B"H
🏡

Ikar

נצבים א

א.

אויף „אתם נצבים

(היום)

“ 1

שטעלט זיך רש“י און איז מפרש: „מלמד שכינסם משה לפני הקב“ה ביום מותו להכניסם בברית“.

איז דאָ ניט פאַרשטאַנדיק: וואָס איז דאָ רש“י מחדש „מלמד שכינסם כו‘ להכניסם בברית“,

עס שטייט דאָך מפורש „אתם נצבים היום גו‘ לעברך בברית ה‘ אלקיך“?

מפרשים 2

לערנען,

אַז דער חידוש פון רש“י „מלמד כו‘“ איז ניט אין דעם „להכניסם בברית“ וואָס שטייט מפורש אין פסוק,

נאָר אין דעם „כינסם משה כו‘“ 3

: אין פסוק שטייט נאָר „אתם נצבים“,

קען דאָך זיין אַז משה האָט זיי ניט צונויפגעקליבן,

נאָר זיי זיינען געבליבן עומדים על מקומם

(ווי זיי זיינען געווען חונים סביב הארון),

זאָגט רש“י „מלמד שכינסם משה לפני הקב“ה כו‘ להכניסם בברית“,

און זיין ראי‘ אַז „כינסם“ איז פון „להכניסם בברית“ -כניסה לברית איז דורך העברה 4 ,

וואָס דערצו מוז זיין פריער כינוס.

עס איז אָבער שווער אַזוי צו איינלערנען אין פרש“י,

ווייל לפי“ז: א)

האָט רש“י געדאַרפט מעתיק זיין אין דעם דיבור המתחיל אויך די

(ווייטערדיקע)

ווערטער „לעברך בברית“,

וואָס פון דעם איז זיין הכרח.

ב)

ער האָט געדאַרפט זאָגן ניט „להכניסם“ נאָר

(ע“ד לשון הכתוב)

„להעבירם בברית“,

וואָס דערפון איז די ראי‘ אַז „כינסם“.

ג)

פון לשון רש“י „מלמד שכינסם משה כו‘ להכניסם בברית“ איז משמע אַז דער חידוש פון רש“י באַשטייט אין „להכניסם בברית“

(ניט אין דעם עצם ענין וואָס „כינסם“,

און „להכניסם בברית“ זאָל זיין בלויז די ראי‘ אויף דעם).

ב.

לאחרי ווי רש“י איז מפרש די פסוקים ביז נאָך „למען הקים אותך היום לו לעם והוא יהי‘ לך לאלקים“ איז ער מפרש אין אונזער פסוק נאָך צוויי פירושים: „ומ“א 5

למה נסמכה פרשת אתם נצבים לקללות לפי ששמעו ישראל מאה קללות כו‘ התחיל משה לפייסם אתם נצבים היום כו‘ והרי אתם קיימין לפניו“; און דערנאָך איז ער מפרש דעם וואָרט „היום“

(לפירוש זה)

„כיום הזה שהוא קיים כו‘“,

און איז ממשיך „ד“א 6

אתם נצבים לפי שהיו ישראל יוצאין מפרנס לפרנס ממשה ליהושע לפיכך עשה אותם מצבה כדי לזרזם כו‘“.

דאַרף מען פאַרשטיין:

א)

וואָס איז שווער אין דעם ערשטן פירוש וואָס צוליב דעם דאַרף רש“י

אָנקומען צו אַ צווייטן פירוש,

און דערצו נאָך - פון „מדרש אגדה“

(ובפרט אַז רש“י אַליין איז מדגיש וועגן ערשטן פירוש „ע“כ פירשתי לפי פשוטו של פרשה“ און וועגן צווייטן פירוש איז די הדגשה „ומ“א“)

; און אויך דער צווייטער פירוש איז ניט מספיק און ער דאַרף אָנקומען צו אַ דריטן פירוש „ד“א אתם כו‘“.

לאידך - ווי גערעדט פיל מאָל -איז דער ערשטער פירוש

(ברש“י בכל מקום)

דער עיקר,

און דער צווייטער פירוש איז נעענטער צו פשוטו של מקרא ווי דער דריטער פירוש - עפ“ז דאַרף מען פאַרשטיין: מיט וואָס איז דער דריטער פירוש ווייטער פון פשש“מ ווי דער צווייטער פירוש?

