א.
אין אונזער סדרה,
נאָך דער פרשה פון בכורים און ווידוי מעשרות,
זאָגט דער פסוק 1
: „היום הזה ה‘ אלקיך מצוך לעשות את החוקים האלה ואת המשפטים ושמרת ועשית אותם בכל לבבך ובכל נפשך“.
שטעלט זיך רש“י
(אין צווייטן דבור המתחיל)
אויף די ווערטער „ושמרת ועשית אותם“ און איז מפרש: „בת קול מברכתו הבאת בכורים היום תשנה לשנה הבאה“.
דער טעם פאַרוואָס רש“י לערנט אַז „ושמרת ועשית אותם“ מיינט ניט אַ ציווי נאָר אַ ברכה - כאָטש אַז לויטן פירוש הפשוט איז עס אַ לשון פון ציווי
(און ווי עס לערנען טאַקע אַנדערע פשטני המקרא 2 )
- איז מובן אין פשטות
(ווי מפרשים 3
זיינען מסביר)
:
וויבאַלד אַז דער פסוק „היום הזה וגו‘“ קומט נאָכדעם ווי ס‘האָט זיך פאַרענדיקט די פרשת הציוויים אויף בכורים און ווידוי מעשרות,
און אויך נאָך דעם מתאר זיין דעם קיום הציוויים בפועל
(ווי רש“י איז מפרש אין פסוק 4
„השקיפה ממעון קדשך“ - „עשינו מה שגזרת עלינו“)
; אויך די פסוקים וואָס שטייען נאָך „ושמרת ועשית אותם“ ריידן אויך ניט מער וועגן ציוויים,
נאָר וועגן שבחם של ישראל: „את ה‘ האמרת גו‘ וה‘ האמירך גו‘“ 5
- האָט דאָך קיין אָרט ניט צו לערנען אַז „ושמרת ועשית“ איז אַ ציווי,
ווייל דעמאָלט האָט דאָך דער פסוק ניט קיין המשך וקישור,
ניט צו די
פריערדיקע און ניט צו די ווייטערדיקע פסוקים.
דעריבער לערנט רש“י אַז „ושמרת ועשית אותם“ איז אַ ברכה מיט וועלכע אידן ווערן געבענטשט פאַר זייער קיום מצות בכורים,
וואָס דאַן האָט דער פסוק
(אַלס ברכה און שכר פאַרן קיום מצות בכורים)
אַ שייכות צו די פסוקים שלאחריו,
ווייל אויך אין זיי רעדט זיך שבחם של ישראל - אַז אידן זיינען זוכה צו „וה‘ האמירך וגו‘“ צוליב דעם וואָס „את ה‘ האמרת גו‘“ 6 .
ב.
דערמיט איז אויך מובן דער דיוק הלשון פון רש“י „הבאת בכורים היום תשנה לשנה הבאה“ - דלכאורה האָט רש“י געדאַרפט שרייבן „תביא לשנה הבאה“
(דעם זעלבן לשון וואָס ער זאָגט פריער: „הבאת בכורים היום“),
אָדער „תעשה לשנה הבאה“
(כל‘ הכתוב „ועשית אותם“).
פאַרוואָס זאָגט רש“י „תשנה כו‘“ 7 ?
עפ“י הנ“ל אָבער,
אַז די ברכה „ושמרת ועשית אותם“ האָט אַ שייכות און איז בדומה צו די ווייטערדיקע פסוקים,
איז מובן דער טעם וואָס רש“י נוצט דאָ דעם לשון „תשנה“:
אין די פסוקים „את הוי‘ האמרת גו‘ וה‘ האמירך גו‘“ זאָגט תורה,
אַז דער שכר וואָס דער אויבערשטער גיט איז מדה
(- „האמירך“)
כנגד מדה* 7
(- „האמרת“)
: ווייל „ה‘ האמרת“ קומט דער שכר אין דעם
(זעלבן)
אופן - „וה‘ האמירך“; ובפרט אַז „האמרת“ און „האמירך“ זיינען לשונות וואָס „אין להם עד מוכיח במקרא“ 8
- איז דאָך קלאָר אַז „וה‘ האמירך“ איז פּונקט בהתאם צו „את ה‘ האמרת“.
