B"H
🏡

Ikar

שופטים ד

א.

אין דעם ענין פון עדות - ״על פי שני עדים גו׳ יקום דבר״ 1

- געפינט מען צוויי סוגים:

א)

״עדי בירור״ 2

- לדוגמא 3 ,

עדות אויף הלואה,

וואס זייער זאך איז נאר צו מברר זיין אז עס איז געווען די הלואה,

אבער די הלואה כשלעצמה איז ניט אפ־ הענגיק אין די עדים - אפילו ווען די הלואה ווערט דורכגעפירט אן עדות,

איז חל אויפן לוה דער חיוב צו באצאלן דעם חוב.

לפי״ז איז דער טייטש פון "

(על פי שני עדים גו׳)

יקום דבר",

אז דער "דבר" ווערט פעסטגעשטעלט דורך די עדים.

ב)

״עדי קיום״ - לדוגמא,

עדי קידושין,

וואס זייער עדות איז א טייל פון די קידושין 4 .

ווארום דער דין 5

איז,

אז אפילו ווען

(סיי דער איש און סיי די אשה זיינען מודה אז)

ער האט איר מקדש געווען,

אויב אבער עס זיינען דערביי ניט געווען קיין עדות,

איז די הלכה,

אז "אין חוששין לקידושיו",

ד.

ה.

אן עדי קידושין איז ניטא קיין קידושין 6 .

און

ביי דעם סוג עדות איז דער פירוש פון ״יקום דבר״ - דורך זיי ווערט אויפגעטאן דער "דבר".

ב.

מצד דעם חילוק הנ״ל קומט ארויס נאך א נפקא מינה צווישן עדי בירור און עדי קיום:

ביי עדי בירור,

וויבאלד זייער ענין איז צו מברר זיין א מעשה,

ווערן זיי "עדים"

(בעיקר)

בזמן הבירור - ווען זיי קומען

(מברר זיין די מעשה דורך)

מעיד זיין אין ב״ד 7

; משא״כ ביי עדי קיום,

וויבאלד זייער ענין איז אויפטאן די מעשה

(הקידושין),

קומט אויס,

אז בשעת זייער ראי׳ איז שוין אויף זיי חל דער גדר פון עדות.

דערמיט איז דער ראגאטשאווער 8

מבאר פארוואס עדי קידושין דארפן ניט האבן קיין חקירה ודרישה 9

:

חקירה ודרישה איז שייך ביי אזעלכע עדים וואו דער גדר "עדות" ווערט ביי זיי

(בעיקר)

אין און דורך ב״ד - ווערן זיי ניט "עדות" סיידן ב״ד איז זיי פריער חוקר ודורש 10

; משא״כ ביי עדי קידושין

וכיו״ב וועלכע זיינען עדי קיום,

האט דאך שוין תורה זיי געמאכט פאר עדות בשעת המעשה

(הקידושין),

דארפן זיי ניט האבן קיין חקירה ודרישה בב״ד,

אז דורכדעם זאלן זיי ווערן עדות - זיי זיינען שוין געווארן עדות בשעת הראי׳.

ג.

עפ״י הנ״ל,

אז עדות זיינען א טייל פון מעשה הקידושין,

זיי זיינען "מקיים" די קידושין - קען מען אויך מבאר זיין,

וואס ביי קידושין זאגט מען ניט תוך כדי דיבור כדיבור דמי,

ווי די גמרא 11

זאגט ״והילכתא תוך כדי דיבור כדיבור דמי חוץ..

ומקדש ומגרש".

וואס איז דער חילוק צווישן אלע זאכן און "מקדש ומגרש"?

דער ר״ן 12

איז מסביר,

אז "בשאר מילי דלא חמירי כולי האי" טוט זיי א מענטש לכתחילה מיט דער דיעה,

אז ער זאל קענען חרטה האבן תוך כדי דיבור,

משא״כ ביי "הני כיון דחמירי כולי האי אין אדם עושה אותם אלא בהסכמה גמורה",

ובמילא קען ער ניט חוזר זיין.