ב)

פון דעם וואָס רש“י ברענגט דעם פירוש פון „מ“א“ און אויך דעם דריטן פירוש „ד“א“ ערשט ביים פסוק „למען הקים אותך גו‘“,

און ניט גלייך בהתחלת הפרשה ביים ערשטן פסוק „אתם נצבים היום“,

איז מוכח,

אַז די צוויי אַנדערע פירושים שברש“י זיינען בשייכות ניט נאָר צו די ווערטער „אתם נצבים היום“,

נאָר אויך צו די אַלע פסוקים ביז דעם פסוק „למען הקים גו‘“,

און ווי לשון רש“י אין דעם פסוק „ע“כ פירשתי לפי פשוטו של פרשה ומ“א כו‘“,

ד.

ה.

אַז דער „מ“א“ איז אַן אַנדער פירוש אויך אין די אַנדערע פסוקים ביז אַהער,

ואעפ“כ טייטשט רש“י ניט אויס בפרטיות דעם פירוש אין די אַלע פסוקים לויט דעם „מ“א“ און „ד“א“ 7 .

איז ניט מובן: וויבאַלד אַז דער פירוש פון די אַלע פסוקים בייט זיך,

פאַרוואָס איז רש“י מפרש

(לויטן „מ“א“)

נאָר דעם וואָרט „היום,

כיום הזה שהוא קיים כו‘“ 8 ?

ג.

דער ביאור בזה: פון דעם וואָס רש“י זאָגט דעם לשון „מלמד שכינסם משה כו‘ להכניסם בברית“,

און זאָגט ניט כלשון הכתוב „להעבירם בברית“,

איז מובן אַז ער קומט ניט מפרש זיין דברי משה „אתם נצבים היום כולכם גו‘ לעברך בברית“

(ווייל דאָס איז מפורש אין פסוק),

נאָר רש“י איז מחדש אַ באַזונדער ענין וואָס מ‘לערנט אָפּ פון די ווערטער „אתם נצבים היום“.

בפשטות קומט די פרשה „אתם נצבים היום כולכם“ בהמשך צום סוף פון דער פריערדיקער פרשה „ויקרא משה אל כל ישראל ויאמר אליהם אתם ראיתם גו‘“

[וואָרום אויב ס‘וואָלט געווען אַ באַזונדער קריאה און אַ באַזונדער כינוס האָט דעמאָלט בריש פרשתנו נאָכאַמאָל געדאַרפט שטיין „ויקרא משה אל כל ישראל“ 9 ,

וכיו“ב].

בפשטות דאַרף מען לערנען,

אַז דער „ויקרא משה אל כל ישראל“,

דער כינוס פון אַלע אידן אין ס“פ תבוא,

איז געווען מיטן צוועק צו זאָגן זיי דאָס וואָס שטייט גלייך נאָכדעם אין פרשה - „ויאמר אליהם אתם ראיתם גו‘ המסות הגדולות גו‘ ושמרתם את דברי הברית הזאת ועשיתם אותם גו‘“.

דאָס איז געווען די מטרה פון כינוס,

און נאָר ווי אַ המשך דערצו קומט „אתם נצבים היום גו‘“.

און אין דעם איז רש“י מחדש „מלמד“: פון די ווערטער „אתם נצבים היום“ לערנט מען אָפּ „שכינסם משה לפני הקב“ה כו‘ להכניסם בברית“,

מטרת הכינוס איז ניט געווען צוליב איבערגעבן זיי זיינע רייד

(אין ס“פ תבא),

נאָר „כינסם משה לפני הקב“ה כו‘ -להכניסם בברית“ 10 .

דער הכרח אויף דעם איז:

א)

די ווערטער „אתם נצבים“ - וואָס זיינען לכאורה שלא במקומן,

וויבאַלד עס שטייט שוין פריער „ויקרא משה אל כל ישראל“,

זיינען דאָך אַלע אידן געווען באותו מעמד האָט משה געדאַרפט דערמיט אָנהייבן 11 .

אויב מאיזה טעם

(כדי מדגיש זיין „לפני ה“א“ וכיו“ב)

וויל ער דאָס זאָגן דוקא האָט אָבער געדאַרפט שטייען „ואתם נצבים“ - מיט א ַווא“ו המוסיף אויף „אתם ראיתם גו‘ ותבואו גו‘“ - מוז מען זאָגן אַז דער לשון איז עפּעס „מלמד“.

