א.
אין סיום מס’ חולין 1
זאָגט די גמרא „תניא דבי ר’ יעקב אומר אין לך כל מצוה ומצוה שבתורה שמתן שכרה בצדה שאין תחיית המתים תלוי’ בה,
בכבוד אב ואם כתיב 2
למען יאריכון ימיך ולמען ייטב לך,
בשילוח הקן כתיב 3
למען ייטב לך והארכת ימים,
הרי שאמר לו אביו עלה לבירה והבא לי גוזלות ועלה ושלח את האם ולקח את הבנים ובחזרתו נפל ומת היכן אריכות ימיו של זה והיכן טובתו של זה,
אלא למען יאריכון ימיך בעולם שכולו ארוך ולמען ייטב לך לעולם שכולו טוב,
ודלמא 4
לא הוי הכי ר’ יעקב מעשה חזא כו’,
אלא שכר מצות בהאי עלמא ליכא”.
לערנענדיק בפשטות קומט אויס,
אַז ר’ יעקב איז מחולק מיט דער סתם משנה דאָרט,
וואָס זאָגט „מה אם מצוה קלה שהיא כאיסר אמרה תורה למען ייטב לך והארכת ימים קל וחומר על מצות חמורות שבתורה” - וואָס בפשטות מיינט די משנה „ייטב לך והארכת ימים” אריכות ימים בעוה”ז 5 .
און אַזוי איך אויך מפורש אין דער סתם משנה אין אָנהייב פאה „אלו דברים שאדם אוכל פירותיהן בעוה”ז והקרן קיימת לו לעוה”ב כיבוד אב ואם וגמילות חסדים והבאת שלום בין אדם לחבירו כו’”.
לאידך געפינען מיר אָבער,
אַז דער רמב”ם 6
פסק’נט „הטובה הצפונה לצדיקים היא חיי העוה”ב והיא החיים שאין מות עמהן והטובה שאין עמה רעה.
הוא שכתוב בתורה למען ייטב לך והארכת ימים.
מפי השמועה למדו למען ייטב לך לעולם שכולו טוב והארכת ימים לעולם שכולו ארוך”; און ווי ער זאָגט אויך אין דעם פרק לאחר זה 7
„שמתן שכרן של מצות והטובה שנזכה לה אם שמרנו דרך ה’ הכתוב בתורה היא חיי העולם הבא שנאמר למען ייטב לך והארכת ימים” - וואָס דאָס איז דעת ר”י 8 .
דאַרף מען פאַרשטיין: פאַרוואָס פסק’נט דער רמב”ם ווי ר’ יעקב און ניט ווי די אויבענגעבראַכטע סתם משנה אין חולין און פאה 9 ?
ב.
נאָכמער: דער רמב”ם איז ממשיך 10
„מאחר שנדע שמתן שכרן של מצות כו’ היא חיי העוה”ב כו’ מהו זה שכתוב בכל התורה כולה אם תשמעו יגיע לכם כך ואם לא תשמעו יקרה אתכם כך וכל אותן הדברים בעוה”ז,
כגון שובע ורעב ומלחמה ושלום ומלכות ושפלות וישיבת הארץ וגלות והצלחת מעשה והפסדו ושאר כל דברי הברית.
כל אותן הדברים אמת היו ויהיו ובזמן שאנו עושים כל מצות התורה יגיעו אלינו טובות העולם הזה כולן,
ובזמן שאנו עוברין עליהן תקראנה אותנו הרעות הכתובות,
ואף על פי כן אין אותן הטובות הם סוף מתן שכרן של מצות ולא אותן הרעות הם סוף הנקמה שנוקמין מעובר על כל המצות,
אלא כך הוא הכרע כל הדברים.
הקב”ה נתן לנו תורה זו עץ חיים היא וכל העושה כל הכתוב בה ויודעו דעה גמורה נכונה זוכה בה לחיי העוה”ב.
ולפי גודל מעשיו ורוב חכמתו הוא זוכה.
