B"H
🏡

Ikar

ראה ג

א.

אויפן פסוק 1

„כי יסיתך אחיך בן אמך או בנך או בתך או אשת חיקך או רעך אשר כנפשך בסתר לאמר נלכה ונעבדה אלקים אחרים גו’” איז רש”י מפרש „אחיך - מאב.

או 2

בן אמך -מאם.

אשר כנפשך - זה אביך וכו’”.

איז ניט מובן: פאַרוואָס רעכנט ניט אויס דער פסוק צווישן די קרובים אויך אמך און אחותך 3 ?

און וויבאַלד דאָס איז אַ שוועריקייט אין פשש”מ און רש”י באַוואָרענט עס ניט

[כמדובר כמה פעמים 4

אַז רש”י פאַרענטפערט יעדער זאַך וואָס איז שווער אין פשש”מ; און בשעת ער האָט ניט קיין הסברה ע”ד הפשט,

זאָגט ער איני יודע 5

וכיו”ב],

דאַרף מען זאָגן אַז לדעת רש”י איז דאָס מובן מעצמו ע”ד הפשט

(אָדער ס’איז פאַרשטאַנדיק לויט אַ פריערדיקן פירוש פון רש”י) 6 .

ב.

לכאורה קען מען פאַרענטפערן - ובהקדים אַן אַנדער שאלה: וויבאַלד די תורה רעכנט דאָ אויס די וואָס זיינען - ווי רש”י זאָגט - „חביבין לך”,

איז פאַרוואָס זאָל צווישן זיי ניט גערעכנט ווערן אויך החביב לך כפשוטו,

„רעך” כפשוטו?

דער רא”ם זאָגט,

אַז דאָס מיינט טאַקע רש”י מיט זיין פירוש „אשר כנפשך,

זה אביך” - „ויחסר או”,

אַז עס איז פּונקט ווי עס וואָלט געשטאַנען בכתוב „רעך או אשר כנפשך

[זה אביך]

”,

ולפי”ז מיינט דער פסוק אויך רעך כפשוטו.

עס איז אָבער שווער אַזוי צו זאָגען אין פרש”י ,

וואָרום דעמאָלט וואָלט דאָס רש”י געשריבן מפורש,

ווי ער שרייבט גלייך פאַר דעם „ או בן אמך”; ובפרט אַז דער לשון „ אשר כנפשך” איז בפשטות אַן אָפּטייטש אויף „רעך”,

וואָלט רש”י זיכער געדאַרפט מפרש זיין אַז דער פשט איז או „אשר כנפשך”.

מען קען אָבער איינלערנען

(עכ”פ בדוחק קצת),

אַז ביידע פרטים ווערן נכלל אין „רעך אשר כנפשך” ניט אַלס צוויי באַזונדערע ענינים,

נאָר „רעך אשר כנפשך”

(סתם)

מיינט אַלע דרגות אין רעים אשר כנפשך

(אויך רעך כפשוטו),

און רש”י איז מפרש נאָר דעם חידוש והוספה אויפן פשט,

די

(העכסטע)

דרגא אין „רעך אשר כנפשך” - „זה אביך” 7 ,

און עפ”ז איז „רעך אשר כנפשך” כולל אויך

(די צווישענדיקע דרגות)

„אמך” און „אחותך” 8 .

עס בלייבט אָבער שווער: א)

פאַרוואָס ווערן אַלע איבעריקע קרובים אויסגערעכענט בפ”ע און דוקא „אמך” און „אחותך” זיינען נכלל אין „רעך אשר כנפשך”?

ב)

נאָכמער: וויבאַלד אַז „פירש לך הכתוב את החביבין לך” 9

האָט דאָך דער פסוק זיכער געדאַרפט מפרט זיין „אמך”,

וואָס זי איז חביב לך מער ווי „אחיך בן אמך” און אפילו מער ווי אביך,

און דערפאַר איז ביי איר מער שייך דער חשש פון „כי יסיתך”; ווי רש”י איז מפרש פריער אין פ’ קדושים 10

אויף „איש אמו ואביו תיראו”,

אַז „בכבוד הקדים אב לאם לפי שגלוי לפניו שהבן מכבד את אמו יותר מאביו מפני שמשדלתו בדברים” 11 .

ג.

דער ביאור בזה: רש”י האָט שוין כמ”פ 12

געזאָגט דעם כלל „דבר הכתוב בהווה”; אויך אין דעם פסוק גופא אויפן וואָרט „בסתר” זאָגט רש”י „דבר הכתוב בהווה שאין דברי מסית אלא בסתר”.