און דעריבער לערנט רש“י אַז אויך די ברכה „ושמרת ועשית אותם“,
וואָס קומט בדוגמא ווי „את ה‘ האמרת גו‘ וה‘ האמירך גו‘“,
איז ניט סתם אַ ברכה,
נאָר אַ ברכה פון „תשנה לשנה הבאה“: דו וועסט דעם צווייטן יאָר איבער‘חזר‘ן די זעלבע זאַך וואָס דו טוסט היינט - דער שכר איז מדה כנגד מדה.
ג.
מען דאַרף אָבער פאַרשטיין וואָס רש“י זאָגט „הבאת בכורים“: לפניו -אין דער פרשה וועלכע איז בסמיכות צום פסוק „היום הזה גו‘“ רעדט זיך וועגן די דינים פון מעשר
(און הגם אַז מיט „וגם נתתיו“ 9
וואָס מען זאָגט אין וידוי מעשרות,
איז מען מרבה אויך
[תרומה און]
בכורים 10 ,
איז אָבער דער עיקר הוידוי אויף מעשר 11 )
און וועגן די
דינים פון בכורים רעדט זיך לפני פניו - אין דער פרשה וואָס פאַר פ‘ מעשרות -
היינט פאַרוואָס זאָגט רש“י „הבאת בכורים“ - אַז דער פסוק באַציט זיך צו דער פרשת בכורים וואָס איז „לפני פניו“,
און ניט צו פרשת מעשרות,
וואָס איז „לפניו“?
[הגם אַז מ‘געפינט בכמה מקומות 12
אַז אַ פסוק באַציט זיך ניט בלויז צו „לפניו“ נאָר אויך צו „לפני פניו“ - איז אָבער ניט מסתבר צו זאָגן
(ובפרט -אין דרך הפשט)
אַז אַ פסוק זאָל זיך באַציען נאָר צו לפני פניו און ניט צו לפניו! 13 ].
מען קען ניט זאָגן,
אַז רש“י בריינגט בכורים אַלס אַ דוגמא
(זייענדיק דער ערשטער ענין פון דער סדרה),
אָבער די ברכה גייט אויך אויף מעשרות 14
-ווייל דער לשון הברכה „תשנה לשנה הבאה“ איז ניט מתאים אויף
(ווידוי)
מעשרות,
וואָס איז ניט „לשנה הבאה“
(נאָר איינמאָל אין דריי יאָר).
איז דערפון מוכרח אַז רש“י לערנט אַז די ברכה „ושמרת ועשית אותם“ איז געזאָגט געוואָרן בלויז אויף בכורים.
ד.
ועוד ועיקר - ובל‘ העולם - די קלאָץ קשיא: בכל התורה וואו עס ווערט גערעדט וועגן שכר וברכה פאַר קיום מצות דערציילט עס תורה
(ולכל הדורות)
אַז דער אויבערשטער האָט מבטיח געווען שכר המפורש שם פאַר דעם קיום פון דער מצוה המפורשת שם
(אָדער פאַר קיום כל המצות),
ווי
בפרשתנו: את הוי‘ האמרת גו‘ והוי‘ האמירך גו‘,
און לאחרי זה 15
-באריכות גדולה: והי‘ אם שמוע גו‘ ובאו עליך כל הברכות האלה והשיגוך גו‘ -
דאָ זאָגט רש“י אַ חידוש גדול ומיוחד - וואָס
(בל‘ רש“י)
אין לו עד במקרא: אַז אַ איד האָט מקריב געווען ביכורים האָט אַ בת קול עם געבענטשט תשנה לשנה הבאה!