והבטיחנו בתורה שאם נעשה אותה בשמחה ובטובת הנפש ונהגה בחכמתה תמיד שיסיר ממנו כל הדברים המונעים אותנו מלעשותה כגון חולי ומלחמה ורעב וכיוצא בהן,
וישפיע לנו כל הטובות המחזיקות את ידינו לעשות התורה כגון שובע ושלום ורבוי כסף וזהב,
כדי שלא נעסוק כל ימינו בדברים שהגוף צריך להן אלא נשב פנויים ללמוד בחכמה ולעשות המצוה כדי שנזכה לחיי העולם הבא”.
היינט וויבאַלד אַז מען דאַרף בלא”ה לערנען אַז די אַלע יעודים אין תורה ריידן וועגן מתן שכר אין עוה”ז -פאַרוואָס זאָל ער אויך אַזוי ניט לערנען
די הבטחה פון „למען ייטב לך והארכת ימים”?
דער מהרש”א 11
זאָגט „ולא תקשי לך מכל היעודים שבתורה דאָ”א לפרש רק בעוה”ז שאם תשמעו יבואו עליכם כל הברכות והטובות וישבו על אדמתם ובהיפך אם לא תשמעו יבואו כל הקללות ואבדתם מן הארץ,
די”ל לר”י דמודה דזכות הרבים ומעשיהם הטובים מביאים להם כל הברכות והטובות שנזכרו בתורה גם בעוה”ז כו’ אבל ר”י לא אמר כן אלא ביחיד כו’”.
אין רמב”ם אָבער געפינט מען ניט,
אַז ער זאָל מחלק זיין צווישן רבים און יחיד.
אויך דאַרף מען פאַרשטיין: פאַרוואָס ברענגט דער רמב”ם 12
(בלויז)
דעם פסוק „למען ייטב לך והארכת ימים” וואָס שטייט ביי שילוח הקן,
און בריינגט ניט
(אויך)
דעם פסוק „למען יאריכון ימיך ולמען ייטב לך” וואָס שטייט פריער אין דער תורה,
ביי כיבוד אב ואם - ניט ווי די ברייתא
(ר’ יעקב),
וואָס בריינגט ביידע פסוקים 13 ?
ג.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם די קושיא 14
: פאַרוואָס דאַרף ר”י ברענגען אַ ראי’,
אַז „שכר מצות בהאי עלמא ליכא” סיי ביי מצות כיבוד או”א סיי ביי שילוח הקן,
און ס’איז ניט גענוג צו זאָגן דאָס ביי איינער פון זיי?
און
כאָטש אַז „ר’ יעקב מעשה חזא”,
וואָס האָט פּאַסירט ווען מען האָט מקיים געווען ביידע מצות - קען מען אויך אין דעם גופא פרעגן: פאַרוואָס איז נויטיג צו מדגיש זיין אין דער מעשה,
אַז דאָס האָט געטראָפן ווען ער האָט מקיים געווען ביידע מצות?
ווען עס וואָלט דאָ דערמאָנט געוואָרן נאָר דער קיום מצות שילוח הקן אַליין 15
וואָלט דאָך אויך געווען אַ ראי’ אַז „שכר מצות בהאי עלמא ליכא” 16 .
לאידך גיסא,
אפילו נאָך דער ראי’ פון מעשה חזא בקיום פון ביידע מצות,
קען מען פרעגן: פון וואַנעט איז די ראי’ אַז „שכר מצוה בהאי עלמא ליכא” - עס קען דאָך זיין אַז דער בן האָט ניט געהאַט קיין כוונה מקיים זיין די מצות און דעריבער איז דערביי ניט געווען דער שכר?
ואפילו לדעת הפוסקים 17
אַז „מצות אין צריכות כוונה”,
איז דאָך דער פירוש בזה,
אַז ביי קיום המצות מוז ניט זיין קיין כוונה לשם מצוה; אויב אָבער ער האָט אַ כוונה הפכית - ער איז מכוון ניט צו מקיים זיין די מצוה מיט זיין
פעולה,
איז ער דאַמאָלס ניט יוצא 18
ידי חובת המצוה 19 ,
היינט וויבאַלד עס קען דאָך זיין אַז בנדו”ד האָט דער בן געהאַט אַ כוונה הפכית - ניט צו מקיים זיין מצות כיבוד או”א ומצות שילוח הקן -איז דאָך בטלה הראי’ פון דער מעשה.