ב)

דער המשך „אתם נצבים היום כולכם לפני ה“א“ - לכאורה זיינען זיי געווען „נצבים לפני משה“ אויף צו הערן וואָס ער גיט זיי איבער 12 .

ג)

„היום“ - וואָס מיינט „ביום מותו“

[וואָרום אין סוף פ‘ תבא 13

זאָגט ער „ולא נתן ה‘ לכם לב לדעת ..

עד היום הזה“,

און רש“י איז דאָרט מפרש אַז דאָס איז ווען נתן משה ספר התורה לבני לוי,

ווי דערציילט אין פ‘ וילך וואָס דאָס איז

געווען ביום מותו,

און פ‘ וילך קומט בהמשך בזמן אחד צו פ‘ נצבים 14 ]

-אויב מ‘זאָל לערנען אַז דער כינוס איז געווען בכדי צו זאָגן זיי „אתם ראיתם את כל אשר עשה גו‘ המסות הגדולות גו‘ ושמרתם גו‘“ - חיזוק אין שמירת התורה והמצות - איז פאַרוואָס האָט ער געוואַרט ביז יום מותו,

און ער האָט עס ניט געזאָגט פריער

(משנה תורה האָט דאָך משה רבינו אָנגעהויבן זאָגן „בעשתי עשר חודש באחד לחודש“ 15 )?

דאָס אַלץ איז מכריח אַז מטרת הכינוס

(דס“פ תבוא)

„ויקרא משה אל כל ישראל“ איז געווען להכניסם בברית

(שבפרשתנו),

וואָס דער ברית איז געווען נוגע

(בעיקר)

לאחר שעברו את הירדן

(ווי רש“י זאָגט ווייטער בפרשתנו 16 ),

האָט ער דאָס דעריבער אָפּגעלייגט ביז „יום מותו“,

וואָס נעענטער צום זמן שעברו ישראל את הירדן.

ד.

ע“פ הנ“ל,

אַז „אתם נצבים היום גו‘“ קומט בהמשך צו דער פריערדיקער קריאה פון משה‘ן „אל כל ישראל“,

ולאידך איז מטרת הכינוס געווען „לפני הקב“ה כו‘ להכניסם בברית“,

און די רייד אין ס“פ תבא זיינען ע“ד ווי אַ מאמר המוסגר,

בלויז אַ הקדמה והכנה דערצו - זיינען מובן נאָך צוויי פרטים אין פשש“מ אויף וועלכע רש“י שטעלט זיך ניט:

א)

די תורה דערמאָנט דאָ „טפכם“.

ולכאורה,

אין דער תורה געפינט מען ניט אַז משה רבינו זאָל רופען אויך „טף“

ביים צוזאַמענקלייבן אַלע אידן

(פאַר וועלכן צוועק ס‘זאָל נאָר זיין).

נאָכמער: ווייטער אין פ‘ וילך 17 ,

וואו עס שטייט „הקהל את העם האנשים והנשים והטף“,

שטעלט זיך רש“י אויף דעם און באַוואָרנט „למה באו לתת שכר למביאיהם“

(און ס‘איז מובן אַז

(לויט רש“י)

איז בפרשתנו ניט דאָס דער טעם,

וואָרום דאַמאָלס וואָלט עס רש“י מפרש געווען באַם ערשטן מאָל - דאָ,

און ניט פאַרלאָזן זיך דאָ אויף דעם וואָס ער וועט מפרש זיין אין אַ שפּעטערדיקער סדרה) 18 .

און כאָטש בהענין דפרשתנו האָבן די טף געדאַרפט זיין בכדי אַריינגענומען צו ווערן אין דעם כריתת ברית,

וואָס דאָס איז געווען פאַר אַלעמען,

היות אָבער אַז „אתם נצבים“ איז דאָס דער כינוס פון ס“פ תבא,

קומט דאָך אויס אַז די טף זיינען געווען מתחילת הכינוס ווען משה האָט געזאָגט „אתם ראיתם גו‘ המסות הגדולות גו‘ ושמרתם את דברי הברית הזאת ועשיתם אותם“ - וואָס צו דעם זיינען זיי דאָך ניט געווען שייך,

זיי זיינען דאָך ניט מחוייב במצות 19 ?

אָבער ע“פ הנ“ל אין פרש“י,

אַז „ויקרא משה“ איז געווען „לפני הקב“ה ..

