א.
שוין גערעדט פיל מאָל 1 ,
אַז כאָטש רש“י קומט מפרש זיין לכל לראש פשוטם של כתובים,
אַנטהאַלט אָבער זיין פירוש אויך יינה של תורה,
פנימיות ורזין דאורייתא,
ווי דער באַוואוסטער וואָרט פון אַלטן רבי‘ן 2 ,
וואָס די וואָך פ‘ קומי אורי ח“י אלול איז זיין יום הולדת,
וידוע 3
דער וואָרט פון בעש“ט בזה
(בנוגע הולדת פון אַלטן רבי‘ן - ביום הנ“ל),
וואָס זיין יום הולדת איז ביום ח“י אלול
און אַזוי איז עס בנוגע די פירושי רש“י בפרשתנו אויף די דברי תוכחה.
און מ‘קען זאָגן אַז,
עס איז נאָך מער בנוגע פירוש רש“י בהתוכחה,
לויט דעם ביאור פון אַלטן רבי‘ן אין לקו“ת 4
בנוגע די דברי תוכחה עצמם: הגם אַז בגלוי איז זייער תוכן היפך הברכה,
איז אָבער „לפי האמת אינם רק ברכות“ 5 .
תורה האָט אין זיך סתים וגליא,
און דער סתים ופנימיות ונשמה 6
פון די קללות איז אַן ענין פון ברכות נעלות ביותר 7
(ע“ד ווי
מ‘געפינט אין גמרא 8
„הנך כולהו ברכתא נינהו“) 9
בדוגמא לזה איז עס בנוגע די פירושי רש“י אויף דער תוכחה: דער פשט פון רש“י קומט אַרויסבריינגען דעם גודל הלא־טוב לפי פשוטו של מקרא; אָבער לויט יינה של תורה פון רש“י,
קומען די זעלבע ווערטער פון רש“י אַרויסבריינגען די פנימיות און מוסיף זיין הדגשה אין די ברכות נעלות פון דער תוכחה.
ב.
ביים סיום התוכחה 10
זאָגט דער פסוק: „והשיבך ה‘ מצרים באניות בדרך אשר אמרתי לך לא תוסיף עוד לראותה והתמכרתם שם לאויביך לעבדים ולשפחות ואין קונה“.
בפשטות איז מובן,
אַז וויבאַלד דער פסוק שטייט ביים סוף וסיום פון דער תוכחה,
קומט ער אַרויסבריינגען אַ היפך הטוב גדול ביותר - איז ניט מובן: וואָס איז די גוואַלדיקע פורעניות פון דעם וואָס אידן וועלן זיך אומקערן אין מצרים וכו‘ 11
און קיינער וועט זיי ניט וועלן קויפן 12
אַלס עבדים ושפחות?
איז דאָס רש“י מבאר: „באניות“ מיינט „בספינות בשבי‘“ - ד.
ה.
מ‘וועט קומען אין מצרים אַלס שבויים 13
; און אויף „ואין קונה“ זאָגט רש“י „כי יגזרו עליך הרג וכליון“.
לערנענדיק בהשקפה ראשונה קומט אויס,
אַז אין דעם פסוק זיינען דאָ צוויי פורעניות
(בעיקר)
: א)
אידן וועלן קומען קיין מצרים „בשבי‘“; ב)
„יגזרו עליך הרג וכליון“,
און די איבעריקע ווערטער אין פסוק
(„באניות בדרך אשר אמרתי לך לא תוסיף עוד לראותה והתמכרתם שם לאויביך לעבדים ולשפחות“)
זיינען נאָר פרטים אין די צוויי הנ“ל.
מען קען אָבער זאָגן,
אַז רש“י,
דורך דעם דיוק לשונו ופירושו,
גיט צו פאַרשטיין ווי יעדער פרט אין פסוק איז מוסיף אַ זאַך היפך הטוב לעצמו
(כדלקמן)
; און עד“ז אין יינה של תורה - ווי יעדער וואָרט און ענין קומט מוסיף זיין אין גודל העילוי והברכה וואָס וועט זיין ביי אידן.
ג.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים לבאר וואָס דער פסוק איז מדגיש „והשיבך גו‘ בדרך אשר אמרתי לך לא תוסיף עוד לראותה“ - דלכאורה: וואָס איז די נפק“מ און וואָס איז דאָס נוגע אין דער תוכחה?