ד.
אין דער לעצטער משנה פון מס’ חולין ווערט געזאָגט: „לא יטול אדם אם על בנים אפילו לטהר את המצורע.
ומה אם מצוה קלה שהיא כאיסר אמרה תורה למען ייטב לך והארכת ימים קל וחומר על מצות חמורות שבתורה”.
איז ידוע די שאלה 20
אין דעם: וואָס איז דער קשר צווישן די צוויי פאַלן אין דער משנה,
דאָס זיינען דאָך צוויי באַזונדערע זאַכן:אַ דין אין שילוח הקן,
אַ הודעה וועגן גודל שכר המצות.
מען קען ניט זאָגן אַז די משנה ברענגט דאָס נאָר כדי לסיים בדבר טוב
(און ניט מיט די ווערטער „לטהר את המצורע ”) 21 ,
וואָרום אויב צוליב דעם,
דאַרף עס ניט שטיין דוקא אין דער זעלבער משנה 22 ,
און נאָך מיט אַ „ואו” המוסיף „ ו מה” 23 .
אויך דאַרף מען פאַרשטיין: לויט דער משנה אַז מען לערנט אַ ק”ו פון מצות שילוח הקן לשאר המצות - פאַרוואָס
שטייט מפורש למען יאריכון ימיך ביי כיבוד או”א
(וואָס איז פון די מצות חמורות 24
שבתורה) 25 ?
ה.
וי”ל הביאור בכל זה: דעם דין „לא יטול אדם אם על בנים אפילו לטהר את המצורע” לערנט אָפּ די גמרא 26
פון דעם יתור הל’ „
(שלח)
תשלח” - „אין לי אלא לדבר הרשות לדבר מצוה מנין,
ת”ל תשלח מ”מ”.
און די גמרא איז מסביר אַז דאָס רעדט זיך „שנטלה ע”מ לשלח דלאו ליכא עשה הוא דאיכא” -„ס”ד הואיל ואמר מר גדול השלום כו’ והאי מצורע כיון דכמה דלא מטהר אסור בתשמיש המטה כו’ מהו דתימא כיון דאסור בתשמיש המטה ליתי עשה דידי’ ולידחי עשה דשלוח הקן קמ”ל”.
אָבער כאָטש מען לערנט דאָס אָפּ פון פסוק,
איז ניטאָ קיין הכרח צו זאָגן אַז דאָס איז פון מיעוט המצות,
וועלכע זיינען אַ חוקה און גזירת הכתוב,
נאָר אַז ס’איז דאָ אַ טעם אויף דעם 27
:
די משנה זאָגט 28
: „האומר על קן צפור יגיעו רחמיך כו’ משתקין אותו”.
פון דעם גופא איז פאַרשטאַנדיק 29 ,
אַז שילוח הקן איז אַ זאַך וואָס מאָנט זיך מצד רחמים ושכל,
נאָר מ’טאָר ניט זאָגן אַז אין דעם באַשטייט דער
( גאַנצער און)
עיקר טעם פון דער מצוה
(ווי די גמרא זאָגט „מפני שעושה מדותיו של הקב”ה רחמים ואינן אלא גזירות”) 30
; און ווי מען געפינט אין כמה ספרים 31 ,
כמה טעמים פון שילוח הקן וואָס זיינען פאַרבונדן מיט רחמים 32 .
און וויבאַלד אַז לטהר את המצורע איז אויך אַ מצוה וואָס איז פאַרבונדן מיט רחמים - אויפן אדם
(„גדול שלום שבין איש לאשתו שהרי אמרה תורה שמו של הקב”ה שנכתב בקדושה ימחה על המים והאי מצורע ..
