א.
אין דער שיחה פון ח״י אלול תש״ה 1 ,
האט כ״ק מו״ח אדמו״ר געזאגט: ביי חסידים איז פאראן אן אלטער חסידי־ שער ווארט אין צוויי אויסשפראכן: א)
ח״י אלול איז דער טאג וואס האט געבראכט און ברענגט א לעבן אין אלול.
ב)
ח״י אלול גיט א חיות אין דער עבודה פון אני 2
לדודי ודודי לי.
פון דעם וואס כ״ק מו״ח אדמו״ר האט איבערגעזאגט ביידע נוסחאות,
איז מובן,
אז זיי זיינען ביידע אויסגעהאלטן,
און אין יעדן נוסח איז דא אן אויפטו אין תוכן לגבי דעם צווייטן * 2
- דארך מען פארשטיין:
נאכדעם ווי עס ווערט געזאגט
(אינעם ערשטן נוסח)
אז ״ח״י אלול ..
ברענגט א לעבן אין אלול
(סתם)
",
מיינט דאס אז עס ברענגט א לעבן אין אלע עניני אלול,
כולל
(די התעוררות אויך)
אלע סוגים אין עבודת ה׳ פון דעם חודש
- וועלכע זיינען מרומז,
ווי גערעדט כמה פעמים 3 ,
אין די ראשי־תיבות פון אלו״ל: " א נה ל ידו ו שמתי ל ך" 4
(ערי מקלט)
- תורה
(כמחז״ל 5
דברי תורה קולטין)
; ״ א ני ל דודי ו דודי ל י״ - קו
העבודה,
תפלה 6
(וואס איז מחבר אידן מיטן אויבערשטן - "אני לדודי גו׳" 7 )
; ״ א יש ל רעהו ו מתנות ל אביונים״ 8
-גמ״ח; און "
(ומל ה״א)
א ת ל בבך ו את ל בב
(זרעך)
״ 9
- ענין התשובה -
וואס גיט צו נאכדעם דער צווייטער נוסח,
אז ח״י אלול גיט א חיות אין דער עבודה פון אני לדודי ודודי לי",
וואס איז בלויז איין סוג עבודה פון
(די סוגים וועלכע זיינען מרומז אין די ר״ת פון)
אלול?
ב.
ויש לומר,
אז די צוויי נוסחאות וועגן דעם אויפטו פון ח״י אלול,
זיינען בהתאם צו די צוויי מעלות פון דעם טאג 10
אלס דער יום הולדת פון די "שני המאורות הגדולים" 11
: יום הולדת פון דעם בעש״ט - מייסד פון תורת החסידות הכללית,
יום הולדת פון דעם אלטן רבי׳ן - מייסד פון תורת חסידות חב״ד.
חסידות חב״ד,
אע״פ אז זי איז א המשך פון חסידות הכללית - אראפ־ טראגן תורת החסידות אין אן אופן אז זי זאל ווערן פארשטענדלעך אין ח כמה ב ינה ד עת,
שכל האדם - האט זי א חידוש מיוחד לגבי חסידות הכללית 12
[ועד כדי כך איז דער חידוש,
אז דערצו האט זיך געפאדערט אז דער מייסד
(ומגלה)
פון חסידות חב״ד - דער אלטער רבי - זאל זיין א נשמה חדשה ,
כידוע 13
; ביז ער ווערט אנגערופן
(ווי דער בעש״ט)
" המאור הגדול " 14
(כנ״ל)].
ועד״ז איז עס בנוגע דעם ענין פון "אני לדודי ודודי לי": כאטש אז דאס איז א פרט פון כלל הענין ד״אלול",
טוט ער אויך א חידוש עיקרי אין דעם כלל,
און אלע עבודות פון אלול ווערן דורכדעם געטאן אויך א העכערן אופן - וע״ד חידוש חסידות חב״ד לגבי און אין חסידות הכללית.
