B"H
🏡

Ikar

ראה ד

א.

וועגן דער מצוה פון הענקה -וואָס דער אדון דאַרף געבן דעם עבד וואָס גייט אַרויס פריי פון אים 1

-שטייט אין ספר החינוך 2 ,

אַז כאָטש מ’איז מחויב אין דער מצוה נאָר „בזמן שהיובל נוהג”

(ווייל בזמן שאין היובל נוהג איז ניטאָ דער דין פון עבד עברי),

קען מען אָבער דערפון אָפּלערנען,

אַז אויך בזמן הזה - „ישמע חכם ויוסף לקח שאם שכר מבני ישראל ועבדו זמן מרובה או אפי’ מועט שיעניק לו בצאתו מעמו מאשר ברכו הש”י”.

זאָגט דערויף דער מנחת חינוך,

אַז דאָס וואָס מ’קען אָפּלערנען פון מצות הענקה בנוגע צו אַ שכיר בזמן הזה ,

אַז מצד „מוסרו הטוב” פונעם משכיר דאַרף ער אים מעניק זיין „בצאתו מעמו” -איז נאָר לויט דער דיעה 3 ,

אַז דער חיוב פון הענקה איז דאָ סיי ביי אַן עבד וואָס ב”ד האָט אים פאַרקויפט און סיי ביי אַן עבד וואָס פאַרקויפט זיך אַליין;

אָבער לויט דער דיעה 4

אַז מצות הענקה איז געזאָגט געוואָרן נאָר ביי אַן עבד שמכרוהו ב”ד

[ווי די גמרא 5

לערנט עס אָפּ פון פסוק 6

„העניק תעניק לו” - „לו ולא למוכר עצמו” 7 ],

איז

דאָך דער טעם פון מצות הענקה ניט „מצד המוסר”

(„ומי יודע מאיזה טעם”)

- וואָרום אויב „מצד המוסר” איז דאָך ניטאָ קיין טעם צו מחלק זיין צווישן די צוויי סוגי עבד - ובמילא קען מען דערפון ניט אָפּלערנען בנוגע אַ שכיר בזמן הזה.

דער מנחת חינוך בלייבט אָבער ביי אַ קשיא: דער רמב”ם 8

פּסק’נט דאָך,

אַז הענקה איז נוהגת נאָר ביי מכרוהו ב”ד - און לויטן חינוך קומט אויס אַז דער חיוב פון הענקה איז אויך ביי מוכר עצמו - און ס’איז ניט שכיח „שהרב המחבר

(דער חינוך)

יהי’ נוטה מדעת הרמב”ם,

אם לא שפירש להדיא”.

ב.

וי”ל לתרץ ולבאר:

דער לימוד אַז הענקה איז נוהגת נאָר ביי „מכרוהו ב”ד” און ניט ביי „מוכר עצמו”,

קען מען לערנען אויף צוויי אופנים:

א)

דער חידוש פון הענקה איז,

אַז מ’דאַרף מעניק זיין דעם עבד וואָס מכרוהו ב”ד

( העניק תעניק לו )

- און וויבאַלד אַז „אין לך בו אלא חידושו” 9

איז בדרך ממילא ניטאָ קיין הענקה ביי „מוכר עצמו”;

און לויט דעם אופן קען מען ניט אָפּלערנען פון מכרוהו ב”ד אויף אַ שכיר בזמן הזה.

ב)

דער חידוש איז

(ניט וואָס אַ נמכר דורך ב”ד באַקומט הענקה,

נאָר)

„לו ולא

למוכר עצמו ”: דאָס וואָס אַ מוכר עצמו באַקומט ניט קיין הענקה 10 .

און לויט דעם אופן קומט אויס,

אַז אפילו לויט דער דיעה אַז ביי מוכר עצמו איז ניטאָ קיין הענקה,

קען מען אָבער פונעם דין הענקה ביי מכרוהו ב”ד אָפּלערנען אויף אַנדערע פאַלן 11

(אַז אויך ביי זיי זאָל זיין אַ געוויסער חיוב פון הענקה)

- אויב נאָר זיי זיינען ניט אין גדר פון מוכר עצמו,

וואָס ווערט בפירוש נתמעט פון הענקה;

ובמילא,

וויבאַלד דער חינוך רעדט דאָ

[ניט וועגן איינעם וואָס האָט זיך פאַרקויפט אַלס עבד - מוכר עצמו

(וואָס איז ניט שייך בזמן הזה),

נאָר]

וועגן אַ שכיר - איינעם וואָס האָט זיך פאַרדונגען ווי אַ פועל - קען מען אָפּלערנען פון מכרוהו ב”ד,

אַז מצד המוסר זאָל מען אים געבן הענקה „בצאתו מעמו”.

ג.