להכניסם בברית“,

איז מובן וואָס גלייך בהתחלת הקריאה האָט מען געבראַכט טף,

וואָרום מטרת הכינוס איז געווען להכניסם בברית און די רייד „אתם ראיתם גו‘“ זיינען בלויז אַ הקדמה דערצו.

ב)

איידער מ‘לייגט אַרויף אויף עמעצן אַ געוויסע התחייבות,

און באַזונדערס - אַ שבועה וכיו“ב,

מוזן קומען הסברה והקדמות.

מ‘קומט ניט צו איינעם גלייך מיט דער התחייבות,

שבועה וכו‘.

ובנדו“ד איז דאָך „אתם נצבים“ געווען „לעברך בברית ה“א ובאלתו גו‘“,

אַ ברית און אַ שבועה אויף יעדער אידן -פון פערשידענסטע סוגים פון כלל ישראל - איז ווי קומט עס אַז משה האָט זיי פריער ניט געזאָגט עפּעס אַ הקדמה צו אַזאַ דבר גדול וחמור?

[וואָס די שאלה איז בתוקף סיי אויב „ויקרא משה אל כל ישראל“ איז געווען צוליב זאָגן זיי „אתם ראיתם גו‘“ ובמילא איז געווען דער „לעברך בברית ה‘ אלקיך ובאלתו“,

ופשיטא - אויב מ‘זאָל לערנען 20

אַז „אתם נצבים“ שבפרשתנו איז געווען אַ כינוס בפ“ע].

ע“פ פרש“י אָבער,

אַז „כינסם משה לפני הקב“ה כו‘ להכניסם בברית“ דאָס איז געווען די מטרה,

איז דער ענין מובן,

וואָרום „אתם ראיתם גו‘ המסות הגדולות גו‘“ איז טאַקע געווען די

הסברה און דער אַריינפיר צו

(דער מטרה)

„לעברך בברית ה“א ובאלתו“.

ה.

לויט דעם פירוש איז אָבער ניט ערקלערט דער לשון שאינו רגיל כ“כ „נצבים“.

לפי הנ“ל אַז דער לשון לאָזט אונז הערן אַז „כינסם משה לפני הקב“ה כו‘ להכניסם בברית“,

פאַרוואָס שטייט „נצבים“ - אַ לשון בלתי רגיל - און ניט דער לשון „עומדים“,

וואָס איז רגיל אין תורה,

און ווי ער זאָגט אויך בעניננו

(ווייטער אין פרשה 21 )

„עמנו עומד היום“?

נאָכמער: ניט נאָר איז דאָס ניט קיין לשון הרגיל,

נאָר עס פּאַסט לכאורה ניט דאָ אין פסוק מצד דעם תוכן.

„נצבים“ איז ע“ד ווי רש“י 22

טייטשט „בקומה זקופה“,

משא“כ דער לשון עומדים 23 .

און וויבאַלד אַז „כינסם לפני הקב“ה כו‘

להכניסם בברית“,

איז דאָך פאַרשטאַנדיק אַז זיי זיינען געשטאַנען מיט הכנעה וביטול,

איז ווי זאָגט ער „נצבים“ וואָס ווייזט אויף שטאַרקייט און גרויסקייט 24 .

דעריבער ברענגט רש“י אַ צווייטן פירוש „ומדרש אגדה“,

אַז דאָס קומט בהמשך צו די קללות און „התחיל משה לפייסם אתם נצבים היום

(אויף אַזוי פיל אַז חאָטש)

הרבה הכעסתם למקום ולא עשה אתכם כליי‘ והרי אתם קיימין לפניו“ - די הדגשה במיוחד איז אין דעם וואָרט „נצבים“,

וואָס ווייזט אויף אַן עמידה חזקה כו‘.

און לויט דעם פירוש בייט זיך

(ניט בלויז דער מכוון און טייטש פון וואָרט „נצבים“,

נאָר)

אויך דער טייטש פון „היום“:

וויבאַלד אַז דאָס זיינען דברי פיוס אויף די קללות,

דאַרף מען זאָגן בפשטות אַז דאָס איז געווען בסמיכות בזמן צו דער תוכחה,

ובמילא איז ניט מסתבר אַז דאָס איז געווען ביום מותו 25 ,

וואָרום: א)

די כוונה פון דער תוכחה איז

דאָך געווען לזרזם אויף קיום התורה ומצות,

האָט ער זיכער ניט געוואַרט דערמיט ביז יום מותו,

ב)

ס‘איז ניט מסתבר אַז ביום מותו זאָל זיי משה זאָגן קללות 26

(אדרבה,

ביום מותו,

סמוך למיתתו,

ברך אותם 27 ).