וואָס לכאורה איז אויך ע“פ הלימוד ע“ד ההלכה רמז דרוש וסוד איז קשה - ברכת בת קול מאן דכר שמי‘,
ובפרט אַז
דאָס זאָגט רש“י ע“פ דרך הלימוד פון רש“י 16
„לא באתי אלא לפשוטו של מקרא“?
!
ה.
דער ביאור בהנ“ל:
די פרשה לפניו רעדט וועגן „כי תכלה לעשר גו‘ בשנה השלישית“.
איז אויב מען וואָלט געלערנט אַז „ושמרת ועשית אותם“ - וואָס לויט רש“י‘ן מיינט עס „תשנה וכו‘“,
כנ“ל - גייט אויף מעשרות,
וואָלט דאַן אויסגעקומען אַז מען בענטשט אים,
אַז אויך דעם צווייטן מאָל וועט ער ברענגען די אַלע מעשרות אויך פון ערשטן און צווייטן יאָר ערשט בשנה השלישית -און אַזוי קען מען ניט זאָגן,
ווייל
[נוסף אויף דעם וואָס דער פסוק זאָגט „ושמרת ועשית אותם בכל לבבך ובכל נפשך“,
און ווען מען טוט אַ מצוה „בכל לבבך ובכל נפשך“,
איז ניט שייך אַז מען זאָל איר אָפּלייגן אויף אַ יאָר און צוויי יאָר - איז]
דער „תשנה“ - אַז אויך דעם צווייטן מאָל וועט ער פאַרהאַלטן די מעשרות
ביז צום זמן הביעור - איז דאָך גאָר היפך הברכה.
דעריבער איז רש“י מוכרח צו לערנען אַז די ברכה קומט בשייכות נאָר צו בכורים,
וואָס דאַן איז דער „תשנה“ אַ ברכה,
אַז אויך „לשנה הבאה“ וועט ער בריינגען זיינע בכורים „בכל לבבך ובכל נפשך“.
וא“ו.
עס בלייבט אָבער ניט גלאַטיק: ווי אַזוי איז שייך אַז דער פסוק „ושמרת וגו‘“ זאָל ניט האָבן קיין שייכות צו דער פרשה הסמוכה לו,
נאָר דוקא צו אַ פריערדיקער פרשה?
מוז מען זאָגן,
אַז הגם די כללות הפרשה לפניו פון „היום הזה גו‘“ רעדט וועגן
(ווידוי)
מעשרות,
איז אָבער בסיומה - בסמיכות ממש צו „היום הזה“ - פאַראַן אַן ענין וואָס האָט אַ שייכות מיוחדת צו בכורים,
ובהמשך צו דעם קומט דער פסוק מיט דער ברכה אויף בכורים.
והביאור: די פרשה „כי תכלה לעשר“ ענדיקט זיך מיט די ווערטער „ארץ זבת חלב ודבש“,
וואָס דאָס מיינט
(ווי רש“י טייטשט אין פרשת בא 17 )
„חלב זב מן העזים ודבש זב מן התמרים“ - וואָס די ביידע זאַכן זיינען ניט מחויב אין מעשר.
דער חיוב פון מעשר,
בדרך הפשט 18 ,
איז בלויז באַ דגן תירוש ויצהר 19 ,
אָבער ניט אויף חלב ודבש.
ועוד ועיקר - מעשר דאַרף מען
בריינגען פון כל תבואת זרעך 20
ניט נאָר פון ארץ חטה גו‘ ארץ זית שמן -ששמנו אגור בתוכו* 20
אָדער נאָר פון תמרים וואָס דער דבש איז זב מהן 21
-וואָס דאָס מיינט זבת חלב ודבש.
מיט ביכורים אָבער האָבן זיי יע אַ שייכות
[ביכורים איז חל אויך אויף
(דבש)
תמרים,
ווי רש“י ברענגט בתחילת הסדרה 22
; און]
„
(ויתן לנו גו‘)
ארץ זבת חלב ודבש“ - איז דער טעם מצות הבאת ביכורים 23
(באַווייזן אַז ער איז ניט קיין כפוי טובה 24 ),
און ווי ער איז גלייך ממשיך: „ועתה הנה הבאתי את ראשית וגו‘“ - נאָר פון אַזוינע פירות בריינגט מען בכורים.