דער ביאור איז אבער דורש הסברה,

ווייל לפי״ז - אז ביי אנדערע זאכן איז ניטא קיין גמירת דעת ביז נאך כדי דיבור - דארף אויסקומען,

אז די מעשה ווערט ניט נגמר ביז דעמאלט; ובמילא אויב,

לדוגמא,

איינער גיט א צווייטן א מתנה א דבר מאכל,

קען דער מקבל המתנה ניט עסן

(עכ״פ לכתחילה)

דעם מאכל ביז נאך כדי דיבור,

און מיר געפינען ניט עס זאל ערגעץ וואו שטיין אזא חידוש.

מוז מען זאגן,

אז אויך ביי אנדערע זאכן ווערט די מעשה נגמר גלייך 13 ,

נאר עד כדי

דיבור האט מען כח 14

צו חרטה האבן 15

און מבטל זיין די מעשה,

משא״כ ביי מקדש ומגרש.

איז דער ביאור אין דעם: וויבאלד אז ביי קידושין

(וגירושין)

ווערט די מעשה הקידושין אויפגעטאן דורך די עדות ,

איז שוין נאכדעם ניט ביכולתו פונעם מקדש

(ומגרש)

צו מבטל זיין די מעשה 16 ,

וויבאלד די עדות האבן אויפגעטאן די מעשה הקידושין 17 .

משא״כ ביי אנדערע זאכן,

וואו די עדות טוען ניט אויף אין מציאות הדבר - און די זאך ווערט אויפגעטאן נאר דורך דעם בעל דבר אליין ,

דעריבער קען ער דאס מבטל זיין ביז תוך כדי דיבור.

ד.

אלע ענינים פון נגלה דתורה זיי־ נען מתאים צו דעם אופן ווי זיי זיינען בפנימיות.

איז מובן,

אז אלע אויבנדער־ מאנטע ענינים אין עדות -

(א)

די צוויי סוגים "עדי בירור" און "עדי קיום",

(ב)

דאס וואס עדי קידושין זיינען עדי קיום 18 ,

(ג)

עדי קיום ווערן בשעת הראי׳ און עדי בירור - בשעת זייער עדות זאגן אין ב״ד,

(ד)

א מעשה וואס ווערט אויפגעטאן דורך עדות

(קיום)

האט אין

זיך מער תוקף - זיינען אויך דא אין פנימיות הענינים.

עם שטייט אין פסוק 19

"אתם עדי נאום ה׳".

זיינען פאראן אין זהר 20

צוויי פירושים אין דעם: א)

אלין אינון ישראל,

ב)

אלין אינון שמייא וארעא דכתיב 21

העידותי בכם היום את השמים ואת הארץ.

וי״ל,

אז די צוויי עדות - ישראל און שמים וארץ - זיינען די צוויי סוגי עדות,

עדי בירור ועדי קיום,

כדלקמן.

ה.

דער אלטער רבי 22

איז מבאר בארוכה,

אז עדות איז שייך נאר "על דבר הנסתר ונעלם מעיני הכל".

אבער אויף א "דבר הנגלה" דארף מען ניט

(און עם איז ניט שייך)

דער ענין פון עדות.

נאכמער: אפילו אויף א זאך וואס דערווייל איז זי ניט "נגלה",

אבער עם איז א "מילתא דעבידא לאגלויי" 23 ,

דארף מען אויך ניט קיין "עדות גמורה" 24 .

עדות איז דוקא אויף א "דבר הנעלם לגמרי" 25 .

אין רוחניות מיינט עם 26

:

אויף דעם וואס דער אויבערשטער איז מחי׳ אלע עולמות

(בלשון הזוהר והחסידות: ממלא כל עלמין)

דארף מען קיין "עדות" ניט האבן,

ווייל דאס איז א "דבר

הנגלה" 27

: בשעת מ׳קוקט זיך צו צו דער הנהגה וסדר ווי די וועלט ווערט גע-פירט,

זעט מען אז ס׳איז דא א חיות אלקי וואס באלעבט די וועלט; ווי עס שטייט 28

״ומבשרי אחזה אלוקה״ - און ווי חז״ל 29

זאגן "מה הנפש ממלאה את הגוף כך הקב״ה ממלא את עולמו".