און דאס איז דער ביאור פון די צוויי נוסחאות הנ״ל וועגן ח״י אלול:
דאס וואס ח״י אלול איז דער יום הולדת פון בעש״ט האט אריינגעגעבן א חיות אין אלול ,
ווייל חסידות הכללית גיט אריין א חיות כללי אין עבודת ה׳,
א חיות וואס נעמט ארום און נעמט דורך אלע סוגי עבודה;
און מצד דעם וואס ח״י אלול איז
דער יום הולדת פון אלטן רבי׳ן - מייסד תורת חסידות חב״ד - איז אריינגעגעבן געווארן א חיות אין דער עבודה פון "אני לדודי ודודי לי"
(און דורכדעם בכל סוגי העבודה),
ווייל
(דער חידוש פון)
חסידות חב״ד איז פארבונדן במיוחד מיט דער עבודה,
כדלקמן.
ג.
די נקודת החילוק צווישן חסידות הכללית
(דער בעש״ט)
און חסידות חב״ד
(דער אלטער רבי)
האט כ״ק מו״ח אדמו״ר ארויסגעבראכט אין א קורצן פתגם 15
: דער בעש״ט האט באוויזן ווי מען דארף דינען דעם אויבערשטן,
און דער אלטער רבי האט באוויזן ווי מען קען דינען דעם אויבערשטן.
פון פשטות הלשון איז לכאורה משמע,
אז פון תורת הבעש״ט ווייס מען נאר ווי אזוי עס דארף זיין עבודת ה׳,
אבער ניט דעם דרך ווי מ׳קען דורכפירן די עבודה בפועל .
איז תמוה: ווי איז שייך צו זאגן אז דער בעש״ט האט ח״ו ניט באוויזן דעם וועג ווי צו זיין אן עובד ה׳ בפועל?
ואדרבא - דער בעש״ט האט אויפגע-שטעלט א ריבוי גדול פון תלמידים ותלמידי תלמידים עובדי ה׳ ע״פ דרך החסידות פאר דער התגלות פון חסידות חב״ד,
און אזוי אויך - תלמידי תלמידיו אין דורות לאחרי זה,
אויך די וואס האבן זיך ניט עוסק געווען
(מאיזה סיבה וטעם שיהי׳)
אין חסידות חב״ד.
ביי זיי איז געוויס געווען
(ניט נאר די ידיעה ווי אזוי מען דארף דינען דעם אויבערשטן,
נאר)
עבודה בפועל ע״פ דרכי החסידות -
היינט וואס איז דער פשט,
אז
(דוקא)
דער אלטער רבי האט באוויזן ווי מען קען דינען דעם אויבערשטן?
ד.
וועט מען דאם פארשטיין בהקדים,
אז כשם ווי מען געפינט בנוגע תורת החםידות - אז פריער איז זי נמשך גע־ ווארן באופן כללי
(חםידות הכללית)
און דערנאך איז זי אראפגעטראגן געווארן אין שכל
(חב״ד)
ובפרטיות - געפינט מען אויך עד״ז בנוגע צו כללות התורה:
דער אויבערשטער האט געגעבן תורה - תורה שבכתב און "הלכות הנגלות לנו ולבנינו״ 16
פון תורה שבעל פה 17
-צוזאמען מיט די כללי התורה - מדות שהתורה
(שבכתב)
נדרשת בהן,
ועד״ז בנוגע צו תושבע״פ
(ווי צו דרש׳נען און אפלערנען פון פםוקים 18
און ווי זיך עוםק זיין אין "עומק טעמי ההלכות והפלפול בטעמיהן כו׳״ 19 )
; און דערנאך,
דורך דעם לימוד התורה פון אידן
(לויט די כללי התורה שניתנו למשה בםיני),
ווערן נתחדש - דורך זייער יגיעה מיט זייער שכל - כו״כ ענינים בתורה,
אויך "חידושי הלכות לאין קץ ותכלית" 19 .