און דעריבער,
הגם די גאַנצע פרשה
(פאַר „היום הזה“)
רעדט וועגן
(ווידוי)
מעשר,
און אויך די ווערטער „זבת חלב ודבש“ זיינען בהמשך הבקשה „וברך גו‘“ וואָס מען בעט בעת ווידוי מעשרות,
וויבאַלד אָבער אַז די לעצטע ווערטער „ארץ זבת חלב ודבש“ האָבן אַ שייכות מיוחדת צו בכורים דוקא כנ“ל,
האָט דעריבער אַן אָרט צו לערנען אַז דער פסוק „היום הזה“ באַציט זיך צו בכורים.
ז.
עס בלייבט נאָך אָבער ניט פאַרענטפערט - ובהקדם: מצות הבאת בכורים איז מדגיש וביותר דעם ענין פון מדה כנגד מדה - וויבאַלד אַז „ויוציאנו ה‘ ממצרים“
(עבודה קשה וכו‘)
צו קצה ההפכי „ויתן לנו גו‘ ארץ זבת חלב ודבש“ דאַרף אויך זיין ניט כל הפירות נאָר דוקא ראשית און אין זיי גופא דוקא תאנה
(וכיו“ב)
שביכרה 25 ,
און אַזוי אויך פון אויבערשטן צו אידן - „את הוי‘ האמרת היום“ דערפאַר איז „והוי‘ האמירך היום“,
פרעגט זיך - אויף באַווייזען אַז ער איז ניט כפוי טובה און אין אַן אופן פון כנגד מדה איז גענוג: „ולקחת מראשית גו‘ והלכת אל המקום אשר יבחר ה“א גו‘
(כנגד מדה פון „ויביאנו אל המקום הזה“)
הנה הבאתי גו‘ והנחתו לפני ה“א גו‘“
(כנגד מדה פון „ויתן לנו את הארץ“),
אַז ער איז אָבער מוסיף: „הגדתי היום לה“א“ און נאָכמער אין אַן אופן פון „וענית“ הרמת קול - קומט דאָך עם מדה אויך כנגד מדה זו,
וויבאַלד אַז דאָס איז תוכן המצוה,
כנ“ל,
דערפאַר איז פשוטו של מקרא מכריח צו זאָגן אַז עס איז געווען מדת „וענית“ מלמעלה כנגד זיין „וענית“.
ווי קען עס אָבער זיין אַז ווען ס‘איז געווען „כשמעכם את הקול“ 26
האָבן אידן געטענה‘ט „כי מי כל בשר אשר שמע קול אלקים גו‘ קרב אתה ושמע“ 27
- דאָס איז שייך צו משה און צו „נביא אקים גו‘ כמוך ונתתי דברי בפיו ודבר אליהם“ 28 ,
דערפאַר איז מוכרח צו זאָגן אַז דער „וענית“ מלמעלה איז געווען דורך בת קול 29 .
ח.
פון די „ענינים מופלאים“ 30
אין דעם פירוש רש“י:
די הסברה אין זיין פירוש,
אַז דער פסוק „היום הזה וגו‘“ רעדט וועגן מצות בכורים היות ער באַציט זיך צו די ווערטער „ארץ זבת חלב ודבש“ וואָס שטייען גלייך פאַר דעם,
איז מתאים מיט דעם ביאור פון אַלטן רבי‘ן אויף דעם פסוק:
אין לקו“ת 31
איז מבואר,
אַז דער פסוק „היום הזה“ איז מחובר צום „ארץ זבת חלב ודבש“ פון פריערדיקן פסוק,
וואָס דעריבער זיינען די ראשי תיבות פון די פיר ווערטער „ודבש היום הזה הוי‘“ - „צירוף הוי‘ אחת“* 31 ,
ווייל דער וא“ו פון „ודבש“ איז „מחובר למקרא שלמטה הימנה“.