און וויבאלד עס איז מוכרח און "ברור" עפ״י שכל

[ביז,

אז די אמונה איז פאראן אפילו ביי חסידי אומות העולם,

כידוע 30 ],

דארף מען אויף דעם קיין עדות ניט האבן.

אויך אויף דער אמונה אין אלקותו ית׳ וואס איז העכער פון וועלט

(בלשון הזוהר והחסידות: סובב כל עלמין)

דארף מען ניט קיין "עדות".

ווארום הגם אז די מדריגה אין אלקות קען מען ניט "נע-מען" מיט שכל,

וואס איז מוגבל אין די הגבלות פון וועלט,

איז אבער דער שכל גופא מחייב,

אז עס איז פאראן דער אור אלקי וואס איז העכער פון תפיסת השכל: נאכדעם ווי שכל איז מכריח אז ס׳איז דא דער חיות אלקי אין וועלט,

קומט ער צו דער הכרה אז "לא זה הוא עיקר האלקות מה שהעולמות מתהוים ממנו" 31 ,

און עס זיינען פאראן מדריגות אין אלקות וואס זיינען העכער פון וועלט

(און שכל) 32 .

און דעריבער איז אויך אויף דער מדריגה ניט שייך דער ענין העדות - ווייל הגם אז עם איז ניט א "דבר הנגלה"

(ווייל מ׳קען עם ניט נעמען מיט השגה),

איז עם אבער בגדר "מילתא דעבידא לאגלויי",

וויבאלד אז דאם איז דער "למעלה מן השכל" וואם איז מוכרח מצד שכל גופא.

דער ענין פון "עדות" איז אויף עצמותו ית׳ וואם איז העכער אויך פון םובב כל עלמין,

ער איז אינגאנצן ניט בגדר פון שכל; און וויבאלד עצמותו ית׳ איז א "דבר הנעלם לגמרי",

איז אויף דעם שייך און נויטיק דער ענין פון "עדות" אויף צו מגלה זיין עצמותו ית׳

(פונקט ווי עדות,

בפשטות,

איז צו מעיד זיין און ארויםברענגען א ״דבר הנעלם לגמרי")

- און אין די צוויי אופני עדות הנ״ל:

א)

"עדי בירור": עם זיינען נקבע גע-ווארן אין בריאה "עדות",

וואם ווייזן אויף

(און זיינען מגלה)

דעם כח הא״ם וואם איז דא אין בריאה - און דאם זיינען שמים וארץ; כידוע 33

אז די נצחיות פון שמים

(וואם "קיימים באיש")

און ארץ

(וואם "קיימין במין")

איז נאר בכח הא״ם - און דערפאר זיינען שמים וארץ עדים

( בירור )

אויף עצמותו ית׳ 34 .

ב)

"עדי קיום": עם זיינען אויך דא "עדים" וואם זיי איז געגעבן געווארן

דער כח צו,

כביכול,

ממשיך זיין עצמותו ית׳ אין וועלט,

ע״ד ווי עדי קיום וואם טוען אויף די מעשה - און דאם זיינען נשמות ישראל וואם זיינען מושרש אין עצמותו ית׳,

און דערפאר האבן זיי דעם כח

(דורך זייער עבודה בתורה ומצות 35 )

צו ממשיך זיין עצמותו ית׳ אין וועלט.

[דאם איז אויך דער טעם פנימי פאר-וואם עדי קידושין זיינען "עדי קיום": דער תכלית פון קידושין

(ונשואין)

איז "פרו 36

ורבו גו׳" 37 ,

וואם אין דעם ענין פון הולדה איז דא המשכת כח הא״ם דא למטה

(דער כח אויף בנים ובני בנים עד םוף כל הדורות)

כידוע 38

; ד.

ה.

דורך קידושין ווערט אויפגעטאן המשכת הא״ם דא למטה - און דאם דריקט זיך אוים אויך בפשטות הענינים,

אז די עדי קידושין זיינען "עדי קיום"].