וואם דאם איז איינער פון די ביאורי מאמר חז״ל 20
"כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש הכל ניתן למשה בםיני״ -דלכאורה איז דאם א םתירה מיני׳ ובי׳: אויב ״הכל ניתן למשה בםיני״,
איז דאם
דאך ניט קיין חידוש - היינט ווי זאגט מען אויף דעם "עתיד לחדש" 21 ?
אויך אין ניט מובן: ווי איז שייך צו זאגן אז משה רבינו האט אין אזא קורצן זמן דורכגעלערנט כל התורה כולה מיט אלע חידושים פון יעדן תלמיד ותיק עד סוף כל הדורות
(ובפרט אז דאם איז דאך אויך כולל - דעם "חידוש תורה מאתי תצא" 22 ,
תורתו של משיח 23 ,
וואם וועט זיין 24
בריבוי מופלג) 25 ?
איז איינער פון די ביאורים אין דעם,
כנ״ל: משה רבינו האט מקבל געווען תושב״כ און תורה שבע״פ מיט אלע כללי התורה 26
ווי ארויסצולערנען פון זיי כו״כ פרטים - ע״ד הפשט הרמז הדרוש והסוד - און דער תלמיד ותיק לערנט און נעמט ארויס בפועל די פרטי השקו״ט הפלפול וכו׳ ביז צום דין פרטי - פון דעם כלל 27
; און דעריבער איז עס א חידוש
(וויבאלד אז משה האט בפועל דעם ענין פרטי ניט געלערנט,
ובלשון חז״ל 28
אז משה "לא הי׳ יודע" די "תילין תילין של הלכות" וואס ר׳ עקיבא האט גע׳דרש׳נט)
;
וויבאלד אבער אז אלע חידושים אין תורה מוזן זיין געבויט אויף די כללים וואס משה האט מקבל געווען בסיני,
קומט אויס אז "הכל ניתן למשה בסיני" - אלץ איז שוין געווען כלול
(בהעלם עכ״פ)
אין דער תורה ווי זי איז געווען ביי משה׳ן 29 .
ובכ״ז דאס וואס דער תלמיד ותיק
הארעוועט אויס מיט זיין שכל צו מגלה זיין אן ענין פרטי פון תושבע״פ
(לויט די כללי התורה),
טוט ער דערמיט אויף א חידוש אין תורה; און דאס ווערט אן ענין עיקרי אין תלמוד תורה,
ויתרה מזו: עס איז א חיוב אויף "כל איש ישראל" 30
- ניט נאר צו לערנען דאס וואס שטייט שוין אין ספרים וכו׳,
נאר אויך " לחדש ..
הן בהלכות הן באגדות הן בנגלה והן בנסתר" 30
[און נאך מער: יעדער איד האט א חלק אין תורה וואס ער דארף מחדש זיין,
וואס אין דעם איז תלוי די שלימות פון זיין נפש 31 ].
און עד״ז איז דאס אינעם ענין פון חסידות חב״ד
(אראפטראגן חסידות אין שכל),
אז כאטש דאס איז לכאורה א פרט פון חסידות הכללית,
ווערט אבער דער־ מיט אויפגעטאן א חידוש וחידוש עיקרי אין חסידות.
ה.
פארוואס ווערט טאקע דער לימוד התלמיד ותיק אנגערופן בשם "חידוש"?
אמת טאקע אז משה האט בפועל ניט געלערנט יעדן ענין ודין אין א פרטיו־ ת׳דיקן אופן - אבער א חידוש אמיתי מיינט 32
דאך ניט נאר אז די זאך איז פריער ניט געווען בגלוי בפועל,
נאר
אויך אז זי איז אפילו ״בכח״ ניט געווען.