אסור בשמיש המטה וכו’”),
איז בשעת די ביידע מצות קומען צוזאַמען,
איז דאָך ע”פ דין רחמנות על אדם - דוחה רחמנות אויף אַ בעל חי - אויך במכש”כ וק”ו פון דיני צער בע”ח 33
אַז בשעת ס’איז דאָ „תועלת לאדם” איז „אין חוששים לצערם”* 33 ,
„ואצ”ל שאין חוששין לצער בע”ח משום כבודו של אדם כגון שהוא חכם או
זקן” 34
(ובפרט נאָך אַז ער וועט שפּעטער מקיים זיין אויך די מצוה פון שילוח הקן* 34 ).
און דאָס לערנט מען אָפּ פון פסוק,
אַז מ’דאַרף באַלד מקיים זיין מצות שילוח הקן,
און דער טעם י”ל ע”ד ווי די גמרא 35
זאָגט לגבי דער מצוה „עזב תעזוב עמו” - „אוהב לפרוק ושונא לטעון,
מצוה בשונא - כדי לכוף את יצרו” 36
; און עד”ז
(ובפרט לדעת אלה* 36
- שאפילו ווען שונאו שמצוה לשנאותו - מקדימו)
בנדו”ד,
„כדי לכוף את יצרו” - ד.
ה.
זיין מדת הרחמים,
דאַרף ער גלייך מקיים זיין מצות שילוח הקן 37 .
עכ”פ איז פון דעם מוכח,
אַז שילוח הקן איז אַ מצוה וואָס אויך דער שכל
(ורגש)
האדם זיינען עס מחייב 38 ,
ולפ”ז איז מובן די ק”ו „ומה אם מצוה קלה שהיא כאיסר
[די מצוה קלה באַשטייט ניט נאָר אין דעם וואָס דער מניעת הריוח איז „כאיסר” 39
(ובפרט אַז ס’זיינען דאָ מצות וואָס קאָסטן נאָך ווייניקער 40
אָדער - קאָסטן גאָרניט),
נאָר אויך מצד דעם וואָס שכל האדם איז מסייע אין דעם 41 ],
אמרה תורה למען ייטב לך והארכת ימים,
ק”ו על מצות חמורות שבתורה”,
ובפרט די אין וועלכע ס’איז ניטאָ קיין טעם שכלי ורגש האדם וואָס זאָל הייסן מקיים זיין די מצוה,
איז אַ וודאי אַז מען גיט פאַר זיי דעם שכר פון „ייטב לך והארכת ימים”.
ו.
לאידך,
פון מסקנת הדין „לא יטול כו’ לטהר את המצורע” איז געדרונגען,
אַז מצות שילוח הקן איז ניט ע”ד ווי אַ מצוה שבין אדם לחבירו 42
(נאָר אַנשטאָט טובת חבירו איז דאָ טובת
„האם” - שלכן אינה ממש מצוה כזו 43 ),
וואָרום ביי אַ מצוה שבין אדם לחבירו איז ניט נוגע די כוונה,
נאָר די מעשה בפועל - ד.
ה.
ס’איז נוגע די טובה וואָס חבירו באַקומט בפועל* 43
; ובמילא ווען שילוח הקן וואָלט געווען אַ מצוה בלויז צוליב טובת „האם” 44 ,
דעמאָלט וואָלט אין פאַל פון „לטהר את המצורע” מכריע געווען דער בין אדם לחבירו פון טהרת המצורע,
ווייל הבאת שלום בין איש לאשתו איז דוחה 45
טובת האם פון אַן עוף 46 .
עפ”ז איז מובן,
אַז מיט דער סמיכות פון דעם ק”ו „ומה אם מצוה קלה כו’ אמרה תורה למען ייטב לך והארכת ימים” צו דעם דין „לא יטול כו’ לטהר כו’” איז די משנה מבאר,
אַז דער „למען ייטב לך והארכת ימים” וואָס מען רעדט דאָ איז ניט דער זעלבער שכר וואָס „אדם אוכל פירותיהן בעוה”ז והקרן קיימת לו לעוה”ב”
(אין מס’ פאה)
-וואָס דאָס איז דוקא ביי מצות שבין אדם לחבירו - וויבאַלד אַז חבירו האָט
דערפון אַ טובה בעוה”ז,
קריגט ער אויך זיין שכר פירותיהן בעולם הזה 47
;
ביי שילוח הקן אָבער
(וויבאַלד אַז ענינה של המצוה איז
(בעיקר)
ניט די טובה דורך דער פעולה,
נאָר די עצם הפעולה
(ווי פאַרשטאַנדיק פון דעם דין „לא יטול אדם אם על בנים אפילו לטהר כו’”),
איז עס דאָך)
אַ מצוה שבין אדם למקום,
איז דער „למען ייטב לך והארכת ימים” לעוה”ב* 47 .