און כשם ווי גערעדט פריער אין חלק הפשט,
אַז דער פסוק איז מחובר צו אַלע
פיר ווערטער „ארץ זבת חלב ודבש“,
אָבער 32
לאידך איז דער עיקר החיבור מיט „דבש“ ווייל דער חיוב צו בריינגען בכורים איז נאָר שייך ביי דבש
(און ניט ביי „חלב“)
-
עד“ז איז עס אין דעם ביאור ע“פ חסידות אין לקו“ת,
ווי ער זאָגט דאָרט אַז „המקרא מחובר לפרשה שלמעלה הימנה שמסיימת ארץ זבת חלב ודבש“ - אַז דער חיבור איז צו אַלע פיר ווערטער,
פונדעסטוועגן איז דער עיקר חיבור דוקא צום וואָרט „ודבש“,
וואָס זיין וא“ו איז מחובר צו די ראשי תיבות פון „היום הזה הוי‘ גו‘“ ביז זיי זיינען „צירוף הוי‘ אחת“.
ט.
אין לקו“ת* 32
אויפן פסוק „היום הזה“ איז מבואר נאָך אַן ענין,
אַז „היום הזה וגו‘ קאי על ר“ה“ - און אויך דער ענין איז מתאים מיט רש“י‘ס פירוש אַז אין דעם פסוק רעדט זיך וועגן בכורים,
ווייל ע“ד ווי ראש השנה,
זיינען אויך בכורים אַן ענין פון ראשית 33 .
נאָכמער: בנוגע דעם חילוק צווישן בכורים און תרומה - וואָס הגם אַז אויך תרומה הייסט „ראשית“ 34 ,
דאָך זיינען בכורים קודמים לתרומה
(און ווי רש“י זאָגט פריער 35
„לא הקדמתי תרומה לבכורים“)
- איז מבאר דער צ“צ באריכות אין אוה“ת פון דער היינטיקער סדרה 36 ,
אַז דער „ראשית“ פון תרומה איז דער ענין פון תורה,
וואָס
אויף איר שטייט 37
„הוי‘ קנני ראשית דרכו“,
און דער „ראשית“ פון בכורים גייט אויף נשמות ישראל,
וואָס אויף זיי שטייט 38
„קדש ישראל להוי‘ ראשית תבואתה“.
און כשם ווי „ישראל קדמו לתורה“ 39 ,
אַזוי זיינען אויך בכורים קודמים לתרומה.
און ווי דער צ“צ איז דאָרט מבאר באריכות,
אַז דער ענין פון „בכורים“ שבנשמות ישראל איז פאַרבונדן מיטן עצם הנשמה ווי זי איז מושרש אין עצמות,
וואָס דאָרט איז „מחשבתן של ישראל קדמה לכל דבר“ 40 ,
כולל אויך לתורה.
און דערמיט איז פאַרשטאַנדיק די שייכות פון בכורים צו ראש השנה,
ווייל די עבודה פון ראש השנה איז קבלת עול שמצד עצם הנשמה
(וכמבואר בכ“מ 41
אַז קב“ע שבכל השנה איז למטה מכחות הפנימיים,
און קב“ע פון ר“ה איז דער ביטול שמצד עצם הנשמה),
וואָס דאָס איז די בחי‘ פון „בכורים“ - „ראשית“ - עצם הנשמה,
כנ“ל.
[ועוד י“ל: פון די ענינים עקריים בר“ה איז,
וואָס דעמאָלט ווערט נתגלה דער „אתה בחרתנו“,
די בחירת הקב“ה אין אידן,
ווי מיר זאָגן בתפלת ר“ה 42
: „יבחר לנו את נחלתינו גו‘“ 43
- און אָט די בחירה איז מצד „בכורים“ שבנשמה,
עצם הנשמה.