און מען געפינט ניט,
לכאורה,
אַז רש“י זאָל דאָס פאַרענטפערן בפירושו.
מפרשים זאָגן 14 ,
אַז דערמיט איז דער פסוק מסביר פאַרוואָס דער „והשיבך“ איז דוקא „באניות“: וויבאַלד אַז דער אויבערשטער האָט געזאָגט „לא תוסיף עוד לראותה“ - אין דעם דרך
(„לא
תוסיפון לשוב בדרך הזה עוד“ 15 )
-קען דאָך ניט זיין אַז אידן וועלן קומען קיין מצרים „בדרך הזה“ - דורך יבשה,
דעריבער איז דער פסוק מדגיש „והשיבך גו‘ באניות גו‘“.
ס‘איז אָבער שווער צו איינלערנען אַזוי אין פשוטו של מקרא
(דרך פרש“י עה“ת),
ווייל - למאי נפק“מ אין דער תוכחה צו באַוואָרענען אַז דער „והשיבך ה‘ מצרים“ איז ניט בסתירה צו „לא תוסיף עוד לראותה“?
ובפרט אַז,
לכאורה,
האָט ניט געדאַרפט שטיין „בדרך אשר אמרתי לך לא תוסיף עוד לראותה“ - וואָרום דאָס איז אויך ניט נוגע,
לכאורה,
בהתוכחה - ובמילא וואָלט אויך ניט געווען נויטיק די באַוואָרעניש „באניות“ 16 .
ד.
לכאורה וואָלט מען געקענט זאָגן - ע“ד ווי עס שטייט אין מדרש לק“ט 17
- אַז דער פסוק וויל דערמיט מדגיש זיין צו וואָס די עבירות זיינען עלול צו דערפירן: כאָטש דער אויבערשטער האָט צוגעזאָגט „לא תוסיף עוד לראותה“,
קענען אָבער די חטאים גורם זיין,
אַז דער אויבערשטער זאָל מבטל זיין די הבטחה 18 .
אָבער אויך דאָס איז ניט גלאַטיק בפשוטו של מקרא.
וואָרום אויף צו וויסן דעם ענין - אַז אַ חטא
(ובפרט חטאים גדולים)
קען גורם זיין דעם ביטול ההבטחה פון דעם אויבערשטן - דאַרף מען ניט אָנקומען צו די קללות הכי גדולות
(ובפרט נאָך ביים סיום)
פון דער תוכחה,
ווייל מ‘האָט דאָס שוין געלערנט פריער ביי יעקב‘ן 19 .
ועוד: וואָס איז דאָס נוגע דוקא
(און דערפאַר איז עס דוקא)
אין דעם ענין פון דער השבה למצרים?
ופשיטא אַז עס האָט ניט קיין אָרט -ע“פ פשוטו של מקרא - לערנען 20 ,
אַז כאָטש ס‘איז געווען אַ ציווי ה‘ ניט צוריקצוגיין „בדרך הזה“ למצרים,
איז דער חטא גורם אַז דער אויבערשטער רעכנט זיך ניט מיט דעם און בריינגט זיי אויך צו עובר זיין אויפן ציווי - ווייל וואָס פאַר אַ שייכות צו דער תוכחה האָט דאָס,
וואָס חטאים בריינגען צו עובר זיין אויף נאָך אַ ציווי בעל כרחם 21 ?
ה.
וועט עס זיין פאַרשטאַנדיק בהקדם אַ תוספת ביאור אין פירוש רש“י אויף „באניות“ - „בספינות בשבי‘“.
דלכאורה: דער אָפּטייטשט,
אַז אידן וועלן גיין אין מצרים „בשבי‘“,
איז שייך
(ניט צום וואָרט „באניות“,
נאָר)
צום וואָרט „והשיבך“
(אַז דער אויבערשטער וועט זיי דאָרט אומקערן אַלס שבויים)
- האָט דאָך רש“י געדאַרפט עס מפרש זיין ביי „והשיבך“ און ניט אין דעם
דיבור וואו ער טייטשט אָפּ דעם וואָרט „באניות“?