דעריבער האָט דאָ קיין שייכות ניט דער „למען יאריכון ימיך ולמען ייטב לך” וואָס שטייט ביי כבוד או”א,
היות אַז כבוד או”א איז פון די מצות שבין אדם לחבירו וואָס אדם אוכל פירותיהן בעוה”ז 48 .
ז.
בשייכות לזה איז די גמרא ממשיך: „תניא דבי ר’ יעקב אומר וכו’” וואו ער ברענגט די ראי’ אַז שכר מצוה בהאי עלמא ליכא פון „נפל ומת”,
וואָס איז געשען ניט נאָר בקיום מצות שילוח הקן,
נאָר אויך בקיום מצות כבוד או”א,
ואדרבה: דוקא פון כבוד או”א,
היות ס’איז אַ מצוה שבין אדם לחבירו,
איז די ראי’ אַז „שכר מצוה בהאי עלמא ליכא”:
ביי מצות שילוח הקן,
וויבאַלד אַז דאָס איז אַ מצוה שבין אדם למקום און עיקר ענינה איז די עצם פעולת המצוה,
דעריבער קעןאַ כוונה הפכית
(די כוונה
ניט צו מקיים זיין די מצוה)
גורם זיין,
אַז דאָס זאָל ניט הייסן קיין קיום מצוה -ובמילא איז פון „נפל ומת” ביי שילוח הקן
(אַליין)
ניט קיין ראי’,
ווייל מ’קען לערנען,
אַז דאָס איז דערפאַר וואָס ער האָט דאָס געטאָן מיט אַ כוונה הפכית 49 .
ביי כבוד אב ואם אָבער,
וויבאַלד אַז דאָס איז אַ מצוה שבין אדם לחבירו 50
וואָס דערביי איז נוגע
(בעיקר)
די תועלת הפעולה,
אַז דער אב זאָל באַקומען די גוזלות,
איז אין דעם ניט נוגע 51
די כוונה 52 .
וע”ד ווי מען געפינט
(אין ספרי בפרשתנו 53 )
בנוגע למצות צדקה „מנין למאבד סלע מתוך ידו ומצאה עני והלך ונתפרנס בה מעלה עליו הכתוב כאילו זכה ת”ל כו’ והרי דברים ק”ו מי שלא נתכוון לזכות מעלה עליו הכתוב כאילו זכה מי שנתכוון לזכות עאכו”כ”.
ווען אַ מענטש פאַרלירט אַ סלע,
איז ניט נאָר וואָס עס איז ניטאָ דערביי קיין כוונה
(מקיים זיין מצות צדקה),
נאָר ער האָט צער וואָס מאבד סלע; און אעפ”כ איז ער מקיים מצות צדקה,
היות אַז דער מכוון אין דער מצוה איז 54 ,
אַז דער אָרימאַן זאָל עס באַקומען 55 .
עד”ז ביי מצות כבוד או”א: וויבאַלד אַז דער אב האָט געוואָלט האָבן די גוזלות,
איז ניט נוגע וואָס דעם זונ’ס כוונה איז דאָ געווען,
אַבי ער ברענגט אים די גוזלות.
און עפ”ז איז מובן,
אַז דוקא פון „נפל ומת” ביי קיום כבוד או”א איז דער עיקר ראי’ אַז „שכר מצוה בהאי עלמא ליכא”,
היות אַז דאָס בלייבט אַ מצוה אפילו מיט אַ כוונה הפכית,
כנ”ל 56 ,
און דעריבער
מוז מען זאָגן,
אַז ניט נאָר באַ מצות שבין אדם למקום,
נאָר אויך ביי די מצות שבין אדם לחבירו איז „יאריכון ימיך בעולם שכולו ארוך”.