והביאור: אמיתית ענין הבחירה איז נאָר באופן אַז זי איז אינגאַנצן ניט געבונדן מיט קיינע טעמים
אָדער סיבות צו דער בחירה; און דערפאַר נעמט זיך די בחירה פון אַזאַ דרגא וואו
(מעלת ו)
מעשה התחתונים זיינען ניט תופס מקום - ס‘איז „אח עשו ליעקב“ 44 ,
ביידע בשוה
(ובחי‘ המקיפים וואָס זיינען העכער פון השתלשלות האָבן מער אַ שייכות צו אוה“ע,
ווי באַוואוסט אין דעם ענין פון בכורה דעשו 45 ),
און פונדעסטוועגן איז „ואוהב את יעקב" 44 .
די בחירה איז מצד דעם שורש פון נשמות וועלכע זיינען מושרש אין עצמותו ית‘,
בחי‘ „בכורים“ שבנשמה,
וואָס מצד דער בחינה איז „יעקב הוא הבכור“ 46 ,
די בחירה איז אין ישראל דוקא 47 ].
יו“ד.
ע“פ הנ“ל וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס רש“י איז מדגיש בפירושו
(אין דעם פריערדיקן דבור המתחיל)
אויף די ווערטער „היום הזה ה“א מצוך“ - „בכל יום יהיו בעיניך חדשים כאילו בו ביום נצטוית עליהם“: דער פירוש פון „בכל יום יהיו בעיניך חדשים כו‘“ איז,
אַז אויך אין די טעג וועלכע מ‘פאַרנעמט זיך מיט אַנדערע מצות און מיט
לימוד פון אַנדערע פרשיות אין תורה
(ניט מענין ומצות בכורים),
אויך דעמאָלט דאַרף זיין „כאילו בו ביום נצטוית עליהם“ 48
- אויף די „חוקים האלה ואת המשפטים“,
וואָס לויט פרש“י ווערט דערמיט געמיינט מצות בכורים* 48 .
ולכאורה: וואָס איז דער טעם וואָס ביי כללות התורה והמצות איז אַזוי נוגע צו
געדענקען „בכל יום“ דעם ציווי פון בכורים,
און נאָך אין אַן אופן פון „חדשים“ - ניט „כחדשים“
(בכ“ף הדמיון)
ווי רש“י בריינגט במק“א 49
בנוגע לתורה ומצות?
וע“פ הנ“ל איז עס פאַרשטאַנדיק: אין אַלע ענינים וואָס אַ איד טוט,
אויך אין דער עבודה וואָס איז שייך צו כחות פרטים,
דאַרף זיין נרגש דער ביטול און קבלת עול שמצד עצם הנשמה.
וע“ד הידוע אין דעם ענין פון קב“ע דר“ה
(וואָס נעמט זיך פון בחי‘ „בכורים“ שבנשמה כנ“ל),
אַז מ‘דאַרף „מיטנעמען“ דעם קב“ע דר“ה אַז עס זאָל מאיר זיין אויך אין כל ימי השנה; אַזוי איז עס אויך „בכל יום“,
אַז אין אַלע ענינים וואָס אַ איד טוט טאָג טעגליך דאַרף ער דערהערן מיט דער גאַנצער פרישקייט דעם ציווי פון בכורים -דעם ביטול שמצד עצם הנשמה.
[און ווי דער צ“צ איז דאָרט מבאר 36
דאָס וואָס שטייט אין תנחומא 50
אַז מען האָט מתקן געווען תפלות אַנשטאָט בכורים,
ווייל תפלה פאַרבינדט די נשמה שלמטה מיטן שרש ומקור הנשמה,
און דערפאַר דאַרף זיין די הקדמה פון תפלה פאַר לימוד התורה,
ווייל בכדי דער לימוד התורה זאָל זיין כדבעי,
מוז פריער זיין די התעוררות פון עצם הנשמה,
וואָס קומט ע“י עבודת התפלה 51 ].