ד.

ה.

אַז דער כלל פון „דבר הכתוב בהווה” לויט רש”י,

איז ניט בלויז ווען ס’איז דאָ אַ ברירה צו שרייבן צוויי לשונות,

קלייבט אויס די תורה דעם לשון וואָס איז „בהווה”,

נאָר דער פסוק איז צוליב דעם אויך מוסיף בלשונו,

בנדו”ד דעם וואָרט - „בסתר”.

ועד”ז: וויבאַלד דער פסוק „כי יסיתך וגו’” רעדט וועגן אַ מענטשן וואָס ביי אים קען זיין „יסיתך בנך או בתך או

רעך אשר כנפשך

[זה אביך]

” 13 ,

ד.

ה.

אַ דערוואַקסענער מענטש מיט אַ משפחה און ערוואַקסענע קינדער - איז דער הווה און ע”ד הרגיל 14

אַז דער „יסיתך” זאָל ביי אים קומען נאָר פון די וואָס דער פסוק רעכנט אויס און ניט פון אחותך אָדער אמך 15 .

ד.

די הסברה בזה: די הסתה „נלכה ונעבדה אלקים אחרים גו’” קען זיין אויף צוויי אופנים: א)

דורך טעמי שכל ואמונה - איינער וואָס האָט אַ השפעה אויפן צווייטן אין עניני אמונה וכיו”ב,

איז ער אים מסית „נלכה ונעבדה אלקים אחרים”; ב)

מצד שכן’שאַפט 16

און התקרבות יתירה אין זייער לעבן וואָס איינער האָט מיט’ן צווייטן - קען ער אים איינריידן און באַווירקן צו דינען ע”ז אויך אָן טעמי שכל ואמונה 17 .

עס איז אָבער מובן,

אַז אויך דער ערשטער אופן פון „יסיתך וגו’ נלכה ונעבדה אלקים אחרים” איז ע”ד ההווה והרגיל פאַרבונדן מיט קירוב הדעת מצד משפחה־קרובה’שאַפט,

וואָס דערמעגליכט אַזאַ גרויסן „יסיתך” ווי צו ע”ז,

ובפרט - „בסתר”.

און דאָס זיינען בכללות די צוויי סוגים וואָס דער פסוק רעכנט אויס: „אחיך מאב או בן אמך מאם” - איז בדרך כלל דער אופן ההסתה זייערער דורך טעמי שכל ואמונה; און עד”ז און נאָכמער בנוגע לאב וואָס האָט אַ גרעסערע השפעה אויף בנו אין עניני אמונה; „בנך או בתך או אשת חיקך” איז די השפעה ניט דורך אמצעות פון טעמי שכל ואמונה

(וואָרום ס’איז היפך פון סדר הרגיל,

אַז „בנך” אָדער „בתך” אָדער „אשת חיקך” זאָלן עם משפיע זיין טעמי שכל ואמונה ביז צו פועל זיין -אַוועקגיין פון עבודת ה’ און איבערגיין צו „אלקים אחרים אשר לא ידעת גו’”),

נאָר מצד דער צוגעבונדענקייט פון קינדער און פון אשת חיקך צום טאַטן און בעל.

אָבער וויבאַלד אַז אויך דער ערשטער אופן פון יסיתך

(ע”י טעמי שכל ואמונה)

„בסתר” איז ע”ד הרגיל שייך דעמאָלט ווען זיי האָבן אַ קרובה’שאַפט צווישן זיך,

כנ”ל,

דעריבער איז דער פסוק כולל ביידע אופנים צוזאַמען ובסדר פון מלמטה למעלה אין זייער קרובה’שאַפט: אחיך מאב

(וואָס האָט אַליין אַ משפחה)

- מיט אים איז דאָ אַ התקרבות אַלס די יורשי האב,

וואָס צוליב דעם קומען זיי אין באַרירונג איינער מיט דעם צווייטן; בן אמך מאם

- מיט אים איז די שייכות אין אַ גרעסערע מאָס מצד דעם וואָס זיי האָבן איין מוטער,

כנראה במוחש 18

; למעלה מזה איז די קורבה ושייכות פון בנך או בתך צו זייער טאַטן; נאָכמער קירוב איז ביי „אשת חיקך” 19

; למעלה מזה 20

איז רעך אשר כנפשך - און דעריבער רעכנט זיי דער פסוק אין אָט דעם סדר 21 .