די בעלי התוספות 22
לערנען איין,
אַז „באניות“ איז מוסיף אין דער שבי‘ -„שאם היו מוליכין אותן ברגל לא היו שבים רק הגדולים היכולים ללכת ברגל“,
אָבער דורך די אניות „יהיו שבים טף ונשים“.
פון דעם אָבער וואָס רש“י זאָגט „בשבי‘“ סתם,
ניט צוגעבנדיק קיין ביאור,
איז פאַרשטאַנדיק,
אַז לויט רש“י איז דער אויפטו ניט אין דעם וואָס די שבי‘ וועט אַרומנעמען אַלעמען
(אויך נשים וטף),
נאָר אין דעם עצם ענין וואָס זייער קומען דאָרט באניות וועט זיין „בשבי‘“.
ו.
דער ביאור בזה: רש“י איז מפרש,
אַז די אַלע פרטים וואָס שטייען אין פסוק,
זיינען
(ניט סתם פרטים פון איין כללות‘דיקע תוכחה אַז מ‘וועט די אידן אומקערן קיין מצרים,
נאָר),
יעדער פון זיי,
איז מוסיף
(אויך)
אַ באַזונדער תוכחה.
און דעריבער לערנט רש“י,
אַז דאָס וואָס דער פסוק איז מאריך „באניות בדרך אשר אמרתי גו‘“ איז דאָס אַן ענין נוסף: אין צוגאָב צו דער תוכחה וואָס אינעם עצם אומקערן זיך אין מצרים,
וועט אויך דער וועג אַהינצו זיין אין אַן אופן גרוע ביותר; און אין צוויי פרטים:
(א)
„באניות“ - „בשבי‘“,
ד.
ה.
לבד זאת וואָס אין מצרים וועלן זיי זיין בשבי‘,
וועלן זיי אויך דעם וועג קיין מצרים דורכמאַכן אַלס שבויים אין אניות; וואָס דאָס איז פאַרבונדן מיט אַ סאַך צער ויסורים - פיל מער ווי דער
צער פון גיין בשבי‘ דורך דער יבשה 23 ,
וואָרום „באניות“ איז מען מער און שטאַרקער אונטער דער מרות פון די וואָס האָבן זיי געפאַנגען,
ווי מען זעט עס בפשטות.
[און דערמיט איז אויך מובן פאַרוואָס רש“י וויל ניט לערנען ווי די בעלי התוספות - ווייל
(נוסף אויף דעם וואָס אין פשטות קענען אויך טף ונשים גיין צופוס
(עכ“פ אַ הליכה לאט) 24 ,
און ווי ס‘איז געווען ביי יציאת מצרים - איז)
לויט זייער פירוש קומט אויס,
אַז ניט דעם עצם אומקערן זיך „באניות“ איז אַ תוכחה פאַר זיך,
נאָר עס איז בלויז מוסיף אין דער כללות‘דיקע תוכחה פון „והשיבך ..
מצרים“,
אַז דאָס איז כולל אַלעמען,
ולפי“ז האָט לכתחילה געדאַרפט שטיין „והשיב ה‘ כולכם גו‘“ וכיו“ב
(אָבער ניט צוגעבן עס אַלס אַ נייעם ענין)].
(ב)
„בדרך אשר אמרתי לך לא תוסיף עוד לראותה“ - אַז זיי וועלן זיך אומקערן קיין מצרים דורך דעם וועג וואָס זיי זיינען שוין פריער דורכגעגאַנגען -דורכן מדבר הגדול והנורא נחש שרף
ועקרב וצמאון אשר אין מים 25
(וכמובן,
בפשטות,
אָן די ניסים וחסדים פון דער ערשטער הליכה אין מדבר)
וואָס דערפאַר האָט דער אויבערשטער מבטיח געווען אַז אין דעם „דרך“ - „לא תוסיף עוד לראותה“; איז מובן דער גודל התוכחה אין דער הליכה דורך דעם „דרך“ 26 .
[און רש“י דאַרף עס ניט אויסטייטשן בפירוש - כשם ווי ער דאַרף ניט אויסטייטשן דעם גודל הפורעניות פון „והשיבך ה‘ מצרים“ - ווייל רש“י האָט ערשט מפרש געווען 27
אַז „אין מיראין את האדם אלא בדבר שהוא יגור ממנו“,
און פּונקט ווי דעם עצם אומקערן זיך קיין מצרים אַזוי אויך דער „דרך“ צו מצרים איז ביים אידן אַ „דבר שהוא יגור ממנו“].