יא.
נאָך אַן ענין וואָס ווערט פאַרשטאַנדיק אין פרש“י דורכן ביאור פנימי הנ“ל בענין הבכורים: אַ ברכה שתוכנה
הבטחה איז שייך בלויז אויף אַזוינע ענינים וואָס זיינען ניט תלוי אין בחירת האדם; אויף תומ“צ אָבער,
וואָס ביי זיי דאַרף זיין „ובחרת בחיים“ 52 ,
ו„הכל 53
בידי שמים חוץ מיראת שמים“ איז לכאורה ניט שייך קיין הבטחה - היינט ווי אַזוי זאָגט מען אַז „בת קול מברכתו ..
תשנה לשנה הבאה“?
אָבער לויטן ביאור הנ“ל,
אַז דער ענין פון בכורים איז די בחי‘ פון עצם הנשמה,
איז עס פאַרשטאַנדיק: וויבאַלד די ברכה איז נוגע דער התעוררות פון עצם הנשמה,
איז עס ניט בלויז קיין סתירה ניט צו בחירת האדם,
נאָר אדרבה,
מצד עצם הנשמה קומט טאַקע דער „ובחרת בחיים“ 54 .
[אויך אין דרך הפשט איז עס מובן,
ווייל בפשטות איז דער תוכן פון הבאת בכורים - אויסצודריקן די הודאה צום אויבערשטן,
וואָס דאָס קומט מצד דעם וואָס ער איז ניט קיין כפוי טובה
(כפרש“י לעיל 55 )
; און וויבאַלד אַז אַ מענטש איז בטבעו ניט קיין כפוי טובה,
וועט ער דאָך במילא זיכער וועלן ברענגען בכורים].
יב.
ווי געזאָגט פריער,
דאַרף מען דעם ביטול שמצד עצם הנשמה פאַרבינדן אויך מיט די כחות פרטים,
און אויך דער ענין דריקט זיך אויס אין הבאת בכורים; וואָרום בכורים ברענגט מען דאָך פון גשמיות‘דיקע פירות,
און אין דעם גופא - דוקא גוטע און געשמאַקע פירות
(וואָס דערפאַר ברענגט
מען ניט קיין בכורים פון תמרים שבהרים כו‘ 56 )
;
אויך - די בכורים פון די פירות פאַרברענט מען ניט אויפן מזבח,
נאָר זיי זיינען נאכלין לכהנים 57 ,
און מען עסט זיי אין אַן אופן פון „ושמחת“ 58 .
ד.
ה.
: מען נעמט די בחינה פון „בכורים“,
דער שורש ומקור הנשמה,
און מען פאַרבינדט עס מיט אכילה גשמית - דם ובשר כבשרו - און אכילה בשמחה.
און וויבאַלד אַז דער שכר גיט דער אויבערשטער מדה כנגד מדה,
כנ“ל,
דערפאַר איז די ברכה וואָס אַ איד באַקומט פאַר מצות הבאת בכורים -„תשנה לשנה הבאה“: ס‘וועלן ביי אים וואַקסן „מראשית“ - גוטע געשמאַקע פירות און עס וועט ביי אים זיין דער „ושמחת בכל הטוב אשר נתן לך ה‘ אלקיך ולביתך“ 59 .
און די זעלבע זאַך איז בנוגע צו דער עבודה פון ר“ה
(וואָס דאָס איז ענין הבכורים כנ“ל),
אַז דורך דעם וואָס אַ איד איז מעורר ביי זיך די תנועה פון ביטול און קב“ע שמצד עצם הנשמה,
גיט אים דער אויבערשטער 60
אַ כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה,
בעניניו הרוחניים,
און אויך בעניניו הגשמיים,
לו ולבני ביתו,
בכל המצטרך,
בבני חיי ומזוני רויחי.
(משיחת ש“פ תבוא תשכ“ח)