ה.

עפ”ז איז מובן בפשטות וואָס דער פסוק רעכנט ניט אחותך און אמך: עס איז ניט רגיל אַז אַ דערוואַקסענער מענטש מיט אַן אייגענער משפחה זאָל האָבן אַ שייכות יתירה מיט אחותו

(וואָס האָט בד”כ אַן אייגענע משפחה)

עד כדי כך אַז זי זאָל קענען אויף אים פועל זיין

(„בסתר”)

די הסתה פון „נלכה ונעבדה אלקים אחרים אשר לא ידעת גו’”.

ועד”ז בנוגע צו אמך: כאָטש אַז מיט איר האָט ער יע אַ נאָענטקייט,

האָט זי אָבער אויף אים ניט קיין השפעה בעניני

אמונה; און אויך מצד הרגש הלב

(ע”ד הרגיל „בהווה”),

וויבאַלד ס’רעדט זיך וועגן אַ דערוואַקסענעם מענטש,

וואָס האָט שוין אַליין דערוואַקסענע קינדער,

איז זיין הרגש לאמו ניט אין אַזאַ אופן פון התקרבות יתירה,

אַז זי זאָל קענען אים דורכדעם באַווירקן און איבערשטעלן אין אַ מצב צו דינען ע”ז 22 .

משא”כ אַ בן,

בת אָדער אשת חיקך,

מיט וועמען מ’לעבט כסדר צוזאַמען און די שטאַרקע צוגעבונדנקייט איז פון אַזאַ סוג וואָס קען האָבן אַ השפעה בהנ”ל.

ו.

איינע פון די הוראות וואָס מ’קען פון דעם אַרויסלערנען:

די אַלע אויסגערעכנטע דרגות פון „אחיך גו’” זיינען

(אויך)

מדרי’ אין כחות האדם 23

- מדות,

שכל וכו’; און פון דעם איז פאַרשטאַנדיק,

אַז מצד די אַלע מדרי’ שבנפש קען זיין „יסיתך”.

ד.

ה.

אַז אין עבודת השם קען מען זיך ניט פאַרלאָזן

(נאָר)

אויף דער עבודה שע”פ המדות וטעם ודעת דשכל.

נאָכמער: אפילו „רעך אשר כנפשך זה אביך”,

וואָס אב איז מדרי’ החכמה 24

וועלכע איז שולל די זאַך פון ע”ז - ווי דער אַלטער רבי איז מבאר אין תניא 25

- אעפ”כ קומט דאָ די הוראה אויף

וויפל עס דאַרף זיין דער „אל תאמין בעצמך” 26 ,

אַז אפילו מצד דער מדרי’ פון אב,

חכמה שבנפש,

וויבאַלד אַז עס איז „כנפשך” - עס מישט זיך אַריין אַ נגיעה פון זיין מציאות 27 ,

קען מען ניט זיין זיכער אויסגעהיט פון ע”ז; מצד אים קען אויך קומען „יסיתך”.

[ובמכש”כ 28

פון דעם וואָס ס’איז מבואר 29

בנוגע צו ר’ יוחנן בן זכאי וואָס ער האָט געזאָגט 30

איני יודע באיזו דרך מוליכים אותי - כאָטש אַז ריב”ז לא הלך ד’ אמות בלא תורה ובלא תפלין 31

ופ’ שנה למד ולימד תורה 32

- נאָר דער ספק ביי אים איז געווען מצד פנימיות ועצם נפשו 33 ,

ווי ס’איז מבואר אין חסידות].

און בכדי צו זיין אויסגעהיט פון „יסיתך וגו’ ונעבדה א”א”,

דאַרף מען שטיין אין אַ תנועה פון מס”נ - מסירת הרצון,

וואָס איז העכער פון חכמה.

און דאַמאָלט פּועל’ט דאָס אויך אויף די

כחות שלמטה ממנה 34 ,

אָנהויבנדיק פון אב בחי’ חכמה,

ולמטה מזה „אחיך בן אמך גו’”,

אַז ניט נאָר זאָל מען זיין אויסגעהיט און באַוואָרנט פון „יסיתך”,

נאָר אדרבה - „אחרי 35

ה”א תלכו ואותו

תיראו ואת מצותיו תשמרו ובקולו תשמעו ואותו תעבדו ובו תדבקון” 36 .

(משיחת ש”פ ראה תשל”ב)

Reader controls and commentary are loading.