און וויבאלד אז דער דין פרטי איז גע־ ווען כלול
(בהעלם)
אין תורה ווי משה רבינו האט זי געלערנט - וואם דערפאר זאגט מען כנ״ל " הכל ניתן למשה בסיני" - איז ווי רופט מען דאם פארט אן בשם חידוש 33 ?
איז דער ביאור אין דעם בדרך אפשר 34
: דער תואר חידוש איז ניט אזוי מצד דער חפצא,
דעם ענין הנלמד
(אז דער ענין איז א נייעם,
וואם איז פריער ניט געווען),
נאר
(בעיקר)
מצד דעם גברא - אדם הלומד :
דער ענין אין תושבע״פ ווי ער איז כלול אין תורה ווי זי איז געגעבן גע־ ווארן בסיני איז אויף אזויפיל בהעלם 35
ביז אז,
כנ״ל,
אפילו משה וואם האט געוואוםט אלע כללי ואופני לימוד הפרט מן הכלל "לא הי׳ יודע מה הן אומרים",
און דעם פרט׳ם קומען לידי התגלות איז אן אויפטו וואם געהערט אינגאנצן צום תלמיד ותיק.
און דעריבער הייםט
עם א חידוש פון דעם תלמיד ותיק - וויבאלד אז ער האט דעם גילוי הענין אויםגעהארעוועט בכח עצמו ,
דורך יגיעת שכלו,
איז עם מצד אים אן ענין חדש ממש.
און דאם איז אויך איינער פון די טעמים 36 ,
פארוואם די שלימות הנפש איז תלוי אין דעם ענין פון "לחדש שכל חדש" אין תורה:
דער אמת׳ער ענין פון שכל איז,
אז דער ענין שכלי ווערט ביים אדם מושג ונתפס 37
,
ניט דורכדעם וואם א צווייטער
(וועמען ער גלויבט)
פארזיכערט אים אז דער ענין איז אזוי,
נאר דורכדעם וואם ער ,
בכח שכלו והבנתו הוא,
פארשטייט אזוי.
און דערפאר איז די שלימות פון שכל אין דעם ענין פון "לחדש",
וואם ווייזט אז ער איז געקומען צום ענין שכלי אינגאנצן בכח עצמו
(כנ״ל).
און וויבאלד אז דער תכלית פון תלמוד תורה איז,
אז דער שכל האדם זאל נתאחד ווערן מיט חכמתו ית׳ ב״יחוד נפלא״ - דעריבער,
ווערט די שלימות הנפש
(וואם דארף דערגרייכט ווערן דורך ת״ת)
אויפגעטאן דורך דעם וואם דער אדם איז מחדש בתורה.
ו.
דאם איז אויך דער חילוק אין דעם ווי תורה איז געגעבן געווארן מלמעלה,
און ווי זי ווערט דערנאך געלערנט דורך אידן:
לקח טוב נתתי לכם 38 ,
מתן תורה,
נותן התורה - איז דער עיקר הדגשה ווי דער לשון נתינה,
די נתינה מלמעלה ;
ביז אז עם קען קומען אין דער נתינה - ע״ד ווי מען זעט ביי א רב ותלמיד דא למטה,
ווען ביים רב לייכט דער שכל מיטן גאנצן אורך רוחב ועומק,
לערנט ער עם דעם תלמיד - בלשון חז״ל 39
- ב״דרך קצרה",
ער גיט דעם תלמיד דעם קיצור,
די נקודת השכל אן פרטים.
די נקודה איז אין זיך טאקע כולל אלע פרטי השכל 40 ,
אבער זיי זיינען דארט ניט ניכר ווי א מציאות פאר זיך.
אבער לאחר הנתינה
(כולל גם הנתינה מהרב לתלמיד),
איז דער עיקר - די הבנה והשגה וקליטה פון עניני התורה אינעם אדם המקבל ,
הלומד .