ו.

מ׳דארף אבער פארשטיין: וויבאלד שמים וארץ זיינען מגלה דעם כח האין םוף אין דער בריאה - אין וואם בא-שטייט די פעולה און חידוש פון די "עדי קיום",

נשמות ישראל,

אין ממשיך זיין עצמותו ית׳ למטה?

איז דער כללות׳דיקער ביאור אין דעם: שמים וארץ זיינען טאקע "מעיד"

אויפן כח הא״ם אין וועלט,

עם איז אבער ניט אין אן אופן וואם ווייזט אז וועלט איז לגמרי ניט קיין זאך פאר זיך 39

און איז אינגאנצן בטל צו א״ם ב״ה; דער אויפטו פון אידן איז,

וואם זיי טוען אויף

(דורך תומ״צ)

אז עם זאל נתגלה ווערן ווי ם׳איז ״אין עוד מלבדו" 40 ,

ווי וועלט איז פאראיינציקט 41

בתכלית מיט עצמותו ית׳.

ז.

קלערער דאם צו פארשטיין,

דארף מען מקדים זיין דאם וואם חז״ל 42

זאגן אויפן פםוק 43

״ארץ יראה ושקטה״ -״בתחילה יראה ולבםוף שקטה": פאר מ״ת איז די וועלט געווען אין א מצב פון "יראה"

(פאר איר קיום),

וואם ווייזט אויף א שוואכקייט אין איר מציאות; און נאכדעם ווי אידן האבן מקבל געווען די תורה איז געווארן - "שקטה",

מ״ת האט אויפגעטאן א קיום ותוקף אין דער מציאות פון וועלט.

איז לכאורה ניט מובן: די מציאות פון וועלט איז דאך גשם וחומר,

וואם איז מעלים

(עולם פון לשון העלם 44 )

אויף אלקות,

און מ״ת האט אויפגעטאן א חלישות אין דעם העלם העולם און אוים־ געאיידלט די וועלט,

וכמאמר חז״ל 45

אז ביי מ״ת "צפור לא צווח כו׳ העולם

שותק כו׳״ - וואם דערפאר איז דוקא נאך מ״ת קען מען הייליק מאכן א דבר גשמי,

כידוע 46

- היינט ווי זאגט מען אז נאך מ״ת איז גאר געווארן א תוקף אין מציאות העולם?

הן אמת,

אז דער אויבערשטער האט מתנה געווען "עם מעשה בראשית" אז "אם ישראל מקבלים התורה אתם מתקיי־ מין ואם לאו אני מחזיר אתכם לתוהו ובוהו״ 42

- איז דאם אבער,

לכאורה,

בלויז אן ענין נוםף אויף דעם עצם מציאות פון וועלט; על דרך איינער וואם מאכט א תנאי ביי א מעשה

(א מתנה וכיו״ב),

איז דער תנאי א דבר נוםף אויף דעם עצם המעשה 47 .

אפילו דאם וואם די כוונת הבריאה איז ״בשביל התורה ובשביל ישראל״ 48

- איז,

לכאורה,

אויך א צוגעגעבענע זאך צו דער בריאה: ם׳איז " בשביל " א צווייטער זאך,

אבער די מציאות פון בריאה גופא איז ניט תורה וישראל.

און וויבאלד אזוי,

דארף אויםקומען,

אז בנוגע צו דער מציאות פון וועלט גופא האט מ״ת אויפגעטאן א חלישות אין איר מציאות,

ניט א תוקף.

ח.

איז דער ביאור אין דעם: דאם וואם מ׳זעט ביי א מענטש,

אז די כוונת ותכלית הפעולה און די פעולה גופא

זיינען צוויי באזונדערע זאכן,

איז עם דערפאר ווייל ביי אים איז דער "כח" חםר ״פועל״ 49

- דער "כח" איז ניט איין זאך מיטן "פועל"

(און עד״ז איז די "כוונת" הפעולה א באזונדער זאך פון דער פעולה)

; ביים אויבערשטן אבער איז ״אין כח חםר פועל" 49 ,

און דערפאר איז די גאנצע מציאות פון דעם ״פועל״ - דער "כח".