ח.
עפ”ז י”ל אַז דער רמב”ם פסק’נט ווי די משנה פון מס’ חולין און סתם משנה פון מס’ פאה,
אַז נאָר ביי מצות מסויימות - דהיינו ביי מצות שבין אדם לחבירו - איז „אדם אוכל פירותיהן בעוה”ז” 57 ,
אָבער ביי די אַנדערע מצות איז דער „למען ייטב לך לעולם שכולו טוב והארכת ימים לעולם שכולו ארוך” 58 .
און דעריבער ברענגט ניט דער רמב”ם דעם פסוק „למען יאריכון ימיך ולמען ייטב לך” וואָס שטייט ביי כבוד או”א,
וואָרום ביי מצות שבין אדם לחבירו האַלט אויך דער רמב”ם אַז „פירותיהן בעוה”ז” 59 .
און דאָס איז ניט קיין סתירה צו דעם וואָס ער זאָגט אַז „מתן שכרן של מצות והטובה שנזכה לה אם שמרנו דרך ה’ הכתוב בתורה היא חיי העוה”ב”,
ווייל דער עצם
(ועיקר)
השכר איז לעוה”ב
( הקרן קיימת לעוה”ב),
ובמילא איז מתאים אויך לדעת הרמב”ם והמשנה דער לשון „ שכר מצוה בהאי עלמא ליכא” 60
; די מחלוקת איז נאָר בנוגע „ פירותיהן ”,
וואָס קומט אַלס פירות פון עצם השכר - פון למען יאריכון ימיך
ולמען ייטב לך בעוה”ב: לדעת המשנה והרמב”ם איז דאָס פאַראַן ביי מצות שבין אדם לחבירו וואָס די משנה רעכנט אין מס’ פאה,
[און ווי מען זעט עס אויך בדעת אדה”ז,
בלשון החסידות 61
„וזה שאמרו רז”ל שכר מצוה בהאי עלמא ליכא כי בעוה”ז הגשמי ובעל גבול כו’ א”א להתלבש שום הארה מאור א”ס ב”ה כו’ במעשה הצדקה וגמ”ח שאדם אוכל פירותיהן בעוה”ז יש נקבים עד”מ בלבוש העליון כו’ להאיר מהם להשפיע אור ושפע מחסד דרועא ימינא אורך ימים בעוה”ז הגשמי כו’” 62 ]
און לדעת ר”י איז אויך ביי די מצות ניטאָ קיין „פירותיהן בעוה”ז” 63 .
ט.
דאָס אַלץ רעדט זיך וועגן שכר מצות - אַ שכר
(ענין צדדי)
וואָס קומט פאַר דעם קיום המצות.
אָבער די יעודים שבתורה וועלכע זיינען בעוה”ז,
זיינען ניט אַן ענין
(ושכר)
צדדי,
נאָר זיי זיינען פאַרבונדן מיט’ן עצם ציווי קיום התורה והמצות.
ועד”מ אַז מען איז קונה אַן עבד,
ער זאָל אים באַדינען,
דאַרף דער אדון געבן דעם עבד אַלע זיינע הצטרכיות,
כדי ער זאָל קענען אויספירן די אַרבעט וואָס ליגט אויף אים 64 .
עד”ז בשעת דער עבד וויל מוסיף זיין,
דינען דעם אדון נאָך בעסער - איז דער אדון אויך מוסיף,
ער גיט אים נאָך און נאָך,
ער זאָל קענען אויספירן די הוספה אין זיין אַרבעט.
און דאָס אַלץ איז ניט קיין שכר צוליב
(און לאחרי פון)
זיין אַרבעט,
נאָר ס’איז אַ מעין הכשר והכנה קודם לעבודתו.
עד”ז ביי אידן,
וויבאַלד אַז „הקב”ה נתן לנו תורה זו עץ חיים היא כו’”,
איז במילא „הבטיחנו בתורה שאם נעשה אותה בשמחה ובטובת נפש ונהגה בחכמתה תמיד שיסיר ממנו כל הדברים המונעים אותנו מלעשותה כגון חולי ומלחמה ורעב וכיו”ב וישפיע לנו כל הטובות כו’ נשב פנוים ללמוד בחכמה ולעשות * 64
המצוה” ועד”ז להיפך.