און כדי אז א דבר שכל זאל נקלט ווערן ביים מענטשן,
מוז ער נעמען און פארשטיין יעדן פרט פונעם שכל; און דוקא דורך דעם וואם ער איז תופם יעדן פרט בפ״ע,
ווערט ביי אים נקלט
(דורך די אלע פרטים)
דער קיצור ונקודת השכל כדבעי ובשלימותה .
ובדוגמא - פארשטיין א משנה
(וואם זי איז ב״דרך קצרה" 41 )
לעומקה ובשלימותה איז דאם דוקא נאכן לערנען און פאר־ שטיין וקולט זיין
(לעיונא - וואם דא־ מאלם איז דאם תורתו 42 )
כל פרטי אריכות הדינים והשקו״ט וכו׳ וועלכע זיינען אין ברייתא 43 ,
םוגיות הש״ם וכו׳ אויך דער משנה.
ז.
בדוגמא לזה י״ל אויך דער חילוק צווישן חםידות הכללית און חםידות חב״ד:
דער גילוי פון חםידות הכללית דורכן בעש״ט איז
(דער עיקר הדגשה בזה)
ווי זי קומט מלמעלה - מהקב״ה וצדיקים שדומין לבוראם 44 .
און דערפאר איז איי־ נע פון די הויפט הדגשות פון חםידות הכללית אויפן ענין האמונה - "צדיק באמונתו יחי׳״ 45
- וואם אמונה איז ניט א זאך וואם ווערט אויפגעטאן דורך דעם מענטשן ,
נאר זי קומט מלמעלה 46 ,
כולל אויך מאב
(רב)
לבן
(תלמיד)
-מאמינים בני מאמינים 47
- און דער אדם איז א "מקבל".
דורך דעם וואם דער אלטער רבי האט אראפגעטראגן חםידות אין חב״ד
(שכל האדם),
איז געגעבן געווארן די אפשריות
(ובמילא - די דרישה)
אז די ענינים פון חםידות זאלן ווערן מובן
(ביז -)
נקלט ווערן אין מענטשן דורך עבודה בכח עצמו 48
; ווען א איד הארעוועט צו פארשטיין פנימיות התורה,
תורת החםי־ דות,
ביז אז דאם לייגט זיך ביי אים אפ
(נוםך מצד אמונה,
אויך)
מצד זיין השגת השכל 49 ,
דעמאלט קומט צו דער יתרון,
אז דער חיות אין עבודת ה׳ וואם אים קומט צו דורך דעם איז אן אויפטו פון דעם אדם העובד,
א זאך וואם ער האט מחדש געווען דורך זיין יגיעה.
[און דערפאר האט דער ענין - די נתינת כח אז מען זאל קענען "מחדש" זיין און אויפטאן אין עבודה ע״פ חסידות בכח עצמו - געמוזט נתגלה ווערן דורך א נשמה חדשה דוקא].
ח.
דאס איז אויך וואס כ״ק מו״ח אדמו״ר האט געזאגט אז דער בעש״ט האט באוויזן ווי מען דארף דינען דעם אויבערשטן,
און דער אלטער רבי האט באוויזן ווי מען קען דינען דעם אוי־ בערשטן:
דער חילוק צווישן "ווי מען דארך" און "ווי מען קען" איז: אין "ווי מען דארך" הערט זיך אן די הדגשה אויך דעם ענין ווי
(מען דארף עם טאן ווייל)
ער ווערט געמאנט מלמעלה און קומט מלמעלה ; "ווי מען קען" איז מדגיש די יכולת האדם אינעם ענין,
דאס וואס ער קען אויפטאן בכח עצמו .