וי”ל,

אַז די צוויי אופנים אינעם לימוד הנ”ל זיינען תלוי אין די צוויי אופני הסברה וואָס מען קען זאָגן אין דעם ענין פון הענקה 12

:

א)

ס’איז אַ גדר פון שכר פעולה,

ווי

ס’איז משמע פון גמרא 13

„שכיר קריי’ רחמנא מה שכיר פעולתו ליורשיו אף האי פעולתו ליורשיו” - און לויט דעם אופן איז מסתבר,

אַז דער חידוש וגזרת הכתוב איז דאָס וואָס דער עבד שמכרוהו ב”ד באַקומט הענקה - ווייל דער מעניק זיין בתורת שכר פעולה

( בנוסף צו דעם וואָס מען באַצאָלט דעם גאַנצען שכר פאַר זיין גאַנצער עבודה)

איז אַ חידוש.

ב)

ס’איז אַ גדר פון צדקה 14 ,

וואָס דער אדון גיט אַלס אַנערקענונג פאַר דער אַרבעט פון עבד - און לויט דעם אופן איז שכל מחייב,

אַז דער חידוש וגזרת הכתוב איז דאָס וואָס אַ מוכר עצמו באַקומט ניט קיין הענקה; ווייל דאָס וואָס ביי מכרוהו ב”ד דאַרף זיין הענקה איז אַ מילתא בטעמא,

כנ”ל.

ווי איז די שיטה פון רמב”ם אין דעם?

קען מען עס אַרויסלערנען דערפון וואָס אין ספר המצות 15

שטעלט דער רמב”ם די מצוה פון הענקה

(ניט צווישן די מצות פון עבד ואמה 16 ,

נאָר)

גלייך נאָך דער מצוה פון צדקה 17

; פון דעם סמכה לה צו מצות צדקה 18

איז משמע,

אַז לפי דעת הרמב”ם איז הענקה אין גדר פון

צדקה 19 .

ועפ”ז מוז מען ניט זאָגן אַז דער חינוך איז „נוטה מדעת הרמב”ם”.

אפילו לשיטת הרמב”ם אַז די תורה איז ממעט אַ מוכר עצמו פון הענקה,

קען מען אָפּלערנען פון מכרוהו ב”ד 20 ,

אַז מצד מוסר

(- צדקה)

זאָל מען אויך אַ שכיר בזמן הזה געבן הענקה „בצאתו מעמו”.

ד.

וויבאַלד אַז די הוראה הנ”ל פון חינוך קען אויסקומען לויט אלע שיטות,

אויך לויט די וואָס האַלטן אַז ביי מוכר עצמו איז ניטאָ קיין הענקה - איז כדאי צו מעורר זיין און מפרסם זיין,

אַז מ’זאָל משים לב זיין צו אָט דער הוראה:

ווען איינער דינגט אַ צווייטן צו אַרבעטן פאַר אים און עס ענדיקט זיך די צייט פון זיין אַרבעט,

ועל אחת כמה וכמה ווען מען שיקט אים אַוועק פון דער אַרבעט איידער עס ענדיקט זיך דער צייט

(אויב ער גייט אַוועק פון זיך אַליין פאַר דער צייט,

איז ניטאָ די מצוה פון הענקה,

ווי דער דין

(ביי עבד)

אַז אַ „בורח ויוצא בגרעון כסף אין מעניקים לו” 21

- אויב אָבער דער משכיר שיקט אים אַוועק -)

צי דערפאַר וואָס איצט האָט ער גענוג פועלים אָן אים,

אָדער אפילו ווייל ער איז ניט צופרידן פון זיין אַרבעט -דאַרף ער אים געבן הענקה;

און וויבאַלד הענקה האָט דעם גדר פון צדקה ,

איז פאַרשטאַנדיק,

אַז מען קען ניט יוצא זיין מיט געבן אַ זאַך וואָס מ’איז סייווי מחוייב אין דעם.

דעם שכר וואָס אים קומט פאַר זיין אַרבעט איז דאָך פשוט אַז מען דאַרף אים אָפּצאָלן במילואו; אפילו די „הוספות” וואָס דער בעה”ב האָט פון פריער אָפּגערעדט צו געבן דעם אַרבעטער - גייען אויך ניט אַריין אין הענקה,

וויבאַלד אַז די „הוספות” זיינען ניט קיין ענין פון צדקה .

און אין דעם איז אויך ניטאָ קיין אונטערשייד ווי לאַנג ער האָט ביי אים געאַרבעט,

ובלשון החינוך: „זמן מרובה או אפילו מועט ”; ס’איז אויך קיין חילוק ניט

(כנ”ל)

צי ער איז פון אים געווען צופרידן - סיי „נתברך הבית בגללו” און סיי „ לא נתברך הבית בגללו” דאַרף ער געבן הענקה 22

לפי ערך דעם זמן וואָס ער האָט געאַרבעט 23 ,

ועל אחת כו”כ אין אַ פאַל ווען „נתברך הבית בגללו”,

וואָס דאַן 24

איז דאָך דער דין 22

„לפי הברכה תן לו”,

מ’דאַרף מוסיף זיין אין זיין הענקה 25

„מאשר 26

ברכו הש”י”.