עס איז ניט אַ זייטיקע זאַך,
נאָר אַ הכרח,
כביכול - מצד דעם ציווי אויף קיום התורה והמצות -
און דאָס איז דאָך בשווה ביי אַלע מצות - כי זיל בתר טעמא.
און אין דעם באַשטייט אויך דער חילוק בפועל צווישן שכר המצות און די יעודים גשמיים: די יעודים גשמיים וואָס העלפן דעם אידן מקיים זיין תורה ומצות זיינען - ווי דער רמב”ם זאָגט - „כגון שובע כו’ ושלום ומלכות כו’ וישיבת הארץ כו’ והצלחת מעשה כו’”,
היינו ענינים המוכרחים
(אָדער הפכו)
וואָס זיינען „מחזיקות ידינו לעשות התורה”;
אָבער שכר מצות איז אין אַן אופן פון שלא בערך: דאָס וואָס דער אויבערשטער גיט ענינים נוספים,
אַ סאַך מער ווי די הכרחיות וואָס מ’דאַרף האָבן.
יו”ד.
עפ”ז איז אויך מובן,
אַז די מעשה „נפל ומת”,
וואָס ר”י האָט געזען,
איז ניט קיין סתירה צו די יעודים גשמיים שבתורה:
די יעודים גשמיים שבתורה גיט מען אַ אידן בשעת ער לעבט און עס ליגט אויף אים אַ חיוב צו לערנען תורה און מקיים זיין מצות,
וואָס דעמאָלט דאַרף אים כביכול דער אויבערשטער געבן די אַלע יעודים כדי ער זאָל זיין פנוי „ללמוד בחכמה ולעשות המצוה”.
בשעת עס ענדיקט זיך אָבער דער „מספר ימיך” וואָס מ’האָט למעלה פאַר אים באַשטימט מקיים זיין תורה ומצות,
איז מצד די יעודים גשמיים ניטאָ קיין הכרח ער זאָל לעבן לענגער - האָבן אריכות ימים.
און דעריבער איז „נפל ומת” קיין סתירה ניט צו די יעודים שבתורה,
ווייל עס האָט זיך געענדיקט זמן עבודתו 65 .
פון דעם וואָס „נפל ומת” איז אָבער אַ ראי’ אַז שכר
(ענין צדדי הבא ע”י ה)
מצוה
(אפילו פון פירותיהן)
איז ניטאָ בעוה”ז,
ובמילא לערנט מען אָפּ פון דעם אַז „שכר מצוה בהאי עלמא ליכא” - לויט ר”י ביי אַלע מצות,
און לויטן רמב”ם 66
ביי די מצות שבין אדם למקום,
כנ”ל.
יא.
וי”ל ע”ד הרמז: די מס’ חולין איז אין סדר קדשים,
און ווי גערעט כמה פעמים וועגן דער הוראה אין דעם,
אַז אויך די „חולין” פון אַ אידן זיינען „קדשים”
(לגבי כל העולם).
און דער אופן ודרך ווי אַזוי דאָס קומט אַרויס בגלוי איז מרומז אין התחלת וסוף המסכת:
די מסכת הייבט זיך אָן מיט הכל שוחטין - שחיטה
(און בכמה מקומות 67
ווערט די גאַנצע מס’אָנגערופן „שחיטת חולין”),
וואָס ענינה איז,
ווי די גמרא 68
זאָגט „אין ושחט אלא ומשך” - און דאָס גיט דעם הסבר בפנימיות הענינים אויף היתר השחיטה:
עס איז דאָך אַ שאלה ווי אַזוי מען מעג שעכטן אַ בהמה כו’,
מ’איז דאָך מצער 69
אַ בע”ח וואָס איז אסור,
און לכמה דיעות 70
איז צער בע”ח אַן איסור מדאורייתא?
