצונו כך לעושי רצונו על אחת כו”כ;
דאָס איז די בחירה ע”פ טעם ודעת
(ער מאַכט אַ חשבון אַז עס לוינט זיך אים צו בוחר זיין אין קדושה),
וואָס איז מרומז אין דעם ערשטן ענין אין רש”י: חלק היפה ..
ברור לך.
ב)
וויבאַלד די השפעה מצומצמת איז מצד הקדושה,
דאָס איז פנימיות רצון העליון - ניט ווי די השפעה צו קליפה וואָס איז „כמאן דשדי בתר כתפוי” 41
-איז ער בוחר אין קדושה 42 .
ד.
ה.
אַז די השפעה פון קדושה אין אַן אופן פון „באור פני מלך חיים”,
הגם זי איז אַ מצומצמת,
איז ביי אים מער חביב 43
ווי דער ריבוי וואָס איז דאָ אין קליפה -
דאָס איז ניט אַ בחירה ע”פ חשבון,
נאָר למעלה מטעם ודעת,
דאָס וואָס אַ
איד וויל בעצם אלקות מצד בחי’ „גורל” שבנשמה 44
; און דעריבער איז אין דעם ניט שייך דער אופן פון „ברור לך”
(וואָרום מצד דער מדריגה אין נשמה איז יעדע זאַך אויסער אלקות מלכתחילה ניט תופס מקום),
נאָר דער „גורל הטוב ..
קח לך”,
אַז ער זאָל דאָס בחי’ גורל אַראָפּטראָגן אין אַ פנימיות,
ביז אין מחשבה דיבור ומעשה.
יא.
אעפ”כ שטייט אין פסוק „החיים והמות נתתי לפניך גו’ ובחרת בחיים גו’”,
אַז עס רעדט זיך וועגן דעם אופן פון „ ברור לך”
(צווישן „חיים” און „מות”)
- ווי פאַרשטאַנדיק אויך פון דיוק לשון רש”י „ ועל זה נאמר כו’”,
אַז דער ענין פון „הנחת ידי על גורל הטוב לומר ..
קח לך” איז ניט דער פירוש פון „ובחרת בחיים”,
ס’איז נאָר וואָס „ובחרת בחיים” איז כולל אויך דעם ענין,
וואָס בפירוש שטייט ער במקום אחר.
דער ביאור בזה: אין דעם ענין פון „החיים והמות נתתי לפניך גו’ ובחרת בחיים” - אַז דאָס וואָס אַ איד קלייבט אויס דעם חלק החיים איז אין אַן אופן פון בחירה חפשית - זיינען דאָ צוויי ענינים:
א)
דער שורש הענין פון דעם וואָס אַ איד איז בוחר אין אלקות איז מצד דעם וואָס דער עצם הנשמה פון אַ אידן איז איין זאַך,
כביכול,
מיט עצמות 45
; און די
חפשיות הבחירה אין דער דרגא -כאָטש אַז ס’איז ניט שייך צו זאָגן אַז דער עצם הנשמה וועט בוחר זיין עפּעס אַנדערש ווי אלקות ח”ו 46
- מיינט,
אַז די בחירה והתקשרות פון אַ אידן אין אלקות איז ניט מצד אַ הכרח
(א טעם ומעלה)
- וואָס דאַן איז
(א)
די התקשרות מיט אַ הגבלה
(לפי הטעם ומעלה)
;
(ב)
ס’איז ניט קיין אמת’ע בחירה חפשית 47 ,
ווייל מצד דעם טעם ומעלה,
איז ער כאילו „מוכרח” אין דעם -
נאָר ווייל אַזוי איז דער רצון ובחירה פון עצם הנשמה מצד עצמה ; און וויבאַלד אַז דאָס איז ניט צוליב אַ טעם ומעלה,
איז די בחירה אין אַן אופן אַז יעדער ענין אויסער אלקות איז מושלל בתכלית 48 .
ב)
דער גילוי פון דער בחירה אין
אלקות איז אין שכל האדם 49 .