אוודאי ופשיטא אז חסידות הכללית האט אויפגעטאן עבודה בפועל ע״פ דרכי החסידות,
און נאכמער - דער חיות פון חסידות הכללית נעמט דורך דעם מענטשן 50
ביז אין אלע עבודות פרטיות - זיין דאוונען,
לערנען,
מעשה המצות ביז ״כל מעשיך״ - ווערן אלע געטאן אויך א גאר הויכן אופן,
מיט א חיות חדש;
וויבאלד אבער דאס איז א חיות וואס קומט מלמעלה - מצד אמונה - איז דאס א חיות כללי 51 ,
וואס נעמט ארום און נעמט דורך אלע פרטי האדם בשווה; עס הערט זיך ניט אן דער ענין ותוכן מיוחד פון דעם פרט אין עבודת ה׳,
נאר זיי זיינען אלע חלקים ופרטים פון איין כלל.
ווי מ׳זעט אינעם ענין האמונה,
אז דער חיות וואס זי ברענגט אריין אין די פרטים פון עבודת ה׳,
איז ניט מצד דעם תוכן פרטי פון יעדער עבודה,
נאר מצד דעם וואס דער מענטש בכללו איז באמונתו יחי׳,
ער לעבט מיט זיין אמונה,
ווערן דערפאר
(בדרך ממילא)
אלע זיינע ענינים געטאן מיט א חיות און געשמאק.
דער אלטער רבי האט באוויזן ווי מען קען דינען דעם אויבערשטן -ווי אזוי דער מענטש האט ביכולת צו שאפן א חיות אין עבודת ה׳ בכח עצמו ,
דורך דעם וואס ער הארעוועט אויך בשכלו צו פארשטיין פנימיות התורה; ובמילא איז דאס באופן,
אז עס ווערט אין יעדער עבודה פרטית אויפגעטאן א נייער חיות,
א חידוש,
מצד דעם נייעם עומק וואס ער האט אין דעם תוכן פרטי פון דער עבודה 51 .
ט.
ע״פ כל הנ״ל וועט מען פארשטיין די צוויי נוסחאות הנ״ל בנוגע דעם חיות וואס ח״י אלול ברענגט אריין אין דער עבודה פון אלול:
מצד חסידות הכללית ווערט אריינגע־ בראכט א חיות כללי אין אלול - אין אלע סוגי עבודה
(כנ״ל ס״א־ב)
- אין אן אופן אז די פרטי עבודה הערן זיך ניט אן ווי באזונדערע ענינים.
אין פשוט׳ע ווערטער: אין דעם חשבון הנפש וואס א איד מאכט בחודש אלול,
מצד הנ״ל - טראכט ער בעיקר וועגן זיין מצב כללי אין עבודת ה׳.
ער מוז טאקע מאכן א חשבון פרטי וואס האט זיך ביי אים געטאן אין יעדן פרט אין עבודת ה׳ - אנדערש וועט ביי אים ניט זיין קיין ריכטיקער חשבון - אבער אים איז נוגע
(בעיקר)
דער צד השווה ו סך־ הכל פון זיין מצב,
צי ער איז צוגעבונדן
כדבעי צום אויבערשטן אדער ח״ו ניט כדבעי.
דער אלטער רבי,
האט אויפגעטאן דעם ענין פון עבודה
(אין חסידות)
בכח עצמו,
אריינגעבראכט א חיות אין דער עבודה פון ״אני לדודי ודודי לי״ -וואס דער סדר
(פריער "אני לדודי" און דערנאך ״ודודי לי״)
- ווייזט אויף דער עבודה וואס הויבט זיך אן מיט אן אתעדל״ת 52
און דער קירוב פון אוי־
בערשטן צו אים
("ודודי לי")
ווערט אויפגעטאן ביותר וביותר וויבאלד עס קומט דורך זיין עבודה,
זיין "יגעת",
וואס ער פועל׳ט ביי זיך
(בכח עצמו)
דער "אני לדודי".
און דאס טוט אויף א חיות חדש אין אלע סוגי עבודות פון חודש אלול,
אז זיי אלע ווערן געטאן אין אן אופן פון "אני לדודי״ - עבודה בכח עצמו.
(משיחת ש״פ תבא,
ח״י אלול,
תש״ל)