און עד״ז בנוגע צו דער "כוונת" הבריאה,

אז וויבאלד די כוונת הבריאה איז "בשביל התורה ובשביל ישראל״ - זיינען זיי איר אמת׳ע מציאות 50 ,

און ניט איר גשם וחומר 51 .

דערפאר געפינט מען אויך בדיני התורה ,

אז מ׳רעכנט זיך מיט דער כוונה פון א זאך און ניט מיט זיין גשם וחומר - לדוגמא ביים דין 52

פון ״המוציא אוכ־ לין פחות מכשיעור בכלי פטור אף על הכלי שהכלי טפילה לו"; ד.

ה.

כאטש אז דער גשם הכלי האט א שיעור הוצאה

(און אויב מ׳וואלט עם ארויםגעטראגן פאר זיך וואלט מען געווען חייב אויף דער הוצאה)

- וויבאלד אבער אז די כוונה פון זיין ארויםטראגן די כלי איז

צוליב די אוכלין,

ווערט די גשמיות׳דיקע מציאות פון דער כלי בטל וטפל צו דער כוונה,

צו די אוכלין,

אזוי אז די כלי ווערט א "טייל" פון די אוכלין; און וויבאלד די אוכלין זיינען פחות מכ־ שיעור,

איז אויך די כלי פחות מכשיעור

(כאטש מצד איר גשמיות׳דיקער מציאות האט זי דעם שיעור).

ט.

יעדער ענין אין פנימיות התורה איז דא - עכ״פ ברמז - אויך אין נגלה דתורה - עד״ז בענין הנ״ל

(אז די גאנצע מציאות פון וועלט איז תורה וישראל)

געפינט מען עם בכ״מ בנגלה,

עכ״פ ברמז,

ולדוגמא בתוםפות:

דער דין איז,

אז כשם ווי "אין שורפין קדשים ביו״ט" 53

(ווייל עם איז נאר צורך גבוה,

ניט צורך הדיוט),

אזוי טאר מען ניט פארברענען תרומה טמאה ביו״ט 54 .

פרעגט תוםפות 55

: וויבאלד אז מ׳מעג הנאה האבן פון פארברענען די תרומה,

פארוואם זאל מען די תרומה ניט טארן פארברענען ״

(להםיקו)

תחת תבשילו" וואם דאן איז אין דעם פאראן א "צורך אוכל נפש״?

און תוםפות 56

ענטפערט: הואיל ואית בי׳ נמי צורך גבוה בטל לי׳ צורך הדיוט אצל צורך גבוה והוי כאילו כולו של גבוה .

ע״פ פשטות פאדערט דער תירוץ הםברה: פארוואם זאל דער צורך גבוה מבטל זיין דעם "צורך הדיוט"?

ועפ״י הנ״ל איז עם מובן: וויבאלד אז די אמת׳ע מציאות פון אלע זאכן אין

וועלט איז תורה וישראל,

איז בשעת מען נוצט די זאך לויט איר כוונה ותכלית - מ׳איז מקיים מיט איר א מצוה,

״פאלט אפ״ און ווערט בטל 57

די חיצונית׳דיקע מציאות פון איר און עם "בלייבט" נאר איר תכלית׳דיקע מציאות - די מצוה.

און דערפאר,

וויבאלד די כוונה ותכלית פון דער שרפת תרומה איז א "צורך גבוה",

ווערט במילא בטל דער "צורך הדיוט" 58 .

יוד.

עפ״ז ווערט אבער די שאלה לאידך גיםא

(און ע״ד ווי די שאלה דלעיל ם״ו)

: דאם וואם די כוונת הבריאה איז "בשביל התורה ובשביל ישראל" האט זיך ניט אויפגעטאן בשעת מ״ת,

נאר דאם איז די כוונת הבריאה מתחילתה; תיכף ביי דער בריאה איז דאס איר גאנצע מציאות - היינט וואם האט זיך אויפגע־ טאן ביי מ״ת,

וואם צוליב דעם איז דוקא דעמאלט די וועלט געקומען צום מצב פון "שקטה"?