ווייל ווען איז ניכר אַז דער רצון פון אַ אידן אין אלקות איז בבחירתו החפשית - בשעת ער האָט בפועל צוויי דרכים פון „חיים” און „מות” און ער איז בוחר בחיים; און דאָס איז שייך דוקא אין שכל האדם,
וואָס קען געפינען אַ מעלה אין ביידע דרכים און פונדעסטוועגן איז -„ובחרת בחיים ”.
און דערפאַר ווערט געזאָגט אין פסוק „החיים והמות נתתי לפניך גו’ ובחרת בחיים” - ווייל אין עבודה בפועל איז די בחירה
(ע”פ טעם ודעת)
אין אַן אופן פון „ ברור לך”;
נאָר רש”י,
יינה של תורה,
איז מגלה דעם תוכן פנימי פון „ובחרת בחיים” -„ועל זה נאמר כו’ הנחת ידי על גורל הטוב לומר את זה קח לך”: די פנימיות ואמיתיות פון דער בחירה אין אלקות אין דער דרגא פון טעם ודעת
(די בחירה בפועל)
- איז דאָס
(אויך)
די בחירה פון בחי’ „גורל” שבנשמה
( עצם הנשמה)
אין אלקות,
וואָס איז שולל בתכלית „מות” און „רע”,
אַזוי אַז עס דאַרף נאָר זיין דער „קח לך”
(כנ”ל בארוכה).
יב.
ע”פ כהנ”ל וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות פון ענין הנ”ל צו פ’ נצבים - אַ פרשה וואָס „קורין לעולם קודם ר”ה” 50 ,
און וויבאַלד אַז „הכל הולך אחר החתום” 51 ,
איז מובן,
אַז די
שייכות פון פ’ נצבים צו ר”ה איז ניט נאָר אין התחלת הפרשה
(„אתם נצבים היום גו’”) 52
נאָר
(אויך)
אין סיום הפרשה:
ראש השנה איז דער זמן ווען מ’איז מעורר דעם אויבערשטן בוחר זיין די אידן 53 ,
ווי מ’זאָגט און מ’בעט
(פאַר תקיעות)
„ יבחר 54
לנו את נחלתינו את גאון יעקב אשר אהב סלה” - וואָס אין דער בחירה זיינען דאָ צוויי ענינים
(ע”ד הנ”ל סי”א)
:
דער שורש הבחירה איז דאָס וואָס עצמותו ית’ איז בוחר נשמות ישראל ניט מצד אַ טעם,
נאָר בבחירתו החפשית,
וואָס מצד דעם איז „להחליפם באומה אחרת איני יכול” 55
- ס’איז „ישראל ומלכא בלחודוהי” 56
און ס’איז ניטאָ קיין אָרט ח”ו פאַר אַנדערע 57 .
און דער גילוי הבחירה למטה איז אין אַן אופן פון „והייתם לי סגולה מכל
העמים גו’” 58
- ס’זיינען דאָ „אחרים עמכם”,
און פונדעסטוועגן „הם בעיני ולפני לכלום ”,
ובמילא איז - „ חבתכם נכרת ”.
וויבאַלד אַז בראש השנה איז הכל „חוזר לקדמותו” 59
- דאַרף מען אויפטאָן און ממשיך זיין דעם „יבחר לנו” פון שרשו ומקורו,
פון עצמותו ית’; און דאָס ווערט דורך דער עבודה פון אידן וואָס פּועל’ן ביי זיך דעם „ ובחרת בחיים” 60
- ניט נאָר מצד טעם ודעת,
נאָר מצד בחי’ „גורל” שבנשמה,
עצם הנשמה,
און דורכדעם וואָס אידן זיינען מגלה ביי זיך דאָס וואָס „בחרו בהקב”ה להיות להם לאלקים” 61 ,
איז דאָס מעורר ומגלה דאָס וואָס „והקב”ה בחר בהם להיות לו לעם סגולה” 61 ,
למטה מעשה טפחים ובטוב הנראה והנגלה.
(משיחות ש”פ נצבים תשכ”ה,
יום ב’ דר”ה תשכ”ו)