ז.
עפ“ז וועט מען אויך פאַרשטיין דעם המשך אין פרש“י אויף די ווייטערדיקע ווערטער אין דעם זעלבן פסוק „והתמכרתם שם לאויביך“ - „אתם מבקשים להיות נמכרים להם לעבדים ולשפחות“,
וואָס מיינט
(ניט „ע“י מוכרים אחרים“,
נאָר)
אַז איר ווילט זיך אליין פאַרקויפן,
ווי רש“י איז מסביר
(בדיבור שלאח“ז).
דלכאורה תמוה: דאָס איז דאָך בסתירה צו דעם וואָס ער האָט מפרש געווען אַז זיי ווערן געפירט קיין מצרים „בשבי‘“,
און במילא ניט אין אַ מצב צו
פאַרקויפן זיך אליין,
נאָר דוקא דורך „מוכרים אחרים“?
אויך איז ניט מובן: פאַרוואָס איז דער פסוק טאַקע מדייק „והתמכרתם“
(ניט דורך „מוכרים אחרים“)
- וויבאַלד דער אויספיר איז אַז „ואין קונה“ צוליב דעם וואָס „יגזרו עליך הרג וכליון“,
איז דאָך שוין אינגאַנצן קיין נפקא מינה ניט ווער זייער מוכר איז?
נאָר דער ביאור בזה: וויבאַלד אַז יעדער פרט איז מוסיף אין דער תוכחה אַן ענין לעצמו,
כנ“ל,
לערנט דעריבער רש“י 28 ,
אַז דער פסוק רעדט ניט וועגן אַ מכירה דורך די וואָס פירן די אידן בשבי‘
(וואָס איז ניט אַזאַ גרויסע תוכחה,
און ניט קיין ענין חדש לעצמו),
נאָר אַז דער מצב בשבי‘ ווערט אַזוי שלעכט,
ביז אַז
(א)
„אתם מבקשים להיות נמכרים להם לעבדים ולשפחות“ - איר וועט
(וועלן,
ובמילא -)
זוכן זיך אליין צו פאַרקויפן אַלס עבדים ושפחות
(דורך בעטן דאָס און איינווירקן אויף די וואָס האָבן אייך גענומען בשבי‘)
; און
(ב)
נאָך מער,
צו וועמען - „לאויביך“!
דערמיט קומט צו אויך אַ תוספת ביאור אין פירוש רש“י אויף „ואין קונה - כי יגזרו עליך הרג וכליון“:
ע“פ הנ“ל וואָלט געווען אַן אָרט צו לערנען,
אַז „ואין קונה“ איז נאָר דער
אויספיר פון דער פריערדיקער תוכחה „והתמכרתם גו‘“,
אַז איר ווילט זיך פאַרקויפן
(צוליבן ביטערן מצב)
צו „אויביך“,
און „ואין קונה“,
זיי ווילן ניט קויפן
(ובמילא וועט איר בלייבן במצב הקודם)
;
באַוואָרנט דעריבער רש“י,
אַז אויך אין דעם איז פאַראַן
(ניט נאָר די ניט גוטע תוצאה פון „והתמכרתם גו‘“,
נאָר)
אויך אַ באַזונדער תוכחה נוספת
(וואָס איז ניט פאַרבונדן מיט „והתמכרתם גו‘“),
אַז „ואין קונה“ איז צוליב דעם וואָס „יגזרו עליך הרג וכליון“ -תוכחה בתכלית
(און דעריבער איז דאָס דער סיום פון דער גאַנצער תוכחה).
ח.
ווי גערעדט פריער
(ס“א)
איז רש“י מרמז,
ביינה של תורה,
ווי די דברי תוכחה זיינען בפנימיותם ענינים נעלים ביותר 29 .
די כוונה פון דער תוכחה איז דאָך אַז דורך דעם זאָלן אידן צוקומען צום עילוי פון תשובה,
ווי דער פסוק 30
זאָגט „והי‘ כי יבואו עליך כל הדברים האלה הברכה והקללה גו‘ והשבות אל לבבך גו‘ ושבת עד ה“א גו‘“.