דעריבער מוז רש“י אויך לערנען אַז דער וואָרט „היום“ האָט אַן אַנדער טייטש,

וואָס קומט בהמשך צו דעם פירוש פון „אתם נצבים“.

וויבאַלד אַז „אתם נצבים“ מיינט „הרי אתם קיימין לפניו כו‘ והקללות והיסורין מקיימין אתכם ומציבין אתכם לפניו“ איז אויך דער טייטש פון „היום“ - „כיום הזה שהוא קיים כו‘“.

און וויבאַלד אַז די דברי פיוס מוזן זיין בסמיכות צו דער תוכחה,

איז רש“י מוסיף,

אַז די פסוקים היותר סמוכים צו דעם,

די „פרשה שלמעלה מזו פיוסין הם אתם ראיתם וגו‘“.

ו.

אָבער אויך דער פירוש איז שווער,

ווייל: א)

לפי“ז האָט געדאַרפט שטיין פריער „אתם נצבים“ און דערנאָך די פרשה „אתם ראיתם גו‘“,

וואָס איז דער אויסטייטש פון דעם עיקר הפיוס „לא עשה אתכם כליי‘ והרי אתם קיימין לפניו כו‘ והקללות והיסורין מקיימין אתכם ומציבין אתכם כו‘“.

ב)

אויב די פרשה איז דברי פיוס פון משה‘ן - ווי קומען דאָרט „טפכם“,

וואָס זיי פאַרשטייען ניט די תוכחה,

ובמילא דאַרפן זיי ניט די דברי פיוס.

דעריבער ברענגט רש“י אַ דריטן פירוש „לפי שהיו ישראל יוצאין מפרנס לפרנס ממשה ליהושע לפיכך עשה אותם מצבה כדי לזרזם כו‘“,

וואָס עפ“ז איז פאַרשטאַנדיק דער לשון „נצבים“

(ניט - „עומדים“),

וואָרום דער לשון ווייזט אויך אויף זירוז.

און לפירוש זה,

איז: א)

דער טייטש „היום“ - „ביום מותו“

(ווי לויטן ערשטן פירוש)

- כמובן בפשטות,

וויבאַלד דאָס איז דאָך פאַרבונדן מיט דער יציאה מפרנס לפרנס.

ב)

מובן וואָס פריער האָט משה געזאָגט „אתם ראיתם גו‘“ און ערשט דערנאָך „אתם נצבים היום“,

וואָרום דאָס האָט געדאַרפט זיין וואָס מער סמוך למיתתו ווען יוצאין מפרנס לפרנס.

ג)

מובן דער ברענגען די טף,

וואָרום אויך זיי גייען איבער מפרנס לפרנס.

ז.

די שוועריקייט אין דעם פירוש אָבער איז: וויבאַלד אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט דער יציאה מפרנס לפרנס,

האָט דאָס משה געדאַרפט זאָגן גאָר צו לעצט,

נאָך פרשת וילך,

סמוך למיתתו ממש - פאַרוואָס שטייט עס פריער?

[בשלמא לויטן ערשטן פירוש אַז „כינסם כו‘ ביום מותו להכניסם בברית“,

וויבאַלד דאָס איז געווען נוגע לאחר שעברו את הירדן,

איז ניט מוכרח אַז עס זאָל זיין סמוך למיתתו ממש

(היות דאָס קען סיי ווי סיי ניט זיין סמוך לענינו),

אָבער לויטן דריטן פירוש,

אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט דער יציאה מפרנס לפרנס,

האָט עס געדאַרפט זיין סמוך להיציאה ממש].

ואעפ“י אַז דער צווייטער פירוש איז „מדרש אגדה“,

איז ער נעענטער צו פשוטו ש“מ ווי דער דריטער פירוש,

וואָרום לויטן דריטן פירוש איז „אתם

נצבים“ אַן ענין בפ“ע וואָס האָט ניט קיין שייכות צו „ויקרא משה אל כל ישראל“ פון ס“פ תבא 28 .