איז דער ביאור אין דעם: דאם וואם די גאנצע מציאות פון בריאה איז בלויז איר "כוונה" איז מצד למעלה,

מצד דעם אוי־ בערשטן,

וויבאלד אז ביי אים איז "אין כח חםר פועל"

(כנ״ל ם״ח)

; אבער מצד די נבראים

(וואם ביי זיי איז כח חםר פועל)

ווערט עם ניט דערהערט

(אז אלקות איז די גאנצע מציאות פון וועלט) 59 .

דער תכלית הכוונה איז,

אז עם זאל נתגלה ונמשך ווערן אין דער בריאה,

מצד וועלט גופא,

ווי איר גאנצע מציאות איז תורה וישראל,

וואם דאן ווערט וועלט פאראיינציקט מיט אלקות בגילוי

(אויך מצד וועלט).

און דערפאר איז דוקא ביי מ״ת גע־ ווארן ״ארץ ..

שקטה": פאר מ״ת,

איז מצד וועלט גופא האט זיך ניט אנגעזען בגילוי איר קישור מיט תורה וישראל,

און דערפאר איז דער גשם פון וועלט געווען מיט א תוקף

[ע״ד א כלי פאר זיך ,

וואם דער שיעור ההוצאה איז לויטן גשם פון כלי,

כנ״ל ם״ח]

; ביי מ״ת איז געגעבן געווארן דער כח צו מגלה זיין אין וועלט,

מצדה ,

איר אמת׳ע מציאות -און דערפאר איז געווארן "שקטה".

יא.

עפ״י כהנ״ל וועט מען אויך פאר־ שטיין דעם חילוק צווישן דער "עדות" פון שמים וארץ און פון נשמות ישראל:

וויבאלד אז נתאוה הקב״ה להיות לו דירה בתחתונים 60

- וואם א "דירה" מיינט דאך צו עצמותו ית׳ 61

- איז דאך אזוי געווארן בפועל

(ע״ד ווי גערעדט פריער ם״ח),

אז עצמותו ית׳ האט א "דירה" בתחתונים 62

; און דאם דריקט זיך אוים 63

(אויך)

אין דער נצחיות פון שמים וארץ כו׳ וואם ווייזט אויף דעם כח הא״ם וואם איז פאראן אין בריאה

(כנ״ל בארוכה).

לאידך אבער,

וויבאלד דאם איז בלויז מצד "למעלה",

איז עם אין אן אופן וואם שמים וארץ מיטן כח הא״ם זיינען צוויי זאכן.

כדי עם זאל זיך אויםפירן די כוונה אז די "דירה" לעצמותו זאל אויך זיין מצד די נבראים עצמם,

דארך זיין די עבודת התומ״צ פון נשמות ישראל,

וואם דורכ־ דעם טוען זיי אויף ,

אז די "דירה בתחתונים" זאל זיין מצד די תחתונים גופא 64 .

[דאם איז אויך די הםברה בפנימיות הענינים,

וואם "עדי קיום" טוען אויך א תוקף אין דער מעשה

(כנ״ל ם״ג)

: דורך די "עדות" פון אידן ווערט אויפגעטאן א תוקף 65

אין דער בריאה - "שקטה",

כנ״ל בארוכה].

יב.

דערמיט קען מען אויך מבאר זיין דעם חילוק הנ״ל

(ם״ב)

צווישן "עדי בירור" און "עדי קיום"

[אז עדי קיום ווערן עדות בשעת זייער ראי׳ און עדי בירור - ערשט ווען זיי זיינען מעיד אין ב״ד]

בפנימיות הענינים:

די "עדות" פון שמים וארץ עצמם איז ניט מגלה וממשיך עצמותו ית׳ אין וועלט,

ווייל שמים וארץ זיינען דאך א טייל פון עולם מלשון העלם

[- דאם וואם דער כח הא״ם דריקט זיך אוים אין שו״א,

איז עם ניט מצד זייער מציאות,

נאר מצד אלקות 66 ],

מערניט וואם אידן

האבן בכח צו זען אין זיי דעם כח הא״ם - און דערפאר,

אויך נאך דעם "עדות" זאגן בלייבט עצמותו ית׳ א "דבר הנעלם לגמרי".