ויש לומר,
אַז דעריבער איז בסיום וחותם פון דער תוכחה מרומז אָט דער ענין - די כוונה פון דער תוכחה
(און דער עילוי וואָס ווערט ע“י -)
התשובה.
די מעלה פון תשובה איז,
ווי די גמרא 31
זאָגט „גדולה תשובה שזדונות נעשות לו כזכיות“,
- ער האָט אַ סוג מיוחד ונוסף אין זכיות,
וואָס אפילו אַ צדיק גמור האָט ניט.
ובפנימיות הענין: אויך די ניצוצות דקדושה,
וואָס „פאַלן אַראָפּ“ דורך די
זדונות אין ג‘ קליפות הטמאות,
ווערן נהפך לזכיות; משא“כ אַ צדיק בעבודתו קען נאָר מברר זיין די ניצוצות וועלכע זיינען אין די דברים המותרים,
וואָס נעמען זיך פון קליפת נוגה 32 .
וויבאַלד אַז די ניצוצות דקדושה וואָס געפינען זיך אין ג‘ קליפות הטמאות זיינען אַראָפּגעפאלן גאָר נידעריק,
למטה מטה ביותר,
איז דערפון גופא מובן אַז זייער שורש אין קדושה איז גאָר הויך,
העכער ווי דער שורש הניצוצות שנפלו אין קליפות נוגה
(ווי דער כלל הידוע 33
כל הגבוה יותר נופל למטה יותר).
און דערפאַר בשעת מ‘איז מברר ומהפך אָט די ניצוצות לקדושה ווערט נמשך אַן אור עליון יותר 32 .
און דאָס איז דער פירוש הפנימי אין פסוק „והשיבך ה‘ מצרים גו‘“,
אַז די כוונה אין די אַלע דברי התוכחה,
איז אָנגעדייט אין זייער סיום וחותם -„והשיבך“
(מל‘ תשובה),
צובריינגען צום עילוי פון תשובה,
וואָס דער עילוי איז מרומז אין המשך הכתוב:
(א)
„והתמכרתם שם לאויביך לעבדים ולשפחות“ - אַז פון בחינת „שם“,
מקום הקליפות 34
- „אויביך“ - איז מען מברר די ניצוצות קדושה.
(ב)
און דורכדעם ווערט „ואין קונה“
(ווי די צוויי פירושים 35
אין „אין מזל לישראל“)
-„אין“ איז „קונה“,
די המשכה וגילוי פון בחי‘ „אין“* 35
וואָס איז העכער פון בחי‘
„קונה“; וכידוע אַז קונה איז בעולם האצילות
(כידוע בפירוש „ברוך קונך“) 36 ,
און „אין“ העכער פון אצילות,
און דאָס אַלעס ווערט אויפגעטאָן דורך עבודת התשובה 37 .
ט.
אין דעם איז רש“י - ביינה של תורה - מוסיף נאָך אַ מער פנימיות‘דיקן ענין: וויבאַלד אַז אידן זיינען אַ חלק אלוקה ממעל ממש 38 ,
קען מען ניט זאָגן אַז די גאַנצע כוונת הירידה פון דער תוכחה איז נאָר צוליב דעם עילוי וואָס ווערט אויפגעטאָן אין די ניצוצות,
נאָר עס איז אויך
(ובעיקר)
- צוליב דעם עילוי וואָס ווערט אויפגעטאָן אין די אידן גופא 39 .
וכידוע,
אַז תשובה פועל‘ט אַן עלי‘ שלא בערך ניט נאָר אין דער חפצא
(די ניצוצות קדושה),
נאָר אויך אין גברא 40 .