ה.

דער ענין פון הענקה איז פאַראַן - ווי יעדער ענין אין תורה - אויך אין עבודה רוחנית:

דער טאַטע איז מבאר אין זיינע הערות 27

אויף מס’ קידושין,

אַז ביי אַן עבד עברי איז דאָ נאָר מוחין דקטנות,

און דעריבער,

ווען ער גייט אַרויס חפשי פון זיין עבדות,

דאַרף מען אים געבן „הענקה” - מוחין דגדלות

[און דערפאַר איז די תורה מפרט ביי הענקה די דריי מינים „מצאנך ומגרנך ומיקבך” -ווייל זיי זיינען „לנגד המוחין” 28 ].

דער ענין פון „אדון” ו„עבד” אין רוחניות מיינט

(אויך)

אַ רב ותלמיד; ווי רבי יוחנן האָט געזאָגט 29 ,

אַז דער וואָס וועט אים

(לערנען ווי צו)

פאַרענטפערן אַ געוויסן ענין אין תורה

(וואָס איז ביי אים געווען שווער)

- „מובילנא מאני’ אבתרי’ לבי מסותא”,

וואָס דאָס איז ע”ד ווי די אַרבעט וואָס אַן עבד טוט פאַר זיין אדון.

דאַרף דער רב וויסן,

אַז ער מוז געבן דעם תלמיד „הענקה”.

דאָס הייסט: ער טאָר זיך ניט באַנוגענען מיט געבן אים „מוחין דקטנות”,

נאָר ער דאַרף לערנען מיט אים אין אַן אופן,

אַז ווען דער תלמיד „וואַקסט אויס”

(און „גייט אַוועק” פון אים)

האָט ער

(אויך)

די „מוחין דגדלות ” פונעם רב.

אין פשוט’ע ווערטער מיינט עס:

אַ רב איז מחוייב צו געבן צו פאַרשטיין אַ תלמיד אויך דעם „ עומק ההלכה בטעמה היטב”,

אפילו ווען דאָס פאָדערט אַז ער זאָל מיט אים איבער’חזר’ן די הלכה „כמה פעמים” ביז ער וועט עס פאַרשטיין 30

- דאָס איז דער עומק וואָס איז אין גדר פון השגת שכל

התלמיד

[ביים רב איז עס - „מוחין דקטנות”],

נאָר דערווייל איז ער דאָס נאָך ניט משיג;

אָבער די ענינים וואָס זיינען העכער פון גדר שכל התלמיד - אַזעלכע וואָס ביים רב גופא זיינען זיי בבחי’ „מוחין דגדלות” - איז ער ניט מחוייב צו געבן דעם תלמיד.

קומט די מצוה פון הענקה און איז מוסיף,

אַז דאָס איז מצד דעם חיוב פון אַ רב לתלמיד.

אַלס „צדקה” אָבער -„הענקה” - דאַרף אַ רב זיך אַזוי אָפּגעבן און האָרעווען מיטן תלמיד,

ביז אַז סו”ס וועט דער תלמיד „נעמען” דעם עומק פון שכל הרב 31

- אויב נאָר ס’איז אַן ענין וואָס איז פאַראַן ביים רב,

דאַרף עס סו”ס אָנקומען צום תלמיד.

ו.

די זעלבע זאַך איז בנוגע דעם טאָן אין ברענגען די וואָס זיינען נאָך „קטנים” ותלמידים אין אידישקייט צו תומ”צ:

מען קען מיינען,

אַז וויבאַלד יענער איז נאָך אַ „מתחיל”,

איז גענוג ווען מ’לייגט זיך אַריין צו לערנען מיט אים דאָס צו וואָס ער איז איצט שייך -

זאָגט תורה,

אַז וויבאַלד ער איז דיינער אַ תלמיד - אפילו אויב ער האָט פון דיר געלערנט בלויז „אות אחת” ווערסטו אָנגערופן „רבו אלופו ומיודעו” 32

- דאַרפסטו אים געבן „הענקה”; מ’דאַרף טאָן מיט אים אין אַן אופן אַז סו”ס וועט ער דערגרייכן צו דיין דרגא אין אידישקייט.

און דורך דער עבודה פון אידן

( עבדי ה’)

אין דעם „שש שנים יעבוד” 33

- אין די שית אלפי שנין דהוה עלמא - וועט מען גאָר אין גיכן זוכה זיין צו דעם „ובשביעית יצא לחפשי חנם” 33 ,

וואָס דאַן וועט דער אויבערשטער געבן ניט נאָר דעם שכר וואָס איז בערך צו דער עבודה בזמן הזה,

נאָר אויך „הענקה” - די גילויים הכי נעלים וואָס

קומען נאָר בתורת צדקה

(ווייל זיי זיינען אינגאַנצן שלא בערך צו דער עבודה) 34 ,

אין דעם אלף השביעי,

יום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים.

(משיחת ש”פ ראה תשל”ז)

Reader controls and commentary are loading.