משא“כ לויטן צווייטן פירוש,

איז ניט נאָר „אתם נצבים“ בהמשך צו די רייד פון משה „אתם ראיתם גו‘“ פון ס“פ תבא,

נאָר דאָס איז אויך געווען די מטרה און תכלית הכינוס „לפייסן“,

וואָס דער עיקר הפיוס איז אין „אתם נצבים“ כנ“ל,

און אין דעם איז דאָס נעענטער און בדומה צום ערשטן פירוש אַז די מטרה פון „כינסם משה“ איז מבואר בפרשתנו „להכניסם בברית“.

ח.

פון יינה של תורה אין דעם פרש“י: פרשת נצבים לייענט מען אַלעמאָל קודם ר“ה 29 ,

און דאָס איז מרומז אין דעם וואָרט „היום“ וואָס גייט אויף ר“ה 30 .

און אין דעם איז רש“י מפרש „מלמד שכינסם משה לפני הקב“ה ביום מותו להכניסם בברית“: כאָטש אַז פריער אין סוף פ‘ תבוא שטייט שוין וואָס משה האָט געזאָגט די אידן „אתם ראיתם גו‘ המסות הגדולות גו‘ ושמרתם את דברי הברית הזאת ועשיתם אותם“ - קיום התורה ומצוות,

איז אָבער די מטרת הכינוס „ביום מותו“ - אַ יום הדין -„להכניסם בברית“,

וואָס אַ כריתת ברית איז העכער פון הבנה והשגה 31 ,

בר“ה טוט זיך אויף די התקשרות עצמית פון אידן מיטן אויבערשטן,

וואָס די התקשרות איז „כינסם לפני הקב“ה“,

אַ יחוד

והתכללות מיטן אויבערשטן אַליין,

העכער אפילו פון תומ“צ 32 .

אעפ“כ,

כהקדמה לזה איז געווען דער דיבור וואָס זאָל ברענגען צו „ושמרתם את דברי הברית הזאת ועשיתם אותם“,

וואָרום אָט די התקשרות עצמית וואָס ישראל וקב“ה כולא חד,

קומט

(בגילוי)

ע“י התורה,

וואָרום תורה איז דער ממוצע המחבר אידן מיטן אויבערשטן 33 .

און ווי דער לשון

(וואָס ברענגט זיך כמה פעמים)

הזהר 34

„תלת קשרין מתקשראן דא בדא ישראל מתקשראן באורייתא ואורייתא בקוב“ה“,

וואָס לכאורה באַ דריי זאַכן המתקשרים זה בזה זיינען פאַראַן בלויז צוויי קשרים.

נאָר - לאחרי ווי אידן ווערן פאַרבונדן מיטן אויבערשטן ע“י התורה,

ווערן אידן פאַרבונדן מיטן אויבערשטן אויך מצ“ע,

אַ התקשרות וואָס איז העכער ווי די התקשרות ע“י התורה 35 ,

ובמילא ווערט דאָס דריי קשרים

(ישראל אורייתא קוב“ה ישראל - כדוגמת העיגול).

ובמילא מוז זיין די הקדמה פון „ושמרתם גו‘“,

אָבער מטרת ותכלית הכינוס ביום ר“ה איז די התקשרות עצמית פון אידן מיט דעם אויבערשטן.

דאָס איז אָבער ניט גענוג: דער ברית,

דער עצמיות‘דיקער פאַרבונד דאַרף קומען בגילוי,

און ברוחניות און

(אויך)

בגשמיות,

האָבן השפעת טוב גשמי פון דעם אויבערשטן בטוב הנראה והנגלה.

[פּונקט ווי דער אויבערשטער וויל פון אידן,

עס זאָל זיין קיום התורה

(לקח טוב)

והמצות במעשה בפועל,

המעשה הוא העיקר; אַזוי בעטן און באַקומען אידן פון דעם אויבערשטן די אַלע השפעות און זיי קומען אַראָפּ בגשמיות בטוב הנראה והנגלה - במעשה בפועל],

אויף דעם קומט דער צווייטער פירוש,

אַז „התחיל משה לפייסם“,

משה,

דער ממוצע המחבר פון אויבערשטן מיט אידן,

פועל‘ט 36

אַז „קיימין לפניו“ ובאופן פון „נצבים“ - „בקומה זקופה“ בגשמיות 37 .

נאָך מער: „והקללות והיסורין מקיימין אתכם ומציבין אתכם לפניו“ - די ניט געוואונשענע זאַכן פון דעם עבר ווערן נהפך צו ברכות בגילוי בטוב הנראה והנגלה.

(משיחת ש“פ נצבים תשכ“ה)

Reader controls and commentary are loading.