און די פרטי העילוי איז רש“י מבאר אין זיין פירוש אויף „והתמכרתם גו‘“ און „ואין קונה“:
„והתמכרתם שם לאויביך לעבדים ולשפחות - אתם מבקשים להיות נמכרים“ - דער עילוי אין עבודת התשובה איז וואָס דורך דעם ווערט דער איד אַן עבד לה‘,
און די מעלה פון עבד באַשטייט אין דעם וואָס „אתם מבקשים להיות נמכרים כו‘“,
ס‘איז עבודה בכח עצמו; דאָס 41
איז ניט ווי די עבודה פון בחי‘ „בנים“
(עבודת הצדיקים)
וואָס זייער עבודה והתקשרות לאלקות איז אַ טבע בנפשם,
ווייל דאָס וואָס ביי זיי הערט זיך אלקות,
און זיי ציען זיך צו אלקות בעבודתם,
קומט בעיקר ניט מצד זייער השתדלות ועבודה,
נאָר מצד אלקות,
מלמעלה;
משא“כ עבודת הבעל־תשובה,
וואָס בגלוי איז ער געווען מרוחק פון אלקות 42 ,
איז די עבודה ניט מצד גילוי מלמעלה,
מצד אלקות,
דערפאַר וואָס ער פילט דערין אַ געשמאַק און אים ציט צו טאָן די עבודה; אדרבה דאָס איז גאָר היפך טבעו איצט - נאָר ער האָט זיך איבערגעמאַכט בכח עצמו 43
ומצד עצמו ציט ער זיך צו אלקות - „אתם מבקשים להיות נמכרים“.
און דאָס איז דער עיקר‘דיקער אופן פון עבודת ה‘ -בדוגמא צו אַן עבד וואָס טוט זיין אַרבעט ניט מצד דעם הרגש האדון וואָס דערהערט זיך ביי אים; אדרבה עס איז היפך טבעו - נאָר ער גיט זיך איבער צו דינען דעם אדון מיט זיין אייגענעם כח און קבלת עול 44 .
יו“ד.
עד“ז איז רש“י מגלה אין דעם פירוש פון „ואין קונה - כי יגזרו עליך הרג וכליון“,
אַן ענין נעלה יותר וואָס איז אין אידן דורך עבודת התשובה 45 .
דער פירוש פנימי פון „הרג וכליון“ איז,
אַז זייענדיק בחיים בעולם הזה הגשמי שטייט ער אין אַ תנועה פון „הרג“
(בנוגע זיינע תאוות און זיין עבר,
אַ תנועה)
פון אויס וועלט,
און מיט אַ „כליון“,
כלתה* 45
נפשי,
מיט אַ כלות הנפש צו אלקות; ד.
ה.
אַז בעת ער געפינט זיך אין עוה“ז,
אַ נשמה בגוף,
דערגרייכט ער צו אַזאַ מדרי‘ צו וועלכער די נשמה ווערט נתעלה בצאתה מן הגוף.
[ע“ד דער פירוש פון חסידות 46
אין דעם מאמר המשנה 47
„בן מאה
(שנה)
כאילו מת ועבר ובטל מן העולם“,
אַז בשעת אַ איד האַלט ביי דער מדריגה פון מאה שנה - ער
(האָט אַלע מאה דרגות שונות),
האָט מברר געווען אַלע עשר כחות הנפש
(וואָס יעדער איינע איז כלול פון עשר)
- איז ער „עבר ובטל מן העולם“: איז אינגאַנצן העכער פון וועלט ובמילא איז ער „כאילו מת“* 47 ,
ביז אַז אויך דאָ למטה קען ער זען אלקות.
וואָרום הגם אַז „לא יראני האדם וחי“ - בחייהם אינן רואין אבל במיתתן רואין 48 ,
וויבאַלד אָבער ער איז „כאילו
מת ועבר ובטל מן העולם“,
„זעט“ ער אויך ביים לעבן,
נשמתו בגופו,
דאָס וואָס „במיתתן רואין“].
יא.
דער אמת איז דאָך,
אַז ניט נאָר די תוכחה גופא איז צוליבן עילוי פון תשובה,
נאָר אויך די סיבה וואָס האָט אַרויסגערופן די תוכחה איז צוליבן תכלית פון תשובה.
ד.
ה.
כאָטש בגילוי איז דאָס מצד די חטאים וואָס אידן טוען בבחירתם החפשית,
אָבער בפנימיות,
איז אויך דאָס גופא אַן ענין וואָס קומט מלמעלה: דער אויבערשטער בריינגט אידן אין דעם מצב כדי זיי זאָלן צוקומען צום עילוי פון תשובה 49 .