וויבאַלד אָבער אַז דער ענין פון שחיטה 71
איז „ומשך”* 71 ,
אַז מ’איז איר מושך פון איין רשות אין אַ צווייטן רשות,
צו אַ העכערער מדרי’ ווי זי איז געווען פריער,
דעריבער מעג מען דאָס.
דער „ומשך” באַשטייט אין דעם,
וואָס די בהמה וכו’ זיינען בדרגת חי ,
און דורך דער שחיטה ווערן זיי מוכשר צו ווערן דם ובשר כבשרו של האדם 72
-אַ חלק פון
(דרגת ה)
מדבר 73 .
אָבער דאָס אַליין איז נאָך ניט מספיק,
וואָרום שחיטה איז נאָר ביי אידן -ס’איז ניט גענוג וואָס דער חי ווערט אַ חלק פון אַ מדבר בכלל,
נאָר עס דאַרף ווערן אַ חלק פון אדם - ע”ש - אדמה לעליון 74 .
און דאָס איז מבואר בסוף המס’: דורך דעם וואָס אַ איד איז מקיים מצוות ומצד ציווי הקב”ה,
ער איז כופה את יצרו,
דעמאָלט פּועל’ט ער דעם „ושחט -ומשך” אויך ביצרו ונפשו הבהמית 75 ,
אַז אויך דער חולין שבו
(בערך מדריגת
בנ”י)
ווערט מוכשר און נתעלה אין קודש - ער ווערט נתהפך צו זיין אַ חלק פון נפש האלקית ,
וואָס דערפאַר איז „אתם קרויים אדם” ע”ש אדמה לעליון.
און דורכדעם ווערט אויך דער חולין פון כללות העולם,
חי פון וועלט,
נתעלה אין קדושת נפש האלקית פון אַ אידן.
בהתאם לזה איז דער סיום המסכת,
אַז דער תכלית העלי’ דריקט זיך אויס אין „למען ייטב לך לעולם שכולו טוב ולמען יאריכון ימיך בעולם שכולו ארוך”,
וואָס דעמאָלט ווערט אַ איד פאַרבונדן בגלוי מיט דעם אויבערשטן,
ביז אַז אויך גופו ונפשו הבהמית ווערן נכלל בקדושה און זיינען ניזון פון אלקות 76 .
יב.
וויבאַלד אַז „ועמך כולם צדיקים” 77 ,
און כל ישראל מלאים מצות 78 ,
ובפרט אין חודש אלול וואָס יעדער איד טוט אין דער עבודה פון חודש אלול אין אַלע דריי קוים,
ווי עס איז מרומז אין דעם ר”ת פון חודש אלול:
„ א נה ל ידו ו שמתי ל ך” 79 ,
וואָס בפרטיות
(כאָטש בכללות גייט עס אויף
דעם זמן פון אלול בכלל,
וואָס דעמאָלט איז דער זמן פון תשובה וכו’ 80
-)
גייט דאָס אויף תורה,
„דברי תורה שהן קולטין” 81
;
אלול ר”ת 82
„ א ני ל דודי ו דודי ל י”,
וואָס דאָס איז די עבודה פון תפלה 83 .
אלול איז ר”ת 84
„ א יש ל רעהו ו מתנות ל אביונים”,
דער קו פון גמילות חסדים -
איז דער אויבערשטער מקיים הבטחתו און גיט יעדער אידן נוסף אויף די אַלע יעודים הגשמיים „שובע שלום ורבוי כסף וזהב” בכדי זיי זאָלן זיין פנויים „ללמוד בחכמה ולעשות המצוה”,
אויך שכר מצוה,
וואָס הקרן קיימת לעוה”ב,
אָבער „אוכל פירותיהן בעוה”ז”
(וואָרום צווישן די מצות איז דאָך אויך ת”ת און גמ”ח וואָס אוכל פירותיהן בעוה”ז 85 )
- אריכות ימים ושנים טובות כפשוטו בעוה”ז,
און יעדער איד און אַלע אידן האָבן אַ כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בטוב הנראה והנגלה למטה מעשרה טפחים.
(משיחות כ”ף מנ”א,
כ”ח מנ”א,
תשל”ו)