די שלימות ה״בירור" והגילוי וועט זיין דוקא לעתיד לבא,

בעת די וועלט וועט צוקומען צו תכלית השלימות,

ווען עם וועט זיין דער "ונגלה כבוד ה׳ וראו כל בשר גו׳" 67 ,

וועט דער כח הא״ם וואם איז פאראן אין שמים וארץ,

נתגלה ווערן אויך בראית כל בשר .

ביי דער "עדות" פון נשמות ישראל איז עם פארקערט: דאם וואם אידן זיינען ממשיך עצמות דורך זייער עבודה ווערט עם אויפגעטאן בשלימות גלייך בעת עשיית המצוה כו׳; לעתיד לבא וועט נאר נתגלה ווערן דאם וואם האט זיך שוין אפגעטאן אינגאנצן בזמן הגלות 68 .

יג.

פונקט ווי עם איז פאראן דער ענין פון "עדות" למעלה,

אזוי איז עם פאראן אין עבודת האדם:

עם איז דא אן עבודה ע״פ טעם ודעת,

וואם דאם איז א "דבר הנגלה" וברור אז מען דארף טאן די עבודה; העכער פון דעם איז אן עבודה למעלה מטעם ודעת - די עבודה וואם איז פארבונדן מיט מםנ״פ.

אבער אויך אין דעם קען זיין די עבודה באופן אז זי איז ניט ענין ה״עדות",

ווארום זי איז פארבונדן מיט די הגבלות פון שכל - ם׳איז א מםנ״פ

וואס איז אויסגעמאסטן לויט די דינים פון שו״ע 69 ,

אויף יעדן ענין מאכט ער א חשבון,

צי ער איז מחוייב ע״פ שו״ע זיך מוסר נפש זיין.

די העכסטע עבודה איז די,

וואס מצד דער צוגעבונדנקייט פון א אידן צו עצמותו ית׳

(מצד עצם הנשמה)

איז זיין מס״נ אן קיינע הגבלות און אן חשבונות 70

- און אויף דער עבודה שטייט "אתם עדי",

אז דורך דער עבודה זיינען אידן "מעיד" און ממשיך עצמות א״ס ב״ה דא למטה.

יד.

נאך אן ענין אין דעם: וויבאלד די גאנצע מציאות פון וועלט איז,

כנ״ל,

איר כוונה - תורה וישראל,

און בשעת די כוונה קומט ארויס בגילוי ווערט בטל די חיצונית׳דיקע מציאות פון וועלט -

איז דערפון די הוראה: בשעת א איד

גייט טאן א מצוה דארף ער זיך ניט רעכענען מיט קיין זאך,

ניט מיט זיין אייגענער מציאות און ניט מיט דער מציאות פון אנדערע זאכן - ווייל בשעת עס האנדלט זיך וועגן א מצוה,

ווערן בטל אלע חיצונית׳דיקע זאכן וואס קע-נען מעלים זיין אויף דער מצוה; די גאנצע מציאות איז נאר די מצוה.

און דער הרגש קומט מצד "עדות" שבנשמה: מצד טעם ודעת

(ממלא כל עלמין)

און אפילו מצד העכער פון טו״ד,

וואס האט אבער א שייכות צו טו״ד

(סובב כל עלמין),

איז דא אן ארט אויף דער מציאות פון נבראים;

דוקא מצד דער עבודה פון עצם הנשמה

(וואס איז פארבונדן מיט עצמותו ית׳)

קען זיך הערן און עס דערהערט זיך ביי א אידן ווי די גאנצע מציאות פון וועלט איז אלקות

(תורה וישראל).

(משיחות ג׳ ניסן תשי״א,

ש״פ שלח תשל״ו,

ש״פ וישב תשל״ז)

Reader controls and commentary are loading.