און דאָס איז אויך מרומז אין דעם אָנהויב פון פסוק „והשיבך ה‘ גו‘ בדרך אשר אמרתי לך לא תוסיף עוד לראותה“ - אויך דאָס וואָס אידן גייען אין דעם דרך האסור,
אינעם דרך וואָס דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט „לא תוסיף עוד לראותה“,
איז בפנימיות פאַרבונדן מיט דער הנהגה מלמעלה -„והשיבך ה‘“,
מיט דער כוונה צו דערהויבן
(נאָכדעם)
די אידן צו תשובה.
און דאָס איז אויך וואָס רש“י טייטשט „באניות ..
בשבי‘“ - אַז די ירידה פון אַ אידן אין „מצרים“,
די מצרים וגבולים והעלם והסתר,
איז ניט ברצונו פון דעם אידן,
נאָר ס‘איז „בשבי‘“,
דאָס פירט אים דער אויבערשטער בעל כרחו מיט דער כוונה צו דערפירן אים צום עילוי פון תשובה.
יב.
ע“פ כהנ“ל וועט מען אויך פאַרשטיין דאָס וואָס רש“י איז מפרש „באניות - בספינות“ - אַז דאָס איז
ניט נאָר אַ פירוש פון וואָרט „אניות“ 50 ,
נאָר דערמיט איז רש“י אויך מרמז,
אַז לויטן פנימיות‘דיקן תוכן פון פסוק
(וואָס רש“י גיט אַרויס ביינה של תורה)
איז דאָ נוגע דער ענין פון „אניות“ ווי עס ווערט געטייטשט „ספינות“.
דער ביאור בזה: „אניות“ איז ענינם צו מגין זיין אויף מענטשן בעת זיי דאַרפן דורכגיין די וואַסערן פון אַ ים אָדער טייך.
ועד“ז איז אין רוחניות הענינים: בשעת אַ נשמה קומט אַראָפּ למטה,
אין די „מים הזידונים“ פון עוה“ז,
דאַרף זי האָבן אַ דבר המגין אַז זי זאָל ניט ווערן פאַרטרונקען,
ח“ו,
אין זיי - און דאָס איז דורך „ספינות“ - די עבודה פון תורה ומצוות
(כמבואר בכ“מ 51 ).
אין דעם זיינען דאָ צוויי מדריגות: א)
„אניות“ -
(דער נאָמען פון דבר המגין)
אין לשון הקודש,
ד.
ה.
די עבודה פון תומ“צ ווי דאָס ווערט געטאָן אין דער וועלט פון קדושה.
ב)
„ספינות“ -
(דער נאָמען אין לשון פון)
תרגום,
ד.
ה.
ווי עס קומט אַראָפּ אין דער וועלט פון „תרגום“ - פון די ע‘ אומות,
וועלכע מען דאַרף מברר ומהפך זיין לקדושה 52 ,
וואָס דאָס איז די עבודה פון תשובה אַז די זדונות זאָלן ווערן זכיות.
זאָגט רש“י,
אַז וויבאַלד דאָ רעדט זיך וועגן מתקן זיין אַ מצב פון ירידה מצד חטאים כו‘ - „בדרך אשר אמרתי לך לא תוסיף עוד לראותה“ - דעריבער דאַרף מען דאָ אָנקומען צו אַזאַ סדר עבודה והגנה וואָס באַשטייט ניט
(נאָר)
פון „אניות“,
נאָר
(אויך)
פון „ספינות“.
יג.
ויהי רצון,
אַז דורך דעם לימוד יינה של תורה ופנימיות התורה פון די דברי תוכחה זאָל בקרוב ממש נתגלה ווערן דער פנימיות‘דיקער טוב פון די דברי תוכחה,
בטוב הנראה והנגלה,
אַז יעדערער זאָל עס זען בעיני בשר בטוב הנראה והנגלה אין בני חיי ומזוני רוויחי,
און די אַלע תוכחות זאָלן קומען „על
אויביך ועל שונאיך אשר רדפוך“ 53 ,
און יעדער איד,
בתוככי כלל ישראל,
ווערט נכתב ונחתם בכתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בטוב הנראה והנגלה,
ביז צו דער ברכה הכללית -ביאת משיח צדקנו במהרה בימינו ממש.
(משיחת ש“פ תבא תשל“ד)